אלעס ארום פאליטיק - דעבאטעס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מעפס ווי מען זעהט ווי שטארק ביידע פארטייען זענען געווען אין סענאט, יעצט און קעגן די פריערדיגע יארן.

מען זעהט אז די דעמאקרעטס זענען געווען שטערקער ווי 2016 כמעט איבעראל, וויכטיגע פלעצער ווי נישט קען מען זעהן אין מיאמי, און אין טעקסאס, ווי דער ליבערל בעטא האט נישט געקענט אנציען קלינטאן'ס מארדזשינס אין אסאך קאונטיס.

לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 1:05 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מינעסאוטע איז א וויכטיגע סווינג סטעיט וואס קלינטאן האט קוים געווינען.

אין די מעפס זעהט מען ווי די שטחים ווערן רויטער און די סאבורבס ווערן בלויער.

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

א אינטרעסאנטע מעפ פון די שיפט אין די סטעיטס וואס האבן געהאט סענאט פארמעסטן סיי אין 2016 סיי אין 2018.

מען זעהט שומער'ס אומנארמאלע שטארקייט, בעיקר אין אפסטעיט, ווי אזוי ער איז געווען אסאך שטערקער אין 2016, ווען די רעפאבליקאנער זענען געווען רעלאטיוו שטארק אין ניו יארק, און נאך מער אין אפסטעט, ווי דזשיליברענד איז געווען אפילו די יאר ווען די רעפאבליקאנער זענען געווארן דעמאלישד אין ניו יארק, און אפילו אין אפסטעיט.

מען זעהט א אינטרעסאנטע זאך, אז אפילו מקעיו האט געווינען מיט 13%, אין זיין קעגנער ען קירקפעטריק געווען שטערקער אין די נעטיוו אמעריקען געגנטער ווי סינעמע וואס האט געווינען מיט 2.3%.

מען זעהט אויך רוביא'ס מאסיווע שטארקייט אין רוב פלארידע, יוטא האט געמאכט אזא לינקס אז אפילו ראמני איז געווען היפש שוואכער ווי מייק לי צוויי יאר צוריק, בערני איז שטארק אין ווערמאנט, פענסילוועניע אהייא וויסקאונסען האבן דעמאלטס געהאט רעפאבליקאנער סענעטארן, וואס זענען אלע אריינגעקומען דארט שטערקער ווי טראמפ, יעצט האבן זיי געהאט שטארקע דעמאקראטישע אינקאמבענטס, היידי הייטקעמפ איז געווען רעלאטיוו מורא'דיג שטארק, אבער נישט גענוג צו געווינען, אין מיזורי און אינדיענע האבן די דעמאקרעטס געהאט זייער גוטע קאנדידאטן צוויי יאר צוריק אויך, נעוועדע און וואשינגטאן זעהט מען די נערעטיוו, סאבורבס גייען לינקס, רורעל'ס גייען רעכטס, קאנעטיקוט זעהט אויס אז די גאווערנאר רעיס האט אראפגעשלעפט דעם דעמאקראטישן סענאטאר, מערילענד ווייסעך נישט וואסע פשט, ווייל דארט האט דאך דער רעפאבליקאנער גאווערנאר שטארק געווינען, קען זיין אז טאקע ווייל זיי - וואס זענען דאך די וואשינגטאן סאבורבס - האבן זיך דאך געוואלט אויסגעבן קעגן טראמפ ביי די סענאט רעיס, אין קאליפארניע האבן די רעפאבליקאנער שוין פארלוירן ביידע מאל ביי די יוני ערשטע רונדע וואלן.

בלוי מיינט אז די דעמאקרעטס זענען געווארן שטערקער אין יענע קאונטי, רויט מיינט אז די רעפאבליקאנער זענען געווארן שטערקער.

