די צונג - א שווערד

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

די צונג - א שווערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יעדער איינער ווייסט, אז די צונג קען מען נוצן אויף גוטס און אויף שלעכטס. החיים והמות ביד הלשון. מ'קען מיט'ן צינג אויפטון גדולות ונצורות, אבער מ'קען ח"ו טון דערמיט דאס פארקערטע אויך.
דאס זענען פשוט'ע זאכן, וואס יעדער איינער ווייסט טאקע, אבער ס'איז פון די אומאפציעלע דברים הצריכים חיזוק, ווייל מ'פארגעסט דאס זייער שנעל, און מ'קען זייער גרינג נכשל ווערן דערמיט.
די מעשה וואס איך וויל דא דערציילן, האט פאסירט אין די ווירקליכקייט מיט מיינ'ס א חבר, וועלכער האט מיך געבעטן דאס צו באשרייבן, כדי לזכות את הרבים און מעורר זיין דעם ציבור איבער די הארבקייט פון א ווארט. אפילו נאר איינס.
בלויז געציילטע פרטים זענעם עטוואס נשתנה געווארן, צוליב פארשטענדליכע סיבות.

*

מיר וועלן רופן דעם יונגערמאן מיט'ן נאמען אברהם.
אברהם איז ביי די חתונה געווען טשאטשקע פון א יונגערמאן, וואס סיי זיין אשת חיל און סיי זיין גאנצע משפחה האבן זיך געשפיגלט מיט אים. געלערנט פלייסיג, געדאוונט ערליך, און עוסק געווען אין צדקה וחסד. בקיצור, א תם ומושלם.
ויהי, און עס איז געווען, אז דער יונגערמאן האט זיך אנגעהויבן צו דרייען מיט שלעכטע חברים, און ער האט אנגעהויבן צו גליטשן. און כיון דאידחי אידחי, און ביז געציילטע יאר איז ער שוין געווען בדיוטא התחתונה. נישט געלערנט, נישט געדאווענט, נישט געטון קיין מצוות, און נאך ערגער פון דעם.
אזוי האט דאס אנגעהאלטן אפאר יאר.
אצינד וועלן מיר אייך אריבערפירן עטליכע יאר, צו פארגאנגענעם אסרו חג סוכות.
דער יונגערמאן, וועלכער מאכט שוין באלד בר מצוה א קינד, באקומט א טעלעפאן קאל פון איינע פון די עסקנים אין זיין ביהמ"ד. דער שמועס גייט צו בערך ווי פאלגענד:
עסקן: א גוטן, איז דאס אברהם?
אברהם: יא, מיט וואס קען מען אייך העלפן.
עסקן: דא רעדט א.ב.ג., פון דעם ביהמ"ד וואו דו דאווענסט.
אברהם: דעם ביהמ"ד וואו איך דאווען? וואס? איך האב שוין נישט אריינגעטרעטן אין א ביהמ"ד פאר ווייסעך ווי לאנג, אויסער אין די ימים נוראים. איך האב נישט געוואוסט אז איך האב נאך מיין זיץ אין ענקער שול.
עסקן: יא, אבער מ'האט נאכנישט פארגעסן פון אייך. אייער נאמען ליגט נאך אין די מעמבער ליסטע, אייער נאמען ערשיינט נאך אויפ'ן "אלו יעמדו על הברכה" שילד פאר די וואס האבן מנדב געווען א שלש סעודות, און דער בלעכל אויף אייער זיץ איז נאך קאי וקיים.
אברהם: איך הער וואס דו זאגסט. איז בקיצור, וואס קאלסטו יעצט?
עסקן: איז אזוי. דער דיין האט דא גערעדט יו"ט ביים געזעגענען טיש, אז יעדער איד דארף האבן א שיעור. ס'איז געווארן דא א שטארקע התעוררות ביים עולם, און יעדער האט זיך גענומען מסדר זיין א שיעור. איז וויל איך דיך פרעגן, צי דו זוכסט א שיעור מיט א חברותא, אדער ענדערש ביי א מגיד שיעור?
--- א שטילקייט.
עסקן: העלאו?
אברהם: יא יא, איך בין דא.
עסקן: נו?
אברהם: איך קען וויסן וואס דו ווילסט פון מיר? איך האב שוין יארן נישט געעפנט קיין ספר. ווילסטו איך זאל יעצט זיך צוזעצן צו א ווילד-פרעמדע שיעור? וואס האב איך מיט א שיעור?
עסקן: וואס דו האסט מיט א שיעור? יעדער איד האט מיט א שיעור. יעדער איד האט א שייכות מיט די תורה, ווילאנג מ'איז נישט געגאנגען בידים און אפגעשניטן די פעדימער. ווילאנג מ'האט נישט עובר געווען אויף די דריי הארבסטע עבירות במזיד, האט מען נאך א קשר.
אברהם: און דו מיינסט אז אויב וועל איך זיצן ביים שיעור, וועל איך פארשטיין א ווארט?
עסקן: אוודאי וועל איך פארשטיין. איך געדענק נאך וואספארא תלמיד חכם דו ביזט. איך פארגעס נישט אזוי שנעל. געדענקסט נאך ווען דו פלעגסט שטיין יעדן טאג נאכ'ן דאווענען מיט ד.ה. און מיט ו.ז. און מפלפל זיין אין די שווערע סוגיות? איך געדענק עס זייער גוט.
אברהם: יא, איך געדענק, אבער דאס זענען פארגאנגענע צייטן. איך האלט שוין לאנג נישט ביי דעם. ס'אינטערעסירט מיך מער נישט.
עסקן: די פארגעניגען פון לערנען תורה האסטו דאך זיכער נישט פארגעסן.
אברהם: טאקע, גערעכט.
עסקן: איז פארוואס זאלסטו נישט פרובירן איין וואך? אפשר וועסטו הנאה האבן?
אברהם: אקעי, אז דו בעטסט אזוי שטארק. אבער זאג נאר, וואס לערנט מען דארט?
עסקן: הל' תפלה. מ'האלט יעצט ביי הל' ברכות השחר.
אברהם: כא כא כא. הל' תפלה. ס'איז דאך סתם א חוזק. ווען איז דאס לעצטע מאל וואס איך האב געדאווענט? און ברכות השחר? כא כא כא, דאס לעצטע מאל וואס איך האב עס געזאגט איז געווען מיט ארום צען יאר צוריק.
עסקן: נו, וואס האט איינס מיט'ן צווייטן?
אברהם: זייער פשוט. אז איך דאווען נישט, וואס האב איך צו לערנען די הלכות פון דאווענען? זאג נאר, דו לערנסט די הלכות פון תרומות ומעשרות וואס איז נוגע אין ארץ ישראל? ניין. פארוואס? ווייל ס'איז דיר נישט נוגע. איז פארוואס זאל איך לערנען הל' תפלה?
עסקן: זאג דעם אמת, אברהם. ביזטו דען נישט אינטערעסירט צו דאווענען פאר'ן באשעפער? דו גלייבסט דען נישט אז דער באשעפער הערט אויס יעדן'ס תפלה?
אברהם: וואס? אפשר יעדן'ס הערט ער נאך אויס. אבער מיינס? וואס פאלט דיר ביי? מ'האט שוין לאנג אויסגעמעקט מיין נאמען פון די פיילס דארט אויבן.
עסקן: אזוי מיינסטו. יעדע תפלה פון א איד איז חשוב ביים אויבערשטן, און דער אויבערשטער שטייט און קוקט ארויס אויף יעדע תפלה וואס א איד דאווענט פון טיפן הארץ. ער ווארט אז ער זאל דאס קענען ערפולן.
אברהם: איך הער וואס דו זאגסט, אבער למעשה דאווען איך נישט. וואספארא טעם האט עס צו לערנען הל' תפלה, ווען מ'איז עס סיי-ווי נישט מקיים?
