קערעסטירער טאג בוך

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 1:59 pm

ווייטערדיגע באריכטען גענומען פון דא:
צוגעלייגטע
פארבלאט.jpg
פארבלאט.jpg (62.01 KiB) געזעהן 669 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

אקטיוויטעטן אין רבי ישעי'לעס הויז

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 2:00 pm

נאטיצן און באריכטן מהיכלא דמלכא, "רבי ישעי'לעס הויז" אין שטאט קערעסטיר אונגארן יצ"ו, אנגעפירט דורך די בארימטע "הכנסת אורחים קערעסטיר", אין שפיץ פון משפחת רובין שליט"א נכדי רבי ישעי'לע זי"ע, ליינט און האט הנאה.

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 2:02 pm

פר' תולדות


זונטאג:

צופרי האט זיך געשטעלט א מנין שחרית, נאכפאלגענדיג מיט א ברייטע פת שחרית, מיטאג צייט איז אנגעקומען אונזער קעכער מו"ה אפרים שלמה טאמבער הי"ו לשרת בקודש.

במשך דעם טאג זענען געווען מערערע, קלענערע גרופעס און יחידים, נאכמיטאג האט מען אויפגענומען א משפחה חבורה, משפחת גרונער החשובה הי"ו אנגעפירט דורך די בארימטע "ללכת טורס". נאכען טועם זיין האט מען האט זיך געשטעלט א מנין מנחה.

מנין מנחה אין הייליגען קוויטל שטוב
צוגעלייגטע
1.jpg
1.jpg (44.96 KiB) געזעהן 667 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 2:05 pm

פארנאכט'ס איז אנגעקומען פון א"י א חבורה חסידי וויזשניץ ב"ב, ווי מען האט זיי סערווירט א סעודה אין א באזונדערע צימער, דאן האט זיך געשטעלט נאך א מנין מנחה, און א גרויס מנין מעריב בזמן.


מאנטאג:

צופרי איז געוועהן 2 מנינים שחרית, אכדעם האט מען -ווי אויספירליך באריכטעט אין פריעדיגן נייעס בלעטל, און דא אויף'ן וועלטעל אין די אשכול אויף די לעצטע בלאט- אויפגענומען מיט גרויס כבוד די גרויסע חבורה פון איבער 100 אידן בליעה"ר בראשות הגה"צ אב"ד סאטמאר וומסב"ג שליט"א, וועלעכער האט געוויילט אין ר' ישעי'לעס הייליג הויף במשך עטליכע שעה, אין דער צייט האט דער ציבור אריינגעכאפט א טבילה –וואס מ'האט פארפאסט זייענדיג אונטערוועגס- און געזאמעלט כוחות צום פארשטייענדיגען נסיעה. עס איז געווען, גאר א שיינע לחיים טיש –מיט שיינע סיפורי צדיקים ושירות ותשבחות-, א סעודת פת שחרית, אין מלוה מלכה שטוב. א מנין מנחה מיט השלמת קריאת התורה,- וואס מ'האט פארפאסט אינדערפרי- אין הייליגן קוויטל שטוב, משתטח געווען ביים ציון הק' בהתעוררות רב.]

מיטאג צייט האט זיך געשטעלט נאך א מנין מנחה, און שפעטער האט מען אויפגענומען מוה"ר שאול לייב זאלדאן שליט"א סופר סת"ם אין קרית יואל ומשפחתו החשובה, ווי עס האט זיך געשטעלט א דריטע מנין מנחה, און נאכדעם איז געוועהן אנגעגרייט פאר זיי א סעודת ערב אין א באזונדערע צימער, ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן חתנו הרה"ג ר' חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א מרבני מבצר הכוללים קרית יואל זיי זענען געבליבען אויף לינת לילה און די בניני הכנסת אורחים.

