רבי אליעזר חיים בלום זצ״ל, מקאשוי - תרצ״ט - ז׳ טבת תשע״ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 1:02 pm

ביי סעודת הילולא פון אביו בעל ברכת שמים זצ"ל, אין ביהמ"ד הגדול קרית קאשוי
קורץ נאכן צוריקקומען פון פלארידא
צוגעלייגטע
יאצ.jpg
יאצ.jpg (158.44 KiB) געזעהן 1195 מאל
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 3:31 pm

רבינו בעל שיח חיים מקאשוי זצ"ל עם אחיו יבלחט"א ר' שאול שלום
צוגעלייגטע
LC- SS.jpg
LC- SS.jpg (181.78 KiB) געזעהן 1136 מאל
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 3:37 pm

האדמו"ר בעל שיח חיים זצ"ל בקיום כיבוד אב בהכנת נטילת ידים לאביו בעל ברכת שמים זצ"ל
צוגעלייגטע
Capture.PNG
Capture.PNG (525.07 KiB) געזעהן 1133 מאל
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 3:50 pm

רבינו בעל שיח חיים מקאשוי זצ"ל עם אחיו יבלחט"א ר' שאול שלום
לכאורה אין שווייץ נאכן קריג
צוגעלייגטע
2 Big once.jpg
2 Big once.jpg (39.71 KiB) געזעהן 1117 מאל
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 3:51 pm

כנ"ל
צוגעלייגטע
2 older boys.jpg
2 older boys.jpg (31.63 KiB) געזעהן 1117 מאל
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 5:10 pm

חשוב מחשבות יישר כח. שיינע בילדער!

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 8:16 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:רבינו בעל שיח חיים מקאשוי זצ"ל

שוין דא א ספר, אדער ווערט געפלאנט ארויסצוגעבן?

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 12:17 am

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:רבינו בעל שיח חיים מקאשוי זצ"ל

שוין דא א ספר, אדער ווערט געפלאנט ארויסצוגעבן?

שוין ארויסגעקומען חלקים משך די יארן אויף א קלענערע פארמאט
ס'איז אין פלאן ארויסצוקומען מער עמטליך
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 12:58 am

א אייניקל האט מיר פארציילט:

ער איז געווען צוזאמען מיטן רבי'ן זצ''ל אין פלארידא פאר 3 יאר צוריק, און ער איז געווען ממונה צו זיכער מאכן אז די רבי לייגט זיך אראפ פאר אביסעל אינמיטן טאג לויט די פארלאנג פון די דאקטוירם,

אינמיטן איז אריינגעקומען א הזכרה פון א מקשה לילד שוין עטליכע טעג, די רבי איז צוגעקומען צום טעלעפאון און אויסגעפרעגט דעם אינגערמאן כמה שאלות, צו ער האט אונטערגעלייגט א ספר, געגאנגען אין מקוה ועוד, וואס ער האט אויף אלעם גענטפערט אז יא, און די רבי האט נאך אביסל גערעדט מיט דעם איד און אנגעוואונטשן און אראפגעלייגט דעם טרייבל,

דערנאך האט די רבי געבליבן זיצן אויפן פלאץ און אנגעהויבן אזוי דרימלן, די אייניקל האט עס געזעהן האט ער זיך אנגערופן צום זיידן 'אפשר גייט זיידי אריין אין בעט איך זעה אז מ'דרימלט מילא'... האט די רבי זיך אנגערופן 'איך דרימל נישט' ע''כ

ס'איז דורך נאך אפאר מינוט, די רבי הייבט אויף זיין קאפ און רופט זיך צום אייניקל 'יעצט קען מען שוין גיין זיך צולייגן' און באותו שעה ממש איז געקומען א טעלעפאון קאל אז די קינד איז געבוירן געווארן למז''ט, ס'האט אויסגעזעהן ווי ער האט עפעס פארארבעט מעשים, און תיכף געפועלט פאר יענעם א ישועה.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:09 am

