אלעס ארום די ליבערטעריען שיטה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

פארשער
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

אלעס ארום די ליבערטעריען שיטה

תגובהדורך פארשער » פרייטאג נובעמבער 23, 2018 2:03 pm

ברוכים הבאים.

פארשער
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

תגובהדורך פארשער » זונטאג נובעמבער 25, 2018 11:04 am

איך האב געעפנט דעם אשכול אויפן פארלאנג פןן SPUSMN
viewtopic.php?p=1812769#p1812769, איך בין אויך שטארק ליבערטעריען געשטימט אבער איך וועל לאזן פאר גרעסערע שרייבער פון מיר אנצוהייבן און איך וועל בלויז אריינווארפן דא און דארט מיינע צוויי צענט.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 11:15 am

כ'האב נישט צופייל צייט פאר דעם (און וועגען דעם עס נישט אליין גע'עפענט), אבער אז א איד האט זיך באמיהעט און עס יא גע'עפענט קומט אים קודם א יישר כח, און מען שרייבט כאטש עפעס.

אויב מען וויל וויסען וואס איז ליבערטעריוניזם איז גוט צו זעהן וואס איז דער פארקערטע פון ליבערטעריוניזם (און א בחינה פון ומאויבי תחכמינו), און דאס בעסטע עקזעמפל היינטיגע צייטען איז כינע.

יא, כינע! דארט וואוינען א קיימא לן פון א ביליאן מיט פיר הונדרעט מיליאן מענטשען, און נישט מער ווי א זעכציג מענטשען זענען אין גאנצען בעל הבית. נישט נאר איבער זייער האב און גוטס נאר אויך פיזיש און בעיקר בעל הבית איבער זייערע מוחות.

דאס פארקערטע פון ליבערטעריוניזם איז אוטאריטעריוניזם, כינע האט א Authoritarian government וואס קאנטראלירט אלעס.

אין א ניס שולעכץ.

Within the political sphere, which is solely what libertarianism is; a political philosophy, the opposite would be Authoritarian government. Generally speaking, a libertarian is against government intervention as much as reasonably possible. The opposite would be totalitarianism

Authoritarianism מיינט אז דער רעגירונג האט די פולע קאנטראל איבער אלעס; לאידך גיסא libertarianism מיינט אז דער רעגירונג זאל זיך וואס ווינציגער מישען אין אונזערע געשעפטען און נאר ממש וואס מען מוז אז עס זאל נישט זיין איש את רעהו חיים בלעו.

איך האב געמאכט א סטעיטמענט אז מיר האלטען אז פאר אידישיקייט אין אמעריקע איז בעסער ליבערטעריוניזם; וויליך אבער צולייגען אז ס'דא זאכען וואס דער רעגירונג טוהט וואס איז יא גוט און אויס געהאלטען, און די זאכען וואלטען מיר געדארפט שטיצען; אבער דער פראבלעם איז אז איין מאל מען גיבט נאך איין זאך, ווערט עס עביוזט און דער רעגירוג נעמט זיך שוין דער רשות צו טוהן דער נעקסטע זאך וואס איז נישט גוט, ויצא שכרו בהפסדו, ואין לדבר סוף.

דער רעגירונג זענען מענטשען, און מענטשען (אפילו גוטע מענטשען) זענען זייער לייכט צו ווערען קאראפטירט. דערובער קען מען קיין מאל נישט טראסטען גאווערמענט כמו שהוא, און זיכער נישט בלינדערהייט.

איך נעם נישט דא קיין שטעלונג איבער די סעקענד עמענדנמענט, אבער די אלע וואס לאכען פונעם סעקענד עמענדנמענט און מיינען אז עס האט נישט קיין האפט, פארשטייען נישט אז דער סעקענד עמענדמענט איז די שטארקסטע וואפען וואס די בירגער האבען קעגען דער רעגירונג אז עס זאל נישט ווערען אין גאנצען Authoritarian; און היינט צו טאגס מיט די קענטעניש פון טעקנאלעדזי איז זייער גרינג פאר דער רעגירונג (און פאר עהני רעגירונג) צו האבען קאמפליעט קאנטראל און האלטען יעדער בירגער ביים גארגעל ווי אין כינע.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג נובעמבער 26, 2018 11:36 am, פאראכטן געווארן 6 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 11:27 am

אידישע געדאנקען האט געשריבן:איש כל הישר בעיניו יעשה.

