אומריען און פראטעסטן אין פראנקרייך

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

אומריען און פראטעסטן אין פראנקרייך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

מוצ"ש וישלח תשע"ח, שוין איבער א וואך וואס די מידיא דערציילט איבער העפטיגע פראטעסטן אין פראנקרייך, גאסן ווערן אפגעשפארט דורוך די פראטעסטן און געוואלדעווטען קומען צווישען די פאליציי אינעם המון עם, די פראטעסטן איז בעיקר צילוב די הויכע געז פרייזן, און נאך אישוס.

פראנקרייך'ס פרעזידענט מארקאן האט א 25 פארצענט אפראוועל ראטע.

קנ"א שיקט אראפ איר קראספאנדעט צו ברענגן מער דיטעליס איבער די פרטטעסטירער, רעכטע אדער לינקע, און מער אינפערמאציע איבער די געז טעקס אישו מה היום מיומים אז מען פראטעסטירט דערקעגן, און אלעס איבער די פאליטישע צושטאנד אין פראנקרייך.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מאסיווע ראיאטן האבן נעכטן געבושעוועט אין פאריז און אין אנדערע פראנצויזישע שטעט, וואו פראטעסטירער זענען ארויסגעקומען קעגן פרעזידענט מאקרון, וועמענ'ס פאפולאריטעט איז ביים נידריגסטן פונקט, האבנדיג בלויז 20 פראצענט שטיצע ביים פאלק.

די פראטעסטן זענען געצילט קעגן דעם וואס מאקרון האט געהעכערט די שטייערן אויף גאזאלין. מאקרון האט געזאגט אז דאס הייבן די שטייערן איז זייער וויכטיג, וויבאלד ער וויל נוצן די געלטער אויף צו באקעמפן גלאבאלע אנווארעמונג, אבער דאס פאלק וויל נישט דערפון הערן.

אלעס אינאיינעם זענען דרייסיג טויזנט מענטשן ארויסגעקומען ביי פארשידענע פראטעסטן איבער'ן לאנד, און פאליציי זענען געווען געצוואונגען צו שפריצן טרערן-גאז און וואסער-קאנאנען אויף פילע פארזאמלטע. הונדערטער זענען פארוואונדעט געווארן אין לויף פון די ראיאטן, און צען זענען ארעסטירט געווארן בלויז אין פאריז.

איד דעילי
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10734
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

גערעכט זענען זיי
ווייל די פרעימער האט געחלומט אז די וועלט גייט פלוצלונג אונטערגיין וועגן גלאויבעל ווארעמונג דארף יעדער צאלן טייערער געז ?!!!
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

זעהט אויס אז די טרערן גאז איז גאר גוט פאר די ענוויראמענט..

משוגעים
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די פלייץ פון פראטעסטן און אומרוען וואס הערשט אין די לעצטע טעג אין פראנקרייך לאזט נישט נאך, ווען טויזנטער פראנצויזן מארשירן אויף די גאסן אין פראטעסט קעגן פרעזידענט עמנואל מאקראן און זיינע עקאנאמישע רעפארמען, עס ווערט געשאצט אז אריבער 280 טויזנט האבן זיך באטייליגט איבער עטליכע שטעט אין פראנקרייך.

דערווייל זענען איבער 400 זענען פארוואונדעט געווארן - אריינגערעכנט פאליציאנטן - און די שאדנס פאר די פאריזער שטאטראט און פאליציי ווערן געשאצט ביי מיליאנען דאלער אין צובראכענע גאסן לעמפ און פאליציי קארס, עס איז אויך באריכטעט געווארן איין טויטפאל.

די פראטעסטן האבן זיך אנגעהויבן מיט דרייווערס וועלכע האבן פראטעסטירט די שטייגנדע גאזאלין פרייזן, און עס האבן זיך אנגעשלאסן נאך צענדליגע טויזנטער וועלכע זענען אומצופרידן פון מאקראן׳ס עקאנאמישע פאליסיס, די פראטעסטירער טראגן געלע וועסטלעך און דער פראטעסט האט באקומען דעם צונאמען ״געלע וועסט פראטעסטן״.

פיינע נייעס

-----------------

וואס זענען מעקרון'ס 'עקאנאמישע פאליסיס', איינער ווייסט?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10734
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

פעיק נוז האט געשריבן:די פלייץ פון פראטעסטן און אומרוען וואס הערשט אין די לעצטע טעג אין פראנקרייך לאזט נישט נאך, ווען טויזנטער פראנצויזן מארשירן אויף די גאסן אין פראטעסט קעגן פרעזידענט עמנואל מאקראן און זיינע עקאנאמישע רעפארמען, עס ווערט געשאצט אז אריבער 280 טויזנט האבן זיך באטייליגט איבער עטליכע שטעט אין פראנקרייך.

