וויאזוי צו הענדלען א שווערן קאסטומער

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

וויאזוי צו הענדלען א שווערן קאסטומער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

דעם אשכול עפן איך אויף, נאך א ווייטאג וואס כ'בין דורך מיט מיינס א קאסטומער, הכלל, יענער דרייט ארום און כ'קען נישט פטור ווערן, ער האט טענות אויף שטותים והבלים, וויאזוי געט מען זיך אן עצה מיט די געפילן, און וויאזוי 'פייערט מען' אזא מענטש.
די קשיא איז אויך אויף ארבעטער, יעדער ארבעטער האט איין קאסטומער, דאס איז זיין בעל הבית, נו אויב דער בעה''ב גייט אויף די געהירן, וויאזוי נעמט מען קעיר פון די עגמ''נ.
ביטע אריינקומען מיט חיזוק, ווייל דער נערווירענדער טעלעפאון געשפרעך, גייט מיר אויף די געהירן, און כ'ווייס נישט וויאזוי אים צו זאגן, אנטשולדיגט, ר' איד, איר זענט נישט גערעכט, און קריכט אראפ פון מיר.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

איך וועל מיר אליינס שרייבן דעם ערשטן חיזוק, 'פריי זיך אז דו האסט קאסטומער'ס, וויפיל שטייען נעבעך אן פרנסה, ב''ה פאר דעם, אז מען האט ב''ה פרנסה און מען איז פארנומען''.
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

שיק איים אריבער א לינק וואס וועט איים פירן צו דעם אשכול
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

ס'מוז נישט זיין אז ער איז באמת גערעכט, אבער אויב בעיסד אויף זיינע עסאמפשענס איז ער יא גערעכט און ער וויל זיך נישט לאזן טוישן זיין מיינונג, און סתם פראבירן אפשטופן אויף מארגן נעקסטע יאר וכדו' העלפט נישט, קען זיך אמאל לוינען נאכצוגעבן (למחצה לשליש ולרביע) פשוט נישט צו פארלירן דעם גוטן נאמען (דערנאך העט איר העכסטנס יענעם נישט סערווירן נאכאמאל), והה"ד "דער קאסטומער איז אלעמאל גערעכט".

ס'איז פארט פין די פראצעדור פין האבן קאסטומער'ס אז אלעמאל צווישן עטליכע קאסטומער'ס וועט אריינפאלן אזא איינער, ווי איר פירט אליינס אויך אויס, ווען איר האט ווען נישט קיינע קונים וואלט איר דעם פראבלעם בפשטות אויך נישט געהאט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
אתרוג
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 29, 2009 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אתרוג »

עס איז זייער שווער צו עצה'ן אן דעם וואס מ'זאל אריינקריכען און די עצם מעשה פון דיין פראבלעם

אבער איך פארשטיי דיר זייער גוט זייענדיג אמאל פון די געטראפענע
אבער מיט יארן צוריק האב איך געארבייט אויף אויף א פלאץ וואס דער בעל הבית האט געוואלט אז אלע ארבייטער זאלן אדורך גיין א קורס און קעסטומער סערוויס
(האלוואי ווואלטען עס אסאך בעלהבתים פארלאנגט עס איז זייער א גוטע וועג פאר אסאך זאכן און לעבן ווי אויך פאר שלום בית וכדו')

איך וואלט געקענט דיר בייהילפיג זיין מיט מיינע ידיעות ווי ווייט איך קען
ביטע קאנטאקט און אישי
קאנאדישע קאריספעדאנט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 1:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנאדישע קאריספעדאנט »

אתרוג האט געשריבן:עס איז זייער שווער צו עצה'ן אן דעם וואס מ'זאל אריינקריכען און די עצם מעשה פון דיין פראבלעם

אבער איך פארשטיי דיר זייער גוט זייענדיג אמאל פון די געטראפענע
אבער מיט יארן צוריק האב איך געארבייט אויף אויף א פלאץ וואס דער בעל הבית האט געוואלט אז אלע ארבייטער זאלן אדורך גיין א קורס און קעסטומער סערוויס
(האלוואי ווואלטען עס אסאך בעלהבתים פארלאנגט עס איז זייער א גוטע וועג פאר אסאך זאכן און לעבן ווי אויך פאר שלום בית וכדו')