עסקן: דאס איז אמאל זיכער, אז דער אויבערשטער ווארט אויף דיין תפלה. אין דעם גלייבסטו? אז דו ווייסט אז דער אויבערשטער ווארט דערויף, וועסטו עס טון פאר אים?
אברהם: יא.
עסקן: איז אזוי, קודם הייב אן דעם שיעור אין הל' תפלה, און מיט די צייט וועסטו שוין אליין באקומען א טעם און א געפיל צום דאווענען, און דו וועסט ווערן א שטיקל מענטש. איך זאג דיר אברהם, וועסט דיך שפירן אסאך בעסער.
אברהם: אקעי, איך וועל עס אויספרובירן. אבער קאל מיך דערמאנען, ווייל איך האב מורא אז איך וועל פארגעסן.
דער עסקן האט גענומען דעם סעלפאון נומער פון אברהם, און אים פארזיכערט אז ער וועט אים קאלן דערמאנען.
*
דריי-פיר וואכן זענען אריבער, און אונזער אברהם האט מיטגעהאלטן דעם שיעור טעגליך, טאג איין טאג אויס. ס'איז נישט געווען קיין שום אפהאלט. האט ער געהאט א חתונה, איז ער געגאנגען אדער פאר'ן שיעור אדער נאכ'ן שיעור, אבער דעם שיעור אליין צושטערט ער נישט פאר קיין שום זאך אין די וועלט.
צום דאווענען אליין האט ער זיך נאך ליידער נישט צוגעכאפט. אבער נישט געזארגט, דער טאג וועט קומען, און אברהם וועט אנהייבן צו לעבן ווי א איד. עס דארף נאר אריינגיין אין אים.
נאך א וואך איז אדורך און נאך א וואך. אברהם האלט מיט דעם שיעור אן קיין שום הפסקות.
ס'איז געקומען פאר חנוכה, האט ער זיך אויך באטייליגט ביי א ספעציעלן חנוכה שיעור פונעם דיין שליט"א. דער דיין האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון די חנוכה טעג, אז יעדער איד באשר הוא שם, אפילו מ'געפינט זיך זייער נידריג, קען דערהויבן ווערן דורך די ליכטעלעך פון חנוכה, וועלכע שיינען אריין די אורות אין יעדע אידישע נשמה. דער שיעור איז געווען מתובל מיט ווארימע ווערטער פון חסיד'ישע ספרים, און זענען געווען כמים קרים על נפש עיפה אויפ'ן זעהל פון אונזער אברהם.
און דאס איז געווען דער מכה בפטיש. טאקע אינעם קומענדיגן טאג, האט אברהם איינגעשטעלט זיין זייגער אויף א שעה פריער. טראץ דעם וואס ער איז נישט געווען געוואוינט דערצו, האט ער זיך אבער געשטארקט, מיט א פעסטע באשלוס אנצופאנגען א נייע לעבן, כתינוק שנולד.
דער פייערל פון די חנוכה ליכט האט טאקע געטון דאס זייניגע, און געגעבן כוח פאר אברהם דורכצוגיין די ערשטע שוועריגקייטן.
ווען דער חנוכה איז געווען פאראיבער, האט זיך אברהם געשפירט ווי א נייער מענטש. א ברי' חדשה. זונטאג נאך חנוכה האט ער זיך צוריקגעזעצט צום שיעור וואס איז איבערגעהאקט געווארן צוליב די חנוכה טעג, און צוריק אנגעהויבן מיטצוהאלטן די הלכות. דאסמאל שוין הלכה למעשה.
*
עס איז דינסטאג פ' ויגש. אברהם זיצט ביים שיעור און לערנט. דער טעלעפאן צודריזעלט זיך. אברהם גיבט א קוק דערויף, ס'איז זיין חבר מיט וועמען ער רעדט אפט.
נו, מסתמא איז עס נישט אזוי וויכטיג. און אפילו יא, אינמיטן דעם שיעור הייבט ער נישט אויף קיין טעלעפאן. פינטל.
יענער קאלט א צווייטן מאל און א דריטן מאל, אבער ער קען פארגעסן דערפון. אברהם האלט יעצט אינמיטן דעם שיעור, און ער וועט "נישט" אויפהייבן דעם טעלעפאן.
נאכ'ן שיעור האט ער צוריקגעקאלט דעם חבר, צו הערן וואס ער האט געוואלט.
דער חבר הייבט אן מיט קולות: וואס גייט פאר מיט דיר? זייט ווען הייבסטו שוין נישט אויף דעם טעלעפאן אויף מיר?
אברהם לאזט יענעם זיך בארואיגן, און ער איז אים מסביר שיינערהייט, אז ער האט לעצטנס אנגעהויבן א שיעור, און ער קען נישט שטערן דעם שיעור מיט'ן רעדן אויפ'ן טעלעפאן.
יענער פרעגט מיט וואונדער: דו? א שיעור? וואס איז געשען מיט דיר?
אברהם זאגט אים: גארנישט, דער עסקן פון מיין שוהל האט מיך משוגע געמאכט, און איך האב באשלאסן עס אויסצופרובירן.
פרעגט דער חבר: און וואס לערנט מען דארט?
זאגט אברהם: הל' תפלה.
דער חבר נעמט זיך לאכן אויפ'ן קול: כא כא כא, דו לערנסט הל' תפלה? כא כא כא. וואספארא דזשאוק. ווען איז געווען דאס לעצטע מאל וואס דו האסט געדאווענט? וואס דארפסטו בכלל לערנען די הלכות? כא כא כא כא כא כא.
אברהם האט געשפירט ווי די וועלט גייט אים אונטער. זיין גאנצע קבלה איז נאך געווען א נייע, און האט נאך געדארפט האבן אסאך חיזוק, און דא קומט יענער און מיט איין ווארט שטעכט ער אים אריין א שפיז אין הארץ. ער האט געשפירט ווי ער האלט דאס נישט אויס. די גאנצע בנין וואס ער האט זיך געפלאגט אויפצובויען אין די פארגאנגענע וואך, איז צוזאמגעפאלן ווי א זייפן בלאז.
ער האט געזאגט פאר'ן חבר אז ער מוז אראפלייגן דעם טעלעפאן יעצט, און מיט א ביטערן טעם אין מויל האט ער אהיימשפאצירט.
אנקומענדיג אהיים, האט ער זיך גלייך אריינגעלייגט אין בעט. ער האט אבער נישט פארגעסן פאראויסצורוקן דעם וועקער-זייגער אויף א שעה שפעטער, ווייל מארגן שטייט ער מער נישט אויף צום דאווענען. גענוג געווען!
און מארגן וועט ער זיך אויך קענען לייגן אביסל פריער, ווייל צום שיעור גייט ער שוין אויך נישט!
ביי ביי בית המדרש, העלאו א לעבן פון ליידיג-גיין און פוסטעווען די צייט! מיין חבר איז גערעכט, מיין לערנען איז טאקע גארנישט ווערד. קיינער דארף עס נישט!
אט מיט די מחשבות איז אברהם איינגעשלאפן.
ער האט זיך געלאזט איבעררעדן פון די תחבולות היצר, און ער האט געהאלטן ווארט: ער האט אפגעשטעלט דאס דאווענען "און" דאס לערנען, וזהו זה.
*
פון וועמען וועט דאס דער אויבערשטער פאדערן? אויף וועמען וועט דער אויבערשטער זיין ברוגז פאר'ן אוועקנעמען זיין הנאה פון הערן די תפלה פון נאך א איד? פאר'ן צונעמען פון אים די הנאה אז נאך א איד האט א שיעור און לערנט שלחן ערוך?
*
אידן, נעמט אייך גוט אריין די ווערטער אין קאפ: איין ווארט, אפילו נאר איינס, קען חרוב מאכן גאנצעטע וועלטן! נעמט דאס נישט פאר לייכט! עס איז א שפיל מיט פייער, ותוצאותיו מי ישורנה!

