קאלפיק

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רעבישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 06, 2018 12:02 pm

קאלפיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעבישע »

קאלפיק וואס ווען אין ווי אלעס ארום דעם קאלפיק. קאלפיק איז א לבוש וואס אדמורים גייען דערמיט אין פארשידענע געלעגנהייטן צ ב ש ראש חודש יארצייט חנוכה וכדומה אין אסאך חצרות גייען די רבישע אייניקלעך אויך דערמיט שבת ויום טוב צווישען די פלעצער ווי מען גייט מיט א קאלפיק זענען די רבי׳ס פין אלכסנדר בעלזא וויזניץ טאלנא מונקאטש טשערנאבל סקווירא דינוב קאזניץ ווער עס קען פארברייטערן די נושא זאל ביטע ארויפקומען
אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

מהרי''ד מבעלזא.jpg
מהרי''ד מבעלזא.jpg (4.71 KiB) געזען 3466 מאל
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ"
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

אן אינטערעסאנטע זאך, די אלע רבי׳ס וואס דו האסט דא געברענגט גייען מיט קאלפיקעס,
אבער דער בעלזא רב זז״ג גייט מיט א פוילישע שטריימל. (דאס איז נישט קיין קאלפיק)
לעצט פארראכטן דורך חיי אריכי אום מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 8:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

חיי אריכי האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע זאך, די אלע רבי׳ס וואס די האסט דא געברענגט גייען מיט קאלפיקעס,
אבער דער בעלזא רב זז״ג גייט מיט א פוילישע שטריימל. (דאס איז נישט קיין קאלפיק)

די בעלזע רב האט פלעגט אמאל גיין א קאלפיק (אפשר היינט גייט ער נאך אמאל דערמיט) אבער די לעצטע פאר יאר האט ער געטוישט אויף א ספאדיק
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

דריידל האט געשריבן:

דאס איז נישט קיין ספאדיק (אין די היים האט א ספאדיק אויסגעזען זייער ענדליך צו א קאלפיק) ס'איז א פולישע שטריימל
דביה תחדי נפשא
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

פוילישע שטריימל - ספאדיק, היינו הך
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

דריידל האט געשריבן:פוילישע שטריימל - ספאדיק, היינו הך

נישט וואהר
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

חמרא טבא האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:פוילישע שטריימל - ספאדיק, היינו הך

נישט וואהר

ספאדיק און קאלפיק זעהן כמעט די זעלבע נאר דער קאפל איז אנדרעש, דער פוילישער שטריימעל איז שווארטץ, דאס וואס האדמו"ר מבעלז גייט מיט א פוילישע שטריימעל איז לכאורה א טעות אז דאס איז די זעלבע ווי א ספאדיק
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

דריידל האט געשריבן:פוילישע שטריימל - ספאדיק, היינו הך

דאס איז א באקאנטער טעות, און דער סיבה איז, ווייל מ׳זעהט שוין נישט היינט קיין ספאדיקעס,

א פוילישע שטריימל איז וואס די אידן פון פוילן גייען שבת, דאס איז א שווארץ.

א קאלפיק איז א רבניש מלבוש, וואס די רבנים זענען געגאנגען אין געוויסע זמנים, אדער ווען מ׳איז געפארן צו אנדערע שטעט

א ספאדיק איז וואס פארצייטישע חסידישע אידן זענען געגאנגען, א בטל׳ניש מלביש.
ס׳איז דא א תנועה, פון דער ראפשיצער חבריא,
״מ׳דארף באהאלטן, א ספאדיק אן אלטן״

דער חילוק פון דעם ספאדיק, מיטן קאלפיק איז
ערשטענס ס׳איז פון אן אנדערע בעל חי, און דער קאלפיק איז א טייערע מלבוש, זעהר שיין, און דאס איז העל ברוין,
און דער ספאדיק איז געוועהן אינגאנצן אן אנדערע געשטעל, ס׳איז געוועהן געוויקלט, זעהר א בטל׳ניש אויסזעהן, א ביליג מלבוש, דאס איז טונקל ברוין.
ס׳איז דא נאך קליינע חילוקים, ווי למשל ביים ספאדיק האט דער וויערעך (קאפל) ארויסגעשטעקט, (אזוי ווי א שטריימל קומט באמת, נישט ווי מ׳גייט היינט, קוק׳טס אויף די פארצייטישע בילדער)
און דער קאלפיק האט א ווייעכע קאפל אין ספאלט אריין.
(די גאר פארצייטישע קאלפיקעס פלעגט דער וויערעך אויך זיך ארויסשטעקן)
לעצט פארראכטן דורך חיי אריכי אום דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 12:14 am, פארראכטן געווארן 7 מאל.
עס איז מיר גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס איז מיר גיט »

