טויט פון סאודי'ער זשורנאליסט דורך סאודי אראביע אין טערקיי

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ער זאגט נישט אז ער האט אים נישט גע'הרג'עט, ער זאגט נישט אז די CIA האלט נישט אזוי, ער זאגט אז ער האט געליינט אלע באווייזן, און עס איז נישט דא קיין דירעקטע באווייזן, דאס אלעס.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אמביציע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:פאמפעיא טענה'ט זייער שטארק אויף בליצער אז עס איז נישט דא קיין שום דירעקט עווידענס אז בין סאלמאן האט געהייסן הרג'נען קאשוגדזשי. איבער וואס די CIA קאנקלוזשען וויל ער נישט רעדן.

דו און איך ווייסן ווי שטארק דער אמעריקאנער פאלק גלייבט פאמפעיא. דאס איז נאך קיינמאל בעפאר נישט געווען אז מ'זאל פלעין נישט גלייבן אן אויסערן מיניסטער, און ער איז שילדיג אין דעם. פאקט צוזאם ליגענט איינס אויפן צווייטן

פאקט צוזאם סטעטמענטס איינס אויפן צווייטן...

נישט אלעס וואס דרייט זיך אין דיין קאפ דרייט זיך אויך אין קאפ פונעם "אמעריקאנעם פאלק"
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

מען גלייבט אים נישט ווייל ער זאגט ליגנט.. ווער זאגט ס'איז ליגנט? וואס הייסט, קיינער גלייבט אים נישט! פארוואס גלייבט מען אים נישט? וואס הייסט, ס'איז ליגנט! וחוזר חאלילע..

ווען דיין שכן'ס האנט שוויצט קום ארויס פון די רינג
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

אמביציע האט געשריבן:דו און איך ווייסן ווי שטארק דער אמעריקאנער פאלק גלייבט פאמפעיא. דאס איז נאך קיינמאל בעפאר נישט געווען אז מ'זאל פלעין נישט גלייבן אן אויסערן מיניסטער, און ער איז שילדיג אין דעם. פאקט צוזאם ליגענט איינס אויפן צווייטן

קיינמאל געווען אזא זאך. ממש קיינמאל? דיין קורצע זיכרון איז ממש סכנה'דיג,
געדענקסט די נעמען דשאן קערי און הילערי קלינטאן? דאס זענענן געווען צוויי אויסערן מיניסטארען וועם קיינער האט נישט געגלייבט אדער געגליכען, זיי זענענן געווען די פורום אין אמעריקע און אויף די וועלט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

רענד פאול רייסט אראפ פאמפעיא אויף די אינטערוויו.

ער זאגט פיין, האסט נישט קיין דירעקט עווידענס, אבער וואס איז דיין קאנקלוזשען, האלטסטו אויך ווי די CIA אז דער קרוין פרינץ האט געהייסן.

ער איז זייער פריילעך מיט די 63 סענטארן וואס האבן געשטימט קעגן סאודי אראביע.

דזשינע האספעל ווער מארגן בריעפן געוויסע סענאטארן.
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4856
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

אלע סענעטארן וואס זענען געווען ביי די קאשאגי באריכט פון די cia גענעראל, זאגן אלע אז די קרוין פרינץ שטייט אינטער דעם, איך ווייס נאך נישט פארוואס פאמפעאו איז פארנימען דרייען מיטן אמעריקאנער פאלק
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

לינדזי גרעהעם האט זיך ממש אויפגעריסן אויף MBS נאך די הירינג.

באב קארקער זאגט אז די באווייזן זענען אזוי שטארק אז א דזשורי וואלט באשולדיגט MBS אין 30 מינוט.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