*

יה"ר אז דאס זאל זיין לזכות פון אברהם, אז ער זאל זיך צוריקקערן לאבינו שבשמים, אבער דאסמאל מיט א פעסטקייט זיך נישט צו לאזן פונעם עצת היצר און נישט נאכגעבן פון זיין שטארקן רצון.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אברהם אברהם

מיין הארץ צוגייט, עס עסט מיר אויף אינערליך צו ליינען דיין טראגישע פאסירונג. עס איז א חסד השי"ת אז דו האסט א גוטן חבר מאשקע וואס האט באוויליגט דאס אראפצושרייבן און ארויפלייגן ביי אונז אין קרעטשמע, אזוי וועסטו די זכיה האבן צו הערן דברי חיזוק פון די חברים דא, וואס איך האף און גלייב אז זיי וועלן אלע ווי איינס זיין כמים קרים על נפש עייפה און אויפטאן דאס זייעריגע, דיר צוריקשטעלן וואו דו באלאנגסט; אין בית המדרש!

אברהם אברהם

א איד א מאמין ווייסט, אז טראצדעם וואס ער האט עובר געווען אויף כל עבירות שבתורה, אין לך דבר העומד בפני התשובה, איין אמת'ער קרעכץ, אפילו נאר א ריכטיגע הרהור תשובה, קען אדורכברעכן די שווערסטע מויערן, די געדעכסטע שמוץ ווערן געלעכערט פון איין טיפן קרעכץ וואס א אידיש קינד געט ארויס אויף זיין מצב. אפילו דער גרעסטער רשע, ירבעם בן נבט, אפילו אחר - לויט די ווי די ספרים שרייבן קלאר - האט געקענט תשובה טאן, טראצדעם וואס עס איז אים געקומען א קלארע מעלדונג פון הימל "שובו בנים שובבים חוץ מאחר", זאגן אונזערע רבי'ס אז אויב וואלט ער זיך אויפגעהויבן מיט א חוצפה און דרייסטקייט און אויסגערופן: איך פייף אן אלע בת קול'ס, איך טוה תשובה!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! וואלט זיין תשובה אנגענומען געווארן.