איך וואלט געקענט דיר בייהילפיג זיין מיט מיינע ידיעות ווי ווייט איך קען
ביטע קאנטאקט און אישי

עס איז זיכער אז מען ברויך האבן אבאך געדילד און זיך אפגעבן מיט יעדע קאסטומער. מען דארף אבער אויך מאכן זיכער עס זאל זיך לוינען, אוועק צו געבן צייט, ווענדט זיך אלעמאל אין די מצב, ווענדט זיך אין די קאסטומער, אין די טייערקייט פון די פראדוקט וכו' וכו.
א קאסטומער וואס קויפט א טויזענט דאלערדיגע פראדוקט האט אלע רעכטן צו פרעגן א ים מיט שאלות.
א קליינע ביזנעס דארף ספעציעל אכט געבן נישט צו ווערן צעטרויטן פון שלעכטע קאסטומערס אדער סתם נודניקעס
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

זייער שווער צו העלפן ווען מ'ווייסט נישט וואס די מעשה איז

וואס יא? מ'קען זאגן אפאר דזשענעראל זאכן וואס גייט אן איבעראל

אין קעיס דער קאסטומער ווייסט נישט וואס ער טוט, וועלן געווענליך קיין רמזים נישט העלפן. מ'דארף אים מודיע זיין קלאר אן קיין אימאושנס, שרעק אדער כעס (איידעלערהייט. פונקט ווי מ'זאגט פאר איינעם אז ער האט אן זיין שלאף קאפל) אז אזא אויפפירעכץ קען ברענגען צו חסימה און דאס העלפט געווענליך (עכ"פ ביי מיר)

אויב העלפט עס נישט איז אדער יענער נישט געזונט און ווייסט נישט וויאזוי אומציגיין מיט מענטשן (און האלט נישט ביים זיך אויסלערנען) אדער איז ער אן אביוזער ואביזריהו. אין ביידע פעלער ברויך מען פטור ווערן פון יענעם פאר ס'פארגייט די אפעטיט צו בלייבן אין ביזנעס

איז אזא פאל איז גארנישט ראנג צו זאגן פאר א (געוועזענע) קאסטומער. איך האב גארנישט קעגן דיר פערזענליך אבער איך קען דיר מער נישט פראוויידן קיין סחורה\סערוויס

די אנגעגעבענע סיבה קען זיין די פשוט'ע אמת

אדער קען מען זאגן אזא שיינע סטעיטמענט ווי: איך זעה אז ס'ארבעט נישט אדער איך פיל אז איך קען דיך נישט צופרידנשטעלן (נעם די בלעים אויף דיר אן אריינגיין טיפער)

דער עיקר איז. ווייס קלאר אז די רילעישאנשיפ גייט קומען צו אן ענדע ביי דעם פאון קאל און לאז דיך נישט אריינציען אין א שמועס און אוודאי לאז דיך נישט אפקויפן מיט שיינע\שטרענגע\וויינעדיגע\שרעקעדיגע ווערטער\צוזאגעכצער

נאך א זאך צו געדענקען

געווענליך וועט אזאנער אויך נישט באצאלן די בילס און וועט אייביג בלייבן מיט א באלאנס. רעד זיך נישט איין אז ווען דו גייסט באקומען באצאלט גייסטו נאכדעם אפהאקן מיט אים. ער קען די מלאכה בעסער ווי דיר און ס'גייט קיינמאל נישט געשען

גענוג פאר יעצט

אויב ווילסטו מער, פרעג אדער שיק אין אישי. כ'האב אסאך עקספיריענס און כ'האב געלערנט ביי מענטשן וואס געארבעט ביי אזעלכע (פליז עקסקיוז מיי פרענטש) רשעים און קענען זייערע טאקטיקן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