משפחת זאלדאן ביים סעודת ערב
צוגעלייגטע
2.jpg
2.jpg (27.7 KiB) געזעהן 662 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 2:13 pm

פארטאגס זענען זיי געגאנגן דא אין מקוה, און, זיך נישט קענענדיג אוועקרייסן פון דעם הייליגן מקום, האבן זיי נאך אריינגעכאפט א ווארעמע התעוררותדיגן ברכת התורה, אין הייליגן קוויטל שטוב, און דאן ממשיך דרכם געווען קיין צאנז, און דארט געדאווענט שחרית.

נאנט צום זמן, האט זיך געשטעלט נאך א מנין מנחה און א גרויס מנין מעריב. צוזאמען איז געוועהן 2 מנינים שחרית, 4 מינינים מנחה, און 1 מנין מעריב.


דינסטאג:

צופרי האבן זיך געשטעלט 2 גרויסע מנינים שחרית. פון צופרי האט זיך שוין אנגעזעהן דער פארקער לקראת ער"ח כסליו הבעל"ט. צענדליגער יחידים, און פיל צאליגע קלענערע גרופעס האבען זיך דורך געדרייט דאס הייליג הויז במשך'ן טאג, און עס האבען זיך געשטעלט מערערע מינינים מנחה.

בתוך הבאים האט מען אויפגענומען מיט כבוד הרה"צ ר' חנוך העניך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד סאסוב ירושלים, בן כ"ק אדמו"ר מ'סאסוב שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מ'תולדות אברהם יצחק שליט"א.


הרה"צ ר' חנוך העניך טייטלבוים שליט"א אין ר' ישעי'לעס הייליגע קאך בחצר הקודש


3.jpg
3.jpg (45.06 KiB) געזעהן 655 מאל


ביינאכט איז שוין געווען א שטארקער פארקער, עס האבן זיך געשטעלט בליעה"ר 4 פילע געפאקטע מנינים מעריב, נאכפאלגענדיג מיט א סעודת ערב פאר'ן גאנצע עולם לשביעת רצון פון אלע, -לשובע ולא לרזון-, און א א גרויסער עולם איז געבליבען נעכטיגען בבניני הכנסת אורחים.


די מנינים דינסטאג איבערן טאג


4.jpg
4.jpg (30.69 KiB) געזעהן 655 מאל

5.jpg
5.jpg (39.78 KiB) געזעהן 655 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 2:24 pm

מיטוואך:

פון די פריע פארטאגס שעות איז געוועהן א געווירבעל אינעם הייליגען הויז. אידן האבען אויסגעניצט די צייט, באמירת תהילים, ובלימוד -התורה- גפ"ת, ספרי חסידות, איידער'ן ארויף גיין לציון הק', און אינעם הייליגען קוויטל שטוב האבן זיך געשטעלט מנינים שחרית אנגעהויבן פון ותיקין אן, עס האט געהערשט א שטארקע התעוררות צוליב דעם קדושת המקום, והזמן - ער"ח-, און בשעת מעשה איז געוועהן צוגעשטעלט אין מל"מ שטוב פת שחרית לרוב פאר אלע אידן, אגאנצן טאג איז געוועהן גאר א גרויסער פארקער בביתו נאוה קודש -ר' ישעי'לעס הייליג הויז- ווי עס איז געוועהן צוגעשטעלט א גאנצען טאג סעודות לכל האורחים, ווי אויך האבן זיך -פון די מיטאג שעות- כסדר געשטעלט מנינים מנחה.

פארמיטאג איז אנגעקומען די חודשליכע ער"ח גרופע פון אמעריקע, בתוכם עטליכע נכדי רבינו ה"ה מוה"ר יצחק יונה לאנדא שליט"א, רב דקהל אוהל ישעי' קרית יואל, הרב אלימלך טירנויער שליט"א, וגיסו הרב חיים מייזליש שליט"א בני הגה"צ אב"ד שומרי שבת שליט"א

די ברוך הבא לכ' הרב ר' יצחק יונה שליט"א נכד רבינו, און די סדר הנסיעה
צוגעלייגטע
6.png
6.png (494.68 KiB) געזעהן 649 מאל
7.jpg
7.jpg (134.28 KiB) געזעהן 649 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 2:26 pm

