נכרי בבית המדרש בשעת התפילה וקריה״ת - פאקן ספרים וכדו׳
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
נכרי בבית המדרש בשעת התפילה וקריה״ת - פאקן ספרים וכדו׳
עס איז מיר אויסגעקומען צו דאווענען לכבוד א שמחה אין א גאר היימיש חסידישן ביהמ״ד, ס׳איז מיר געווען א שטארקע וואונדער צו זעהן א זאך וואס איז עפעס ווילד פרעמד עכ״פ פאר מיר און וואלט געקענט באשטיין צו הערן וואס אנדערע האבן צו זאגען אין דעם נושא.
בשעת׳ן לייענען קומען אריין צוויי ערלים אין ביהמ״ד, דרייען זיך צווישען עולם און פאקן אפ די ספרים פון די טישען ווי מ׳גייט גרייטן די מזונות פאר די קידוש, נאכדעם ביי מוסף גרייטן די ערלים די קידוש און ריקען בענק און טישען. ווען בשעת מעשה זיצען יודען און הערן דאס לייענען און דאווענען אויף די פלעצער.
לדעתי איז דאס א געוואלדיגע שטער און א בזיון ביהמ״ד אז א ערל טמא דרייט זיך ארום צווישן די מתפללים אין אזא זמן, נאכדערצו אז דער ערל כאפט אן און טראגט די הייליגע ספרי קודש. (איך בין אלעמאל געווען געוואוינט אז דער שמש נעמט אפאר יונגלעך נאכן לייענען אפצורוימען די טישען און העלפן גרייטען די קידוש).

- שטאלצער יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2438
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm
רחש לבי האט געשריבן:עס איז מיר אויסגעקומען צו דאווענען לכבוד א שמחה אין א גאר היימיש חסידישן ביהמ״ד, ס׳איז מיר געווען א שטארקע וואונדער צו זעהן א זאך וואס איז עפעס ווילד פרעמד עכ״פ פאר מיר און וואלט געקענט באשטיין צו הערן וואס אנדערע האבן צו זאגען אין דעם נושא.
בשעת׳ן לייענען קומען אריין צוויי ערלים אין ביהמ״ד, דרייען זיך צווישען עולם און פאקן אפ די ספרים פון די טישען ווי מ׳גייט גרייטן די מזונות פאר די קידוש, נאכדעם ביי מוסף גרייטן די ערלים די קידוש און ריקען בענק און טישען. ווען בשעת מעשה זיצען יודען און הערן דאס לייענען און דאווענען אויף די פלעצער.
לדעתי איז דאס א געוואלדיגע שטער און א בזיון ביהמ״ד אז א ערל טמא דרייט זיך ארום צווישן די מתפללים אין אזא זמן, נאכדערצו אז דער ערל כאפט אן און טראגט די הייליגע ספרי קודש. (איך בין אלעמאל געווען געוואוינט אז דער שמש נעמט אפאר יונגלעך נאכן לייענען אפצורוימען די טישען און העלפן גרייטען די קידוש).
לאמיר צוטיילן די זאך אויף שטיקלעך.
ערלים זאלן פאקן די ספרים, ליידער א גרויסע בזיון, אבער האב מיר שוין געזעהן אזאנס אין פארשידענע בתי מדרשים, איך האב שוין אפילו מוחה געווען אמאל (אין א ביהמ"ד וואס מ'שפארט נישט קיין געלט, און וואלטן געמעגט צאלן אביסל מער אז א איד זאל עס טוהן), און עס האט ב"ה אויפגעטוהן. אבער אין אנדערע פלעצער גייט עס נאך אן. צומאל וועט דער גוי נישט פאקן אין די שאפעס, אבער צוזאמנעמען אויפן וואגן, און עס ברענגן צו די שענק וכו'. ווער רעדט נאך ביים פסח'יג מאכן, איז כמעט איבעראל די ערלים וועלכע פאקן ארויס, וואשן אפ, און לייגן צוריק די ספרים.
ערלים גרייטן אן די קידוש, אויך גאנץ א נייע ערשיינונג, אבער כ'מיין אז ביי יעדע אידישע שמחה כמעט, גרייטן די ערלים אן די סעודות, און עס מאכט זיך טאקע גענוג פראבלעמען מיט יין נסך ועוד, אבער אזוי טוט מען איבעראל (חוץ אפשר אין סקווירא, וויזניץ מאנסי ועוד וואס היימישע יונגעלייט סערווירן). נאר וואס דען, ביי א קידוש געווענליך פלעגט נישט אויספעלן קיין וועיטערס, מ'האט אריינגעברענגט די מזונות אין יי"ש און פערטיג. אבער זייט מ'האט אנגעהויבן געבן גאנצעטע סעודות ביי קידושים, זענען אויסגעוואקסן וועיטערס מיט שניפסלעך ביי יעדע צווייטע קידוש.