אויף די בילדער פונעם קדושת ציון זי''ע הי''ד זעהט אויס אז ער איז אלעמאל געגאנגען מיט דעם, אינטערסאנט פארוואס היינט גייט מען נישט אין באבוב מיט דעם
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

סא, די ספאדיק וואס די גור'ע גייען איז באמת נישט קיין ספאדיק נאר א פוילישע שטריימל?
הו קעירס? די גאנצע וועלט ריפט עס ספאדיק
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

דריידל האט געשריבן:סא, די ספאדיק וואס די גור'ע גייען איז באמת נישט קיין ספאדיק נאר א פוילישע שטריימל?
הו קעירס? די גאנצע וועלט ריפט עס ספאדיק

מען רופט עס היינט טאקע אזוי און פון דארט נעמט זיך דער טעות פון בעלזא, און אגב לויט די כתבים פונעם בולגריי'ער רב זצ"ל איז מען אמאל געגאנגען מיט'ן קאלפיק און אמאל מיט'ן ספאדיק ווענט זיך צו אינדערהיים אדער אין די פרעמד היינט גייט די בעלזא רב שליט"א אייביג די זעלבע, ווייסט איינער פארוואס ?
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

זענדל האט געשריבן:פאשקאנער רבי
img769418.jpg

גארטל פונעם ריזשענער?
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

האמיר גערעדט מיט א בעלזער, טענה׳ט ער אז דער בעלזער רב ז״ל (רבי ישכר בער) איז געגאנגען אינדערהיים - דאס מיינט אין די שטאט בעלז - מיט א ספאדיק, און ווען ער איז אוועק געפארן איז ער געגאנגען מיט א קאלפיק, און ער זאגט אז ס׳איז נישטא קיין איין בילד פון בעלזער רב, אינעם שטאט בעלז,
וועגן דעם זעהט מען אים נאר מיטן קאלפיק.

דא האט איר א קאלפיק
33AD21DF-244E-4F6A-8DF7-36678382DF98.jpeg
33AD21DF-244E-4F6A-8DF7-36678382DF98.jpeg (28.57 KiB) געזען 2836 מאל

ער זאגט אז אינעם בילגריא׳ער כתבים שטייט אז דער רב איז געגאנגען א ספאדיק, האט דער בעלזער רב זז״ג געבעטן מ׳זאל אים מאכן א ספאדיק, האבן די עמי הארצים, אים געמאכט א פוילישע שטריימל.
לעצט פארראכטן דורך חיי אריכי אום מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 8:48 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ואני שמעתי (כמובן נאר א שמועה, אבער פון אפאר בעלזא אידן), אז אין בעלזא אינדערהיים איז מען געגאנגען א שווארצן קאלפיק, און אין די פרעמד א ברוינעם, ווען דער רב זז"ג האט דאס לעצטנ'ס (שוין א שיינע פאר יאר) געטראפן אין זיין טאטענ'ס כתבים, האט ער אנגעהויבן גיין אזוי אינדערהיים (כלומר ירושלים), אין דער פרעמד, לכאו' דארף נאך אלץ גיין א ברוינע (דארף מען אפיר זיכן בילדער פון טעלזסטון, אויב ס'קומט אויס דארט א יומא דפגרא, צו אולי ל"ג בעומר אין אנטווערפן/מאנטריאל?).
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
וואץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואץ »

חיי אריכי האט געשריבן:דא האט איר א ספאדיק
C12DB969-DA33-4EA6-8AA1-1AA509DE1F29.jpeg

האמיר גערעדט מיט א בעלזער, טענה׳ט ער אז דער בעלזער רב ז״ל (רבי ישכר בער) איז געגאנגען אינדערהיים - דאס מיינט אין די שטאט בעלז - מיט א ספאדיק, און ווען ער איז אוועק געפארן איז ער געגאנגען מיט א קאלפיק, און ער זאגט אז ס׳איז נישטא קיין איין בילד פון בעלזער רב, אינעם שטאט בעלז,
וועגן דעם זעהט מען אים נאר מיטן קאלפיק.

דא האט איר מיטן קאלפיק
47189E3F-9EC7-4DE7-A4B5-A5694A5C4FC2.jpeg

ער זאגט אז אינעם בילגריא׳ער כתבים שטייט אז דער רב איז געגאנגען א ספאדיק, האט דער בעלזער רב זז״ג געבעטן מ׳זאל אים מאכן א ספאדיק, האבן די עמי הארצים, אים געמאכט א פוילישע שטריימל.

