תגובהדורך אין כל חדש » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 4:03 pm
אה ס'איז אפן?!
ביטע קלארשטעלן, וויאזוי איז א געווינס פאר טראמפ אז נעוועדע און אריזאנע זענען געגאנגען בלוי, ווייל ער האט נישט קאמפיינט דארט?
אריזאנע האט ערלי מעיל אין'ס. און נעוועדע האט ערלי וואוטינג, אנגעהויבן 2 וואכן פאר די וואלן,
מען קען זיין זיכער אז פונקט ווי איי וועלט האט גענוצט רעלסטאן אין נעוועדע און אריזאנע SOS צו פאלאוען וואס טוט זיך אין די 2 סטעיטס, האבן די פארטיי הויפטקווארטירן אין די 2 סטעיטס סך טיפער און גרונטליכער נאכגעפאלגט וואס פאסירט "אן גראונד"
יעצט צום פונקט, די טאג וואס נעוועדע האט אנגעהויבן שטימען פרי, אויף א שבת, בערך 17 טעג פאר די וואלן, איז דער פרעזידענט געווען אין נעוועדע, ווי די חנופה צווישן טראמפ און העלער איז געגאנגען "פול פארס", אין די זעלבע צייט, צו גאר די זעלבע טאג, העכסטנס א טאג ארויף א טאג אראפ, איז טראמפ געווען אין אריזאנע, (כאפצעם וועט מוזן אריינקומעןף אויב דאן איז געווען די מאמענט, ווי טראמפ האט זיך אויסגעדרוקט, "א שטימע פאר מקסעלי איז א שטימע פאר מיר")
עס איז דורכגעגאנגען אפאר טאג, און די פארטיי פירער האבן געקענט פונקטליך אפשאצן, וואס די ראליס האבן געברענגט (ווי פריער דערמאנט, דאס קען מען טרעקן, איי וועלט האט דאס אויך געטרעקט צו א געוויסע עקסטענד), וואס איז געווען זייער החלטה? "מר. פרעזידענט, פאר אונזער טובה קום נישט נאכאמאל"
עס איז דורכגעגאנגען א וואך צוויי, און יא מען זעט די פארטיי פירער האבן גוט געשאצט און די רעפובליקאנער האבן פארלוירן ביגלי אין די צוויי סטעיטס (רוב סטעיטווייד פאזישענס), אה ווייל זיי האבן צוריקגעוויזן טראמפ!, איין רגע, זיי האבן דאך גארנישט קעגן אים, זיי האבן דאך אים גערופן, יא, ווען זיי האבן געזען אז עס טוט אויף איין גרויסע מכה, האבן זיי אים געזאגט דו ברענגסט אונז נאר פראבלעמען, און יא, יעצט קען מען קלאר באשטעטיגן אז טראמפ האט אנגעזייט חורבנות פאר זיין פארטיי אין די 2 שטאטן, נעוועדע און אריזאנע