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

א אינטרעסאנטע מעפ פון די ספיקער וואויט היינט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

פון געסטעטנער ליסט עט דזשימעיל:

נענסי פעלאוסי פון קאליפארניע, אין עלטער פון אכט און זיבעציג יאר, איז אריינדערוועלט געווארן פאר נאך א טערמין אלס ספיקער פון די הויז, די קאנגרעס, דורך צוויי הונדערט צוואנציג קאנגרעסלייט. מידיא נעצן האבן געמאכט צימעס די לעצטע זעקס וואכן צי זי וועט האבן גענוג שטיצע פאר דעם פאסטן, אבער אונז האבן געזאגט אויף קול מבשר פון גלייך נאך די וואלן אז זי גייט זיין ספיקער. איי קען מען אנווייזן אז זי האט געהאט קוים צוויי שטימען מער ווי נויטיג און דאס מיינט זי וואלט פונקט אזוי געקענט דורכפאלן? דאס איז פלאנירט. פעלאוסי האט זיכער געמאכט אז די קאנגרעסלייט וועלכע קענען ממש נישט שטימען פאר איר זאלן נישט שטימען פאר איר ווילאנג זי האט די נויטיגע שטימען פון אנדערע. די זעלבע געים האט שומער געשפילט מיט די איראן דיעל עטליכע יאר צוריק. ער איז ארויס געקומען דערקעגן און אזוי אויך טייל אנדערע דעמאקראטן אינעם סענאט, אבער ווייניג גענוג אז עס זאל קענען דורכלעבן א וואויט אין די סענאט

פעלאוסי'ס ספיקערשאפט קומט אין א צייט וואס א טייל פון די פעדעראלע רעגירונג איז געשלאסן וואס דערווייל האט עס נישט פארנומען דעם אויבן אן אין די נייעס. דאס איז טאקע מעגליך טייל פון די סיבה פארוואס די שאטדאון ציעט זיך שוין אט צוויי וואכן און די צוויי זייטן טראגן נישט דאגות דערמיט. די פראגע איז נאר צי די חגא סעזאן איז די סיבה פארוואס די שאטדאון איז נישט געווען אזוי פיל אין די נייעס. אויב יא וועט קומען א טויש שוין אין די איצטיגע טעג, ספעציעל אז די נייע קאנגרעס איז איינגעשוואוירן. אין אזא פאל קען עס אנהייבן לייגן דרוק אויף וואשינגטאן זיך א שאקל צו געבן

אן אנדערע זאך וואס שאקעלט זיך די טעג איז די סטאק מארקעט. ווען די מארקעט שאקעלט זיך קען עס זיין א צייט זיך אריין צו שאקלן אין סטאקס, אבער מען דארף האבן שטאקע נערוון און שטארקע בויך מאסעלס צו דערהייבן די טויגליכע טוישונגען וואס מען זעט פאר די אויגן. אויב א מענטש האט א שטיקל געפיל צו סטאקס קען מען נעמען עטליכע טויזנט דאלאר און קויפן סטאקס דערמיט צו שפירן לעבעדיג וויאזוי עס איז. דער מענטשן וועט האבן אן עמאציאנאלע ראלער קאסטער און חרטה געפילן פון 'אוי איך האב געזאלט קויפן דא. אוי, א שאד איך האב געזאלט פארקויפן דארט' און זען פאר זיך צי ער דערהייבט עס. פארשטייט זיך אז מען זאל נישט טאן נערישע זאכן ווי קויפן פעני סטאקס; נישט קויפן אפשענס אדער קאמאדעטיס וועלכע פארלירן ווערדט מיט די דורכגאנג פון צייט, און נאר קויפן מיט געלט וואס מען האט נישט אוועק געלייגט פאר אן אנדערע זאך ווי א שמחה, א רייזע, צי סיי וועלכע אנדערע הוצאות. מען זאל קויפן אין א רייע פירמעס, נישט אלעס אויף איין ארט. דאס איז נאר געזאגט געווארן פאר מענטשן וועלכע ווילן אין די צוקונפט אינוועסטירן גרעסערע געלט אינעם מארקעט. איך רעד פון אינוועסטן אין די מארקעט; נישט שפילן אין די מארקעט. סטאקס איז נישט א געים. אז מען שפילט דערלייגט מען זיכער. און אויב גלייכט מען בעסער ריעל עסטעיט צי סתם אנדערע ביזנעס, דאן זאל מען אוועק שטיין פון סטאקס און אנדערש אינוועסטירן אין די ערטער וואו מען איז מער באקוועם און דער פון אויבן זאל געבן הצלחה
רשעות קאלטע סעלצער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מען זעהט אז וואקער האט געהאט נאך מער שטימען ווי 2014, נאר די דעמאקראטן האבן נאך שטערקער ארויסגעברענגט זייער עולם.

