מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

תגובה דורך קאנסילמאן »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:טראמפ בלייבט גוט מיט סאודיע...

איך בין שוין נישט זיכער דערין יעצט נאך די סי איי עי באריכט, מען קען נישט פאראויסזען וואס און ווי אזוי עס גייט זיך אויסקאכן.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

תגובה דורך לחם לשובע »

נאך צוויי שעה וועלן די בית היהודי מיניסטארן בענעט מיט שקד געבן א פרעס-קאנפרענס, עס איז ערווארטעט אז זיי גייען זיך אפזאגן פון זייער אמט און זיך ארויס ציען פון קאאליציע.

תם עדין הממשלה, עס האט זיך געהאלטן פאר קרוב צי 4 יאר, א שיינע תקופה, און דאס איז עס. ברוך דיין האמת, ברוך הטוב והמטיב
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובה דורך יואל שרייבער »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:גראדע האלט איך אויך מיט ביבי אז יעצט צווישען די מלחמה אין עזה און די קריזיס מיט סאודיע אראביע איז זייער נישט גוט צו פאריפען בחירות,

וואו קומט סאודיע אריין???

לגבי עזה לוינט אים טאקע נישט, פשוט ווייל ביבי האט נישט קיין עצה מיט זיי. אויב ער קען נישט זאל ער טאקע פליען....

נישט אז א צווייטער וועט יא קענען, אויב ביבי קען נישט וועט קיין צווייטער אויך נישט. אבער האלט דיך נישט אזוי גרויס ווען ביסט גארנישט ווערד...

אנדערע זאגן אז ביבי וויל זיך פשוט נישט קיין עצה געבן מיט עזה , ער וואלט געקענט אריינגיין אהין און צוריקגעבן די ממשלה פאר פאטאל, אבער דאס וואלט געמיינט א פאראייניגטע שטארקע פאלעסטינער רעגירונג וואס איז קעגן טעראר, און דאס איז ביי אים סאך ערגער ווי אביסעלע ראקעטן.

ליבערמאן האלט מסתמא פונקט אזוי, אבער אז מען קען עס אויסנוצן אויפצוטרייבן אפאר פונקטן איז פארוואס נישט, ראש ממשלה וועט ער שוין סייווי נישט זיין, און אויב ער וועט נאכאמאל זיין שר הביטחון וועט ער נאכאמאל באשולדיגן דעם קומענדיגן ראש ממשלה פארן גארנישט טוהן.
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:האלטענדיג יעצט ווען די שניי האט זיך שוין צולאזט, קען מען צולייגן א שטויבעלע צום בערקאוויץ-ליאן קריג.
אין מיין מיינונג איז בערקאוויטש נישט געווען אזא געלונגענער קאנדידאט, ער איז געווען עפעס ווילד, משא''כ ליאון איז מער א געלאסענער, קען זיין דאס האט ביישטייערט צו זיין פארלוסט.

ליאון א געלאסענער? טאקע נישט אזוי ווילד ווי בערקאוויטש, דרעי און גפני, אבער נישט קיין געלאסענער....

בערקאוויטש איז באקאנט אלץ א שווערע פערזאן וואס איז שווער זיך אויסצוקומען מיט אים ביים פארהאנדלונגס טיש, ווי מ'האט דאס געקענט זעהן דורכאויס די גאנצע צייט פון די וואלן, אפילו נאכדעם וואס ער האט פארלוירן האט ער נישט געקענט געבן א דיפלאמאטישע רעדע, פון די אנדערע זייט ליאון איז נישט א מענטש פאר זיך, ער קען מעגליך שיין זינגען אבער דאס שטאט אייגעלעגנהייטן וועט געפירט ווערן דורך זיינע אויבער הארן וועלכע האבן ארויפגעשטעלט אויפן בענקל,
אבער וואס א חילוק... אויב די שניי האט זיך שוין צולאזט... איז דאס א פאריעריגע שניי...
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

נאך שמועות אז באנעט מיט שקד ציין ארויס פונעם ממשלה האבן זיי אויפגעטרעטן אין כנסת זאגנדיג אז טראץ וואס זיי האלטן אז מ'דארף גיין צו בחירות, וועלן זיי יא בלייבן אין קאאליציע.

אין אנדערע נייעס, מאיר פרוש איז אין הייס וואסער נאכן אראפרייסן ש''ס און זייער פירער הגר''ש כהן אין אן אינטערוויו מיט קול ברמה. ער האט שפעטער ארויסגעשיקט א מעלדונג אז ער האט גארנישט געזאגט קעגן חכם מהר''ש און עס איז פעיק ניוז....
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

תגובה דורך לחם לשובע »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:נאך שמועות אז באנעט מיט שקד ציין ארויס פונעם ממשלה האבן זיי אויפגעטרעטן אין כנסת זאגנדיג אז טראץ וואס זיי האלטן אז מ'דארף גיין צו בחירות, וועלן זיי יא בלייבן אין קאאליציע.