איש כל הישר בעיניו יעשה איז אנארכיע Anarchy

דאס פארקערטע פון ליבערטעריוניזם איז אז מלכות כל הישר בעיניהם יעשה און עס איז
We the Government
און נישט
We the people
for the people and by the people

קאמיוניזם האט געזאגט אז דאס לאנד איז דער עיקר, און דערובער אויב דער לאנד (ווי זיי ווילען עס זאל זיין קאמיוניסטיש) איז אין געפאר, מעג מען דערפאר אויס הארגענען מיליאנען פון די אייגענע מענטשען, און אזוי האט טאקע לעננין מיט סטאלין געטוהן, געהארגעט א צוואנציג מיליאן רוסען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 12:14 pm

טאטאלע פרייהייט האט די זעלבע פראבלעמען ווי טאטאלע אינטערדריקונג (נעמליך, אז מ'ווערט אינטערדרוקט) און בעצם איז כמעט נישטא קיינער אין די היינטיגע ציוויליזירטע וועלט וואס שטיצט איינער פון די צוויי, און די מענטשן וואס נייגן מער צו טאטאלע פרייהייט ווי צו טאטאלע אינטערדריקונג זענען בדרך כלל איינגעטיילט אין פיר קלאסן:

1. עס לוינט זיי פרעזענליך (למשל א ביזנעסמאן וואס וויל קענען צאלן פאר זיין ארבעטער ווי ווייניג ער וויל, האלטן זיין גאנצע פארדינסט פאר זיך, נישט זיין געבינדן צו רעגולאציעס וכו')

2. זיי האבן שלעכטע מידות און דארפן נישט די פרעשור פון זיך מוזן אויפפירן שיין צו אנדערע מענטשן, און אלס די מאיאריטעט האבן זיי נישט מורא אז זיי גייען ליידן דערפון

3. זיי האבן אן אידעאלאגישע בליק אז מ'דארף אנהאלטן די מסורות, אריינגערעכנט די מסורה פון איש כל הישר בעיניו יעשה (זיי ווילן נאר פרייהייט ווען ס'איז נישט קעגן די מסורה)

4. זייער מח איז געווארן געוואשן דורך צענדליגער ביליאנען דאלארן וואס זענען געווארן געשפענדעט דורך די אין קלאס איינס וואס פארדינען דורכדעם צענדליגער טריליאנען דאלארן

קלאס 1 רופט מען "קאפיטאליסטן", קלאס צוויי רופט מען "נאציאנאליסטן", "ראסיסטן", אדער "ביגעטס", קלאס דריי רופט מען "קאנסערוואטיוון", און קלאס פיר רופט מען "סתם רעפובליקאנער".

די אלע וואס גייען מיך פרובירן אפצופרעגן דורכ'ן ברענגען קאנספיראציע טעאריעס אז איינמאל מ'נעמט אוועק געוויסע ראדיקאלע פרייהייטן גייט געשען דאס און יענץ וכדו' זענען לכאורה אין קלאס פיר.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 12:33 pm

SPUSMN האט געשריבן:
אידישע געדאנקען האט געשריבן:איש כל הישר בעיניו יעשה.

איש כל הישר בעיניו יעשה איז אנארכיע Anarchy

דאס פארקערטע פון ליבערטעריוניזם איז אז מלכות כל הישר בעיניהם יעשה און עס איז
We the Government
און נישט
We the people
for the people and by the people


למשל דאס.

אויב וואלטן ליבערטעריענ'ס נישט געפעקידזשט זייער שיטה אין אז שיינע מאטא פון "We The People" ווערסוס "We The Government", וואלט עס הרב SPUSMN קיינמאל נישט געקויפט, די פראבלעם איז אבער אז די וואס שטיצן פארשריט אפילו ווען ס'מיינט אוועקנעמען געוויסע צודרייטע פרייהייטן (און ניין, זיי שטיצן נישט קאמוניזם...) זאגן נישט אז "די רעגירונג" דארף שטיין העכער ווי "די מענטשן" ווייל פאקטיש זענען "מיר די מענטשן" וואס ערוויילן און פירן די רעגירונג ביי פראגרעסיוון כאטש אזוי שטארק ווי ביי ליבערטעריענ'ס, סאו די גאנצע מאטא מאכט נישט קיין סענס אפילו...