לפענ"ד די מעשה איז גאנץ קלאר, די טראמפ אדימיניסטראציע ווייסט אויך און גלייבט גאנץ פיין אז בין סאלאמאן האט פארארדענט די מארד, נאר טראמפ מיט פאמפעיא ווילן (קענען) נישט יעצט באשולדיגען סאודיע מיט דעם צוליב פאליטישע (אדער פינאנציעלע ) חשבונות, די סי איי עי וואס טראגן נישט די חשבונות און פאראנטווארליכקייט אויף די באציאונגען זאגן קלאר ארויס דעם אמת וואס זיי איז אויסגעקומען, און די ארבעט ווי אזוי דאס זאל שטימען מיט טראמפס סטעיטמענט, לאזן זיי –אן קיין רחמנות- אויף די טראמפ אדימיניסטראציע זעלבסט,
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, (פאר די דיקטאקטורן האבן אביוזט די סיסטעם) וואלט טראמפ געקענט האבן אן אפענעם שמועס מיט די סי איי עי איבער וואס זאל זיין די מיינונג איבער דעם, נאר אזווי די דיקטאקטורן האבן יא אביוזד די סיסטעם, מוז די סי איי עי גיין בכל חומר הדין אן קיין אפשן פון הוראת שעה, און ממילה האט טראמפ מורא געהאט אז זיי וועלן אים תיכף באשולדיגן אין קאראפשן, מוז ער טוען אליינס וויאזוי ער פארשטייט מיט די הילף זיין נעבעכדיגן אומבאגלייבטן פאמפעיא,
ס'קומט בכלל נישט אריין די אפשאצונגען צווישן טראמפ מיט דיקטאקטורן.
אויך מיט רוסלאנד ראנגעלט זיך טראמפ אנצוהאלטן פריינטשאפט, ווען פון אלע זייטן צווינגט מען אים דוקא זיך צו שלאגן און מען באצאלט תבין ותקילין אז אפשר וועט מען טרעפן מינדערוויכטיגע עבירות,
אינדערצייט וואס יעדער וויסט אז טראמפ האט אנגעהויבן זיין קאריערע מיט די מהלך פון אינטער'חנפ'ענן די דיקטאקטורן וואס ער איז ביי די מיינונג אז דאס איז די וועג,
דאס וואס ער קריגט זיך מיט רוסלאנד לגבי אוקריינע איז אזוי ווי די רבי אין חדר זאגט פאר די מיוחס: נו... טו נישט אזוי כ'וויל זיין דיין חבר, אויב די טוסט אזעלכע זאכן מאכסטו מיר א פראבלעם צו זיין דיין חבר, כ'גיב דיר יעצט א קליינע פאטשעלע, און איך בעט דיר טו דאס נישט,
די זעלבע איז ביי סאודיע אראביע, נאר ביי סאודיע קומט אויך צו פארטייאישע מיינוונגען און פינאנציעלע בענעפיטן.
כן נראה לפי עניות דעתי
The Divided States Of America
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

וואסארא מין ווערטשאפט איז דאס, זאגט ליגענט פארן גאנצן לאנד ווייל ער האט פאליטישע חשבונות?

אויב האט ער א גוטע ריעזאן פאר זיין נישט וועלן זיי באשטראפן פארצייל אונז עס און זיי מסביר פארן פאלק פארוואס די רילעישאנשיפ איז וויכטיגער פון מערדערייען. האסט מורא דער אמעריקאנער עולם וועט דאס נאך אלץ נישט אקצעפטירן? נו איז'זשע דעך פשט אז דו ביזט קיין פארטרעטער פון ציבור און פייפסט דיר אריין אויף אונז.
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

כאפצעם האט געשריבן:וואסארא מין ווערטשאפט איז דאס, זאגט ליגענט פארן גאנצן לאנד ווייל ער האט פאליטישע חשבונות?

אויסגעשאסען בתפארתו...
איינער קען אפשר אהער לינקען די מעשה מיט בענגאזי?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

יענס איז נישט געווען א פרעזידענט פון די יונייטעד סטעיטס, איי געיס
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

להגדיל שמו האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:וואסארא מין ווערטשאפט איז דאס, זאגט ליגענט פארן גאנצן לאנד ווייל ער האט פאליטישע חשבונות?

אויב האט ער א גוטע ריעזאן פאר זיין נישט וועלן זיי באשטראפן פארצייל אונז עס און זיי מסביר פארן פאלק פארוואס די רילעישאנשיפ איז וויכטיגער פון מערדערייען. האסט מורא דער אמעריקאנער עולם וועט דאס נאך אלץ נישט אקצעפטירן? נו איז'זשע דעך פשט אז דו ביזט קיין פארטרעטער פון ציבור און פייפסט דיר אריין אויף אונז.

אויסגעשאסען בתפארתו...
איינער קען אפשר אהער לינקען די מעשה מיט בענגאזי?