אזוי ווי מען איז אנגעקומען, צום ערשט האט מען אריין געכאפט א מקוה –וואס מ'האט פארפאסט זייענדיג אונטערוועגס- דאן האט מען סועד לב געווען מיט א רייכע פת שחרית, און נאך א הכנה דרבה, איז מען ארויף לציון הק', ווי מ'האט אויסגעזאגט גאנץ תהילים על ציון הק' בהתעוררות רב, שפעטער איז די ער"ח גרופע צוגעפארן פוקד זיין די ציונים הקדושים אין קאלוב, אוהעל, און ליסקא. דערנאך זענען זיי צוריקגעקומען קיין קערעסטיר, לתפילת מנחה ומעריב, נאך מעריב איז געוועהן צוגעשטעלט א הערליכע רייכע סעודת ר"ח –עס איז אויך געוועהן א חבורה פון אנטווערפען-, הרה"ג ר' ישעי' שלאמאוויטש שליט"א בעמח"ס אבני שהם, האט אויפגעטרעטען בעניני דיומא. נאך ברכת המזון איז דער גאנצער עולם –באלד 50 אידן כ"י- געבליבען אויף לינת הלילה בבניני הכנסת אורחים.



די אמירקאנע ער"ח חבורה ביים סעודת ראש חודש, און הרה"ג ר' ישעי' שלאמאוויטש שליט"א ביים אויפטרעטען
צוגעלייגטע
8.jpg
8.jpg (41.24 KiB) געזעהן 648 מאל
9.jpg
9.jpg (42.16 KiB) געזעהן 648 מאל
10.jpg
10.jpg (42.07 KiB) געזעהן 648 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 2:30 pm

דאנערשטאג-ר"ח כסליו:

צופרי האט זיך געשטעלט א מנין ותיקין דורך די "ער"ח גרופע" פון אמעריקע, מען האט געדאווענט מיט א שטארקע ברען און התעוררות תפילת הלל ומוסף אין הייליגען קוויטל שטוב, און דערנאך איז געוועהן צוגעשטעלט א סעודת פת שחרית. מען האט זיך געזעגענט עם משכן קודשו -ר' ישעי'לעס הייליג הויז-, נאכדעם האבען זיך געשטעלט נאך 3 באזונדערע מנינים שחרית, שפעטער אין טאג האט מען אויפגענומען מיט כבוד כ"ק אדמו"ר מ'גארליץ ב"פ שליט"א נכד להרה"ק מ'טשענגער זי"ע, וועלעכער איז געקומען אין בעפארבערייטונג צום יארצייט של זקינו הק' הנ"ל. צוצושטעלן דעם בנין הכנסת אורחים אין טשענגער פאר אלע פוקדי הציון הקדוש פון הייליגען מנוחת אשר זי"ע ביומא דהילולא קדישא, און איז געקומען לשבות בצה"ק –"ר' ישעי'לעס הייליג הויז"- א גאנצע וואך פאראויס, דער רבי שליט"א איז שטארק איבערגענומען געווארען פונעם זהירות בכשרות ופעולת החסד בחצר הקודש.

מיטאג האט מען אויפגענומען א גרויסע משפחה חבורה –אנשים ונשים-, משפחת ראזענבערג החשובה בתוכם הרבני הנגיד ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו סגן ראה"ק קיט"ל סאטמאר וומסב"ג, מען האט זיך געשטעלט א מנין מנחה אין הייליגען קוויטל שטוב, און נאכדעם איז געוועהן צוגעשטעלט סיי פאר די מענער און סיי פאר די פרויען סעודת אחצ"ה אין באזונדערע צימערען.