למשל אויב א מערהייט פון "מיר די מענטשן" זאלן אריינוועלן א קאנדידאט וואס שטיצט א הויכע מינימום וועידזש מיט אסאך רעגולאציעס, און ער וועט עס אויספירן ווי נאר ער קומט אריין, וועלן ליבערטעריענ'ס זיין שטארק פרייליך דערמיט?
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 12:52 pm

זיי טוישן נישט זייער מיינוג, ווייל עס איז דא מענטשן וואס האלטן פארקערט.
זיי האלטן דע מענטשן פארשטייען פשוט נישט.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 1:19 pm

דאס איז זיכער אז א לאנד דארף האבען געזעצען, און פאר דעם פאדערט זיך פאליציי און ריכטער צו אינפארסירען די געזעצען; דער שאלה איז נאר וואספארע געזעצען מעגען זיי מאכען?

לאמיר זעהן

טרעפיק געזעצען איז יעדער מודה אז עס דארף זיין. אז אויב מען גייט דורך א רויטע לייט דארף מען באקומען א טיקעט, וכו' וכו'

מען מוז האבען א לייסענס צו דרייווען (ווייל אז נישט וועלען מענטשען וואס קענען נישט אויך דרייווען).

אויב איינער באגנבעט דעם צווייטען דארף דער רעגירונג קער נעמען דערפון.

אויב איינער שלאגט דעם צווייטען דארף דער רעירונג יענעם מעניש זיין.

בקיצור, איינע פון די שבע מצות בני נח איז "דינים" וואס מיינט אז א רעגירונג מוז האבען דינים און דן זיין און מעניש זיין קרימינאלען.

דאס זעלבע אויך דארף דער רעיגרונג זיך זארגען אז די בירגער זאלען האבען גאסען און שאסייען אויף וואס צו פארען און בריקען צו קענען ארובער גיין, און אזוי ווייטער.

דאס לאנד דארף שיצען די בירגער פון אנדערע לענדער, און אויך פון שלעכטע מענטשען אינעם לאנד וואס ווילען שעדיגען אנדערע אין לאנד.

דאס אלעס פאדערט זיך א סאך געלט, דערובער איז דער לאנד בארעכטיגעט צו איין מאנען טעקסעס, צו קענען אויף האלטען די אלע תפקידים.

דאס איז אויפען שפיץ גאפל. כ'האב נישט די צייט, אבער עס איז כדאי אז איינער זאל דא מאכען א ביסעל סדר, און זעהן וואס זענען די זאכען וואס יעדער איז מודה אז א רעגירונג מוז טוהן, און וואס זענען די זאכען וואס איז שייך אויף דעם א וויכוח.

כ'קלער אז אין דער ענדע וועט עס זיך אויס לאזען אז מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי.

לאמיר אלע רעדען איינעם צום אנדערען און נישט איינעם אויפען אנדערען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8487
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 1:36 pm

לויט די ליבערטעריען שיטה דארף די גאווערמענט זיך אריינמישן אין די ענין פון נארישקייט אדער האלטן זיי אז די גאווערמענט טאר זיך נישט אריינמישן? אין וועלכע גדר גייט עס אריין?
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


"פעיק אייוועלט ראש הקהל" - פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

נייעס און בילדער אינערהאלב די פעיק ראשעקאל קאמפיין

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 2:55 pm

איידער איך ענטפער לאמיר קלאר מאכען אז איך גיב זיך נישט קיין לעיבעלס, און זיכער נישט קיין פאליטישע לעיבלס, און אוודאי נישט איינע פון די "איסם" לעיבעלס. איך בין א איד, און וואס די תורה הייסט דאס האלט איך, און בין מבטל מיין דעת צו דעת תורה, צו איך פארשטיי יא אדער נישט.

יעצט אויב א לעיבעל איז נישט א סתירה צו די תורה, קען זיין אז איך בין נוטה דערצו אדער צו א חלק דערפון, אבער נישט דער לעיבעל דעפינירט מיר, נאר פארקערט איך דעפיניר וואספארע לעיבעל (אויב ס'דא אזא לעיבעל) פיט מיר.

