נדיבים בעם שליסן זיך אן טעגליך מיט אויסערגעווענליכע הערצה/ווערט פארגעזעהן צו קענען גאנץ בקרוב אנצוהייבן מיט די תמיכות פאר די "חתונות מלמדים החשובים"/אויפגענומען עסקן ומפקח הר"ר משה אהרן פריעדמאן שליט"א, אנצופירן מיט אלע וויכטיגע פרטים
ניו יארק. – נאכפאלגנדיג וועכנטליכע פעולות לטובה אהערצושטעלן א יסוד פאר די קופת "קרן מלמדים דמוסדות וק''ק סאטמאר" צו צו פארטיילן די סכומים פאר די חשוב'ע מלמדים ומנהלים בעת שמחתם, ווערט אריינגעלייגט אויסטערלישע כוחות אויפצובויען א יסודות'דיגן סיסטעם דורך די ועד ההנהלה וועלכע זענען נתמנה געווארן דורך כ"ק מרן רבינו שליט"א. עס איז אויסגעארבעט געווארן ווי פאראויס געזאגט א סיסטעם צוזאמצוקלויבן די סכומים אויף אן אויטאמאטישן אופן, ווען אלע נדיבים בעם וועלן אריינלייגן די קרעדיט-קארד אדער באנק-אקאונט אינפארמאציע אינעם סיסטעם מיט א באשטימטע סומע וויפיל צו ביישטייערן ביי יעדע חתונה, און די נדבה וועט ווערן אויטאמאטיש אראפגערעכנט ביי יעדע חתונה פון א מרביץ תורה פון איינע פון די סאטמארער תלמוד תורה'ס איבער דער וועלט. דער ציהל אויף וואס דעם סיסטעם איז אוועקגעשטעלט געווארן אויף דעם מייסטער-האפטיגן אופן, איז כדי מען זאל קענען קענען באגלייטן די תמיכות פאר די חשובע מלמדים און מנהלים שליט"א בעת שמחתם בלי שום עיכוב אויף א פארזיכערטן לייכטן מהלך, אז זיי זאלן קענען פראווען זייערע שמחות מיט הרחבת הדעת און קענען אנגיין מיט זייער עבודת הקודש. ווי געמאלדן איז אוועקגעשטעלט דורך דעם מייסד הקופה מרן רבינו שליט"א א ועד הנהלה פון אחריות'דיגע פראמינענטע בעלי בתים ואנשים מכובדים פון יעדן געגנט באזונדער, צו זיין אחראי ביים פארטיילן די סכומים פאר די חשוב'ע מלמדים ומנהלים פון די ארטיגע תלמוד תורה, הלא המה, הרבני הנכבד מו"ה אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו, בארא פארק , יושב ראש "קרן מלמדים דמוסדות וק''ק סאטמאר"; ואתו עמו הרבני הנכבד מו"ה דוד יושע הירש הי"ו, בארא פארק; הרבני הנכבד מו"ה יואל עפשטיין הי"ו, קרית יואל; הרבני הנכבד מו"ה יצחק שיף הי"ו, וויליאמסבורג; הרבני הנכבד מו"ה אברהם סופר הי"ו, וויליאמסבורג; און הרבני הנכבד מו"ה משה יצחק לאנדא הי"ו, מאנסי. אזוי אויך איז נתמנה געווארן א ועד בעלי בתים אין פארשידענע געגנטער פון חסידי סאטמאר, וועלכע וועלן באגלייטן און שטיין בראש האנט ביי האנט מיט די אפיציעלע ועד ההנלה פון ניו יארק, די פאלגענדע חשוב'ע בעלי בתים ועסקנים דגולים, ה"ה מו"ה אברהם יצחק צבי ברי"נ שרייבער הי"ו, לאנדאן; מו"ה אביגדור גראססבערגער הי"ו, מאנטשעסטער; מו"ה שלום יצחק דאסקאל הי"ו, בני ברק; מו"ה גבריאל חיים צבי פייערשטיין הי"ו, ירושלים; מו"ה משה ארי' היילברון הי"ו, בית שמש; ובראשם עומד כ"ק דער רבי שליט"א, מייסד ונשיא הקופה. עס זעהט זיך טאקע אן א שטארקע אינטערעסע ביי די חשוב'ע נדיבי לב שפירנדיג מיט גרויס פארשטאנד און ווארימקייט איבער די וויכטיגקייט און געוואלדיגע תועלת פון