אין די מיטעלע אכצנטע יארהונדערט (תקכ"א), איז באקאנט געווארן איבער א 'גראבשטיין' אין די נאפאלי ארכעאלאגיע מוזיאום (Museo Archeologico Nazionale di Napoli), וואס קומט ווארשיינלעך פון א קבר אין דרום איטאליע וואס האט אויף זיך אן אינטערעסאנטע אויפשריפט אין די לאטיינישע שפראך. אין תשנ"ט האט מען דאס אנגעהויבן צו ארויסליינען מיט עטליכע ווערסיעס וואס האבן נאכגעפאלגט מיט קליינע ענדערונגען.
די נאפאלי מוזיאום האט לעצטנס געבארגט די שטיין פאר א נייע געעפנטע מוזיאום, "די נאציאנאלע מוזיאום פון איטאליענע יודישקייט און די שואה", וואס האט זיך געעפנט א יאהר צוריק אין א שטאט 'פעררארא' אין צפון איטאליע וואו די שטיין געפינט זיך היינט אויף אויסשטעלונג. די געביידע פון די מוזיאום איז געווען א קאנצענטראציע לאגער ביי די צווייטע וועלט קריג.
דאס איז וואס איז איינגעקריצט אויף די שטיין.
[Cl]audia Aster
[Hi]erosolymitana
[ca]ptiva. curam egit
[Ti(berius)] Claudius Aug(usti) libertus
[Pro]culus. rogo vos fac-
[ite] per legim ne quis
[mi]hi titulum deiciat cu-
[ra]m agatis. vixit annis
XXV.
"קלאודיא אסטר, שבויה מירושלים. את המצבה הקים העבד הקיסרי המשוחרר, 'טיבריוס קלאודיוס פראוקולוס'. אני מבקש מכם, לדאוג באמצעות החוק, איש לא יפגע בהכתובת שלי. היא חיה 25 שנים ".
- מציבת קלאודיא אסתר שבויה מירושלים עיהק .jpg (34.83 KiB) געזען 3643 מאל
די שטיין איז אנגעבליך געקומען פון א קבר אינמיטן וועג צווישן 'נאפאלי' און 'פוטאולי'. די פלאץ האט זיך דאן געפונען אין די פוטאולי יוריסדיקציע אונטער די הערשאפט פון אספסיאנוס קיסר. עס געפינט זיך נעבן די היסטארישע קאלאסיאום וואס איז געבויט געווארן דורך צענדליגע טויזנטע אסירי ציון וואס זענען פארקויפט געווארן אלס קנעכט קיין רוים ביים חורבן בית שני.
אין איינפאך פארצייכנט די שטיין א באגרעבעניש ארט פון א פרוי 'קלאודיא אסטר', א געפאנגענע פון ירושלים וואס האט געלעבט פינעף און צוואנציג יאהר. א באפרייטע קנעכט פונעם קיסר 'טיבריוס קלאודיוס פראוקולוס', האט געשטעלט די שטיין און בעהט מען זאל אכטונג געבן דערויף.
ארכיאלאגישע עקספערטן דאטירן דעם שטיין דורך אירע לאטיינישע בוכשטאבן צו די ערשטע יאהר-הונדערט וואס איז ארום די צייט פונעם צווייטן חורבן בית המקדש ווען מען האט דאן גענומען אידן אין געפענגעניש קיין רוים וואו מען האט זיי פארקויפט פאר קנעכט, ווי עס ווערט דערציילט דורך יסופון אין מלחמת היהודים:
"את ההמון הרב, על נשיהם וטפם, מכרו לעבדות, אך כל עבד נמכר במחיר נמוך ביותר, שכן הנמכרים היו מרובים והקונים מעטים".
פון דעם ווייזט אויס איז די פרוי 'קלאודיא' געווען א געפאנגענער פון ירושלים ביים חורבן בית שני.