ערלים אין ביהמ"ד בשעת'ן דאווענען, זייער נישט בא'טעמ'ט, חוץ פון דעם וואס זיי ווייסן נישט פון קיין כבוד ביהמ"ד, כבוד התפלה, שמועסן און לאכן ארום הויך און שטערן דאס דאווענען, איז עס פשוט מיאוס ווען א גוי דרייט זיך אינמיטן די הייליגע תפלות. אבער דוכט זיך אז ביי פילע רבי'שע הויפן, וועלן די גוים שלעפן די ברענטשעס וכדו' אויב עס פעלט זיך אויס אינמיטן דאווענען. (ווער געדענקט דען נישט פנחס מיילעך מיט זיינע גוים...).
אלזא דא האבן זיך פשוט צאמגעטראפן אלעס צוזאמען, די ערלים דרייען זיך אין ביהמ"ד בשעת'ן דאווענען, פאקן די ספרים, און גרייטן אן די קידוש.
נו, מאי כל הרעש......?
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
ווערעצקי האט געשריבן:רחש לבי האט געשריבן:עס איז מיר אויסגעקומען צו דאווענען לכבוד א שמחה אין א גאר היימיש חסידישן ביהמ״ד, ס׳איז מיר געווען א שטארקע וואונדער צו זעהן א זאך וואס איז עפעס ווילד פרעמד עכ״פ פאר מיר און וואלט געקענט באשטיין צו הערן וואס אנדערע האבן צו זאגען אין דעם נושא.
בשעת׳ן לייענען קומען אריין צוויי ערלים אין ביהמ״ד, דרייען זיך צווישען עולם און פאקן אפ די ספרים פון די טישען ווי מ׳גייט גרייטן די מזונות פאר די קידוש, נאכדעם ביי מוסף גרייטן די ערלים די קידוש און ריקען בענק און טישען. ווען בשעת מעשה זיצען יודען און הערן דאס לייענען און דאווענען אויף די פלעצער.
לדעתי איז דאס א געוואלדיגע שטער און א בזיון ביהמ״ד אז א ערל טמא דרייט זיך ארום צווישן די מתפללים אין אזא זמן, נאכדערצו אז דער ערל כאפט אן און טראגט די הייליגע ספרי קודש. (איך בין אלעמאל געווען געוואוינט אז דער שמש נעמט אפאר יונגלעך נאכן לייענען אפצורוימען די טישען און העלפן גרייטען די קידוש).
לאמיר צוטיילן די זאך אויף שטיקלעך.
ערלים זאלן פאקן די ספרים, ליידער א גרויסע בזיון, אבער האב מיר שוין געזעהן אזאנס אין פארשידענע בתי מדרשים, איך האב שוין אפילו מוחה געווען אמאל (אין א ביהמ"ד וואס מ'שפארט נישט קיין געלט, און וואלטן געמעגט צאלן אביסל מער אז א איד זאל עס טוהן), און עס האט ב"ה אויפגעטוהן. אבער אין אנדערע פלעצער גייט עס נאך אן. צומאל וועט דער גוי נישט פאקן אין די שאפעס, אבער צוזאמנעמען אויפן וואגן, און עס ברענגן צו די שענק וכו'. ווער רעדט נאך ביים פסח'יג מאכן, איז כמעט איבעראל די ערלים וועלכע פאקן ארויס, וואשן אפ, און לייגן צוריק די ספרים.
ערלים גרייטן אן די קידוש, אויך גאנץ א נייע ערשיינונג, אבער כ'מיין אז ביי יעדע אידישע שמחה כמעט, גרייטן די ערלים אן די סעודות, און עס מאכט זיך טאקע גענוג פראבלעמען מיט יין נסך ועוד, אבער אזוי טוט מען איבעראל (חוץ אפשר אין סקווירא, וויזניץ מאנסי ועוד וואס היימישע יונגעלייט סערווירן). נאר וואס דען, ביי א קידוש געווענליך פלעגט נישט אויספעלן קיין וועיטערס, מ'האט אריינגעברענגט די מזונות אין יי"ש און פערטיג. אבער זייט מ'האט אנגעהויבן געבן גאנצעטע סעודות ביי קידושים, זענען אויסגעוואקסן וועיטערס מיט שניפסלעך ביי יעדע צווייטע קידוש.