--------------------------

אינטרעסאנטע טשארטס פון גאלאפ איבער טרענדס אין אמעריקע. די ערשטע מאל רוב דעמאקראטן, מער מענטשן צווישן 30 און 49 זענען ליבערל.

Americans' Political Ideology by Subgroup, 2018
Ranked by net conservative
Conservative Moderate Liberal Net conservative
%
%
%
Republicans 73 22 4 +69
65 and older 43 30 22 +21
Men 40 35 21 +19
Age 50 to 64 41 32 23 +18
South 39 34 21 +18
No college 38 35 21 +17
White (Non-Hispanic) 39 33 24 +15
Some college 37 36 24 +13
Midwest 36 35 25 +11
$30,000 to $74,999 36 36 26 +10
U.S. ADULTS 35 35 26 +9
$75,000 or more 35 35 28 +7
Less than $30,000 32 36 26 +6
Independents 28 45 22 +6
West 31 35 29 +2
College graduate only 33 34 31 +2
Hispanic 29 37 29 0
Women 30 35 30 0
Age 30 to 49 29 37 30 -1
East 30 35 31 -1
Age 18 to 29 26 40 30 -4
Black (Non-Hispanic) 22 41 31 -9
Postgraduate education 23 37 38 -15
Democrats 13 34 51 -38
Net conservative = % conservative minus % liberal. Based on annual averages for 2018.
GALLUP
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

-------------------------

אסאך פלעצער זעה איך לעצטענס אז קלינטאן האט געהאט 48.0 אנשטאט ווי עס פלעגט שטיין 48.2, און אז טראמפ האט געהאט 45.9 אנשטאט ווי עס פלעגט שטיין 46.1, און נאכדעם זעה איך אז די קלענערע נאמבער שטייט אין טיימס אלס די ענדגילטיגע נאמבער, סוי איך מיין אז די גרעסערע נאמבער איז אדער אן די רייט אין'ס, אדער אראפגערעכנט אלע אנדערוואויטס וואס האבן געלאזט די פרעזידענט באקסל ליידיג.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

צל עובר האט געשריבן:

-------------------------

אסאך פלעצער זעה איך לעצטענס אז קלינטאן האט געהאט 48.0 אנשטאט ווי עס פלעגט שטיין 48.2, און אז טראמפ האט געהאט 45.9 אנשטאט ווי עס פלעגט שטיין 46.1, און נאכדעם זעה איך אז די קלענערע נאמבער שטייט אין טיימס אלס די ענדגילטיגע נאמבער, סוי איך מיין אז די גרעסערע נאמבער איז אדער אן די רייט אין'ס, אדער אראפגערעכנט אלע אנדערוואויטס וואס האבן געלאזט די פרעזידענט באקסל ליידיג.

ר' צל,
אייערע בילדער וואס איהר לייגט לעיטלי ארויף ווערט געבלאק'ט ביי משומר/גדר און מ'קען עס נישט זעהן.

די סיבה דערפון ווייל איהר לייגט אריין א לינק ביי אימעדש [img][./img] א לינק וואס די פילטערס בלאקירן.

די עצה דערפאר איז צו דאונלאודן דאס בילד און דערנאך אטטעטשירן.
אטעטשמענטס
Screenshot_20190113-114011~2.png
Screenshot_20190113-114011~2.png (56.64 KiB) געזען 2830 מאל
Screenshot_20190113-114620~2.png
Screenshot_20190113-114620~2.png (49.62 KiB) געזען 2830 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך האב נישט קיין כח עס צו טון, ווער עס וויל איז מכובד.

