"אלעס איבער וואקסינען"

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובה דורך ראש הקהל »

הערליך. שכויח הערליך זייער שיין געשריבען, א שיינע סך הכל, אבער זעלטן צו טרעפן אזא לופטיגע תגובה, יא, איר זענט באמת'דיג א גוטע שרייבער כדרכם של שרייבערס.

דו אלע אומ'פאר'ענטפערטע שאלות פון דו אנטי וואקסינעס האט מען קיינמאל פאר'ענט'פערט.

ס'שאד לאו דוקא צו אוטיזעם, וואס דו פרא האלטן און איין ארויפברענגען וויפיל ס'שאד, ס'שאד צו add adhd asma אלערדזשיס והרבה מיחושים.

דער רובא מציאות איז, אז רוב אנטי וואקסינעס האבען געגעבן וואקסינען פאר זייערע עלטערע קינדער, און האבן מחמת סיבות אויפגעהערט, און יא דו אלע האבן בדידי הוי עובדא מעשיות, און זיי אלע זעהן א חילוק הימל און ערד צווישען דו עלטע וואקסינירט קינדער צו דער יונגערע.

דיין מוראדיגע פוינט אז מ'דארף פאלגן דו דאקטוירעם בלינדערהייט, חוץ וואס ס'איז שטותים'דיג גערעד, פארוואס אויב אזוי פאלגט מען זיי נישט ווען זיי זאגט אז רייכערן הרג'ט, דער השי"ת האט דאך כביכול איבערגעגעבן דער דעת צום רופא, אלא מאי, מ'מעג חקרנן און טוען אנדערש, אויב מ'פילט מ'טוט ריכטיג.

אלזא א קליינע סך הכל:
מאפס ריבאלע איז נישט נוגע מער
מיזעלס איז א קליינע רעש פאר א וואך, וואס פונקט ווי אונזערע מאמעס און טאטעס האבען אס אדורך געלעבט פערציג פופציג יאר צירוק איז כבימים ההם כן בזמן הזה
טשיקען פאקס האמיר אונז געהאט, ס'גארנישט געשעהן.
העפיטיירעס בי איז אויך נישט נוגע, מיר זענען ב"ה נישט מזנה
פאליו איז נישט דא פופציג יאר, און אנגעהויבן אויסצוראטן פינעף יאר איידער מ'האט אנדעקט דו וואקסין דערפאר.

דו אלע אנטי וואקסינס, חוץ פון זיי אנרופען מיט כל מיני שמות הנרדפים, און אז זיי האבען פיינט זייערע קינדער, האט מען קיינמאל נישט פאר'ענטפערט זייערע שווערע שאלות, און ס'איז געלונגען זיי ארויסצושטויסען מיט זלזולים פונעם אשכול, אן זיי צו פארענטפערן צום זאך.
דער פאקט איז, אז דער כת האנטי וואקסט מער און מער

און פארוואס מ'געט שאטס, אויב קיינער שטארבט נישט דערפון, ווייסט איין באשעפער.

שכויח הערליך נאכאמאל
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

תגובה דורך איינס »

הערליך פיין ארויסגעברענגט

אבער וואס מיינט די שטיקל?
הערליך האט געשריבן:פאר איך פארלאז דעם אשכול אויף אייביג בלי נדר
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

תגובה דורך איינס »

ראש הקהל האט געשריבן:דו אלע אנטי וואקסינס, חוץ פון זיי אנרופען מיט כל מיני שמות הנרדפים, און אז זיי האבען פיינט זייערע קינדער, האט מען קיינמאל נישט פאר'ענטפערט זייערע שווערע שאלות, און ס'איז געלונגען זיי ארויסצושטויסען מיט זלזולים פונעם אשכול, אן זיי צו פארענטפערן צום זאך.

דא האט איר א שטיקל וואס האט נישט אין זיך קיין איינס פון די שמות נרדפים, אבער האט יא עפעס צו זאגן וועגן די "שווערע" שאלות.

הערליך האט געשריבן:לאמיר פראבירן צו מאכן א שטיקעלע ס"ה פון דעם שמועס דא אין דעם פורום

דער אומאפפרעגבארע פאקט איז, אז וואקסינען ווערן למעשה באטראכט דורך "אלע" גרויסע פובליק געזונטהייט ארגאניזאציעס איבער דער גארער וועלט אלץ דער סאמע וויכטיגסטער מעדיצינישער ערפינדונג פונעם 20'סטן יאר-הונדערט, און איינע פון די גרעסטע לעבנס-רעטנדע אינווענשענס מיט וואס סאסייעטי איז בכלל אמאל אויפגעקומען, עס איז פארהאן א קליינע מינאריטעט פון מענטשן וואס האלטן אז וואקסינען זענען נישט גוט פאר זייער קינד'ס געזונט.

א קליינע, זייער אויסגעשפראכענע, מינאריטעט.

איך בין נישט דא צו קריטיקירן עלטערן. עס איז זייער וויכטיג אנצומערקן אז רוב עלטערן ווילן דאס בעסטע פאר זייערע קינדער. זיי פרובירן זיך אפצוגעבן מיט און אויפפאסן אויף זייערע קינדער, נאר פון צייט צו צייט ווערן זיי פארפירט דערביי. און מאכט נישט קיין טעות, די מענטשן וואס פארקויפן וואקסין פחדים זענען פראפעסיאנאלע מאניפעלעיטערס. זיי ווייסן פונקטליך וויאזוי איבערצורעדן באזארגטע עלטערן אז די געפארפולסטע זאך אויף די וועלט פאר זייער קינד איז דער וואקסין, אנשטאט לאמיר זאגן, די מיזעלס. (איך האב נישט געהערט הרב מייזעלס האלטן א דרשה וועגן די שטארקע שרעק וואס עלטערן וואס טוען יא אימיוניזירן די קינדער גייען דורך, טראץ דעם וואס ער קלעימט אז ער גיבט יא זיינע קינדער די אומיוניזעישענס אינקלודינג די עם עם אר)

עכ"פ, נישט די עלטערן זענען די וואס פארשפרייטן וואקסין פארלייקענונג. זיי זענען קרבנות פון פראפעסיאנאלן. אויב איר זענט עלטערן וואס זארגן זיך וועגן וואקסינאציעס: ווערט נישט אנגעצויגן. איר זענט גוטע עלטערן. מען האט אייך פשוט ליגן געזאגט. גייט כאפן א שמועס מיט אייער אייגענע דאקטאר איבער די סיבה פארוואס אימיוניזאציע איז וויכטיג און פארוואס ס'איז א גוטע זאך פאר אייערע קינדער. גלויבט נישט וואס אפרוחים שלא נפתחו עיניהם, אינגעלייטלעך אדער ווייבלעך פארקויפן, איר וואלט נישט געמאכט קיין געלט אינוועסטמענט בעיסט אויף אזעלכע עדווייז, כש"כ נעמט נישט קיין קיין מעדיקעל עדווייז פון זיי

לענין, ווען אימער מען רעדט נאר וועגן וואקסינען, קומען די אנטי-וואקסינירער אויף מיט די זעלבע רעסייקעלד טענות יעדעס מאל. דאס זענען די אכט בעיסיק טענות וואס זענען איבערגעקייט געווארן אומצאליגע מאל, און מיין מיינונג פארוואס איך האלט לעניית דעתי אז זיי האבן בכלל נישט קיין שום זין:

1. וואקסינען פאראורזאכן אוטיזם: איך גיי נישט אריינגיין אין דעם, ווייל עס איז שוין אפגעוואנדן געווארן איינמאל און נאכאמאל. יעדע שטודיע וואס האט אנטהאלטן 1) מענטשן, 2) מער ווי 10 אנטיילנעמער, און 3) פארשער וועלכע זענען נישט באשולדיגט געווארן מיט שווינדלען, האט געוויזן קלאר אז עס איז נישט פארהאן קיין שום פארבינדונג צווישן וואקסינען און אוטיזם. עס פלעגט זיין א לעגיטימע זארג אין די פריע 90'ער יארן, אבער מיר האבן געלויבט השי"ת 30 יאר פון באווייזן וואס צייגן אז אוטיזם איז נישט פארבינדן מיט וואקסינען אויף קיין שום אופן.

וואקסינען פאראורזאכן נישט קיין אוטיזם אלע פארלעסליכע שטודיעס האב דאס אויפגעוויזן פאר צענדליגער יארן

2. עס זענען נישטא גענוג שטודיעס: דאס איז שטענדיג א מאדנע טענה, ווייל די זעלבע מענטשן וואס זאגן פון איין זייט אז עס זענען נישט פארהאן גענוג סטאדיס אויף וואקסינען פעסטצושטעלן אז עס איז אומשעדליך, זאגן אבער פון די אנדערע זייט אז זיי ווייסן דעם אמת ווייל "זיי" האבן געטון "זייער" סטאדי און עס האט געוויזן אז וואקסינען זענען ממש גיפט.
עס איז א מאדנע טענה, אבער עס קומט אלעמאל אויף.

דאס איז פשוט א ליגנט וואס וואקסין-לייקענער זאגן כדי צו דערשרעקן די עלטערן. וואקסינען זענען אלעמאל געוועהן פון די מערסט אויסגעפארשטע אינטערווענצן. עס איז דא דאטא פון ממש מיליאנען מיליאנען קינדער איבער די וועלט וואס באווייזט זייער זיכערהייט. עס זענען פארהאן מער שטודיעס אויף וואקסינען ווי כמעט יעדע אנדערע מעדעצינישע אינטערווענץ.
מען האט דאס אויסגעפארשט. איינמאל און נאכאמאל. וואקסינען זענען פארזיכערט און ווירקזאם.

3. וואקסינען ברענגען אומגעהויערע פארדינסטן: דאס איז אויך א מאדנע טענה, ווייל, קודם כל, איז וואס? דאס זעלבע איז אויך מיט אסאך אנדערע זאכן וואס ברענגען גרויסע פארדינסטן. די אינטערנאציאנאלע מעל האנדל איז ריזיג, אבער דאס מאכט נישט יעדע ברויט רעקלאמע ווערן א שליח פון טייוול. מעל מילנער האבן אייגנטליך געהאלפן באשיצן בעיביס איבער די וועלט דורך בארייכערן זייערע פראדוקטן מיט מאקראנוטריענטס און פארמיידן נורעל טוב דעפעקטן.

נאכדעם, עס איז נישט אמת. פארמא פירמעס מאכן "פיל" מער געלט פון אזוי-גערופענע 'בלאקבאסטער' מעדיצינען ווי פון וואקסינען – למשל אסטראזענעקע'ס נעקסיעם, טראץ דעם וואס עס איז נישט מער ווירקזאם ווי ביליגערע אפציעס פאר געסטרא-אינטעסטינעל פראבלעמען, האט עס פארדינט מער ווי $50 ביליאן. די יערליכע פארדינסטן זענען געווען ערגעץ צווישן 2 און 5 מאל אזוי פיל ווי די פלו וואקסין. פאקטיש, אויב קוקט איר אויף די מעדיצינען וואס זענען די העכסטע 20 פארדינער פאר פארמא פירמעס, וועט איר זען אז קיין איינס פון זיי איז נישט קיין וואקסין.

4. וואקסינען קאסטן אסאך: אפשר נאך וויכטיגער, איז דאס: וואקסינען קאסטן בכלל נישט קיין סאך. נעמט די וואופינג קאוף וואקסין אלס ביישפיל. א פולע 3 דאזעס קאסט ארום $100. דאס זעט אויס ווי א שיין ביסל, ביז מען געדענקט אז אן איינצלנע פאל פון וואופינג קאוף קען גרינגערהייט גרייכן $10,000 אויב עס פאדערט זיך באדייטנדע באהאנדלונג.