וואלט ער געדארפט בעטן יבלחט''א הרה''ח ר' משה טובי' גרינצווייג ז''ל משב''ק [דער שטריימל מאכער] ער וואלט אזא טעות נישט געמאכט...
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:ואני שמעתי (כמובן נאר א שמועה, אבער פון אפאר בעלזא אידן), אז אין בעלזא אינדערהיים איז מען געגאנגען א שווארצן קאלפיק, און אין די פרעמד א ברוינעם, ווען דער רב זז"ג האט דאס לעצטנ'ס (שוין א שיינע פאר יאר) געטראפן אין זיין טאטענ'ס כתבים, האט ער אנגעהויבן גיין אזוי אינדערהיים (כלומר ירושלים), אין דער פרעמד, לכאו' דארף נאך אלץ גיין א ברוינע (דארף מען אפיר זיכן בילדער פון טעלזסטון, אויב ס'קומט אויס דארט א יומא דפגרא, צו אולי ל"ג בעומר אין אנטווערפן/מאנטריאל?).

אבער לעצטע צווי יאר ל"ג בעומר איו לאנדאן און אין מאנטריאל איז ער נישט געגאנגען מיט א קאלפיק וצ"ע
שירה וזמרה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 10:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירה וזמרה »

איך האב געהערט אמאל אז באבוער רב זצ"ל (מהר"ש) האט געזאגט אז ביי די ניינציג יאר וועט ער זיך אנטוהן א קאלפיק אינדערוואכן אזוי ווי דער פאטער.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

האלטס ענק פעסט מיט די מסורה און ח"ו נישט ריפן די פוילישע שטריימל א ספאדיק.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

דריידל האט געשריבן:האלטס ענק פעסט מיט די מסורה און ח"ו נישט ריפן די פוילישע שטריימל א ספאדיק.

מ׳דארף זיך נישט האלטן פעסט מיט קענען אביסל היסאריע, און אביסל מציאות,
אבער דו האלט דיך פעסט אז א ספאדיק איז א פוילישער שטריימל...

(נעם עס נישט צום הארצן)
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

פון דעם אשכול קען מען אויך ארויסנעמען פרטים איבער די מנהג פון שטריימל\ספאדיק\קאלפיק\שטריימקיל
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7&start=25
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

שירה וזמרה האט געשריבן:איך האב געהערט אמאל אז באבוער רב זצ"ל (מהר"ש) האט געזאגט אז ביי די ניינציג יאר וועט ער זיך אנטוהן א קאלפיק אינדערוואכן אזוי ווי דער פאטער.

און וואס איז למעשה געשעהן?
דביה תחדי נפשא
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

חיי אריכי האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:האלטס ענק פעסט מיט די מסורה און ח"ו נישט ריפן די פוילישע שטריימל א ספאדיק.

מ׳דארף זיך נישט האלטן פעסט מיט קענען אביסל היסאריע, און אביסל מציאות,
אבער דו האלט דיך פעסט אז א ספאדיק איז א פוילישער שטריימל...

(נעם עס נישט צום הארצן)

איי קודענט קעיר לעסס, און אז עולם גולם האט אפגעמאכט אז א פוילישע שטריימל ריפט מען ספאדיק, זאל זיין אזוי.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

שמן האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:ואני שמעתי (כמובן נאר א שמועה, אבער פון אפאר בעלזא אידן), אז אין בעלזא אינדערהיים איז מען געגאנגען א שווארצן קאלפיק, און אין די פרעמד א ברוינעם, ווען דער רב זז"ג האט דאס לעצטנ'ס (שוין א שיינע פאר יאר) געטראפן אין זיין טאטענ'ס כתבים, האט ער אנגעהויבן גיין אזוי אינדערהיים (כלומר ירושלים), אין דער פרעמד, לכאו' דארף נאך אלץ גיין א ברוינע (דארף מען אפיר זיכן בילדער פון טעלזסטון, אויב ס'קומט אויס דארט א יומא דפגרא, צו אולי ל"ג בעומר אין אנטווערפן/מאנטריאל?).

אבער לעצטע צווי יאר ל"ג בעומר איו לאנדאן און אין מאנטריאל איז ער נישט געגאנגען מיט א קאלפיק וצ"ע

(אולי מה שאומרים שבפרעמד חבשו קאלפיק, היינו שלא בשעת התפילות והטישן, וצל"ע בזה)
ולעצם הענין, כנראה אז דאס, וכיו"ב, איז נישט פון די סאמע יסודות וואס בעלזער חסידות, אדער סיי וועלכע אנדערע חסידות, איז געבויעט אויף דעם
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
שירה וזמרה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 10:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירה וזמרה »

חמרא טבא האט געשריבן:
שירה וזמרה האט געשריבן:איך האב געהערט אמאל אז באבובער רב זצ"ל (מהר"ש) האט געזאגט אז ביי די ניינציג יאר וועט ער זיך אנטוהן א קאלפיק אינדערוואכן אזוי ווי דער פאטער.

און וואס איז למעשה געשעהן?

קודם איז ער אנגעקומען צו די ניינציג
[איך האב עס געהערט פון איינעם, און איך קען איבערפרעגן א מקור]
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”