---------------------------

דזשאן רעלסטאן האט געהאט א אינטערוויו מיט הערי ריעד, וועלכער און דייעגנאוזד און וועט אי"ה שטארבן בקרוב. ריעד האט נישט חרטה פארן גיין נוקלער אויף ריכטער. ער האלט אז מען זאל זיך נישט ברעכן אויף די וואנט. אויסגעשמועסט ווי אזוי ער פלעגט קאלן מענטשן לייגן פרעשור ווען ער האט עפעס געוואלט אפשטעלן אאדער דורכפירן. האלט אז טראמפ קען נישט געווינען ריעלעקשען און האט געווינען וועגן רוסלאנד. ער זאגט אז מען האט קיינמאל נישט באוויזן צו מאכן די מעקסיקאנער שטימען ביז עס איז געווען ביי די 2010 קאמפיין קעגן אים א עד פון די רעפאבליקאנער אז הערי ריעד איז דער בעסטער פריינד פון די אומלעגאלע אימיגראנטן, דאס האט זיי ארויסגעברענגט דעמאלטס, און זייט דעמאלטס שטימען זיי. און נאך.

לויט ווי ער שרייבט האט יעצט ריעד שוין נישט די מחלה, סוי אפשר וועט ער עס יא דורכלעבן.
ער האט דערווייל בלויז ארויסגעלייגט חלק א' פון די אינטערוויו.

יעצט זע ה איך אז ידידינו @הכל הבל שמועסט זייער שיין אויס א אינטערוויו מיט ריעד, קען זיין ער רעדט פון די זעלבע.

------------------------------

ביל דע בלאזיא איז היינט געווען אויף CNN סטעיט אוו דע יוניאן מיט יענקל טעפער.

ער רעדט איבער זיין העלט קעיר פלאן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איינער האט געמאכט מאפעס ווי מען זעהט די ריזיגע חילוק פון 2018 און 2016 פאר דאן דאנעווען.

Perhaps one of the more surprising flips in the recent midterms was New York's 11th Congressional District. It had been known to vote Democratic in Gubernatorial and Senate elections, but Trump won it quite easily in 2016. And Dan Donovan won reelection by 26 points in 2016

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איינס פון די סטעיטס, בעסער געזאגט די וויכטיגסטע סטעיט, וואס די דעמאקראטן ווילן האלטן אז זיי קענען אוועקנעמען פון טראמפ אין 2020 איז טעקסאס, ווייל אויב פארלירט טראמפ טעקסאס מיט אירע 38 עלעקטארעל שטימען, און אלע אנדערע סטעיטס בלייבן די זעלבע, פארלירט ער.

די רעפאבליקאנער טענה'ן אז דאס איז נאר געווען וועגן בעטא, איז אבער א שטארקע אינדיקעיטער, אז טראמפ איז גארבידזש אין טעקסאס קעגן די קאנגרעס רעפאבליקאנער, איך האב יעצט געזען א חידוש, אז ווען טראמפ האט געווינען טעקסאס מיט בלויז א פיצי אונטער 9%, האבן די רעפאבליקאנער קאנגרעסלייט געווינען מיט מער ווי 20%! דאס הייסט אז טראמפ איז שוואכער אין טעקסאס פון זיי מיט מער ווי 11%!

און אין 2018 האבן די רעפאבליקאנער פון קאנגרעס געווינען מיט בלויז 3.6%, קרוז האט געווינען מיט 2.6%. דאס ווייזט אז טראמפ איז א שרעקליכע דרעג אויף די GOP אין טעקסאס, און אז ער איז אסאך שוואכער ווי זיי. טראמפ האט אפגע'שחט'ן די מאכט פון די GOP אין טעקסאס, און דארט ליגט א גרויסע חלק פון די פאפעלער וואויט לאך.

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אלע קאנגרעס דיסטריקטס לויט ווער עס האט עס געווינען אין 08 12 16.

13 מקעין ראמני טראמפ דיסטריקט'ס, ווערן יעצט געהאלטן ביי דעמאקראטן, אריינגערעכנט, ניו יארק 1, ניו דזשערסי 2, פענסילוועניע 1, ווירדזשיניע 2, סאוט קארעליינע 1, דזשארדזשיע 1, מינעסאטע 1,יוטא 1, אריזאנע 1, אקלעהאומע 1, ניו מעקסיקא 1. די שיפע זענען נישט פון 2018.

