טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

דאס וואלט געהייסן "פארהאלטן" (DETAINED).
ארעסט איז פיל הארבער.

דאס איז אמאל זיכער אז זיי ארעסטירן אין די סיטי פאר אזוינע אינצידענטן, און דאס איז א באפעל פונעם מעיאר אונטער די "וויזשען-זירא" איינפירונגען.. די סיטי באס דרייווערס האבן שוין אמאל פראטעסטירט נאך עטליכע מאל וואס עס איז געווען אינצידענטן מיט זייערע דרייווערס און געווארן ארעסטירט, אז אן עקסידענט מיינט בשוגג און עס'ז נישט רעכט צו ארעסטירן דערפאר. אבער דאס איז וואס מען טוט. איינער וואס YIELD נישט פאר פיסגייער און ברענגט איינעם אום ווערט ארעסטירט.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דער איד ברויך טאנצן פאר שמחה אז ער קומט ב״ה אפ מיט אפאר טיקעטס. זיי וואלטן אים פונקט אזוי געקענט קלאגן מיט מענסלאטער (גע׳הרג׳ט א מענטש בשוגג). דאן וואלט ער געווען אויף צרות.

איימסארי. טיקעטס, ארעסטירן און קלאגן, ווען איינער האט קלאר געמאכט א טעות, איז נאנסענס. חוץ אויב ס'איז צו בארואיגן די געמיטער אדער לא פלוג און וועט ווערן ריינגעוואשן אין קארט

ס'דא א חילוק צווישן אן אונס און א שוגג

צל עובר האט געשריבן:ווייל אפילו א גוי ווייסט אז אידן הרג'נען נישט קיין מענטשן, איך קלער אז ווען עס וואלט געווען א גוי, נאך מער א יונגער, נאך מער א שוארצער, נאך מער א מוסלמענער, וואלט ער מיט רעכט שווערער אפגעקומען.

דאס ארבעט שוין ליידער נישט היינטיגע טעג

צו געזונט האט געשריבן:די טיקעטס זיינען א שטייגער, מען שטעלט דיך אפ פאר פארען אנגעטרונקען און מען גיט די א צעבראכענע העדלייט טיקעט

נישט די זעלבע און נישט בארעכטיגט

צו געזונט האט געשריבן:ווארשיינליך איז די ארעסט געווען אויף אים אונטערזוכען אויב ער איז געווען אונטער איינפלוס פון יי"ש אדער געווירצן

דאס קען מען טוהן אויפן פלאץ

פליגל האט געשריבן:איינער וואס YIELD נישט פאר פיסגייער און ברענגט איינעם אום ווערט ארעסטירט.

פאר נישט Yield'ן במזיד און הארגענען בשוגג ווערט מען ארעסטירט. דא איז ער געווען אן אונס מתחלה ועד סוף

פארוואס שריי איך? ווייל כ'וויל מ'זאל וויסן אז ס'איז נישט ריכטיג און מ'זאל נישט מיינען אז אזוי דארף עס זיין

שוין. זאל זיך דער אייבישטער מרחם זיין אויף אים
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

ער האט גענומען שטיקלעך תגובות פון עטליכע ניקס און געמאכט א לאקשן קיגל. ווי קומט דאס א הענדימען זאל שטיין אין קאך?

איך טשארדזש 2.99 פאר יעדע תגובה מיינע וואס ווערט צושניטן.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים שלנו »

הענדימען האט געשריבן:פארוואס שריי איך?

אויב דאס הייסט געשריגן דאן ווי אזוי רעדט איר נארמאל?
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

הענדימען האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דער איד ברויך טאנצן פאר שמחה אז ער קומט ב״ה אפ מיט אפאר טיקעטס. זיי וואלטן אים פונקט אזוי געקענט קלאגן מיט מענסלאטער (גע׳הרג׳ט א מענטש בשוגג). דאן וואלט ער געווען אויף צרות.

