"לבלר" - חודש'ליכער תורה-העפט אין "מאמענט"

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קלאפער
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

תגובהדורך קלאפער » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 7:28 pm

איך האב געקויפט מאמענט מיט לבלר. וואס זאל איך אייך זאגן? די העפט איז זייער שיין! עס פארמאגט אינטערעסאנטע טאפיקס.

אבער די בהלה וואס אפאר ניקס האבן דא איבערגעקערט צו זאגן אז דאס גייט איינעמען די וועלט, איך בין זייער סקעפטיש צו דעם. ס'קומט ארויס חודש'ליך און האט נישט מער ווי ארום 50 זייטן, אין די צייט וואס די וועכנטליכע מאמענט האט כמעט הונדערט. די טעקסט פאנט איז נישט די מערסט געשמאקסטע צום אויג, און עס האט נישט עפעס מער ווי קנקן אדער אינטערעסאנט, ס'איז א דריטע יצירה אינגאנצן.

עס איז באגריסנד אז זיי זענען ארויסגעקומען מיט די שיינע און הערליכע תורה העפט ווי זיי רופן עס. און באזונדער איז באגריסנד פארן גיין צוזאמען מיט מאמענט, אזוי קאסט עס נישט פרישע זיבן דאלער א חודש. איך ווינטש פאר די אלע רבנים וואס שרייבן דארט גרויס הצלחה. מ'קוקט שוין ארויס אויף פרשת שמות, צו לבלר נומער 2.
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 9:33 pm

דאס איז זיכער אז די בלעטער זענען פיל עד אפס מקום, מלאים וגדושים מזן אל זן. מעגליך נעמט די סארט פאנט אויף ווייניגער פלאץ ווי די אנדערע פאנטס.

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 11:09 pm

פון די עד'ס זעט אויס אז נאר מחברי ספרים ליינען עס...

אפאר אבזערוואציעס:

די פענע פון 'שבתי הורוויץ' געפעלט מיר, ס'גוטע תוכן, שיינע שפראך, און פליסיג געשריבן.

'ברוך לאבין' ברענגט א מימרא פון ר' משה שפירא.

"המכון" ארטיקל, איז א עדוועטאריעל...

שפעטער מער אי"ה
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 8:04 pm

פון מיין קוק ווינקל; דאס אז זיי צילן צו נעמען רעקלאמעס נאר פון מחברי ומדפיסי ספרים וכדומה, ווייזט אויף זייער קלארע וויזיע וועם יא און וועם נישט צו אדווערטייזן, אזוי מיין איך.
אלענפאלס, לבלר איז פאר מיר געווען אן איבערראשונג.

איך האב שוין פונלאנג שטארק געלעכצט צו ר' סיני'ס ארטיקלען. און דאס אז עס רבי מרדכי גנוט שרייבט אינעם אידישן שפראך פאר אידישע ליינער קוקט מיר אויס ווי א דערגרייכונג.

דאס באהאנדלען גדולי ישראל וואס זייער היסטאריע איז נישט אזוי קלאר און באקאנט איז א גוטער געדאנק און אויך רייך און אינפארמאטיוו.

עדיטאריעל האט מיר פיין איינגעלייטעט צו ליינען מיט געשמאק דעם אויסגאבע...

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 10:43 pm

איז ליינען גוי'שע ביכער און ביכער געשריבען דורוך חילונים א פראבלעם? ווענט זיך פאר וועם,
פאר קר"י און וומסב"ג אידן יא, פאר רבי .... שליט"א (לבלר שרייבער) נישט, איז דאס די השקפה וואס מיר זוכען צו געבן פאר די יוגענט?! און קען מען דען צוגלעכן היינטיגע פרייע ביכער צו די אמאליגע?! פאר געט מען אזוינע ארטיקלען פאר היימישע שטיבער?

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 11:35 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:איז ליינען גוי'שע ביכער און ביכער געשריבען דורוך חילונים א פראבלעם? ווענט זיך פאר וועם,
פאר קר"י און וומסב"ג אידן יא, פאר רבי .... שליט"א (לבלר שרייבער) נישט, איז דאס די השקפה וואס מיר זוכען צו געבן פאר די יוגענט?! און קען מען דען צוגלעכן היינטיגע פרייע ביכער צו די אמאליגע?! פאר געט מען אזוינע ארטיקלען פאר היימישע שטיבער?