א איד האט מיר היינט פארציילט א מעשה וואס איז געווען ביי זיין טאטע:

איין נאכמיטאג בערך 2 יאר צוריק האט ער געכאפט א דרימל, און אזוי שלאפענדיג חלומ'ט ער ווי די רבי זאגט איהם 'זארג דיך נישט, איך האב דיך אינזין' ער וועקט זיך אויף אינגאנצן פארוואונדערט וואס דאס קען באדייטן, און ער גייט ארויס און פרעגט זיין אידענע טאמער אלעס איז בסדר עפעס איז געשען...?

פארציילט זי א אינטרעסאנטע נס וואס האט זיך אפגעשפילט עטליכע מינוט צוריק ביי זיי אין שטוב, די קינדער האבן זיך געהאט געשפילט אויפן פארטש, און אינמיטן האט זי עפעס באקומען א געפיל צו אריינרופן די קינדער, א מינוט 2 שפעטער הערט זי א מעכטיגע זעץ פון די פארטש, זי לויפט ארויס און זעהט נישט מער און נישט ווייניגער ווי די גאנצע אונינג (שלאק) מיט שווערע אייזענעס האבן מיטאמאל אראפגעטראסקעט אויפן פארטש אויפן זעלבן פלאץ ווי די קינדער האבן זיך מינוטן בעפאר געשפילט, ומי יודע וואס עס וואלט געקענט פאסירן... ובאותו שעה האט דער איד געחלומ'ט ווי די רבי היט אויף איהם!
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:25 am

הרה''ח הנגיד ר' אהרן יוסל בערגער שליט''א האט היינט פארציילט ביים מנחם זיין:

פאר אביסל מער ווי א יאר צוריק האט ער אראנזשירט אין מאנסי אן אסיפת הרבנים בנוגע טעכנעלאגיע, איין נאכמיטאג איז ער אריינגעגאנגן צום רבי'ן זצ''ל זיך דורכרעדן אין די נושא, די רבי האט איהם זייער שיין אויפגענומען און אראפגעשריבן (ער האט שוין נישט געקענט רעדן) א גאנצע צעטיל מיט געדאנקן און עצות לכבוד דעם אסיפה, ער האט גענדיגט דעם שמועס און אוועקגעגאנגן.

שפעטער אזוי 10:30 ביינאכט באקומט ער א קאל פון רבי'נס שטוב אז די רבי האט געבעטן אז ער זאל אריבערקומען ער האט איהם מוסיף צו זיין אפאר וויכטיגע נקודות, למעשה זיין אידענע האט איהם געטענה'ט ס'איז שוין שפעט ביינאכט וואס ברענט צו גיין יעצט, מ'קען פונקט אזוי גיין מארגן, בקיצור ער האט זיך געטראפן אין א דילעמע דא רופט איהם א רבי א מדוכא ביסורים מיט א טרעיק.... למעשה איז ער געגאנגן, ווען ער איז אריינגעקומען האט שוין די רבי געהאט אנגעגרייט נאך א געשריבענע צעטיל מיט נאך כמה הוספות חשובות וואס ער האט געוואלט מוסיף זיין פאר די וויכטיגע אסיפה, פאר ער גייט ארויס נעמט די רבי נאכאמאל דעם פעדער מיט א פאפיר און ער שרייבט איהם א ברכה ווי ער וואונטשט איהם אן אז די זכות המצוה זאל איהם ביישטיין וכו' און ער ענדיגט צו וגם זוגתו שתחי' וואס שטייט איהם צו די האנט זאל געבענטשט ווערן וכו'...