משפחת ראזענבערג ביי השלמת קריאת התורה און מנחה אין הייליגען קוויטל שטוב, און ביים סועד זיין אין הייליגען מלוה מלכה שטוב
צוגעלייגטע
11.jpg
11.jpg (45.62 KiB) געזעהן 644 מאל
12.jpg
12.jpg (36.32 KiB) געזעהן 644 מאל
13.jpg
13.jpg (39.64 KiB) געזעהן 644 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 10:52 am

פארנאכט'ס האט מען אויפגענומען די חבורה פון "אש"ל רימינוב" וועלעכע בויען יעצט אויף די נייע בנין הכנסת אורחים אין רימינוב אנגעפירט דורך מוה"ר חיים מענדל ראזענבערג הי"ו, מוה"ר שלמה שיין הי"ו, ומוה"ר אברהם מנחם (מענדל) אדלער הי"ו, מארגן הנסיעה, וואס זענען געקומען לקראת יומא דהילולא קדישא של הרה"ק רבי ר' הירש מ'רימינוב זי"ע און גלייכצייטוג איז אויך פארגאקומען א הנחת אבן הפינה פאר די נייע בנין הבונים שם, ווי זיי האבן זיך געוואשן צו סעודת ר"ח. דערנאך האט מען געדאווענט מנחה און מעריב. אלעס אינאיינעם דעם היינטיגן טאג, 4 מנינים שחרית 2 מנינים מנחה 1 גרויס מנין מעריב בזמן.


עש"ק:

און די פריע פארטאגס שעות האט מען אויפגענומען די איבעריגע שובתי השב"ק בצל הקודש, בעיקר פון ארץ ישראל, בתוכם עטליכע אייניקלעך מהרה"ק מ'טשענגער זי"ע ה"ה הרב ר' אלישע יונגרייז שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מ'גארליץ ב"פ שליט"א הנ"ל, הרב ר' יעקב אליעזר ברוין שליט"א מחשובי חסידי תולדות אהרן מירושלים עיה"ק, ווי נאכען זיך גרייטען לתפילת שחרית האט זיך געשטעלט א גרויסע מנין בהשתתפות מיט די אלע וואס האבען גענעכטיגט די פארגאנגענע נאכט, נאך'ן דאווענען איז געוועהן צוגעשטעלט פת שחרית און נאכדעם האט מען זיך געגרייט אויף שב"ק הבעל"ט.

תפילת שחרית ראש חודש - ווערט געזעהן כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א
צוגעלייגטע
14.jpg
14.jpg (68.69 KiB) געזעהן 571 מאל
15.jpg
15.jpg (65.82 KiB) געזעהן 571 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 10:55 am

שב"ק-מוצש"ק:

דער שב"ק איז גפראוועט געווארען גאר שיין מיט א שטארקע דערהויבענקייט די תפילות און די סעודות, בראשות אורחינו הדגול כ"ק אדמו"ר מ'גארליץ ב"פ שליט"א הנ"ל וועלעכער האט געוויילט די טעג בבית רבינו, בעת רעוין דרעוין האט דער רבי שליט"א שטארק ארום גערעדט מגודל קדושת המקום און איבערגעזאגט פון הייליגען בני יששכר זי"ע אז אויף א מקום ווי מען דינט השי"ת למעלה מדרך הטבע, קען מען –יארן- שפעטער אויף דעם מקום משפיע זיין למעלה מדרך הטבע און אויספוילען אלעס גוטס האט דער רבי שליט"א אויסגעפירט -מיט גרויס התעוררות- ווי ריכטיג איז עס צו זאגען דא בבית רביה"ק "-ר' ישעי'לעס הייליג הויז!-"

נאך מעריב און הבדלה, האט מען פון פריש צוגעגרייט די הייליגע מלוה מלכה שטוב לכ' סעודתא דדוד מלכא משיחא ווי מען האט זיך געוואשען און פארבענגט מיט סיפורי צדיקים בראשות כ"ק אדמו"ר מ'גארליץ ב"פ שליט"א הנ"ל, ווי עס האט אויפגעטרעטען הרב ר' יעקב אליעזר ברוין שליט"א הנ"ל מיט סיפורים מזיקנו הק' מ'טשענגער זי"ע,



כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א ביי הבדלה מוצש"ק און מל"מ
צוגעלייגטע
16.jpg
16.jpg (51.62 KiB) געזעהן 567 מאל
17.jpg
17.jpg (67.65 KiB) געזעהן 567 מאל
18.jpg
18.jpg (45.04 KiB) געזעהן 567 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 10:58 am

נאכען בענטשען, האט מען נאכאמאל געדעקט טיש לכ' א פון פריער באשטעלטע גרופע וועלעכע האבען געפראוועט שב"ק בעיר מאד יע"א הסמוכה בראשות הגה"צ אב"ד טאשנאד שליט"א, בתוכם מוה"ר אברהם יצחק בריסק הי"ו גבאי ביהמ"ד הגדול צאנז-קלויזענבורג בארא פארק, די מל"מ איז געפראוועט געווארען אויף זייער א שיינעם פארנעם ווי עס האט אויפגעטרעטן הרב מרדכי אהרן בריסק שליט"א בן הגה"צ אב"ד טאשנאד שליט"א, און מען האט געזינגען א משך זמן גאר ווארעמע הארציגע שירות ותשבחות בהתעוררות רב.

שפעט ביינאכט/באלד פארטאגס איז אנגעקומען א חבורה חסידים ואנשי מעשה פון לאנדאן צו פראווענען מלוה דמלכה אין "ר' ישעי'לעס הייליג הויז" אין דעם מלוה מלכה שטוב.

כנהוג מימי קדם, אידן זענען געקומען צו פארען פון די מרחקים –גאר ווייטע וועגן- ספעציעל צו סעודתא דדוד מלכא משיחא, און -ווי פריער ערווענט בשם כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א דברי הבני יששכר- גייט דער שטראם נאך אלס אהן 94 יאר נאך פטירת רבינו הקוה"ט זי"ע. אלעס איז נובע פון הבטחת קדשו, כמו שהבטיח לנו קודם פטירתו מן העולם, וזה לשון קודשו: "אז מען וועט קומען צו מיר אין הויז אריין –צו די קינדער וממשיכי דרכו- וועט מען געהאלפען ווערן ווי ביז היצט"! [מובא בספר "עלה שמואל" מחתנו הגדול הרה"צ ר' שמואל גרויס זצ"ל הי"ד] מ'האט פאר זיי פריש צוגעגרייט "זייענדיג שוין די דריטע מלוה מלכה דעם מוצש"ק אליינס" בליעה"ר. נאכען בענטשען איז מען זיך גלייך געגאנגען טובל זיין און זיך גרייטען לתפילת שחרית כותיקין.

הגה"צ אב"ד טאשנאד שליט"א ובני חבורתו ביי סעודת מלוה מלכה-ווערט געזעהן הרב מרדכי אהרן בריסק שליט"א ביים אויפטרעטן
צוגעלייגטע
unnamed.jpg
unnamed.jpg (42.4 KiB) געזעהן 556 מאל
19.jpg
19.jpg (41 KiB) געזעהן 564 מאל
לעצט פאראכטן דורך אורחים בורחים דורכים אום דינסטאג דעצמבער 04, 2018 11:09 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 10:59 am

פר' ויצא


זונטאג:

צופרי איז געווען א גרויס מנין ותיקין בעיקר פון די לאנדאן'ע אידן הנ"ל און נאכדעם האט מען איינגעפאקט צידה לדרך און זיך צוריקגעקערט צום פלוגהאפען צוריק פארענדיג בסל מלא ברכות, נאכדעם האט זיך געשטעלט א צווייטע מנין שחרית נאכפאלגענדיג מיט א פת שחרית.

איבער'ן טאג, איז געוועהן 5 משפחה חבורה'ס 3 פון א"י און 2 פון אמעריקע, פארנאכט'ס האט מען אויפגענומען מיט כבוד הגה"צ אב"ד קערעסטיר שליט"א מראשי מפעלינו וועלעכער איז געקומען לטובת חצר הקודש. עס זענען געוועהן 2 מנינים מנחה און בזמן א גרויס מנין מעריב. א גרויס חלק פון די געסט זענען געבליבען אויף לינת לילה בבניני הכנסת אורחים.