שכוח פאר דיין תגובה. כ'האב שוין געהאט אין פלאן דאס צו קויפן! נאופס. ס'בלייבט אין געשעפט

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 11:39 pm

פאראויס האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:איז ליינען גוי'שע ביכער און ביכער געשריבען דורוך חילונים א פראבלעם? ווענט זיך פאר וועם,
פאר קר"י און וומסב"ג אידן יא, פאר רבי .... שליט"א (לבלר שרייבער) נישט, איז דאס די השקפה וואס מיר זוכען צו געבן פאר די יוגענט?! און קען מען דען צוגלעכן היינטיגע פרייע ביכער צו די אמאליגע?! פאר וואס געט מען אזוינע ארטיקלען פאר היימישע שטיבער?

שכוח פאר דיין תגובה. כ'האב שוין געהאט אין פלאן דאס צו קויפן! נאופס. ס'בלייבט אין געשעפט

ער ברענגט ארויס אינעם ארטיקעל אז ספרי מינות וכפירה איז א פראבלעם, אבער ביכער געשריבען דורוך פרייע און חילונים מעג מען יא אריינקוקען פון צייט צו צייט, און ער האט מקורות דערצו.

מעגליך אז ער איז 105 פארצענט גערעכט, עמער געבן פאר'ן ניק לבלר די לעצטע ווארט, ואם שגיתי לבלר ימחול לי, עפטער אלל איז ער דא פאר פיעדבעיק.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2137
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג דעצמבער 02, 2018 2:08 am

איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם לבלר!
בפרט פון די יסודות'דיגע ארטיקלן, וואס צונעמן א נושא מיט א היקף, ווי למשל די בייאגראפיע פון ר' שלמה'ע אייגער וכו'

מצידי זאל עס ארויסקומען יעדע וואך. אין די מאמענט זאל זיין א ביילאגע וואס קומט איינמאל אין 4 וואכן

(און נפשי וואלט איך בכלל נישט געוואלט זעהן, עכ''פ נישט אויף די ביז יעצטיגע לעוועל)
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג דעצמבער 02, 2018 10:43 am

מיט שאק האב איך נעכטן אויפדערנאכט געליינט די תגובה איבער ספרי מינות.

אנקומענדיג אהיים נאך חצות האב איך ארויסגעשלעפט דעם לבלר פון שופלאד ווי עס איז פארשטעקט געווען פון דארנשטאג און מיט נאר איין ארטיקל געליינט, און מיר האבן אנגעהויבן זיכן פאר די מינות, און געגרייט צו מאכן א שריפה אויפן לבלר אלץ ובערת הרע מקרבך...

אבער, צו מיין שטויניג האב איך נישט געקענט טרעפן וואס ער מיינט, ביז איך בין אנגעקומען צו רבי מרדכי גענוט'ס מאמר, און ממש ושתוממתי, לא מיני ולא מקציתה, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום שייכות צו ספרי מינות וכו'.

לפי ראות עיני איז הודאה לספרי מינות אין שם, אבל יש שם א שיינע תורה'דיגע שמועס מלא תוכן וידיעות.

קאנסילמאן'ס טענה איז לפי ראות עיני שקר מיסודו, און אלץ ליינער פון דעם מאמר האב איך נישט געקענט טרעפן קיין איינס פון זיינע טענות.

אויב איינער פארשטייט במה הדברים אמורים, זאל מסביר זיין.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9452
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג דעצמבער 02, 2018 11:21 am

קאנסילמאן האט געשריבן:איז ליינען גוי'שע ביכער און ביכער געשריבען דורוך חילונים א פראבלעם? ווענט זיך פאר וועם,
פאר קר"י און וומסב"ג אידן יא, פאר רבי .... שליט"א (לבלר שרייבער) נישט, איז דאס די השקפה וואס מיר זוכען צו געבן פאר די יוגענט?! און קען מען דען צוגלעכן היינטיגע פרייע ביכער צו די אמאליגע?! פאר געט מען אזוינע ארטיקלען פאר היימישע שטיבער?

איר קענט ארויפשטעלן א בילד פון די ווערטער פון וואס איר רעדט?