וואקסינען "שפארן" אייגנטליך געלט. וואס דאס מיינט אז פאר יעדע דאלער וואס איר גיבט אויס אויף וואקסינען, באקומט איר צוריק בערך זיבן דאלער, ווייל איר פארמיידט מענטשן פון ווערן קראנק און שטארבן פון זייערע קרענק. די מעדיצינישע אינדוסטריע וואלט פיל מער פארדינט ווען מען וואקסינירט נישט, ווייל קראנקהייטן זענען געווענליך "זייער" טייער.

5. די סידיסי זאגט ליגנט: דאס איז איינע פון מיינע פעוועריטס, ווייל עס איז פשוט אזוי גרינג אויפצואווייזן אלץ פאלש. ווען איינער ברענגט אויף די סידיסי , איז מיין ענטפער... איז וואס? לאמיר זאגן אז די סידיסי איז שלעכט! געפערליך! זיי ליגן אין די טאשן פון די פארמא פירמעס. (נישט אז איך האלט אזוי, איך האלט אז די מענטשן וואס ארבעטן ביי די סידיסי זענען געטרייע, אויפריכטיגע, און קענען געווענליך זייער גוט פובליק העלט) אבער פאר די צוועק פונעם וויכוח, לאמיר אננעמען אז די סידיסי איז קארופטירט.
וועמען גייט דאס אן?

מענטשן וועלכע קאנצענטרירן זיך אויף די סידיסי איגנארירן איין הימל שרייענדע פאקט: אז די פאראייניגטע שטאטן איז ווייט נישט די איינציגסטע לאנד אויף די פלאנעט. אויב די סידיסי איז פארפוילט, קארופטירט, אינטערגעקויפט, וואס איז מיט יעדע אנדערע פובליק געזונטהייט ארגאניזאציע אויף די וועלט וואס רעקאמענדירט וואקסינען? אוסטראליע, פראנקרייך, ענגלאנד, יאפאן, כינע, די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער און ווייטער. פארגעס פון די סידיסי. גיבט א קוק וואס די ענגלישע דעפארטמענט אוו העלט זאגט אויף וואקסינען. אדער די יאפאנעזער אימיוניזאציע סקעדזשול. אדער איינס פון הונדערטער אנדערע לענדער וואס וועלן אלע אויס צו וואקסינירן. (אאפפס דער קעציל איז ארויס פון זעקיל) ס'איז אדער פארהאן א גלאבאלע קאנספיראציע ארייננעמענדיג לענדער וועלכע זענען ממש צוקריגט איינער מיטן צווייטן – אביסל אסאך אומגלויבליך – אדער איז אימיוניזאציע א גוטע זאך אפגעזען פון אייער מיינונג אויף די סידיסי.

6. די פאראייניגטע שטאטן איז ספעציעל: דאס איז נאך איינס וואס איך האב ליב, ווייל עס איז אזוי גרינג אויפצואווייזן אלץ פאלש. ניין, די פאראייניגטע שטאטן גיבט נישט קיין ספעציעל הויכע צאל אימיוניזאציעס. פיל פון די OECD האבן כמעט די זעלבע וואקסין סקעדזשול ווי די פאראייניגטע שטאטן, מיט א פאר קליינע חילוקים. די פאראייניגטע שטאטן האט אויך היבש ווייניגער שטראף געזעצן לגבי וואקסינאציעס ווי אנדערע לענדער - צום ביישפיל, אין פראנקרייך קענט איר גיין אין תפיסה פאר נישט וואקסינירן אייערע קינדער.

ניין. די פאראייניגטע שטאטן איז נישט ספעציעל. עס איז נאר נאך א לאנד וואס פרובירט אפצושטעלן שלעכטע קרענק ווי פאליא, דיפטעריע און מיזעלס פון הרג'ענען קינדער.

7. וואקסין פאבריצירער קענען נישט ווערן אנגעקלאגט פארן קראנק מאכן קינדער: דאס איז גראדע זייער א פשוטער ליגנט. איר קענט אנקלאגן וועמען איר ווילט, אפילו אין די פאראייניגטע שטאטן. וואס די 1986 National Childhood Vaccine Injury Act טוט איז, אז עס פארגרינגערט שטארק צו באקומען פארגוטיגונג פאר קינדער וואס האבן געליטן וואקסין שאדן. פארשטייט זיך אויב איר קענט עכט אויפווייזן אז איר האט געהאט א וואקסין און געליטן אן אנערקענטע פראבלעם - לאמיר זאגן אנאפילאקסיס (לעבנס-דראענדע אלערגישע רעאקציע) - דאן איז פארהאן גאנץ א פשוטע מיטל פון באקומען צוטריט צו פארגוטיגונג אין די פאראייניגטע שטאטן. (פארשטייט זיך אז פאר אויטיזם קען מען נישט באקומען גארנישט ווייל סאיז פירות פון איינעמס חלום, גארנישט מיט ריאלעטי)

אין אנדערע פלעצער אין די וועלט, צום ביישפיל, אוסטראליע, קענט איר אפטמאל נישט טון מער ווי קלאגן אין ציווילע געריכטן. און אפילו אויב איר האט געליטן עכטע שאדן פון וואקסינאציע, איז כמעט אוממעגליך דאס אויפצואווייזן אין א געריכט פון געזעץ, וואס מיינט אז די קליינע פרעקשען פון א פרעקשן פון א פראצענט מענטשן וועלכע ליידן יא שאדן ווערן כמעט קיינמאל נישט פארגוטיגט.

עס איז אויך מערקווירדיג אז זאגן אז "וואקסין פאבריצירער קענען נישט אנגעקלאגט ווערן" איז ווידער אן אייגנארטיגער אמעריקאנער שטות. עס זענען דאך פארהאן הונדערטער אנדערע לענדער. רוב ערלויבן סיי וועמען אנצוקלאגן סיי וועמען. און דאך, ווערט די געריכט אין לאנדאן נישט אנגעפילט מיט פעלער ווי וואקסין פאבריצירער ווערן ערפאלגרייך געקלאגט.
איך וואונדער זיך פארוואס?

8. וואקסין שאדן טרעפט זיך אפט/מענטשן ווערן קראנקער: דאס לעצטע אבער די בעסטע, איז די מערסטע באקאנטע טענה. פארגעסט וועגן די סידיסי , פארגעסט וועגן די פארמעסוטיקעל פירמעס, דאס איז די מקור פון קאראפציע.

יעדעס יאר ווערן מענטשן קראנקער. און עס האט צו טון מיט וואקסינען.

עס איז דא צוויי טיילן פון די געשיכטע. ערשטנס, מיר ווערן נישט קראנקער. נישט אפילו אביסל. די לייף עקספעקטענסי גייט כסדר ארויף, און טייל מענטשן זאגן פאראויס אז מיר וועלן לעבן ביז נאך די 100 נאך אינעם יעצטיגן יאר-הונדערט. נישט נאר דאס, נאר טויטפעלער פון בעיביס און קינדער איז ביי א רעקארד נידריגע שטאפל און גייט געשווינד אויף אראפ. דאס איז נישט נאר אמת אין רייכע לענדער - די גאנצע וועלט ווערט כסדר געזונטער.

צווייטנס, וואקסין שאדן איז אן אויסערגעווענליך גוט-געפארשטע פעלד. מיר ווייסן גוט ראטעס פון שאדן פארבינדן מיט וואקסינען. ס'איז בערך 1 ערנסטע פראבלעם פאר יעדע מיליאן וואקסינאציעס וואס ווערן געגעבן. דאס איז א נומער וואס האט זיך איבערגעשפילט איבער די גאנצע וועלט, פון יאפאן ביז טאילאנד ביז אוסטראליע ביז פינלאנד און יא, ביז די פאראייניגטע שטאטן.

סוף דבר, וואקסינען זענען גאר גוט, ווירקזאם, און רעקאמענדירט

עס איז נישט עכט פארהאן מער וואס צו זאגן. דאס זענען באקאנטע טענות, רוב דערפון פשוט באזירט אויף ליגנס. וואקסינען זענען זיכער און ווירקזאם, נישט ווייל פארמעסוטיקל פירמעס זאגן אזוי אדער ווייל די סידיסי האט אזוי פראקלאמירט, נאר ווייל טויזנטער געטרייע פארשער איבער די גארער וועלט האבן פארברענגט צענדליגע יארן מאכן זיכער אז זיי זענען טאקע אזוי.

גייט און וואקסינירט אייערע קינדער. עס איז גוט פאר סאסייעטי, עס וועט אונז אלע שפארן געלט, אבער איבער אלעם קען עס ראטעווען זייער לעבן.

וואקסינען איז דער גרעסטער חסד השם בדורינו.

פשוט און גראד.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4270
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

ראש הקהל האט געשריבן:הערליך. שכויח הערליך זייער שיין געשריבען, א שיינע סך הכל, אבער זעלטן צו טרעפן אזא לופטיגע תגובה, יא, איר זענט באמת'דיג א גוטע שרייבער כדרכם של שרייבערס.

דו אלע אומ'פאר'ענטפערטע שאלות פון דו אנטי וואקסינעס האט מען קיינמאל פאר'ענט'פערט.

ס'שאד לאו דוקא צו אוטיזעם, וואס דו פרא האלטן און איין ארויפברענגען וויפיל ס'שאד, ס'שאד צו add adhd asma אלערדזשיס והרבה מיחושים.

דער רובא מציאות איז, אז רוב אנטי וואקסינעס האבען געגעבן וואקסינען פאר זייערע עלטערע קינדער, און האבן מחמת סיבות אויפגעהערט, און יא דו אלע האבן בדידי הוי עובדא מעשיות, און זיי אלע זעהן א חילוק הימל און ערד צווישען דו עלטע וואקסינירט קינדער צו דער יונגערע.

דיין מוראדיגע פוינט אז מ'דארף פאלגן דו דאקטוירעם בלינדערהייט, חוץ וואס ס'איז שטותים'דיג גערעד, פארוואס אויב אזוי פאלגט מען זיי נישט ווען זיי זאגט אז רייכערן הרג'ט, דער השי"ת האט דאך כביכול איבערגעגעבן דער דעת צום רופא, אלא מאי, מ'מעג חקרנן און טוען אנדערש, אויב מ'פילט מ'טוט ריכטיג.

אלזא א קליינע סך הכל:
מאפס ריבאלע איז נישט נוגע מער
מיזעלס איז א קליינע רעש פאר א וואך, וואס פונקט ווי אונזערע מאמעס און טאטעס האבען אס אדורך געלעבט פערציג פופציג יאר צירוק איז כבימים ההם כן בזמן הזה
טשיקען פאקס האמיר אונז געהאט, ס'גארנישט געשעהן.
העפיטיירעס בי איז אויך נישט נוגע, מיר זענען ב"ה נישט מזנה
פאליו איז נישט דא פופציג יאר, און אנגעהויבן אויסצוראטן פינעף יאר איידער מ'האט אנדעקט דו וואקסין דערפאר.

דו אלע אנטי וואקסינס, חוץ פון זיי אנרופען מיט כל מיני שמות הנרדפים, און אז זיי האבען פיינט זייערע קינדער, האט מען קיינמאל נישט פאר'ענטפערט זייערע שווערע שאלות, און ס'איז געלונגען זיי ארויסצושטויסען מיט זלזולים פונעם אשכול, אן זיי צו פארענטפערן צום זאך.
דער פאקט איז, אז דער כת האנטי וואקסט מער און מער

און פארוואס מ'געט שאטס, אויב קיינער שטארבט נישט דערפון, ווייסט איין באשעפער.