מיר האבען פערמאגט אזא סארט קליענט, און יענער האט מיר אייביג מסביר געווען ווי גליקליך איך בין אים צו האבען אלס קליענט... (טראץ אייביג שולדיג בלייבן א יאהר אינוואויסעס) ביז איין טאג האמיר נישט געמאכט די דזשאב, ער רופט מיך אן אז די פאפירן שטומען עפעס נישט און אז ער האט א טשעק פאר מיר (POST DATED) און אז איך זאל "שוין" אריבערקומען. איך האב גע'ACT אוואו א דאממי און אים געזאגט אז איך בין געווען זיכער אז ער האט שוין א צווייטען, ווייל איך זעה אז קיינמאל פלעגט ער נישט זיין צעפרידען און מיר אייביג געזאגט וואס איז נישט גוט געוען, און נישט באצאלט צוליב די אורזאכען. אלזא איך וואונטשט אים הצלחה מיט זיין נייע PAPERWORK איינגעשטעלטן...
די קללות נאכער דעם העמיר דא נישט ארויפלייגען...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

איי געיס מען שמועסט דא פון אן אויסערגעווענליכן אביוזער ווייל אז נישט וואס מיינט "די קאסטומער איז אללוועיס רייט'?
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

צו געזונט האט געשריבן:מיר האבען פערמאגט אזא סארט קליענט, און יענער האט מיר אייביג מסביר געווען ווי גליקליך איך בין אים צו האבען אלס קליענט... (טראץ אייביג שולדיג בלייבן א יאהר אינוואויסעס) ביז איין טאג האמיר נישט געמאכט די דזשאב, ער רופט מיך אן אז די פאפירן שטומען עפעס נישט און אז ער האט א טשעק פאר מיר (POST DATED) און אז איך זאל "שוין" אריבערקומען. איך האב גע'ACT אוואו א דאממי און אים געזאגט אז איך בין געווען זיכער אז ער האט שוין א צווייטען, ווייל איך זעה אז קיינמאל פלעגט ער נישט זיין צעפרידען און מיר אייביג געזאגט וואס איז נישט גוט געוען, און נישט באצאלט צוליב די אורזאכען. אלזא איך וואונטשט אים הצלחה מיט זיין נייע PAPERWORK איינגעשטעלטן...
די קללות נאכער דעם העמיר דא נישט ארויפלייגען...

יאפ. פון דעם האבעך גערעדט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

טשעירמאן האט געשריבן:איי געיס מען שמועסט דא פון אן אויסערגעווענליכן אביוזער ווייל אז נישט וואס מיינט "די קאסטומער איז אללוועיס רייט'?

דאס איז ווען ער איז א קאסטומער. נישט ווען ער איז א געוועזענער קאסטומער מיט א פינק סליפ
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

שכח חברה, דאס האב מיר געהערט פון אנדערע ביזנעסלייט אויך, אז נישט שרייען, נאר איידעלערהייט מסביר זיין אז איים סארי, ס'א סטאר פאליסי, און דאס איז דאס.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

א שווערע קאסטומער איז ׳קיינמאל׳ נישט ווערד צו האלטן.
שיק אים און זיינס גלייכן אוועק (דהיינו, שטעל אראפ א פוס בדרכי נועם, זאג אים מיין פאליסי איז כך וכך, אויב אויב זוכסטו עימיצן וואס פירט זיין ביזנעס לויט דיינע געברויכן, פרוביר מיין קאנקורענט)
מאך א ניכטערן חשבון וויפיל געזונט און צייט דער קאסטומער קאסט דיר אפ. וויפיל זיין עצם אנוועזנהייט אין דיין ׳לעבן׳ שטערט דיר טוהן ביזנעס און סערווירן דיינע אנדערע קאסטומערס וועסטו זעהן אז דער איז נאר א לייעביליטי.

פאר מער קאנטאקט מיך אין אישי
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

שטארק זיך האט געשריבן:א שווערע קאסטומער איז ׳קיינמאל׳ נישט ווערד צו האלטן.