מאנטאג:

צופרי איז געוועהן א מנין שחרית, נאכדעם איז אנגעקומען א חבורה פון די בארימטע "ללכת טורס" וועלעכע איז געקומען לקראת יומא דהילולא קדישא מ'טשענגער זי"ע.

אינמיטען טאג האט מען געהאט די זכיה מקבל פנים זיין כ"ק הגה"צ אדמו"ר מ'מאקאווא שליט"א פון ארה"ק, וועלעכער איז געקומען און באגלייטונג פון זיין ברודער הגה"צ אב"ד מאקאווא -אשדוד- שליט"א מיט א ענגע צאל באגלייטער, וועלעכע זענען געקומען לקראת יומא דהילולא קדישא מ'טשענגער זי"ע. צום ערשט זענען זיי ארויף צום ציון הק' און מתפלל געווען מיט גרויס התעוררות, דאן איז מען געקומען צו "ר' ישעי'לעס הייליג הויז", ווי דער רבי שליט"א האט סועד געווען א פריוואטע סעודה אין מלוה מלכה שטוב, און האט מיט גרויס אויפמערקזאמקייט און שטארקע אינטערעס אויסגעהערט אן ערשטהאנטיגען באריכט פון הגה"צ אב"ד קערעסטיר שליט"א מנכ"ל, איבער די ענינים פון המפעל הדגול "הכנסת אורחים קערעסטיר" שע"י נכדי רבינו. און דאן זייער ווארעם אנגעוואונטשען ברכות קודשו פאר הגה"צ מקערעסטיר הנ"ל, דערנאך האט דער רבי שליט"א עוסק געווען בעבודת הקודש בתפילות ולימודים, געדאווענט מנחה און נאכדעם ווייטער אפגעראכטען זיין עבודה בחדרת קודש במשך עטליכע שעה! ביז'ן זמן. ביים זמן האט מען זיך געשטעלט א גרויס מנין מעריב.



כ"ק אדמו"ר ממאקאווא שליט"א ביים ציון הק'
צוגעלייגטע
21.jpg
21.jpg (40 KiB) געזעהן 561 מאל
22.jpg
22.jpg (75.26 KiB) געזעהן 561 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 11:13 am

אנקומענדיג אין חצר פונעם הייליגן הויז

23.jpg
23.jpg (39.76 KiB) געזעהן 551 מאל


הרה"צ ר' ישעי' רובין שליט"א אב"ד קערעסטיר גיבט שלום פאר'ן רב שליט"א


24.jpg
24.jpg (51.26 KiB) געזעהן 551 מאל


כ"ק אדמו"ר ממאקאווא שליט"א ואחיו הגה"צ גאב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א
און הרה"צ אב"ד קערעסטיר וומסב"ג שליט"א


25.jpg
25.jpg (41.01 KiB) געזעהן 551 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 11:16 am

.
צוגעלייגטע
בית רבינו.jpg
בית רבינו.jpg (151.99 KiB) געזעהן 546 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 11:18 am

דער רב שליט"א איז עוסק בלימוד התורה אין הייליגן הויז און ביים פארברענגען אין הייליגען חצר און ביים צינדן ליכט אין קוויטל שטוב במקום מקור הישועות
צוגעלייגטע
27.jpg
27.jpg (51.75 KiB) געזעהן 546 מאל
28.jpg
28.jpg (41.31 KiB) געזעהן 546 מאל
26.jpg
26.jpg (35.05 KiB) געזעהן 546 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 11:21 am

כ"ק הגה"צ מ'מאקאווא שליט"א ביים פארלאזן חצר הקודש, נאכען פארברענגען באלד "5 שעה"!
צוגעלייגטע
29.jpg
29.jpg (34.39 KiB) געזעהן 545 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 11:25 am

דינסטאג:

פון די פריע פארטאגס שעות איז געוועהן א גרויס געווירבעל פון די פוקדי הציון הק' אין טשענגער יע"א, פאר'ן דאווענען איז געקומען א חבורה אידן וואס זענען געוועהן א נאכט פריער און צופרי געקומען דאווענען קיין קערעסטיר, עס האבן זיך געשטעלט מנינים שחרית נאכענאנד, נאכפאלגענדיג מיט א גרויסע פת שחרית.