אברהם אברהם

דאס אז דער חבר האט דיר אזוי באוואשן, איז א סימן אז אין הימל האט מען שוין אנגעהויבן איינזען אין דיינע שיעורים, ווי אויך האט מען שוין אנגעהויבן שעפן נחת פון דיין דאווענען, און דער יצר הרע דער שטן האט דאס נישט געקענט פארשווייגן, אזאנס? אברהמ'טשע מיין ליבלונג, וועלכער פלעגט מיר צושטעלן כל עבירות שבתורה, זאל פלוצלינג ווערן ערליך? איך וועל דאס נישט צולאזן, לאמיר שנעל אונטערשיקן אחאב (יא! דער "חבר" דיינער איז א רשע מרושע לכל הדיעות, אחאב איז א טיטל אויף אים) זאל אים שנעל אפרעדן פון זיין פרישע גוטע וועג, איידער עס איז צו שפעט, איידער אברהם'ל שפירט שוין דעם ריכטיגן טעם און עס וועט שווער זיין אים צוריקצובייגן צו מיין זייט.

ספרים הקדושים שרייבן אז אויב א מענטש וויל וויסן אויב זיין תשובה איז אנגענומען געווארן, זאל ער זען אויב ער האט נאך א געשלעג מיטן יצר אויף די יעניגע זאך, אויב האט ער א געשלעג, איז א סימן אז ער איז "אין סיסטעם", עס איז דא א מלחמה צווישן אים און די כוחות הרע, ער איז נישט אינגאנצן איינגעטונקן ברע רח"ל. וואלט ער געווען איינגעטונקען אינעם רע, וואלט דאך נישט געווען קיין שום מלחמת היצר, ער איז דאך "פאניע בראט" מיטן שטן, וואס האט ער זיך צו קריגן מיט אים? דאס זעלבסט, אז דיין "חבר" איז צוגעקומען צו דיר, איז דער גרעסטער ראיה אז דער שטן וויל מיט דיר פירן א מלחמה, ווייל ער שפירט זיך באדראעט, ער שפירט ווי דו האסט אים געלייגט אין א זייט, און ווילסט זיך אפלאזן פון אים צוביסלעך.

ער האט פרובירט. און ליידער ליידער, האסטו נאכנישט פארמאגט די כוחות אים אפצושטויסן מיט א זעץ אין די ציין וואס ער וואלט ערליך פארדינט.

אברהם אברהם

איך האף אז מיינע ווערטער מאכן עפעס א רושם אויף דיר, אויף מיר מאכט עס זיכער, ווייל אז מען חזר'ט איבער וויכטיגע יסודות, קריצט זיך דאס אריין טיפער אין הארץ. און דער אמת איז, אז לערנען און דאווענען זענען טאקע פון די ד' דברים הצריכים חיזוק, און יעדער איינער קען נוצן חיזוק. די וואך זאגן מיר טאקע חזק חזק ונתחזק, יהי רצון עס זאל אויפטאן עפעס אין אונזערע הערצער.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

מאשקע, מאשקע, א ברכה אויף דיין קעפעלע. איך טוה דיר גראטולירן, מיטן עפענען אזא אשכול, און מיט די איידיע פונעם תוכן האשכול, וועלכע איז א דבר בעתו מה טוב, תרתי משמע; הן עס איז 'בעתו' פאר די קרעטשמע, וואס אזא סארט אשכול קען ריכטיג באצייכנט ווערן נישט בלויז אלס "שמירן די רעדער"... נאר עס וועט האפנטליך דרייען די רעדער אז זי זאל שוין ענדליך אנהויבן פארן... און לאמיר האפן אז זי זאל טאקע פארן אויף די ריכטיגע וועגן; והן עס איז 'בעתו' פארן היינטיגן טאג, וועלכע ווערט גערופן אויפן אידישן קאלענעדער – "עשרה בטבת", א יום תענית, וואס א אזא טאג איז דאך א טאג פון התבוננת אויף תיקון המעשים, ווי דער רמב"ם זאגט:

רמב"ם, הל' תענית, פ"ה ה"א, האט געשריבן:יש ימים שכל ישראל מתענים בהם מפני הצרות שאירעו בהן, כדי לעורר הלבבות ולפתוח דרכי התשובה. ויהיה זה זיכרון למעשינו הרעים, ומעשה אבותינו שהיה כמעשינו עתה, עד שגרם להם ולנו אותן הצרות, שבזכרון דברים אלו נשוב להיטיב, שנאמר "והתוודו את עוונם ואת עוון אבותם".


און וואס שייך דעם אברהמ'ן נעבעך, איז אזוי: וויסן זאל ער, אז דער חבר זיינער, וועלכער איז געקומען מיטן "וחרב פיפיות" - מיט א מויל שווערד, און אים געוואלט קוילן אויפן פלאץ מיט אלע סמני שחיטה כהלכה, איז נישט מער ווי דער אלט באקאנטער צויי-פנימ'דיגער באגלייטער פונעם מענטש, וועלכער שטעלט זיך כלומר'שט אלעמאל אהער פארן מענטש ווי דער בעסטער חבר און פריינד, ווי כאילו ער זוכט בלויז דעם מענטשנ'ס טובה. איך וועל דיר מעתיק זיין דאס לשון פון "חובת הלבבות", בנוגע אזא חבר, ואידך זיל גמור:

חובת הלבבות, שער יחוד המעשה, האט געשריבן:בן אדם, ראוי לך לדעת, כי השונא הגדול שיש לך בעולם הוא יצרך. המנסך בכוחות הנפש, והמעורב במזג רוחך, והמשתתף עמך בהנהגת חושיך הגופניים והרוחניים, המושל בסודות (נ"א: במדות) נפשך, וצפון חובך. בעל עצתך בכל תנועותיך, הנראות והנסתרות, שתהיינה ברצונך. האורב לפתות פסיעותיך. ואתה ישן לו והוא ער לך. והוא מתעלם ממנו והוא אינו מתעלם ממך. לבש לך בגדי הידידות, ועדה עדי האהבה לך, ונכנס בכלל נאמניך, ואנשי עצתך, וסגולת אוהביך. רץ אל רצונך, כנראה מרמיזותיו וקריצותיו, והוא מורה אותך בחציו הממיתים לשרשך מארץ חיים וכו'.