דערווייל זענען איבער 400 זענען פארוואונדעט געווארן - אריינגערעכנט פאליציאנטן - און די שאדנס פאר די פאריזער שטאטראט און פאליציי ווערן געשאצט ביי מיליאנען דאלער אין צובראכענע גאסן לעמפ און פאליציי קארס, עס איז אויך באריכטעט געווארן איין טויטפאל.

די פראטעסטן האבן זיך אנגעהויבן מיט דרייווערס וועלכע האבן פראטעסטירט די שטייגנדע גאזאלין פרייזן, און עס האבן זיך אנגעשלאסן נאך צענדליגע טויזנטער וועלכע זענען אומצופרידן פון מאקראן׳ס עקאנאמישע פאליסיס, די פראטעסטירער טראגן געלע וועסטלעך און דער פראטעסט האט באקומען דעם צונאמען ״געלע וועסט פראטעסטן״.

פיינע נייעס

-----------------

וואס זענען מעקרון'ס 'עקאנאמישע פאליסיס', איינער ווייסט?

צו ארויפצווינגען זיינע משוגעתן (לייען גלאבעל ווארעמונג) אויף די בירגער...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

טרערן גאז? איז דאס נישט קיין כעמישע וואפן?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

Think and Thank האט געשריבן:טרערן גאז? איז דאס נישט קיין כעמישע וואפן?


its only banned on a battlefield
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

עולם האמת האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:טרערן גאז? איז דאס נישט קיין כעמישע וואפן?


its only banned on a battlefield

אמת'דיג?

הארגענען יא אבער טרערן גאז נישט?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אגב. איך מיין אז אין יוראפ צאלט מען שוין אזוי אויך איבער $10 א גאלאן נאך פאר די העכערונג
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

נאך איבער א וואך פון ווילדע פראטעסטן האט פרעזידענט עמנואל מאקראן געזאגט אז ער פארשטייט די זארגן פון די פראטעסטירער און אז ער וועט זיך רעכענען מיט זייערע פארלאנגען און אפשטופן זיין פארגעשלאגענע שטייער העכערונג אויף גאזאלין מיט א האלב יאר צו געבן מער צייט צו באטראכטן אנדערע מעגליכקייטן.

די שטייער אויף גאזאלין איז געווען די הויפט סיבה וואס האט געטריבן די אויפברויז וועלכע האט ארויסגעברענגט צענדליגע טויזנטער צו די גאסן. די ״געלע וועסטלעך״ פראטעסטן האבן אויפגעשטורעמט פראנקרייך און פאראליזירט עטליכע שטעט, און זיי האבן געווארנט צו פאראליזירן פאריז אין די קומענדיגע טעג, טייל פון די פראטעסטירער האבן אבער געזאגט פאר די פרעסע אז זיי געבן נישט אויף, און זיי וועלן ווייטער פראטעסטירן ביז דער שטייער ווערט אינגאנצן עלימינירט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

ווי איז אדורך די וויקענד ?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שווערע צוזאמענשטויסן קומען היינט פאר צווישן די ״געלע וועסטלעך״ פראטעסטירער און די פאליציי אין פאריז ווען די פראטעסטן זענען ווילדער געווארן מיט צענדליגע טויזנטער פראטעסטירער וועלכע צייכענען אפ דעם ערשטן אין מאי, א טאג וואס צייכנט אפ די אויפשטייג פון סאציאליזם און ארבייטער רעכטן. די וואנדאליסטן האבן אונטערגעצינדן קארס און אויסגעשאסן שויבן פון געשעפטן און בענק.

יאר יערליך קומט פאר א מארש דעם ערשטן אין מאי אין פאריז, און פאליציי האט געהאט געווארן פון פריער אז דאס יאר ערווארטן זיי אז עקסטרעמיסטן זאלן אינפילטרירן דעם מארש און אנזייען כאאס, און אזוי האט טאקע פאסירט. די ״געלע וועסטלעך״ באוועגונג האלט אן טראץ צוזאגן פון פרעזידענט מאקראן צו צושטעלן מער געלטער פאר וועלפעיר פראגראמען, און זייערע פראטעסטן זענען געווארן מער ווילד און כאאטיש.

פיינע נייעס
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”