ערלים אין ביהמ"ד בשעת'ן דאווענען, זייער נישט בא'טעמ'ט, חוץ פון דעם וואס זיי ווייסן נישט פון קיין כבוד ביהמ"ד, כבוד התפלה, שמועסן און לאכן ארום הויך און שטערן דאס דאווענען, איז עס פשוט מיאוס ווען א גוי דרייט זיך אינמיטן די הייליגע תפלות. אבער דוכט זיך אז ביי פילע רבי'שע הויפן, וועלן די גוים שלעפן די ברענטשעס וכדו' אויב עס פעלט זיך אויס אינמיטן דאווענען. (ווער געדענקט דען נישט פנחס מיילעך מיט זיינע גוים...).
אלזא דא האבן זיך פשוט צאמגעטראפן אלעס צוזאמען, די ערלים דרייען זיך אין ביהמ"ד בשעת'ן דאווענען, פאקן די ספרים, און גרייטן אן די קידוש.
נו, מאי כל הרעש......?
זייער שיין צונומען ווערעצקי, ס׳איז באמת נאר צוויי פראבלעמען ווייל דאס אז די ערלים גרייטן א שמחה וואס איז נישט אין ביהמ״ד בשעת התפילה איז לכאורה ווי ארויסגעברענגט נישט קיין פראבלעם. נאר דאס זיך דרייען און גרייטן אין ביהמ״ד צווישען יודן וואס האלטן אינמיטן שופך שיח זיין פארן בורא עולם איז א געוואלדיגע שטער און בזיון ביהמ״ד. (דאס אז מ׳טוט דאס אין רבי׳שע חצירות דארף א עקסטערע אפהאנדלונג און ס׳איז נישט אינגאנצן דאס זעלבע)
עקסטרע, דאס אנרירען און פאקן ספרים איז א געוואלדיגע בזיון לכשעצמו וואס טאר זיכער נישט פאסירען, און איך קען נישט גלייבן אז ס׳איז דא בתי מדרשים ווי א ערל פאקט אפיציעל די ספרים. (פסח מאכן איז א שווערערע ארבייט אין א פארנומענע זמן, וואס מ׳קען אפשר פארשטיין)
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
אין אמת'ן ווען וועלט געוועזן וועלט וואלט ווען דער שמש געדארפט פארקויפן די זכי' פון אויסזויבערן דעם בית מקדש מעט פאר דעם וואס צאהלט דאס מערסטע.
נאר, איז אבער דאס קעפל נישט אויפן פלאץ אין די היינטיגע פאריאגטע פערפלאגטע וועלט.

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
farshlufen האט געשריבן:אין אמת'ן ווען וועלט געוועזן וועלט וואלט ווען דער שמש געדארפט פארקויפן די זכי' פון אויסזויבערן דעם בית מקדש מעט פאר דעם וואס צאהלט דאס מערסטע.
נאר, איז אבער דאס קעפל נישט אויפן פלאץ אין די היינטיגע פאריאגטע פערפלאגטע וועלט.
נו אפשר זאל שוין דער ערל זיין דער אפיציעלער שמש אויפן באלעמער אין די היינטיגע פאריאגטע פערפלאגטע וועלט?
-
- שר מאה
- תגובות: 239
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2010 1:59 pm
- ניס קראכער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8852
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
איך קען ליידער אויך א בעל ביתישע ביהמ"ד מיט גרויסע לומדים און שיסן אויס געלט פאר יעדע שטיס און דער ערל איז דער עמטליכער פאקער און דרייט זיך ארום אגאנצן צייט און נעמט אוועק יעדע צוגעמאכטע ספר כדי די לומדים זאלן האבן הרחבות הדעת...
א שרעקליכע בזיון בעיני
א שרעקליכע בזיון בעיני
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
ניס קראכער האט געשריבן:ווער פלעגט אלע יארן צוזאמנעמען די ספרים אין ביהמ"ד ראדני/ קר"י גרייט צו מאכן פאר של"ש?
של"ש האסטו נישט קיין אנדערע ברירה אין די ריזיגע בתי מדרשים
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
רחש לבי האט געשריבן:סגל האט געשריבן:אמאל געהערט בשם א חשוב'ע דיין שליט"א אז שבת נאכמיטאג זאל ענדערש א גוי פאקן, אלס שאלה פון בורר
ווען מ'גרייט פאר א קידוש בדרך כלל פאקט מען נישט אוועק אין א סדר, מ'לייגט נאר אלעס אויף א צווייטע פלאץ piled up ממילא איז נישט שייך קיין בורר.
דערפאר האב איך טאקע געשריבן "שבת נאכמיטאג"
דעמאלטס איז אויך גרינגער ווייל די ביהמ"ד איז ליידיג
שויתי ה' לנגדי תמיד
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- שטאלצער יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2438
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm
- גולם פון פראג
- שר חמש מאות
- תגובות: 601
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm
די פראבלעם מיט אזוינע זאכען איז אז א אויבער חכם קימט שטענדיג מיט די אלטע קשיות: ווי שטייט עס????