אבוויעסלי אז מ'פרעגט אויף קאשאוגי מארד/טראמפ וויל מען הערן א תירוץ אויף דעם ספעציפיש, איז אויב די איינציגסטע תירוץ דערויף איז בענגאזי דאן פארשטיי איך אז ס'נישטא עפעס בעסערס און די דיסקאשען קען
זיך דא ענדיגן.
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

איך בין נישט אריין אין די עצם מעשה דא, ווייל איך בין געבליבען סטאק ביי די ווערטער "וואסארא מין ווערטשאפט איז דאס, זאגט ליגענט פארן גאנצן לאנד ווייל ער האט פאליטישע חשבונות?"
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אה ביזט נישט אריין, גיי אריין. פאר סטאק וויעקעלס איז דא חברים אדער טריפל עי.
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

כאפצעם האט געשריבן:אה ביזט נישט אריין, גיי אריין. פאר סטאק וויעקעלס איז דא חברים אדער טריפל עי.

טיפיקעל ג'ענפערט מיט גארנישט.
ביטע זיי אזוי גוט און זיי מיר מסביר פארוואס דו שרייבט אז עס איז נאך נישט געהערט געווארען אז מען זאגט ליגענט פאר פאליטישע צוועק'ן
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

כאפצעם האט געשריבן:וואסארא מין ווערטשאפט איז דאס, זאגט ליגענט פארן גאנצן לאנד ווייל ער האט פאליטישע חשבונות?

די זעלבע מין ווערטשאפט ווי אבאמאקעיר.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

כאפצעם האט געשריבן:וואסארא מין ווערטשאפט איז דאס, זאגט ליגענט פארן גאנצן לאנד ווייל ער האט פאליטישע חשבונות?

אויב האט ער א גוטע ריעזאן פאר זיין נישט וועלן זיי באשטראפן פארצייל אונז עס און זיי מסביר פארן פאלק פארוואס די רילעישאנשיפ איז וויכטיגער פון מערדערייען. האסט מורא דער אמעריקאנער עולם וועט דאס נאך אלץ נישט אקצעפטירן? נו איז'זשע דעך פשט אז דו ביזט קיין פארטרעטער פון ציבור און פייפסט דיר אריין אויף אונז.

ס'איז א דבר פשוט וואס דא גייט פאר.

נאכדעם וואס דער עולם האט זיך אביסל באקענט מיט דעם טראמפ האבן מבינים אביסל ארויס זיינע וועגן פון זיך הענדלען.

טראמפ האט א סדר מיט 'פיארעטעטן' ווער און וואס קומט ערשט, צווייט, און אזוי ווייטער.

ערשט קומט ער, אני ואפסי, צווייט קומט זיין 'פעמילי' און דערנאך קומט זיין שגל.

אויב איינער וויל וויסן ווי ווייט זיין סעלפישקייט גייט דארף נאר הערן זיין סטעיטמענט וואס ער האט געזאגט לעצטן חגא טענקס גיווינג. איך דארף געבן א דאנק אז אמעריקא האט אזא גוטע פרעזידענט איךךךךךךךךךךךךך.

דאס לאנד און נאך מער די "דשזי או פי" נוצט ער פאר טול פאר זיינע פריוואטע אינטערעסן. קיינער זאל מיר נישט איינרעדן אז עס דא עפעס אז ער האט עפעס מורא פון א בעקלעש. ווען טראמפ האט געוואלט רוקן דעם אמעריקאנעם-ישראלישן עמבעסי קיין ירושלים, האבן אים אלע געזאגט ער זאל דאס נישט טוען, צוליב אינטענעשנעל בעקלעש. ער האט זיך אין יעדן אריינגעפופן און דאס יא געטוען מיר גרויס פאמפ.

אין אן אנדערע פאל, אלע האבן אים עדווייזט ער זאל נישט לייגן קיין טאריפס אויף טשיינע ער האט דאס יא געטוען וכו ' וכו ' וכו ' יכלה הזמן והמה לא יכלו.

פונקט ביי סאוד אראביע איז דא עפעס וואס ער קען נישט דיסעגריען, לייגן סאנקציעס אויף זיי? יא געלייגט סאנקציעס אויף עטליכע אינדיווידיאלען אבער דעם פרינץ און די מלוכה גארנישט.

אלא מאי מוז זיין אז ער אדער זיין איידעם קושנער האט פערזענליכע ביזנעס דילינגס וואס זענען 'עט ריסק'.

אויב איז די טעאריע ריכטיג מיינט דאס אז טראמפ מיר זיין גאנצע משפחה זענען דורכ-געפוילט מיט קראפשען.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ער האט נישט מורא פון בעקלעש ווייל עס ווייזט אים אלס א מעכטיגע טאטע.. אבער דא צייגט עס די פארקערטע, א שוואכלינג פון ערשטן קלאס, האט מורא צו טיילן א פעטשל ווייל אפשר, אולי, איז דא א שאנס דער סאודיער וועט בייז ווערן (וואס איז שוין אנגעוויזן געווארן אלס א נארישע פחד ווייל זיי האבן סאך מער צו דערלייגן מיט אפהאקן באציאונגען).

צו די שרעק איז וועגן פריוואטע ביזנעס דיעלינגס אדער סתם א פערסאנעל קאנעקשאן וואס ער פילט ער האט זיך איינגעקניפט ווייסעך נישט אבער עס קוקט אויס נעבעכדיג.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

איך פארשטיי באמת נישט, טאמער טראמפ האט א חשבון וואס לכבוד דעם ברויך מען יעצט פארקוקן אויף זייער עולה, איז ער מחויב מיר צו מסביר זיין און זיך דורכרעדן מיט מיר?

אה''נ ס'איז א דעמאקראטיש לאנד ווי די בירגער און די מידיע האבן א רעכט צו שטעלן פראגן און פארלאנגן תירוצים, אבער לאמיר קוקן אויפן ביג פיקטשער, טראמפ למעשה ווי יעדער זעהט האט גענומען פאר א פיאריטעט צו פייטן פאר די רעכטן פון אמעריקא, אפגעזעהן וואס פלוני ופלוני וועלן זאגן, טא, דער האט שוין געפראווד סיי ביי טשיינע ועוד ועוד אז ער האט אמעריקא אין קאפ, נאך פאר סיי וואס, נו האט זיך יעצט געמאכט א סיטואציע וואס ער פארשטייט אז מ'ברויך עס באהאנדלן אויף דעם אופן, און יא ער וויל זיך נישט דורכרעדן מיט די ציבור טעם הדבר, סיי ווייל דאן איז די געים אווער, און סיי ווייל ער טוט עס קיינמאל, נו צו-וואס חושד זיין אז ער האט פריוואטע חשבונות
סוף מעשה במחשבה תחילה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ווייל ער האט אליינס אזוי געזאגט כמה פעמים.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

כאפצעם האט געשריבן:ער האט נישט מורא פון בעקלעש ווייל עס ווייזט אים אלס א מעכטיגע טאטע.. אבער דא צייגט עס די פארקערטע, א שוואכלינג פון ערשטן קלאס, האט מורא צו טיילן א פעטשל ווייל אפשר, אולי, איז דא א שאנס דער סאודיער וועט בייז ווערן (וואס איז שוין אנגעוויזן געווארן אלס א נארישע פחד ווייל זיי האבן סאך מער צו דערלייגן מיט אפהאקן באציאונגען).

צו די שרעק איז וועגן פריוואטע ביזנעס דיעלינגס אדער סתם א פערסאנעל קאנעקשאן וואס ער פילט ער האט זיך איינגעקניפט ווייסעך נישט אבער עס קוקט אויס נעבעכדיג.

ווי מען האט שוין געשריבן איז דיין תגובה גראב ליגנט. טראמפ האט שוין געלייגט סאנקציעס אויף סאודי אראביע.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:וואסארא מין ווערטשאפט איז דאס, זאגט ליגענט פארן גאנצן לאנד ווייל ער האט פאליטישע חשבונות?

אויב האט ער א גוטע ריעזאן פאר זיין נישט וועלן זיי באשטראפן פארצייל אונז עס און זיי מסביר פארן פאלק פארוואס די רילעישאנשיפ איז וויכטיגער פון מערדערייען. האסט מורא דער אמעריקאנער עולם וועט דאס נאך אלץ נישט אקצעפטירן? נו איז'זשע דעך פשט אז דו ביזט קיין פארטרעטער פון ציבור און פייפסט דיר אריין אויף אונז.

ס'איז א דבר פשוט וואס דא גייט פאר.