די קאסע "קרן מלמדים דמוסדות וק''ק סאטמאר", און נעמענדיג אין באטראכט די גרויסע זכי' צו זיין א שותף אין אזא הייליגער פראיעקט און זיך איינקויפן דאפעלטע אומגעהויערע זכותים פון "הכנסת כלה" און פון "החזקת מרביצי תורה" באופן נעלה ובדרך כבוד עד מאוד. אלס א פרישע רינגעלע אין די אנטוויקלונג און פארשריט אינערהאלב די חשוב'ע קאסע "קרן מלמדים" פארזעענדיג די אחריות'דיגע ארבעט צו באגלייטן אלע וויכטיגע פרטים בעתיד פאר די הצלחה, האט די חשובע ועד ההנהלה אויפגענומען אן אחריות'דיגן עסקן ומפקח ה"ה הר"ר משה אהרן פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבת מבצר התורה ד'סאטמאר, אנצופירן מיט די פאקטישע ארבעט פון איינקאסירן און באגלייטן די תמיכות הגונות, און אויספירן מכח אל הפועל אלע וויכטיגע ענינים פאר די הצלחה פון די "קרן מלמדים" קאסע, ארויסקוקנדיג שוין צו קענען בקרוב אנהייבן בשעטו"מ אריינצושיינען אורה ושמחה מיט די חלוקה פון תמיכות הגונות פאר די חשובע מרביצי תורה פון אונזערע טייערע קינדערליך. די פרישע אנטוויקלונג און פארשריט אינערהאלב די חשוב'ע קאסע "קרן מלמדים דמוסדות וק''ק סאטמאר" ווערט נאכגעפאלגט מיט גרויס הנאה און התפעלות דורך תלמידי וחסידי סאטמאר אלוועלטליך, שפירנדיג א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די חשוב'ע מלמדים וכלי קודש וועלכע זענען עוסק במלאכת שמים באמונה, אריינלייגנדיג אזויפיל כוחות אין די טויזנטער צאן קדשים זיי צו ערציען על דרך התורה והמצות. ספעציעל הערט זיך צוריק פון די ברייטע תורה'דיגע גאס אין פעלד פון הרבצת התורה איבער די וועלט, שיינע באגריסן אויף דעם געוואלדיגן רעיון פון מייסד זיין אזא נאבעלע פראיעקט פון אוועקשטעלן דעם "קרן מלמדים דמוסדות וק''ק סאטמאר" אלס א מלמדים קאסע אויפצוהייבן דעם כח פון הרבצת התורה אויף אזא שיינע פארנעם און ארויפברענגען דעם גייסט פון די חשובע כלי קודש ומרביצי התורה מיט א אויסטערלישע הרחבת הדעת. -תחזקנה ידיכם-

סאיז א גיוואלדיגע גוטע זאך, נאכדערצו דא אין ניו יארק ווי א מלמד באקומט גאר גאר א קליין געהאלט,
איך האב נישט קיין ערשטהאנטיגע אינפארמאציע, אבער ס'איז נישט מסתבר. עניוועי, איך האב נאר געגעבן א משל
לענ"ד דארף דאס זיין א עקסטערע ארגענזעישאן וואס האט נישט קיין דירעקטע שייכות מיט די הנהלת המוסדות, כדי צו פארמיידן דעם פראבלעם.
יעדע ביזנעס רעכנט אריין אלע בענעפיטן אפילו ס'איז ווייניג און אפילו ס'מאכט נישט קיין סענס, למשל G&G וועט אריינרעכענען א פרי רעקל איינמאל א יאהר און אז מ'קען גיין אויף דאטשע אין די ניין טעג (און גארנישט חוץ דעם) ווען זיי קענען נישט זיין אפען, מילא אויב איז עס א בענעפיט וואס מלמדים גייען האבן גייט עס די מוסד אויסרעכענען ביים אויפנעמען מלמדים און גייט זיכער האבן א אפעקט אויף די פעיטשעק נישט אפילו עס איז עקסטער

איר קענט מיר אפשר מסביר זיין וואספארא אפעקט לרע ס'קען נאך מאכן אויף די אזויגערופענע געהאלט וואס די כלי קודש באקומען ?