די רעפאבליקאנער האלטן צוויי אבאמע אבאמע קלינטאן זיצן, ברייען פיצפעטריק אין פענסילוועניע, און דזשאן קאטקא פון ניו יארק, ביידע פון פאר 2018.

DyRNSW8XgAIgllL.jpg
DyRNSW8XgAIgllL.jpg (109.83 KiB) געזען 2378 מאל

אבאמע 08 איז געווען ברוטאל שטארק אין די מידוועסט מיט די רורעל נארט איסט, א גרויס חלק האט ער אנגעהאלטן אפילו אין 12. און נאכדעם איז דארט טראמפ געווען זייער זייער שטארק.

מען זעהט אז רורעל נעוואדע איז א בחינה ווי רורעל אפער מידוועסט.

די סאוט איז אנבעליוועבל סטעטיק [ביי דיסטריקט], מיט בלויז צוויי אבאמע דיסטריקטס אין פלארידע וואס ראמני מיט טראמפ האבן געווינען, בלויז צוויי דיסטריקטס ווירדזשיניע 10 און טעקסאס 23 וואס ראמני האט צוגענומען פון אבאמע אבער קלינטאן האט עס צוריק גענומען, און טעקסאס 7 און 32 וואס מקעין מיט ראמני האבן געווינען אבער טראמפ האט עס פארלוירן.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום זונטאג פעברואר 10, 2019 3:11 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ווי ווייט די GOP איז צאמגעפאלן אין ניו דזשערסי אין 2018. די מצב דארט איז געווען סטעדי זינט די 60ציגער.

טראמפ האט עס פארלוירן מיט 14%.

די דעמאקראטן האבן געווינען אין 2016 7 פון 12 זיצן, מיט א 8.1% האוז פאפעלער וואויט ליעד.

די דעמאקראטן האבן געווינען אין 2018 11 פון 12 זיצן, מיט א 21.2%! פאפעלער וואויט ליעד.

די מעפ ווייזט די שיפט, ביי קאונטי און ביי דיסטריקט, נישט די מארדזשין.

Dyh4NwbWsAAdsXa.jpg
Dyh4NwbWsAAdsXa.jpg (168.84 KiB) געזען 2376 מאל

NJ11 האט געהאט די גרעסטע שיפט פון 34%!

די מעפ ווייזט די מארדזשינס.

Dyh32ALWoAEcEmN.jpg
Dyh32ALWoAEcEmN.jpg (167.22 KiB) געזען 2376 מאל

NJ4 וואס נעמט אריין לעיקוואד איז די איינציגסטע רויטע זיץ, אבער עס איז געגאנגען פון 30.2% R+ צו בלויז 12.3% R+.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום זונטאג פעברואר 10, 2019 3:12 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ווי אזוי טעקסאס האט אויסגעזעהן אין 04, ווען בוש האט געווינען זיין היימשטאט מיט 23%, די איינציגסטע מאל דער רעפאבליקאנער האט געווינען די פאפאלער וואויט אין די לעצטע איבער 30 יאר.

אינטרעסאנט אז אין געוויסע רורעל דיסטריקטס איז ער געווען שוואכער ווי די רעפאבליקאנער זענען היינט, אבער ער האט געווינען דיסטריקטס וואס זענען היינט ביי די דעמאקראטן, א שטייגער TX7 האט ער געווינען מיט בערך 30% וואס דער דעמאקראט האט יעצט דארטן ארויסגעווארפן דעם אינקאמבענט רעפאבליקאנער מיט 5%.

DzA1-J3UwAI2J9E.jpg
DzA1-J3UwAI2J9E.jpg (158.54 KiB) געזען 2379 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קאלעראדא האט זיך אנגעשלאסן אין די נעשענעל פאפעלער וואויט.

ווען עס וועט זיין 270 צווישן אלע אנגעשלאסענע גייט עס אריין אין קראפט.

Dz8heojUwAEFJ6D.jpg
Dz8heojUwAEFJ6D.jpg (129.31 KiB) געזען 2222 מאל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

המשך פון דא
viewtopic.php?p=1886939#p1886939

רעכטע אקטיוויסטן... אומשולדיגע פראטעסטירער.