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג דעצמבער 02, 2018 11:50 am

עכט היימיש האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:איז ליינען גוי'שע ביכער און ביכער געשריבען דורוך חילונים א פראבלעם? ווענט זיך פאר וועם,
פאר קר"י און וומסב"ג אידן יא, פאר רבי .... שליט"א (לבלר שרייבער) נישט, איז דאס די השקפה וואס מיר זוכען צו געבן פאר די יוגענט?! און קען מען דען צוגלעכן היינטיגע פרייע ביכער צו די אמאליגע?! פאר געט מען אזוינע ארטיקלען פאר היימישע שטיבער?

מיט שאק האב איך נעכטן אויפדערנאכט געליינט די תגובה איבער ספרי מינות.

אנקומענדיג אהיים נאך חצות האב איך ארויסגעשלעפט דעם לבלר פון שופלאד ווי עס איז פארשטעקט געווען פון דארנשטאג און מיט נאר איין ארטיקל געליינט, און מיר האבן אנגעהויבן זיכן פאר די מינות, און געגרייט צו מאכן א שריפה אויפן לבלר אלץ ובערת הרע מקרבך...

אבער, צו מיין שטויניג האב איך נישט געקענט טרעפן וואס ער מיינט, ביז איך בין אנגעקומען צו רבי מרדכי גענוט'ס מאמר, און ממש ושתוממתי, לא מיני ולא מקציתה, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום שייכות צו ספרי מינות וכו'.

לפי ראות עיני איז הודאה לספרי מינות אין שם, אבל יש שם א שיינע תורה'דיגע שמועס מלא תוכן וידיעות.

קאנסילמאן'ס טענה איז לפי ראות עיני שקר מיסודו, און אלץ ליינער פון דעם מאמר האב איך נישט געקענט טרעפן קיין איינס פון זיינע טענות.

אויב איינער פארשטייט במה הדברים אמורים, זאל מסביר זיין.

פערפעקט, דאס הייסט צוגעלייגט ווערטער צו וואס איך האב געשריבען, און מיט די צוגעלייגטע ווערטער מיר פאלטש אטאקירט, כאילו איך האב געשריבען אז דארט שטייט דברי מינות.

איך קען נישט ארויפלייגען די ארטיקעל ווייל די בילד קומט מיר אויס צו גרויס, במחילות כבודכם לייג דו עס ארויף, ונראה צו וואס "איך" האב געשריבען איז ריכטיג אדער נישט.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג דעצמבער 02, 2018 11:54 am

קאנסילמאן האט געשריבן:

די האסט א טענה ניין, נו עליך הראי'.
@פאראויס קויפט עס נישט וועגן דיר, ניין?
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג דעצמבער 02, 2018 12:16 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:איז ליינען גוי'שע ביכער און ביכער געשריבען דורוך חילונים א פראבלעם? ווענט זיך פאר וועם,
פאר קר"י און וומסב"ג אידן יא, פאר רבי .... שליט"א (לבלר שרייבער) נישט, איז דאס די השקפה וואס מיר זוכען צו געבן פאר די יוגענט?! און קען מען דען צוגלעכן היינטיגע פרייע ביכער צו די אמאליגע?! פאר געט מען אזוינע ארטיקלען פאר היימישע שטיבער?

מיט שאק האב איך נעכטן אויפדערנאכט געליינט די תגובה איבער ספרי מינות.

אנקומענדיג אהיים נאך חצות האב איך ארויסגעשלעפט דעם לבלר פון שופלאד ווי עס איז פארשטעקט געווען פון דארנשטאג און מיט נאר איין ארטיקל געליינט, און מיר האבן אנגעהויבן זיכן פאר די מינות, און געגרייט צו מאכן א שריפה אויפן לבלר אלץ ובערת הרע מקרבך...

אבער, צו מיין שטויניג האב איך נישט געקענט טרעפן וואס ער מיינט, ביז איך בין אנגעקומען צו רבי מרדכי גענוט'ס מאמר, און ממש ושתוממתי, לא מיני ולא מקציתה, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום שייכות צו ספרי מינות וכו'.

לפי ראות עיני איז הודאה לספרי מינות אין שם, אבל יש שם א שיינע תורה'דיגע שמועס מלא תוכן וידיעות.