איימסארי. טיקעטס, ארעסטירן און קלאגן, ווען איינער האט קלאר געמאכט א טעות, איז נאנסענס. חוץ אויב ס'איז צו בארואיגן די געמיטער אדער לא פלוג און וועט ווערן ריינגעוואשן אין קארט

ס'דא א חילוק צווישן אן אונס און א שוגג

צל עובר האט געשריבן:ווייל אפילו א גוי ווייסט אז אידן הרג'נען נישט קיין מענטשן, איך קלער אז ווען עס וואלט געווען א גוי, נאך מער א יונגער, נאך מער א שוארצער, נאך מער א מוסלמענער, וואלט ער מיט רעכט שווערער אפגעקומען.

דאס ארבעט שוין ליידער נישט היינטיגע טעג

צו געזונט האט געשריבן:די טיקעטס זיינען א שטייגער, מען שטעלט דיך אפ פאר פארען אנגעטרונקען און מען גיט די א צעבראכענע העדלייט טיקעט

נישט די זעלבע און נישט בארעכטיגט

צו געזונט האט געשריבן:ווארשיינליך איז די ארעסט געווען אויף אים אונטערזוכען אויב ער איז געווען אונטער איינפלוס פון יי"ש אדער געווירצן

דאס קען מען טוהן אויפן פלאץ

פליגל האט געשריבן:איינער וואס YIELD נישט פאר פיסגייער און ברענגט איינעם אום ווערט ארעסטירט.

פאר נישט Yield'ן במזיד און הארגענען בשוגג ווערט מען ארעסטירט. דא איז ער געווען אן אונס מתחלה ועד סוף

פארוואס שריי איך? ווייל כ'וויל מ'זאל וויסן אז ס'איז נישט ריכטיג און מ'זאל נישט מיינען אז אזוי דארף עס זיין

שוין. זאל זיך דער אייבישטער מרחם זיין אויף אים

שעפעלע. א מענטש איז נישט קיין דאלי וואס מ'קען אויפרייסן די בויך און ארויסנעמען די וואטע און עס לייגן אין גארבידש.
די ווילסט אויך נישט אז א מענטשעס בליט זאל זיין הפקר.שיין וואלט מען אויסגעזען אז מ'הארגעט איינעם און פאליס קומט אן און מ'זאגט איים סארי איטס דזשאסט עי מיסטעיק און א גוטע נאכט. ער האט געמאכט זייער א ביטערע מיסטעיק אויף קיין שום יוד נישט געווינטשן און אזא מיסטעיק קאסט. און פריי דיך אז ער איז אפגעקומען מיט אפאר נארישע טיקעטס און ארעסט אויף א טאג (אויך מיר ארעסט)
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

קלוגער האט געשריבן:ער גייט זיך אי"ה ארויסדרייען, זאל דער אייבירשטער העלפען שהעל און אהן קיין עגמת נפש, נישט צו משער זיין די צער, איין טעות'ל פון געז און ברעיקס

די היינטיגע פארגעשריטענע טעכנאלאגישע קאר סיסטעמען וואלט עס ע''פ דרך הטבע צוריקגעהאלטן, כ'מיין נישט דווקא א טעסלא נאר אפילו נידריגערע ווי דעם וואס האבן אריינגעבויט סענסארס וועלכע דערשפירן און זעהן אלעס ארום,
א וואלווא פארגעשריטענע דרייווער האט מיר געזאגט אז די סיסטעם האט אים שוין צוריקגעהאלטן צוויי מאל פון שווערע עקסידענטן, ער גיבט אים א מאך טייט די סיט בעלט און א געזונטע שארט סטאפ.
און דאס איז די סיבה פארוואס די שטאטישע טאטעס זענען שטארק פאר די אטאמאנישע קארס, זיי האלטן קלאר אז אלעס גייט פארן בעסער מיט דעם אינקלודעט בעסערע טרעפיק.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דער איד ברויך טאנצן פאר שמחה אז ער קומט ב״ה אפ מיט אפאר טיקעטס. זיי וואלטן אים פונקט אזוי געקענט קלאגן מיט מענסלאטער (גע׳הרג׳ט א מענטש בשוגג). דאן וואלט ער געווען אויף צרות.

פארט רעדט מען דא פון א טראגעדיע אין וואס איינער איז אומגעקומען, אויב לאזט מען גיין מיט גארנישט וואלט געווען א איבערקערעניש. אזוי, מיט ״7 קאונט׳ס״ [א_ווי ס׳ווערט אראפגעלייגט דורך די לאקאלע מידיא] איז די גויאישע גאס/משפחה צופרידן.