פארשטייציך אז זי האט שוין מער קיין פראבלעמן נישט געהאט, נאר אדרבה זי האט מוסיף געווען צוצושטיין און ארויסהעלפן די מצוה,

נאך עטליכע טעג איז ר' אהרן יוסל זיך געקומען באדאנקן פאר די רוח הקודש אז ס'געווען א מורא'דיגע הילף אז זיין רעביצן זאל פארשטיין די גרויסקייט פון די מצוה, און די רבי האט געפענט פאר איהם אזעלכע צוויי אויגן ווי כאילו האט נישט קיין מושג פון וואס די איד רעדט...


איך האב געזעהן בעיני אלע 3 צעטליך.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:33 am

פארציילט א אייניקל ביים שבעה א מעשה פון איבער 10 יאר צוריק;

איין נאכמיטאג זענען געשטאנען 2 אייניקלעך בחורים אינדרויסן פון רבינ'ס צימער און געשמועסט, פלוצלינג עפענט זיך די טיר און די רבי קומט ארויס שטארק פארקאכט מיט א משונה'דיגע צורה, און רופט זיך אן 'וואס פארברענגט מען דא די צייט?.. אידן דארפן ישועות און מ'האט צייט סתם צו גיין ליידיג?... נעמט א תהילים און זאגטס אפאר קאפיטלעך פאר איד'נס וועגן, [און די רבי לייגט צו אזוי אגב'דיג] און האט אינזין פלוני בן פלוני.

עטליכע שעה שפעטער איז נתגלה געווארן אז באותו שעה האט יענע איד דער פלוני בן פלוני אריבער גאר א מסוכנ'דיגע עקסידענט, און איז באופן פלא געראטעוועט געווארן, בו בזמן וואס קיינער האט נישט געקאלט מזכיר זיין, און ס'נאך נישט געווען שייך ווייל ס'נאך געווען הארט פאר עפעס האט בכלל פאסירט, און די רבי ברוח קדשו האט עס מרגיש געווען.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:39 am

איינע פון די משמשים בקודש האט מיר היינט פארציילט:


איין נאכט האט א איד אריינגעקאלט זיך מזכיר זיין, אבער די רבי האט געהאלטן אינמיטן שלאפן, האט די גבאי אפגעשריבן א קוויטל און עס אונטערגעלייגט אונטערן קישן פונעם רבי'ן,

עטליכע מינוט שפעטער וועקט זיך די רבי אויף און בעהט א פעדער מיט א פאפיר, און שרייבט אז ער האט געחלומ'ט פון דעם איד, און ער וויל וויסן טאמער ער האט אפשר גערופן אדער טאמער איינער ווייסט צו עפעס גייט פאר מיט איהם...
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:42 am

ס'באקאנט אז די נאכט פאר די טווין טאוער'ס האבן געקראכט, האט די פריערדיגע רבי די בעל ברכת שמים זצ''ל געהאט א שרעקליכע חלום אז ס'הערשט א סכנה, און ער איז געווען זייער צורידערט... והדברים ידועים

פארציילט מיר היינט א איד אז די רבי האט איהם אמאל געזאגט אזוי משיח לפי תומו אז ער האט געחלומ'ט ווי ערעפלאנען פליען און ער האט פארשטאנען אין חלום אז ס'דא באמבעס אין די ערעפלאנען...
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:47 am

סתם א זיסע מעשה וואס פארציילט זיין פיקחות.

ס'געווען מוצ''ש נאכן ערשטן סטראוק, און מ'איז נישט געווען קלאר צו די רבי איז בייי זיך, אדער טאמער ס'האט חלילה געשאט פאר די מח, האט א גבאי געפרעגט דעם רבי'ן פארשידענע שאלות צו טעסטן צו ער איז בצלילת הדעת, און אויף אלעם האט ער גענטפערט בכתב זייער צום זאך, נאכן ענדיגן נעמט די רבי נאך א שטיקל פאפיר און שרייבט צום גבאי'ן 'האסט מיר געוואלט טעסטן!'...
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:59 am