קאנסילמאן'ס טענה איז לפי ראות עיני שקר מיסודו, און אלץ ליינער פון דעם מאמר האב איך נישט געקענט טרעפן קיין איינס פון זיינע טענות.

אויב איינער פארשטייט במה הדברים אמורים, זאל מסביר זיין.

פערפעקט, דאס הייסט צוגעלייגט ווערטער צו וואס איך האב געשריבען, און מיט די צוגעלייגטע ווערטער מיר פאלטש אטאקירט, כאילו איך האב געשריבען אז דארט שטייט דברי מינות.

איך קען נישט ארויפלייגען די ארטיקעל ווייל די בילד קומט מיר אויס צו גרויס, במחילות כבודכם לייג דו עס ארויף, ונראה צו וואס "איך" האב געשריבען איז ריכטיג אדער נישט.

די האסט א טענה ניין, נו עליך הראי'.
@פאראויס קויפט עס נישט וועגן דיר, ניין?

איך דארף דיר נישט ברענגן קיין ראיות, לאו בעל דברים דידי את, און איך האב נישט קיין טענות, אויפן מאמענט, דשאסט געשריבען א נקודה.

הנראה לעיני כתבתי, דער ניק @לבלר איז דא צו ברענגן די ארטיקעל און מיר אפווענדן, איך קען עס נישט ברענגן, איך קען עס נישט קלענער מאכען.
לעצט פאראכטן דורך קאנסילמאן אום זונטאג דעצמבער 02, 2018 2:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מוכר ספרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 9:05 pm

זייער הנאה געהאט צו זען היינט אין כולל א הויפן לבלרים... א גוטער מיטל ווי אזוי ארייצוכאפן די בני תורה וחובבי ספרים...

שלשה אחים
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

לבלר #2 - טבת תשע״ט

תגובהדורך שלשה אחים » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 6:20 pm

דער צווייטער נומער פון לבלר לחודש טבת וועט זיין בייגעלייגט אי״ה אינעם ״מאמענט״ קומענדיגע וואך פר׳ שמות
צוגעלייגטע
Lavlor 2 - Coming Next Week.jpg
Lavlor 2 - Coming Next Week.jpg (463.39 KiB) געזעהן 2776 מאל

אוועטאר
Come and go
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 05, 2018 7:39 pm

תגובהדורך Come and go » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 8:19 pm

מיך האט קיין איין ארטיקל געכאפט! אפשר טאקע ווייל כ'אבעס באקומען בחנם
אז די קענסט מער נישט נאכמאכן יענעם קענסטו פראבירן צי זיין דיך!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2137
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 1:20 am

שלשה אחים האט געשריבן:דער צווייטער נומער פון לבלר לחודש טבת וועט זיין בייגעלייגט אי״ה אינעם ״מאמענט״ קומענדיגע וואך פר׳ שמות

Can't wait
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

שלשה אחים
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

RE: לבלר #2 - טבת תשע״ט

תגובהדורך שלשה אחים » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 7:53 pm

לבלר, טבת תשע״ט, וועט זיין בייגעלייגט אינעם ״מאמענט״ פון היינטיגער וואך פר׳ שמות
צוגעלייגטע
Lavlor 2 Cover Ad.jpeg
Lavlor 2 Cover Ad.jpeg (458.88 KiB) געזעהן 2521 מאל

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2137
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 12:52 am

זעהט אויס זייער אינטרעסאנט און תוכן'דיג
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 12:22 pm

דער הרב פאלק פון געיטסהעד איז נישט א שטארקער מחמיר?

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 1:13 pm

קוגל מיט פיקל האט געשריבן:דער הרב פאלק פון געיטסהעד איז נישט א שטארקער מחמיר?

כ'מיין אז הרב פולק איז אויכעט מחמיר לגבי קוגל מיט פיקל, אז מ'טאר נישט לייגן שבת א קאלטן פיקל אויף א הייס שטיקל קוגל ארויס פון אויווען, ווייל די פיקל איז מקלי הבישול און ס'קען זיך אפקאכן פון די קוגל...