יעצט (אז כ'האב זיך אפגעשאקלט פון דער לעיבל) איז צו אייער גוטע פראגע.

לויט ווי איך פארשטיי, זאגט דער ליבערטעריען שיטה (כ'ווייס נישט אז שיטה איז דער ריכטיגע ווארט עס אנצורופען) אז דער רעגירונג האט זיך נישט אריין צו מישען; נישט צו אריין לייגען נארישקייט'ניקעס אין דזעיל, און נישט דאס פארקערטע פון ארויף צווינגען אז מיר מוזען עס עקסעפטירען.

דער רעירונג איז נישט גאט'ס פאליציי צו עס סטאפען (וואס זיי קענען סיי ווי נישט); און אויך זענען זיי נישט די נארישקייט שטיצער'ס פאליציי צו עס ארויף צווינגען אויף אונז.

Live and let live
איז א סלאגען פון ליבערטעריוניזם.

דער סיבה פארוואס כ'האב זיך אפגעשאקעלט פון די לעיבעל, איז נישט נאר צוליב דער גוטע קשיא וואס איר האט געפרעגט, נאר אויך ווייל עס איז א מחלוקת הפוסקים וואס באדייט "מצות דינים" פון די שבע מצות בני נח, ומי אני צו נעמען א הלכה'שען שטעלונג.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג נובעמבער 30, 2018 2:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 3:21 pm

SPUSMN האט געשריבן:דאס איז זיכער אז א לאנד דארף האבען געזעצען, און פאר דעם פאדערט זיך פאליציי און ריכטער צו אינפארסירען די געזעצען; דער שאלה איז נאר וואספארע געזעצען מעגען זיי מאכען?


די סיבה פארוואס דו ביסט מודה אז געוויסע געזעצן דארפן זיין, איז ווייל - ווי איך האב אויבן דערמאנט - זענען כמעט נישטא היינט קיין מענטשן וואס שטיצן "טאטלע פרייהייט" און אונז רעדן דא נאר פון "נייגן" צו טאטאלע פרייהייט, און געוויסע זאכן האט שוין סאסייעטי באשלאסן אז ווייניגער פון דעם איז "ראדיקאל" און נאר איינער וואס וויל "טאטאלע פרייהייט" וויל עס.

למשל דו זאגסט מיט א פשטות אז
SPUSMN האט געשריבן:אויך דארף דער רעיגרונג זיך זארגען אז די בירגער זאלען האבען גאסען און שאסייען אויף וואס צו פארען און בריקען צו קענען ארובער גיין, און אזוי ווייטער.
און דאס איז טראצדעם וואס ווען די רעגירונג זאל ספענדן א פערטל פון וואס זיי ספענדן יעצט אויף אינפראסטרוקטור וואלטן די גאסן, שאסייען, און בריקן נאך אלס געווען בעסער ווי ס'פלעגט זיין פאר צוויי הונדערט יאר צוריק, און דעמאלס האט מען עס געקענט איבערלעבן, דאך איז אזוי פשוט ביי דיר אז די רעגירונג דארף ספענדן אזוי סאך!


למעשה אויב איז אמת אז די רעגירונג דארף זיך טאקע יא זארגן אויף געוויסע זאכן, פארוואס זאלן זיי זיך נישט זארגן אז יעדער זאל האבן העלט קעיר? אדער אז יעדע מענטש וואס האט א פול טיים דזשאב זאל אהיימקומען מיט א מענטשליכע אינקאם? אדער אז די וועלט זאל נישט חרוב ווערן צוליב א טויש אינעם קלימאט? אדער אז מענטשן זאלן ווערן באהאנדלט די זעלבע טראצדעם וואס זיי זענען אין די מינאריטעט? אדער אז ס'זאלן זיך נישט דרייען אויף די גאסן ביקסן ווי שפילצייגן?


נאר וואס דען, דאס זענען זאכן וועלכע זענען נאכנישט געווארן "אנגענומען" ביי געוויסע קרייזן אז אויף דעם "דארף" זיך די רעגירונג זארגן, און דערפאר וועט איינער וואס "נייגט" צו טאטאלע פרייהייט זיך מתנגד זיין דערצו, משא"כ ביי די זאכן וואס יעדער איז מודה.