נאך א מעשה וואס איז געווען אין פלארידא

בשעת די רבי האט געוויילט אויף אפרוה, איז ער ווייטער אנגעגאנגן מיטן גאנצן שטארקייט אין זיין סדר היום, און נאך אפילו נאך שטערקער, האט א אייניקל זיך געבעטן ביים זיידן אפשר זאל זיידי אביסל כאפן א שפאציר אויף די פרישע לופט זיך אביסעל אנצושעפן פרישע כחות? די רבי האט אויפגעהויבן אויף אזאנע 2 תמימות'דיגע (פיקוחת'דיגע) אויגן און פרעגט איהם 'וואס פונקטליך זאל איך טוען דארט?' ביז די אייניקל האט אויסגעפועלט אז ער זאל זאגן אשרי (כידוע זיין גרויסע עבודה אין דעם, וואס האט געקענט געדויערן כמעט א שעה) אויף די לופט אינדרויסן, שוין איז ער איינגעגאנגן דערויף און טאקע יעדן טאג א געוויסע צייט האט די רבי זיך ארויסגעזעצט אויף א בענקל פאר די עבודה פון אשרי

ס'געווען די לעצטע טאג פאר ער איז אהיימגעפארן איז בייגעפאלן פאר איינעם אז ער וועט אונטערלייגן א סענסע (ריקארדער) אונטערן בענקל און ריקארדירן די אשרי, וכן עשה

די רבי גייט ארויס [דער פרייעט זיך אז ענדליך גייט איהם געלונגן צו ריקארדן א אשרי] און ס'גייט נישט דורך קיין 2 מינוט און די רבי איז צוריק אינעווייניג, און ער גייט צו יענעם און פרעגט אזוי תמימות'דיג 'דו האסט אפשר פארלוירן א סענסע?' איך האב עפעס באמערקט אינדרויסן עפעס א סענסע דו ווייסט אפשר ווער ס'האט עס פארלוירן??

ער האט מרגיש געווען בקדושתו...
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 2:22 am

ס'באקאנט אז צענדליגע מאכלים פלעגט ער נישט עסן, מיטן אויסרייד אז ער ליידט אויף געוויסע עלערדזשיז, וואס לכבוד דעם קען ער נישט פארנעמען קיין אויל/זאלץ וכו' נאך אזעלכע סיגופים

אין די עלטערע יארן האט מען אמאל גערופן א נוטרישען צו פעסשטעלן וואס מ'קען דא טוען כדי ער זאל מער קענען עסן, איהם צו האלטן ביי די כוחות, האט זיך ארויסגעשטעלט נאכן אונטערזוכן אז ער האט פשוט זיך געוואלט מסגף זיין מיט א אויסרייד עלערדזשיז...


אלס ראש ישיבה פלעגט א געוויסע בחור האבן די קביעות צו מאכן זיין טעגליכע קאשע, וואס האט ממש באשטאנען פון פשוט געקאכטע קאשע אן כמעט גארנישט קיין ספייסעס, איז געווען די סדר אז ר''ח פלעגט מען צולייגן צוקער לכבוד ר''ח
לעצט פאראכטן דורך חושב מחשבות... אום מיטוואך דעצמבער 19, 2018 2:26 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 2:25 am

ס'ידוע אז ער פלעגט נישט עסן נאר ממש גאר ווייניג, און אויך יעדן טאג די זעלבע זאכן ממש, און די אייניקלעך פלעגן וועלן האבן די זכי' צו ברענגן די עסן ווייל דער וואס האט עס געברענגט פלעגט ער מכבד זיין מיט א שיינע חלק פון די פארציע, אדער צומאל פלעגט ער געבן די נעכטיגע עסן וואס איז נישט צוגערירט געווארן.