אין אנדערע נייעס, מאיר פרוש איז אין הייס וואסער נאכן אראפרייסן ש''ס און זייער פירער הגר''ש כהן אין אן אינטערוויו מיט קול ברמה. ער האט שפעטער ארויסגעשיקט א מעלדונג אז ער האט גארנישט געזאגט קעגן חכם מהר''ש און עס איז פעיק ניוז....

ס'טאקע פעיק ניוז, ווער עס הערט די אינטערוויו הערט אז עס אז נישטא אפילו קיין רמז קעגן חכם שלום שליט"א, ער רייסט נאר ארינטער דגל פארן חיבור מיט ש"ס, זאגענדיג אז הרב שך האט נישט געהאלטן דערפון
נאך א נקודה וואס ער לייגט צי אין אינטערוויו, איז וועגן זייער א אקטועלע נושא, עס איז זייער אינטערסאנט, עס באלאנגט אבער אין אקטולע נייעס
אוועטאר
לבלוב
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 7:07 am

תגובה דורך לבלוב »

בנוגע צום מעשה מיטן אל על פליגער,
דא קען מען זעהן דע פוסט וואס יהודה שליזנגער א זורנליסט פון דע פרייע ישראל היום צייטונג, האט געשריבן לטובת דע פרומע.

169267.jpg
169267.jpg (67.64 KiB) געזען 2443 מאל
169260.jpg
169260.jpg (49.35 KiB) געזען 2443 מאל
]
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

תגובה דורך לחם לשובע »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:האלטענדיג יעצט ווען די שניי האט זיך שוין צולאזט, קען מען צולייגן א שטויבעלע צום בערקאוויץ-ליאן קריג.
אין מיין מיינונג איז בערקאוויטש נישט געווען אזא געלונגענער קאנדידאט, ער איז געווען עפעס ווילד, משא''כ ליאון איז מער א געלאסענער, קען זיין דאס האט ביישטייערט צו זיין פארלוסט.

ליאון א געלאסענער? טאקע נישט אזוי ווילד ווי בערקאוויטש, דרעי און גפני, אבער נישט קיין געלאסענער....

בערקאוויטש איז באקאנט אלץ א שווערע פערזאן וואס איז שווער זיך אויסצוקומען מיט אים ביים פארהאנדלונגס טיש, ווי מ'האט דאס געקענט זעהן דורכאויס די גאנצע צייט פון די וואלן, אפילו נאכדעם וואס ער האט פארלוירן האט ער נישט געקענט געבן א דיפלאמאטישע רעדע, פון די אנדערע זייט ליאון איז נישט א מענטש פאר זיך, ער קען מעגליך שיין זינגען אבער דאס שטאט אייגעלעגנהייטן וועט געפירט ווערן דורך זיינע אויבער הארן וועלכע האבן ארויפגעשטעלט אויפן בענקל,
אבער וואס א חילוק... אויב די שניי האט זיך שוין צולאזט... איז דאס א פאריעריגע שניי...

בערקאוויטש איז א יונגער בחור'ל פון 35, לעבט זייער באשיידען אין א געדונגען דירה'לע, ער איז אנגעקומען זייער ווייט, א ריזן הישג פאר איהם, געווען זייער נאריש פון איהם נישט צי אננעמען די הפסד בכבוד, ער באשולדיגט די מידיע אז זיי האבן געלייגט פעיק ניוז אז ער האט שייכות מיט די לינקע.

גראדע האט ארויס געליקט זיין הסכם מיט אגוד"י, וואס לויט דעהם האט ער געזאלט אפשפארן די מסחר אין מתחם התחנה בשבת, אויפהערן פארקויפן קארטעס אין זו שבת, געבן א פרייע האנט פאר די חרדים צי שטימען אין יעדע רעליגיעזע אנגעלעגענהייט און נאך
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

תגובה דורך לחם לשובע »

לבלוב האט געשריבן:בנוגע צום מעשה מיטן אל על פליגער,
דא קען מען זעהן דע פוסט וואס יהודה שליזנגער א זורנליסט פון דע פרייע ישראל היום צייטונג, האט געשריבן לטובת דע פרומע.

169267.jpg
169260.jpg
]

ער איז גראדע א פרומער, זיין פאוסט האט הערשט געשריבען מוצ"ש ווי מען זעט פון די שורות
אוועטאר
לבלוב
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 7:07 am

תגובה דורך לבלוב »

לחם לשובע האט געשריבן:

ער איז טאקע א פרומער (דתי), אבער ער שרייבט אין א פרייע צייטונג.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40518
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובה דורך הכל הבל »

לחם לשובע האט געשריבן:נאך צוויי שעה וועלן די בית היהודי מיניסטארן בענעט מיט שקד געבן א פרעס-קאנפרענס, עס איז ערווארטעט אז זיי גייען זיך אפזאגן פון זייער אמט און זיך ארויס ציען פון קאאליציע.

תם עדין הממשלה, עס האט זיך געהאלטן פאר קרוב צי 4 יאר, א שיינע תקופה, און דאס איז עס. ברוך דיין האמת, ברוך הטוב והמטיב

איז אויפדערווייל האט ביביס עקשנות געבראכן בענעט וועלכע האט זיך געבראכן און אויפגעגעבן אויף זיין פארלאנג צו ווערן פארטיידיגונגס מיניסטער
אוועטאר
לבלוב
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 7:07 am

תגובה דורך לבלוב »

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

תגובה דורך לחם לשובע »

ביז יעצט האט נתניהו געוואלט בחירות, ווייל ער וואלט דאס פארגעשריבען, אבער ווען א צווייטער שרייבט עס איהם פאר איז ער נישט צעפרידען

דערווייל גייט נישט זיין קיין בחירות, עס איז איהם געלונגען, ער האט אויך גיט ליצנות געמאכט פון בענט, כמיטב המסורת פון ביבי צי צעלייגען פאליטישאן'ס.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובה דורך חדשות »

די מדינה גייט פארלאנגען נאך א פאלענגערונג... פונעם בג"ץ אויפן חוק הגיוס מעלדט ישראל היום. זעט אויס אז די מדינה פארשטייט אז גיוס לכל איז אוממגעליך צו ענפארסירט ווערן

חוק הגיוס: המדינה תבקש עוד ארכה מבג"ץ
לדברי בכירים בקואליציה, אין רוב בכנסת להעברת חוק הגיוס החדש • עם זאת, לבקשת הדחייה הנוספת אין סיכויים רבים להתקבל

מתי טוכפלד
פורסם ב: 19.11.2018 19:56 עודכן ב: 19.11.2018 20:390

למרות הסיכום על המשך כהונת הממשלה הנוכחית והכרזתו של ראש הממשלה בנימין נתניהו על קיום הבחירות במועדן, בנובמבר 2019, בכירים בקואליציה אומרים כי אין רוב בכנסת להעברת חוק הגיוס החדש. בשל כך צפויה המדינה להגיש בקשת דחייה נוספת לבג"ץ, כך מסתמן על פי שיחות בנושא שקיימו גורמים בוועדת חוק הגיוס בכנסת.

בקשת הדחייה הנוספת לבג"ץ מוערכת כבעלת סיכויים נמוכים להתקבל על ידי בית המשפט, וזאת משום שמלכתחילה לא איפשר בג"ץ את מלוא הארכה שביקשה המדינה.
לדברי גורמים בוועדת הגיוס, למרות התפטרותו של ליברמן והיכולת התיאורטית להעביר את החוק עם שינויים על פי דרישת הסיעות החרדיות ברוב של 61 ח"כים, כרגע אגודת ישראל - הפלג החסידי ביהדות התורה - מתנגדת אפילו לאחר השינויים
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

לבלוב האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:
לבלוב האט געשריבן:בנוגע צום מעשה מיטן אל על פליגער,
דא קען מען זעהן דע פוסט וואס יהודה שליזנגער א זורנליסט פון דע פרייע ישראל היום צייטונג, האט געשריבן לטובת דע פרומע.

169267.jpg
169260.jpg
]

ער איז גראדע א פרומער, זיין פאוסט האט הערשט געשריבען מוצ"ש ווי מען זעט פון די שורות

ער איז טאקע א פרומער (דתי), אבער ער שרייבט אין א פרייע צייטונג.

די סאמעטוכע איז נאכנישט אריבער, אל על האט זיך ראנג אנגעהויבן מיט הרב ש. ב. ס. וועלכע איז א גרויסער מאכער און וועט נישט פארשווייגן דאס אינצעדענט, איצער האבן זיי אריינגעגעבן א קלאגע מיטן הילף פון א גרויסע עורך דין וועלכע פארלאנגט א פיצוי כספי פאר יעדע חרדישע אויפן ערעפלאן, מיטן סומע פון 50,000 ש"ח. צוגאב וואס זיי פארלאנגען די אל על פארוואלטונג זאל ארויסקומען מיט אן אפיציעלע אנטשולדיגונג פאר די העסליכע באשמוצעריי אויף די חרדים.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

תגובה דורך לחם לשובע »

פארוואס קענסטו נישט ארוס שרייבען זיין נאמען?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

לחם לשובע האט געשריבן:פארוואס קענסטו נישט ארוס שרייבען זיין נאמען?

לעבעדיגע רבנים אלערט...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40518
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובה דורך הכל הבל »

מיניסטארשע אילת שקד:
די טראמפ מיטל מזרח שלום פלאן איז שאד די צייט און גייט נישט אין ערגעץ
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

א קארטון איבער די אל על סאמעטוכע
אטעטשמענטס
2018-11-21.png
2018-11-21.png (192.11 KiB) געזען 1644 מאל
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובה דורך כתמר יפרח »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:א קארטון איבער די אל על סאמעטוכע

פיין!
די פראבלעם איז נאר אז מ'האט זיי ארויף געשטויסן אויפן פליגער אין נישט געלאזט ארויס גיין
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובה דורך אהער און אהין »

א הויכער חרדי'שער מדינת ישראל פאליטיקאנט, איז נעכטן אנגעקליידעט געווארן מיט קייטעלעך דורך די פאליציי, צוליב אנגעבליכע שווינדלערייען ביי זיינע דירות.
דער זעלבער פאליטיקאנט איז שוין אמאל געזיצן אין תפיסה צוליב קארופציע.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

תגובה דורך קאנסילמאן »

אהער און אהין האט געשריבן:א הויכער חרדי'שער מדינת ישראל פאליטיקאנט, איז נעכטן אנגעקליידעט געווארן מיט קייטעלעך דורך די פאליציי, צוליב אנגעבליכע שווינדלערייען ביי זיינע דירות.
דער זעלבער פאליטיקאנט איז שוין אמאל געזיצן אין תפיסה צוליב קארופציע.

ביסט זיכער אז עס איז געשען אין אר"י?! קיינער דארט ווייסט נישט דערפון,

מאך א ק/פ
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובה דורך פאראינטערסירט »

קאנסילמאן האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:א הויכער חרדי'שער מדינת ישראל פאליטיקאנט, איז נעכטן אנגעקליידעט געווארן מיט קייטעלעך דורך די פאליציי, צוליב אנגעבליכע שווינדלערייען ביי זיינע דירות.
דער זעלבער פאליטיקאנט איז שוין אמאל געזיצן אין תפיסה צוליב קארופציע.

ביסט זיכער אז עס איז געשען אין אר"י?! קיינער דארט ווייסט נישט דערפון,

מאך א ק/פ

כ'קען נישט עפענען די לינקס, אבער דאס איז וואס גוגל גיבט מיר ווען איך זיך פאר ארי' דרעי.
https://www.israelhayom.co.il/article/609549
https://www.haaretz.co.il/news/law/.premium-1.6674039
קוקט אויס ווי ש"ס וועט נאך מער צושפליטערט ווערן.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

תגובה דורך קאנסילמאן »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:א הויכער חרדי'שער מדינת ישראל פאליטיקאנט, איז נעכטן אנגעקליידעט געווארן מיט קייטעלעך דורך די פאליציי, צוליב אנגעבליכע שווינדלערייען ביי זיינע דירות.
דער זעלבער פאליטיקאנט איז שוין אמאל געזיצן אין תפיסה צוליב קארופציע.

ביסט זיכער אז עס איז געשען אין אר"י?! קיינער דארט ווייסט נישט דערפון,

מאך א ק/פ

כ'קען נישט עפענען די לינקס, אבער דאס איז וואס גוגל גיבט מיר ווען איך זיך פאר ארי' דרעי.
https://www.israelhayom.co.il/article/609549
https://www.haaretz.co.il/news/law/.premium-1.6674039
קוקט אויס ווי ש"ס וועט נאך מער צושפליטערט ווערן.

גוט, די נייעס איז טאקע באקאנט, און עס זאגט נישט קיין כי הוא זה וואס האסט געשריבען אז אנגעקליידעט געווארן מיט קייטעלעך דורך די פאליציי בסך הכל רעדט מען דא פון המלצת המשטרה וואס דאס דארף נאך אדורוך גיין א פראצעס ווי מען וועט מחליט זיין צו מען זאל אים אנקלאגען אדער נישט, גאר אסאך מאל נעמט נישט אן די המלצת המשטרה ווייל ד באווייזען זענענן נישט גענוג שטארק,

דרעי איז א שומר תורה ומצוות, לאמיר האפן אז עס וועט זיין גוט.
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובה דורך קניידל פארעם »

בכלל נישט ארעסטירט געווארן.

ס'איז נאר א רעקאמענדאציע צו אנקלאגן.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”