והן החזק שבשלוחיו, אשר יורה אותך וילחם אותך בהם, במצפון ענינך. שישתדל לספק עליך אמתתך, ולשבש מה שנתברר לך, ולערבב את נפשך במחשבות כזבים ומענת שקרים. יטריד אותך בהם מתועלותיך, ויספק עליך מה שנתברר לך מאמונתך ודתך. ואם תהי' נזהר ממנו, ותזמין לו שלוחי שכלך להלחם אותו בהם, ותסלק חציו מעליך, תנצל ותמלט ממנו, בעזהש"י.


דער חובת הלבבות, דארט אין יענעם פרק, שמועסט אזוי זיס אויס אלע פרטים ופרטי פרטים, וויאזוי דער אזוי גערופענער, אנגעבליכער, "חבר" פונעם מענטש לאזט נישט נאך דעם מענטש. יעדן טאג מיט פרישע עצות, פרישע פלענער. דער חובה"ל קריכט דארט אריין אין די טבעיות און נאטורן פון יעדן סארט מענטש וואס נאר שייך, און אין יעדן סארט מצב אדער מדרגה וואס א מענטש קען זיך נאר אלץ געפונען, און ער צולייגט דארט פונקטליך די ותחבולות, די מעטאדן, וואס דער א.ג. "חבר" דרייט אלס ארום מיט'ן מענטש און מאנאווירט אים זיינע מחשבות. פארשטייט זיך, אז דער חובת הלבבות שמועסט דאס אזוי געשמאק אויס, אז יעדער מענטש, אין יעדן מצב, טרעפט זיך אין כאטש איינע פון ביישפילן אדער פאקטן וואס ער שטעלט דארט אראפ.

הוי, דער חבר... חבר...
דער פראבלעם מיט דעם 'חבר' מאכט דאך ליידער יעדער איינציגער מענטש מיט. יעדער איינציגער מענטש גייט דאך דאס דורך. דער 'חבר' טשעפעט זיך דאך צו צו יעדן מענטש. מיינסט אז מיר לאזט דער 'חבר' מנוחה?.

נאר וואס דען? נאכן אפלערנען די ווערטער פון חובת הלבבות, וועט שוין דער אברהם ריכטיג וויסן אפצושאצן און אופצודעקן דעם ריכטיגן פרצוף פון זיין אזוי גערופענעם "חבר" זיינער, און ער וועט פארשטיין אז אונטער דעם פרצוף פון זיין 'ווירקליכן חבר' ליגט גאר באגראבן אן אנדערער פרצוף, אן אנדערער סארט "חבר", וועלכער ארבעט אויף קעסט און כלים, אויף אלע סארט וועגן, אים צו פארווארפן, און ער ניצט אן אלע מיטלען דערצו. פערצופאל, דאס מאל, אין די מיסיע, האט זיך דער אלוועלטליכער 'חבר' געטראפן א 'חבר', א שותף, צו די הסתה...

===
ואילו לא באת – מאשקע - אלא בשביל דברי קרעמער, דיינו.
דיין גאנצער ארטיקל - וואס אחוץ פון איר אייגנארטיגע מעלה, ווי שוין אנהויב דערמאנט - האט זיך שוין אויסגעצאלט, בלויז צו ליינען ר' קרעמער'ס דברי חיזוק.

ר' קרעמער, דיינע הארצרייסנדע דברי חיזוק, זענען דאך גוט און נוצבאר פאר יעדן מענטש צו יעדע צייט. חזק ואמץ!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

א הארציגער ווארימער אשכול עם דברים של טעם. שכוייח מאשקע'לע
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
Anonymous

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

די צינג איז א שווערד? חא חא חא, עטץ ווייסטס נישט וואס א ריכטיגע שווערד איז!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

בין לאדין טייערער, אויב איז דיין ציל מיטן דא אריין קומען אונז צו דערשרעקן, און דיינע תגובות גייען לויפן אויף דעם וועג ווי די פריערדיגע, איז דער תירוץ אויף דיין קשיא אינעם אנדערן אשכול, א גרויסע

ניין.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

שרייבן קען איך נישט, אבער ביי תהילים האב איך אינזין געהאט אונזער אברהם'ן אז פון הימל זאל מען אים געבן גענוג כח בייצישטיין אלע נסיונות.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

קרעמער און זארעכ, שכוח פאר ענקערע תגובות. איך האב עס נעכטן געוויזן פאר אברהם'ן, און ער איז מורא'דיג באאיינדרוקט געווארן. ער דארף נאך אבער אסאך חיזוק צוריקצוקומען "צו די כוחות".
אידן, רופט אייך אן ווארעם.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

צו דיר טייערער אברהם, אדער ווי אין פסוק שטייט, אברהם אברהם לשון חיבה, איך בין נישט דער וואס זאל פילן, אז מיינע ווערטער קענען עפעס העלפן, אבער אויף אריין צו טראכטן, איז עס מער פון עפעס, און משום ספק, אז מ'קען קיינמאל נישט וויסן וועלעכע ווארט ס'כאפט דעם יעניגען וועל איך פראבירן דיך מחזק צו זיין כיד השם הטובה עלי, און איך דרוק מיך אויס כיד השם, ווייל איך האב נאכנישט קיין אהנונג וואס פונקטליך איך זאל דיר שרייבן, אבער איך הייב אן און דער באשעפער זאל זיך טוהן דאס זייניגע, איך וועל פראבירן נאר אינזין האבן לשם שמים, אבער איך בין נאר קרוץ מחומר, אז איך זאל מיך קענען איינהאלטן און נישט טראכטן, אז איך האף אז מיינע חבירים דא אין קרעטשמע וועט אויך געפעלן מיינע ווערטער, איי פארוואס מוז איך דאס ארויס שרייבן, ווייל איך האב חשק אז פון דעם אליין זאלסטו אויך עפעס ארויס נעמען, דאס אז אויב ס'וועט זיך דיר אמאל מאכן, -אי"ה נאכן צוריק קומען צום ריכטיגן דרך, צו וועלעכע דו גארסט אזוי-, אז אינמיטן א גוטע מחשבה אינמיטן א גוטן טאהט וועט זיך דער יצר מתגבר זיין און זאגן, וועם פאפסטו אז דו מיינסט עס ערענסט, וועם ווילסטו איינרעדן אז דו האסט אינזינען דעם אייבירשטען מיט דיין דאזיגען טאהט, זאלסטו וויסן, אז ס'איז נארמאל, און מ'פארלאנג נישט פון אונז עפעס מער פון וואס מיר קענען, קיינער בעט נישט פון אונז, אז מיט יעדע טריט אונזערע זאלן מיר שפאלטן הימלען, אוודאי ווי מער מ'קען טראכטן פונעם באשעפער, איז אוודאי בעסער, אבער דאס מיינט נישט אז אויב מ'איז נישט הונדערט פראצענט זעכער אז מ'האט אינזינען די ריכטיגע כוונות, זאל מען זיך צוריק האלטן צו טוהן, דאס וואס ס'זעט אויס ריכטיג, און אצינד וועל איך אנפאנגען צו באארבעטן דעם עצם ענין פון חברותא איינע פון די מכת הדור בלי שום גוזמא.

