לאנדאנער האט געשריבן:פעשען האט געשריבן:Horizontal האט געשריבן:Horizontal האט געשריבן:US number
6465852970
ביי וועלעכע אפטיילונג?
אויף 1 1 מען דארף שוין דריקן אסאך מאל #
תוכן דבריו, לגבי צו עס וועט ארויס קומען א חילול ה' אויב ער וועט נישט איבערלעבן נעבך
זאגט ער "קודם כל ווער ווייסט וואס מיינט חילול ה'"? ווער זאגט אז דאס וואס פלוני אלמוני וועט באשליסן אז עס מיינט חילול ה' מיינט עס טאקע חילול ה'?
צווייטנס, וואס ווייסן מיר חשבונות שמים? אפשר וועט טאקע ארויס קומען א תועלת?
עכ"פ זיין מעסעדזש איז זייער שטארק, און געזאגט במתק לשונו ברמיזה מיט א געוואלדיגע קבלת הדין באהבה מיט אזא רוהיגקייט און זיכערקייט, עס כאפט א טרייסל!
איך האב דעם נפטר געקענט נאך אסאך פריער וואס רוב עולם דא האט געהערט פון אים
ער איז אייביג געווען א טעטיגער א פרייליכער מיט א געשליפן צינגל וואס ער האט אויסגענוצט צו עוסק בהרבצת התורה מיט אייפער און א ברען
ליידער שקעה השמש בצהריים איבערגעלאזט א שטוב מיט קינדער ועל זה דאבה נפשינו, אזא שטיק לעבעדיגקייט זאל אזוי אוועקגעריסן ווערן, ווי קען די ערד האלטן אין זיך אזא שטיק לעבן? ווי קען דאס זיין אז דער מויל איז שטיל געווארן? אוי עס קאסט א טרער
לגבי זיין מהלך מיט די מלחמה קעגן טעכנעלאגיע
כולי עלמא מודי אפילו להבדיל דער נארמאלער גוי אז די טעכנעלאגיע איז א חורבן אין יעדע וועג, עס דארף זיין א געוויסע מהלך מיט דעם
ער ר' שאול יצחק ע"ה האט געהאט א מהלך, יעדע מהלך קען מען זיך דינגען צו די און די מהלך איז יא אדער נישט גערעכט אבער אויף איינער וואס טוט גארנישט האט קיינער נישט קיין טענות...
די פאקט אז עס איז דא טענות מיינט אז "עפעס" האט ער געטון, צו זיין מהלך איז געווען ריכטיג? כבין נישט קיין מאן דאמר צו זאגן א מיינוג
נו, ווער זאגט אז די אנדערע מהלכים זענען יא גוט? ווער זאגט אז מען האט ריכטיג אויסגעשטעלט די גאנצע מערכה קעגן די טעכנעלאגיע? אסאך זאגן אז עס האט נישט געטויגט
אבער ווילאנג איך טו נישט און איך זיץ שטיל זאג איך נישט קיין דיעות אויף די וואס טוען יא.
און די עיקר איז והחי ייתן אל ליבו, מען איז נישט דא פאר אייביג מען דארף זעהן אריינצוכאפן
פונקט לעצטע וואך האט מיר א איד דערציילט אז ווען הרב שטיינמאן זצ"ל האט זיך געגרייט אמאל צו פארן אויף א נסיעה קיין פראנקרייך לחיזוק הדת האט ער מיט זיין רעבעצין איינגעפאקט די רעצנלעך, און ביידע האבן געוויינט "אט אזוי גייט מען איין טאג איינפאקן די רענצלעך, וואס מען פאקט זיך איין דאס נעמט מען מיט, וואס נישט נישט...." בשעת מעשה האבן ביידע געוויינט בדמעות שליש
רבותי מען בלייבט נישט דא פאר אייביג, וואס מען האנדלט זיך איין מצוות און מעשים טובים דאס נעמט מען מיט
לאמיר זיך מחזק זיין און אריינכאפן א גוטע זאך א מצוה א חסד א גוט ווארט פאר א אידן א בלעטל גמרא ווייל מען בלייבט נישט דא פאר אייביג