און בנוגע וואס דו שרייבסט אז
SPUSMN האט געשריבן:כ'קלער אז אין דער ענדע וועט עס זיך אויס לאזען אז מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי.
האלט איך אז ס'איז זיכער אמת ביי געוויסע זאכן, ווייל איך האלט פונקט ווי דיר אז די רעגירונג דארף מאכן די געזעצן וואס דו האסט דערמאנט, און איך האלט אויך אז די רעגירונג טאר נישט איינטיילן מענטשן וואס צו טוהן סתם אזוי.

איך האלט אבער (אלס איינער וואס שטיצט פראגרעסיוויזם) אז ס'איז אויך וויכטיג צו מאכן אנדערע געזעצן (ווי למשל וואס איך האב דערמאנט) וואס פארזיכערן די וואוילזיין פון די מענטשהייט און אז איינער שעדיגט נישט דעם צווייטן, און בעצם קוק איך עס אן ווי א גאר פשוט'ע זאך ווייל יעדער איז דאך מודה אז די רעגירונג דארף זיך זארגן אויף געוויסע זאכן און מ'רעדט דא פון זאכן וואס איז זיכער א טובה פאר די מענטשהייט.

משא"כ קאנסערוואטיוון - וואס ווי כ'האב אויבן ארויסגעברענגט און קורצן זענען זיי "טיילווייז" ליבערטעריען, אין די צייט וואס זיי זענען אויך מודה אז די רעגירונג דארף אין געוויסע פעלער זיך אריינמישן אבער אין רוב פעלער נישט, האלטן זיי אז די רעגירונג'ס אריינמישונג דארף זיך ווענדן צו די פרייהייט שטימט מיט די מסורה אדער נישט, און בכלל נישט אויב ס'איז א טובה פאר די מענטשהייט (אויסער וואס זיי האלטן אידעאלאגיש אז "קאנסערוואטיזם איז א טובה פאר די וועלט").

איך גלייב אז די סיבה פארוואס דו נייגסט מער צו ליבערטעריעניזם איז צוליב וואס דו פילסט א נאנטשאפט מיט קאנסערוואטיזם און אלס רעזולטאט פילסטו דיך אויך באקוועם מיט זייערע "טאלקינג פוינטס" (איך האלט גראדע אז ס'איז א טעות צו שטרעבן אז די רעגירונג זאל איינטיילן די בירגער מיט וועלכע מסורה צו גיין ביז ווילאנג ס'איז נישט ישראל שרוין על אדמתן), ווייל אן אנדערע סיבה פארוואס דו זאלסט דוקא נישט וועלן אז די רעגירונג זאל טוהן זאכן וואס איז גוט פאר די מענטשהייט זע איך נישט.

און די נטיעה פון מענטשן נאכצוזאגן שיין קלינגענדע "טאלקינג פוינטס" פונעם לאגער וואס מ'האט שוין לאנג באשלאסן אז "מ'געהער" אהין איז וואס איך האב געמיינט מיט'ן שרייבן אז
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:אויב וואלטן ליבערטעריענ'ס נישט געפעקידזשט זייער שיטה אין אז שיינע מאטא פון "We The People" ווערסוס "We The Government", וואלט עס הרב SPUSMN קיינמאל נישט געקויפט, די פראבלעם איז אבער אז די וואס שטיצן פארשריט אפילו ווען ס'מיינט אוועקנעמען געוויסע צודרייטע פרייהייטן (און ניין, זיי שטיצן נישט קאמוניזם...) זאגן נישט אז "די רעגירונג" דארף שטיין העכער ווי "די מענטשן" ווייל פאקטיש זענען "מיר די מענטשן" וואס ערוויילן און פירן די רעגירונג ביי פראגרעסיוון כאטש אזוי שטארק ווי ביי ליבערטעריענ'ס, סאו די גאנצע מאטא מאכט נישט קיין סענס אפילו...
און כ'האב בכלל נישט געמיינט צו רעדן אויף דיר נאר צו מסביר זיין די קאנצעפט, ווייל גראדע בין איך הונדערט פראצענט מסכים מיט דעם וואס דו שרייבסט אז
SPUSMN האט געשריבן:לאמיר אלע רעדען איינעם צום אנדערען און נישט איינעם אויפען אנדערען.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 3:34 pm

מיט בערך 30 יאר צוריק האט די פאליס געמאכט א סטינג אפערעישאן און ארעסטירט דריי אידען אויף צנועות אישו'ס. זייערע בילדער זענען פארשפרייט געווארען, און זייערע ווייבער האבען זיך זייער געשעמט און צום סוף האבען זיך אלע דריי נעבעך גע'גט.