אייגענטליך קומצעך קרעדיט פאר די מידיע פארן עס דעקן אויף דעם וועג, זיי וואלטן רואיג געקענט איבערקערן א וועלט היתכון דער דרייווער קומט אפ אזוי גרינג. ס׳איז א חידוש אז זיי האבן באשלאסן צו דעקן די 7 מאוויג וויאלעישנס אזוי. וואזשע דען, לב מידיא וריפארטער ביד ה׳.

איך ווינטש פאר דעם איד דאס בעסטע אבער איטס נאט דעט סימפל. די משפחה פון די געהרגטע און די פארוואונדעטע קענען אים נאך סוען פאר די שאדן וואס זיי האבן געהאט און דאס קומט מיט אסאך קאפ ווייעניש.
די טיקעטס איז געווען פאר'ן עובר זיין אויף דרייווינג געזעצן דאס איז בין אדם למדינה אבער בין אדם לחבירו א גאנץ נייע מסכת, אויף דעם אעז מען אחראי אויך ווען ס' געשעהנט בשוגג. כ'האף אז ער האט גוטע אינשורענס און זיינע נכסים זענען פראטעקטעט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

מען קען אים נישט פערזענליך סוען (מען קען, אבער זיי האבן נישט קיין קעיס) די געזעץ איז אויפן דרייווערס זייט, פאר א סיבה צאלט מען אינשורנוס.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ער האט גענומען שטיקלעך תגובות פון עטליכע ניקס
כ'האב געוואלט מ'זאל פארשטיין צו וואס איך באצי זיך אן קוואוטן די גאנצע תגובה וואס איז זייער נערווירנד (פאר מיר)
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:און געמאכט א לאקשן קיגל
ביי אונז אין פשעווארסק האט מען געוואוסט איז "קוגל" מיינט לאקשן קוגל ווייל פאטעטא קוגל הייסט נישט קיין קוגל סאו איזעס א דאפלטע כפל הלשון
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ווי קומט דאס א הענדימען זאל שטיין אין קאך?
די שטיקל לאז איך ארויס כדי אנצופילן דעם הילל
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:איך טשארדזש 2.99 פאר יעדע תגובה מיינע וואס ווערט צושניטן
שיק מיר א ביל
פארגעס נישט אז איך בין טעקס עקזעמפט

מים שלנו האט געשריבן:אויב דאס הייסט געשריגן דאן ווי אזוי רעדט איר נארמאל?

אזוי!
הערסט די חילוק?
אה. דארפסט זעהן מיינע שטרענגע אויגן צו פארשטיין

nmi האט געשריבן:שעפעלע. א מענטש איז נישט קיין דאלי וואס מ'קען אויפרייסן די בויך און ארויסנעמען די וואטע און עס לייגן אין גארבידש.
די ווילסט אויך נישט אז א מענטשעס בליט זאל זיין הפקר.שיין וואלט מען אויסגעזען אז מ'הארגעט איינעם און פאליס קומט אן און מ'זאגט איים סארי איטס דזשאסט עי מיסטעיק און א גוטע נאכט. ער האט געמאכט זייער א ביטערע מיסטעיק אויף קיין שום יוד נישט געווינטשן און אזא מיסטעיק קאסט. און פריי דיך אז ער איז אפגעקומען מיט אפאר נארישע טיקעטס און ארעסט אויף א טאג (אויך מיר ארעסט)

ווען איינעם'ס מיסטעיק איז קלאר ווי די טאג איז אים גענוג די יסורים פונעם עצם מיסטעיק. ס'פעלט נישט אויס מער צו פייניגן

און יא. א קלײנע ארעסט איז זייער ביטער. פרעג זיך נאך ביי געליטענע

דריידל האט געשריבן:איך ווינטש פאר דעם איד דאס בעסטע אבער איטס נאט דעט סימפל. די משפחה פון די געהרגטע און די פארוואונדעטע קענען אים נאך סוען פאר די שאדן וואס זיי האבן געהאט און דאס קומט מיט אסאך קאפ ווייעניש.
די טיקעטס איז געווען פאר'ן עובר זיין אויף דרייווינג געזעצן דאס איז בין אדם למדינה אבער בין אדם לחבירו א גאנץ נייע מסכת, אויף דעם אעז מען אחראי אויך ווען ס' געשעהנט בשוגג. כ'האף אז ער האט גוטע אינשורענס און זיינע נכסים זענען פראטעקטעט

