דער אידישן אינטערנאציאנאלע הימנע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

דער אידישן אינטערנאציאנאלע הימנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

דער אידישן אינטערנאציאנאלע הימנע

אין ליכט פון דעם גרויסן פארלאנג און מיט די גוטהייסונג פון דער שטאטסמאן און קאלומניסט 'הער גריידיץ פאנדינער' א שטודירטער אין די 'יענטאש אונעווערסיטעט פאר היסטארישע ארט', האבן מיר זיך ארויסגעלאזט שטודירן און פארשן א פארשלייערטע און פארנעפלטע שטיקל היסטאריע.

די איצטיגע ארטיקל אין די 'אייוועלט' טאג בלאט ווערט פרעזענטירט און איז געווידמעט לכבוד חנוכה תשע"ו מיטן קעפל דער אידישן אינטערנאציאנאלע הימנע.

אינעם היינטיגן באשרייבונג וועלן מיר באאבאכטן דעם אידישן אינטערנאציאנאלע הימנע "יאמאמא מיימאם" וואס ווערט אממערסטנס באניצט דורכאויס דעם 'תלמוד' לערנען.

דער קאמפאזיציע באשטייט פון איין תנועה וואס דרוקט זיך אויס אין ענדע מיט א לאנגע דורכדרינגליכן 'קוועטש' וואס ברענגט ארויס טיעפענהייט און קלארע פארשטאנד, ווי פראפעסטער 'געריג זיידוואלד' פון 'קאוואטשאז אונעווערסיטעט' שרייבט אין זיין בוך 'Der Farsamta Moez' [אין פרייער אידישע איבערזעצונג:] "ווי דער 'סערברום' ערוועקט זיך ווען די שטימע-בענדער פארמירן א 'הייוואלנעד' פאזיציע און דאס העלף פאר קלארע פארשטאנד".

דער קאמפאזיטאר פון דעם תנועה איז אומקלאר, מאנכע היסטאריקער קלערן אן השערה אז די געבורטס פלאץ פון דעם 'הימנע' שטאמט פון א דערפל אין ווייטן 'ליטוואניע' מיטן נאמען 'בריסק' דורך א אנאנימער קאמפאזיטאר וואס לויט אלע ווארשיינליכקייטן האט ער געלערנט ביים ארטיגן רב און ראש ישיבה הרב חיים סאלאווייטשיק.

ביז א קורצע צייט איז די תנועה פארשפרייט געווארן איבער אלע קרייזן (אויסשליסנדיג תימנ'ער) אלס סינאנים צום אור אלטן "תנו רבנן האבן די רבנן געלערנט" (וואס לויט ארכילאגישע קוועלער האבן די דריידל העלדן אין די צייט פון די 'גריכישע' אימפעריע שוין געזונגען ביז די 'יוונים' (גרעקן) זענען אנגעקומען.

"אריגינעל קומט די תנועה צו זינגען מיט ספעציעלע גרימאסן אויפן געזיכט און מעדנע באוועגונגען מיט די הענט איבערהויפט מיט די דיקע פינגער" שרייבט דער היסטאריקער 'יגרל ווייכצמאן' אין "דער טעלער" טאג בלאט.

ווייטער שרייבט ער " דאס פארקערפערט זיך אין א היציגע דיספוטיע (וויכוח) וואס פאלגט נאך געמיינע לאזונגען ווי "נאר" "טיפוש" אזש ביזן שרייען "פערד", און דאן קומט עס צו א צייטווייליגע אפשטעל ווען די געמיטער בארוהיגען זיך ביז די קומענדיגע סעסיע".
פיסכילאגן מערקן אן דאס די ווייטגרייכנדע אפעקטפון די תנועה איז ווייט מער ווי מען האט זיך פארגעשטעלט און אין די צוקומפט וועט דאס אדאפטירט ווערן אין סעקולערע אינסטיטוציעס צו הייבן די אינטעליגענץ פון די סטודענטן.

לויט 'וויכי שטיינבאכער' א סטודענט אין די 'קאוואטשאז אונעווערסיטעט' גייט דאס סינאנים מיט א גלעזל וואס האט -אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט- אנטהאלטן אפאר אונסעס קאווע, וואס ליגט ביי די זייט צוטיילט אין פולע שטיקלעך (לויט געוויסע שאצונגען, צווישע פערציג און פונעף און זיכציג שטיקלעך) ווען די ארום איז פייכט פון די קאווע וואס דער לערנער האט נישט עספיעט צו פארשלינגען.

אינטרעסאנט אנצומערקן אז טראץ די אנוועלטליכע-אויגעכאפטע תנועה איז אזוי טיף און פארשפרייט איז זי אין די היסטאריע נאכנישט געווארן רעקארדירט פראפעסיאנאל מיט מוזיק און קלעזמער, אויף וואס פארשער הייבן הענט דאס צו אנטשיידן.
הק' איש ימיני
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

ריזיג !!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שרעקליכע גילויים!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שתוי
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שתוי »

פיינע נייעס! גערעכטער,its great!
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

חחחח... וויכטיג אנצומערקן אז דער הימנע קומט ארגינעל געזונגען ביינאזאם מיט די 'בארד' אינסטרומענט, דאס גייט בערך אזוי, "יאמאמיי...." דאן שלעפט מען צו שטאטלעך ארויס איין האר פון די סאמע סענטער פונעם בארד, דערנאך " מיימייאם".... מען הייבט אויף דעם בארד מיט די רעכטע הענט און מען מאכט זיכער עס זאל איבערדעקן די מויל און דריי פערטל פון די נאז.... "מאמאמא"..... מען נעמט אלע פינף פינגערס און מען שטופט דאס אריין אינעם בארד די טיפסטע וואס מעגליך.... "אוימאמאם".... מען הייבט אן פון אויבן און מען פארט שטאט אראפ דורכקעמענדיג יעדעס הארל...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

פיינע נייעס, גערעכטער יא מעיד מיי דעי!
זאג דער טירוירוירוי תנועה קומט פון ווי?
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

גערעכטער האסט מיר געמאכט לאכן.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
סופר סתם
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופר סתם »

גוטע נייעס!
סתם א שרייבער
אוועטאר
think so
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2016 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך think so »

:lol:
...the people that invented the internet never would got around doing it had they had the internet
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

think so האט געשריבן::lol:

שכוח פארן ארויף ברענגן. געקאסט א שמייכל :smile:
איך ווייס נישט וואס
instant
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 22, 2018 9:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך instant »

האהא!
אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

מענין לענין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכטונג אכטונג »

אויפן קעפל שטייט ''אינטערנאציאנאל'' ביטע אויב איינער קען איבער זעצן די ווארט אויף לשון הקודש. די ווארט ''בין-לאומי'' איז כמדומה עיווריט
חרש וחושב
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 31, 2016 10:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרש וחושב »

להודיע האט געשריבן:ריזיג !!
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

אכטונג אכטונג האט געשריבן:אויפן קעפל שטייט ''אינטערנאציאנאל'' ביטע אויב איינער קען איבער זעצן די ווארט אויף לשון הקודש. די ווארט ''בין-לאומי'' איז כמדומה עיווריט

נישט יעדע ווארט וואס איז נישט געווען אין דיקשאנערי פאר עברית איז בהכרח עברית
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”