אויב איך האב נישט קיין טעות האט דעס דער תנא חוני המעגל געזאגט, או חברותא או מיתותא, וואס דאס מיינט, אז אן קיין חברותא זאל דער אייבישטער שומר ומציל זיין, מ'מעג זיין א תנא, אויב קיינער קוקט נישט אויף דיר, קיינער רעדט נישט צו דיר, דו ביסט א גארנישט אין יעדענס אויגן, די אלע זאכן לייגן א מענשט אין דער ערד, אבער מ'קען אויך טייטשן, או חברותא או מיתותא, מיינט אז אויב ס'איז אזא חבר וואס ער ברענגט מיתותא אין רוחניות, איז טאקע בעסער מיתותא אין גשמיות, מ'דארף טאקע האבן חברותא, אבער מ'דארף וויסן ווי איין און ווי אויס, מ'טאר נישט בלינדערהייט נאכגיין קיין חברים מיטן תירוץ, איך מוז דאך האבן א חבר, און דאס זאג איך דיר לגבי דעם חבר דיינער, אוי פאר אזא חברותא, אוי געוואלד ער ברענגט דאך מיתותא, לויט די היינטיגע אנגענומענע שיטה פון מחנכים, נאכנישט יעדער, אבער א גרויסע חלק האלטן אזוי, און מיין מיינונג איז מיט זיי, אז ווען מ'וויל קער נעמען פון א פראבלעם, זאל מען נישט נישטערן אינעם עבר, און גראבן דאס טיפסטע וואס איז נאר שייך, און זען פון ווי דער פראבלעם האט זיך אנגעהויבן, איינע פון די סיבות איז, ווייל דאס ברענגט יאוש, ווען מ'ווערט געוואר ווי טיף מ'איז באגראבן, און ס'האט נישט קיין שום סיבה פאר וואס מ'זאל דאס דארפן וויסן, דער עיקר איז נאר צו זען וואס מ'טוהט אויף להבא, ס'וועט קיינמאל נישט העלפן ווען מ'וועט זאגן פאר איינעם איך ווייס אז דו האסט שלעכטע נאטורן, איך ווייס אז ביז היינט האט נישט געטויגט מיט דיר, און פון היינט און ווייטער וועסטו יא טויגן, די הקדמה פעלט בכלל נישט אויס, און ס'העלפט נישט אויף גארנישט, מ'טוהט פיל מער אויף, אויב מ'זאגט פאר יענעם, יעדער ווייסט אז ווען דו וועסט נאר אביסל פראבירן וועסטו קענען, דיינע כוחות זענען גרויס, און גענוג שטארק אז דו זאלסט קענען בייקומען דיינע נסיונות, ווייל דער באשעפער געט פאר קיינעם נישט אזעלעכע נסיונות וואס מ'קען נישט ביישטיין, און אז ער האט דיר געגעבן די נסיונות, מיינט דאס אז דו קענסט זיך פארמעסטן דערמיט, און אויב ס'איז דיר שווער אליין, ביסטו בארעכטיגט צו נעמען הילף דערצו, אבער נאר פון די וואס ווילן דיר דאס געבן, אזוי ווי ס'פאדערט זיך אבער חלילה נישט פארקערט.

און אצינד וועל איך אביסל אריין גיין אין דיין חבר'ס מח, וואס מיינסטו, וואס איז די סיבה אז ער זאל דיך זוכן אזוי צו קאלט מאכן צו כל הקודש לנו? וואס דארף אים אנגיין, אז דו ווילסט האבן א שיעור, ביסטו דען געווארן אויס זיין חבר? ווען דו וואלסט ווען נישט אויפגעהויבן דיין פאן מיט א תירוץ אז דו האסט געהאלטן אינמיטן דרייוון, מיינסטו אז דאס וואלט אים געבאדערט? זיכער נישט, ווייל נישט דיין נישט אויפהייבן די פאן האט אים געבאדערט, נאר דער תירוץ פארוואס, און אויך נישט אזוי ווייט, אז ווייל דו האסט געהאלטן אינמיטן א שיעור, נאר ווען ער האט געהערט, אז דו טרעפסט דיר די חיות אין אזא הייליגקייט, אזוי ווייט אז א פאן קאל זאל דיך נישט אינטערעסירן, האט ער דיך אנגעהויבן מקנא צו זיין, ער וועט דיר דאס קיינמאל אין לעבן נישט מודה זיין, חוץ אויב ער וועט אויך צוריק קומען און אנפאנגען פילן א טעם אין א גוטע זאך וואס מ'טוהט, אבער אלענפאלס, דארפסטו יעצט אריין טראכטן, אז אויב ס'איז אזוי אז זיין גאנצע פראבלעם איז נאר קנאה, איז דאס איינע פון די בעסטע באווייזען אז דו טוהסט יא גוט, און יא, דיין חבר איז אויך מודה דערין, והא ראי' ער איז דיך מקנא, א גרויסן חלק פון די הלכה בידוע אז עשיו שונא ליעקב, איז דוירעך קנאה, איך געדענק שוין נישט פונקטליך פון ווי איך נעם עס, אבער דאס האב איך נישט אליין אויפגעטראפן, דער גוי איז מקנא דעם איד, אז ער פילט א טעם אינעם לעבן, אנדערש ווי דער גוי, ווי סאך געלט ער זאל נאר האבן, אדער כבוד, וכדומה, אלע תאוות עולם הזה, וועט אים נאך נישט בארואיגן די קנאה וואס ער האט אינעם איד, כאטשיג ער זאגט עס נישט, און עשיו שונא ליעקב קען אויך מיינען אז דאס שלעכט האט פיינט דאס גוטס, און פראבירט דאס אונטער צוברענגען, און אז דו וועסט גוט אריין טראכטן דערין וועט עס דיר אסאך העלפן אין דיינע באשלוסן, ווייל ווען דיין חבר זאל ווען בעטן פון דיר, א זאך וואס דו ווייסט אז דו קענסט דערמיט וויי טוהן דיין אייגענע הויז געזינד, וועסטו דאך עס נישט טוהן פאר אים, ווי גוט ער זאל נארנישט זיין מיט דיר, ווייל דעמאלטץ וועסטו שנעל כאפן אז ער מיינט בכלל נישט דיין טובה, און די זעלבע איז ביי אידישקייט, אז דו וועסט נאר אריין טראכטן וואס ס'באדערט עכט פאר דיין חבר, אז די גאנצע זאך איז נאר ווייל ער פארגינט דיר נישט, וועט דיר זיין אסאך גרינגער אים נישט אויסצוהערן.

