"לבלר" - חודש'ליכער תורה-העפט אין "מאמענט"

די אחראים: אחראי, געלעגער

שלשה אחים
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

"לבלר" - חודש'ליכער תורה-העפט אין "מאמענט"

תגובהדורך שלשה אחים » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 5:09 pm

אינעם "מאמענט" פון די וואך (ויצא תשע"ט) איז אפיציעל געמאלדן געווארן איבער "לבלר", א פרישע תורה'דיגע יצירה מבית המערכת.

אין די ערשטע מעלדונג ווערט דערמאנט עטליכע נעמען פון די "כותבים ומשתתפים", הרב עזריאל טויבער; הרב סיני מלוביצקי; הרב אהרן פריעדמאן (גם אתה יכול); הרב מרדכי גנוט (לוח דבר בעתו); הרב שלמה אשר טויבער (מנהל קש"ר, עיר וויען); הרב שבתי הורוויץ; הרב שמעון שלמה זילבער און הרב יעקב פריעדמאן.

די מעלדונג לויטעט אז מער דעטאלן וועלן פארעפנטליכט ווערן קומענדיגע וואך.
צוגעלייגטע
דער פרישסטער חידוש אין דער היימישער תורה וועלט - לבלר.jpeg
דער פרישסטער חידוש אין דער היימישער תורה וועלט - לבלר.jpeg (182.09 KiB) געזעהן 2419 מאל

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 5:13 pm

דארף דאך ערשט ארויסקומען קולמוס מיט דיו, צו פאבריצירן אינאיינעם מיטן לבלר..

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 5:14 pm

א קרוב מיט 'ידעתי' ע"ה?

שלשה אחים
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

תגובהדורך שלשה אחים » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 5:37 pm

צד תמות האט געשריבן:א קרוב מיט 'ידעתי' ע"ה?


ידעתי איז געווען די ארבעט פון די ארגאניזאציע "ידעתי" מיט א דירעקטע דגוש אויף עניני השקפה ואמונה. די ידעתי זשורנאל איז נאר געווען איין קליינע פעולה פון דעם ארגון וואס האט דערווייל געשטעלט אירע פריאריטעטן אויף אנדערע אקטיוויטעטן וואס זיי פירן יעצט אדורך איינצושטעלן שיעורי אמונה והשקפה אין די היכלי הישיבות.

לבלר איז א זעלבסטשטענדיגע אונטערנעמונג מבית מערכת מאמענט, געשריבן און רעדאגירט דורך א גרופע אויסגערופענע תלמידי חכמים ובעלי מדע (טייל נעמען זענען אויסגערעכנט אין אויבנדערמאנטן אפיציעלן מעלדונג), און צילט אהערצושטעלן א קאלירפולן תורה-העפט אויף א רייכן פארנעם און וועט דינען אלס פלאטפארמע פאר א צאל תורה׳דיגע, היסטארישע און אידישע נושאים. מער דעטאלן און פרטים וועלן אוודאי נאכפאלגן.
לעצט פאראכטן דורך שלשה אחים אום דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 5:43 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קלאפער
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

תגובהדורך קלאפער » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 5:43 pm

א גוטע געדאנק צו ביילייגן די העפט אין די מאמענט פעקל, אזוי קען מען עס ממילא האבן אן צו דארפן עקסטער באצאלן.

אז ס'וואלט ארויסגעקומען זעלבסטשענדיג וואלט עס לכאורה געבליבן אין די געשעפטן, לויט ווי עס זעט אויס פון די דיסקריפשאן. צו לערנען איז דא א כולל, ווער לערנט ביים ליינען און ליינט ביים לערנען? כולל אינגעלייט לערנען אין ספרים, בעלי בתים זענען נישט נייגעריג אין ליינען לומדות...
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 8:39 pm

קלאפער האט געשריבן:א גוטע געדאנק צו ביילייגן די העפט אין די מאמענט פעקל, אזוי קען מען עס ממילא האבן אן צו דארפן עקסטער באצאלן.

אז ס'וואלט ארויסגעקומען זעלבסטשענדיג וואלט עס לכאורה געבליבן אין די געשעפטן, לויט ווי עס זעט אויס פון די דיסקריפשאן. צו לערנען איז דא א כולל, ווער לערנט ביים ליינען און ליינט ביים לערנען? כולל אינגעלייט לערנען אין ספרים, בעלי בתים זענען נישט נייגעריג אין ליינען לומדות...


איך זעה נישט פארוואס די זאגסט אזוי, אין ארץ ישראל האבן כמעט אלע צייטונגען און טייל מאגאזינען שיינע תורה ביילאגעס, א שטייגער ווי קולמוס וואס איז גאר פאפולער

אוועטאר
קלאפער
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

תגובהדורך קלאפער » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 9:06 pm

די ארץ ישראלדיגע מענטאלעטי איז אנדערש ווי אין ארץ ישראל. דארט לייענען די בני תורה מאגאזינען לכתחילה.
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 9:08 pm

וואס גייט עס זיין?
דרושים ופילפולים? היסטאריע, א שטייגער ווי די אמאליגע אוצרות אדער דער אוצר?
אדער א נייע חידוש בעולם?
דאס איז זיכער אז דער נאמען דערציילט נישט גארנישט וואס עס ליגט אינטער דעם
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
קלאפער
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

תגובהדורך קלאפער » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 9:13 pm

די נעמען אליינס זאגן דיר שוין אלעס. און קוק וואס שטייט ווייטער ביי די בשורה: געשריבן און רעדאגירט דורך א גרופע אויסגערופענע תלמידי חכמים ובעלי מדע (טייל נעמען זענען אויסגערעכנט אין אויבנדערמאנטן אפיציעלן מעלדונג), און צילט אהערצושטעלן א קאלירפולן תורה-העפט אויף א רייכן פארנעם און וועט דינען אלס פלאטפארמע פאר א צאל תורה׳דיגע, היסטארישע און אידישע נושאים.

עפעס צווישן אינטערעסאנט און קנקן זעט עס אויס.
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי

נפשנו
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 4:50 pm

תגובהדורך נפשנו » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:33 am

פארפאלן וואס מאמענט קען, קען קיינער!

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 1:21 am

נפשנו האט געשריבן:פארפאלן וואס מאמענט קען, קען קיינער!

גראדע האב איך נישט צו לאנג צוריק געהערט אז די מאמענט גייט זיך פארמאכן
זעט אויס אז עס איז נישט אמת
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

מוכר ספרים
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 1:26 am

מאמענט האט די וואך 81 עמודים, קוקט יא אויס ווי זיי גייען מעלה מעלה.

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 1:30 am

אינטערסאנט, ווייל זאטל-גענייטע ביכלעך לויפן פער פיר זייטן.

בנוגע דעם לבלר, מיר ווארטן מיט אינטערעסע
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

מוכר ספרים
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 1:35 am

סארי: 80

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 3:34 am

מיט גרויס איבעראשונג און פרייד טון מיר אויפנעמען דעם נייעס.
חזק חזק חזק

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 4:42 am

מוכר ספרים האט געשריבן:סארי: 80

80 עמודים איז די וועכענטליכע סטאנדארט צאל עמודים, למעשה האבן זיי דרוק צוצושטעלן זייטיגע סחורה ווייל די מאגאזין אליינס ווי עס איז יעצט אפעלירט צו א נישט צו גרויסע צאל מענטשן, עס אפעלירט נישט צו פרויען אדער קינדער אדער פרומע אדער פראפעסיאנאלע מענטשן, אבער מיט די זייטיגע ביילאגעס ווי נפשי און יעצט לבלר דאפלען זיי זייער באזע

מוכר ספרים
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 1:25 pm

לבלר וועט זיין נאר אינעם אידישן שפראך אדער עס וועט אויך זיין עטליכע בלעטער אין לשוה"ק?
איך מיין אז עס איז א גוטע געדאנק אז עס זאל זיין עטליכע בלעטער געשריבן אין לשוה"ק.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 1:32 pm

מוכר ספרים האט געשריבן:לבלר וועט זיין נאר אינעם אידישן שפראך אדער עס וועט אויך זיין עטליכע בלעטער אין לשוה"ק?
איך מיין אז עס איז א גוטע געדאנק אז עס זאל זיין עטליכע בלעטער געשריבן אין לשוה"ק.

איך האף ס'וועט נישט זיין קיין טראפ לשון קודש

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 1:34 pm

קלאפער האט געשריבן:א גוטע געדאנק צו ביילייגן די העפט אין די מאמענט פעקל, אזוי קען מען עס ממילא האבן אן צו דארפן עקסטער באצאלן.

אז ס'וואלט ארויסגעקומען זעלבסטשענדיג וואלט עס לכאורה געבליבן אין די געשעפטן, לויט ווי עס זעט אויס פון די דיסקריפשאן. צו לערנען איז דא א כולל, ווער לערנט ביים ליינען און ליינט ביים לערנען? כולל אינגעלייט לערנען אין ספרים, בעלי בתים זענען נישט נייגעריג אין ליינען לומדות...

ניין איך האלט אז ס'סאך געשמאקער אז ס'קימט צוזאמען מיטן מאמענט .
און האלט דיינע דעות פאר דיר א שיינעם דאנק....

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 1:42 pm

עס לוינט זיך אויכט סאך מער פאר די מאמענט עס צו שיקען צוזאמען אזוי גייט אויכט גיין מער פין די מאמענט
איך בין נייגעריג אויב זיי גייען ארויף גיין מיט די פרייז וועגן דעם
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 1:44 pm

עס לוינט זיך אויכט סאך מער פאר די מאמענט עס צו שיקען צוזאמען אזוי גייט אויכט גיין מער פין די מאמענט
איך בין נייגעריג אויב זיי גייען ארויף גיין מיט די פרייז וועגן דעם
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

בלויע טינט
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:30 pm

תגובהדורך בלויע טינט » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 4:01 pm

בערך וויפיל זייטן רעדט מען פון?
נישט רויט און אויך נישט שווארץ, נאר בלוי...

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7357
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 4:05 pm

fiena nieas האט געשריבן:ניין איך האלט אז ס'סאך געשמאקער אז ס'קימט צוזאמען מיטן מאמענט .
און האלט דיינע דעות פאר דיר א שיינעם דאנק....

מה בין דעותיך לדעותיו?

מוכר ספרים
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » זונטאג נובעמבער 18, 2018 6:28 pm

קלאפער האט געשריבן:די ארץ ישראלדיגע מענטאלעטי איז אנדערש ווי אין ארץ ישראל. דארט לייענען די בני תורה מאגאזינען לכתחילה.

?

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3067
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג נובעמבער 18, 2018 6:41 pm

ס'איז אמת, והסיבה לכך, מ'ליגט מער אין פאליטיק און די מאגאזינען דעקן נאציאנאלע פאליטיק בקביעות. אפילו די רבנים ליינען די צייטונגען אפיציעל.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider] און 7 געסט