גוט גוט געזאגט. ס'איז קיינמאל נישט ווערט צו האלטען א שווערע קאסטעמער ווייל זיי בארויבען דיך די מנוחת הנפש. מ'האט כסדר טענות און מ'דינגט זיך אויף יעדע דאלער.
בדרך כלל קאן מען באמערקען א שווערע קאסטעמער באלט ווען מהייבט אן האנדלען מיט עם. זיי שטעלען אזוינע קלאץ קאשעס און ווילען מזאל זיי אויסהערען אלע בויעך וויי וואס קומט בכלל נישט אריין, ווי למשל א געוואדלדיגע תורה וואס איז איינגעפאלען פאר חתן דנן פאריגע וואך שבת ביים טיש, און איך מיז זיצען און אים אויסהערען א שעה צייט ווייל ער געט מיך דאך צו לייזען. אין אזא פאל לאזט מען דעם חשוב'ען איד שיינערהייט וויסען אז מ'איז ב"ה זייער פארנימען און טאמער ס'וועט זיין צייט וועט מען צוריקקימען הערען זיינע ווערטלעך.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

גולם פון פראג האט געשריבן:

נאך א טיפ געהערט פון א יונגערמאן מיט א געוויסע סערוויס ביזנעס, אז טאמער איינער קומט און זאגט ''איך בין געווען ביי יענעם, יענער איז שרעקליך, נישט גוט, וכו', בין איך געקומען צו דיר". מיט אזא איינעם ווייסט מען שוין אז ער גייט זאגן די זעלבע אויף מיר מארגן, ער וויל זיך אפרעדן, דערנערווירן.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

די אמת איז אז ס'איז נוגע פאר יעדע זאך, נישט דוקא ביזנעס. מענטשען וואס רעכענען זיך נישט מיט אנדערע און ווילען נאר צופרידענשטעלען די אייגענע קאפריזען ברויך מען שטייען ווייט, נישט קיין חילוק ווי גרויס די רווחים קענען זיין פון האבען עפעס באציהונגען מיט יענעם. א חלק פון די נאטורען פון די סארט מענטשען אז אז זיי קענען דיך מאכען פילען ווי 'נאר' דאס שטערט זיי און פון היינט און ווייטער וועט אלעס זיין בסדר...
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

היות ווי איך בין אדיקטעד צו quotes... ברענג איך דא פון מיינע ארכיוון עטליכע quotes וועלכע קענען זיין הילפבאר צום ׳שווערן קאסטומער׳ סיטואציע. ליינט און האט הנאה. נעמט ארויס דערפון דעם מעסעדזש. ויה״ר שהקב״ה יציל אתכם מכל צער ועגמת נפש.

0BA7BFA6-BB3D-46EF-A3CD-BCBD449CDEF9.png
0BA7BFA6-BB3D-46EF-A3CD-BCBD449CDEF9.png (32.62 KiB) געזען 2086 מאל

76E30EAE-ABEC-44D2-9537-F781596CDB3C.jpeg
76E30EAE-ABEC-44D2-9537-F781596CDB3C.jpeg (13.32 KiB) געזען 2086 מאל

DD64283B-20B8-49C5-B24D-05772356AFFC.jpeg
DD64283B-20B8-49C5-B24D-05772356AFFC.jpeg (75.09 KiB) געזען 2086 מאל
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

DB924F53-E1FA-4971-A0F8-1FC9069552A5.jpeg
DB924F53-E1FA-4971-A0F8-1FC9069552A5.jpeg (28.61 KiB) געזען 2085 מאל
3CA9C820-6823-4681-AC9A-9574041BB348.jpeg
3CA9C820-6823-4681-AC9A-9574041BB348.jpeg (63.29 KiB) געזען 2085 מאל
8A9DFCFB-3979-4E82-949C-E90DC9B51661.jpeg
8A9DFCFB-3979-4E82-949C-E90DC9B51661.jpeg (259.56 KiB) געזען 2085 מאל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

גולם פון פראג האט געשריבן:די אמת איז אז ס'איז נוגע פאר יעדע זאך, נישט דוקא ביזנעס. מענטשען וואס רעכענען זיך נישט מיט אנדערע און ווילען נאר צופרידענשטעלען די אייגענע קאפריזען ברויך מען שטייען ווייט, נישט קיין חילוק ווי גרויס די רווחים קענען זיין פון האבען עפעס באציהונגען מיט יענעם. א חלק פון די נאטורען פון די סארט מענטשען אז אז זיי קענען דיך מאכען פילען ווי 'נאר' דאס שטערט זיי און פון היינט און ווייטער וועט אלעס זיין בסדר...

אמאל אין פריוואטן לעבן קען זיך א מענטש ערלויבן צו זיין א מעביר על מדותיו און זיך לאזן בא'עולה'ן פון מענטשן (אויך נאר אויב ער ווייסט אז ער גייט עס נישט אויסגעבן אויף אנדערע אומשולדיגע) אבער נישט אין ביזנעס

אז איינער שטערט צום מאכן געלט טאר מען מיט אים נישט מאכן קיין ביזנעס. נישט קיין חילוק צו ער טוט עס בכונה צו נישט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

האב איך דען ווייניג געהאנדלט מיט דעי חברה? מ'האט דערפון בלויז עגמת נפש און ווען ס'קומט צו צאלן איז עס ממש א גהנים.
ווען איך טרעף מיר אן מיט אזא איינעם זאג איך יענעם אז איך בין זייער טייער און זאל טרייען ביי א צווייטן.
על פי רוב זענען זיי זייער נייס חברה און סיי מאכן דיר פילן זייער גוט אז זיי זענען גרייט צו צאלן. אבער ווען ס'קומט צו צאלן למעשה...ה''י.

פון אסאך עקספיריענס
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

וואס זענען די ערשטע צייכענעס פון א שווערע קאסטומער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

והנה, ער מעלדט זיך אז ער וויל דיין סערוויס, פראדוקט, וכו׳. איז דא א וועג צו שמעקן גלייך ביים אנהויב אז דא רעדט מען פון א שווערן בחור, און מען זאל אים זאגן א נארהאפטיגע צאתכם לשלום?

קומט אריין קלאר רבותי.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

ממש אזוי האט געשריבן:
DB924F53-E1FA-4971-A0F8-1FC9069552A5.jpeg
3CA9C820-6823-4681-AC9A-9574041BB348.jpeg
8A9DFCFB-3979-4E82-949C-E90DC9B51661.jpeg

thank you!!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ממש אזוי האט געשריבן:והנה, ער מעלדט זיך אז ער וויל דיין סערוויס, פראדוקט, וכו׳. איז דא א וועג צו שמעקן גלייך ביים אנהויב אז דא רעדט מען פון א שווערן בחור, און מען זאל אים זאגן א נארהאפטיגע צאתכם לשלום?

קומט אריין קלאר רבותי.

עס איז אבסעלוטלי פארהאן א מעטהאד אויסצושמעקן צו א פאטענציעל קליענט איז א צרה לייט, ולא עוד, דער מעטהאד העלפט אויך אז דער פראספעקט זעלבסט זאל שמעקן אז דא איז נישט זיין ארט.

עס איז וויאזוי דו גייסט צו צום סעיל, אבער הייבן הייבט זיך עס אן ביים דעפיינען וואס איז די רעסעפי פון דיי איידיעל קליענט. דהיינו, דאס איז פשוט אז קיינע טראבל מעיקערס זוכטו נישט, מוזט אבער קודם וויסן וויאזוי דער גוטער קליענט קוקט אויס, וואס זענען זיינע ניעדס, און וואס דיין ביזנעס איז גרייט צו טוהן פאר אים. און ביי וועלעכע פונקט זאגסטו עד כאן (אפשר ווען ער רופט א האלבע שעה פאר'ן זמן שבת....) און לויט דעם בויסטו דיינע סעילס פראסעסעס.
וקצרתי

אגב, ביי אן אויפטריט דעם פארגאנגענעם מוצאי שב"ק פאר ביזנעסלייט האט 'yours truly' ברייט ארומגערעדט איבער די נושא. ווי נאר איך וועל שאפן די אודיאו, וועל איך עס אוועילעבל מאכן לכל מאן דבעיא.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

אפשר קען מען מרמז זיין מיטן שיקן א לינק צו דעם אשכול.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אדער יא האט געשריבן:אפשר קען מען מרמז זיין מיטן שיקן א לינק צו דעם אשכול.

אט האסטו אן ענטפער
בילד
פון דא
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”