און לאמיר דיר זאגן, דאס אז דו האסט געבעטן מפרסם צו זיין די מעשה, אדער אפילו אז דו ביסט נאך גרייט אויסצוהערן חיזוק, דאס אליין מיינט אז דו ביסט נאכנישט פארלוירן, און דאס אליין דארף דיר געבן חיזוק, די זאלסט דיך אריין טוהן אין דיינע אייגענע מחשבות, און זיך נעמען אויף א פארהער, וואס גייט פאר מיט מיר, וואס פעלט מיר דען אז איך זאל גיין בעטן פון א חבר מיינעם, אז ער זאל מפרסם זיין די מעשה און מיר ברענגען חיזוק, נאר וואס דען, ווייל דיר אליין באדערט אויך אז דו האסט נישט געקענט ביישטיין דעם נארישן חוזק פון דיין חבר, זאלסטו אבער וויסן, יעדער מענטש עכ"פ רוב מענטשן, איין מינוט נאכן טוהן אן עבירה האט מען חרטה, ס'באדערט מ'איז דוירעך געפאלן, מ'איז אסאך מאל גרייט צו זאגן עטליכע עקסטערע קאפיטלעך תהלים, צו בעטן דעם אייבירשטען אז ער זאל מוחל זיין, אבער צו גיין זיך מתוודה זיין איז נישט יעדער גרייט, און איינער וואס טוהט דאס, פארשטייסטו אליין אז ער האלט אויף אן העכערן מדריגה, און איינע פון זיי, ביסטו, דאס איז אויך א זאך וואס געבט חיזוק, אז מ'האלט ערגעץ.

און ווען דיין חבר וועט נאכאמאל פראבירן דיך נאכאמאל פראבירן אפצורעדן, נאך דעם וואס דו האסט דיך צוריק געכאפט צום ריכטיגן וועג, איז דא צוויי וועגן ווי אזוי מ'קען עס הענדלען, איינס אביסל א שווערע, און דאס איז אז דו זאלסט אים זאגן קלאר, איך האב אזוי דיסיידעט, און אויב ס'געפעלט דיר נישט, זיי מצליח, און לאמיך צוריה, ס'איז טאקע שווער אבער נאר די ערשטע מאל, די צווייטע וועג איז, אז דו זאלסט אים זאגן, ביסט א גרויסער חכם מאכסט חוזק פון מיר, אז איך האב א שיעור, קום דו אויך עטליכע מאל צום שיעור, און אויב דו וועסט מיר קענען דעמאלץ אויפווייזען אז ס'איז נישט אינטערעסאנט, איז דא פון וואס צו רעדן, אבער עס לאנג דו ווייסט נישט פון וואס די רעדע איז, וואס דרייסטו א קאפ.

אברהם אברהם, רעד דיך נישט איין אז ס'גייט אנקומען גרינג, אדם לעמל יולד, מ'דארף זיך פלאגן איינער מער און איינער ווייניגער, אבער פלאגן דארף מען זיך, אשרי מי שעמלו בתורה, אז דו וועטס אויסנוצן דיין פלאגעניש אויף תורה וועט מוזן זיין דיין פרנסה וועט דיר אנקומען גרינגער, ס'איז נישט מעגליך אנדערש, ווייל ס'איז פונקטליך אנגעשריבן וויפיל א מענטש דארף זיך פלאגן, און לפום צערא אגרא, דאס מיינט אז מ'וועגט אפ דעם צער, און מ'באטראכט דעם גברא און לויט דעם שאצט מען די שכר, און די זעלבע זאך, לויט דעם שאצט מען וויפיל פלאג דעם מענטש איז באשערט, און אז ס'האט זיך אויסגענוצט ביי תורה ווייל דארט האט ער געהאט ספעציעלע שוועריגקייטן, גוט פאר אים, דעמאלטץ מוז זיין גשמיות'דיגע חלק אין לעבן זיין גרינגער, און אז דו וועסט אריין טראכטן אין אט דעם פאראגראף וועט עס דיר אויך גרינגער מאכן, פאר צוויי סיבות, איינס אז א מענטש ווייסט און פאר ער הייבט אן עפעס צו טוהן, אז ער גייט טוהן עפעס שווער, איז א סאך רואיגער ווי ווען ער ווערט געכאפט אין א סורפרייז, כאטשיג יעדער מענשט ווייסט אז דאס לעבן איז נישט גרינג, אבער נישט יעדער טראכט דערין, און אז מ'וויל זיך נעמען צו א טויש, איז מער וויכטיגער אין דעם אריין צו טראכטן און מ'זאל וויסן אין וואס מ'לאזט זיך אריין, און צווייטענס, אז דו וועסט טראכטן די גוטע חלק דערפון, אז אויב איז שווער אין רוחניות מוז זיין גרינגער אין גשמיות, וועט עס דיר אויך געבן מער חשק טאקע אויסצונוצן דיינע שווערריגקייטן אין רוחניות.