שכויח הערליך נאכאמאל

און דאס מורא ורבותי איז וואס די פסוק מיינט מען מאלט וואסער.
מען האט אויף אלעס פארענטפערט. די פאקט איז אז דער פויבסט האט א ביליאן followers. די אנטי וואקסין קולט וואקסט ווייל מען זאגט זיי ליגענט. ווי למשל אז מיזעלס איז נישט קיין סכנה. ווי למשל אז העפיטייטעס האט מען נאר ווען מען איז מזנה. וויאזוי איז געוועהן א ריזיגע אויסברוך פון העפיטייטוס אין קרית יואל? האבן זיי אלע מזנה געוועהן? איהר ווילט אפשר אויך פארלייקענען די ארבייט פון דר. ווערצבערגער וואס האט ערפינדן די וואקסין און געראטעוועט קרית יואל???
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

תגובה דורך פאראויס »

ראש הקהל האט געשריבן:הערליך. שכויח הערליך זייער שיין געשריבען, א שיינע סך הכל, אבער זעלטן צו טרעפן אזא לופטיגע תגובה, יא, איר זענט באמת'דיג א גוטע שרייבער כדרכם של שרייבערס.

דו אלע אומ'פאר'ענטפערטע שאלות פון דו אנטי וואקסינעס האט מען קיינמאל פאר'ענט'פערט.

ס'שאד לאו דוקא צו אוטיזעם, וואס דו פרא האלטן און איין ארויפברענגען וויפיל ס'שאד, ס'שאד צו add adhd asma אלערדזשיס והרבה מיחושים.

דער רובא מציאות איז, אז רוב אנטי וואקסינעס האבען געגעבן וואקסינען פאר זייערע עלטערע קינדער, און האבן מחמת סיבות אויפגעהערט, און יא דו אלע האבן בדידי הוי עובדא מעשיות, און זיי אלע זעהן א חילוק הימל און ערד צווישען דו עלטע וואקסינירט קינדער צו דער יונגערע.

דיין מוראדיגע פוינט אז מ'דארף פאלגן דו דאקטוירעם בלינדערהייט, חוץ וואס ס'איז שטותים'דיג גערעד, פארוואס אויב אזוי פאלגט מען זיי נישט ווען זיי זאגט אז רייכערן הרג'ט, דער השי"ת האט דאך כביכול איבערגעגעבן דער דעת צום רופא, אלא מאי, מ'מעג חקרנן און טוען אנדערש, אויב מ'פילט מ'טוט ריכטיג.

יעצט האסטו דיך אליין געשאסן אין די פוס. סא יא רייכערן ווייל ס'איז בכלל נישט אומגעזונט, דאס גייט ביינאזאם מיט נישט וואקסינען?..
א נארמאלע מענטש נעמט יא אן די דאקטוירעם און רייכערט טאקע נישט. און אויב יא, זאגט ער נישט ''וואס ער האט ליב'' אז די דאקטוירעם רעדן שטותים וכו' נאר אז 'איך קען מיך ליידער נישט איינהאלטן'.

און ברענג מיך נישט הרב פישער זצ'ל ווייל איך וויעל דיר ברענגן 100 קעגן עם, ווי רב וואזנער זצ''ל ועוד ועוד.

אלזא א קליינע סך הכל:
מאפס ריבאלע איז נישט נוגע מער
מיזעלס איז א קליינע רעש פאר א וואך, וואס פונקט ווי אונזערע מאמעס און טאטעס האבען אס אדורך געלעבט פערציג פופציג יאר צירוק איז כבימים ההם כן בזמן הזה.
טשיקען פאקס האמיר אונז געהאט, ס'גארנישט געשעהן.
דאס אגרי איך מיט דיר 100%.
העפיטיירעס בי איז אויך נישט נוגע, מיר זענען ב"ה נישט מזנה
דאס איז אויך 100% און דר. שאקאהווי פון ODA האלט אויך אזוי. ליידער האבן זיי עס צוזאמגעשטעלט אין איין וואקסין מיט אנדערע סא מ'קען עס נישט אויסלאזן.
פאליו איז נישט דא פופציג יאר, און אנגעהויבן אויסצוראטן פינעף יאר איידער מ'האט אנדעקט דו וואקסין דערפאר.
ס'האט זיך אליין 'אויסגעראטן'.. קאממאן!.

שכויח הערליך נאכאמאל
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובה דורך yield »

Kosher Travel האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:הערליך. שכויח הערליך זייער שיין געשריבען, א שיינע סך הכל, אבער זעלטן צו טרעפן אזא לופטיגע תגובה, יא, איר זענט באמת'דיג א גוטע שרייבער כדרכם של שרייבערס.

דו אלע אומ'פאר'ענטפערטע שאלות פון דו אנטי וואקסינעס האט מען קיינמאל פאר'ענט'פערט.

ס'שאד לאו דוקא צו אוטיזעם, וואס דו פרא האלטן און איין ארויפברענגען וויפיל ס'שאד, ס'שאד צו add adhd asma אלערדזשיס והרבה מיחושים.

דער רובא מציאות איז, אז רוב אנטי וואקסינעס האבען געגעבן וואקסינען פאר זייערע עלטערע קינדער, און האבן מחמת סיבות אויפגעהערט, און יא דו אלע האבן בדידי הוי עובדא מעשיות, און זיי אלע זעהן א חילוק הימל און ערד צווישען דו עלטע וואקסינירט קינדער צו דער יונגערע.

דיין מוראדיגע פוינט אז מ'דארף פאלגן דו דאקטוירעם בלינדערהייט, חוץ וואס ס'איז שטותים'דיג גערעד, פארוואס אויב אזוי פאלגט מען זיי נישט ווען זיי זאגט אז רייכערן הרג'ט, דער השי"ת האט דאך כביכול איבערגעגעבן דער דעת צום רופא, אלא מאי, מ'מעג חקרנן און טוען אנדערש, אויב מ'פילט מ'טוט ריכטיג.

אלזא א קליינע סך הכל:
מאפס ריבאלע איז נישט נוגע מער
מיזעלס איז א קליינע רעש פאר א וואך, וואס פונקט ווי אונזערע מאמעס און טאטעס האבען אס אדורך געלעבט פערציג פופציג יאר צירוק איז כבימים ההם כן בזמן הזה
טשיקען פאקס האמיר אונז געהאט, ס'גארנישט געשעהן.
העפיטיירעס בי איז אויך נישט נוגע, מיר זענען ב"ה נישט מזנה
פאליו איז נישט דא פופציג יאר, און אנגעהויבן אויסצוראטן פינעף יאר איידער מ'האט אנדעקט דו וואקסין דערפאר.

דו אלע אנטי וואקסינס, חוץ פון זיי אנרופען מיט כל מיני שמות הנרדפים, און אז זיי האבען פיינט זייערע קינדער, האט מען קיינמאל נישט פאר'ענטפערט זייערע שווערע שאלות, און ס'איז געלונגען זיי ארויסצושטויסען מיט זלזולים פונעם אשכול, אן זיי צו פארענטפערן צום זאך.
דער פאקט איז, אז דער כת האנטי וואקסט מער און מער

און פארוואס מ'געט שאטס, אויב קיינער שטארבט נישט דערפון, ווייסט איין באשעפער.

שכויח הערליך נאכאמאל

און דאס מורא ורבותי איז וואס די פסוק מיינט מען מאלט וואסער.
מען האט אויף אלעס פארענטפערט. די פאקט איז אז דער פויבסט האט א ביליאן followers. די אנטי וואקסין קולט וואקסט ווייל מען זאגט זיי ליגענט. ווי למשל אז מיזעלס איז נישט קיין סכנה. ווי למשל אז העפיטייטעס האט מען נאר ווען מען איז מזנה. וויאזוי איז געוועהן א ריזיגע אויסברוך פון העפיטייטוס אין קרית יואל? האבן זיי אלע מזנה געוועהן? איהר ווילט אפשר אויך פארלייקענען די ארבייט פון דר. ווערצבערגער וואס האט ערפינדן די וואקסין און געראטעוועט קרית יואל???

עס ווענט זיך וועלכע העפיטייטיס. ווי ראש הקהל האט ערווענט און די זעלבע איז מיט די hpv virus וואס אונז ברוך השם נישט נוגע
לעצט פארראכטן דורך yield אום דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 6:40 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
yield the right of way
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובה דורך yield »

ראש הקהל האט געשריבן:הערליך. שכויח הערליך זייער שיין געשריבען, א שיינע סך הכל, אבער זעלטן צו טרעפן אזא לופטיגע תגובה, יא, איר זענט באמת'דיג א גוטע שרייבער כדרכם של שרייבערס.

דו אלע אומ'פאר'ענטפערטע שאלות פון דו אנטי וואקסינעס האט מען קיינמאל פאר'ענט'פערט.

ס'שאד לאו דוקא צו אוטיזעם, וואס דו פרא האלטן און איין ארויפברענגען וויפיל ס'שאד, ס'שאד צו add adhd asma אלערדזשיס והרבה מיחושים.

דער רובא מציאות איז, אז רוב אנטי וואקסינעס האבען געגעבן וואקסינען פאר זייערע עלטערע קינדער, און האבן מחמת סיבות אויפגעהערט, און יא דו אלע האבן בדידי הוי עובדא מעשיות, און זיי אלע זעהן א חילוק הימל און ערד צווישען דו עלטע וואקסינירט קינדער צו דער יונגערע.

דיין מוראדיגע פוינט אז מ'דארף פאלגן דו דאקטוירעם בלינדערהייט, חוץ וואס ס'איז שטותים'דיג גערעד, פארוואס אויב אזוי פאלגט מען זיי נישט ווען זיי זאגט אז רייכערן הרג'ט, דער השי"ת האט דאך כביכול איבערגעגעבן דער דעת צום רופא, אלא מאי, מ'מעג חקרנן און טוען אנדערש, אויב מ'פילט מ'טוט ריכטיג.

אלזא א קליינע סך הכל:
מאפס ריבאלע איז נישט נוגע מער
מיזעלס איז א קליינע רעש פאר א וואך, וואס פונקט ווי אונזערע מאמעס און טאטעס האבען אס אדורך געלעבט פערציג פופציג יאר צירוק איז כבימים ההם כן בזמן הזה
טשיקען פאקס האמיר אונז געהאט, ס'גארנישט געשעהן.
העפיטיירעס בי איז אויך נישט נוגע, מיר זענען ב"ה נישט מזנה
פאליו איז נישט דא פופציג יאר, און אנגעהויבן אויסצוראטן פינעף יאר איידער מ'האט אנדעקט דו וואקסין דערפאר.

דו אלע אנטי וואקסינס, חוץ פון זיי אנרופען מיט כל מיני שמות הנרדפים, און אז זיי האבען פיינט זייערע קינדער, האט מען קיינמאל נישט פאר'ענטפערט זייערע שווערע שאלות, און ס'איז געלונגען זיי ארויסצושטויסען מיט זלזולים פונעם אשכול, אן זיי צו פארענטפערן צום זאך.
דער פאקט איז, אז דער כת האנטי וואקסט מער און מער

און פארוואס מ'געט שאטס, אויב קיינער שטארבט נישט דערפון, ווייסט איין באשעפער.

שכויח הערליך נאכאמאל

אין לנו אלא דברי ראש הקהל
אין מפטירין אחר ראש הקהל
yield the right of way
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4270
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

וכל המהרהר אחרי הראש הקהל, כאילו מהרהר..
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובה דורך געוואלדיג »

... אחר הערליך
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

כתמר יפרח האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.

כתמר יפרח האט געשריבן:סתם נייגעריג, איז דא איין פארשוין דא אויף אייוועלט וואס האט אויפגעהערט צו וואקסינען א דאנק מיסטער בעזהשי"ת?

ווייל ער האט שוין אוועק געגעבן גאנצענע טעג אין נעכט דא, כ'גלייב אז ער טוט דאס צו איינעם משכנע זיין אין נישט נאר צו זאגן אז זיין מיינונג איז די אמת'דיגע.

איז שוין דא איינער וואס איז געווארן א דעמאקראט אדער א רעפובליקאנער א דאנק די שרייבער'ס דא אויף אייוועלט וואס געבן אוועק דערפאר זייערע טעג און נעכט?....