נאכדעם וואס דער עולם האט זיך אביסל באקענט מיט דעם טראמפ האבן מבינים אביסל ארויס זיינע וועגן פון זיך הענדלען.

טראמפ האט א סדר מיט 'פיארעטעטן' ווער און וואס קומט ערשט, צווייט, און אזוי ווייטער.

ערשט קומט ער, אני ואפסי, צווייט קומט זיין 'פעמילי' און דערנאך קומט זיין שגל.

אויב איינער וויל וויסן ווי ווייט זיין סעלפישקייט גייט דארף נאר הערן זיין סטעיטמענט וואס ער האט געזאגט לעצטן חגא טענקס גיווינג. איך דארף געבן א דאנק אז אמעריקא האט אזא גוטע פרעזידענט איךךךךךךךךךךךךך.

דאס לאנד און נאך מער די "דשזי או פי" נוצט ער פאר טול פאר זיינע פריוואטע אינטערעסן. קיינער זאל מיר נישט איינרעדן אז עס דא עפעס אז ער האט עפעס מורא פון א בעקלעש. ווען טראמפ האט געוואלט רוקן דעם אמעריקאנעם-ישראלישן עמבעסי קיין ירושלים, האבן אים אלע געזאגט ער זאל דאס נישט טוען, צוליב אינטענעשנעל בעקלעש. ער האט זיך אין יעדן אריינגעפופן און דאס יא געטוען מיר גרויס פאמפ.

אין אן אנדערע פאל, אלע האבן אים עדווייזט ער זאל נישט לייגן קיין טאריפס אויף טשיינע ער האט דאס יא געטוען וכו ' וכו ' וכו ' יכלה הזמן והמה לא יכלו.

פונקט ביי סאוד אראביע איז דא עפעס וואס ער קען נישט דיסעגריען, לייגן סאנקציעס אויף זיי? יא געלייגט סאנקציעס אויף עטליכע אינדיווידיאלען אבער דעם פרינץ און די מלוכה גארנישט.

אלא מאי מוז זיין אז ער אדער זיין איידעם קושנער האט פערזענליכע ביזנעס דילינגס וואס זענען 'עט ריסק'.

אויב איז די טעאריע ריכטיג מיינט דאס אז טראמפ מיר זיין גאנצע משפחה זענען דורכ-געפוילט מיט קראפשען.

און מיר פארקויפט מען אז פאר קאנספיראציע טעאריעס דארף איך גיין ביז עלעקס דזשאונס.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אינטערעסאנט. ווען בוש 43 האט געגלייבט די סי איי עי אז איראק האט מאסן פארניכטונג וואפן האט מען געהאט טענות

יעצט. האבן "די זעלבע חברה" טענות אז טראמפ גלייבט נישט די סי איי עי
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

הענדימען האט געשריבן:אינטערעסאנט. ווען בוש 43 האט געגלייבט די סי איי עי אז איראק האט מאסן פארניכטונג וואפן האט מען געהאט טענות

יעצט. האבן "די זעלבע חברה" טענות אז טראמפ גלייבט נישט די סי איי עי

קודם ס'נישט "די זעלבע חברה"... ע"ע לינדזי גרעהם, קארקער אא"וו. דרוק נישט אזוי די אויבערשטרעכלעך..

צווייטענס, אויב איז עס טאקע יענע חברה דאן הער זיך בעסער צו צו זיי וואס זאגן יעצט, ווייל דאן האטזעך ארויסגעשטעלט זיי ווייסן וואס זיי רעדן.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

כאפצעם האט געשריבן:קודם ס'נישט "די זעלבע חברה"... ע"ע לינדזי גרעהם, קארקער אא"וו. דרוק נישט אזוי די אויבערשטרעכלעך.

איך רעד פון דעם מין אנושי וואס האבן (וואלטן) דעמאלטס אויך געשריגן (איך וויל נישט גיין פערסאנאל קעגן קיינעם דא וועלעכמעך דא אפשטעלן)

כאפצעם האט געשריבן:צווייטענס, אויב איז עס טאקע יענע חברה דאן הער זיך בעסער צו צו זיי וואס זאגן יעצט, ווייל דאן האטזעך ארויסגעשטעלט זיי ווייסן וואס זיי רעדן.

זאגסטע אז מ'קען שױן פארמאכן די סי איי עי?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”