זיי האבען זיך נישט גע'גט ווייל זייערע מענער האט געפעלט יראת שמים; נאר דערפאר ווייל דער גאס האט געוויסט. און פארוואס האט די גאס געוויסט; ווייל די פאליציי (און זייערע משלחים) האבען געמיינט אז זיי זענען גאט'ס פאליציי.

כ'האב דענמאלט מיט געהאלטען, און ס'האט מיר זייער וויי געטוהן צו הערען אז זיי האבען זיך אלע גע'גט.

דעמאלט בין איך געקומען צו די הכרה אז דער רעגירונג זאל בלייבען אין דרויסען דערפון ולא מדובשך ולא "מעוקצך".
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 3:45 pm

טעאריע, לאז מיר ארויס פונעם שמועס צו איך בין מודה צו נישט מודה; עס קומט באמת נישט אריין. פרעגסט גוטע קשיות ואדרבא זאלען אנדערע ענטפערען לכאן או לכאן. אבער לאמיר עס לאזען ביי טעאריע, ווייל וואס מיר האלטען איז סיי ווי נישט מאסגעבענד; נישט מען האט אונז געפרעגט און נישט מען האלט ביים טוישען.

דאס דארף צו זיין א אקאדעמישע שמועס און נישט א פערזענליכע.

זאגסט טאקע אזוי צום סוף, אבער ס'וויל זיך שרייען אויף אייך פאר שטיצען פראגרעסיוויזם; אבער לאידך גיסא וועט איר מיר אפשר וועלען שיסען אויף אנדערע זאכען; איז דערובער לאמער רעדען צום פוינט און פראבירען ווי ווייט מעגליך דער "זיך" און דער "יענער" ארויס צו נעמען פון די פיקטשער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8487
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:00 pm

למעשה לויט ליבעטעריען וואס פונקטליך איז די "הגדרה" פון "וויכטיג" אז די גאווערמענט זאל זיך יא דארפן אריינמישן?
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


"פעיק אייוועלט ראש הקהל" - פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

נייעס און בילדער אינערהאלב די פעיק ראשעקאל קאמפיין

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:06 pm

כדי צו בעסער פארשטיין די אישו'ס איז כדאי זיך קודם באקאנט צו מאכען וואס מיינט דאס רעגירונג; ווער איז דער רעגירונג; און וויאזוי ארבעט רעגירונג.

קאמוניסטען האבען געמאכט איין פאטאלע טעות. היות עס האט געשטימט אויפען פאפיר, האבעו זיי געמיינט אז אין ריעליטי גייט עס אויך שטימען; און געס וואט? עס האט נישט געשטימט.

גארנישט האט געשטימט.

וועמען מאכט מען פאר די פאליציי צו איפארסירען אזא גאונישע איינפאל ווי קאמיוניזם? פארשטייט זיך אזא איינער וואס קען און האט די קישקעס עס צו אינפארסירען; און אזוי ארום האט זיך ארויף געזעצט סטאלין וואס האט זיך געמאכט פאר גא-ט פון די פאלק.

דא אין אמעריקע איז נישט צו פיל בעסער (אין דעם הינזיכט). ווייל דער רעגירוג איז נישט קעיפעבעל פון גארנישט. זיי קענען אליין נישט בויען קיין בריקען. זיי קענען אליין נישט בויען קיין טאנעלס, זיי קענען אליין נישט מאכען קיין ערעפלאנען. דער רעגירוננג "דינגט" מענטשען צו טוהן די אלע זאכען און צאלט הונדרעט מאל אזוי פיל ווי דו און איך וואלטען געצאלט פאר דער זעלבע זאך און מיר וואלטען נאך געהאט א בעסערע פראדוקט.

דער רעגירוננג טויג צו גארנישט; און מער גאווערנמענט וועט נישט מאכען דער מצב בעסער נאר ערגער.