די פראטעסט האבן ארגאניזירט צוויי ווייסע סעפעראטיסטן איינע פון די צוויי, דער באקאנטער נעא נאצי רידשערד ספענסער. יא זיי האבן געהאט א פערמיט... פון די רעדנער גערופן צו אדרעסירן די פארזאמלטע זענען געווען באקאנטע נעא נאציס אזוי ווי Nathan Damigo וואס פירט אליינס א ראסיסטישע און ווייסע נאציאנאליסטישע ארגענעזאציע. דעוויד דוק איז אויך געווען פון חשובע פארזאמעלטע. (אגב, די פירער פון די פּראעד בויס גרופע האט זיך אנטזאגט פון אנטייל נעמען אין די ראלי ווייל ער האט נישט געוואלט גיין מיט די נאציס...)

דאס איז געווען א אלט רייט פראטעסט און ווער עס איז געשטאנען אינאיינעם מיט די מענטשן - פון וועלכע טייל האבן געהאלטן נאצישע פענער און געשריגן נאצי לאזונגען - זענען נאציס.

אפגעזען וואס די אנדערע זייט האט געטון, ווער עס קען זאגן אז צווישן די מענטשן זענען געשטאנען 'זייער גוטע מענטשן' איז א הינט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:האטס מער און זייצמער, צום ווידערזעהן נאוועמבער דעם דריטן 2020.

אמר"ש פון נאוועמבער 2020, א אינטרעסאנטע מעפ פון די סטעיטס וואס האבן געהאט סענאט פארמעסטן אין 2018, לויט די עלעקטארעל קאלידזש.

פארשטייט זיך אז די דעמאקראטן וועלן נישט געווינען וועסט ווירדזשיניע, און מאנטענע, אבער כמובן וועלן זיי יא געווינען אילענוי און ארעגאן, עס איז אלץ די פוינט ווער עס האט געווינען אין 2018.

20191216_234845.png
20191216_234845.png (124.37 KiB) געזען 1236 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

lebediger berel האט געשריבן:אויב קומט אריין ביז היינט נאכט פופצן אלפים גיי איך וואוטען פאר ביידען :!: :oops:
נו לאמיר זען ענקער שנאה :roll: :roll: :roll:

זיידי, איך קען דיר נישט געבן קיין 15K, און פון דיין ביידן וואויט אין בארא פארק האב איך גארנישט.

און חוץ פון דעם, רוב אידן דא שטיצן טראמפ, סוי פון די שונאים וועסטו נישט מאכן אזויפיל געלט, סוי איך האב געטון פארקערט, איינער האט געבעטן טראמפס היינטיגע בריוו, האב איך געשריבן אז דו וועסט געבן געלט.
צל עובר האט געשריבן:אז דו וועסט דיר מששתתף זיין ביי די טשאדעלע און דוב החי קאמפיין, לייג איך עס דא....

וואס מיינט זיידי, ער האט געצאלט, און באקומען דעם בריוו.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

גוט.
עניוועי, כ'האב גערעדט פון נעכטן נישט היינט. און מיין פלאן איז געווען צו זאגן "אין די פריימערי" דארט קען איך וואויטן פאר ביידען
אין דזשענערעל ביזטו פאריקט, ווען ער האט ארויסגעלאזט רובאשקין האב איך קלאר געזאגט אז נאר א איד וואס וואוינט אין אלאסקע מעג וואויטן קעגן אים. יעדער איד וואס וואוינט אין א יאדישע פלאץ גייט מוזן וואויטן פאר טראמפ! אז נישט שיסט מען זיך אין די פיס אליין דארף נישט ווארטן אויף די דזש סיטי מערדער ח"ו
יעצט גיי אריבער און פיל אן דעם חלל דארט מדארף מאכן פופצן אלפים דא אז נישט וואס האמיער פון זיך טענה'ן איבער טראפמ'
אז מ'לעבט דערלעבט מען
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלעס ארום פאליטיק - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ברוכים הבאים

דאס פלעגט אמאל זיין די צענטראלע דעבאטעס אשכול פאר פאליטישע דעבאטעס, אמאל פלעגט מען שרייבן דא, און מער מאל פלעגט די הנהלה אריינווארפן דא דעבאטעס פון ערגעץ אנדערש.