במשך דעם גאנצן טאג איז געוועהן א גרעסערער פארקעהר פון אידן וואס זענען געקומען/געגאנגען צו/פון טשענגער, עס האט זיך כסדר געשטעלט מנינים מנחה, און ביים זמן א גרויס מנין מעריב.

מיטוואך:


צופרי איז געוועהן א מנין ותיקין, און נאכדעם איז געוועהן עטליכע מנינים שחרית און במשך פונעם טאג האט זיך נאך אנגעזעהן דער שטראם פון פילע אייניקלעך און משתטחים ביים ציון הק' פון בעל מנוחת אשר זי"ע. עס איז כסדר געווען צוגעשטעלט ווארעמע עסן פאר די פולע באזוכער. עס איז געווען עטליכע מנינים למנחה ולמעריב.


דאנערשטאג:

צופרי איז געוועהן 2 גרויסע מנינים שחרית, אינמיטען טאג האט מען מיט כבוד אויפגענומען –בין הבאים- הרה"ג ר' וואלף בער לערנער שליט"א דומ"ץ בעלזא מאנטריאל ווי מען האט זיך געשטעלט א מנין מנחה. נאכדעם האט מען אויפגענומען א חלק פון די שובתי שב"ק בצל הקודש הבעעל"ט בתוכם א משפחה חבורה, משפחת מערץ החשובה אנגעפירט דורך "ללכת טורס".

און שפעטער פארנאכט'ס האט מען אויפגענומען משפחת ראטמאן החשובה בני משפחה פון ידידינו הרבני הנגיד העומד לימיננו חצר הק' קערעסטיר בכל ימות השנה, ה"ה מו"ה ר' יצחק זאב ראבינאוויטש הי"ו, זייענדיג אויף'ן וועג פון ארץ ישראל קיין אמעריקא לרגל שהשמחה במעונו פון ידידינו הרבני הנגיד ר' יצחק זאב הי"ו הנ"ל, האבן זיי אויסגערעכנט, און אריינגעכאפט די זכי' צו זיין אויף שב"ק בצה"ק "ר' ישעי'ל'עס הייליג הויז", עס האט זיך געשטעלט איין מנין מנחה און צוויי מינינים מעריב.



הגה"צ דומ"ץ בעלזא מאנטריאל שליט"א
צוגעלייגטע
34.jpg
34.jpg (39.92 KiB) געזעהן 542 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 11:44 am

עש"ק-שב"ק:

עש"ק האט מען אויפגענומען די איבריגע שובתי השב"ק, און שיין פלאצירט בבניני הכנסת אורחים, לשביעת רצון פון אלע געסט, בתוכם האט מען אויפגענומען מיט כבוד הרה"ג ר' שלמה ברוך גאלדבערג שליט"א רב ביהמ"ד בית יוסף וואשינגטען הייטס, און אויך האט מען געהאט דעם כבוד אויפצונעמען הרה"ג ר' יצחק משה שטערן שליט"א ראש ישיבת אור תורה היטשין.

ברוכים הבאים מטעם הכנסת אורחים
צוגעלייגטע
4.jpg
4.jpg (46.55 KiB) געזעהן 526 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 11:46 am

24 שעה א קוויטעל אין קערעסטיר



דרוקט דא

https://www.kerestir.com/kerestir/

2.PNG
2.PNG (314.02 KiB) געזעהן 523 מאל



1.PNG
1.PNG (265.55 KiB) געזעהן 523 מאל



3.PNG
3.PNG (447.62 KiB) געזעהן 523 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 11:49 am