יעדער ארבייטער האט א דין ודברים מיט זיין בעל בית אזויפיל גיב איך דיר און אזויפיל באקום איך פון דיר, אויב איז דא נאך א בענעפיט פארן ארבייטער נוצט עס דער בעל בית לטובתו, צו ביי א רעיז צו ביים אויפנעמען נייע ארבייטער.
maybeeynot האט געשריבן:אבער דא איז עס נאר ביים חתונה מאכן נישט יערלי ביי יעדעם. אין נישט יעדער מאכט שוין/מאך חתונה. סא ווען א 25 יעריגע יונגערמאן ווערט א מלמד קען די הנהלה נישט זאגן אז א חלק פון די פעי קומט פון דא
ווען א 25 יעריגע יונגערמאן וויל ווערן א מלמד און ער האט די אפשען צו נעמען א פאסטן ביי מוסדות מהר"א אדער אן אנדערע מוסד. חוץ פון די חתונה בענעפיט זענען ביידע זשאבס איינציגסטע, וועט ער דען נישט ענדערש נעמען די פאסטן ביי מהר"א? פאר די זעלבע סיבה קען די מוסד עס ניצן אלס לעווריזש ווען מ'פארהאנדעלט איבער די געהאלט פון מלמדים
יצחק ברוך האט געשריבן:יעדער ארבייטער האט א דין ודברים מיט זיין בעל בית אזויפיל גיב איך דיר און אזויפיל באקום איך פון דיר, אויב איז דא נאך א בענעפיט פארן ארבייטער נוצט עס דער בעל בית לטובתו, צו ביי א רעיז צו ביים אויפנעמען נייע ארבייטער.
אין וועלכע פלאנעט לעבסטו? א מלמד ווערט אויפגענומען ווי א ארבייטער? מ'זעצט זיך אראפ כך וכך שעות ארבעטסטו כך וכך באקומסטו? אז דו ארבעטס בעסער באקומסטו א באנוס? הלואי וואלט עס געארבעט אויף די וועג א מלמד ווערט אויפגענומען ווי א כולל אינגערמאן, לויט די כיתה וואס ער איז אזויפיל מאכט ער א וואך, אן קיין באנוס אן קיין גארנישט, די איינציגסטע עפרישיעשאן וואס ער באקומט ווען ער מאכט א גוטן דזשאב איז אז אויפן קומענדיגן יאר באקומט ער די צווויי שווערסטע קינדער פון די עיזש אין זיין כתה (קרעדיט: ציעשנובער רב), די מלמדים האבן שוין נישט געזען קיין רעיס די לעצטע 5-6 יאר (מ'זאגט שוין די לעצטע יאר אז יעצט גייט מען געבן א רעיס דערווייל האט עס נאך נישט פאסירט), בענעפיטן בלייבן די זעלבע, און דאס איז שכר מלומדות, ס'מאכט אויס גוט ביי ווער ס'האט א שטוב מיט קינדער און דאס איז עס, ממילא זע איך נישט ווי די קרן מלמדים זאל עפעס שניידן אין זיי
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
מתוך דברי היושב ראש הר"'ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א מנהל כיתה ט' בארא פארק, בעת די מלוה מלכה "מצדיקי הרבים" פאר די מלמדים פון מוסדות סאטמאר (מהר"א) מכל רחבי ניו יארק פארגעגאנגענע מוש"ק תולדות תשע"ט. בענין די הצלחה פונעם קרן מלמדים. אגב די מלוה מלכה איז געווען זייער סוקסעספול.איך בין דארטן געווען און גערעדט מיט עטליכע מלמדים, עס דערהייבט זיי שטארק און גיט זיי אסאך חיזוק.
שמע בני האט געשריבן:מתוך דברי היושב ראש הר"'ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א מנהל כיתה ט' בארא פארק, בעת די מלוה מלכה "מצדיקי הרבים" פאר די מלמדים פון מוסדות סאטמאר (מהר"א) מכל רחבי ניו יארק פארגעגאנגענע מוש"ק תולדות תשע"ט. בענין די הצלחה פונעם קרן מלמדים. אגב די מלוה מלכה איז געווען זייער סוקסעספול.איך בין דארטן געווען און גערעדט מיט עטליכע מלמדים, עס דערהייבט זיי שטארק און גיט זיי אסאך חיזוק.

אינטרעסאנט אז ס'איז נישט אינערגעץ באריכטעט געווארן קהילת מהרז"ל האט די וואך געגרינדעט אפעציעל א קרן מלמדים מען האט די וואך אויפגענומען א וועד בעלי בתים דערפאר לויט ווי איך האב געהערט איז עס כעת נאר פאר די מלמדים פון די וויליאמסבורגע מוסדות
ניס קראכער האט געשריבן:אינטרעסאנט אז ס'איז נישט אינערגעץ באריכטעט געווארן קהילת מהרז"ל האט די וואך געגרינדעט אפעציעל א קרן מלמדים מען האט די וואך אויפגענומען א וועד בעלי בתים דערפאר לויט ווי איך האב געהערט איז עס כעת נאר פאר די מלמדים פון די וויליאמסבורגע מוסדות
ווער זענען די חברי הועד?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]