דאס איז גראדע אמת און נאך א סיבה פארוואס ער זאל נישט באקומען קיין טיקעטס

מ'קען זיין זיכער אז די געליטענע וועלן פרובירן אים צו סוען

קאנסילמאן האט געשריבן:מען קען אים נישט פערזענליך סוען (מען קען, אבער זיי האבן נישט קיין קעיס) די געזעץ איז אויפן דרייווערס זייט, פאר א סיבה צאלט מען אינשורנוס.

אינשורענס קאווערט געווענליך נאר ביז א געוויסע לימיט (קען זיין ער האט געהאט מער קאווערעדזש)
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

דריידל האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דער איד ברויך טאנצן פאר שמחה אז ער קומט ב״ה אפ מיט אפאר טיקעטס. זיי וואלטן אים פונקט אזוי געקענט קלאגן מיט מענסלאטער (גע׳הרג׳ט א מענטש בשוגג). דאן וואלט ער געווען אויף צרות.

פארט רעדט מען דא פון א טראגעדיע אין וואס איינער איז אומגעקומען, אויב לאזט מען גיין מיט גארנישט וואלט געווען א איבערקערעניש. אזוי, מיט ״7 קאונט׳ס״ [א_ווי ס׳ווערט אראפגעלייגט דורך די לאקאלע מידיא] איז די גויאישע גאס/משפחה צופרידן.

אייגענטליך קומצעך קרעדיט פאר די מידיע פארן עס דעקן אויף דעם וועג, זיי וואלטן רואיג געקענט איבערקערן א וועלט היתכון דער דרייווער קומט אפ אזוי גרינג. ס׳איז א חידוש אז זיי האבן באשלאסן צו דעקן די 7 מאוויג וויאלעישנס אזוי. וואזשע דען, לב מידיא וריפארטער ביד ה׳.

איך ווינטש פאר דעם איד דאס בעסטע אבער איטס נאט דעט סימפל. די משפחה פון די געהרגטע און די פארוואונדעטע קענען אים נאך סוען פאר די שאדן וואס זיי האבן געהאט און דאס קומט מיט אסאך קאפ ווייעניש.
די טיקעטס איז געווען פאר'ן עובר זיין אויף דרייווינג געזעצן דאס איז בין אדם למדינה אבער בין אדם לחבירו א גאנץ נייע מסכת, אויף דעם אעז מען אחראי אויך ווען ס' געשעהנט בשוגג. כ'האף אז ער האט גוטע אינשורענס און זיינע נכסים זענען פראטעקטעט

איך זעה נישט אויף וואס זיי זאלן קענען סוען דעם דרייווער אויף אזא פאל.
די טיקעטס קוק איך אן אז ס'איז געווען אזא מעסידזש פארן דרייווער אז אין אמתן אריין וואלטן מיר עס דיר נישט געגעבן אבער וויבאלד דא איז איז דא משפחה וואס זענען זייער אויפגערעגט איז ליפטר בלי כלום אי אפשר געבן מיר דיר דעי טיקעטס פארן שעיר לעזאזל
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

nmi האט געשריבן:איך זעה נישט אויף וואס זיי זאלן קענען סוען דעם דרייווער אויף אזא פאל.

ביסטו אין אמעריקע?
גראדע מאכט עס מער סענס ווי ארעסט און טיקעטס

nmi האט געשריבן:די טיקעטס קוק איך אן אז ס'איז געווען אזא מעסידזש פארן דרייווער אז אין אמתן אריין וואלטן מיר עס דיר נישט געגעבן אבער וויבאלד דא איז איז דא משפחה וואס זענען זייער אויפגערעגט איז ליפטר בלי כלום אי אפשר געבן מיר דיר דעי טיקעטס פארן שעיר לעזאזל

אויב גייט מען אים דיסמיסן די טיקעטס אין קאורט ביסטו 100% גערעכט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