ער פלעגט פאסטן צענדליגע תעניתים
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 3:17 am

געווען א גרויסער מענטש.
כ'וואלט געראטן צו שרייבן גדלות, זאל די וועלט וויסן א הלוך ילך פון א אדם גדול.
אבער מופתים וואלגערט זיך איבעראל אונטערן טיש, און דער עולם בייגט זיך עפעס נישט אזוי אראפ דערצו.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 8:18 am

@חושב מחשבות, שיין געשריבן, לעכטיגע סיפורים, זייט ממשיך.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 9:25 am

חושב מחשבות, ווי ביסטו געוועהן ביז יעצט?? האסט מיר'ס געדארפט פארציילען ביים לעבען, האמיר נישט געהאט די זכיה צו קענען דעהם יוד, אויב נאר האלב פון די מעשיות זענען אמת איז ער געוועהן גאר א גרויסע מענטש, יעצט איז שוין צו שפעט, פארפאסט! חבל על דאבדין!

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 11:08 am

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:@חושב מחשבות, שיין געשריבן, לעכטיגע סיפורים, זייט ממשיך.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2388
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 11:16 am

ייש"כ @חושב, ווארפט א שטיקל ליכט פון דעם מלאך בצורת אדם וואס האט פארבראכט זיין לעבן מיט עבודת ה' מיט מסירות נפש אן אויפהער.

היכל
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 9:51 am

תגובהדורך היכל » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 11:49 am

י
צוגעלייגטע
2018-12-18.jpg
2018-12-18.jpg (67.59 KiB) געזעהן 493 מאל
2018-12-17.jpg
2018-12-17.jpg (74.22 KiB) געזעהן 493 מאל

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 12:11 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:נאך א מעשה וואס איז געווען אין פלארידא

בשעת די רבי האט געוויילט אויף אפרוה, איז ער ווייטער אנגעגאנגן מיטן גאנצן שטארקייט אין זיין סדר היום, און נאך אפילו נאך שטערקער, האט א אייניקל זיך געבעטן ביים זיידן אפשר זאל זיידי אביסל כאפן א שפאציר אויף די פרישע לופט זיך אביסעל אנצושעפן פרישע כחות? די רבי האט אויפגעהויבן אויף אזאנע 2 תמימות'דיגע (פיקוחת'דיגע) אויגן און פרעגט איהם 'וואס פונקטליך זאל איך טוען דארט?' ביז די אייניקל האט אויסגעפועלט אז ער זאל זאגן אשרי (כידוע זיין גרויסע עבודה אין דעם, וואס האט געקענט געדויערן כמעט א שעה) אויף די לופט אינדרויסן, שוין איז ער איינגעגאנגן דערויף און טאקע יעדן טאג א געוויסע צייט האט די רבי זיך ארויסגעזעצט אויף א בענקל פאר די עבודה פון אשרי

ס'געווען די לעצטע טאג פאר ער איז אהיימגעפארן איז בייגעפאלן פאר איינעם אז ער וועט אונטערלייגן א סענסע (ריקארדער) אונטערן בענקל און ריקארדירן די אשרי, וכן עשה

די רבי גייט ארויס [דער פרייעט זיך אז ענדליך גייט איהם געלונגן צו ריקארדן א אשרי] און ס'גייט נישט דורך קיין 2 מינוט און די רבי איז צוריק אינעווייניג, און ער גייט צו יענעם און פרעגט אזוי תמימות'דיג 'דו האסט אפשר פארלוירן א סענסע?' איך האב עפעס באמערקט אינדרויסן עפעס א סענסע דו ווייסט אפשר ווער ס'האט עס פארלוירן??

ער האט מרגיש געווען בקדושתו...

כ'האב שוין געמיינט אז ברענגסט א ענטפער צו מיין קשיא אויפען פריערדיגע בלאט; און דא...

כ'האב הנאה פון אייער שרייבען, וואס איז זייער וויכיטיג געשריבען צו ווערען ווען עס איז פריש און ווערט געשריבען מיט מוח און הארטץ און נישט נאר מיט די פינגער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט