מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

תגובה דורך לחם לשובע »

כאפצעם האט געשריבן:נאכפאלגענדיג די לעצטע אנטוויקלונגען אין די מדינ"י רעגירונג אמפערייען איז די קאאליציע צעפאלן און ס'קומט פרישע עלעקשאנס.

נאכנישט צעפאלען, מען האנדעלט נאך
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

תגובה דורך לחם לשובע »

איך בין א יוד האט געשריבן:אן אל על פליגער פון די לעצטע דארנעשטאג נאכט פון ניו יארק קיין ארץ ישראל, האט געלאנדערט אים שב"ק,

ניין, עס האט זיך פארקירעוועט קיין אתונה, גריכלאנד
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

תגובה דורך לחם לשובע »

לבלוב האט געשריבן:[
דע פרייע צייטונגען האבן אויסגענוצט דע הזדמנות צו באשמוצן דע פרימע, זיי האבן געשריבן אין ריזיג אז דע פרימע האבן געמאכט טרור, געשלאגן Attendant אין דעסטראשעט צו אויפברעכן דע טיר, אבער "למזלם" איז אויכעט געווען אויפן פלען א פרומע זשורנאַליסט,פון א פרייע צייטונג (יהודה שלינגר פון ישראל היום), אין ער שרייט חי וקים אז פונקט פארקערט, אל על האט זיך זייער נישט שיין אויפגעפירט צו דע מענטשן דארט, ער האט אויכעט אפאר קליפס פון דארט.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובה דורך חושב מחשבות... »

שמש האט געשריבן:


Wow
פלאי פלאות ווען ס'קומט ארויס די נצחיות פון עם ישראל.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובה דורך וואס עפעס? »

חכ ליבערמאן יעצט באזיכט ביי הגאון ר חיים קניבסקי שרייבן אן אות אין א ספר תורה

די פרעסע שרייבט אז עס האט מיט חוק הגיוס- לכאורה פעיק ניוז
אוועטאר
לבלוב
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 7:07 am

תגובה דורך לבלוב »

לבלוב האט געשריבן:דע פרייע צייטונגען האבן אויסגענוצט דע הזדמנות צו באשמוצן דע פרימע, זיי האבן געשריבן אין ריזיג אז דע פרימע האבן געמאכט טרור, געשלאגן Attendant אין דעסטראשעט צו אויפברעכן דע טיר, אבער "למזלם" איז אויכעט געווען אויפן פלען א פרומע זשורנאַליסט, פון א פרייע צייטונג (יהודה שלינגר פון ישראל היום), אין ער שרייט חי וקים אז פונקט פארקערט, אל על האט זיך זייער נישט שיין אויפגעפירט צו דע מענטשן דארט, ער האט אויכעט אפאר קליפס פון דארט.

דע פרומע זינגען אויפן פליגער
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

תגובה דורך קאנסילמאן »

האט ליבערמאן געקאלט ביבי'ס בלאף? עס איז שוין איבער א יאר וואס ביבי סטראשעט די פרומע אז ער איז וויל צו גיין צו בחירות, און דערפאר זאלן זיי איינזיצען בנוגע גיוס ושבת, אבער ווי נאר ליבערמאן האט גענימען די ערשטע שריט פראבירט ביבי צו פארמיידען בחירות, וואס האט פאסירט? ביבי וויל דאך בחירות שוין פון פאריאר?!
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

קאנסילמאן האט געשריבן:האט ליבערמאן געקאלט ביבי'ס בלאף? עס איז שוין איבער א יאר וואס ביבי סטראשעט די פרומע אז ער איז וויל צו גיין צו בחירות, און דערפאר זאלן זיי איינזיצען בנוגע גיוס ושבת, אבער ווי נאר ליבערמאן האט גענימען די ערשטע שריט פראבירט ביבי צו פארמיידען בחירות, וואס האט פאסירט? ביבי וויל דאך בחירות שוין פון פאריאר?!

יעצט אויף די מינוט לויט אים נישט אויף קיין שום פאל קיין בחירות ווייל ער האלט יעצט ידו על התחתונה נאכדעם וואס די מלחמה לעזונג האט נישט גוט געשפילט אויף זיין ריכטונג.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

לבלוב האט געשריבן:
לבלוב האט געשריבן:דע פרייע צייטונגען האבן אויסגענוצט דע הזדמנות צו באשמוצן דע פרימע, זיי האבן געשריבן אין ריזיג אז דע פרימע האבן געמאכט טרור, געשלאגן Attendant אין דעסטראשעט צו אויפברעכן דע טיר, אבער "למזלם" איז אויכעט געווען אויפן פלען א פרומע זשורנאַליסט, פון א פרייע צייטונג (יהודה שלינגר פון ישראל היום), אין ער שרייט חי וקים אז פונקט פארקערט, אל על האט זיך זייער נישט שיין אויפגעפירט צו דע מענטשן דארט, ער האט אויכעט אפאר קליפס פון דארט.

דע פרומע זינגען אויפן פליגער

דער מזל האט טאקע פיין געשפילט, ווייל א גאנץ שבת איז געווען הויעך יו"ט אין די אלע פרייע רעדיאו סטאנציעס ווי זיי האבן באשמוצט די פרומע אידן אויפן ערעפלאן, נאר מוצ"ש איז דער שלעזינגער ארויסגעקומען אפווענדען אלע זייער שטותים ווי ער האט דאס אליין מיטגעהאלטן.

אריה ארליך קומט ארויס מיט א שארפע מודעה צו די אל על פארוואלטונג:

אריה ארליך במסר חריף לחברת התעופה 'אל על':
‏חברת אל על יקרה: בשירות אתם גרועים. בעמידה בזמנים אתם על הפנים. באמינות אתם ברצפה. במדד שביעות הרצון אתם נושקים לאפס. בפאשלות אתם גדולים. לפחות תדאגו שניהול המשברים שלכם יהיה סביר. קחו יועץ משברים. בקצב הזה הוא יהיה בפול טיים ג׳וב. להגיד כל הזמן ״החרדים האלה״ לא יפתור לכם כלום.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

תגובה דורך קאנסילמאן »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:האט ליבערמאן געקאלט ביבי'ס בלאף? עס איז שוין איבער א יאר וואס ביבי סטראשעט די פרומע אז ער איז וויל צו גיין צו בחירות, און דערפאר זאלן זיי איינזיצען בנוגע גיוס ושבת, אבער ווי נאר ליבערמאן האט גענימען די ערשטע שריט פראבירט ביבי צו פארמיידען בחירות, וואס האט פאסירט? ביבי וויל דאך בחירות שוין פון פאריאר?!

יעצט אויף די מינוט לויט אים נישט אויף קיין שום פאל קיין בחירות ווייל ער האלט יעצט ידו על התחתונה נאכדעם וואס די מלחמה לעזונג האט נישט גוט געשפילט אויף זיין ריכטונג.


בשעת א מלחמה שטייען די רעכטע בעסער,

ביב'ס פחד פון בחירות רעדט ווערטער, איך טראכט אז עס האט מיט זיינע פערזענליכע אינוועסטעגעישנס.
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

תגובה דורך אהבת השם »

ספעציעלע פראיעקט אהערגעשטעלט דורך די נייעס שטאב פון אידישער ווינקל וועבזייטל, אנגעפירט דורך זונדל שאלאמאן.


עס טוט זיך אן איבערקערניש איבער א פון-פינגער-אויסגעזויגענע געשיכטע וועלכע באשולדיגט די חרדי’שע פאסאזשירן אין זיך אויפפירן ווילד צו א פליה מאנשאפט איינגעשטעלטע אויף די על-אל לופטליניע, אויפן פלייט וועלכע איז געפלויגן פרייטאג פון ניו יארק און געזאלט אנקומען קיין ארץ ישראל.

אלעס האט זיך אנגעהויבן ווען איינע פון די פרייע פאסאזשירן האט ארויסגעשטעלט אויפן סאציאלן מידיע א באריכט, אז נאך זעקס שעה פארן האט זי געהערט געשרייען, און געזען א פרוי פון די פליה מאנשאפט וויינט, נאכדעם וואס חרדי’שע פאסאזשירן האבן געהויבן אויף איר הענט, און איר געשטופט, דערנאך האט מען איר געסטראשעט אז מען גייט אויפברעכן דעם פילאט קאבינע, כדי זיי זאלן נישט דארפן פליען אין שבת. די פאוסט ענדיגט זיך בייסיג אז “ווי עס שיינט איז שמירת שבת ביי די פרומע, וויכטיגער ווי ואהבת לרעך כמוך”.

צו דעם האט מיטגעשטימט נאך א פאסאזשיר, שמעון שבס, וואס איז געווען דער דירעקטאר פון די יצחק רבין פרעמיער מיניסטאר, אין מדינת ישראל, שרייבנדיג אז די חרדישע האבן זיך אויפגעפירט זייער נישט ארנטליך.

זייערע רייד זענען אבער אפגעווארפן געווארן דורך יהודה שלעזינגער, א שרייבער אינעם “ישראל היום”, וועלכער איז אויך געווען אין דעם רייזע, און געשריבן אז פונקט פארקערט, די חרדי’שע אידן האבן זיך אויפגעפירט גאר איידל און וואונדערבאר.

“איך האב פלאנירט צו שרייבן אן ארטיקל “אויף וועלכע ‘שלעכטע’ חרדים רעדט איר?” אין די ישראל היום” שרייבט שלעזינגער מוצאי שבת, “איך האב מיר געוואלט באציען און אייך דערציילן איבער די חרדים וועלכע איך האב באגעגנט אין מיין רייזע. אבער מוצאי שבת האב איך געעפנט די נייעס זייטלעך, און געזען צעדרייטע קעפלעך איבער ‘שלעכטע חרדים’ וועלכע ‘האבן געשטופט א פליה מאנשאפט מיטגלידערין’ און ‘געסטראשעט זיך איינצוברעכן אין דעם פילאט קאבינע’.

ווי שלעזינגער שרייבט ווייטער, איז די רעדע פון ‘טאנען מיט גיפט און קלארע פאלשע נייעס’. צו די שלעכטע מזל פון די ‘על-אל’ לופטליניע איז געווען א זשורנאליסט אויפן פליגער, און ווען עס איז דא דראמא, עפנט ער אויף זיין קאמערע און נעמט זיך דאס נוצן… אזוי האב איך געזען אז איך האב אלעס אפגעכאפט.

און אט איז וואס שלעזינגער האט צו דערציילן איבער די אויפירונג פון די חרדי’שע פאסאזשירן: “איך האב געזען חרדים, וואס מ’האט זיי ליגענט געזאגט און צומישט, פארט זענען זיי געבליבן שטיל און געשוויגן. כ’האב געזען חרדים וואס ווערן איינגעשפארט אין א פליגער (ממש אזוי) און זיי נעמען זיך זינגען. איך האב געזען און דאקומענטירט פלייט אטענדעס וועלכע האבן באשלאסן צו שטראפן אומשולדיגע פאסאזשירן און זיי נישט געבן קיין סערוויס.

“איך האב געזען חרדים וואס זענען גרייט צו איבערנעכטיגן אין לופטפעלד, כדי די פרייע זאלן נישט מחלל שבת זיין. כ’האב געזען חרדים וואס א בראואלע פאסאזשיר (וועלכע האט געשריבן די פאוסט) האט געשריגן אויף זיי, געשאלטן, און פארט זענען זיי געבליבן שטיל.

“איך האב געזען און דאקומענטירט א פלייט אטענדע וואס האט זיך אויפגעפירט אגרעסיוו, און מיר אוועקגעכאפט מיין קאמערע, איך האב אים געפרעגט זיין נאמען, און נאכן הערן אז איך בין א זשורנאליסט [און אז איך בין נישט?] האט ער זיך אנטשולדיגט פאר מיר, און באשלאסן אז ער וועט לפנים משורת הדין מיר צוריקגעבן די קאמערע אויב איך וועל נישט ארויסלייגן פאר פובליק דעם ווידעא וואס איך האב אפגעכאפט, אן דאס צו פארווישן.

“איך האב געזען חרדים וואס מען לאזט זיי וויסן אז זיי וועלן נישט זען די קינדער און זייערע געפעק אויף שבת, און זיי האבן זיך געזארגט צו זיך אן עצה געבן און צוזאמען זיך צעקוועטשן אין א קליינער שטיבל אין אטענס, און אריבערפירן דעם שבת מיט וואס זיי האבן יא.

“איך האב געזען די שאנדע פון אל-על, די פעיק ניוס, די קוואנטום פון גיפט, און נישט געקענט שווייגן. ווי פאפולער איז אריינצוקוקן אין די חרדים, און ווי ווייט איז דער פאקט פון די געשיכטע”.

ער פירט אויס אז עס איז דא גענוג שנאה צווישן די פרומע און די פרייע, עס פעלט נישט אויס נאך.

דאן פארציילט ער די פאקטן: די פלייט האט געדארפט ארויספליען דאנערשטאג אום 6:30, די שפעטיגונג פון איינס און אהאלב שעה האט נישט צופיל געבאדערט, עס שנייט, מאכט זיך.

אבער אויפן פליגער זענען זיי געוואויר געווארן די עכטע מאטיוון: די פליה מאנשאפט איז אנגעקומען שפעט, און מען האט זיי געדארפט ווארטן. אלע רייזענדע האבן געוויסט אז עס שנייט און מ’דארף ארויספליען פריער, אבער די פליה מאנשאפט נישט? אויב וואלט איך געקומען שפעט, וואלט מען מיר אויך געווארט?
דאן האט מען יעדן אראפגעזעצט אין פליגער און אנגעהויבן צו פיטערן מיט ליגענט: ‘די פליה מאנשאפט איז שוין דא’, ‘מען פארט אט אט ארויס’, ‘מיר זענען די ערשטע אין די רייע’, ‘מען לאזט זיך ארויס אין די עקספרעס ליניע’, ‘מען ווארימט זיך אן און מען פליעט’, אזוי האט זיך עס געצויגן פאר דריי שטונדן, מיט אן ענדלאזער קייט פון ליגענט’ס.

ווען חרדי’שע פאסאזשירן האבן געוואלט אראפגיין פון פליגער, האט מען זיי בשום אופן נישט געלאזט, מען האט קלארגעשטעלט אז ‘מ’וועט אנקומען איינס א האלב שעה בעפאר שבת’.

צוויי שעה בעפארן לאנדן האט מען געלאזט וויסן א נייע פלאן, אז די חרדים וועלן אראפגיין אין אטענס, און די פרייע וועלן פארזעצן דעם וועג. יעדער האט גערודערט, מען האט ליגענט געזאגט פאר די גאס מיט א גראדן שטערן, אן זיך צו צעמישן…
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובה דורך אהער און אהין »

די אובאשרייבליכע שמחה ביי די ליטאים האלט אן, ווען ביי די חסידים פאנגט זיך שוין אן די דיעלס פאר די נעקסטע בחירות,
ליינט דא https://www.kikar.co.il/abroad/297261.html א לענגערע אפהאנדלונג בנושא, און וויאזוי די חסידישע צייטונגען האבן שוין אדווערטייזט די קופה פון די בני תורה, וואס ווייזט א קלארע אנערקענונג אינעם פלג הירושלמי, א זאך אויף וואס מען האט נישט געקענט חלו'מען' אין די 'אלטע טעג'.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובה דורך אהער און אהין »

האלטענדיג יעצט ווען די שניי האט זיך שוין צולאזט, קען מען צולייגן א שטויבעלע צום בערקאוויץ-ליאן קריג.
אין מיין מיינונג איז בערקאוויטש נישט געווען אזא געלונגענער קאנדידאט, ער איז געווען עפעס ווילד, משא''כ ליאון איז מער א געלאסענער, קען זיין דאס האט ביישטייערט צו זיין פארלוסט.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

תגובה דורך קאנסילמאן »

אל-על בייגט זיך צו די פרעשור, זיי האבן א פארלאנגט א מיטינג מיט די חרידישע אידן, דיטעילס טו פאלאו
ויציב ונכון
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:44 pm

תגובה דורך ויציב ונכון »

קען מיר אפשר איינער פארשטיין געבן ? למעשה האבן די אידן געדארפט מחלל שבת זיין?
ער איז מסכים מיטצוגיין מיטן אמת, אבער נאר ווען די אמת גייט מיט, מיט אים.....
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

תגובה דורך קאנסילמאן »

ניין, זיי האבן ב"ה נישט מחלל שבת געווען,

די פראבלעם איז מען האט זיי דא אין נ"י נישט אראפ געלאזט פונעם פליגער בשעת יעדער האט געזען אז מען וועט עס נישט מאכען אין צייט מען האט זיי לינגענט געזאגט אז זיי גייען אנקומען צייטליך אין אר"י, און די סערוויס און באצואינג צו די חרדים איז געווען רשעות'דיג און שלעכט.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

תגובה דורך בשבילי נברא »

קאנסילמאן האט געשריבן:ניין, זיי האבן ב"ה נישט מחלל שבת געווען,

די פראבלעם איז מען האט זיי דא אין נ"י נישט אראפ געלאזט פונעם פליגער בשעת יעדער האט געזען אז מען וועט עס נישט מאכען אין צייט מען האט זיי לינגענט געזאגט אז זיי גייען אנקומען צייטליך אין אר"י, און די סערוויס און באצואינג צו די חרדים איז געווען רשעות'דיג און שלעכט.


ער צולייגט דא די גאנצע מעשה

https://www.dansdeals.com/airfare-deals ... turn-gate/


https://www.dansdeals.com/airfare-deals ... g-flights/

לויט ווי ער טענה'ט פרובירט על-אל צו אנשמירן פראסטע בלבולים אויף זייער אזוי פארפיינטעטע "חריידים" כדי צו קענען אפשאקלען די שולד און טענות פון זיך, כדרכם מאז.
---
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קאנסילמאן האט געשריבן:אל-על בייגט זיך צו די פרעשור, זיי האבן א פארלאנגט א מיטינג מיט די חרידישע אידן, דיטעילס טו פאלאו

נאך וואס מען האט זיי געסטראשעט אז מען האלט אינמיטן אריין געבן קלאגעס אין געריכט....
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אהער און אהין האט געשריבן:האלטענדיג יעצט ווען די שניי האט זיך שוין צולאזט, קען מען צולייגן א שטויבעלע צום בערקאוויץ-ליאן קריג.
אין מיין מיינונג איז בערקאוויטש נישט געווען אזא געלונגענער קאנדידאט, ער איז געווען עפעס ווילד, משא''כ ליאון איז מער א געלאסענער, קען זיין דאס האט ביישטייערט צו זיין פארלוסט.

ליאון א געלאסענער? טאקע נישט אזוי ווילד ווי בערקאוויטש, דרעי און גפני, אבער נישט קיין געלאסענער....
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קאנסילמאן האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:יעצט אויף די מינוט לויט אים נישט אויף קיין שום פאל קיין בחירות ווייל ער האלט יעצט ידו על התחתונה נאכדעם וואס די מלחמה לעזונג האט נישט גוט געשפילט אויף זיין ריכטונג.


בשעת א מלחמה שטייען די רעכטע בעסער,

ביב'ס פחד פון בחירות רעדט ווערטער, איך טראכט אז עס האט מיט זיינע פערזענליכע אינוועסטעגעישנס.

קיין שייכות מיט די אינוועסטיגאציעס.

פאר'מוח'ט זאגט גוט, ליבערמאן האט אים פיין מסדר געווען, דאס לאנד וועט ציטערן צו נעמען יעצט אזא פחדן ווי ביבי וואס האט צוגעלאזט א פייער-אפשטעל ווען ליבערמאן האט געשריגן אז ס'איז גארנישט ווערד...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

תגובה דורך קאנסילמאן »

גראדע האלט איך אויך מיט ביבי אז יעצט צווישען די מלחמה אין עזה און די קריזיס מיט סאודיע אראביע איז זייער נישט גוט צו פאריפען בחירות,
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קאנסילמאן האט געשריבן:האט ליבערמאן געקאלט ביבי'ס בלאף? עס איז שוין איבער א יאר וואס ביבי סטראשעט די פרומע אז ער איז וויל צו גיין צו בחירות, און דערפאר זאלן זיי איינזיצען בנוגע גיוס ושבת, אבער ווי נאר ליבערמאן האט גענימען די ערשטע שריט פראבירט ביבי צו פארמיידען בחירות, וואס האט פאסירט? ביבי וויל דאך בחירות שוין פון פאריאר?!

ווען ליצמאן און פרוש טאנצן ארויס האט ביבי קיין פראבלעם צו פאראויסגיין מיט בחירות, אבער נישט ווען דער שר הביטחון איז דער וואס רעזיגנירט....
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קאנסילמאן האט געשריבן:גראדע האלט איך אויך מיט ביבי אז יעצט צווישען די מלחמה אין עזה און די קריזיס מיט סאודיע אראביע איז זייער נישט גוט צו פאריפען בחירות,

וואו קומט סאודיע אריין???

לגבי עזה לוינט אים טאקע נישט, פשוט ווייל ביבי האט נישט קיין עצה מיט זיי. אויב ער קען נישט זאל ער טאקע פליען....

נישט אז א צווייטער וועט יא קענען, אויב ביבי קען נישט וועט קיין צווייטער אויך נישט. אבער האלט דיך נישט אזוי גרויס ווען ביסט גארנישט ווערד...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

תגובה דורך קאנסילמאן »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:גראדע האלט איך אויך מיט ביבי אז יעצט צווישען די מלחמה אין עזה און די קריזיס מיט סאודיע אראביע איז זייער נישט גוט צו פאריפען בחירות,

וואו קומט סאודיע אריין???


מדנ"י איז זייער אנגעוויזען אויף סאודיע אראביע, די גאנצע מיטל מזרח פאליטיק דרייט זיך אראם סאודיע אראביע, נישט אומזינסט וויל סי ען ען און די דעמעראטען אז טראמפ זאל זיך מיט זיי צוקריגען, און אויב ווערט א ריס צווישען סאודיע אראביע אין אמעריקע איז מדנ"י פון די ערשטע פאליטישע קרבנות, דערפאר דארף יעצט זיין א סטאבילע מדנ"י נישט קיין בחירות.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

טראמפ בלייבט גוט מיט סאודיע און אפילו אויב נישט וועט מדינת ישראל בלייבן גוט מיט זיי. פונקט ווי ביבי מיט פוטין מעגן זיך טרעפן 18 מאל א יאר, און טראמפ נישט...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”