הענדימען האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ער האט גענומען שטיקלעך תגובות פון עטליכע ניקס
כ'האב געוואלט מ'זאל פארשטיין צו וואס איך באצי זיך אן קוואוטן די גאנצע תגובה וואס איז זייער נערווירנד (פאר מיר)
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:און געמאכט א לאקשן קיגל
ביי אונז אין פשעווארסק האט מען געוואוסט איז "קוגל" מיינט לאקשן קוגל ווייל פאטעטא קוגל הייסט נישט קיין קוגל סאו איזעס א דאפלטע כפל הלשון
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ווי קומט דאס א הענדימען זאל שטיין אין קאך?
די שטיקל לאז איך ארויס כדי אנצופילן דעם הילל
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:איך טשארדזש 2.99 פאר יעדע תגובה מיינע וואס ווערט צושניטן
שיק מיר א ביל
פארגעס נישט אז איך בין טעקס עקזעמפט

מים שלנו האט געשריבן:אויב דאס הייסט געשריגן דאן ווי אזוי רעדט איר נארמאל?

אזוי!
הערסט די חילוק?
אה. דארפסט זעהן מיינע שטרענגע אויגן צו פארשטיין

nmi האט געשריבן:שעפעלע. א מענטש איז נישט קיין דאלי וואס מ'קען אויפרייסן די בויך און ארויסנעמען די וואטע און עס לייגן אין גארבידש.
די ווילסט אויך נישט אז א מענטשעס בליט זאל זיין הפקר.שיין וואלט מען אויסגעזען אז מ'הארגעט איינעם און פאליס קומט אן און מ'זאגט איים סארי איטס דזשאסט עי מיסטעיק און א גוטע נאכט. ער האט געמאכט זייער א ביטערע מיסטעיק אויף קיין שום יוד נישט געווינטשן און אזא מיסטעיק קאסט. און פריי דיך אז ער איז אפגעקומען מיט אפאר נארישע טיקעטס און ארעסט אויף א טאג (אויך מיר ארעסט)

ווען איינעם'ס מיסטעיק איז קלאר ווי די טאג איז אים גענוג די יסורים פונעם עצם מיסטעיק. ס'פעלט נישט אויס מער צו פייניגן

און יא. א קלײנע ארעסט איז זייער ביטער. פרעג זיך נאך ביי געליטענע

דריידל האט געשריבן:איך ווינטש פאר דעם איד דאס בעסטע אבער איטס נאט דעט סימפל. די משפחה פון די געהרגטע און די פארוואונדעטע קענען אים נאך סוען פאר די שאדן וואס זיי האבן געהאט און דאס קומט מיט אסאך קאפ ווייעניש.
די טיקעטס איז געווען פאר'ן עובר זיין אויף דרייווינג געזעצן דאס איז בין אדם למדינה אבער בין אדם לחבירו א גאנץ נייע מסכת, אויף דעם אעז מען אחראי אויך ווען ס' געשעהנט בשוגג. כ'האף אז ער האט גוטע אינשורענס און זיינע נכסים זענען פראטעקטעט

דאס איז גראדע אמת און נאך א סיבה פארוואס ער זאל נישט באקומען קיין טיקעטס

מ'קען זיין זיכער אז די געליטענע וועלן פרובירן אים צו סוען

קאנסילמאן האט געשריבן:מען קען אים נישט פערזענליך סוען (מען קען, אבער זיי האבן נישט קיין קעיס) די געזעץ איז אויפן דרייווערס זייט, פאר א סיבה צאלט מען אינשורנוס.

אינשורענס קאווערט געווענליך נאר ביז א געוויסע לימיט (קען זיין ער האט געהאט מער קאווערעדזש)

כ'האב הנאה צוצוקיקן וואס פאר א געלאנגן פאלק כלל ישראל איז. דא איז דא איינער וואס איז גרייט איבער צו נעמען די PD פון גאנץ US און איבער מאכן די סיסטעם אויף סאאאאאאא....ך א קליגער אויפן. ערגעץ אנדערש זעה איך אפאר חברה זענען רעדי איבערצונעמען די דאקטורים דאהו.

עני וואן עוועליבל איבערצונעמען טראמפ???
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

דא קומט אריין די זאך פון א ציווילע אנקלאגע CIVIL CASE וואס דאס האט מיט קיין שולדיג אדער אומשולדיג צו טוהן. מ'קען דיר אפסוען די הויזען, און מען ברויך אליין צאלען דעם אדוואקאט, אויסער איינער וואס האט א פערזענליכע לייעביליטי פארזיכערונג
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

nmi האט געשריבן:כ'האב הנאה צוצוקיקן וואס פאר א געלאנגן פאלק כלל ישראל איז. דא איז דא איינער וואס איז גרייט איבער צו נעמען די PD פון גאנץ US און איבער מאכן די סיסטעם אויף סאאאאאאא....ך א קליגער אויפן. ערגעץ אנדערש זעה איך אפאר חברה זענען רעדי איבערצונעמען די דאקטורים דאהו.

בקיצור. ביסט פארגלייבט אינעם סיסטעם

זעהט אויס אז דו האסט נישט מיטגעהאלטן גענוג פון די נאנט ווי רשעות'דיג די סיסטעם איז. זאל דער אייבערשטער ווייטער העלפן

איך זאג נישט אז מ'דארף טוישן דעם סיסטעם. כ'ווייס נישט צו ס'איז אפילו מעגליך. ס'זענען דא גענוג חיות וואס וואלטן אויסגענוצט א לויזן סיסטעם אבער מ'דארף נאכאלץ וויסן אז ס'איז זייער ראנג
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

הענדימען האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:כ'האב הנאה צוצוקיקן וואס פאר א געלאנגן פאלק כלל ישראל איז. דא איז דא איינער וואס איז גרייט איבער צו נעמען די PD פון גאנץ US און איבער מאכן די סיסטעם אויף סאאאאאאא....ך א קליגער אויפן. ערגעץ אנדערש זעה איך אפאר חברה זענען רעדי איבערצונעמען די דאקטורים דאהו.

בקיצור. ביסט פארגלייבט אינעם סיסטעם

זעהט אויס אז דו האסט נישט מיטגעהאלטן גענוג פון די נאנט ווי רשעות'דיג די סיסטעם איז. זאל דער אייבערשטער ווייטער העלפן

איך זאג נישט אז מ'דארף טוישן דעם סיסטעם. כ'ווייס נישט צו ס'איז אפילו מעגליך. ס'זענען דא גענוג חיות וואס וואלטן אויסגענוצט א לויזן סיסטעם אבער מ'דארף נאכאלץ וויסן אז ס'איז זייער ראנג

כ'בין פארגלייבט אינעם סיסטעם ווייל איך ווייס אז איך בין אין א לאנד ווי ס'וואונען אויך חיות בצורת אדם און מ'קען נישט מאכן קיין עקסטערע געזעצן פאר יודן. אויב יא וואלט עס אויסגעקיקט ווי אין רוסלאנד און די אנדערע לענדער ווי יודן זענען געווען פון די הויכע פענסטערס כידוע ליודע חן... ס'איז מיר נאך אסאך בעסער צו וואונען אין אמעריקע אווי אין די לענדער וואס האבן נישט קיין סיסטעם און מ'קען זיך טון וואס מ'וויל
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

הענדימען האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דער איד ברויך טאנצן פאר שמחה אז ער קומט ב״ה אפ מיט אפאר טיקעטס. זיי וואלטן אים פונקט אזוי געקענט קלאגן מיט מענסלאטער (גע׳הרג׳ט א מענטש בשוגג). דאן וואלט ער געווען אויף צרות.

איימסארי. טיקעטס, ארעסטירן און קלאגן, ווען איינער האט קלאר געמאכט א טעות, איז נאנסענס. חוץ אויב ס'איז צו בארואיגן די געמיטער אדער לא פלוג און וועט ווערן ריינגעוואשן אין קארט