איך קלער אז מען זאל עס צוריק אנהויבן נוצן.

------------

ובזה החלי, דזשאן באלטאן שרייבט אין זיין בוך אז קיינמאל האט נישט טראמפ עפעס געטון לויט ווי ער האט געהאלטן אז עס איז גוט פארן לאנד, נאר אלעס וואס ער האט געטון איז געווען בלויז מיט געווינען ריעלעקשן אין חשבון.

נאך באשולדיגט ער די דעמאקראטן אין נישט גוט פירן אימפיעטשמענט, זינט אוקריינע איז נאר איינס פון אסאך ביישפילן ווי טראמפ האט אזוי געפירט פאליטיק מיט אנדערע לענדער בלויז מיט 2020 חשבונות אין קאפ, עביוזנדיג זיין פאזיציע.
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: אלעס ארום פאליטיק - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

צל עובר האט געשריבן:ברוכים הבאים

א די רעדסט שוין איבער באלטן. דעמאקראטן פארפירן אז קיינער זאל נישט קויפן די בוך ווייל "קום מיר נישט יעצט צו מאכן געלט, וואלסט געקענט אויפטרעטן ביים אימפיעטשמענט"... ריפאבליקנס וועלן דאך נישט קויפן די בוך וואס רייסט אראפ טראמפ. אפשר ליבעטעריענס וועלן עס קויפן....
האסט הנאה? געב א לייק
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אלעס ארום פאליטיק - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איז דאס די גאנצע וואס באלטאן האט געקענט אויפקומען מיט?

לגבי די אומפיטשמענט האט דאך יעדער בר דעת געהאלטען אז די דעמאקראטען זענען געגאנגען צו שנעל, זיי האבען זיך צוגעיאגט פאר פאליטישע סיבות און לכבוד דעם האבען זיי נישט מצליח געוועהן צו טוישען די דעת הקהל.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אלעס ארום פאליטיק - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

פון דא

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט געזאגט אז ער וואלט פרידליך איבערגעלאזט דעם ווייסן הויז אויב ביידן געווינט.

נישט געהאלטן אנדערש קיין רגע.

וואס יא, במשך די לעקישע טעג, וואס איז צווישן די עלעקשן ביז דער נייע פרעזידענט קומט אריין.. אויב וועט חלילה וחס ביידען געווינען, וועט עס טראמפ אויסניצן מיט וואס נאר שייך, ס׳וועט פליען עקזעקאטיוו ארדערס מיט פארדאנס רעכטס און לינקס.

ס׳איז אבער א שאד צו רעדן, ס׳גייט דאך סייווי נישט נוגע זיין. ס׳איז אבער יא צום האפן אז ביידען וועט אויפנעמען און זיך אויפפירן מיט זיין פארלוסט מיט די דעמעקראטישע טראדיציע פון קאנסידן נאך אין די נאכט פון די וואלן, און רעדן שיינע ווערטער פון יוניטי. אנדערש ווי וואס ס׳איז געווען אין 2016.

לאל....

זייט ווען קעירט טראמפ וועגן פרעצעדענט, אז ביידען זאל זיך מוזן האלטען צו דעם?

נישט אז איך האלט אפילו פאר א סעקונדע אז ביידען גייט דאס נישט טוען, געפעלט מיר אבער ווי פלוצלונג זענען די פרא-טראמפערס באזארגט וועגן "טראדיציע" און "רעדן שיינע ווערטער פון יוניטי"..

נישטא ווער זאל לאכן..
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אלעס ארום פאליטיק - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

mosha g האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:
mosha g האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:א קליינע פאליטישע ארגענעזאציע, פון אנגעווייטאגטע רעפאבליקאנער אקטיוויסטן וואקסט אויס צו ווערן א שטיקל מאכט.