און נאך איין זאך מיר אלע דא, ווארטן צוריק צו הערן פון דיר, פארוואס דערצייל איך דיר דאס? ס'איז דאך באקאנט אז, איך געדענק נישט פונקטלעך דעם לשון, אבער דער עיקר איז די טייטש, ווען ס'איז דא אן אמבטי רותחת, א הייסע וואנע קיינער קען דארט נישט אריין גיין קומט א הדיוט א נאר, און שפרינגט אריין, און ער מאכט עס קאלט פאר אנדערע, ווייל אז אנדערע זעען אז מ'קען אהין אריין גיין נישט קיין חילוק אז יענער איז געווען א שוטה, גייט מען אריין דערין, אבער למעשה ווי אזוי קען טאקע דער שוטה אריין גיין? האט ער עפעס אומנאטורליכע כוחות? קלאר אז נישט, און ס'איז קלאר אז אויב קיינער וועט דאן נישט זיין אין מקוה וועט ער דערין נישט אריין גיין, נאר דאס אז דער עולם וועט קוקן און זען אז ער גייט יא אריין אפילו קיינער קען נישט און מ'וועט אים באטראכטן מיט פארוואונדערונג, דאס גיט אין אים אריין אומערמידליכע כוחות, אז ס'זאל אים נישט צו שטארק וויי טוהן די בריה וואס ער כאפט, און דאס זעלבע מיט דיר, אז דו וועסט וויסן אז ס'איז דא מענטשן וואס ווארטן צו הערן אז דו ביסט נישט אזא שוואכלינג ווי ס'קען זיך דאכטן, וועסטו באקומען שטערקערע כוחות, טאקע דאס צו באווייזען, דו וועסט יעצט האבן א נאטורליכן רייץ, יא אנצופאנגען צוריק צו ווערן גוט, אז דיין גוטער חבר וועמען דו האסט אנפארטרויעט ער זאל אונז דערציילן די מעשה, זאל טאקע קענען קומען זאגן, אז זיין חבר איז אסאך שטערקער ווי ס'האט אין אנפאנג אויסגעקוקט.

זאל דער אייבישטער טאקע העלפן אז דו זאלסט באקומען די גייסטיגע כוחות און וואס דו נויטיגסט זיך אזוי שטארק, און זאלסט זוכה זיין מיט דיינע קינדער אינאיינעם נאר צו טוהן נחת רוח פארן הייליגן באשעפער.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך זעה דו מאכססט בעלי תשובה, הא?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

באטראכט גוט דעם נאמען פונעם אשכול.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איך_הער, א גרויסן שכוח. איך וועל אים עס מארגן ווייזן אי"ה, און איך האף אז ס'וועט צוהעלפן צו זיין "וועי אוו לייף טראנזישאן".
שוועמל, ס'פאסט נישט פון דיר.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך_הער;

א ריכטיגע סעמפל פון "דברים היוצאים מן הלב", ובודאי שיכנסו אל לב השומען. אין מיין הארץ איז עס זיכער אריין!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

מאשקע, איך האף אז ווען דו וועסט האבן גוטע נייעס פאר אונז, וועסטו דאס אונז לאזן וויסן.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

רבותי, ס'איז שוין דא גוטע נייעס ב"ה. האפנטליך וועט עס בלייבן גוטע נייעס.
ווען איך וועל האבן אביסל מער צייט, וועל איך עס אי"ה אפשרייבן.
אבער איין זאך קען איך יא זאגן יעצט, אין נאמען פון אברהמ'ן: שכוח פאר קרעמער, זארעכפעפער און איך_הער. איר האט מיך אויפגעראכטן, בגשמיות וברוחניות!
לענגערע באשרייבונג קומט אי"ה בקרוב.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זאג אים ער זאל זיך נישט שעמן, ווען אימער ער שפירט אז ער קען נוצן א שטופ (BOOST בלעז), זאל ער זיך מעלדן.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ווער ס'האט שוין געזען דעם "צייטשריפט" פון פ' תזו"מ, זאל אויפהייבן די האנט.
ווער נישט, זאל עס שוין לויפן און קויפן.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15462
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

סקען שנעל אריין א קאפי דערפון פליז.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איך סקען נישט גארנישט.
איך בין נאך אזויפיל ווערד אז דו זאלסט ספענדן $4.50 פאר מיר.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15462
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

דא מי עי פעוואר, פליז.
גאליציאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליציאנער »

מאשקע האט געשריבן:איך סקען נישט גארנישט.
איך בין נאך אזויפיל ווערד אז דו זאלסט ספענדן $4.50 פאר מיר.


די ביסט ווערד אסאך מער ס'איז א בושה מיט דעם ארויס צי ווייזען דיין ווערד
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מאשקע האט געשריבן:ווער ס'האט שוין געזען דעם "צייטשריפט" פון פ' תזו"מ, זאל אויפהייבן די האנט.
ווער נישט, זאל עס שוין לויפן און קויפן.


וואס מיינסטו דערמיט, וואס האט עס צוטיען מיט די אשכול ?
עס שטייט דארט די מעשה ?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

יא.
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

לייען איך יעצט איבער דעם אשכול וואס איז געעפנט געווארן עשרה בטבת פיר יאר צוריק,
און דאס הארץ פלאטערט מיר.

קודם א ישר כוח פאר 'מאשקע', אוי דער אמאליגער מאשקע
און באזונדער פאר 'קרעמער' פאר די אויסטעלישע דברי חיזוק וואס קען יעדן צינוץ קומען
ווי אויך פאר 'זארעפעפער' (ז"ל)
ואחרון אחרון חביב מורינו 'איך_הער' זז"ג פאר די לענגערע דברי חיזוק
כה לחי! אייך אלע


קען מיר איינער אפשר איבערגעבן וואס ס'איז געשטאנען אין צייטשריפט?
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

שכוח פינקלעך פארן ארויף ברענגען דעם אשכול
אין שכוח פאר די שרייבערס סאיז ממש דברים היוצאים מין הלב אין סדרינגט טאקע אריין גאר גאר טיף
יאנקעל די פופציגער
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”