זייער פיין גענפערט,
פאר 99 פרעצענט מענשטען איז פאליטיק א ספארט, א וועג וויאזוי צו דיבאטירן מיינונגען, קיינער פין אונז דא ארבעט אינעם אוועל אפיס אין קיינער קען נישט דורך פירן א בילל אין קאנגרעס, אבער עס איז אינטשויפיל צו דיסקאטורן מיינונגן.

משא"כ די וואקסינען טענהריי איז דאך קלאמפערשט די געזונט פינעם קינדער, מ'פאר'סמט די דורות עתידות מיט חולאים רעים , א מגיפה ממש,
שטעלט ארויס אז ס'איז א פאן טענהריי, גנאוי ווי צוויי אירע טענה'ן זיך דא ארום צו טראמפ האט געהאט מער מענטשען ביי זיין איינשווערונג,. כ'הייב אן צו טראכטן אז די אליינס געט אויכט וואקסינען די קינדער.

איך האב געמיינט ארויס צו ברענגען, אז מענטשן האבן ליב צו דיסקוסירן זייערע מיינונגען אין די ענינים וואס זיי זענען עוסק, אפילו זיי טראכטן נישט אז זיי גייען איינעם טוישן דערמיט.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובה דורך Borough Park »

ראש הקהל האט געשריבן:הערליך. שכויח הערליך זייער שיין געשריבען, א שיינע סך הכל, אבער זעלטן צו טרעפן אזא לופטיגע תגובה, יא, איר זענט באמת'דיג א גוטע שרייבער כדרכם של שרייבערס.

דו אלע אומ'פאר'ענטפערטע שאלות פון דו אנטי וואקסינעס האט מען קיינמאל פאר'ענט'פערט.

ס'שאד לאו דוקא צו אוטיזעם, וואס דו פרא האלטן און איין ארויפברענגען וויפיל ס'שאד, ס'שאד צו add adhd asma אלערדזשיס והרבה מיחושים.

דער רובא מציאות איז, אז רוב אנטי וואקסינעס האבען געגעבן וואקסינען פאר זייערע עלטערע קינדער, און האבן מחמת סיבות אויפגעהערט, און יא דו אלע האבן בדידי הוי עובדא מעשיות, און זיי אלע זעהן א חילוק הימל און ערד צווישען דו עלטע וואקסינירט קינדער צו דער יונגערע.

דיין מוראדיגע פוינט אז מ'דארף פאלגן דו דאקטוירעם בלינדערהייט, חוץ וואס ס'איז שטותים'דיג גערעד, פארוואס אויב אזוי פאלגט מען זיי נישט ווען זיי זאגט אז רייכערן הרג'ט, דער השי"ת האט דאך כביכול איבערגעגעבן דער דעת צום רופא, אלא מאי, מ'מעג חקרנן און טוען אנדערש, אויב מ'פילט מ'טוט ריכטיג.

אלזא א קליינע סך הכל:
מאפס ריבאלע איז נישט נוגע מער
מיזעלס איז א קליינע רעש פאר א וואך, וואס פונקט ווי אונזערע מאמעס און טאטעס האבען אס אדורך געלעבט פערציג פופציג יאר צירוק איז כבימים ההם כן בזמן הזה
טשיקען פאקס האמיר אונז געהאט, ס'גארנישט געשעהן.
העפיטיירעס בי איז אויך נישט נוגע, מיר זענען ב"ה נישט מזנה
פאליו איז נישט דא פופציג יאר, און אנגעהויבן אויסצוראטן פינעף יאר איידער מ'האט אנדעקט דו וואקסין דערפאר.

דו אלע אנטי וואקסינס, חוץ פון זיי אנרופען מיט כל מיני שמות הנרדפים, און אז זיי האבען פיינט זייערע קינדער, האט מען קיינמאל נישט פאר'ענטפערט זייערע שווערע שאלות, און ס'איז געלונגען זיי ארויסצושטויסען מיט זלזולים פונעם אשכול, אן זיי צו פארענטפערן צום זאך.
דער פאקט איז, אז דער כת האנטי וואקסט מער און מער

און פארוואס מ'געט שאטס, אויב קיינער שטארבט נישט דערפון, ווייסט איין באשעפער.

שכויח הערליך נאכאמאל

לאמיר זאגן אז די ביסט גערעכט(וואס די ביסט נישט) אבער וואס איז מיט מענעדזיירעס?
לעצט פארראכטן דורך Borough Park אום דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 11:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

הערליך האט געשריבן:בס"ד

באמת האב איך נישט געהאלטן אז שיין געשריבענע דרשות אן קיין שום מקור אדער ווארהייט פארדינט בכלל א ענטפער, אבער זעענדיג ווי דער עולם גייט גאגא פאר א גוטער שרייבער, און עס פעלט בכלל נישט אויס צו שרייבן קיין אמת'ע פאקטן אפצוקויפן דעם ציבור. האב איך באשלאסן צוצולייגן מיינע צוויי צענט צום ארטיקל, און צולייגן צו איטליכן פאראגראף די "אמת'ע" פאקטן.

לאמיר פראבירן צו מאכן א שטיקעלע ס"ה פון דעם שמועס דא אין דעם פורום

דער אומאפפרעגבארע פאקט איז, אז וואקסינען ווערן למעשה באטראכט דורך "אלע" גרויסע פובליק געזונטהייט ארגאניזאציעס איבער דער גארער וועלט אלץ דער סאמע וויכטיגסטער מעדיצינישער ערפינדונג פונעם 20'סטן יאר-הונדערט, און איינע פון די גרעסטע לעבנס-רעטנדע אינווענשענס מיט וואס סאסייעטי איז בכלל אמאל אויפגעקומען, עס איז פארהאן א קליינע מינאריטעט פון מענטשן וואס האלטן אז וואקסינען זענען נישט גוט פאר זייער קינד'ס געזונט.

א קליינע, זייער אויסגעשפראכענע, מינאריטעט.

אויב דו ווילסט רעכענען אויף די גרויסע געזונטהייט ארגענעזאציעס, דאן לאמיר דיר דערמאנען עטליכע קלייניקייטן..

פאר נישט צו לאנג צוריק, האבן אלע גרויסע געזונטהייט ארגענעזאציעס געהאלטן אז עסן אייער איז שעדליך..

פאר נישט צו לאנג צוריק, האבן אלע גרויסע געזונטהייט ארגענעזאציעס געהאלטן אז פארמולע איז געזונטער פון זייגן..

פאר נישט צו לאנג צוריק, האבן אלע גרויסע געזונטהייט ארגענעזאציעס געהאלטן אז רייכערן איז געזונט..

און די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער..

און ענטפער מיר נישט אז מען מוז זיך פארלאזן אויף דאקטוירים אפילו עס קען זיין אז זיי מאכן טעותים, ווייל אין ריעל עסטעיט וואלסטו דיך נישט פארלאזט בלינדערהייט אויף קיינעם ווען דו האסט ווען נאר א חשד אז ס'קען אפשר זיין נישט אמת... און בדרך אגב, קינדער זענען ביי מיר וויכטיגער ווי געלט.

און עס איז נישט שייך צו זאגן אז דו פארלאזט זיך אויף איינעם בלינדערהייט, אין א צייט וואז דו קענסט יעדע זאך נאכקוקן צו עס איז אמת וואז מען פארקויפט דיר, צו נישט.

איך בין נישט דא צו קריטיקירן עלטערן. עס איז זייער וויכטיג אנצומערקן אז רוב עלטערן ווילן דאס בעסטע פאר זייערע קינדער. זיי פרובירן זיך אפצוגעבן מיט און אויפפאסן אויף זייערע קינדער, נאר פון צייט צו צייט ווערן זיי פארפירט דערביי. און מאכט נישט קיין טעות, די מענטשן וואס פארקויפן וואקסין פחדים זענען פראפעסיאנאלע מאניפעלעיטערס. זיי ווייסן פונקטליך וויאזוי איבערצורעדן באזארגטע עלטערן אז די געפארפולסטע זאך אויף די וועלט פאר זייער קינד איז דער וואקסין, אנשטאט לאמיר זאגן, די מיזעלס. (איך האב נישט געהערט הרב מייזעלס האלטן א דרשה וועגן די שטארקע שרעק וואס עלטערן וואס טוען יא אימיוניזירן די קינדער גייען דורך, טראץ דעם וואס ער קלעימט אז ער גיבט יא אז ער האט געגעבן זיינע קינדער די אומיוניזעישענס אינקלודינג די עם עם אר)

די אנטי וואקסין אקטיוויסטן ווייסן טאקע פונקטליך וויאזוי איינצורעדן עלטערן, און זיי טוען עס נאר דורכן פארציילן די קלארע אמת'ע פאקטן. וואס ווער עס האט נאך א קליין ביסל שכל אין קאפ און איז אינטערעסירט נאכצופארשן דעם אמת, קען זיך תיכף איבערצייגן אין די ווארהייט פון זייערע ווערטער.

עכ"פ, נישט די עלטערן זענען די וואס פארשפרייטן וואקסין פארלייקענונג. זיי זענען קרבנות פון פראפעסיאנאלן. אויב איר זענט עלטערן וואס זארגן זיך וועגן וואקסינאציעס: ווערט נישט אנגעצויגן. איר זענט גוטע עלטערן. מען האט אייך פשוט ליגן געזאגט. גייט כאפן א שמועס מיט אייער אייגענע דאקטאר איבער די סיבה פארוואס אימיוניזאציע איז וויכטיג און פארוואס ס'איז א גוטע זאך פאר אייערע קינדער. גלויבט נישט וואס אפרוחים שלא נפתחו עיניהם, אינגעלייטלעך אדער ווייבלעך פארקויפן, איר וואלט נישט געמאכט קיין געלט אינוועסטמענט בעיסט אויף אזעלכע עדווייז, כש"כ נעמט נישט קיין קיין מעדיקעל עדווייז פון זיי

וויאזוי זאל מיין דאקטער האבן וואס צו ענטפערן ווען די CDC האט נישט וואס צו ענטפערן?

לענין, ווען אימער מען רעדט נאר וועגן וואקסינען, קומען די אנטי-וואקסינירער אויף מיט די זעלבע רעסייקעלד טענות יעדעס מאל. דאס זענען די אכט בעיסיק טענות וואס זענען איבערגעקייט געווארן אומצאליגע מאל, און מיין מיינונג פארוואס איך האלט לעניית דעתי אז זיי האבן בכלל נישט קיין שום זין:

1. וואקסינען פאראורזאכן אוטיזם: איך גיי נישט אריינגיין אין דעם, ווייל עס איז שוין אפגעוואנדן געווארן איינמאל און נאכאמאל. יעדע שטודיע וואס האט אנטהאלטן 1) מענטשן, 2) מער ווי 10 אנטיילנעמער, און 3) פארשער וועלכע זענען נישט באשולדיגט געווארן מיט שווינדלען, האט געוויזן קלאר אז עס איז נישט פארהאן קיין שום פארבינדונג צווישן וואקסינען און אוטיזם. עס פלעגט זיין א לעגיטימע זארג אין די פריע 90'ער יארן, אבער מיר האבן געלויבט השי"ת 30 יאר פון באווייזן וואס צייגן אז אוטיזם איז נישט פארבינדן מיט וואקסינען אויף קיין שום אופן.

וואקסינען פאראורזאכן נישט קיין אוטיזם אלע פארלעסליכע שטודיעס האב דאס אויפגעוויזן פאר צענדליגער יארן

עס איז נישטא "קיין איין" שטודיע,
וואס האט אויפגעוויזן אז וואקסינען ברענגען נישט קיין אויטיזם.

עס זענען אבער יא דא קלארע שטודיעס, וואס ווייזן קלאר אויף אז וואקסינען ברענגען יא אויטיזם.

