אלמוני האט געשריבן:אסדר לסעודתא האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:חמרא טבא האט געשריבן:באקומען אין אישי פון איינע פון די לייבן פון אייוועלט הרוצה בעילום שמו:
בכלל נישט "געפיליש".
דער הייליגער מונקאטשער רב זי"ע האט נישט ערלויבט א נאמען פון א פרוי אויף די ארון הקודש אדער ספר תורה.
איר קענט זאגן נישט אלע האבן אזוי אנגענומען, אבער "געפילש" קומט דא נישט אריין.
באקומען פונעם זעלבן לייב די זעלבע לשון.
אוודאי מיט א מקור פונעם הייליגן מנח"א איז עס מער נישט 'געפיליש', ותשוח"ח פאר'ן משלח וואס האט צוגעברענגט די מראה מקום..
חידוש נפלא, ווייל איך ווייס פון א מונקאטשער ארון קודש מיט א שם אשה אויפן פרוכת. איך דארף איבערקוקן, אבער כמעט זיכער.
די פרוכת אינעם גרויסן מונקאטשער בית מדרש איז לע״נ דער מנחת אלעזר׳ס רעביצין
שטייט נישט די נאמען, עס שטייט הרבנית וכו' מחברתו של רבינו וכו'