ס'דא א חילוק צווישן אן אונס און א שוגג

ווייזט אויס אז דו ווייסט טאקע נישט די חילוק פון אן אונס און א שוגג. א אונס מיינט חלילה עס זאל זיך נישט מאכן ביי קיינעם אבער האט זיך שוין ליידער יא פיל מאל געמאכט, אז די ברעיקס מאלפונקציאנירט חלילה וואס ג-ט זאל אפהיטן וואס דאס קען אנמאכן, וכדוגמתו.
א שוגג מיינט אז צוליב סיי וואספארא - נישט בייזוויליגע - סיבה "דרוקט מען אן אומריכטיג קנעפל", וואס דאס האט ווי עס קוקט אויס ליידער דא פאסירט, און אין די צייטן פון ביהמ"ק וואלט ער ווארשיינליך געדארפט גיין אויב נישט לויפן קיין בצר, און אונטער אנקל סעם קומט מען אפ מיט עטליכע טיקטעס געוואנדן אין וויאזוי די קאוועס פונעם דזשאזש, זשורי און לאויערס געלונגן.
פארשטייט זיך איך בין נישט קיין דיין, ס'דא פארשידענע חילוקים אפי' לפי חוקי תורתינו הק' ווי אויך וואס ווייסן מיר דען וואס האט דארט פאסירט, ס'געפעלט מיר נאר דיין פסק אז דאס איז "קלאר" געווען א אונס און ס'איז "נאנסענס" אז זיי זאלן אים בכלל אנקלאגן
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

צו געזונט האט געשריבן:דא קומט אריין די זאך פון א ציווילע אנקלאגע CIVIL CASE וואס דאס האט מיט קיין שולדיג אדער אומשולדיג צו טוהן. מ'קען דיר אפסוען די הויזען, און מען ברויך אליין צאלען דעם אדוואקאט, אויסער איינער וואס האט א פערזענליכע לייעביליטי פארזיכערונג

לייעביליטי העלט נישט פאר א קאר עקסידענט.

מ'האקט- שוגג איז אויך דא דרגות, קרוב לאונס וכדו'.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

די נייעס ווייסט צו פארציילן אז דער דרייווער איז פריי, און האט נאר באקומען א "דעסק אפעירענס טיקעט" און די מאטאר וויהיקל לאזט אים האלטן זיין לייסענס, זינט ער האט א ריינער רעקארד און האט נאך "קיינמאל" געהאט קיינע עקסידענטן.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

פליגל האט געשריבן:די נייעס ווייסט צו פארציילן אז דער דרייווער איז פריי, און האט נאר באקומען א "דעסק אפעירענס טיקעט" און די מאטאר וויהיקל לאזט אים האלטן זיין לייסענס, זינט ער האט א ריינער רעקארד און האט נאך "קיינמאל" געהאט קיינע עקסידענטן.

ב"ה פאר דעם. דאס מיינט אז עס פאר עס די גאווערמענט איז קאנסירנט איז די קעיס געשלאסן. אבער מ'דארף נאך רחמי שמים אז מ'זאל קענען פארהאנדלן מיט די פארוואונדעטע אן קיין גרויסע שאדן
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

nmi האט געשריבן:כ'בין פארגלייבט אינעם סיסטעם ווייל איך ווייס אז איך בין אין א לאנד ווי ס'וואונען אויך חיות בצורת אדם און מ'קען נישט מאכן קיין עקסטערע געזעצן פאר יודן. אויב יא וואלט עס אויסגעקיקט ווי אין רוסלאנד און די אנדערע לענדער ווי יודן זענען געווען פון די הויכע פענסטערס כידוע ליודע חן... ס'איז מיר נאך אסאך בעסער צו וואונען אין אמעריקע אווי אין די לענדער וואס האבן נישט קיין סיסטעם און מ'קען זיך טון וואס מ'וויל

ביסט גערעכט אבער איך וויל אז מ'זאל געדענקען אז דאס קומט אים נישט סתם אזוי. די איינציגסטע סיבה איז טאקע אלס לא פלוג

וועלטניק האט געשריבן:ווייזט אויס אז דו ווייסט טאקע נישט די חילוק פון אן אונס און א שוגג. א אונס מיינט חלילה עס זאל זיך נישט מאכן ביי קיינעם אבער האט זיך שוין ליידער יא פיל מאל געמאכט, אז די ברעיקס מאלפונקציאנירט חלילה וואס ג-ט זאל אפהיטן וואס דאס קען אנמאכן, וכדוגמתו.
א שוגג מיינט אז צוליב סיי וואספארא - נישט בייזוויליגע - סיבה "דרוקט מען אן אומריכטיג קנעפל", וואס דאס האט ווי עס קוקט אויס ליידער דא פאסירט, און אין די צייטן פון ביהמ"ק וואלט ער ווארשיינליך געדארפט גיין אויב נישט לויפן קיין בצר