און דאס איז חוץ פון די הונדערטער טויזענטער עלטערן פון אויטיסטיק קינדער וואס טענה'ען אז עס איז ביי זיי הונדערט פראצענט קלאר אז נאר די וואקסינען האבן געברענגט זייערע קינדער צום אויטיזם ספעקטרום

2. עס זענען נישטא גענוג שטודיעס: דאס איז שטענדיג א מאדנע טענה, ווייל די זעלבע מענטשן וואס זאגן פון איין זייט אז עס זענען נישט פארהאן גענוג סטאדיס אויף וואקסינען פעסטצושטעלן אז עס איז אומשעדליך, זאגן אבער פון די אנדערע זייט אז זיי ווייסן דעם אמת ווייל "זיי" האבן געטון "זייער" סטאדי און עס האט געוויזן אז וואקסינען זענען ממש גיפט.
עס איז א מאדנע טענה, אבער עס קומט אלעמאל אויף.

דאס איז פשוט א ליגנט וואס וואקסין-לייקענער זאגן כדי צו דערשרעקן די עלטערן. וואקסינען זענען אלעמאל געוועהן פון די מערסט אויסגעפארשטע אינטערווענצן. עס איז דא דאטא פון ממש מיליאנען מיליאנען קינדער איבער די וועלט וואס באווייזט זייער זיכערהייט. עס זענען פארהאן מער שטודיעס אויף וואקסינען ווי כמעט יעדע אנדערע מעדעצינישע אינטערווענץ.
מען האט דאס אויסגעפארשט. איינמאל און נאכאמאל. וואקסינען זענען פארזיכערט און ווירקזאם.

עס זענען טאקע דא גאר אסאך שטודיעס וואס צייגן איבער די שעדליכקייט פון וואקסינען.

3. וואקסינען ברענגען אומגעהויערע פארדינסטן: דאס איז אויך א מאדנע טענה, ווייל, קודם כל, איז וואס? דאס זעלבע איז אויך מיט אסאך אנדערע זאכן וואס ברענגען גרויסע פארדינסטן. די אינטערנאציאנאלע מעל האנדל איז ריזיג, אבער דאס מאכט נישט יעדע ברויט רעקלאמע ווערן א שליח פון טייוול. מעל מילנער האבן אייגנטליך געהאלפן באשיצן בעיביס איבער די וועלט דורך בארייכערן זייערע פראדוקטן מיט מאקראנוטריענטס און פארמיידן נורעל טוב דעפעקטן.

אין הכי נמי, דאס וואס מען מאכט אסאך געלט מיינט נאכנישט אז עס איז א פראבלעם,
אדרבה, געווענליך ווען א קאמפאני מאכט אסאך געלט איז דאס א סימן אז זיי פארקויפן גאר גוטע פראדוקטן.

די פראבלעם דא איז, אז ווען וואקסינען וואלט ווען געווען אזא גוטע זאך וואלט דאך דאס נישט געדארפט ווערן מענדעיטעד, דער עולם וואלט דאך געלאפן אין די מאסן דאס קויפן. אבער א זאך וואס די געלט דערפון קומט דורכן ארויפצווינגען אויפן פובליק, מאכט שוין א חשד אז עס ווערט ארויפגעצווינגען פאר געלט סיבות, און נישט פאר געזונט אינטערעסן.

נאכדעם, עס איז נישט אמת. פארמא פירמעס מאכן "פיל" מער געלט פון אזוי-גערופענע 'בלאקבאסטער' מעדיצינען ווי פון וואקסינען – למשל אסטראזענעקע'ס נעקסיעם, טראץ דעם וואס עס איז נישט מער ווירקזאם ווי ביליגערע אפציעס פאר געסטרא-אינטעסטינעל פראבלעמען, האט עס פארדינט מער ווי $50 ביליאן. די יערליכע פארדינסטן זענען געווען ערגעץ צווישן 2 און 5 מאל אזוי פיל ווי די פלו וואקסין. פאקטיש, אויב קוקט איר אויף די מעדיצינען וואס זענען די העכסטע 20 פארדינער פאר פארמא פירמעס, וועט איר זען אז קיין איינס פון זיי איז נישט קיין וואקסין.

אין הכי נמי, ווען מען קוקט אויף די ליסטע פון די "מעדיצינען" זעט מען טאקע נישט דארטן קיין וואקסינען.. אבער וואקסינען זענען גאר א שיינע הכנסה פאר מעדיצין קאמפאניס וואס מאכן דערויף א ערך פון צוואנציג ביליאן א יאר, וואס איז העכער פון אסאך פון די צוואנציג מעדיצינען אויף די ליסטע פון וואס דו רעדסט.

ווי אויך למשל אז דער HPV וואקסין ווערט ווען מענדעיטעד, וואלטן וואקסין קאמפאניס געמאכט א פרישע דרייסיג ביליאן דאללער א יאר. און דאס איז די סיבה פארוואס זיי טרייען אזוי שטארק עס דורכצושטופן, אפילו דאס איז די מערסט שעדליכער און אומנויטיגער וואקסין וואס איז נאר אמאל געווען אין היסטאריע. (חוץ אפשר דער אמאליגער DPT וואס האט געהאט דער זעלבער עדזשאוונעט ווי דער היינטיגער HPV, און איז אראפגענומען געווארן למעשה פון די מארקעט בזכות פון NVIC וואס האט גאר שטארק געקעמפט דערקעגן.)

און דאס איז חוץ המעשה וואס וואקסינען ברענגען נישט קיין זייטיגע קאסטן, אזויווי לאו סוטס אדער קאסטבארע שטודיעס. במילא איז עס די מערסטע פראפיטבארע אינוועסטמענטס פאר די פארמא אינדוסטריע

4. וואקסינען קאסטן אסאך: אפשר נאך וויכטיגער, איז דאס: וואקסינען קאסטן בכלל נישט קיין סאך. נעמט די וואופינג קאוף וואקסין אלס ביישפיל. א פולע 3 דאזעס קאסט ארום $100. דאס זעט אויס ווי א שיין ביסל, ביז מען געדענקט אז אן איינצלנע פאל פון וואופינג קאוף קען גרינגערהייט גרייכן $10,000 אויב עס פאדערט זיך באדייטנדע באהאנדלונג.

וואקסינען "שפארן" אייגנטליך געלט. וואס דאס מיינט אז פאר יעדע דאלער וואס איר גיבט אויס אויף וואקסינען, באקומט איר צוריק בערך זיבן דאלער, ווייל איר פארמיידט מענטשן פון ווערן קראנק און שטארבן פון זייערע קרענק. די מעדיצינישע אינדוסטריע וואלט פיל מער פארדינט ווען מען וואקסינירט נישט, ווייל קראנקהייטן זענען געווענליך "זייער" טייער.

די וואקסינען פארמיידן נישט קיין מחלות, אדרבה זיי ברענגען אן גאר אסאך מחלות.

איינער פון די גרעסטע פראו וואקסין אקטיוויסטן אין אפריקע, dr. peter aaby, האט נאך דרייסיג יאר געבן וואקסינען אין אפריקע צוריקגעקוקט די דאטא פון זיינע פאציענטן. האט ער אויסגעפונען, אז די וועלכע האבן באקומען דעם dpt וואקסין, זענען געשטארבן צען מאל מער ווי די וואס האבן עס נישט באקומען. אין הכי נמי זיי זענען נישט געשטאבן פון dpt, אבער עס האט זיי געברענגט אנדערע מחלות.
https://www.ncbi.nlm.nih.gov/pmc/articles/PMC5360569/

לויט דעם קומט אויס אז די מעדיצין פירמעס מאכן דאפלט געלט אויף וואקסינען, סיי פון די וואקסין אליין, און סיי פון די מעדיצינען וואס מען דארף נאכדעם קויפן צו באהאנדלען די סייד עפעקטס פון די וואקסינען.

נעם טאקע למשל דער וואפינג קאפ וואקסין, וואס דאס ברענגט דאך אן וואפינק קאפ לויט די באסטאן יונעווערסעטי, קומט דאך קלאר אויס אז זיי שארן אריין דאפלט ריוח!!
https://www.bu.edu/sph/2017/09/21/resur ... nfections/

5. די סידיסי זאגט ליגנט: דאס איז איינע פון מיינע פעוועריטס, ווייל עס איז פשוט אזוי גרינג אויפצואווייזן אלץ פאלש. ווען איינער ברענגט אויף די סידיסי , איז מיין ענטפער... איז וואס? לאמיר זאגן אז די סידיסי איז שלעכט! געפערליך! זיי ליגן אין די טאשן פון די פארמא פירמעס. (נישט אז איך האלט אזוי, איך האלט אז די מענטשן וואס ארבעטן ביי די סידיסי זענען געטרייע, זיי זענען זייער געטריי צו זייערע קעשענעס.. אויפריכטיגע, און קענען געווענליך זייער גוט פובליק העלט אויב זיין באצאלט פון וואקסין קאמפאניס מיינט זיך אויסקענען אין פובליק העלט,
דעמאלטס ביזטו טאקע גערעכט..
) אבער פאר די צוועק פונעם וויכוח, לאמיר אננעמען אז די סידיסי איז קארופטירט.
וועמען גייט דאס אן?

מענטשן וועלכע קאנצענטרירן זיך אויף די סידיסי איגנארירן איין הימל שרייענדע פאקט: אז די פאראייניגטע שטאטן איז ווייט נישט די איינציגסטע לאנד אויף די פלאנעט. אויב די סידיסי איז פארפוילט, קארופטירט, אינטערגעקויפט, וואס איז מיט יעדע אנדערע פובליק געזונטהייט ארגאניזאציע אויף די וועלט וואס רעקאמענדירט וואקסינען? אוסטראליע, פראנקרייך, ענגלאנד, יאפאן, כינע, די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער און ווייטער. פארגעס פון די סידיסי. גיבט א קוק וואס די ענגלישע דעפארטמענט אוו העלט זאגט אויף וואקסינען.

ענגלאנד למשל, האלט אז ווען איינער האט טשיקען פאקס, דארף מען ניטאמאל גיין צום דאקטער....

א וואקסין? מאן דכר שמיה...

אדער די יאפאנעזער אימיוניזאציע סקעדזשול.
וואס איז די ווייניגסטע אימיוניזאציע סקעדזשול פון די גאנצע וועלט...
אדער איינס פון הונדערטער אנדערע לענדער וואס וועלן אלע אויס צו וואקסינירן. (אאפפס דער קעציל איז ארויס פון זעקיל) ס'איז אדער פארהאן א גלאבאלע קאנספיראציע ארייננעמענדיג לענדער וועלכע זענען ממש צוקריגט איינער מיטן צווייטן – אביסל אסאך אומגלויבליך – אדער איז אימיוניזאציע א גוטע זאך אפגעזען פון אייער מיינונג אויף די סידיסי.

די וואס מאכן געלט אויף וואקסינען -ד. ה. די פארמאסיוטעקעל קאמפאניס- געפינען זיך איבעראל אויפן ערד קוגל. און זיי פרובירן איבעראל צו באאיינפלוסן די גאווערמענטס אויף יעדן מעגליכן אופן.
און דאס איז ביי אלע מעדיצינען, נישט נאר ביי וואקסינען.
.

6. די פאראייניגטע שטאטן איז ספעציעל: דאס איז נאך איינס וואס איך האב ליב, ווייל עס איז אזוי גרינג אויפצואווייזן אלץ פאלש. ניין, די פאראייניגטע שטאטן גיבט נישט קיין ספעציעל הויכע צאל אימיוניזאציעס. פיל פון די OECD האבן כמעט די זעלבע וואקסין סקעדזשול ווי די פאראייניגטע שטאטן, מיט א פאר קליינע חילוקים. די פאראייניגטע שטאטן האט אויך היבש ווייניגער שטראף געזעצן לגבי וואקסינאציעס ווי אנדערע לענדער - צום ביישפיל, אין פראנקרייך קענט איר גיין אין תפיסה פאר נישט וואקסינירן אייערע קינדער.

ניין. די פאראייניגטע שטאטן איז נישט ספעציעל. עס איז נאר נאך א לאנד וואס פרובירט אפצושטעלן שלעכטע קרענק ווי פאליא, דיפטעריע און מיזעלס פון הרג'ענען קינדער.

די פאראייניגטע שטאטן האט די העכסטע מאס פון רעקאמענדירטע וואקסינען, מער פון יעדע איינציגסטע לאנד אין די גאנצע וועלט.

7. וואקסין פאבריצירער קענען נישט ווערן אנגעקלאגט פארן קראנק מאכן קינדער: דאס איז גראדע זייער א פשוטער ליגנט. איר קענט אנקלאגן וועמען איר ווילט, אפילו אין די פאראייניגטע שטאטן. וואס די 1986 National Childhood Vaccine Injury Act טוט איז, אז עס פארגרינגערט שטארק צו באקומען פארגוטיגונג פאר קינדער וואס האבן געליטן וואקסין שאדן. פארשטייט זיך אויב איר קענט עכט אויפווייזן אז איר האט געהאט א וואקסין און געליטן אן אנערקענטע פראבלעם - לאמיר זאגן אנאפילאקסיס (לעבנס-דראענדע אלערגישע רעאקציע) - דאן איז פארהאן גאנץ א פשוטע מיטל פון באקומען צוטריט צו פארגוטיגונג אין די פאראייניגטע שטאטן. (פארשטייט זיך אז פאר אויטיזם קען מען נישט באקומען גארנישט ווייל סאיז פירות פון איינעמס חלום, גארנישט מיט ריאלעטי)

מען באקומט קאמפעסעשען אין וואקסין קאורט אויסגעצאלט פון שטייערצאלער געלטער, און די וואקסין קאמפאניס דערלייגן נישט דערויף קיין איין פעני, במילא פילן זיי נישט פאר וויכטיג צו מאכן מער זיכערע פראדוקטן.

אין אנדערע פלעצער אין די וועלט, צום ביישפיל, אוסטראליע, קענט איר אפטמאל נישט טון מער ווי קלאגן אין ציווילע געריכטן. און אפילו אויב איר האט געליטן עכטע שאדן פון וואקסינאציע, איז כמעט אוממעגליך דאס אויפצואווייזן אין א געריכט פון געזעץ,
הודאת בעל דין...
וואס מיינט אז די קליינע פרעקשען פון א פרעקשן פון א פראצענט מענטשן וועלכע ליידן יא שאדן ווערן כמעט קיינמאל נישט פארגוטיגט.

עס איז אויך מערקווירדיג אז זאגן אז "וואקסין פאבריצירער קענען נישט אנגעקלאגט ווערן" איז ווידער אן אייגנארטיגער אמעריקאנער שטות. עס זענען דאך פארהאן הונדערטער אנדערע לענדער. רוב ערלויבן סיי וועמען אנצוקלאגן סיי וועמען. און דאך, ווערט די געריכט אין לאנדאן נישט אנגעפילט מיט פעלער ווי וואקסין פאבריצירער ווערן ערפאלגרייך געקלאגט.
איך וואונדער זיך פארוואס?

די געריכטן אין אנדערע לענדער זענען "יא" אנגעפילט מיט פעלער ווי וואקסין פאבריצירער ווערן ערפאלגרייך געקלאגט. דו הערסט נאר נישט דערפון ווייל אין די אלגעמיינע מידיא ווערט עס נישט געדעקט.

פאריאר האט זיך די גאנצע מידיא וועלט איבערגעקערט ווען דער הויפט געריכט פון די אי. יו. האט גע'פסק'נט אנטקעגן די וואקסין קאמפאניס. אויב דו געדענקסט נאך.

8. וואקסין שאדן טרעפט זיך אפט/מענטשן ווערן קראנקער: דאס לעצטע אבער די בעסטע, איז די מערסטע באקאנטע טענה. פארגעסט וועגן די סידיסי , פארגעסט וועגן די פארמעסוטיקעל פירמעס, דאס איז די מקור פון קאראפציע.

יעדעס יאר ווערן מענטשן קראנקער. און עס האט צו טון מיט וואקסינען.

עס איז דא צוויי טיילן פון די געשיכטע. ערשטנס, מיר ווערן נישט קראנקער. נישט אפילו אביסל. די לייף עקספעקטענסי גייט כסדר ארויף, און טייל מענטשן זאגן פאראויס אז מיר וועלן לעבן ביז נאך די 100 נאך אינעם יעצטיגן יאר-הונדערט. נישט נאר דאס, נאר טויטפעלער פון בעיביס און קינדער איז ביי א רעקארד נידריגע שטאפל און גייט געשווינד אויף אראפ. דאס איז נישט נאר אמת אין רייכע לענדער - די גאנצע וועלט ווערט כסדר געזונטער.

קודם כל, די לייף עקספענטעסי איז אראפגעגאנגען די לעצטע יארן אין אמעריקע, און אין אמעריקע שטארבן מער קינדער ווי אין די אלע רייכע מערב וועלט לענדער צוזאמען. ווי אויך געט מען אין אמעריקע די מערסטע וואקסינען.

צווייטנס, די קינדער וואס ליידן אויף כראנישע מחלות האט זיך דראסטיש געהויבן אין די לעצטע יארן, אזש אז עס האלט שוין ביי פיר און פופציג פראצענט פון קינדער וואס ליידן פון כראנישע מחלות, בעת וואס פערציג יאר צוריק -פאר עס איז דורככעפירט געווארן דער געזעץ אין אמעריקע אז מען קען נישט אנקלאגן וואקסין קאמפאניס, וואס תיכף דערנאך האט זיך פלוצלינג געהויבן די צאל פאקלאנגטע וואקסינען- האט דער נומער פון קראנקע קינדער געהאלטן ביי נישט מער פון בערך צען פראצענט.

צווייטנס, וואקסין שאדן איז אן אויסערגעווענליך גוט-געפארשטע פעלד. מיר ווייסן גוט ראטעס פון שאדן פארבינדן מיט וואקסינען. ס'איז בערך 1 ערנסטע פראבלעם פאר יעדע מיליאן וואקסינאציעס וואס ווערן געגעבן. דאס איז א נומער וואס האט זיך איבערגעשפילט איבער די גאנצע וועלט, פון יאפאן ביז טאילאנד ביז אוסטראליע ביז פינלאנד און יא, ביז די פאראייניגטע שטאטן.

וואקסין שאדן איז בכלל נישט קיין גוט געפארשטע פעלד, און דער סיסטעם וואס דארף נאכפאלגן וואקסין שאדנס איז זייער פעלערהאפטיג.
לויט די HHS אליינס ווערט באריכטעט צו vaers ווייניגער ווי איין פראצענט פון די עכטע נומערן פון וואקסין געשעדיגטע.

אבער אפילו אזוי איז רעפארטעט געווארן צו VEARS אין 16' אליין איבער פינף און זעכציג טויזנט וואקסין שאדנס!.. וואס לויט דיין חשבון אז עס פאסירט נאר ביי איינס אין א מיליאן קומט אויס אז אין אמעריקע וואוינען פינף און זעכציג טויזנט מאל מיליאן מענטשן וואס האבן באקומען א וואקסין אין 16'.
אופס.. הונדערט מאל מער...

ביזסטו אינגאנצן פארנארט?...

סוף דבר, וואקסינען זענען גאר גוט, ווירקזאם, און רעקאמענדירט

עס איז נישט עכט פארהאן מער וואס צו זאגן. דאס זענען באקאנטע טענות, רוב דערפון פשוט באזירט אויף ליגנס. וואקסינען זענען זיכער און ווירקזאם, נישט ווייל פארמעסוטיקל פירמעס זאגן אזוי אדער ווייל די סידיסי האט אזוי פראקלאמירט, נאר ווייל טויזנטער געטרייע פארשער איבער די גארער וועלט האבן פארברענגט צענדליגע יארן מאכן זיכער אז זיי זענען טאקע אזוי.

גייט און וואקסינירט אייערע קינדער. עס איז גוט פאר סאסייעטי, עס וועט אונז אלע שפארן געלט, אבער איבער אלעם קען עס ראטעווען זייער לעבן.

וואקסינען איז דער גרעסטער חסד השם בדורינו.

פשוט און גראד.

שיין געשריבן, קלינגעדיגע סלאגאנען, וואס האבן מיטן מציאות קיין שום שייכות נישט.

דער אייבערשטער זאל אפהיטן אלע אומוויסנדע אידן פון די שרעקליכע חורבנות וואס וואקסינען קענען אנברענגען, און ער זאל שוין שנעל שיקן אונזער אויסלייזער. ויתגלה האמת במילואו כי ד' הוא האלקים, והוא בוראנו ומגין עלינו, ולא הדאקטוירים פון די רעגירונג'ס העלט דעפארטמענט הרוצחים ואכזרים ימח שמם וזכרם.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

תגובה דורך תורה לערנער »

אויב מ׳קען נישט ארויסברענגען א פאונט געהעריג לויפט צי פיער מאנגערינג..
יוחנן בן זכאי
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:56 pm

תגובה דורך יוחנן בן זכאי »

תוספות, אין פאל פון א הארץ אטאק ביי איינעם שיק יענעם בשום אופן נישט אין שפיטאל! ער קען נאך ח"ו אריינפאלן אין די הענט פון די דאקטוירים פון די רעגירונג'ס העלט דעפארטמענט הרוצחים ואכזרים ימח שמם וזכרם, לאז אים זיך אויסהיילן בלויז צווישן אומוואקסינירטע פארשוינען, בעסער אויב זיי זענען מיזעלס אנגעשטעקטע..
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

בעזהשי"ת.

הרה"ג ר' הערשל מייזליש שליט"א זאגט טאקע אז מיזעלס איז גורם אז מען זאל נישט באקומען קיין הארץ אטאקעס אין די עלטערע יארן.

ברוך שכיוונת.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
יוחנן בן זכאי
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:56 pm

תגובה דורך יוחנן בן זכאי »

און איך זאג אז שטארבן יונג איז גורם אז מען זאל בכלל נישט קראנק ווערן אין די עלטערע יארן.. סא מין גערעדאכטס דא? אפשר איז אויטיזם מונע אסאך מער מחלות ווי מיזעלס? נישט בייגעפאלן, הא?
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

בעזהשי"ת.

ר' הערשל נעמט זיין אינפארמאציע פון שטודיעס, ער שיסט נישט קיין שטותים אן מקורות. ער זאגט יעדע זאך א פונקטליכע מקור אז דו זאלסט אים קענען נאכטשעקן, מוזט אים נישט גלייבן אויפן ווארט.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

בעזהשי"ת.

תורה לערנער האט געשריבן:אויב מ׳קען נישט ארויסברענגען א פאונט געהעריג לויפט צי פיער מאנגערינג..

וואס הייסט ביי דיר מער פיער מאנגערינג ווי צו זאגן אז טשיקען פאקס איז טויטליך?....

קוק וואס די ענגלישע רעגירונג שרייבט אויף טשיקענפאקס:
Chickenpox is common and mostly affects children, although you can get it at any age. It usually gets better by itself within a week without needing to see a GP.
https://www.nhs.uk/conditions/chickenpox/

אבער דאס איז נישט קיין פראבלעם צו זאגן אז טשיקען פאקס איז טויטליך...

אבער וואקסינען וואס ברענגען עכטע שוידערליכע סכנה'דיגע סייד עפעקטס, פון דעם טאר מען נישט רעדן. ווייל עס איז "פיער מאנגערינג"....

yield האט געשריבן:איינער זאגט מיר זייער גיט יעצט
ווען דער דאקטאר פארלאנגט אז מען דארף נעמען א booster פארוואס נעמט נישט דער דאקטאר א בלאד טעסט צו טשעקן די immunity? נאר גלייך געבן זיי נאך א שאט, זאל זיין;

זיי קענען נישט טשעקן די אימיוניטי, ווייל ממה נפשך וואלט עס בעקפייערד אויף זיי.

ווייל אויב איז די קינד אימיונט פארוואס דארף מען געבן נאך א שאט?

און אויב נישט, איז עס דאך א בפירוש'ע ראיה אז וואקסינען ארבעטן פשוט נישט...
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

בעזהשי"ת.

Waukesha האט געשריבן:
yield האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
yield האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:איהר זאגט זייער גוט. די רעגורענג גיט גאר אסאך פאר אוטזים (טראכט: ילד ולילדה). ממילא טוט מען היינט אסאך מער "דייעגנאזירן" ווי אמאהל.
אמאל האט מען געגעבן "גיטע פעטש" ארויסצוהאקן די משוגעת פונעם קינד.

זייער אומסענסיטיוו וואס איר שרייבט און אויך זייער נאאיוו
בכלל זעה איך אז די פארשטייסט נישט גארנישט חוץ פון שיקן לינקס און נוצן שמות גנאי האסטו נישט קיין אהנונג וואס גייט פאר

א חוץ סלאוגענס האט איהר מיהר גארנישט גענטפערט. איך בין געוועהן סענסיטיוו ביז גאר. איך האב מסביר געוועהן אז היינט נעמט מען קעיר פון די קינדער ווייל מען ווייסט אז די קינד איז נישט געזונט און קען זיך נישט העלפן. נישט ווי אין מיינע צייטן ווען מען האט זיי אהנגעהאקט די ביינער. איך האב נישט געשריבן קיין איין "שמות גנאי". און אנטשולדיגט, איך ווייס יא וואס גייט פאר.

אין דיינע צייטן האט מען געגעבן א פערטל וואקסינס פון וואס מען געט היינט אפשר הרב הערליך האלט אז אסאך איז צו ווייניג.

נישט ריכטיג, היינט צו טאגס באקומען קינדער ווייניגער antigens ווי פאר 20 יאר צוריק. https://vaxopedia.org/2016/09/07/antigens-in-vaccines/

ווען וואקסינען וואלט באשטאנען נאר פון antigens וואלט דאך גוט געווען. אבער וואס טוט זיך מיט די לאודס פון אלומינום און פארמעלדהייד און גלייפעסעיד מיט אלע שרעקליכע טאקסינס וואס ליגט אין יעדע וואקסין. וואס דאס באקומט מען היינט צוטאג פינף מאל מער ווי פערציג יאר צוריק.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
יוחנן בן זכאי
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:56 pm

תגובה דורך יוחנן בן זכאי »

תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.

ר' הערשל נעמט זיין אינפארמאציע פון שטודיעס, ער שיסט נישט קיין שטותים אן מקורות. ער זאגט יעדע זאך א פונקטליכע מקור אז דו זאלסט אים קענען נאכטשעקן, מוזט אים נישט גלייבן אויפן ווארט.

הייסט דאס אז הערשל מיזעלס זאגט נאר שטותים מיט מקורות, מקורו קדוש פון זיין אייער שטודיע פון זיינע דיעטעס.. טוהט מיר א טובה און בלעבלט נישט נאך יעדן רעדנער, אויב גלייבסטו נישט דאקטוירים דאן גלייב אויך נישט רעדנערס, יעדער מיינט זיין טאש און זיין אגענדע, איך גלייב מיין דאקטאר וואס קען מיר פערזענליך, און בנוגע די ריזיגע זארג איבער געבן וואקסינען האסטו אליין גאר גוט געזאגט
תוספות האט געשריבן:ויתגלה האמת במילואו כי ד' הוא האלקים, והוא בוראנו ומגין עלינו

איך טוה מיינס און דער באשעפער טוהט זיינס
אין תורה שטייט ורפא ירפא אויף וואס די חז"ל דרשענען אין ברכות דף ס עמוד א אז מכאן שניתנה רשות לרופא לרפאות.
די מחבר אין יו"ד סימן שלו זאגט "נתנה התורה רשות לרופא לרפאות ומצוה היא ובכלל פיקוח נפש הוא ואם מונע עצמו הרי זה שופך דמים", אויף וואס די ט"ז זאגט "וקשה כיון דבאמת מצוה היא למה קרי לה תחלה רשות, ונראה דהכי הוא כוונת הענין זה דרפואה האמיתית היא ע"פ בקשת רחמים דמשמיא יש לו רפואה, כמ"ש מחצתי ואני ארפא, אלא שאין האדם זוכה לכך, אלא צריך לעשות רפואה על פי טבע העולם, והוא יתברך הסכים על זה ונתן הרפואה ע"י טבע הרפואות וזהו נתינת רשות של הקדוש ב"ה, וכיון שכבר בא האדם לידי כך יש חיוב על הרופא לעשות רפואתו"
היוצא לי מזה אז איך טוה וואס מיין דאקטער - וואס האט באקומען רשות פונעם באשעפער - הייסט מיר און איך דאווען צום נותן הרשות וואס די רפואות זענען בידיו אז ער זאל טוהן זיינס און זיכער מאכן אז עס טוהט אויף דאס וואס עס דארף אויפטוהן
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

בעזהשי"ת.

פאראויס האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:הערליך. שכויח הערליך זייער שיין געשריבען, א שיינע סך הכל, אבער זעלטן צו טרעפן אזא לופטיגע תגובה, יא, איר זענט באמת'דיג א גוטע שרייבער כדרכם של שרייבערס.

דו אלע אומ'פאר'ענטפערטע שאלות פון דו אנטי וואקסינעס האט מען קיינמאל פאר'ענט'פערט.

ס'שאד לאו דוקא צו אוטיזעם, וואס דו פרא האלטן און איין ארויפברענגען וויפיל ס'שאד, ס'שאד צו add adhd asma אלערדזשיס והרבה מיחושים.

דער רובא מציאות איז, אז רוב אנטי וואקסינעס האבען געגעבן וואקסינען פאר זייערע עלטערע קינדער, און האבן מחמת סיבות אויפגעהערט, און יא דו אלע האבן בדידי הוי עובדא מעשיות, און זיי אלע זעהן א חילוק הימל און ערד צווישען דו עלטע וואקסינירט קינדער צו דער יונגערע.

דיין מוראדיגע פוינט אז מ'דארף פאלגן דו דאקטוירעם בלינדערהייט, חוץ וואס ס'איז שטותים'דיג גערעד, פארוואס אויב אזוי פאלגט מען זיי נישט ווען זיי זאגט אז רייכערן הרג'ט, דער השי"ת האט דאך כביכול איבערגעגעבן דער דעת צום רופא, אלא מאי, מ'מעג חקרנן און טוען אנדערש, אויב מ'פילט מ'טוט ריכטיג.

יעצט האסטו דיך אליין געשאסן אין די פוס. סא יא רייכערן ווייל ס'איז בכלל נישט אומגעזונט, דאס גייט ביינאזאם מיט נישט וואקסינען?..
א נארמאלע מענטש נעמט יא אן די דאקטוירעם און רייכערט טאקע נישט. און אויב יא, זאגט ער נישט ''וואס ער האט ליב'' אז די דאקטוירעם רעדן שטותים וכו' נאר אז 'איך קען מיך ליידער נישט איינהאלטן'.

און ברענג מיך נישט הרב פישער זצ'ל ווייל איך וויעל דיר ברענגן 100 קעגן עם, ווי רב וואזנער זצ''ל ועוד ועוד.

אלזא א קליינע סך הכל:
מאפס ריבאלע איז נישט נוגע מער
מיזעלס איז א קליינע רעש פאר א וואך, וואס פונקט ווי אונזערע מאמעס און טאטעס האבען אס אדורך געלעבט פערציג פופציג יאר צירוק איז כבימים ההם כן בזמן הזה.
טשיקען פאקס האמיר אונז געהאט, ס'גארנישט געשעהן.
דאס אגרי איך מיט דיר 100%.
העפיטיירעס בי איז אויך נישט נוגע, מיר זענען ב"ה נישט מזנה
דאס איז אויך 100% און דר. שאקאהווי פון ODA האלט אויך אזוי. ליידער האבן זיי עס צוזאמגעשטעלט אין איין וואקסין מיט אנדערע סא מ'קען עס נישט אויסלאזן.

דער העפיטייטיס בי וואקסין איז כפי ידיעתי נישט צוזאמגעשטעלט מיט קיין שום אנדערע וואקסין. און מען קען עס רואיג אויסלאזן.

און זיכער חס ושלום עס נישט געבן פאר א ניי געבוירן פיצלס. דער אייבערשטער זאל אפהיטן.

פאראויס האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:פאליו איז נישט דא פופציג יאר, און אנגעהויבן אויסצוראטן פינעף יאר איידער מ'האט אנדעקט דו וואקסין דערפאר.
ס'האט זיך אליין 'אויסגעראטן'.. קאממאן!.

יא, אזויווי דו הערסט. עס איז אליינס אוועקגעגאנגען.

polio-cases-1937-2013b (1).PNG
polio-cases-1937-2013b (1).PNG (40.03 KiB) געזען 924 מאל

פאלגנד איז א שמועס איבער די נושא וואס איז געווען אמאל אינעם אשכול, וואו איך האב מסביר געווען וויאזוי עס איז אליינס אוועקגעגאנגען.

תוספות האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.

למעלה משבעים האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:דאס איז שוין געווען אין די אשכול עטליכע מאל, וואס זעט מען דא? וואס ווייזט עס? עס איז א ראיה אז וואקסין העלפט יא אדער פארקערט?
polio-cases-1937-2013b (1).PNG
polio-cases-1937-2013b (1).PNG (40.03 KiB) געזען 924 מאל

דאס איז א ראיה אז ס'העלפט יא, ליין דורך דעם בלעטל צו פארשטיין וואס איז פארגעקומען פון ווען מען האט ערפינדן א וואקסין, ביז 1961 און ווייטער ווי עס איז געבליבן אויף 0.

תוספות ווייל עפעס ברענגן א ראיה אז עס האט גארנישט מיט וואקסין ווייל עס איז צוריק געפאלן צו די געוועזענע נומערן וואס עס פלעגט זיין פארן אויסברוך אין יאר 1952-53. ער כאפט אבער נישט אז די גרעסטע ראיה איז אז פארן וואקסין איז עס קיינמאל! נישט געווען 0. און עפעס מיסטריעז נאכן וואקסין איז עס געפאלן און געפאלן ביז 0 און געבליבן שטיין אזוי פאר 50 יאר... אפשר קען זיין די ווייטאמינען האבן עס אפגעהאלטן...

להוי ידוע אז פאליא אויסברוכן האבן זיך ערשט אנגעהויבן אין 1894, נישט צו לאנג פאר עס איז אונטער געגאנגען. און עס איז געווען אין די היסטאריע זייער אסאך מגיפות וואס האבן אנגעהאלטן פאר א שטיק צייט און אוועק געגאנגען פון זיך אליין. סאו איך פארשטיי נישט פארוואס דער וואקסין האט דא געדארפט אויסמאכן. נאכדערצו אז עס האט געכאפט אזא שטארקע טראסק תיכף פאר די וואקסין איז ארויסגעקומען.

אז די קוקסט גוט האט עס בכלל נישט געכאפט קיין שטארקע טראסק פאר די וועקסין איז ארויס. אדרבה, ס'איז געווען א גרעסערע אויסברוך איין צוויי יארן, און צוריק דערנאך צו ווי עס איז געווען פארדעם. די טראסק אראפ מער ווי פארדעם האט עס געכאפט איינמאל די וואקסין איז ארויס.

ולשיטתך, פונקט ווי די האלטסט אז אויב א קינד האט באקומען אוטיזים נאך וואקסין בהכרח איז עס פארבינדן, וואלסטו דאך געדארפט האלטן אז דא איז נישט אנדערש, ס'איז דאך געפאלן צו נול ערשט נאך וואס די וואקסין איז ארויס...

אגב, ווי איז די מקור פון דעם טשארט?

דא איז די מקור פון די טשארט.