היות דער רעגירונג טויג צו גארנישט; וואלט געווען די ריכטיגע זאך אז דער רעגירונג זאל טוהן נאר וואס זיי מוזען ממש; און דעטס אול.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:24 pm

א רעגורונג קען נאר ארבעטען ווען עס ווערט מייקראמענעדזד פון אויבען ווי אין כינע. אין א פריי לאנד ווי אין אמעריקע (ווי עס איז נישט דא א אויבען) איז נישט מעגליך אז דער רעגירונג זאל ווערען מייקראמענעדזד פון אינטען (פון we the people) און דערובער זענען דא ביוראקרטען וואס דארפען מאכען זיכער אז זאכען ארבעטען, אבער ביוראקרטען געווענליך טויגען אויף כפרות.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:38 pm

פעיק נוז האט געשריבן:למעשה לויט ליבעטעריען וואס פונקטליך איז די "הגדרה" פון "וויכטיג" אז די גאווערמענט זאל זיך יא דארפן אריינמישן?

ביי איינעם איז דעס וויכטיג און ביי א צווייטען איז עפעס אנדערש וויכטיג. ביי איינעם איז וואס ביי יענעם איז וויכטיג גאר אן-עקסעפטעבעל.

דערובער איז "וויכטיג" נישט דער ריכטיגע מעסטער וואס דער רעגירונג דארף טוהן; נאר ענדערש וואס אלע זענען מסכים (אדער כאטש רובא דרובא) אז "עס איז א נעסעסיטי" און זיי מוזען עס טוהן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:47 pm

מיין מיינונג:

די קאמוניסטן האבן נישט געמאכט קיין שום טעות, קאמוניזם קען נישט ארבעטן אויב מ'אינטערדרוקט נישט קיין מענטשן, אבער אויב מ'אינטערדרוקט מענטשן קען עס פיין ארבעטן.

די קאמוניסטישע פירער האבן דאס פיין געוואוסט, אבער זיי האבן געהאלטן אז איינפירן אין פראקטיק דאס וואס זיי האבן געהאלטן אידעאלאגיש אז ס'דארף געטוהן ווערן איז וויכטיגער פון פרייהייט.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8487
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:53 pm

מען קען נישט אינטערדרוקן קיין מענטשן
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


"פעיק אייוועלט ראש הקהל" - פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

נייעס און בילדער אינערהאלב די פעיק ראשעקאל קאמפיין

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8487
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 5:01 pm

SPUSMN האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:למעשה לויט ליבעטעריען וואס פונקטליך איז די "הגדרה" פון "וויכטיג" אז די גאווערמענט זאל זיך יא דארפן אריינמישן?

ביי איינעם איז דעס וויכטיג און ביי א צווייטען איז עפעס אנדערש וויכטיג. ביי איינעם איז וואס ביי יענעם איז וויכטיג גאר אן-עקסעפטעבעל.

דערובער איז "וויכטיג" נישט דער ריכטיגע מעסטער וואס דער רעגירונג דארף טוהן; נאר ענדערש וואס אלע זענען מסכים (אדער כאטש רובא דרובא) אז "עס איז א נעסעסיטי" און זיי מוזען עס טוהן.

איך פארשטיי נישט די קאנסעפט, אויב איז דאס די זאך, האב איך א עצה, זאלן אלע רעכטע אנהייבן האלטן אז גאן קאנטראל, אינפרוסטראקטור, קליימעט טשעינדזש וכו' זענען וויכטיג און פון יעצט און ווייטער וועלן שוין אלע ליבערטעריען'ס און קאנסערוואטיוון קענען האלטן מיט די ליבעראלן, עס וועט שוין שטימען מיט זייער שיטה.

וואס האט האלטן קעגן גאווערמענט ספענדונג למשל מיטן זיין א רעכטער אדער א לינקער? לויט ווי דו לייגסט עס אראפ איז עס צוויי אנדערע זאכן, מען קען האבן די ליבערטעריען שיטה אז מען טאר נישט ספענדן אויף איבריגע זאכן, און נאכדעם קען מען האלטן אזוי ווי די ליבעראלן אז די גאווערמענט דארף ספענדן אויף העלט קעיר.
לעצט פאראכטן דורך פעיק נוז אום דינסטאג נובעמבער 27, 2018 11:39 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


"פעיק אייוועלט ראש הקהל" - פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

נייעס און בילדער אינערהאלב די פעיק ראשעקאל קאמפיין

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 5:23 pm

SPUSMN האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:למעשה לויט ליבעטעריען וואס פונקטליך איז די "הגדרה" פון "וויכטיג" אז די גאווערמענט זאל זיך יא דארפן אריינמישן?

ביי איינעם איז דעס וויכטיג און ביי א צווייטען איז עפעס אנדערש וויכטיג. ביי איינעם איז וואס ביי יענעם איז וויכטיג גאר אן-עקסעפטעבעל.

דערובער איז "וויכטיג" נישט דער ריכטיגע מעסטער וואס דער רעגירונג דארף טוהן; נאר ענדערש וואס אלע זענען מסכים (אדער כאטש רובא דרובא) אז "עס איז א נעסעסיטי" און זיי מוזען עס טוהן.


למשל מעדיקעיד עקספענשאן, וואס די וויילער אין די בלוט-רויטע שטאטן פון איידעהא, נעבראסקא, און יוטא וואס שטימען פאר רעפובליקאנער מער ווי צוויי צו איינס האבן יעצט באשטעטיגט מיט א ריזיגע מערהייט, איז שוין פאררעכנט אלס עפעס וואס "אלע (אדער כאטש רובא דרובא) זענען מסכים אז ס'איז וויכטיג" און מ'דארף עס איינפירן?
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 5:25 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:למעשה לויט ליבעטעריען וואס פונקטליך איז די "הגדרה" פון "וויכטיג" אז די גאווערמענט זאל זיך יא דארפן אריינמישן?

ביי איינעם איז דעס וויכטיג און ביי א צווייטען איז עפעס אנדערש וויכטיג. ביי איינעם איז וואס ביי יענעם איז וויכטיג גאר אן-עקסעפטעבעל.

דערובער איז "וויכטיג" נישט דער ריכטיגע מעסטער וואס דער רעגירונג דארף טוהן; נאר ענדערש וואס אלע זענען מסכים (אדער כאטש רובא דרובא) אז "עס איז א נעסעסיטי" און זיי מוזען עס טוהן.

איך פארשטיי נישט די קאנסעפט, אויב איז דאס די זאך, האב איך א עצה, זאלן אלע רעכטע אנהייבן האלטן אז גאן קאנטראל, אינפרוסטראקטור, קליימעט טשעינדזש וכו' זענען וויכטיג און פון יעצט און ווייטער וועלן שוין אלע ליבערטעריען'ס און קאנסערוואטיוון קענען האלטן מיט די ליבעראלן, עס וועט שוין שטימען מיט זייער שיטה.
וואס האט האלטן קעגן גאווערמענט ספענדונג למשל מיטן זיין א רעכטער אדער א לינקער? לויט ווי דו לייגסט עס אראפ איז עס צוויי אנדערע זאכן, מען קען האבן די ליבערטעריען שיטה אז מען טאר נישט ספענדן אויף איבריגע זאכן, און נאכדעם קען מען האלטן אזוי ווי די ליבעראלן אז די גאווערמענט דארף ספענדן אויף העלט קעיר.


כ'האב די זעלבע קשיא.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 5:35 pm

א שיינע אשכול.

איך האב א פראגע, פארוואס זאל די גאווערמענט נישט אוטסאורסן "אלע" זייערע אגענטורן צו פאר פראפיט ביזנעסער, עס וועט זיין פיל מער קאסט אפעקטיוו.

אויף די גאווערמענטס פעיראל דארף נאר זיין די פאלעסי מאכערס, געריכטן, און אפשר קאמפלייענס ארבעטער.

פארוואס קען נישט די סאניטאציע און פאליציי זיין אזוי ווי המספיק?
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 5:40 pm

נישט איבעראל איז עס גוט, למשל ביי פריזען'ס איז עס נישט גוט.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 6:04 pm

צל עובר האט געשריבן:נישט איבעראל איז עס גוט, למשל ביי פריזען'ס איז עס נישט גוט.


וואס זענען די פראבלעמען דארטן?
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 0 געסט