האסט א שטארקע פוינט

איך בין נישט קיין דיין גראדע האבעך א שייכות מיט דיינות ווייל כ'רעד מיט א דיין יעדע שטיק צייט :grin: אבער כ'מיין אז חיוב גלות וואלט נאר געװען אויב וואלט ער געוואלט פארן אבער נישט אזוי שנעל. דא איז די גאנצע מעשה געווען א טעות

שוין אריבער אסאך יארן זינט איך האב געלערנט די סוגיא און כ'געדענק שויניש די פונקטליכע ווערטער

יאצמעך האט געשריבן:מ'האקט- שוגג איז אויך דא דרגות, קרוב לאונס וכדו'.

דאס גיבט א שטיקל איידיע וואס כ'מיין

פליגל האט געשריבן:די נייעס ווייסט צו פארציילן אז דער דרייווער איז פריי, און האט נאר באקומען א "דעסק אפעירענס טיקעט" און די מאטאר וויהיקל לאזט אים האלטן זיין לייסענס, זינט ער האט א ריינער רעקארד און האט נאך "קיינמאל" געהאט קיינע עקסידענטן.

איי געס זיי זענען נישט אינגאנצן משוגע

יאצמעך האט געשריבן:לייעביליטי העלט נישט פאר א קאר עקסידענט.

אוודאי העלפט עס. פארדעם איזעס געמאכט

eller האט געשריבן:צאלט די קאר אנשורענס אויב מען סאוט ?
און קען מען סאען אויך די מענטש אליין ?

די אינשורענס איז נאר דא צו דעקן דעם מענטש. דאס מיינט אז ווען דער מענטש דארף באצאלן, צאלט די אינשורענס אנשטאט אים
למעשה. ווענצעך וויפיל קאווערעדזש מ'האט. אויב האט מען למשל $100,000 קאווערעדזש אן די לאוסוט איז אויף $150,000 באצאלט די אינשורענס 100 און דער מענטש דארף באצאלן די איבעריגע 50
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשיפקא »

nmi האט געשריבן:עני וואן עוועליבל איבערצונעמען טראמפ???

10-4
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

C/P

Rochester, New York AMBER alert check your local media
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

א NYPD אפיסער פונעם 120 פרט. (סטעטן איילענד). געפינט זיך אין א קריטישן צושטאנד נאכן געשאסן ווערן יעצט ביינאכט, ביים פראבירן אראפצוהאלטן א באוואפנטער באנדיט.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

BD459680-140B-45B6-823B-7543E58597CC.jpeg
BD459680-140B-45B6-823B-7543E58597CC.jpeg (161.83 KiB) געזען 1523 מאל

12 מענטשן אריינגערעכנט 7 פייעלענדזשער׳ס זענען פארוואנדערט געווארן ווען א חלק פון א ברענעדיגע בילדינג איז אראפגעפאלן ביי א גרויסע פייער אין קווינס היינט פארטאגס.

דריי רעסטעראנטן זענען פארניכטערט געווארן אונעם פייער. קיינע פון די פארוואנדערטע זענען נישט אין קיין לעבן׳ס געפאר.

א אומקלארע קליפיטש פונעם צוזאמטראסק:
דראפבאקסגוגל דרייוו
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

ס׳איז נישט עקספעקטעט גארנישט, פארט האט זיך דיבלאזיאו גוט דערשראקן פונעם פאריגען קליינעם שניי גרויסע מעס, און ער וועל הישט נעמען קיין שאנסן.

ער האט ווי ס׳קוקט אויס ארויסגעשיקט די זאלץ שפריצער זאלן שפריצן זאלץ וויפיל און ווי ס׳לאטצעך. דא אין וויליאמסבורג קעמען מיינען (יעצט בינעך אויף פרענקלין) אז ס׳שיינט זאלץ, און ס׳כאפט זיך אפילו אן אביסל.
רשעות קאלטע סעלצער
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”