יעצט איז אזוי, ווען א קינד זאל ווען אנהייבן זיך אויפפירן גאר מאדנע זייענדיג דריי חדשים אלט, און נאכדעם ווערן ערגער און ערגער און ערגער, און ביי זעקס חדשים למשל האט ער באקומען א שאט, און נאכן נעמען די שאט איז ער געווארן נאך א פיצעלע ערגער. וואס פערצופאל נאר וויבאלד ער איז געווארען די פיצעלע ערגער קען מען אים שוין דייעגנאזן מיט אויטיזם. וואלסטו געהאט א הוה אמינא אז די שאט האט געברענגט די אויטיזם?.. זיכער אז נישט.

איז ביי פאליא, האט זיך עס אנגעהויבן צו פארשפרייטן אינגאנצן א הונדערט יאר פארדעם. און עס איז געווען אויף א קליינעם פארנעם און עס האט זיך אויסגעשפרייט מער און מער ביז עס איז געווארען די גרעסטע אויסברוך אין היסטאריע ביי 1950, און תיכף דערנאך האט עס געטראסקעט מיט א ווילדן אימפעט.

און עפ"י סברא איז פארשטענדליך פארוואס עס האט געטראסקעט אזוי שטארק, ווייל ביי יענעם אויסברוך זענען לכאורה אריבער 68% פון דעם באפעלקערונג געווארען אימיונט נאטורליכערהייט. וואס ביי נאטורליכע אימיוניטי פעלט נישט אויס מער אז די מגיפה זאל זיך סטאפן. לויט
א איבערזיכט וואס עס איז געמאכט געווארן צווישן 1900 און 1930, דורך דעם דאקטער A. W. Hedrich .

איי וועסטו פרעגן וויאזוי איך קען זאגן אז זיבעציג פראצענט מענטשן האבן באקומען די פאליא וויירוס, בשעת אונז ווייס מיר אינגאנצן נאר פון ווייניגער פון זעכציג טויזענט מענטשן.

איז דער תירוץ זייער פשוט. וויבאלד דער פאליא וויירוס איז אין אמת'ן אריין נישט מער ווי א enterovirus, וואס רובא דרובא מענטשן ווייסן ניטאמאל ווען זיי זענען אנגעשטעקט דערמיט. חוץ מענטשן מיט גאר א שוואכע אימיון סיסטעם. וועגן דעם איז מסתבר פארוואס מענטשן האבן תולה געווען פאליא אינעם דיפעטעריע וואקסין, ווי ר' מצפים האט פריער דערמאנט. ווייל דאס איז דאך ידוע אז וואקסינען שוואכן אפ דעם אימיון סיסטעם.

במילא איז דאך זיכער אז עס זענען געווען טויזענטער מער מענטשן וואס זענען געווארן נאטורליך אימיונט דערצו אומוויסנדיגערהייט בשעת דעם 1950 אויסברוך, און על פי פשטות מער פון זיבעציג פראצענט. במילא איז זייער פארשטענדליך פארוואס עס איז תיכף אוועקגעגאנגען.

במילא אפילו פאליא איז הערשט אראפגעגאנגען צו די לעצטע טרעפל זיראו, גראד נאכן ארויסקומען פון די וואקסין, איז פארט נישט מסתבר אז דער וואקסין זאל האבן עפעס צוגעהאלפן דא.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
שעבאשנוט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

Money and Motivation of the Anti-Vaccine Movement

תגובה דורך שעבאשנוט »

די אנטי וואקסין מאוומענט איז א געהעריגע ביזנעס

‪Money and Motivation of the Anti-Vaccine Movement https://vaxopedia.org/2018/02/11/money- ... -movement/

We often hear the argument that anyone who supports the ideas that vaccines work and that they are safe and necessary must be a shill for Big Pharma. And that pediatricians, even though they are among the lowest paid doctors, are making tons of money from vaccines and even getting bonuses to get kids vaccinated.

Of course, none of these myths and conspiracy theories are true.

Money and Motivation of the Anti-Vaccine Movement

But guess what motivates many of the folks in the anti-vaccine movement?

[offtopic]“Vaccines are a holocaust of poison on our children’s brains and immune systems.”

Claire Dwoskin[/offtopic]

For some, it is the idea that vaccines damaged their child.

And then there’s the money.

CNN did a report several years ago on how a few groups were funding researchers and organizations that put out much of the material that scare parents away from vaccinating and protecting their kids.

It wasn’t a surprise though. Many others had been saying the same things for years about:

the Dwoskin Family Foundation and CMSRI
Barry Segal and Focus for Health
JB Handley and Generation Rescue

But anti-vaccine experts aren’t just motivated by the money they directly get from those with deep pockets.

They have discovered many ways to turn the anti-vaccine movement into a money making industry.

selling anti-vaccine books, e-books, videos, seminars, and movies

getting paid to speak at anti-vaccine conferences and summits, often for chiropractors or folks like Gwyneth Paltrow, pushing her GOOP

selling supplements and vitamins in a “wellness” store, either online or in their offices, that they claim can detox you from vaccines, protect you from toxins, and even prevent autism

ads on their websites and Facebook pages

appearing as “experts” in court, as they push the idea that everything is a vaccine injury

soliciting donations

Those who are health care providers can also establish integrative or holistic medical practices that don’t accept insurance and only see patients that can pay cash. In addition to selling supplements, these providers offer unproven and disproven alternative therapies, like homeopathy, integrative testing, IV therapy, and cranio-sacral therapy.

But only if you have plenty of cash handy.

Kelly Brogan, MD, for example, who believes in a paleo approach to vaccines and thinks we should co-exist with viruses and bacteria, charges up to $4,497 for your first appointment! But if that’s too much for you, for only $997, you can start living a “happy, healthier life” with her 44 day online program.

[offtopic]“We coexist with bacteria and viruses to a level of enmeshment that makes the perception of ‘vaccine-preventable infections’ a laughable notion.”

Kelly Brogan, MD on Where do Vaccines Fit into a Paleo Lifestyle?[/offtopic]

And now, some doctors are even making money by selling vaccine exemptions!

[offtopic]Oliver argued that Sears likes to have it both ways, seeming to support science-based medicine while once in a while saying things like “vaccines don’t cause autism except when they do.”

The line inspired Oliver to fire back with this: “Don’t worry, opportunist quacks writing books that fan the flames of people’s unfounded fears don’t cause a legitimate public health hazard, except when they do.”

John Oliver takes a shot at the anti-vaccine movement and the ‘opportunistic quacks’ behind it[/offtopic]

Mostly they just sell fear though.

But that’s all they need to get their foot in the door and keep some parents from vaccinating and protecting their kids.

What to Know About the Money and Motivation of the Anti-Vaccine Movement

Although they cry Big Pharma at the drop of a hat, it should be clear that folks in the anti-vaccine movement are often motivated by money.
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובה דורך Waukesha »

תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.

Waukesha האט געשריבן:
yield האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
yield האט געשריבן:זייער אומסענסיטיוו וואס איר שרייבט און אויך זייער נאאיוו
בכלל זעה איך אז די פארשטייסט נישט גארנישט חוץ פון שיקן לינקס און נוצן שמות גנאי האסטו נישט קיין אהנונג וואס גייט פאר

א חוץ סלאוגענס האט איהר מיהר גארנישט גענטפערט. איך בין געוועהן סענסיטיוו ביז גאר. איך האב מסביר געוועהן אז היינט נעמט מען קעיר פון די קינדער ווייל מען ווייסט אז די קינד איז נישט געזונט און קען זיך נישט העלפן. נישט ווי אין מיינע צייטן ווען מען האט זיי אהנגעהאקט די ביינער. איך האב נישט געשריבן קיין איין "שמות גנאי". און אנטשולדיגט, איך ווייס יא וואס גייט פאר.

אין דיינע צייטן האט מען געגעבן א פערטל וואקסינס פון וואס מען געט היינט אפשר הרב הערליך האלט אז אסאך איז צו ווייניג.

נישט ריכטיג, היינט צו טאגס באקומען קינדער ווייניגער antigens ווי פאר 20 יאר צוריק. https://vaxopedia.org/2016/09/07/antigens-in-vaccines/

ווען וואקסינען וואלט באשטאנען נאר פון antigens וואלט דאך גוט געווען. אבער וואס טוט זיך מיט די לאודס פון אלומינום און פארמעלדהייד און גלייפעסעיד מיט אלע שרעקליכע טאקסינס וואס ליגט אין יעדע וואקסין. וואס דאס באקומט מען היינט צוטאג פינף מאל מער ווי פערציג יאר צוריק.

"לאודס" פון אלומינום גאנצע 250 מיקראגראמס... פארמעלדיהייד ווערט נאר גענוצט צו הארגנען די virus און וואס קומט אריין אין די וואקסין איז בלויז residuals חוץ פון דעם וואס Live virus וואקסיניען האבן בכלל נישט קיין פארמעלדיהייד.
בנוגע גלייפעסעיד א פריוואטע קליניק האט געפינען אז וואקסינען זענען contaminated געווארען מיט גלייפסעיד, ד.ה. מען לייגט נישט קיין גלייפעסעיד און וואקסינען, נאר עס כאפט זיך אריין במשך די מעניופעקטשרינג פארשידינע זאכען (דאס געשעט אפילו נאך זיכער מאכן דאס צו ברענגען צו א מינימוים) אויב חושד צו זיין פאר דעם, דארף מען חושד זיין אויף אלע מעדיצנען און ווייטעמינין, אפגערעדט אויף עסען ווי די סטאנדארד איז פיל שוואכער. אלזא וואס האבן זיי געטראפן?
Influenza vaccine, 0.331 ppb
MMR vaccine, 2.671 ppb
Pneumococcal vaccine, 0.107 ppb
Hepatitis B vaccine, 0.325 ppb
T Dap vaccine, 0.123 ppb
ווי מקען זעהן איז די רעדע פון parts per billion אבער "לאודס" פון גלייפסעיד זענען געפינען געווארן, בכלל אז מען רעדט פון קאנטינמענטס קען גאר זיין אז עס איז קאנטעימנעיטעד געווארן אין די לעב אליין.
בנוגע "אלע שרעקליכע טאקסינס" ווייס איך נישט פון פונטקליך וואס מען רעדט אבער ילמוד סתום מן המפורש אז עס קוקט בערך אויס די זעלבע ווי די דריי דערמאנטע טאקסינס
לעצט פארראכטן דורך Waukesha אום מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 10:27 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובה דורך Waukesha »

תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.

תורה לערנער האט געשריבן:אויב מ׳קען נישט ארויסברענגען א פאונט געהעריג לויפט צי פיער מאנגערינג..

וואס הייסט ביי דיר מער פיער מאנגערינג ווי צו זאגן אז טשיקען פאקס איז טויטליך?....

קוק וואס די ענגלישע רעגירונג שרייבט אויף טשיקענפאקס:
Chickenpox is common and mostly affects children, although you can get it at any age. It usually gets better by itself within a week without needing to see a GP.
https://www.nhs.uk/conditions/chickenpox/

אבער דאס איז נישט קיין פראבלעם צו זאגן אז טשיקען פאקס איז טויטליך...

אבער וואקסינען וואס ברענגען עכטע שוידערליכע סכנה'דיגע סייד עפעקטס, פון דעם טאר מען נישט רעדן. ווייל עס איז "פיער מאנגערינג"....

איך זעה נישט קיין סתירה צווישען די צוויי, יא ע"פ רוב וועט טשיקען פאקס אוועקגיין פון זיך אליין אפילו מען גייט נישט צו קיין דאקטער, אבער אין א מיעוט פעלער וועט עס שאטן און אפילו זיין טויטלעך. די זעלבע זאך איז די פלו, רוב מאל דארף מען נישט גיין צו קיין דאקטאר, אבער אמאל מאכט זיך און עס קען זיין שעדליך און אפילו טויטלעך.
פארשפארט

צוריק צו “געזונטהייט”