שכונת בלומינג-גראוו, קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

באקומען אין אישי פון א מיטבאטייליגטן ס׳איז זייער אינטרעסאנט:

דער זמיגראדער רבי האט געפראוועט א הערליכע חנוכה ליכט צינדן היינט נאכט דאנערשטאג מקץ. א עולם איז געווען מלא וגדוש איבערגעפילט זקנים עם נערים א פולע געפאקטע די שול

דער רבי איז אריינגעקומען 9:20 בערך און גלייך געמאכט די ברכות הויך און קלאר מיט א רגש דקדושה

ער האט זייער א אינטרעסאנטע מנהג ביי הנרות, ער פראוועט ניגוני פסח מיט חנוכה באנזאם.

נאך הנרות און מעוז צור זאגט ער נאך עטליכע קאפיטלעך שטילערהייט

דאן הייבט ער אן הויך שפוך חמתך אל הגויים ביזן סוף ותשמידם מתחת שמי ה׳

דערנאך זינגט דער גאנצער ציבור והוא שעמדה

דערנאך זאגט דער רבי לפיכך אנחנו חייבים להודות להלל ביז ונאמר לפניו שרה חדשה הללויה

דאן קומט מלה במלה גאנץ הלל מתוק מדבש יעדעס ווארט זיס ווי צוקער מאשפות ירים אביון להושיבי עם נדיבים וגו׳

מ׳זינגט דער גאנצע ציבור ביי הודו די צאנזער ניגון אנגעהויבן פון לך אזבח זבח תודה דערנאך זינגט מען אויך ביי אנא ה׳ געהעריג אלע לאנגע פעלער

דערנאך זאגט ער הלל הגדול און נשמת

דערנאך זינגט ער זייער שיין פאר הויך אדיר הוא יבנה ביתו בקרוב ביזן סוף

דערנאך זיצט ער זיך צום טיש און דער גאנצער עולם זעצט זיך אראפ ביים שלחן הטהור

דער רבי האט געמאכט א ברכה און וואונטשט זייער שיין לחיים מיט ברכות והשפעות

משוררים קאפעליע האט באגלייט דעם גאנצן מעמד מיט שירה וזמרה לכבוד היום

דערנאך הייבט דער רבי אן זאגן א לאנגע תורה מיט שיינע קשיות און הערליכע בחינות, ב״י קשיא, וכו׳ און צום סוף ווידעראמאל הערליך אנגעוואונטשן

דערנאך האט ער געטיילט פריטלעך

מ׳האט זיך געשטופט א פערטל שעה צו באקומען

דערנאך האט מען אריינגעברענגט א פולע טאץ קוואדערס

דער רבי שפילט קודם דריידל מיט א שמייכל

דערנאך הייבט ער אן טיילן חנוכה געלט

מיט אזא ענוות חן אזוי בא׳טעמ׳ט

ממש מעין עולם הבא

דער רבי האט געוואונטשן יעדן נחת און עשירות ותן חלקנו בתורתך

כן יעזור ה׳ להלאה
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

זונטאג פירט ער אויך אין בלומינגראוו?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

די צייטונג - ויגש
0101.jpg
0101.jpg (43.66 KiB) געזען 3457 מאל
נייע שטערן
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 31, 2018 9:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטערן »

וועלכע מין עולם דאוונט אין זמיגראד? סאטמאר?
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

נייע שטערן האט געשריבן:וועלכע מין עולם דאוונט אין זמיגראד? סאטמאר?


וויזשניץ מאנסי וויליאמסבורג בית שמש :lol:
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

נייע שטערן האט געשריבן:וועלכע מין עולם דאוונט אין זמיגראד? סאטמאר?


זשימיגראדע חסידים, סאטמאר געשטימט.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

נייע שטערן האט געשריבן:וועלכע מין עולם דאוונט אין זמיגראד? סאטמאר?

סאטמארע חסידים, זשמיגראד געשטימט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אז איבער 95% קרית יואל בערך זענען סאטמארער... דא דע מעט.

קען זיין אז ער פרעגט צו אנ"ש אידן אדער אלייענס אידן, און אויב אלייענס אידן, וועלכע קהילה פון די אלייענס.

די אלייענס איז צאמגעשטעלט פון בעיקר סאטמארע און סאטמאר געשטימטע קהילות און אפאר אנדערע קהילות.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

האמיר גענומען א שנעלע רייזע אין די בלומיגראווער גאסן אצינד פארנאכטס, און די פילע קראצמעך-יאצמעך לעמפעלעך האבן מיר פארטונקעלט די אויגן. ס'וואלט כדאי געווען אז אחינו בני ישראל תושבי ודרי בלומינגראוו יצ''ו, זאלן זיך צוזאמעננעמען און ארויסלייגן חנוכה לעמפלעך און מנורה'ס, אלץ קאנטער באלאנס צו די גויאיש אויסזעענדע גאסן, און ארויסצוווייזן דאס אידישקייט, אין בלומינגראוו.
פון דארט זעמיר צוריק געפארן און געמאכט א סטאפ ביים 'סליפ אין' האטעל וועלכער שיינט מיט פראכט און עלעגאנץ אויפן ברייטן 208 שטראזע, און איך מוז זאגן אז דער גאסט-הויז איז מאסיוו, לויט די לעצטיגע מאדערנע איינריכטונגען און סטיילס, איז עס א גוטע אויסוואל פאר סיי וואסערע אינדערוואכן בעסערע און רייכערע סארט איווענט, פארטי פלאנירער און אווענט ארגאנאזירער קענען איינריכטן שאטעלס אהין און צוריק, איינצוקווארטירן עליטע געסט.
דאס איז געווען מיין קורצע רייזע אין בלומינגראוו, היינט פארנאכטס.
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

אהער און אהין האט געשריבן:האמיר גענומען א שנעלע רייזע אין די בלומיגראווער גאסן אצינד פארנאכטס, און די פילע קראצמעך-יאצמעך לעמפעלעך האבן מיר פארטונקעלט די אויגן.

:roll:
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

יאצמעך האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:האמיר גענומען א שנעלע רייזע אין די בלומיגראווער גאסן אצינד פארנאכטס, און די פילע קראצמעך-יאצמעך לעמפעלעך האבן מיר פארטונקעלט די אויגן.

:roll:

האסט שוין אמאל פראבירט צו טרענסילעיטן די ווארט יאצמעך?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2542
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

אהער און אהין האט געשריבן:האמיר גענומען א שנעלע רייזע אין די בלומיגראווער גאסן אצינד פארנאכטס, און די פילע קראצמעך-יאצמעך לעמפעלעך האבן מיר פארטונקעלט די אויגן. ס'וואלט כדאי געווען אז אחינו בני ישראל תושבי ודרי בלומינגראוו יצ''ו, זאלן זיך צוזאמעננעמען און ארויסלייגן חנוכה לעמפלעך און מנורה'ס, אלץ קאנטער באלאנס צו די גויאיש אויסזעענדע גאסן, און ארויסצוווייזן דאס אידישקייט, אין בלומינגראוו.

די קריתיולער אידן זענען היבש עמפינדליך צו די לעקטערליך, א תושב בלומינגראוו וואס משרשו איז פון די סיטי זעהט דאס ניטאמאל.
#בשיטה נישט
איגערקע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגערקע »

אהער און אהין האט געשריבן:האמיר גענומען א שנעלע רייזע אין די בלומיגראווער גאסן אצינד פארנאכטס, און די פילע קראצמעך-יאצמעך לעמפעלעך האבן מיר פארטונקעלט די אויגן. ס'וואלט כדאי געווען אז אחינו בני ישראל תושבי ודרי בלומינגראוו יצ''ו, זאלן זיך צוזאמעננעמען און ארויסלייגן חנוכה לעמפלעך און מנורה'ס, אלץ קאנטער באלאנס צו די גויאיש אויסזעענדע גאסן, און ארויסצוווייזן דאס אידישקייט, אין בלומינגראוו.
פון דארט זעמיר צוריק געפארן און געמאכט א סטאפ ביים 'סליפ אין' האטעל וועלכער שיינט מיט פראכט און עלעגאנץ אויפן ברייטן 208 שטראזע, און איך מוז זאגן אז דער גאסט-הויז איז מאסיוו, לויט די לעצטיגע מאדערנע איינריכטונגען און סטיילס, איז עס א גוטע אויסוואל פאר סיי וואסערע אינדערוואכן בעסערע און רייכערע סארט איווענט, פארטי פלאנירער און אווענט ארגאנאזירער קענען איינריכטן שאטעלס אהין און צוריק, איינצוקווארטירן עליטע געסט.
דאס איז געווען מיין קורצע רייזע אין בלומינגראוו, היינט פארנאכטס.


די אידן וואס וואוינען אין דעם עיר ואם בישראל בלומינגראוו. לעבן אזוי ווי אונזערע עלטערן און איר עלטערן, וואס זענען נעבעך אין גלות צווישן די יצמח קרצמח גוים שוין פאר טויזענטער יארן, און האבן זיך קיינמאל זיך נישט צוזאם גענומען קעגן זיי.

מיר אידן פלעגן אין אלע צייטן וואוינען צווישן גוים. אויך אינדערהיים אין אייראפע. מיר דארפן זיך אויפפירן איידל און באשיידן. אונטער געווארפן אונטער אונזערע גוישע שכינים. אפילו די וואס לייגן ארויס יוזלעך לעפעלעך.

יסכר פי דוברי שקר. פאר די אלע וואס רייסן אראפ בלומינגראוו אדער אנדערע געגענטער. ווייל מ'וואוינט מיט גוים. לאמיר קלאר שטעלן די דעת תורה. ס'איז סאך מער אויסגעהאלטן צו לעבן נארמאל אויסגעשפרייט אין פריוואטע הייזער צווישן גוים, ווי איידער צוזאם געפרעיסט ווי די סרדינים. איינעם אין צווייטענס נאז. דאס איז נישט צניעותדיג אין נישט אידישלעך.

ענדערש זאל מען זיך ארויף שלעפן פינעף שטאק אן קיין עלעוועיטאר, און דיין שכן קען פינקטלעך זעהן וואס איר עס פאר נאכטמאל. אבער צווישן די גוים וועט מען נישט גיין ח"ו ? ?
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

מסתם קומט איר פון די סיטי, אז איר האט שוין יא געברויכט ארויסמופן האט איר געטשוסט כאטש לעבן מיט נארמאלקייט, די גויים שטערן נישט בכלל, אזוי האט מען אלץ אין די סיטי אויך געלעבט.

דער קרית יואל׳ער אבער פארשטייט דאס נישט. ביי אים איז צווישן גויים ס׳ערגסטע, הערן דאס בילן פון א הונטל איז ממש געפערליך, זעהן א אפגעריסענער אפסטעיטער גוי ברענגט אים שוין מחשבות, מילא איז דער קרית יואל׳ער מקבל דעם גזירת הגלות צווישן די אידישע ברודער, טאקע אויפן פינפטן שטאק, און באצאלט וואס מען בעט אים, ווארום דאס איז באמת זיין איינציגסטע ברירה.

גיי פארשטיי ווי נארמאלקייט שטייט באמת איין.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5994
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

אזוי קוקט עס אויס.. נאכן זיך אנזען מיט די יאצ-קראצ לעמפעלעך ימ"ש זעט מען שויניש וואסי ראנג דערמיט, און וואוינען אויפן 5'טען עלעוועיטאר'לאזע שטאק איז א גלות.

לאן הגענו?
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

איגערקע האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:האמיר גענומען א שנעלע רייזע אין די בלומיגראווער גאסן אצינד פארנאכטס, און די פילע קראצמעך-יאצמעך לעמפעלעך האבן מיר פארטונקעלט די אויגן. ס'וואלט כדאי געווען אז אחינו בני ישראל תושבי ודרי בלומינגראוו יצ''ו, זאלן זיך צוזאמעננעמען און ארויסלייגן חנוכה לעמפלעך און מנורה'ס, אלץ קאנטער באלאנס צו די גויאיש אויסזעענדע גאסן, און ארויסצוווייזן דאס אידישקייט, אין בלומינגראוו.
פון דארט זעמיר צוריק געפארן און געמאכט א סטאפ ביים 'סליפ אין' האטעל וועלכער שיינט מיט פראכט און עלעגאנץ אויפן ברייטן 208 שטראזע, און איך מוז זאגן אז דער גאסט-הויז איז מאסיוו, לויט די לעצטיגע מאדערנע איינריכטונגען און סטיילס, איז עס א גוטע אויסוואל פאר סיי וואסערע אינדערוואכן בעסערע און רייכערע סארט איווענט, פארטי פלאנירער און אווענט ארגאנאזירער קענען איינריכטן שאטעלס אהין און צוריק, איינצוקווארטירן עליטע געסט.
דאס איז געווען מיין קורצע רייזע אין בלומינגראוו, היינט פארנאכטס.


די אידן וואס וואוינען אין דעם עיר ואם בישראל בלומינגראוו. לעבן אזוי ווי אונזערע עלטערן און איר עלטערן, וואס זענען נעבעך אין גלות צווישן די יצמח קרצמח גוים שוין פאר טויזענטער יארן, און האבן זיך קיינמאל זיך נישט צוזאם גענומען קעגן זיי.

מיר אידן פלעגן אין אלע צייטן וואוינען צווישן גוים. אויך אינדערהיים אין אייראפע. מיר דארפן זיך אויפפירן איידל און באשיידן. אונטער געווארפן אונטער אונזערע גוישע שכינים. אפילו די וואס לייגן ארויס יוזלעך לעפעלעך.

יסכר פי דוברי שקר. פאר די אלע וואס רייסן אראפ בלומינגראוו אדער אנדערע געגענטער. ווייל מ'וואוינט מיט גוים. לאמיר קלאר שטעלן די דעת תורה. ס'איז סאך מער אויסגעהאלטן צו לעבן נארמאל אויסגעשפרייט אין פריוואטע הייזער צווישן גוים, ווי איידער צוזאם געפרעיסט ווי די סרדינים. איינעם אין צווייטענס נאז. דאס איז נישט צניעותדיג אין נישט אידישלעך.

ענדערש זאל מען זיך ארויף שלעפן פינעף שטאק אן קיין עלעוועיטאר, און דיין שכן קען פינקטלעך זעהן וואס איר עס פאר נאכטמאל. אבער צווישן די גוים וועט מען נישט גיין ח"ו ? ?

פערזענליך בין איך אויף די בלומינגראוו זייט פונעם פאלעמיק, כ'האלט אויך פון ארויסמופן אינדרויסן, אפגעזעהן פון דעם ארומיגן עלעמענט.
כ'האב נאר ארויסגעברענגט מיינע געפילן דערונטער.
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

אין ערגעץ בויעט זיך נישט א יישוב אין איין טאג, און נישט אין איין יאר, איבעראל איז דא אנדערע סארט שוועריגקייטן, והצד השוה שבהן אלע זענען דא און זענען גרייט זיך צו פלאגן אביסל פארן תועלת פון כלל ישראל, און פארן וואקסנדען געברויך פונעם שפרודלדיגן עתיד פונעם ציבור, קיינער האט נישט ארויסגעמופט פאר פריוואטע געלט אינטערעסן, יעדער פארשטייט די געפילן אז דאס איז בלויז א צייטווייליגע דורכגאנג, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

פארוואס איז ראה"ק דקהל מהרי"י-וומ"ס די וואך אין בלומינג גראוו?
ריקט זיך יעצט די נייע שול פארויס?
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

די נקודה האט געשריבן:מסתם קומט איר פון די סיטי, אז איר האט שוין יא געברויכט ארויסמופן האט איר געטשוסט כאטש לעבן מיט נארמאלקייט, די גויים שטערן נישט בכלל, אזוי האט מען אלץ אין די סיטי אויך געלעבט.

דער קרית יואל׳ער אבער פארשטייט דאס נישט. ביי אים איז צווישן גויים ס׳ערגסטע, הערן דאס בילן פון א הונטל איז ממש געפערליך, זעהן א אפגעריסענער אפסטעיטער גוי ברענגט אים שוין מחשבות, מילא איז דער קרית יואל׳ער מקבל דעם גזירת הגלות צווישן די אידישע ברודער, טאקע אויפן פינפטן שטאק, און באצאלט וואס מען בעט אים, ווארום דאס איז באמת זיין איינציגסטע ברירה.

גיי פארשטיי ווי נארמאלקייט שטייט באמת איין.


שפתיים יושק!
הארץ
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 18, 2016 11:15 pm

בלומינגראוו שאטל וועט אי"ה צוריקגייט אין קראפט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארץ »

מיט גרויס פרייד און עקסטאז טוען תושבי בלומינגראוו אננעמען די גוטע בשורה אז מיט'ן אויבערשטנס הילף מיט די השתדלות און שווערע ארבעט פון די עסקנים און צוזאמענארבעט פונעם ציבור תושבי בלומינגגראוו איז מען געזעצן און אויסגעארבעט מיט די ווילידזש אויסצוארבעטן אז די בלומינגראוו שאטל וואס פארט צו קרית יואל און צוריק זאל קענען ווייטער פארן טראץ די אלטע געזעץ וואס פארבאט פאר באסעס אנדערש ווי אלטע מענטשן אדער קינדער ארומצופארן אין ווילידזש.

די שאטל איז געגרינדעט געווארן פארן וואולזיין פונעם ציבור תושבי בלומינגראוו, תלי"ת אז גרויסע חלק פון די חן המקום על יושביה וואס בלומינגראוו האט זיך גאר שנעל איינגעקויפט איז וו פארדאנקען די פאקט אז די המון עם אין שטאט בלומינגראוו באשטייט פון די פרומערע\ערליכע משפחות, וואס ביי זיי וועט דרייווען א קאר נישט קומען אין באטראכט לויט די צניעות סטאנדארד פון די פרויען פון דעם קרייז בכלל, ובפרט מסלתה ומשמנה. וועגן דעם איז די פארלאנג געווען גאר גרויס, און זעענדיג די פראלעם, איז געקומען די חשובע אינגערמאן הר"ר יואל אבערלאנדער הי"ו אן קוקנדיג אויף אייגענע חשבונות און זיך גענומען די עול אנצופילן די חסרון וואס וועט ברענגן בלומינגראוו צו א דבר השלם,

היינט נאכט ביי די ווילידזש מיטינג וואס איז אפגעאלטן געווארן אין ווילידזש האל, וואס איז פאררופן געווארן ספעציעל וועגן די בלומינגראוו שאטל, האט זיך אנגעזען די אחדות פון תושבי בלומינגראוו ווען עס האבן זיך צוזאמענגענומען פון אלע שיכטן אינג און אלט, מענער און קינדער און ווער נישט, מיט א אחדות צו קומען שטיצן די עסקנות פון ר' יואל מיט די אלע עסקנים צוהעלפערס צו קענען ווייטער אנגיין. ווי אויך האט זיך שטארק אנגעזען די צוזאמענארבעט וואס די ווילידזש האט מיט די אידישע איינוואונער און עסקנים זיך צו צושטעלן און זיין גרייט אויסהערן די באדערפענישן פונעם אידישן ציבור,

עס האבן אויפגעטרעטן א רייע פון תושבים ארויסברעגנדיג די וויכטיגקייט פון די שאטל און יעדער אויף זיין שטייגער מענער פרויען און קינדער האבן מסביר געווען בטוב טעם ודעת וואס דאס מיינט פאר אונז צו האבן א שאטל צו פון א קינדס פערספעקטיוו אדער פון א מאמעס פרספעקטיוו פון א מאמע וואס ארבעט אדער א קינד מיט ספעשל נידס צו די שאפינג וואס דאס איז עולה על כולנה וואס אונז קענען זיך נישט באגיין אנאדעם.

עס איז אויך געווארן אויסגעשמועסן אנדערע צרכי ציבור וועגן ספידן און רעפלעקטערס, און ווי אויך איז געווארן פארגעלייגט פארשידענע הצעות פארן ווילידש וויאזוי צו העלפן מיט די אויבנדערמאנטע פראבלעמען, עס איז געווארן א היציגע דעבאטע וועגן סיידוואלק ווי איינער האט אנגעפרעגט צו עס איז עפעס שלעכט מיט די געדאנק פון מאכן סיידוואלק וכו'
צום לעצט האט מען מיט די הסכמה פון די גאנצע באורד דורכגעפירט די מאשען אז די ווילידזש וועט בטל מאכן די געזעץ פון נישט מעגן פארן און וועט זיך צושטעלן צו די באדערפעניש פונעם המון עם רוב תושבי העיר און מיט א פערמיט וועט מען לאזן די בלומינגראוו באס שאטל לאזן לויפן, און מיט גרויס עקסטאז האבן זיך געהערט די הילכיגע געפאטשעריי פון דער עולם און יעדער פה אחד האט זיך שיין באדאנקט פאר די באערדע פארן פארשטיין און זיך צושטעלן צום ציבור'ס געברויכן.

ווער עס האט בילדער פון די שיינע מראה ווי דער עולם קומט אין די מאסן אטיילננעמען צו שטיצן די שאטל ביטע שיק אין אישי אדער ברענג אהער
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

הארץ האט געשריבן:מיט גרויס פרייד און עקסטאז טוען תושבי בלומינגראוו אננעמען די גוטע בשורה אז מיט'ן אויבערשטנס הילף מיט די השתדלות און שווערע ארבעט פון די עסקנים און צוזאמענארבעט פונעם ציבור תושבי בלומינגגראוו איז מען געזעצן און אויסגעארבעט מיט די ווילידזש אויסצוארבעטן אז די בלומינגראוו שאטל וואס פארט צו קרית יואל און צוריק זאל קענען ווייטער פארן טראץ די אלטע געזעץ וואס פארבאט פאר באסעס אנדערש ווי אלטע מענטשן אדער קינדער ארומצופארן אין ווילידזש.

די שאטל איז געגרינדעט געווארן פארן וואולזיין פונעם ציבור תושבי בלומינגראוו, תלי"ת אז גרויסע חלק פון די חן המקום על יושביה וואס בלומינגראוו האט זיך גאר שנעל איינגעקויפט איז וו פארדאנקען די פאקט אז די המון עם אין שטאט בלומינגראוו באשטייט פון די פרומערע\ערליכע משפחות, וואס ביי זיי וועט דרייווען א קאר נישט קומען אין באטראכט לויט די צניעות סטאנדארד פון די פרויען פון דעם קרייז בכלל, ובפרט מסלתה ומשמנה. וועגן דעם איז די פארלאנג געווען גאר גרויס, און זעענדיג די פראלעם, איז געקומען די חשובע אינגערמאן הר"ר יואל אבערלאנדער הי"ו אן קוקנדיג אויף אייגענע חשבונות און זיך גענומען די עול אנצופילן די חסרון וואס וועט ברענגן בלומינגראוו צו א דבר השלם,

היינט נאכט ביי די ווילידזש מיטינג וואס איז אפגעאלטן געווארן אין ווילידזש האל, וואס איז פאררופן געווארן ספעציעל וועגן די בלומינגראוו שאטל, האט זיך אנגעזען די אחדות פון תושבי בלומינגראוו ווען עס האבן זיך צוזאמענגענומען פון אלע שיכטן אינג און אלט, מענער און קינדער און ווער נישט, מיט א אחדות צו קומען שטיצן די עסקנות פון ר' יואל מיט די אלע עסקנים צוהעלפערס צו קענען ווייטער אנגיין. ווי אויך האט זיך שטארק אנגעזען די צוזאמענארבעט וואס די ווילידזש האט מיט די אידישע איינוואונער און עסקנים זיך צו צושטעלן און זיין גרייט אויסהערן די באדערפענישן פונעם אידישן ציבור,

עס האבן אויפגעטרעטן א רייע פון תושבים ארויסברעגנדיג די וויכטיגקייט פון די שאטל און יעדער אויף זיין שטייגער מענער פרויען און קינדער האבן מסביר געווען בטוב טעם ודעת וואס דאס מיינט פאר אונז צו האבן א שאטל צו פון א קינדס פערספעקטיוו אדער פון א מאמעס פרספעקטיוו פון א מאמע וואס ארבעט אדער א קינד מיט ספעשל נידס צו די שאפינג וואס דאס איז עולה על כולנה וואס אונז קענען זיך נישט באגיין אנאדעם.

עס איז אויך געווארן אויסגעשמועסן אנדערע צרכי ציבור וועגן ספידן און רעפלעקטערס, און ווי אויך איז געווארן פארגעלייגט פארשידענע הצעות פארן ווילידש וויאזוי צו העלפן מיט די אויבנדערמאנטע פראבלעמען, עס איז געווארן א היציגע דעבאטע וועגן סיידוואלק ווי איינער האט אנגעפרעגט צו עס איז עפעס שלעכט מיט די געדאנק פון מאכן סיידוואלק וכו'
צום לעצט האט מען מיט די הסכמה פון די גאנצע באורד דורכגעפירט די מאשען אז די ווילידזש וועט בטל מאכן די געזעץ פון נישט מעגן פארן און וועט זיך צושטעלן צו די באדערפעניש פונעם המון עם רוב תושבי העיר און מיט א פערמיט וועט מען לאזן די בלומינגראוו באס שאטל לאזן לויפן, און מיט גרויס עקסטאז האבן זיך געהערט די הילכיגע געפאטשעריי פון דער עולם און יעדער פה אחד האט זיך שיין באדאנקט פאר די באערדע פארן פארשטיין און זיך צושטעלן צום ציבור'ס געברויכן.

ווער עס האט בילדער פון די שיינע מראה ווי דער עולם קומט אין די מאסן אטיילננעמען צו שטיצן די שאטל ביטע שיק אין אישי אדער ברענג אהער

זייער שיין צוציזעהן וואו מען ארבעט בדרכי נועם ובנתיבות השלום מיט די לאקאלע באהערדע, דאס דערמאנט מיר פון טשעסנאטריזש אין מאנסי, וואו מען לעבט גאנץ גוט מיט די באהערדע און ס'דא א שיינע צוזאמענארבעט.
כה לחי.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5994
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

שיינער באריכט.

יישר כח
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

א בילד פונעם שאטל באס האט אמאל קורסירט ערגעץ דא?
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

הארץ האט געשריבן:א גרויסע קידוש השם
באקומען עפעס בילדער


דעיס קוקט אויס דזשעם פעקט!! נישט געגלייבט אז בלומיגנגראוו האט אזא גוטע צוזאמענארבייט מיט די באהערדע, דאס מיינט זייער שטארק פארן עתיד פון דעם פלאץ לכאורה.
הארץ
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 18, 2016 11:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארץ »

נאך א בילד
אטעטשמענטס
Screenshot_20181227-110506.jpg
Screenshot_20181227-110506.jpg (181.21 KiB) געזען 2925 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”