לאלתר לחיים האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:קאומי ווייזט צוריק סובפינע וועלכע רופט אים צו ערשיינען פארנט פון באב גודלעטס קאמיטע
קאומי איז באוואוסטזיניג אז די מאקסימום שטראף וועט זיין אז רעפובליקאנער קענען אים זוכן צו האלטן אין קאנטעמפט אף קאנגרעס אין זייערע לעצטע מינוטן אין מאיאריטעט
איך כאפ נישט וואס דא גייט פאר, ס'איז ממש פורים?
מ'רופט איינעם פאר אן אינוועסטיגאציע און ער זאגן א גראבע לא מיט א נאלעף??
איז עס נארמאל? איז נישטא א וועג צו צווינגען איינעם צו קומען??
רואיג! די שפיל גייט שוין אזוי אן זייט 2014 ווען די רפובס האבן איבערגענימען די הויז און אנגעהויבן רופן אבאמא איינגעשטעלטע צו פארהערן, די דעמס האבן כסדר אריינגעפיפען און זיך נישט צוגעשטעלט צו גארנישט,
און איבער מארגן ווען די דעמעקראטן נעמען איבער קאנגראס גייט זיין די זעלבע געים - נאר פארקערט, די דעמס וועלן רופן צו די פארהערן און די רפובס וועלן ווייזען די צינג, און דאן ווען כאפצעם טאפען מיט די פיס אז עס איז אומעדערהערבאר.
און די זעלבע גייט יעצט זיין מיט די קאמיטעין פיינדינגס-ריפארטס, ביז יעצט האט עדעם שיף געליקט אינפערמאציע און ארויס געגעבן עקסטערע ריפארטס אפגעטיילט פון די קאמיטי פיינדינגס און נונעז האט געטאפעט דערוועגן, פון יעצט און ווייטער גייט עס נונעז טיען און שיף גייט שרייען דערקעגן.
כך דרכו של פאלטיקס, עס איז שירים פון אבאמא-האלדער עפאכע.
און אין צוויי יאר ארום ווען די רפובס גייען צירוק נעמען די האוז וועט אלעס זיין פונקט פארקערט.