די ארגענעזאציע גערופן 'רעפובליקאנער וויילער אנטקעגן טראמפ' ליפערט אדווערטייזמענטס, די קליפס זענען פון רעפובליקאנער וויילער וועלכע געבן צו פארשטיין פארוואס זיי גייען שטימען קעגן טראמפ. די קליפס זענען זייער פאערפול טאקע ווייל ס'נישט פראפעסיאנאל... זיי מוטיגען די מענטשן נישט זיך פארצושרייבן וואס זיי גייען זאגן נאר זיך אוועקשטעלן און רעדן נאטירלעך.

20200614_120844.jpg

יעדן טאג שטעלן זיי ארויס עטליכע קליפס, דערווייל זענען זיי א קליינע ארגענעזאציע, מיט בלויז 73K נאכפאלגער אויף טוויטער, אבער די קליפס ווערן מער און מער פארשפרייט מיט יעדע פארבייגייענדע טאג.

די לעצטע צוויי,
Screenshot_20200614-121017_Chrome.jpg

Screenshot_20200614-121033_Chrome.jpg

לייג ארויף ביטע די עד פון גרעהם... זייער א גיטע עד!

איך הער אז די לינזי גרעהעם עד איז זייער ברוטאל (וואלט טשאדי געווען א דעם וואלט עס שוין לכאורה דא געווען..)

זייער א שטארקע עד. מען זעט און הערט נאר לינדזי רעדן צום זאך (קעגן טראמפ פאר ביידן) א צווייטער האט האט נאכגעמאכט מיט קרוז... אויך גאנץ גיט.

זיי דארפן ווען ארויסלייגען נאך קליפס פון רעפאבליקאנע פיגורס ווי זיי רייסן שטארק אראפ דעם פרעזידענט, א שטייגער ווי געוועזענע סענעטאר באב קארקער, און געוועזענע ספיקער זשאן בעינאר.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: אלעס ארום פאליטיק - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
mosha g האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:
mosha g האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:א קליינע פאליטישע ארגענעזאציע, פון אנגעווייטאגטע רעפאבליקאנער אקטיוויסטן וואקסט אויס צו ווערן א שטיקל מאכט.

די ארגענעזאציע גערופן 'רעפובליקאנער וויילער אנטקעגן טראמפ' ליפערט אדווערטייזמענטס, די קליפס זענען פון רעפובליקאנער וויילער וועלכע געבן צו פארשטיין פארוואס זיי גייען שטימען קעגן טראמפ. די קליפס זענען זייער פאערפול טאקע ווייל ס'נישט פראפעסיאנאל... זיי מוטיגען די מענטשן נישט זיך פארצושרייבן וואס זיי גייען זאגן נאר זיך אוועקשטעלן און רעדן נאטירלעך.

20200614_120844.jpg

יעדן טאג שטעלן זיי ארויס עטליכע קליפס, דערווייל זענען זיי א קליינע ארגענעזאציע, מיט בלויז 73K נאכפאלגער אויף טוויטער, אבער די קליפס ווערן מער און מער פארשפרייט מיט יעדע פארבייגייענדע טאג.

די לעצטע צוויי,
Screenshot_20200614-121017_Chrome.jpg

Screenshot_20200614-121033_Chrome.jpg

לייג ארויף ביטע די עד פון גרעהם... זייער א גיטע עד!

איך הער אז די לינזי גרעהעם עד איז זייער ברוטאל (וואלט טשאדי געווען א דעם וואלט עס שוין לכאורה דא געווען..)

זייער א שטארקע עד. מען זעט און הערט נאר לינדזי רעדן צום זאך (קעגן טראמפ פאר ביידן) א צווייטער האט האט נאכגעמאכט מיט קרוז... אויך גאנץ גיט.

זיי דארפן ווען ארויסלייגען נאך קליפס פון רעפאבליקאנע פיגורס ווי זיי רייסן שטארק אראפ דעם פרעזידענט, א שטייגער ווי געוועזענע סענעטאר באב קארקער, און געוועזענע ספיקער זשאן בעינאר.

עס וועט זיכער נאכקומען. דע חברה ארבעטן פעסט, יעדן טאג מעכטיגע פרישע זאכן. (ווייס איך נישט פארוואס קיינער לייגט עס נישט ארויף, די גרעהם עד איז זיכער כשר מען זעט נאר אים מיט ביידען)
האסט הנאה? געב א לייק
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”