יא ס'שטייט טאקע נישט אין שו"ע אז א גוי מעג נישט אנכאפען א הייליגע חתם סופר צו א הייליגע דברי יואל צו א הייליגע עבודת עבודה, אבער יעדע וואס האט אביסעל אידישליך געפיל ברויך אליינס פארשטיין אז דאס בלאנגט נישט.
מענין לענין, איז כדאי טאקע מעורר צו זיין אויף די אכילה גסה וואס מזעמיר ביי קדישים, מענטשען עסען זיך אן און שיכור'ן זיך אן און מגייט אהים און מלאזט די ווייב'ס טשאלענט פארשעמט, וכדי בזיון וקצף
יא ס'שטייט טאקע נישט אין שו"ע אז א גוי מעג נישט אנכאפען א הייליגע חתם סופר צו א הייליגע דברי יואל צו א הייליגע עבודת עבודה, אבער יעדע וואס האט אביסעל אידישליך געפיל ברויך אליינס פארשטיין אז דאס בלאנגט נישט.
מענין לענין, איז כדאי טאקע מעורר צו זיין אויף די אכילה גסה וואס מזעמיר ביי קדישים, מענטשען עסען זיך אן און שיכור'ן זיך אן און מגייט אהים און מלאזט די ווייב'ס טשאלענט פארשעמט, וכדי בזיון וקצף
- גולם פון פראג
- שר חמש מאות
- תגובות: 601
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm
אדער יא האט געשריבן:"וואס מזעמיר"
נישט אלעס דארף מען זעהן, אז מ'זעהט האט מען וואס מעורר צו זיין
(כ'מיין גארנישט)
יאך ווייס נישט ווי אזוי איז דער מנהג אין טעגלאש, אבער דאהי ווערען די קדישים ווערען נישט געמאכט אין עפעס א וואלד, נאר אינמיטען שוהל שבת צופרי, און רוב מאל הייבט זיך עס אן אינמיטען דאווענען (קוה און שיר הכבוד איז א חלק פון דאווענען אין מיין סידור), אפילו איך זאל צומאכען די אויגען קען מען זיך נישט פארהוילען פון די זאפטיגע גערוכען
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
גולם פון פראג האט געשריבן:די פראבלעם מיט אזוינע זאכען איז אז א אויבער חכם קימט שטענדיג מיט די אלטע קשיות: ווי שטייט עס????
יא ס'שטייט טאקע נישט אין שו"ע אז א גוי מעג נישט אנכאפען א הייליגע חתם סופר צו א הייליגע דברי יואל צו א הייליגע עבודת עבודה, אבער יעדע וואס האט אביסעל אידישליך געפיל ברויך אליינס פארשטיין אז דאס בלאנגט נישט.
מענין לענין, איז כדאי טאקע מעורר צו זיין אויף די אכילה גסה וואס מזעמיר ביי קדישים, מענטשען עסען זיך אן און שיכור'ן זיך אן און מגייט אהים און מלאזט די ווייב'ס טשאלענט פארשעמט, וכדי בזיון וקצף
גאר שטארקע און אמת'ע דיבורים
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
סגל האט געשריבן:אמאל געהערט בשם א חשוב'ע דיין שליט"א אז שבת נאכמיטאג זאל ענדערש א גוי פאקן, אלס שאלה פון בורר
איך מיין אז פלוני׳ס דיין האלט אז מען זאל לייגען אלע ספרים אויף איין טיש נארמאל מסודר נישט מיט א בזיון
אין מוצאי שבת זאל דער פאקער עס לייגען אין שאפער אזוי ווי ייעדער טאג
פארוואס דארף מען בכלל פאקען אין שבת צי נעמען א גוי
די שאלה איז נאר וואס מ'טוט מיט די חומשים, וואס מ'איז דאך מקפיד נישט צו לייגן אונטער אנדערע ספרים, ווערט א שאלה פון בורר, סתם אזוי דורך א גוי איז אויך נישט כמעשה, ווייל ער וועט דאך אזוי טוהן, איז דא די עצה וואס איינער האט שוין פריער געשריבן מיט סטיקערס וכדו', וואס דאן האט מען געלעזט אלע פראבלעמן, בורר דורך א גוי, און ער לייגט אלעס אויפ'ן ריכטיגן פלאץ בכבוד הראוי.
שויתי ה' לנגדי תמיד
דער גוי אין בעלז איז געווען יום כיפור ביי נעילה צו אנצינדן לעכט. נישט קיין עמטליכע זאך.
ווען עס איז נכרי בביהמ"ד... פאקן ספרים...