אפשר ביסטו מסביר דיין פראגע?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

שלשה אחים
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

תגובהדורך שלשה אחים » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 8:40 pm

רייכער ׳לבלר׳ לחודש טבת, 56 עמודים פון רייכסטן אינהאלט, בייגעלייגט אין ׳מאמענט׳ פון היינטיגער וואך פר׳ שמות.

א שטורעם אין א גלעזל קאווע: אויסשליסליכער תורה-שמועס מיט בארימטן פוסק פון געיטסהעד הגאון הגדול רבי פסח אליהו פאַלק שליט״א איבער די חששות זיך צו באניצן שבת מיט די נייע סארט קאווע שטויב פון לאנדאן

הייליגע בריוו: וויאזוי א בארא פארקער בעל הבית האט גענומען אויף זיך צו איינזאמלען און פארעפנטליכן די הונדערטער פייערדיגע בריוו פון חד מגדולי צדיקי דורינו רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, גדול המשפיעים והעובדים בזמנינו. אויסשליסליכער און ערשטמאליגער אינטערוויו מיט החסיד הנגיד ר' אלטר שמואל סטעפאנסקי שליט"א, דער מוציא לאור און זאמלער פון "אוסף מכתבים", וועלכער שענקט א נאנטן אריינבליק אין דעם דמות הוד וואס באלייכט עיניהם ולבם פון כלל ישראל פאר צענדליגער יארן

אייגנארטיגער ״איבעיא להו״ שאלות ותשובות פאנעל: הרב עזריאל טויבער: פארוואס זענען מיר געמישט צווישן די אומות העולם? / הרב אהרן פריעדמאן: וויאזוי קען איך איבערקומען די נאכאנאנדע קווענקלענישן ביי יעדער החלטה? / הרב מרדכי גנוט: ווער האט צעטיילט די קאפיטלען און פסוקים פון תנ"ך לויט'ן היינטיגן סדר?

דעם רבינ'ס מכון: הרב יואל פוקס שליט״א, ראש המכון "למען דעת", איבער די ספרי קודש פון תולדות-אהרן רבי׳ן און די כתבי קודש וואס זענען געראטעוועט געווארן פון פייער באלד 30 יאר צוריק

בעל מנחת חינוך: א חסידישער גדול פון גאליציע, א פארפאסער פון א לעגענדארן לומד'ישן חיבור, א שוואגער מיט א וועלטס-רבי און זעלבסט אן איידעם ביי א חסידישע רבי, א רב אין פינף שטעט און פון די גרעסטע לוחמים קעגן השכלה

פולמוס הרמח"ל: דאס שטורמישע לעבן פון בארימטן בעל מקובל הגה"ק רבי משה חיים לוצאטו זצוקללה״ה, בעל מסילת ישרים, און די העפטיגע שערורי׳ ארום זיינע חיבורים

הרב אלימלך פריעדמאן: כשרות אין קעז און שאלות ביים פעסטוריזירן -- הרב שלמה אשר טויבער: וויאזוי איז מעגליך צו זיין בשמחה? -- נייע סעריע פון הרב עזריאל טויבער: דאס פינטעלע איד, דער ריכטיגער באדייט פון א איד -- צווייטער טייל פון הרב סיני מלבוצקי׳ס סעריע: ספרים און דרוקעריי -- אויפ׳ן ספרים מארק

שלשה אחים
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

תגובהדורך שלשה אחים » פרייטאג דעצמבער 28, 2018 12:05 pm

באקומט לבלר יעדן חודש אין דער פאסט!
צוגעלייגטע
Lavlor Subscription Ad-min.jpg
Lavlor Subscription Ad-min.jpg (291.04 KiB) געזעהן 2145 מאל

אברהם27
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:06 pm

תגובהדורך אברהם27 » פרייטאג דעצמבער 28, 2018 2:53 pm

שלשה אחים האט געשריבן:באקומט לבלר יעדן חודש אין דער פאסט!

Can I receive the 1stלבלר in the mail?

שלשה אחים
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

תגובהדורך שלשה אחים » זונטאג דעצמבער 30, 2018 11:33 am

איר קענט פרובירן דורך די אפיס, אויב ס׳איז דא אין סטאק קען מען באשטעלן אלטע נומערן.
אימעיל אדרעס איז: subscribe -at- momentmagazine.org

צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט