איש חשוב האט געשריבן:געקויפט די אחת חיל קוק בוק האט איינער עפעס א פאום וואס מקען צושרייבען?
א דאנק
גוט?
לכבוד מיין באליבטע און געטרייע אשת חיל ... תחי'
א קריגל אויל מען זוכט אין זוכט אבער נאר טמא'נע מען געפינט איבעראל
שמן טהור א קליינע פלעשעלע גענוג אויף קוים איין נאכט דאס מאל
תודה והלל אויף דעם גרויסן נס מיר געבן דעם בורא עולם יעדן יאר
חנוכה א פאסיגע צייט מיינע הארציגע געפילן זיך אויסדריקן אמאל
יעדער די זעלבע שרייט אשת חיל מי ימצא אבער סטאק דערפון איז שמאל
לעבעדיג אין געשמאק און אונזער היים איך בין פון דיר אזוי נתפעל
מיר אינזין האסטו א גאנצן טאג מען זעט עס אויף טריט אין שריט
יעצט מיט א שטיקל מתנה דיר עס ארויסווייזן מיט אפעטיט
יהי רצון אין דעם געהויבנעם זמן גרמא בעטן בהרחווה
מיר זאלן ווייטער אינאיינעם די זכי' האבן מיט הצלחה
צאצאינו ערצוען מיט נחת ושמחה עד בלי דיי
אקעגן משיח צדקינו שוין במהרה לויפן איינס צוויי
א פרייליכן חנוכה
ווי עס וואונטשט דיין מאן...