'טיבריוס קלאודיוס פראוקולוס' וואס האט געשטעלט די שטיין, איז מעגליך געווען איהר 'הער' פון וואו זי האט באקומען איהר נאמען קלאודיא. די מנהג ביי די רוימער איז געווען אז ווען מען האט באפרייט א קנעכט אדער דינסט, איז מען גערופן געווארן מיט די נאמען פונעם הער. אזוי ווי 'יוסף בן מתיתיהו' איז באפרייט געווארן דורך טיטוס פלאביוס, האט באקומען דעם נאמען, "יוספוס טיטוס פלאביוס".
איהר נאמען 'אסטר' - Aster, מיינט אין לאטיין א 'בלום' און אין גריכיש א 'שטערן'. אדער איז דאס געווען איהר אידישע נאמען 'אסתר', ווי מען האט איהר גרופן אין ירושלים. די נאמען אסתר איז נישט באקאנט דורכאויס די תקופה.
דער הער פון 'קלאודיא אסתר', 'טיבריוס קלאודיוס' איז אויך געווען א באפרייטע קנעכט פונעם קיסר, ווי עס שטייט אויף די שטיין. ער איז מעגליך געווען א קנעכט פון 'נירון קיסר', דער וואס איז ערשט געקומען אייננעמען ירושלים עיה"ק, פון וואו ער האט באקומען די נאמען נאכן באפרייט ווערן. די פולע נאמען פון נירון קיסר איז געווען 'טיבריוס קלאודיוס נירון קיסר'.
עס איז באקאנט פון רוימישע ליטעראטור אז נירון קיסר האט פיל פארגרינגערט די געזעצן איבער קנעכטשאפט. ער האט אויך באפרייט אסאך קנעכט און אלע האבן דערנאך געטראגן דעם נאמען 'קלאודיוס'. דאס העלפט צו און ערמעגליכט צו טראכטן אז די צוויי האבן געלעבט אין די צייטן פון דעם חורבן בית שני.
מען געפינט נישט אז א הער זאל לייגן א מציבה אויף די קבר פון א קנעכט. קלאודיא אסתר איז מעגליך אפגעקויפט געווארן פון ירושלים אלס פיצל קינד און האט ווייזט אויס געווען עפעס גאר ספעציעל פאר טיבירוס קלאודיוס. עס איז מעגליך אז טיבריוס קלאודיוס האט באפרייט קלאודיא אסתר כדי צו קענען חתונה מיט איהר ווי עס איז דאן געווען אן אפטע ערשיינונג.
אין די פערטע יאהר למספרם, איז ארויס א געזעץ אז מען טאר נישט באפרייען א קנעכט וואס איז יונגער פון דרייסיג יאהר, נאר אז מען האט גלייך חתונה מיט איהר. קלאודיא אסתר איז געווען פינעף און צוואנציג יאהר אלט ווען זי איז געשטארבן און איהר מאן האט געלייגט די מציבה אויף איהר קבר.
עס איז דא א מעגליכקייט אז 'טיבריוס קלאודיוס' איז גאר געווען א איד וואס האט שוין געוואוינט אין איטאליע בעפאר דעם גרויסן חורבן און אלס א באפרייטער קנעכט פונעם קיסר, האט ער אויסגעלייזט 'קלאודיא אסתר' ווען זי איז אנגעקומען קיין איטאליע אלס א פארטריבענע פון די חורבות ירושלים און זיך אפגעגעבן מיט איר, ביזן איהר באערדיגען ווען זי איז נעבעך אוועק אין אזא יונגען עלטער פון פינעף און צוואנציג יאהר און האט געזארגט אויף ווייטער, אז איר רוה ארט זאל נישט געשטערט ווערן.
אזוי ווי די ארכיוון פון
בבתא בת שמעון קען די געשיכטע פון 'קלאודיא אסתר' ווערן צוגעלייגט צו די איינצלנע היסטארישע געשיכטע'ס איבער אידן וואס האבן געלעבט אין די צייטן ארום דעם לעצטן חורבן וואס מיר געפינען און לערנען איבער זיי פון אלטע ארכיוון און מאנומענטן.