עס איז געפראוועט געווארען גאר א שיינער און א דערהויבענעם שב"ק מיט א שיינעם ציבור פון "איבער 70 נפשות" בליעה"ר, בראשות די חשובע רבנים המשתתפים שליט"א, הרה"ג רב דביהמ"ד בית יוסף שליט"א פון וואשינגטען הייטס הנ"ל האט אויפגעטרעטען פרייטיג צונאכט'ס, און הרה"ג ראש ישיבת היטשין שליט"א בעת רעוין דרעוין, עס האט געהערשט א שטארקע התעוררות, דער גאנצער שב"ק איז געוועהן איין חטיבה פון העכערקייט בע"ה, ווי מען הערט צוריק פון די אלע חשובע אידן וואס האבען געהאט די זכיה מיטצוהאלטען דעם געהויבענעם שב"ק צווישען די הייליגע ווענט.


מוצש"ק:

נאך הבדלה האט מען פריש געדעקט די טישן לכ' סעודתא דדוד מלכא משיחא, ווי עס איז געפראוועט געווארען אויף זייער א שיינעם פארנעם, נאכען בענטשען האט מען פריש צוגעשטעלט פאר א פרישע סעריע מלוה מלכה'ס, פאר צוויי באזונדערע חבורה'ס וועלעכע זענען געקומען ספעציעל צופארען צו פראווען מלוה מלכה אין "ר' ישעי'לעס הייליג הויז".נאכען זיין שב"ק אין איירופע.

שפעט ביינאכט איז געקומען נאך א חבורה פון אמעריקאנער אידן וועלעכע האבען געפראוועט שב"ק בצל כ"ק מרן אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א אין אנטווערפען, און געקומען צו פליען מוצש"ק צו פראווען מל"מ בחצר הק' "ר' ישעי'לעס הייליג הויז". און אזוי ארום געפארן אהיים מיט פולע זעק פון ישועות ורפואות.



ביי הבדלה און קידוש לבנה
צוגעלייגטע
5.jpg
5.jpg (41.61 KiB) געזעהן 522 מאל
6.jpg
6.jpg (34.86 KiB) געזעהן 522 מאל
7.jpg
7.jpg (40.97 KiB) געזעהן 522 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 12:19 pm

ביי די פילצאליגע מלוה מלכה'ס -בליעה"ר- מוצש"ק
צוגעלייגטע
8.jpg
8.jpg (50.78 KiB) געזעהן 503 מאל
9.jpg
9.jpg (64.17 KiB) געזעהן 503 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 12:21 pm

מז"ט מטעם הכנסת אורחים קערעסטיר לכ' לנכדי רבינו, ולאנ"ש תומכי מפעלינו הק'
צוגעלייגטע
10.PNG
10.PNG (633.42 KiB) געזעהן 502 מאל
11.jpg
11.jpg (104.35 KiB) געזעהן 502 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 1:12 pm

.
צוגעלייגטע
אש''ל.jpg
אש''ל.jpg (49.32 KiB) געזעהן 468 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 2:07 pm

זייטס אייך מזכיר ביום המסוגל "זאת חנוכה" אין הייליגען קוויטל שטוב, די מקום ווי די רבי ר' ישעי'לע זי"ע האט מבטיח געוועהן פאר'ן פטירה, דאס אויב וויל מען א ישועה זאל מען אריין קומען אהין מתפלל זיין, און ער -רביה"ק זי"ע- וועט ממלא זיין די בקשות! און ווי אויך וועט מען פארליינען די קוויטעל בציון הק' ע"י אחד מנכדי רבינו


דרוקט דא:
https://www.kerestir.com/kerestir/
צוגעלייגטע
Capture.PNG
Capture.PNG (351.57 KiB) געזעהן 441 מאל

אורחים בורחים דורכים
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

תגובהדורך אורחים בורחים דורכים » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 2:09 pm

פאלגט נאך ווייטערדיגע באריכטען, דא אין די אשכול




צו זיך אויפשרייבען כדי צו באקומען די נייעס אויף אימעיל, ביטע שיקט א אימעיל צו:
updates@kerestir.com


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט