מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

איז אין אנדערע ווערטער דארף ליגן אינעם מענטשן'ס כח זיך איבערצודרייען פון F צו T, און דאס איז וואס שטערט מיר שוין לאנג, 'מח שליט על הלב' איז א מדריגה וואס איז ניתן לקנין, אויב אזוי ווי קענסטו זאגן אויף א מענטש אז ער איז א T אדער F?! פארוואס זאל נישט א מענטש זיך קענען צוגעוואונען אז ער "טראכט" גוט אריין אין וואס ער טוט, ער געוואוינט זיך צו צו לעבן מיט מחשבה, און גייט נישט אחר שרירות לבו? און דאס איז אויך וואס מאכט מיר ספק'נען אז אפשר בעצם בין איך יא א F נאר מיט די יארן האט זיך דעוועלאפט מער די T חלק.

קען יעדע ENFP ווערן א ENTP? דער מציאות ווייזט נישט אזוי, אבער אפשר דאך. עס איז זיכער אז געוויסע מענטשן זענען בטבע מער F אבער קען זיין אז ער קען זיך טוישן, און דאס איז וואס איז אנדערש ווי אניאגראם, וואס איך זעה נישט קיין וועג אויף א טויש. איך קען למשל א E?FP איינער וואס איז בעצם זייער שטארקע P, אויסטערליש, ער קען מיר אנקאלן פרעגן יעדע מין שטות, "יא אדער נישט?.." און: "ביזט זיכער?..." וכו', אבער אסאך מאל ווען ער ווערט אזוי פרוסטרירט פון זיינע ספיקות, פירט ער זיך אויף ווי אזא מין J 'אז נאר' (ק: נשמה), ער נעמט זיך טוען זאכן אזוי מין פון איין מינוט אויפן צווייטן, וכו', און איך בין זיכער אז ווען די גייסט אים זעהן אין יענע מינוט, גייסטו גראד פסק'נען J אן קיין ספיקות.

בקיצור עס קוקט אויס אז זאכן זענען נישט אזוי פשוט, עס קען זיך טוישן לויט די הארעוואניע און אומשטענדן, 'נשמה' גייט זיכער נישט מסכים זיי מיט מיר, זייער פיין, איך וויל נאר פארשטיין פארוואס.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

לייג אוועק בריג'ס פאר א מינוט, דו האסט זיך אריינגעלאזט אין די שאלה פון בחירה,
יעדער איד האט זיך זיינע אייגענארטיגע נסיונות, ריכטיג? איך גלייב אז דאס איז אלף בית פאר א יוד.

יעצט ווען די ליינסט בריגס אדער עניאגראם וואס האט זיך געטוישט? דער F האט זיינע נסיונות און דער T האט זיינע נסיונות, לענ''ד איז פשוט אז עס איז פארהאן מענטשן וואס זענען בטבעם לייכטערהייט משליט זייער מח אויפ'ן לב, בעת אנדערע דארפן זיך מוטשען נאכאנאנד דערויף, ער וועט זיין גאנץ לעבן דארפן פירן א מלחמה, וכתב התניא בזה דברים לחזק די אידן וואס דארפן פירן נאכאנאנדע מלחמות.

אזוי איז מיט אלע ענינים אין אידישקייט, פארהאן מענטשן וואס זענען מער תמימות'דיג בטבעם, זיי וועלן נאטורליך האבן מער יראת שמים, בעת אנדערע זענען מטבעם די היפוך פון תמימות, פארהאן רופי חסד בטבע, מתמידים בטבע, וכו'

איך זע נישט פארוואס בריגס זאל שטעלן א באזינדערע פראגע
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

פארקערט, איך באקום נישט קיין קושיא פון בריגס, איך פרעג 'אויף' בריגס. און מיט דעם וואס ער איז אנדערש ווי אניגראם.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

און שוין.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

יא, ער שיקט מיר אן התראה אינימעיל אריין, שלעפ איך מיר אהער מיט ס'גאנצע פריייד אז עמיצער האט זיך שוין 'דערבארימט' אויף אונז, ס'קומען גוטע צייטן,

און שוין.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

ENFP, קוק אויף די וועלט ארום, און זינג דעם פאלגנדן ניגון, עסטע פארשטיין די Si טייפס.

איך לאז זאכן אזוי ווי עס איז... איך שאץ נישט זייער וועליו... איך בין עס נישט מסדר לויט לאגיק... נאר, איך וויל... עס שפירן, ווי איך האב עס אלעמאל געשפירט... איך וויל, עס שפירן, ווי איך האב עס אלעמאל געשפירט... עס שפירן, ווי איך האב עס אלעמאל געשפירט...

איך פרוביר נישט צו וויסן... איך וויל נישט וויסן וויאזוי צו רילעטן... איך וויל נישט פארשטיין... איך וויל נישט נעמען אנטייל... נאר, איך וויל... עס שפירן, ווי איך האב עס אלעמאל געשפירט... עס שפירן, ווי איך האב עס אלעמאל געשפירט... עס שפירן, ווי איך האב עס אלעמאל געשפירט...

ס'דא ווער צוטיילט די פונקציעס אין דריי שטאפלן. לאמיר עס מסביר זיין די מערסטע וואס איך פארשטיי יעצט. קודם איז ער מסביר וויאזוי Se ארבעט.

Se. 1) engaging 2) experiencing 3) enjoying

די ערשטע רגע ווען דער Se זעהט די אביעקט, וויל ער עס מער אריינעמען צו זיך. דאס מיינט Engaging. ער ברענגט נענטער דעם אביעקט צו זיך. לאמיר זיך פארשטעלן א Se וואס וויל לערנען א גמ'. די ערשטע רגע ווען ער זעהט די גמ', מאכט ער עס מער ! וואס הייסט ער מאכט עס מער ? ער ציהט עס צו זיך. ער מאכט מער זיין רצון דערצו. ער איז מער מהרהר דערין. דאס מיינט Engaging. ער זאגט עס 'האלאו'. ער ברענגט עס צו זיך. ער נעמט עס אריין צו זיך.

דאס קענסטו זעהן אויף איינעם וואס טוט יעצט Se. ער Engaged די זאך. דו זעהסט אים אנגאזשירן. א Enfj קענסטו אויך זעהן ווי ער Engaged. ווייל ער האט עס די דריטע.

די צווייטע שטאפל וואס קומט נאך Engaging איז 'עקספיריענסינג'. דאס מיינט אז דער Se ווייל ער 'ענגעדשד' ; דורך דעם, עקספיריענסד ער עס. און דערנאך קומט Enjoying. ער איז זיך מחבר דערמיט. ער האט תענוג דערפון. און דאס איז די וועג צו האבן תענוג אין עבודת השי"ת. מ'דארף עס ענגעדשן. זיך מחבר זיין דערמיט.

יעצט עמער פארשטיין דעם Si.

Si. 1) implementing 2) verifying 3) accounting

די ערשטע זאך ווען דער Si וואקט אריין - צום ביישפיהל - אין ביהמ"ד, טראכט ער: וואו דא אין ביהמ"ד קען איך טרעפן עלעמענטן וואס וועלן מיך מאכן שפירן דאס וואס איך שפיר געווענליך, און אלעמאל, מאז ומקדם. דאס מיינט Implementing, ס'מיינט אזוי ווי (לויט ווי איך פארשטיי יעצט...) 'איינפלאנצן'. ער זוכט "ווי קען איך מאכן אז איך זאל דא יעצט שפירן דאס וואס איך שפיר אלעמאל. ס'זאל זיך מיר שפירן די זעלבע."

דאס קענסטו זעהן אויף א Si. ער וויל שפירן דאס וואס ער שפירט אלעמאל. ער וויל שפירן די זעלבע זאך יעדן טאג. ער בויט אויף - אין זיך - א וועג פון שפירן די וועלט וואס איז די זעלבע זאך. די רגע ער וויל איינפלאנצן, די רגע ער פרובירט: "אה, איך מיין אז איך האב געטראפן א געוויסע שפיר" קומט Verifying. דאס מיינט: "איז דאס וויאזוי איך פלעג אלעמאל שפירן?.." ער 'וועריפייד'...

לאמיר זאגן א Si ביים סדר נאכט: די ערשטע שטאפל איז: Implementing. "איך וויל שפירן אזוי ווי איך האב אלעמאל געשפירט..." איך וויל 'איינפלאנצן' די שפיר וואס איך האב אלעמאל געשפירט. די שטאפל נאכדעם איז: "איז דער שפיר וואס איך שפיר יעצט, טאקע אזוי ווי איך פלעג אלעמאל שפירן..." דאס מיינט Verifying. "שפירט זיך טאקע דער ניגון וואס איך זינג יעצט, אזוי ווי עס האט זיך מיר אלעמאל געשפירט ווען איך פלעג עס זינגען?... אויב נישט וויאזוי קען איך מאכן אז ס'זאל זיך מיר שפירן אזוי ווי איך פלעג עס אלעמאל שפירן... ווייל נאר אזוי שפיר איך אז איך זינג... אז איך לעב... נאכדעם קומט: Accounting. "יא, דאס איז וויאזוי איך האב אלעמאל געשפירט..." "אזוי האט זיך עס געשפירט אלע יארן. יעצט שפיר איך אז איך לעב..." און דאס טוט ער אגאנצן צייט, ווען ער נוצט Si.

און יעצט Ne.

Ne. 1) entertaining 2) envisioning 3) enabling

די ערשטע שטאפל פון א Ne איז: "איז דאס אן איידיע פאר א שיינע משלוח מנות?..." דאס מיינט Entertaining. ער נעמט די 'איידיע' פון 'מרדכי הצדיק אויפן פערד', און ער וויל עס צאמשטעלן מיט די 'איידיע' פון געוויסע פארום פון קוקיס וכו'.

דאס קענסטו זעהן ווען איינער טוט די פונקציע פון Ne. דו זעהסט ווי ער וויל צאמשטעלן אין זיין דמיון צוויי זאכן. און נאכדעם קומט Envisioning. דאס מיינט: דער NE איז זיך מדמה אין קאפ, וויאזוי ס'דארף אויסזעהן אזא צאמשטעל. און נאכדעם קומט: Enabling. "ער וויל עס טון די מערסטע שייך אויף למעשה..."

צום ביישפיהל א חידוש אין די תירוץ פון בית יוספ'ס קשיא. די ערשטע זאך איז: "וואלט געווען א גוטע צאמשטעל די סוגיא פון 'קלוטה כמי שהונחה דמיא' מיט פארוואס מ'צינד אן דייקא אכט טעג ? לאמיר זעהן... דאס מיינט Entertaining. ער שטעלט עס צאם אין זיין דמיון. נאכדעם קומט Envisioning. ער שטעלט עס צאם אין דמיון, און זעהט צו מ'קען עס טאקע צאמשטעלן... און נאכדעם קומט Enabling. יא! ס'שטומט! מ'קען אזוי פארענטפערן בית יוספ'ס קשיא. אדער "יא, דער בארד וואלט מען געקענט אזוי און אזוי ארויפדרייען..."

Ni. 1) imagining 2) knowing 3) divining

די ערשטע שטאפל פון Ni איז, Imagining. דאס מיינט אז דער Ni ווען ער וויל וויסן עפעס, ער וויל 'ארויסהאבן', איז די ערשטע שטאפל אז ס'קומט אריין אין זיין באוואוסטזיין 'א צאמגעשטעלטער בילד פונעם גאנצן מצב'.

דאס איז וואס דו זעהסט ווען איינער טוט די פונקציע פון Ni. דו זעהסט ווי ער איז פארנומען צו פראצעסירן א בילד פונעם מצב. (מ'זעהט ווי ער שטעלט זיך אפ. זיינע אויגן דעקלעך גייען אראפ האלב. ווי איינער וואס באקומט א בילד פון טיף אינעווייניג אין זיך. א "נבואה"... ) נאכדעם קומט Knowing, דאס מיינט אז דורכדעם ווייסט ער וואס די מצב איז. נאכדעם קומט Divining. איך מיין אז Divining מיינט ער: "ארויסהאבן..." עס אפטיילן פון אלעם וואס מ'ווייסט אנדערש.

Te. 1) regulating 2) planning 3) enforcing

די ערשטע זאך פון א Te איז רעגולירן. דאס איז וואס דו זעהסט אויף אים. דאס איז וואס דו זעהסט ווען איינער נוצט Te. איך וועל נוצן א ביישפיהל פון א Te וואס זעהט א ספרים שאנק מיט אסאך ספרים. די אויסשטעל פון ספרים אין א ספרים שאנק, האט אין זיך א לאגיק. ס'קען האבן אין זיך א שיינקייט. אזוי ווי יענער וואס קויפט א ברוינע סידור, ווייל ער וויל עס לייגן נעבן די ברוינע ספרים זיינע. אבער ס'האט אין זיך א לאגיק. א גמ' קומט ביי גמ'. הלכה קומט ביי הלכה. שונות ביי שונות. א Te זעהט די לאגיק פון די דרויסנדיגע וועלט. יעצט, די רעגולעשאן פון וואס ער רעדט איז: ס'קומט אים ארויף א רצון צו מסדר זיין - אין אונזער ביישפיהל - אלע ספרים לויט א לאגישע סדר. ס'דא מענטשן וואס האבן ליב מסדר זיין די ספרים צוליב 'שיינקייט' ; וועליו. איך רעד ווען איינער איז דאס מסדר אז ס'זאל שטומען מיט לאגיק. צעווארפנקייט שטערט פאר לאגיק. לאגיק פארשטייט אז אזאך דארף האבן א סדר. און אז מ'איז א Te וויל מען מאכן סדר.

נאכדעם - ביי אונזער ביישפיהל - פלאנירט ער וויאזוי צו מסדר זיין די ספרים. אבער די ערשטע זאך איז: מאכן סדר. פון דעם קומט די רצון צו מאכן געזעצן. לאגיק. די צווייטע שטאפל איז: פלאנירן. און נאכדעם איז עס טון אויף למעשה. די Te זענען גוטע שמשים אין ביהמ"ד. זיי הייסן. א Fe האט אויך ליב צו מסדר זיין. אבער דאס האט מיט עפעס אנדערש. איך רעד פון מסדר זיין לויט לאגיק. ווען דו קומסט אריין צו א ISTJ אין ספרים שטוב. זעהסטו נישט אז די ספרים זענען אויסגעשטעלט 'שיין'. דו זעהסט עס נישט 'שיין'. דו זעהסט די 'לאגישע' אויסשטעל דערפון. (כך נראה לי השתא...)

Ti. 1) naming 2) defining 3) understanding

די ערשטע שטאפל פון Ti איז naming. צום ביישפיהל: וואס איז די ווארט פון תשובה טון ? געמער א ווארט... 'צוריקקומען'. די ווארט איז: צוריקקומען צום אייבערשטן. ער נעמט צאם אלעס וואס ער ווייסט וועגן א געוויסע נושא. צום ביישפיהל: וואס איז די גדר פון א... געמער א ווארט... ניין, דעס איז נישט די ווארט. געמער א בעסערע ווארט. די ווארט איז... דאס מיינט ער ביי Naming. מיט דעם Naming. איך וואלט עס גערופן 'מגדיר' זיין. מ'זעהט ר' שרגא פליישמאן נ"י איז אלעמאל 'מגדיר'. ער לייגט ארום א גדר, אז ער זאל עס קענען ארויסהאבן פון אלע איבעריגע דאטא...

דאס איז וואס דו זעהסט אויף א Ti. ער איז מגדיר. געמער די ווארט פאר דעם. לייג מיר אראפ א "זיבענער" אין איין ווארט... לייג מיר אראפ דעם בחור אין איין ווארט... נאכדעם קומט Defining. ווייל מיט דעם האט ער עס ארויס. נאכדעם קומט Understanding. דאס איז וואס Ti טוט אגאנצן צייט. געמער א ווארט אויף דעם...

Fe. 1) validating 2) affirming 3) relating

די ערשטע שטאפל (די מערסטע וואס איך פארשטיי יעצט) איז: Validating. דער Fe זעהט א מענטש... ער טראכט. "פילט דער מענטש דאס און דאס ?..." דאס איז וואס דער Fe טוט. ער וואלידעט די אייגענע געפילן אז דאס איז יעצט יענעמ'ס געפילן. "איז דאס וואס דו שפירסט..." ער טוט עס ווייל ער וויל רילעטן צו דעם מענטש לויט וויאזוי יענער פילט. ער איז נישט קיין אויבערפלעכליכער אחד בפה ואחד בלב. ער וויל זיך מייחס זיין צו יענעמ'ס געפילן. "איך קען נישט פילן אזוי און אזוי, ווען יענער פילט אזוי און אזוי..."

נאכדעם קומט Affirming. יא, ער פילט דאס און דאס. נאכדעם קומט די יחס. דערפאר האט א Fe זייער נישט ליב, ווען ער זעהט אז יענער האט אים נישט צוריק ליב. טראכט אריין, איך קום דא זעהן וואס דו פיהלסט, און איך זעה אז דו פילסט אז דו האסט מיך נישט ליב. היש לך צער גדול מזה ?


Fi. 1) judging 2) appraising 3) establishing the value

די ערשטע שטאפל פון Fi איז: Judging. "ווי שטארק האב איך ליב די זאך וואס איך זעה..." דאס איז וואס דו זעהסט אויף א Fi. ער דשאדשד ווי שטארק ער האט ליב די 'מצב'. נישט נאר די מענטשן. די גאנצע מצב. נאכדעם קומט 'אפשאצן'. א מענטש קען נישט אפשאצן די 'וועליו' וואס ער געט צו אזאך, נאר אויב ער דשאדשט קודם די זאך. נאכדעם קומט אוועקשטעלן די וועליו פון די זאך.

והשם הטוב יעזור על דבר כבוד שמו מעתה ועד עולם שלא יצא שום מכשול מתחת ידי חלילה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

ס'דא TE און עס איז דא Ti.

Ni איז וואס געט די כראנאלאגישער סדר צו א זאך.

איך מיין אז אויב מ'האט Ti אלץ די ערשטע, צווייטע, דריטע, און אויך פערטע. איז ענדערש צו לערנען מיט Ti ווי איידער מיט Te. אויב מ'האט Te אלץ די ערשטע, צווייטע, דריטע, אדער פערטע, איז ענדערש צו לערנען מיט Te.

לאמיר נעמען א משנה פון אלו דברים שאין להם שיעור הפאה והביכורים והראיון וגמילות חסדים ותלמוד תורה. טראכט איך אזוי. דער Ti, ער וויל ארויסהאבן וואס איז דאס 'פאה', וואס איז דאס 'ביכורים', וואס איז דאס 'הראיון', און וואס איז די גדר פון 'גמילת חסדים', און וואס מיינט 'אין להם שיעור'. ווידעראום דער Te, ער וויל מער ארויסהאבן די לאגישקייט פון די זאך. פארוואס האבן די זאכן 'פיאה און ביכורים און ראיון און גמילות חסדים וכו', נישט קיין שיעור. נישט פארוואס דער אייבערשטער האט געזאגט אז זיי האבן נישט קיין שיעור, נישט וואס עס איז די טעם פארוואס זיי האבן נישט קיין שיעור? נאר די קשיא וואס ער וויל פארשטיין איז "וואס הייסט ביכורים האט נישט קיין שיעור ?" וואס מיינט פיאה האט נישט קיין שיעור ? וואס מיינט ס'האט נישט קיין שיעור ?

אנדערש ביי א Ti וואס ער לערנט מער: "וואס איז דאס פיאה, וואס איז דאס ביכורים און אזוי ווייטער. ביידע קענען באשטיין צו לערנען די 'הגדרה' און ביידע ווילן וויסן וואס ס'מיינט אז ס'האט נישט קיין שיעור. אבער איינער וועט מער טון אין 'הגדרה' און ער וועט מער לערנען אויף דעם אופן. און איינער וועט מער טון אין די לאגישער אויסשטעל. אז ס'זאל מאכן לאגיש סענס.

איך האלט אז למשל א ENFP וואס פארשטייט נישט לערנען, ווייל זיין Te איז די דריטע פונקציע, זאל מער נוצן צו פארשטיין אז ס'זאל מאכן לאגיש סענס וואס ער לערנט. משא"כ א ISFJ וואס פארשטייט נישט לערנען ווייל זיין Ti איז די דריטע, ער זאל מער נוצן די ענין פון 'הגדרה'. אזוי טראכט איך יעצט.

שוין והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אן Ni לערנט אזוי: (לויט ווי איך טראכט...) יציאות השבת שתים שהן ארבע... וועט ער אנהייבן מיט: עס שטייט אין פסוק אזוי און אזוי, וכו'. ער שטעלט דיך אוועק דעם גאנצן בילד. איך מיין אז דאס איז וואס ר' שרגא רופט אין זיין 'לימודים לדעת' תמונה מחשבתית. די Ni פונקציע האט ארויס דעם גאנצן זאך. זיי האבן ליב צו מסדר זיין אין קאפ.

א ENFP האט א היפש פאטענציאל זיך צו פלאגן צו פארשטיין לערנען, און אויך אויסהערן א שיעור. ווייל זיין TE איז די דריטע באנוצטע פונקציע. ווען ס'וואלט געווען די פערטע וואלט אים געווען גרינגער. אזוי ארבעט עס.

לאמיר זעהן: די NE פונקציע האט סתם ליב צו זעהן די רמזים: אויב מ'זאל לערנען אזוי אין חדר: אור לארבעה עשר, 'אור' מיינט די 'לעכטיגקייט' און 'ארבעה עשר' מיינט 'די בר מצוה', אז ס'קומט אראפ א לעכטיגקייט ווען מ'ווערט דרייצן און מ'גייט אריין אין די פערצנטע יאר. וועט עס א ENFP זייער גוט פארשטיין, ווייל ער דארף נישט נוצן 'לאגיק'. ער דארף נישט אריינברענגען זיין TE אין באנוץ. בלויז NE. ער וועט זיך מחי' זיין.

די Fi פונקציע וואס דער ENFP נוצט די צווייטע, האט זייער ליב צו באטראכטן די שיינע פרעם ארום דעם 'אור' לארבעה עשר בודקין את החמץ... אבער דאס מאכט אים נישט 'פארשטיין'. Fe האט סתם אזוי ליב צו שמועסן. צו קען מען פארשטיין לערנען אן נוצן 'לאגיק' ? וועלכע פונקציע נוצט 'לאגיק' ? נאר Ti אדער Te.

אויב מען זעהט אז INFJ פארשטייט לערנען, מוז זיין אז ער נוצט זיין דריטע פונקציע פון Ti. דערפאר האט ער זייער גוט ארויס דעם תמונה מחשבתית, ווייל ער איז אנהייב א Ni. די אנהייב פון אן הלכה. וואו הייבט זיך אן בכלל די ענין פון שבת, און וואו בפרטיות די ענין פון 'הוצאה'. א ENFP וועט נישט אזוי הנאה פון כראנאלאגיע. ער וועט עס אבער טון. אבער ער זוכט דעם Ne טשארדש.

היינט קומען ארויס זייער אסאך פירושים. ס'דא פירושים וואס נוצן אסאך Ni. דאס מיינט אז זיי שטעלן דיר אראפ על זה הדרך, למשל ביי 'פיגול' ? וואו הייבט זיך אן די ענין פון 'פיגול' ? וואו אלץ רעדט די תורה פון 'פיגול' ? א ENFP האט א שטארקער פאטענציאל צו מיינען אז 'פיגול' און 'נותר' זענען די זעלבע זאך. ווייל ער נוצט בכלל נישט קיין Ti. און און אויך נוצט ער נישט Ni. ער נוצט Ne. יעדער האט ליב הגדרה, יעדער האט ליב כראנאלאגיע, איך רעד פון: עס נוצן גרינג און נאטורליך און שטענדיג.

ס'ווענט זיך ווער עס מאכט דעם פירוש. אויב איז ער א Ni וועט ער נוצן מער און בעיקר די כראנאלאגיע פון די פנים, צו מסביר זיין. אויב איז ער א Ti וועט ער נוצן מער די ענין פון 'הגדרה'. אויב דו הערסט ווי איינער זאגט דיר: איך האב ליב ענדערש דעם און דעם פירוש, ענדערש ווי דעם פירוש, קוק אויף זיינע פונקציעס, זייער מעגליך אז ער איז א TE און די פירוש איז געשריבן דורך א Ti. איך רעד פון היינטיגע פירושים.

לערן פאר פאר א ENFP די ווארט 'פיגול' 'נותר' חוץ לזמנו, חוץ למקומו, ער גייט דארפן צייט, דאס צו כאפן. נאכדערצו ווען ער איז יונג. און זיין TE איז ווייניג אנטוויקלט. לערן פאר די רמזים אויף 'השוכן אתם בתוך טומאותם'... וועט ער עס פארשטיין זייער גוט... זיין TE איז פשוט די דריטע. ניטאמאל האט ער גרינג צוטריט צו די Te ווער רעדט פון Ti, וואס איז זיין זיבעטע פונקציע. ווען איינער שרייט אים אן, וועט זיך עס אנהייבן נוצן.

א ISFP וועט זיך די מערסטע פלאגן אויף לערנען ? מוז נישט זיין. ווייל די פערטע פונקציע ווערט אויף עפעס א וועג למעשה באנוצט. דאס מיינט, אז ENFP האט מער פאטענציאל נישט צו פארשטיין לערנען ווי א INFP.

אין טעאריע, און געב א קוק צו ס'ארבעט אויף למעשה. אויב א קינד פארשטייט נישט וואס דו לערנסט אים פאר, וואלט געווען א גוטע עצה צו כאפן וועכע פונקציע ער דארף נוצן. איז עס TE אדער Ti. פרוביר אויס, וואס כאפט אים ?

לאמיר זעהן: קען א ENFP אויסלערנען זיין INFP קינד ? נאר אויב ער אליין האט ארויס די גמ' מיט זיין TE. דאס INFP קינד נוצט אלץ די פערטע פונקציע TE. קען א INTP אויסלערנען א INFP לערנען ? ס'וועט זיין פאר אים צו טיף. אויסמוטשענד. איך טראכט נאר. ווייל Ti איז די אכטע פונקציע.

נאך אפאר זאכן: ESFP האבן ליב מער Concrete Examples וואס ער קען כאילו זעהן מיט זיינע פינף חושים, ווייל די צווייטע ביי אים איז SE.

שוין. והשם הטוב יעזור.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דאנערשטאג מאי 02, 2019 5:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

נשמה האט געשריבן:בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

איך מיין אז אויב מ'האט Ti אלץ די ערשטע, צווייטע, דריטע, און אויך פערטע. איז ענדערש צו לערנען מיט Ti ווי איידער מיט Te. אויב מ'האט Te אלץ די ערשטע, צווייטע, דריטע, אדער פערטע, איז ענדערש צו לערנען מיט Te.

לאמיר נעמען א משנה פון אלו דברים שאין להם שיעור הפאה והביכורים והראיון וגמילות חסדים ותלמוד תורה. טראכט איך אזוי. דער Ti, ער וויל ארויסהאבן וואס איז דאס 'פאה', וואס איז דאס 'ביכורים', וואס איז דאס 'הראיון', און וואס איז די גדר פון 'גמילת חסדים', און וואס מיינט 'אין להם שיעור'. ווידעראום דער Te, ער וויל מער ארויסהאבן די לאגישקייט פון די זאך. פארוואס האבן די זאכן 'פיאה און ביכורים און ראיון און גמילות חסדים וכו', נישט קיין שיעור. נישט פארוואס דער אייבערשטער האט געזאגט אז זיי האבן נישט קיין שיעור, נישט וואס עס איז די טעם פארוואס זיי האבן נישט קיין שיעור? נאר די קשיא וואס ער וויל פארשטיין איז "וואס הייסט ביכורים האט נישט קיין שיעור ?" וואס מיינט פיאה האט נישט קיין שיעור ? וואס מיינט ס'האט נישט קיין שיעור ?

אנדערש ביי א Ti וואס ער לערנט מער: "וואס איז דאס פיאה, וואס איז דאס ביכורים און אזוי ווייטער. ביידע קענען באשטיין צו לערנען די 'הגדרה' און ביידע ווילן וויסן וואס ס'מיינט אז ס'האט נישט קיין שיעור. אבער איינער וועט מער טון אין 'הגדרה' און ער וועט מער לערנען אויף דעם אופן. און איינער וועט מער טון אין די לאגישער אויסשטעל. אז ס'זאל מאכן לאגיש סענס.

איך האלט אז למשל א ENFP וואס פארשטייט נישט לערנען, ווייל זיין Te איז די דריטע פונקציע, זאל מער נוצן צו פארשטיין אז ס'זאל מאכן לאגיש סענס וואס ער לערנט. משא"כ א ISFJ וואס פארשטייט נישט לערנען ווייל זיין Ti איז די דריטע, ער זאל מער נוצן די ענין פון 'הגדרה'. אזוי טראכט איך יעצט.

שוין והשם הטוב יעזור.


אני הקטן וואלט געלערנט די משנה אזוי. וואס הייסט 'ראיון' האט נישט קיין 'שיעור'? אה.. אז די ווערט פון די 'עולת ראיה' האט נישט קיין שיעור, ס'קען זיין אפילו א שוה פרוטה. אה.. איך זעה דא דער תוספות יו"ט ברעגט א אנדערע פשט אז פשט איז, אז מ'קען אריינגיין אין ביהמ"ק וויפיל מאל מ'וויל.. אה. שטימט. פיין, גיימיר ווייטער...

שרייט מיר מיין חבר אריין, וואס הייסט פארוואס האט עס נישט קיין שיעור? ס'האט א לימוד? וואס איז בכלל די הוה אמינא אז ס'זאל האבן?..
אה.. פרעגסט דאך גוט... לאמיר אריינקוקן, מסתמא גייט די גמרא שוין מסביר זיין...

לגופו של ענין וואלט איך סתם אזוי געזאגט אז א TI זאל יא לערנען מיט א TE, ווייל דער צווייטער וועט אנפילן זיינע לעכער. אפילו דו וועסט ווערן נערוועז אז דער חבר שטעלט זיך אויף אזעלכע זאכן.. לוינט עס אויב דו ווילסט עכט קענען תורה.

--------

עניוועי.. קלאפטס אריין דארט ביי 'דערבארומדיגער' אז ס'שוין צוריק לעבעדיג.. נשמה איז געהעריג אין די כלים. ;1@ ;1@
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מחשב האט געשריבן:לגופו של ענין וואלט איך סתם אזוי געזאגט אז א TI זאל יא לערנען מיט א TE, ווייל דער צווייטער וועט אנפילן זיינע לעכער. אפילו דו וועסט ווערן נערוועז אז דער חבר שטעלט זיך אויף אזעלכע זאכן.. לוינט עס אויב דו ווילסט עכט קענען תורה.

ב"ה

לאמיר נעמען די פאלגנדע: הפיגול והנותר והטמא בית שמאי אומרים אין נשרפין כאחת, וב"ה אומרים נשרפין כאחת. פאר Te איז אלעס זייער גוט, אפילו ער האט נישט ארויס וואס פונקטליך 'פיגול' איז, און וואס 'נותר' איז, און וואס 'טמא' איז. ווייל ס'האט א לאגישע סדר. אבער Ti וועט יא וועלן ארויסהאבן וואס דאס איז, כדי צו קענען פארשטיין פארוואס פונקט דאס איז אין נשרפין כאחת. ווען א Te זעהט - למשל, נישט אז ס'שטייט ערגעץ - הפיגול הנותר והפסח נשרפין כאחת, וועט ער הייבן ברעמען. ווייל וואו קומט דא אריין 'פסח'. ס'איז בכלל נישט אין זעלבן קאטאגאריע. בקיצור ס'פעלט אויס ביידע. שוין. איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען אז ווי מער Ti אלץ גרינגער צו פארשטיין לערנען. און ווי מער Te אלץ גרינגער צו פארשטיין די לאגיק פון די צאמשטעל פון עלעמענטן אין די אקעגנקומענדיגער אביעקט.

א Te האט ליב צו פארשטיין די המשך הדברים. צום ביישפיהל, די לאגישע סדר פון די הגדה של פסח. פארוואס קומט אריין ר' אלעזר בן עזריה דא ? עט דער Te וועלן פארשטיין די לאגיק דערפון. אבער פאר'ן Ti איז עס נישט אזוי זארגעדיג. ס'שטערט אים נישט אזוי. והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

פשט (Se, ti). רמז (Ne). דרוש (Te). סוד (Ni).
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

איך שרייב פיל וועגן ENFP, וויבאלד אין דעם קען איך מיך דערגרינטעווען. איך בין א ENFP.

די Ne פון א ENFP איז גורם אז ווען דער ENFP קומט אויף א פלאץ, נעמט ער אריין אין זיך אן אומגעהויערער מאס פון אינפארמאציע. נישט Concrete אינפארמאציע ; הארטע פאקטן. נאר Possibilities ; מעגליכקייטן. די סיבה פארוואס יענער איז געווען שטיל איז 'זייער מעגליך' צוליב ... און די סיבה פארוואס דער טוט אזוי און אזוי איז צוליב ... און יענער דארט טראכט יעצט 'לכאורה' דאס... און דער דארט טראכט יעצט 'לכאורה' יענס... די Ne פון א ENFP נוצט זיך ביי אים צוזאמען מיט Si. דאס מיינט, אז א Enfp וועט אויך 'עפעס' זוכן: וואו איז דא זאכן וואס איז מיר באקאנט. איך וויל שפירן ווי איך האב אלעמאל געשפירט. דערפאר, וועט ער נישט זיין צופרידן נאר מיט Ne, ס'דארף האבן 'עפעס' שייכות צו די Si פונקציע.

די זעלבע זאך איז צום ביישפיהל מיט א ENFJ. א ENFJ וועט נוצן די ערשטע, און די הויפט, Fe. דאס מיינט, זיך פאקטיש מייחס זיין 'במעשה' צו די געפילן פון מענטשן ארום. אבער ס'מוז האבן שייכות צו די Ti, וואס דאס איז זיין פערטע פונקציע. איז ווען דו זעהט אויף א ESFJ אז ער האט אין זיך קלוגשאפט ; דורכגעטראכט, יא. זייער מעגליך. ער איז טאקע א Fe, ער איז זיך מייחס צו מענטשס געפילן, ער האט ארויס 'לפי דעתו' די מענטשהייט לגבי געפילן וויאזוי זיך מייחס צו זיין. אבער ס'האט אין זיך א Ti.

וואס איז די סיבה פארוואס א ENFP טראכט אז יענער דארט ביי יענע ווינקל, טוט דאס און דאס ווייל ער מיינט עפעס גאר א טיפע כוונה... דאס קומט פון Ne. א ENFP האט א פאטענציאל - נאך דערצו ביז מ'כאפט זיך, און מ'וואקסט עס אויס - צו זעהן די וועלט זייער נישט גוט אפגעלערנט. יא, ער קען זעהן טיפע זאכן, אבער אויך א שטארקער פאטענציאל צו לעבן זייער נישט ריכטיג. "קיינער מיינט נישט..." איז די ווארט וואס בארואיגט א ENFP.

א ENFP זעהט נישט די פאקטישע וועלט. אלעמאל בלייבט מען מיט א צעמישעניש: "וואס 'עכט' האט דא פאסירט ?..." "פארוואס באמת איז דאס געווען ?..." וויבאלד ער האט אזויפיל מעגליכקייטן וויאזוי מ'קען זאגן פשט אויף די מציאות וואס ער זעהט... ער שפירט אז ס'פעלט אים 'פאקטישע' באווייזן צו אזויפיל געשעענישן... ס'איז טאקע קליינליכע געשעענישן... דער האט פונקט געבלאזן אויף מיר... און דער האט מיך נישט געגריסט... און פארוואס האט דער געשמייכלט... אבער מ'ווייסט אז מ'מוז בלייבן אומאנטשיידט מיט א קלארער פאקט.

א Ni איז נישט אזוי. א Ni ווייסט מער און מער קלאר... א Ne ווערט מער און מער אומקלאר... ווי מער, אלץ מער מעגליכקייטן.

די אומגעהויערע מאס פון אינפארמאציע וואס עס קומט אריינצופליסן אין א ENFP לאזט אים איבער 'געשאקט'... ער ווערט 'געשאקט', געפרוירן, אזוי ווי א קאמפיוטער ווען עס לויפט צופיל אויף איינמאל... ס'איז קוים דא צייט צו פארדייען. און צוריקכאפן דעם Si. צוריק אנהייבן פילן 'זיך אליין'.

שוין והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

איך קלער צו יאסעלע ראזנבלאט איז געווען א ISFP.

ס'שטומט מיך צו זאגן אז ער איז געווען א Fi אין איינע פון זיי הויפט פונקציעס. ווי אויך וויל איך זייער שטארק אריינלייגן Se אין זיינע הויפט פונקציעס. און די דריטע קומט אויס Ni. לויט דעם 'קלערונג' קומט אויס אז די שעפערישקייט פון יאסעלע איז געווען מער Se ; סטייל. תענוג פאר די 'חושים'. ווי אויך האט יאסעלע זייער גוט געדענקט נאטן. דאס שטומט מיט Se. איך קלער צו די וואס האבן Se אין זייערע פונקציעס, זענען די וואס קענען גוט ליינען אין א ספר תורה, זיי געדענקען די טראפן. די Se האבן א Photographic זכרון. א פאטאגראפישע זכרון. לויט דעם קומט אויס אז זיין שעפערישקייט איז נישט געקומען פון Ne. נאר פון ארויסברענגען סטייל פאר די חושים. Se זענען זייער דיטאל. און צו קענען זיין 'יאסעלע' האט ער געמוזט זיין זייער זייער דיטאליש.

מ'זעהט א שטארקע Ni אין זיינע פונקציעס. ווילסט זאגן אז ער איז געווען א INFJ? ווילסטו זאגן אז די הויפט איז ער געווען Ni? און ער האט געזעהן א טיפקייט, און ער האט דאס ארויסגעברענגט ? אבער וויאזוי שטומט אז איינער וואס האט Se די Inferior פונקציע, זאל אזוי גוט זיין אין די זאך ? מיין איך אז ער איז געווען ענדערש א ISFP. די Se פונקציע טוט צאמברענגן די 'מחשבה' מיט די 'שטום בענדער'. Eye Hand Coordination.

ווען ער זינגט הערט מען ווי ער זינגט פון די טיפסטע הארץ. איך וואלט אוועקשטעלט ISFP. אויף די בילדער זעהט מען ווי ער האט ליב געהאט צו זיין אנגעטון 'סטייליש', אבער ס'קען זיין אז ער האט דאס געטון דשאסט פארן בילד. בקיצור, אויב איז ער געווען א ISFP זענע זיינע שטיקלעך א צאמשטעל פון סטייל, תענוג פאר חושים, און עמפאטיע ; וועליו. צוזאמען מיט Ni וואס איז די דריטע פונקציע פון א ISFP.

רחם נא, נא נא נא...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

לויט ווי איך פארשטיי, זעהט א ESFP מצד זיין ערשטע הויפט Se פונקציע, א Concrete וועלט. וואס איז די חילוק צווישן א ENFP און א ESFP ? א ENFP זעהט אן 'אבסטראקט' וועלט וואס ער קען עס נישט ארויסהאבן. ער קען עס נישט כאפן. יעדן טאג דאכט זיך אים עפעס אנדערש, יעדן טאג זעהט ער גאר עפעס ניי וואס ער האט נאכנישט געזעהן א טאג פריער, יעדן טאג זעהט ער ווי שטארק ער האט זיך טועה געווען א טאג פארדעם. Ne די הויפט פונקציע ביי א ENFP שלאגט פאר פירושים, און יעדן טאג זעהט מען נאך און נאך און נאך, אנדערש און אנדערש און אנדערש... ווייל מ'קען עס מפרש זיין אויף אזויפיל וועגן. אפשר ווענט זיך עס ווי אלט מ'איז. אבער דער ESFP, ווייל זיין הויפט פונקציע איז SE זעהט ער - ביחס צו א ENFP- נאר א concrete וועלט. ער איז דאהי אין ריאליטי. אזוי קומט עס אויס.

וואס האט די Fi פונקציע מיט געפילן ? פארוואס די וואס האבן די Fi די הויפט אדער די צווייטע, זענען געפיליש. ווייל זיי גייען נאך זייערע געפילן. ווייל זיי זענען באוואוסטזיניגט אויף זייערע געפילן, וועלן זיי אנטלויפן פון אזאך וואס איז 'בארינג' ; אזאך וואס עס רעדט נישט צום געפיל, און זיי וועלן זוכן זאכן וואס וועקן די געפילן ; וואס רעדן צום געפיל.

זיי זענען באוואוסטזיניגט אויף די 'עמפאטיע' וואס זיי געבן צו סיי וועלכע זאך אין זייער לעבן, ווייל זיי זענען באוואוסטזיניגט אויף די וועליו וואס זיי געבן.

וואס האט געפילן מיט 'וועליו' ? פארוואס אויב איך בין א געפילישער מענטש, בין איך מער באוואוסטזיניגט אויף 'מיין' וועליו וואס סיי וואס האט אין מיין לעבן ? די שורש פון וועליו איז געפיל. די Fi קינד, וואס ווייסט ער ? ער ווייסט, די קארעלע מאכט מיך גוט פילן, און דערפאר האט עס ביי מיר א 'וועליו'. און ווייל ער איז באוואוסטזיניגט אויף 'וועליו', ווייל ער איז באוואוסטזיניגט וויאזוי א זאך מאכט אים 'פילן', דערפאר וועט ער אנהייבן קוקן: וואס האט ביי מיך א גוטע וועליו, און וואס נישט. פון דעם נעמט זיך, אז א Fi וועט סך מער קריטיקירן. ווייל ער איז באוואוסטזיניגט אויף די 'וועליו' וואס אזאך האט ביי אים.

אנדערש איז ביי איינעם וואס איז Ti, ער איז בכלל נישט באוואוסטזיניגט אויף וויאזוי זאכן מאכן אים 'פילן'. ער איז בכלל נישט באוואוסטזיניגט - ביחס - אויף די עמפאטיע וואס זאכן ערוועקן אין אים, ער איז נאר באוואוסטזיניגט אויף די 'אמת' פון זאכן וואס קומען פאר אין זיין לעבן.

מאכן א ניגון, האט צו טון מיט'ן זעהן און שפירן א בילד פון א געוויסע מצב. דער וואס מאכט א ניגון, בדרך כלל, מאכט עס לויט די 'עמפאטיע' וואס א געוויסע מצב ערוועקט ביי אים. זייער שווער צו מאכן א ניגון אויף ווערטער וואס ערוועקן נישט קיין עמפאטיע. מאכן א ניגון האט מיט Fi. כך נראה לי.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

נשמה האט געשריבן:מאכן א ניגון, האט צו טון מיט'ן זעהן און שפירן א בילד פון א געוויסע מצב. דער וואס מאכט א ניגון, בדרך כלל, מאכט עס לויט די 'עמפאטיע' וואס א געוויסע מצב ערוועקט ביי אים. זייער שווער צו מאכן א ניגון אויף ווערטער וואס ערוועקן נישט קיין עמפאטיע. מאכן א ניגון האט מיט Fi. כך נראה לי.

והשם הטוב יעזור.


לכאורה פונקט אזוי FE ניין? אפשר מיינסטו ווייל דער FI שפירט א דראנג צו אויסדרוקן די געפיל וואס ער זעט, אין זיין אייגענע אויסדריק. אבער אויב א FE וועט בדוקא ווילן מאכן א ניגון וועט ער נישט קענען בעסער צוטרעפן צום ריכטיגן הרגש אזוי ווי עס איז?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מחשב האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:מאכן א ניגון, האט צו טון מיט'ן זעהן און שפירן א בילד פון א געוויסע מצב. דער וואס מאכט א ניגון, בדרך כלל, מאכט עס לויט די 'עמפאטיע' וואס א געוויסע מצב ערוועקט ביי אים. זייער שווער צו מאכן א ניגון אויף ווערטער וואס ערוועקן נישט קיין עמפאטיע. מאכן א ניגון האט מיט Fi. כך נראה לי.

והשם הטוב יעזור.


לכאורה פונקט אזוי FE ניין? אפשר מיינסטו ווייל דער FI שפירט א דראנג צו אויסדרוקן די געפיל וואס ער זעט, אין זיין אייגענע אויסדריק. אבער אויב א FE וועט בדוקא ווילן מאכן א ניגון וועט ער נישט קענען בעסער צוטרעפן צום ריכטיגן הרגש אזוי ווי עס איז?

איך האב בעיקר געוואלט ארויסברענגען מיין טעאריע אז ס'האט מער מיט Fi ווי מיט Ne. כאטש Ne וויל צאמשטעלן איינס מיט איינס, אבער ניגון קומט פון געפיל. שטארקייט פון געפיל. לויט די געפיל וואס די מענטש 'ווייסט' אז ער שפירט. ווען א Fe זעהט א פסוק אין תהלים, אדער "חסל סידור פסח", זעהט ער די געפילן וואס "חסל סידור פסח" האט אין זיך איינגעקריצט ? אפשר יא. א Fe פארעמט אויס זיינע געפילן לויט די געפילן וואס ער זעהט אז יענער האט. וויאזוי ווייסט דער FE וואסערע געפילן יענער האט ? ער איז דען געווען יענער ? נאר ער פרובירט זיך פארשטעלן אין א בליץ סעקונד וואס יענער דארף יעצט פילן. און ער איז זיך מייחס דערצו. ער כאפט נישט "איך פיל יעצט עפעס..." דער Fi איז 'באוואוסטזיניגט': איך שפיר יעצט עפעס. איך האב עס ליב. איך האב עס נישט ליב. איך פיל אזוי. איך פיל אזוי. אבער דער Fe ער איז זיך פשוט מייחס צו יענעמ'ס געפילן. ער זעהט וואס יענער פילט יעצט.

דערפאר: צו שפירט א Fe "והוא שעמדה" שפירט יעצט דאס און דאס ? און איך וועל דיך אפזינגען וואס ער שפירט ? ער שפירט יעצט די און די ניגון ? די ווערטער "עבדו את ה' בשמחה..." שפירן יעצט די און די נאטן... איך ווייס נישט, ס'קען זיין יא, ס'קען זיין נישט. איך וויל בעיקר ארויסברענגען אז א Ne קען ארויפלייגן איין ניגון אויף א אנדערע ניגון. אבער 'מאכן' א ניגון קומט פון "איך גיי ארויסזינגען וואס איך בין באוואוסטזיניגט אז איך שפיר יעצט..." און איך טראכט, אז א ניגון האט טאקע נישט נאר די 'עמפאטיע' אויף די 'ווערטער'... נאר די 'עמפאטיע' אויף די גאנצע גאנצע גאנצע מצב. די גאנצע Archetype. די גאנצע 'בילד'.

די ניגון "שלום עליכם" האט אין זיך די גאנצע 'עמפאטיע'... די 'לעכט', די 'אויפגערוימטקייט', די 'לעקטער', די טשילאר, די 'צעבראכנקייט', די 'פרייליכקייט', אלעס אין איין ניגון... אבער ס'קען זיין ביסט גערעכט... אויך אז Ni האט ווארשיינליך א חלק אין מאכן א ניגון. כך נראה לי השתא. איך קלער נאר...

איך טראכט אז ס'האט נישט מיט Ne. נאר מיט Fi. אפשר קען Ne צוהעלפן. אבער נראה לי אז ס'איז מער די Fi. די געפילן. די טיפע געפילישע בילד וואס א מצב ברענגט ארויף... דערפאר טראכט איך אז א INFP וועט גרינגער קענען מאכן א ניגון ווי א ENFP. אבער מעגליך אז מאכן א ניגון קען אויך האבן צוטון מיט Ni. דאכט זיך אז Ni איך אויך א Right Brain פונקציע.

איך טראכט אז Ne קען גאר שטערן פון מאכן א ניגון, ווייל ער האלט אין איין טוישן, מ'קען עס מאכן אויף טויזנט און איין וועגן... אבער ווען מ'האלט זיך צו די געפיל וואס א מצב ברענגט ארויף, מ'מאכט דערפון א געפילישער 'בילד', און מ'האלט זיך דערצו, קען עס העלפן.

ס'דא וואס זאגן אז א ניגון פאלט פלוצלינג ביי. דאס שטומט מיט Ni. ס'קען זיין אז זיי זענען געווען ISFP. ISFP האבן די ערשטע Fi, די דריטע Ni. מ'קען ווייטער קלערן און קלערן און קלערן און קלערן. למעשה יעצט דאכט זיך מיר אז ס'האט מיט Fi און מיט Ni. Ni געט די טיפע בילד פון די זאך. און Fi די געפילן דערפון. און פארגעס נישט פון Se. געדענק: אז מ'האט א ניגון אין קאפ, קענסטו עס אבער נאכנישט ארויסגעבן אן Se. עפעס קומט מיר אויס, אז Se איז מחבר די 'מחשבה' די וויזואל חלק, מיט די כלי המעשה. סאו דערפאר טראכט איך אז ISFP קענען די בעסטע קאומפאוזן ניגונים. אדער ESFP אויך.

והשם הטוב יעזור

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

לויט ווי איך האב געלערנט פון נשמה, איז אויב א FI וועט אהיימקומען פרייטאג צונאכטס פון ביהמ"ד, ווי איינער איז אים דארט גוט אריינגעפארן, און זיין מוט איז געפאלן, יעצט קומט ער אהיים און זעט די ווארימע ליכטעלעך טאנצן זייער שבת'דיגער טענצעלע, אבער ביי אים וועקט דאס אויף יארצייט ליכט, ווייל זיין מוט איז נישט יעצט שבת'דיג. דער FE איז; קוק אהער, די 'שבת ליכט' זענעם 'שבת ליכט' אפגעזעהן וואס איך שפיר. וואס איך מיין צו זאגן איז, אז FE קען זיך לכאורה בעסער מתקשר זיין מיט די הרגשה וואס 'והוא שעמדה' דארף ברענגען, אבער עס וועט אים ווייניגער מאל איינפאלן צו מאכן א ניגון דערויף, ווייל קען דען א מענטש מאכן א ניגון יעדע רגע פון זיין לעבן אויף יעדע הרגשה וואס ער האט? משא"כ דער FI טאקע ווייל ער איז באוויסטזיניג צו דעם אז "יעצט האב איך א שבת געפיל..." "יעצט שפיר איך בענקשאפט..." אה... לאמיר מאכן א ניגון. איז, קען זיין אז FI'ס מאכן טאקע מער ניגונים, אבער איך ווייס נישט אויב זיי מאכן בעסערע ווי FE.

שטימט?
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

מחשב האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
עניוועי.. קלאפטס אריין דארט ביי 'דערבארומדיגער' אז ס'שוין צוריק לעבעדיג.. נשמה איז געהעריג אין די כלים. ;1@ ;1@

ברוך השם!

דער באשעפער האט מיר אהערגעשיקט אינגאנצן דארעך א צופאל, איך האב געזוכט עפעס א נייעס תגובה און געמאכט א סירטש אויף 2 ווערטער און צו מיין סורפרייז האט זיך ענטפלעקט א פרישע ENFP תגובה פון נשמה.

--
נשמה איך האב שוין לאנג נישט געליינט דיין ווערק, ביסט ברוך השם באשאנקן מיט אויסטערלישע טאלאנט! ווען איך פלעג דיר ליינען אפטער האב איך עס נישט אזוי מחשיב געווען דען תענוג תמידי איז נישט קיין תענוג, אבער איצט ליינענדיג נאך א שטיקל הפסק האסטו מיר געשאפן א געוואלדיגער תענוג וקורת רוח.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מחשב האט געשריבן:לויט ווי איך האב געלערנט פון נשמה, איז אויב א FI וועט אהיימקומען פרייטאג צונאכטס פון ביהמ"ד, ווי איינער איז אים דארט גוט אריינגעפארן, און זיין מוט איז געפאלן, יעצט קומט ער אהיים און זעט די ווארימע ליכטעלעך טאנצן זייער שבת'דיגער טענצעלע, אבער ביי אים וועקט דאס אויף יארצייט ליכט, ווייל זיין מוט איז נישט יעצט שבת'דיג. דער FE איז; קוק אהער, די 'שבת ליכט' זענעם 'שבת ליכט' אפגעזעהן וואס איך שפיר. וואס איך מיין צו זאגן איז, אז FE קען זיך לכאורה בעסער מתקשר זיין מיט די הרגשה וואס 'והוא שעמדה' דארף ברענגען, אבער עס וועט אים ווייניגער מאל איינפאלן צו מאכן א ניגון דערויף, ווייל קען דען א מענטש מאכן א ניגון יעדע רגע פון זיין לעבן אויף יעדע הרגשה וואס ער האט? משא"כ דער FI טאקע ווייל ער איז באוויסטזיניג צו דעם אז "יעצט האב איך א שבת געפיל..." "יעצט שפיר איך בענקשאפט..." אה... לאמיר מאכן א ניגון. איז, קען זיין אז FI'ס מאכן טאקע מער ניגונים, אבער איך ווייס נישט אויב זיי מאכן בעסערע ווי FE.

שטימט?

זאגסט זייער גוט. Fe וועלן מער מאכן ניגונים אויף 'גלות השכינה'. בעיקר וואו עס איז אינוואלד געפילן אינדרויסן פון זיי. Fi וועט מאכן א ניגון אויף 'כאיל תערוג על אפיקי מים כן נפשי תערוג אליך אלקים', מיין נפש גליסט צו דיר. און אויך אזוי ווי דו זאגסט: אז דער Fi וועט נאר קענען מאכן א ניגון, נאר אויב ער 'עמפאטיעד' באמת קרבת אלוקים, אויב נישט, קומט גארנישט ארויס. מה שאינו כן דער Fe וועט מאכן א ניגון אויף: אוהבי ה' שנאו רע. ווייל מיט דעם ווייזט ער 'סימפאטיע' צו די געפילן פון אוהבי ה' וואס האבן פיינט שלעכטס. און ער מוז עס נישט מיינען אזוי אמת'דיג. ער מוז נישט. ער דארף נאר כאפן וואס זיי שפירן, און ער מאכט א ניגון. און אויך אויב ער וויל מאכן א ניגון צו מתייחס זיין צו די געפילן פון די 'מענטשן'... צום ביישפיהל, ער מאכט די ניגון פון חסל סידור פסח, לויט די געפילן פונעם קהל וואס קומט זיך צאם... אבער עס האט נישט קיין שייכות מיט 'חסל סידור פסח', ער מוז אפילו נישט וויסן די אפטייטש דערפון.

אבער דאס וואס דו זאגסט די חילוק צווישן Fi און Fe, דאס איז אזאך וואס פאדערט התעמקות. געב א קוק: א Fe עס קומט שב"ק, קוקט ער נישט אויף זיינע אייגענע געפילן. ער קוקט: עס איז שב"ק. דער הייליגער שבת. אבער א Fi, דארף זיך מער אויסארבעטן. דאכט זיך אז די Fi'ס זענען די Cool Guys, וואס שפירן נישט קיין טעם אינעם 'לכה דודי'. נאר מתוך יגיעה עצומה, אז ס'זאל זיך נישט אפשפיגלן ביי אים ווי "יארצייט לעכט"... נאר ווי "שבת ליכט" אבער דער Fe איינמאל ער איז צווישן מענטשן וואס שפירן א טעם אין שב"ק, וועט ער מיטשפירן. כך נראה לי.

נאך אזאך, דער Fi האט א שטארקער פאטענציאל צו זיין 'סעלפיש'. און דו Fe זאלסט נישט האבן קיין טענות. ווייל דו ביסט אסאך מאל אחד בפה ואחד בלב, ווען ס'פעלט אויס זיך מייחס צו זיין צו יענעם... מ'מעג ? יא. קען זיין. אבער יעדער האט זיך זיין מעלות און חסרונות.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

נשמה האט געשריבן:נאך אזאך, דער Fi האט א שטארקער פאטענציאל צו זיין 'סעלפיש'. און דו Fe זאלסט נישט האבן קיין טענות. ווייל דו ביסט אסאך מאל אחד בפה ואחד בלב, ווען ס'פעלט אויס זיך מייחס צו זיין צו יענעם... מ'מעג ? יא. קען זיין. אבער יעדער האט זיך זיין מעלות און חסרונות.

והשם הטוב יעזור.



דער FE כאפט לכאורה נישט אז ער איז א אחד בפה כו', ווייל יעצט פילט ער אזוי ווי יענער, ער כאפט אליין נישט זיין פאפעריי, דער גרויסער בראך געשעהט, ווען דער FE האט א געזונטע TI, דעמאלטס איז צרות... ער ווערט צוריסן צווישן זיך פארלירן צו דער 'יענער', און דאס קלארקייט אז "העי.. ס'איז נישט דיר..." אבער איך פיל יענער.. אבער דו פילסט נאר... דו ביזט נישט אזוי.. וכו' וכו'.. און איינמאל זיין TI איז גובר, דאן קען ער לכאורה פילן זייער אפגעריסן פון דער 'יענער'... כאילו אין א מחלוקה.. ווייל ער 'פילט' דאך זייער דער 'יענער', און זיין TI זאגט אים אז "ניין.. דו ביזט נישט אזוי.." דו האלטסט-פילסט בעצם אנדערש. ס'קען לכאורה אויסקומען שווער פאר אזא איינער צו זיין אין סביבה מיט שטארקע מיינונגס דיפערענצן.

נו, איז וואס איז די עצה?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מחשב האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:נאך אזאך, דער Fi האט א שטארקער פאטענציאל צו זיין 'סעלפיש'. און דו Fe זאלסט נישט האבן קיין טענות. ווייל דו ביסט אסאך מאל אחד בפה ואחד בלב, ווען ס'פעלט אויס זיך מייחס צו זיין צו יענעם... מ'מעג ? יא. קען זיין. אבער יעדער האט זיך זיין מעלות און חסרונות.

והשם הטוב יעזור.



דער FE כאפט לכאורה נישט אז ער איז א אחד בפה כו', ווייל יעצט פילט ער אזוי ווי יענער, ער כאפט אליין נישט זיין פאפעריי, דער גרויסער בראך געשעהט, ווען דער FE האט א געזונטע TI, דעמאלטס איז צרות... ער ווערט צוריסן צווישן זיך פארלירן צו דער 'יענער', און דאס קלארקייט אז "העי.. ס'איז נישט דיר..." אבער איך פיל יענער.. אבער דו פילסט נאר... דו ביזט נישט אזוי.. וכו' וכו'.. און איינמאל זיין TI איז גובר, דאן קען ער לכאורה פילן זייער אפגעריסן פון דער 'יענער'... כאילו אין א מחלוקה.. ווייל ער 'פילט' דאך זייער דער 'יענער', און זיין TI זאגט אים אז "ניין.. דו ביזט נישט אזוי.." דו האלטסט-פילסט בעצם אנדערש. ס'קען לכאורה אויסקומען שווער פאר אזא איינער צו זיין אין סביבה מיט שטארקע מיינונגס דיפערענצן.

נו, איז וואס איז די עצה?

זאגסט גוט. זאגסט זייער גוט. זאגסט דאך אזוי גוט. אויב ביסטו א ENTP איז נאך מער אינטערעסאנט דאס צו ליינען. און עס איז טאקע שווער פאר אזא איינעם צו זיין אין א סביבה מיט 'מיינונגס' דיפערענצן. ווייל ער וויל נישט זיין שלעכט, ער ווייסט דאך וויאזוי יענער פילט, און דא דרוקט אים זיך צו האלטן צו זיין אייגענע מיינונג.

אויב ס'איז דיך אינטערעסאנט וועט א ENFP נישט שפירן אזוי. וועסטו דען פרעגן אזא עצה פון א ENFP, וואס וועט דיך א ENFP ענטפערן ? ס'קען זיין אז דאס זאל אויך מיינען 'אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו'. האסטו שוין געשפירט דעם קאנפליקט אויף דעם אופן וויאזוי ער שפירט עס ?

א ENFP וואלט געענטפערט: דו זיי פעסט מיט דיך אליין, מיט דיינע וועליוס. דארפסט דיך נישט קריגן, אבער דארפסט דיך נישט אוועקרירן פון דיינע וועליוס. ווייל א ENFP טאמער ער רירט זיך פון זיין מיינונג, דהיינו, זיינע וועליוס, באקומט ער פון זיך אליין אזויפיל פסקים, אז ס'פארגייט אים דעם אפעטיט נאכאמאל צו זיין "אחד בפה ואחד בלב"... ער איז זיך ממאס פון זיך אליין... "ווי האב איך געקענט זיין פאלש..." מוסר'ט אים זיין Fi... ס'איז אזוי מיאוס צו זיין פאלש... זאג וואס דו האלסט.... אדער זאג גארנישט... בלייב שטיל, Violate נישט דיינע וועליוס...

די פראבלעם מיט א ENTP איז, אז מצד זיין Fe ווייסט ער פאר א פאקט: אזוי און אזוי דארף איך זיך יעצט מייחס זיין צו יענעם, אזוי און אזוי פאדערט יעצט יענער מיין התייחסות. און מצד זיין Ti: אזוי און אזוי איז מיין מיינונג! וויאזוי קען איך יעצט מתייחס זיין צו יענעם אזוי אנדערש ווי איך האב עס ארויס... מיין עצם התייחסות איז א סתירה צו די וועג וויאזוי איך פארשטיי עס.... חחחחח

זייער אינטערעסאנט דעס... פאר אזא איינעם וועט זיין היפש שווער א מיינונגס דיפערענץ. זע: נישט די מיינונגס דיפערענץ מאכט די פראבלעם. נאר די קלארקייט פון די אופן וויאזוי עס פאדערט התייחסות. כאפ: א ENFP אדער סיי ווער ס'האט נישט קיין Fe אזוי אין זיין Functional stack האט נישט ארויס "אזוי און אזוי דארף יעצט יענער מיין התייחסות..." א ENFP איז זיך נישט מייחס צו יענעם..." ער זאגט 'זיך'. אויב איך האלט נישט דערביי, זאל זיך יענער ברעכן קאפ. ביי א Fe איז נישטא אזאנס: אויב איך ווייס אז יענער וואלט געדארפט אזא און אזא התייחסות איז דאס מיר א פראבלעם. עס דרוקט מיר. עס איז ביי אים אן עבירה, אדער ער דארף טרעפן אן אויסרייד פארוואס ער האט יעצט יענעם נישט געגריסט ריכטיג... דער ENFP דארף נישט קיין שום אויסרייד. "איך האב נישט געהאלטן דערביי!!! וואס האב איך מיט יענעם..." א Fe גייט זיך דארף פארענטפערן פאר זיך אליין... "איך האב אים נישט געהעריג געגריסט ווייל ער איז א..." ער גייט עס מוזן פארענטפערן... לא יוכל להתעלם... דער ENFP ער זעהט עס נישט. ער זעהט קיינמאל נישט יענעם. זיינע וועליו'ס זענען די זאך.

דער ENFP אפילו ער זעהט יענעם, אז יענער האט אנדערע דיעות ווי אים, איז אזוי: אויב שטערט אים יענעמ'ס דיעות, עקזיסטירט יענער נישט... פשוט יענער עקזיסטירט נישט. נישטא... און אויב איך דארף א טובה פון יענעם? אה, אז איך דארף א טובה ריר איך מיך נאכנישט אוועק פון מיינע וועליוס. און אויב ער רירט זיך יא אוועק, ליידט ער טאקע פון זיך אליין. פון זיין Fi. אבער דער ENTP, זיין Fe שלעפט אים אוועק פון זיך אליין ; פון זיין Ti. נאך א שטיק צייט זיין צוזאמען, "דו ווייסט אז איך האלט אזוי און אזוי..."

ס'קען זיין אז ס'דא א מהלך וויאזוי צו פארשטיין ווען מ'מעג יא זיך מתייחס זיין אנדערש ווי מ'פארשטייט. איך אין מיין הארץ פארשטיי, אז יעצט ריר איך מיך אוועק פון וואס איך פארשטיי, און טאקע ווייל איך פארשטיי אז מ'מעג... איך באהאלט מיך פון יענעם... והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

א ENFP נעמט אריין אינפארמאציע מיט זיין Ne. יעצט וויאזוי הערט א Ne אויס א שיעור ? וויבאלד דער ENFP האט זיין צווייטע פונקציע אלץ Fi, וועט גראד ארויפקומען: האב איך ליב וואס דער בעל דרשן/מגיד שיעור דערמאנט מיך ? יעדעס ווארט וואס ס'קומט ארויס פון מויל פונעם מגי"ש, און נישט נאר די ווארט, נאר אויך די עדיטוד, וכו', האט א פאטענציאל צו קוועטשן אן אומבא'טעמ'טן קנעפל ביי זיין Fi, און אויב דער ENFP איז דורך שוועריגקייטן, וועט ער נישט קענען אויסהערן. די גמ' זאגט שוין, אז מ'דארף מסביר זיין פנים. די ערשטע זאך קומט דער FI, כאטש ס'איז נאר די צווייטע פונקציע, און קוקט : איז אלעס אזוי אז ס'מאכט מיך גוט פילן ? אויב נישט וועט אים זיין שווער אויסצוהערן.

אויב א ENFP זיין Fi, שפירט זיך נישט וועלקאם, און די זעלבע אפשר אויך א INFP ועוד, אויב מ'פילט זיך נישט וועלקאם, שרייט די Fi, "איך האב דא נישט ליב..." און ער קען נישט הערן. אפילו אויב א ווארט, דערמאנט א ווארט, וואס דערמאנט א ווארט, וואס דארט איז געווען אן אומבא'טעמ'טע זאך, גייט אים זיין שווער. ווייל Ne קניפט אן איין זאך אינעם צווייטן זייער שנעל... זיין מיינד מוז זיך דורכגליטשן אז ס'זאל זיין "נכנס ויצא בשלום" און נישט ווערן 'סטאק'. סטאק ביי א ENFP מיינט אז די Fi איז "סטאק" מיט עפעס. אויב אבער האט דער ENFP נישט געכאפט אזויפיל נעגעטיוויטעט, וועט ער עס קענען באווייזן, און שפירן גוט ביים שיעור, אדער ביים הערן... א ENTP קען זיך נאך אפשר אויסלאכן, אבער פאר א ENFP וועט עס זייער באדערן.

די וועג וויאזוי א NE הערט אויס איז, איך ווייס נישט צו א ENFP הערט די 'געזאגטע' ווערטער. ער הערט וואס די ווערטער 'דערמאנען' אים. ער הערט נישט די Concrete זאך וואס מ'רעדט, ס'שטעלט זיך אים נישט פאר די פיזישע פיקטשער פון וואס מ'רעדט. ער הערט צוליב גאנץ א אנדערע סיבה. כך נראה לי... Ne האט א ציהל זיך צו שאפן נייע איידיעס. א Se וועט לכאורה קענען בעסער אויסהערן ווי א Ne.

אויב דו זאגסט פאר א ENFP און די זעלבע פאר אלע וואס האבן NE אין זייער הויפט פונקציעס... האסט שוין אמאל געטראכט פון אזא איידיע וואס איך גיי דיר זאגן ? און עס וועט זיין א נייע איידיע, א נייע וועג וויאזוי צוויי זאכן האבן שייכות איינער מיט'ן צווייטן. וועט ער עס ענדערש הערן...

א Se וועט הערן, דשאסט וואס איך זאג. זיין מח וועט ארויסשטעלן א Concrete פיקטשער. אבער א ENFP איז נישט דא אויסצוהערן דאס פארלערנען, ער איז דא צו דערקענען עפעס א נייע איידיע פון צווישן די ווערטער. צו גייט מיך עפעס ניי איינפאלן ?

איך מיין אז דאס איז די סיבה פארוואס א ENFP קען נישט געהעריג אויסהערן, ווייל ער איז נישט דא צו הערן וואס דו זאגסט אים, ער קומט שוין מיט אן אגענדע. איך ווייס שוין אזוי און אזוי. יעצט האסט מיר עפעס ניי צוצולייגן. נישט אז ער ווייסט טאקע... נאר דאס איז וואס ער שפירט. קום צו צום פוינט. וועכע פוינט ? געמעך די נייע איידיע! דאס איז וואס ער וויל זאגן. מאך ס'זאל מיך בייפאלן א נייע איידיע...

וויבאלד די צוויי הויפט פונקציעס ביי א ENFP זענען Ne און Fi, דערפאר ווען ער הערט, הערט ער ווערטער וואס רעדן צום געפיל. ער הערט נישט די לאגיק פון די ווערטער, ער הערט "וואס מאכט מיך די ווערטער פילן..." און איך מיין אז די זעלבע זאך איז ביי א INFP. איך ווייס נישט.

איך וועל זאגן נאך מער. א ENFP ווייל ער נוצט Ne, וועט ער נישט קענען הערן אן קיין פיזישער בילד. ער וועט דארפן א פיקטשער זאל עס אים מסביר זיין. א טבלא. וכדומה. "קאמיקס", אדער וועט ער זיך אנשטרענגען צו צאמשטעלן א פיזישער אביעקט, פון די ווערטער וואס ער הערט. פארוואס ? לכאורה איז דאך Ne זייער גוט מיט 'אבסטראקט'. נאר די סיבה איז, ווייל ווען ער הערט, הערט ער נישט וואס דו זאגסט אים. ער זאגט אזוי צו זיין מח: דו שטעל מיך עפעס צאם פון די זאך וואס איך הער... ס'קען זיך צאמשטעלן סתם א שטות...

ווען מ'וועט רעדן צו א ENFP זאכן וואס זענען פון די Concrete מציאות. "א יוד גייט אין זיין פעלד, און ער זעהט דארט א געהענגעל טרויבן וואס איז די ערשטע געצייטיגט געווארן..." וועט ער זיך מוזן פלאגן, זיך אויסצו'משל'ן די בילד דערפון. און ביי א ESFP וועט עס אנקומען נאטורליכער. וועסטו רעדן פון אבסטראקט, וואס דאס פאדערט נישט קיין 'קאמיקס', וועט ער קענען גרינג.

וויאזוי איז אייבו, מיט אימא געווען שייכות. (אנהייב פסחים דף ד'.) וואס קומט דא פאר מיט ר' חייא ? הע ? דער ENFP ער גייט מוזן האבן א טבלא, אדער גאר שטארק צולייגן קאפ, כדי זיך אויסצו'משל'ן די Concrete Se פיקטשער. ער גייט מוזן נעמען זיין גאנצע קאפ, און אויס'משל'ן א אייבו, א מענטש וואס זעהט אויס אזוי און אזוי, מיט א אימא. .... מה שאינו כן ביי דעם ESFP, זיין מח פונעם ESFP וועט פון זיך אליין אוועקשטעלן דעם אימא מיטן אייבו. וויאזוי זיי האבן געהאט שייכות. אינדערצייט וואס דער ENFP פרובירט צו כאפן, וויאזוי דער מענטש זעהט אויס, פיזיקלי. ער פרובירט אוועקצושטעלן א בארד מיט פיאות און פיס, האט עס שוין דער Se לאנג אוועקגעשטעלט. און דער ENFP פלאגט זיך נאך אזוי אוועקצושטעלן די מענטשן, און דער מגי"ש ווארט נישט, ער פארט... און דער ENFP האלט נאך אינמיטן מגשם זיין די ווערטער. דער ENFP ארבעט שווער צו מגשם זיין די ווערטער פאר פיזיקל אביעקטן. ביים ESFP איז עס שוין רעדי...

"אייבו איז א ברודער..." ווען דער מגי"ש זאגט די ווארט 'ברודער', דער Ne דארף כאפן .... ברודער, ברודער, ברודער... וואס מיינט נאר א ברודער אינעם פיזיקל וועלט ? ווען דער מגי"ש זאגט, א הענטשוך איז א ברודער צום שאל. וועט ער עס זייער גוט כאפן... "ווייל דער רב אחא האט געהאט אייבו..." ער האלט אינמיטן צאמשטעלן א הויז פאר דעם רב אחא ווי דער רב אחא האט געוואוינט...

די גמ' וואס ווערט פארגעלערנט, שפירט זיך פאר'ן ENFP ווי אבסטראקט פאר ESFP. כאטש ס'איז נישט אבסטראקט. ווער רעדט נאך ווען נעבעך דער ENFP ווערט צוקלאפט אז ער קען נישט כאפן וואס דער מגי"ש רעדט, און ער פילט צעבראכן, און זיין Fi זאגט אים "איך האב נישט ליב..." דערפאר דארף זיך א ENFP גוט פארקוקן די גמ', כדי צו האבן אלע זאכן פיזיקלי אין קאפ.
והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

לגבי די ניגונים פארפאסער.
איינע פון די גרעסטע מחברי ניגונים, שטעלט פאר הארציגע מאמענטן, א גוטע מעלער מיטן האנט, און איז אויך א גוטע בעל מחדש בדרוש, קען גוט נאכזאגן גמרא'ס מיטן בלאט, מגן אברהם'ס ביים סימן, לכאורה בעלאנגט ער נישט צו ENFP, ריכטיג?

לכאורה איז זיי כח הדרוש פון מדמה זיין מילתא למילתא ענדערש א דריטע N פונקציע, שטימט?
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:לגבי די ניגונים פארפאסער.
איינע פון די גרעסטע מחברי ניגונים, שטעלט פאר הארציגע מאמענטן, א גוטע מעלער מיטן האנט, און איז אויך א גוטע בעל מחדש בדרוש, קען גוט נאכזאגן גמרא'ס מיטן בלאט, מגן אברהם'ס ביים סימן, לכאורה בעלאנגט ער נישט צו ENFP, ריכטיג?

לכאורה איז זיי כח הדרוש פון מדמה זיין מילתא למילתא ענדערש א דריטע N פונקציע, שטימט?

אדער Se און Ni. אדער Si און Ne, י Se און Ne קומט אויס אז ס'גייט נישט צוזאמען. א Ni קען מחדש זיין א נייע טיפקייט וואס איז נישט געווען באוואוסט פאר דעם. אבער אויב אזוי דארפן זיינע חידושים האבן מער אזא "פון די אלע זאכן וואס איך האב געלערנט, זיך פארטיפט דערין, געגריבלט, און צאמגענומען, גיי איך ענק זאגן וואס עס איז מיר אויסגעקומען א חידוש להלכה..." דאס איז Ni. נישט Ne נאר Ni. די הארציגע מאמענטן וועט זיין Fi.

א Ne חידוש בהלכה איז נישט אזוי ווייט "נאכן זיך גריבלן בין איך געוואויר געווארן אזוי און אזוי להלכה..." ווי, מ'קען זאגן פשט אזוי און אזוי צו פארענטפערן בית יוספ'ס קשיא. זעה, דאס איז צוויי אנדערע מהלכים. די Ni וועט מער רעדן אויף אן אופן וואס פירט דיך אריין טיפער און טיפער און טיפער, ביז דו הייבסט אן ארויסצוהאבן א טיפע בילד וואס מאכט סענס צו פארענטפערן נישט נאר די קשיא, נאר די גאנצע זאך ארום און ארום. א Ne וועט דיך פשוט אינטערטענען מיט א חידוש, אבער נישט אזוי ווי ער קריכט יעצט ארויס פון א טיפע הייל און קומט ארויס מיט א געפינענעם שטיינדל... א Ne וועט זאגן: לויט דעם קען מען זאגן פשט... פארטיג. נישטא דא קיין טיפקייט. ס'איז נאר די צאמשטעל.

ווען א Ni רעדט, שפירסטו ווי דו האסט א קוקער, און דו קוקסט אריין דערין, און ווי מער דו הערסט אים רעדן, אלץ מער ווערן ווייטע זאכן וואס דו האסט נישט געזעהן קלאר, וועט קלארער און קלארער, דו ווייסט עס מער און מער. ער נעמט דיך צאם א בילד, ער מאכט דיך קלאר די בילד.

ווען א Ne רעדט, הערסטו נישט 'טיפקייט', אזוי ווייט ווי: מ'קען עס פארענטפערן מיט אזא און אזא חידוש. ער שטעלט פשוט צאם איינס מיט איינס די האסט הנאה פונעם צאמשטעל. ביי א Ni, האסטו 'הנאה' פון די טיפקייט וויאזוי די זאכן הייבן זיך אן וויסן ביי דיר.

א Ni נעמט אסאך זאכן, און ער מאכט דערפון איין בילד, און דאס געט ער דיר איבער. נישט דוקא די חידוש. נאר מער די אופן וויאזוי דער בילד איז באמת. אבער א Ne, ער שטעלט צאם איינס מיט איינס, און דו האסט הנאה דערפון. ס'איז נישט עפעס א נייע 'וויסנשאפט', א נייע ארויסהאבנקייט אינעם אמת פון די זאך. כאפסט?

דער Ni, למשל א ENFJ, ער וועט דיך מסביר זיין: לאמיר דיך מסביר זיין, און ער רעדט צו דיר, און דו קומסט ארויס מיט א נייע קלארקייט אינעם גאנצן נושא והגלילות. א NE האסטו דיר נאך א חידוש, נאך אן אופן וויאזוי מ'קען זאגן פשט אין פסוק. נישט אזוי ווייט א נייער 'יסוד'...

די 'הארציגע מאמענטן' וואס ער שטעלט פאר: איז עס אז קודם זעהט ער וויאזוי די מענטשן פילן, און לויט דעם איז ער זיך נאכדעם מייחס, אזא מענטש קוקט מער אויף די ארומיגע, אדער קודם קוקט ער אויף זיין געפיל וויאזוי די מענטשן און די מצב מאכן אים פילן, און דאס איז משפיע אויף די 'הארציגקייט', דאס הייסט: ער געט ארויס זיין אייגענע געפיל. נישט וואס מענטשן האבן געבויט אין אים. און ער קוקט נישט עכט וויאזוי מענטשן שפירן ? א Fe בדחן, אדער זינגער, זינגט און בדחנ'ט לויט די געפילן וואס ער רעכנט אויס אז די מענטשן האבן. דאס איז משפיע אויף אים. ער 'פילט' נישט. ער איז זיך מייחס. ער פילט 'מיט', נישט ער פילט 'פאר'. א Fi בדחן זינגט און בדחנ'ט נאר לויט וויאזוי ער שפירט זיך אין דעם אנוועזנהייט. ס'איז א גרויסע חילוק. א גוטע מעלער מיט די האנט, דאס דארף זייער שטומען מיט Se. סאו צו רעדט מען פון א ENFJ ? אדער אפשר פון א ESFP. א ESFP האט די Se די 'ערשטע'. דאס מיינט אז מאלן, זינגען, שפילן, דאס קען ער די שטערקסטע.

א ENFJ איז אויך געפיליש, אוודאי, אבער מענטשן זענען די וואס טרייבן זיינע געפילן. די 'ארעמקייט פון מענטשן', די נויטווענדיגקייט, די צעבראכנקייט פון מענטשן, די צער פון די הייליגע שכינה הקדושה, מענטשן זענען וואס טרייבן זיינע געפילן. און מענטשן זענען וואס מאכן אים זינגען. ס'איז די הארציגקייט פון מענטשן ארום.

דו ווילסט בעיקר וויסן צו ער איז א ENFP. א ENFP אפילו ווען ער שטעלט פאר הארציגע מאמענטן, איז עס נאר לויט וויאזוי ער שפירט. מ'זעהט אז דאס דרייווט אים. ער איז זיך קיינמאל נישט מייחס אויסצורעכענען זיין 'ריספאנס' צו די מענטשן לויט וויאזוי די ארומיגע מענטשן שפירן. ס'איז אלעס וויאזוי ער שפירט יענע מינוטן אינעווייניג. א ESFP איז אויך לויט וויאזוי ער שפירט.

אפשר רעדסטו פון א ESFP. די שאלה איז אבער מיט די 'מדמה זיין מילתא למילתא'. א ENFP קען זיך 'אויסלערנען' מאלן, דאס מיינט ער קען עס 'היפש' אבער ס'ליגט אים נישט אין די הענט, ווייל זיין Ne שטערט אים. ער קען מאלן אבסטראקט בילדער. ווייל ער זעהט נישט אזוי ווייט די פיזישע וועלט. ער זעהט נישט די 'נאז' און שוין, כאפסט? ער זעהט מער די 'נשמה' פון די מענטש. דאס קען ער נאכמאלן מיט קאלירן - אפשר. אבער נישט די וועג וויאזוי א Se זעהט די וועלט. א Se קען גוט מאלן, נאך דערצו ווען דאס איז זיין הויפט פונקציע. ווייל ער זעהט א שיינע געשניטענע וועלט.

אפילו דו רעדסט פון א ESFP, קען זיין אז די כח הדרוש קומט פון זיין דריטע פונקציע, Te. דאס מיינט, ער ווייזט דיך וויאזוי ס'דארף ארבעטן מיט לאגיק.

א ENFP וואלט נישט געקענט נאכזאגן גמרא'ס מיט'ן בלאט, מגן אברהמ'ס ביים סימן. ער זעהט אפילו נישט געהעריג די פיזישע דף ווען ער לערנט. ער ווייסט נישט וועכע דף ער האלט. דאס וואלט אפשר א ENFJ געקענט. אדער א ESFP. א ENFJ האט די Se פונקציע די דריטע. און א ESFP האט עס די ערשטע. איך גלייב זייער אז Se איז די מעגליכקייט צו מאלן, צו שפילן אויף אינסטרומענטס, צו נאכזינגען א ניגון אזוי מיט אלע קוועטשעס, צו ליב האבן שיינע מעלעריי, ליב האבן וויאזוי מ'פרעזענטירט זיך צום עולם. א ESFP. זיי זעען שטארק די Concrete וועלט. זיי זעען אויך מיט זייער Ni.

לגבי בעל מחדש בדרוש, מדמה זיין מילתא למילתא, כח הדרוש, דאס שטומט מיר נישט צוזאגן אויף א ESFP, ווייל ער האט נישט קיין Ne אין זיינע פונקציעס. און קוים Ni. קען זיין דו רעדסט דא פון א ENFJ. און די כח פון מדמה זיין מילתא למילתא איז מער א Ni פונקציע, זיין צווייטע פונקציע. אבער מ'קען זאגן אז דו רעדסט דא פון א ESFP. און די כח הדרוש איז מער די Te צוזאמען מיט די Ni פונקציע.

אויב איז ער א ESFP, איז ער נישט אזא שטארקער בעל מחדש, ווי ער קען 'אויך' מחדש זיין. אבער מער אויף א Ni אופן. דאס וועט מיינען, אז פארשטעלן הארציגע מאמענטן, מאלן, זינגען, שפילן, דאס קען ער סך מער ווי זיין Ni. אבער ווייטער אויב איז ער א ESFP איז ער שטארק געפיליש, אבער נישט לויט די מענטשן ארום. איך גלייב אז א ESFP וועט אויך רחמנות האבן אויף צעבראכענע, אויף באקריוודעטע, אבער דאס קומט נישט ווייל די באקריוודעטע שפירן זיך שלעכט, און ווייל די ארימע האבן צער, נאר ווייל "איך האב צער אז זיי זענען אין אזא מצב... אפילו אויב זיי האבן נישט קיין צער..." א ENFJ, ער איז לויט די צער פון די ארומיגע כך נראה לי השתא

יעצט וועל איך דיר זאגן א חידוש וואס עס איז מיר בייגעפאלן, הלל אומר: הלל רעדט צו דעם וואס זעצט זיך מאכן התבודדות, אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט דא זיין פאר מיר אליין, נאר איך וועל זיך לאזן שפירן ווי א חלק פון מיר איז מקושר ערגעץ אנדערש, מי לי, ווער וועט דא זיין פאר מיר, איינער מוז דאך מיך רעפרעזענטירן, און וכשאני לעצמי, און נאכדעם ווען מ'הייבט שוין אן שפירן מיט זיך אליין, מה אני, וואס בין 'איך', אלעס איז סוף סוף דער אייבערשטער, הנוטע אוזן הלא ישמע, אם יוצר עין הלא יביט, איך בין דאך א חלק אלוק ממעל, איז דאך דאס מקשר צום אייבערשטן, ווייל דאס ווייזט דאך אז דער אייבערשטער איז אין מיר, מיט מיר, נעבן מיר וכו', ווייל מה אני, ואם לא עכשיו, און אויב לעב איך נישט אינעם הווה, וואס עס קומט יעצט פאר, אז יעצט בין איך דא מיט'ן אייבערשטן און איך שמועס מיך אויס מיט אים אימתי, ווען וועל איך אויסשפילן דעם 'יעצט'.

שוין. והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מחשב האט געשריבן:איז אין אנדערע ווערטער דארף ליגן אינעם מענטשן'ס כח זיך איבערצודרייען פון F צו T, און דאס איז וואס שטערט מיר שוין לאנג, 'מח שליט על הלב' איז א מדריגה וואס איז ניתן לקנין, אויב אזוי ווי קענסטו זאגן אויף א מענטש אז ער איז א T אדער F?! פארוואס זאל נישט א מענטש זיך קענען צוגעוואונען אז ער "טראכט" גוט אריין אין וואס ער טוט, ער געוואוינט זיך צו צו לעבן מיט מחשבה, און גייט נישט אחר שרירות לבו? און דאס איז אויך וואס מאכט מיר ספק'נען אז אפשר בעצם בין איך יא א F נאר מיט די יארן האט זיך דעוועלאפט מער די T חלק.


איך וויל אביסל זאגן וואס איך קלער יעצט ווען איך שרייב די דאזיגע שורות. עס מאכט מיך זייער אומבאקוועם ווען מענטשן זאגן מיר: "דו דארפסט נישט נאכגיין דיינע געפילן..." ס'איז אזוי ווי דו זאלסט זאגן פאר א מענטש: דארפסט נישט ליב האבן אזא און אזא טלית בייטל. ס'איז די זעלבע זאך !!! דארפסט נישט ליב האבן אזאנע סארט אותיות אויף דיין ספר וואס דו געסט ארויס. דארפסט נישט ליב האבן דוקא דער און דער חסידישער ספר. דאס איז אלעס Fi. וואס הייסט דו זאגסט אים: דו דארפסט מער זיין א מח שליט על הלב ? דארפסט נישט נאכגיין דיינע געפילן. דער רבש"ע האט באשאפן א Fi, אז די Fi זאל ארבעטן ביי אים ענדערש ווי Ti, און נישט Ti זאל ארבעטן אלץ דער הויפט. דער רבש"ע האט באשאפן די וועלט מיט מענטשן וואס זענען די ערשטע אדער די צווייטע פונקציע Fi. אז זיי זאלן אגאנצן טאג זיין פארנומען מיט זייער 'עמפאטיע'. איך טו וואס איך האב ליב. וואס הייסט דו קומסט זאגן: מח שליט על הלב ? דו ביסט דען א Fi אז דו זאלסט אים פארשטיין ? אפשר ביסטו גאר א XXX און דערפאר איז דיר גרינג צו זאגן: דארפסט מער זיין א מח שליט על הלב ?

איך וואלט מער ליב געהאט זיי זאלן זאגן: פארוואס האסטו אזאנע געפילן ? אפשר קען מען מאכן אז דו זאלסט האבן געזונטע געפילן. דהיינו, אפשר קען מען מאכן אז דו זאלסט האבן עמפאטיע צו די ריכטיגע זאכן. מיט תפילה קען מען. מ'קען. איזהו עבודה שבלב, האט ר' נתן ז"ל מברסלב געזאגט, וויאזוי ארבעט מען אויס דאס הארץ זו תפילה, מיט תפילה.

ווען מענטשן זאגן מיר: מח שליט על הלב האט מיך עס אלעמאל געשטערט. ס'האט זיך געשפירט פאר מיר ווי איך קען דאס נישט סובל זיין - נישט דער ספר וואס זאגט עס - די מענטשן וואס נוצן דעם אויסדרוק אלץ א אנווייזער. ווער איז דער מענטש וואס זאגט מיר מח שליט על הלב ? א Ti ? א Te ? א Si ? א Se ? אדער א Fi ? אויב קומט עס פון א Fi, און ער איז געזונט, און אויסגעארבעט, און ער נוצט ווייטער זיין Fi אלץ הויפט פונקציע, ער לעבט אגאנצן טאג צו טון וואס ער 'עמפאטיעט'. אויף א עבודת השם אופן פארשטייט זיך. דאן פארשטיי איך אז ער מיינט צו זאגן אזוי: דו האסט א חפץ דערצו, איך האב אויך, דו ווילסט, איך האב עס אויך אמאל געוואלט, אבער ס'דא צומאל ווען דו דארפסט אויך נוצן רצון צו זעהן צו די 'וועליו' דערפון איז טאקע א וועליו, און אויב נישט נוץ דיינע סטאפ ברעקס, און ארבעט דיך אויס אז דו זאלסט טוישן דיינע וועליוס. ארבעט דיך אויס אז דו זאלסט האבן עמפאטיע פאר די ריכטיגע זאכן. אבער קודם קוק פארוואס דו פיהלסט אזוי. נישט האק דיך אפ דערפון, און טראכט Cognitive, "איז עס טאקע אזוי, אדער נישט..."

די אור החיים הקדוש אין פרשת אחרי זאגט נישט, דיינע געפילן זאלן זיך אלעמאל נאר אנצינדן ווען דו פארשטייסט אז ס'דארף זיך אנצינדן. ער זאגט עס נישט. ער זאגט נישט: דו ווילסט? ווער ביסטו צו וועלן? מ'דארף טון וואס מ'דארף טון! מח שליט על הלב און שוין ער זאגט עס נישט. ער קומט מיט א דברים המתקבלים על הFi, און ער זאגט: געב א קוק, א מענטש האט טאקע א חפץ, אבער מיט דעם אלעם האט ער אויך א רצון. ער קען עס אפעלירן אנדערש ווי די חפץ. ער זאגט נישט אז דאס דארף זיין די וועג פון לעבן, אז די וועג פון לעבן דארף זיין מח שליט על הלב. ער זאגט עס נישט. ער זאגט אז ס'דא זאכן וואס דו האסט דערצו בהכרח א חפץ, עס וויל זיך דיר. חוץ אויב דו קוקסט נישט, און טראכסט נישט. וועט עס ווערן אויסגעלאשן.

איך בין היפש ברוגז אויף דאס גאנצע מח שליט על הלב וויאזוי איך פלעג עס פארשטיין. דאס קען קומען אויך פון די CBT טערעפי. א מהלך וואס טוט פארדרייען די יוצרות וויאזוי די רבש"ע האט עס באשאפן. CBT זאגט: דערשטיק דיינע געפילן! זייער נישט ריכטיג. די אור החיים הקדוש זאגט נישט 'דערשטיק' דיינע געפילן. רעכן דיך נישט דערמיט. נוץ דיין קאגניטיוו דאס אויסצושפילן, און דערפון אפלאכן. די אור החיים הקדוש זאגט: דו ווילסט טאקע, און דו האסט אפילו נישט קיין שליטה דערויף, נאר דורכ'ן זיך צוריקהאלטן פון בחינת הראות, ובחינת החושב. וועסטו אויפהערן צו שפירן דיינע געפילן דערצו. דאס מיינט נישט אז ער זאגט אז די נאטורליכער פונקציע פון Fi, דארף ווערן אויסגעריסן.

די צעטיל קטן זאגט: האדם לא נברא אלא לשבר את הטבע. דאס מיינט, אז א מענטש זאל נעמען זיין Fi, און אויסארבעטן אז ס'זאל לויפן לעבודת הבורא. נישט אז מ'זאל דאס אויסרייסן. אויב זאל לשבר את הטבע מיינען, צוברעכן די טבע, וואלט מען געדארפט וואקן אויף קאפ. די טבע איז טבע. נאר ס'דא צוויי חלקים אין טבע, איינס איז: וויאזוי די טבע לויפט אן זיך אריינמישן, אן עס אויסארבעטן. א פעלד אז דו ארבעטס עס נישט אויס, וואקסט דערנער. די זעלבע זאך, א מענטש אז ער ארבעט נישט אויף זיך, ווערט ער ווי די טבע מאכט פון איינעם. האדם לא נברא אלא לשבר את הטבע. צו צעברעכן די נאטורליכער גאנג וואס ברענגט ארויס די נישט גוטע פון א מענטש.

אויב זאל עס מיינען, צו צעברעכן די טבע, וואלט דאך גיין אויפן קאפ געווען א בעסערע איידיע. נאר ס'מיינט, אז מ'דארף זיך אריינמישן, און אפשטעלן די געלויף פון די טבע. אזוי ווי משברי ים. די וואלן פון די ים, בטבע ווילן זיי ארויסקומען, אבער דער רבש"ע בייגט עס אראפ, ער צעברעכט עס.

די זעלבע זאך איז מיט Fi. י Fi, נאטירליך, אויב מ'לערנט נישט קיין מוסר, אויב איך וואלט נישט געגאנגען אין חדר, אויב איך וואלט נישט מחונך געווארן, וואס וואלט געווארן מיט מיין Fi? וואס וואלט איך ליב געהאט חלילה... בטבע... איך וואלט געווארן ווי די טבע וואלט מיך געמאכט. אזוי ווי די טבע מאכט פאר די אלגעמיינע וואס לאזן זיך פון די טבע... דאס מיינט: אז איך האב צעבראכן די 'טבע'. אדער מ'האט מיר צעבראכן די טבע. צעבראכן מיינט: אפשטעלן די נאטורליכן געלויף. אבער ס'מיינט נישט אז א מענטש זאל אויפהערן זיך רעכענען מיט זיין Fi, אז ער זאל עס אויפהערן נוצן. דאס האט דאך דער הייליגער באשעפער באשאפן ווייל ער האט געוואלט אז א מענטש זאל יא האבן פארשידענע וועליוס, ער האט אים געמאכט פאר א Fi ווייל ער האט געוואלט אז דער מענטש זאל אנגיין לויט זיין 'עמפאטיע' דייקא. ווייל פארשידענע סודות וואס נאר ער ווייסט. ער וויל אז איך זאל ליב האבן אזא און אזא קאר, ווייל א גאנצע חשבון... ער וויל אז איך זאל ציען צו דעם און דעם, און שמועסן מיט אים, ווייל א גאנצע חשבון. אויב מ'מעג האבן דערצו 'עמפאטיע', פארוואס דארף איך אויסרייסן מיין Fi ? איך האב יעצט ליב דעם און דעם מענטש, און איך וויל גיין רעדן צו אים, איך דארף דאס דורכזיפן מיט 'מח' ? וועגן מח שליט על הלב ? ס'ציהט מיר, עס האט זיך אין מיר ערוועקט אן 'עמפאטיע' צו אים. פארוואס ? ווייל סודות הבריאה, וואס א חילוק.

Fi איז א געטליכע זאך. איך האב דאס און דאס ליב. דאס און דאס איז א זאך וואס ערוועקט מיין עמפאטיע. פארוואס דארף איך יעצט טראכטן: איין מינוט, עס איז מיר יעצט ארויפגעקומען א עמפאטיע צו די און די שיינע בענקעל, אבער איך דארף דאך זיין מח שליט על הלב, אפשר דארף איך טראכטן מיט לאגיק: וואס איז דא דא ליב צו האבן ? פארוואס ווער אזוי איבערגענומען ? איך מיין אז איך זאל עס נישט ליב האבן. יא, איך האב ליב א תפילה ישרה סידור. פארוואס ? איך מוז נישט טראכטן מיט לאגיק פארוואס. איך מוז נישט אויסרייסן פון מיר די ליבשאפט צו עס, איך מוז נישט בארואיגן מיין 'עמפאטיע' דערצו, נאר ווייל איך האב עס נאכנישט דורכגעטראכט מיט לאגיק. א .... וועט קומען זאגן: מח שליט על הלב, דו דארפסט דיך שטארקן.

איך פרעג אייך, וויפיל מאל האט א מענטש נישט ליב עפעס, און שפעטער שטעלט זיך ארויס, אז נישט אומזיסט האט ער נישט ליב געהאט. ער האט באמת געהאט שטארקע סיבות וואס האט אים געשטערט. אדער ער האט יא א געוויסע עמפאטיע פאר אזאך, און שפעטער שטעלט זיך ארויס די השגחה פרטית דערפון. וויאזוי קען מען זאגן פאר א מענטש: מח שליט על הלב. דו מוזט נוצן נאר מח !!!. האבן מיר דען נישט געלערנט אין חובת הלבבות אז יעדער דארף ארבעטן אין א פלאץ ווי עס ציהט אים ? און מ'זאגט נישט מח שליט על הלב. אדער : אין אדם לומד אלא במקום שליבו חפץ.

נאר וואס דען ? די אלע וואס זיי האבן נישט קיין Fi, און נישט קיין Fe, יא זיי קומען זאגן: מח שליט על הלב. אין אנדערע ווערטער: איך האלט אז דו דארפסט דיך אויסלערנען די טאקטיק פון CBT. איך האלט אז ווען דו וואלסט גענוצט לאגיק, וואלסטו נישט נאכגעגאנגען דיינע געפילן. און איך האלט אז ווען זיי זענען מיד זאלן זיי נישט גיין שלאפן, ווייל מח שליט על הלב. איך שפיר זייער שטארק ווי זיי רייסן אויס א נאטורליכער געטליכער כח פון א מענטש. זייער נישט ריכטיג. די ריכטיגע וועג איז: א מענטש, נאך דערצו א Fi, דארף זייער שטארק טראכטן ביי זיך. איך האב נישט ליב עפעס. פארוואס האב איך עס נישט ליב ? צו קען איך מאכן אז איך זאל עס יא ליב האבן... צו קען איך מאכן אז עס זאל יא ערוועקן מיין עמפאטיע דערצו.

א INFP טראכט ביי זיך, איך האב נישט ליב א געוויסע יו"ט. זאג נישט: מח שליט על הלב, איך מוז עס ליב האבן. ניין! נאר וואס דען, איך מוז מיך אראפזעצן מיט מיר אליין, און קוקן "פארוואס האב איך עס נישט ליב? פארוואס ?..." אבער מח שליט על הלב. מח שליט על הלב מיינט, איך ארבעט אויס מיין Fi אז ס'זאל ליב האבן וואס ס'דארף ליב האבן. און אויב ס'האט זיך נישט ליב, בעהט איך השי"ת. איך מאך התבודדות דערויף. איינמאל איך זעץ מיך אוועק, און איך הער עס אויס, "פארוואס האב איך עס נישט ליב?..." קען ארויסקומען... ס'דערמאנט מיך פון מיינע שוועריגקייטן.

נישט קום און זאג CBT !!! מח שליט על הלב .

איך האף אז איך שרייב נישט קיין הבל. אז איך שרייב נישט קיין שטותים.

ס'דא א וועג פון מח שליט על הלב, וואס זיי זענען INTP. דאס מיינט, אז זיי האבן נישט קיין לב, זיי האבן ענדערש לאגיק. אבער זייער 'לב', קען פונקט אזוי זיין זייער Ti. ווען עס ציהט זיי צו דורכטראכטן זייער אייגענע וועג פשט אין די גמ', און פסק'נען די הלכה לויט זייער אייגענע סאביעקטיוו וועג וויאזוי זיי פארשטייען עס, און זיי ווילן זיך נישט בייגן צו א פסק וואס איז עלטער פון זיי, ווייל אזוי וויל מיין Ti. איז דאס זייער לב. און זיי זאלן מוחל זיין און זיין מח שליט על הלב. מח שליט על הלב מיינט 'אויסארבעטן'. ס'מיינט נישט אוועקגיין פון Fi.

ס'דא מאנכע וואס זענען Ti, אדער Te, און זיי קומען זאגן: מח שליט על הלב. און איך טראכט: ער איז נישט מח שליט על הלב. ער האט נישט קיין לב. זיין 'מח' איז זיין לב. זיין ענדערש א Ti ווי א Fi, מיינט נאכנישט אז דער מענטש איז א מח שליט על הלב.
קען יעדע ENFP ווערן א ENTP? דער מציאות ווייזט נישט אזוי, אבער אפשר דאך.

פון וואו קומט די קשיא ? פארוואס עפעס דארפסטו ווערן א ENTP? וועגן מח שליט על הלב ? אלץ אן NE וויל איך דיך פרעגן ? איז דיך אמאל בייגעפאלן אזא איידיע, אז א מענטש קען בלייבן אן Fi, און דאך זיין א מח שליט על הלב ? איז דיך אמאל בייגעפאלן אן איידיע אז א Fi וואס הערט נישט אויס זיינע געפילן, וואס הערט נישט אויס זיין Fi, ווערט אפגעהאקט דערפון, און ער פילט נישט מער. איז דיך אמאל בייגעפאלן די איידיע, אז ווען א INFP טענה'ט "איך פיל נישט קיין שום התעוררות ראש השנה" איז דיך אמאל בייגעפאלן, אז ס'דא א וועג אנדערש ווי מח שליט על הלב ? "

עס איז זיכער אז געוויסע מענטשן זענען בטבע מער F אבער קען זיין אז ער קען זיך טוישן, און דאס איז וואס איז אנדערש ווי אניאגראם, וואס איך זעה נישט קיין וועג אויף א טויש. איך קען למשל א E?FP איינער וואס איז בעצם זייער שטארקע P, אויסטערליש, ער קען מיר אנקאלן פרעגן יעדע מין שטות, "יא אדער נישט?.." און: "ביזט זיכער?..." וכו', אבער אסאך מאל ווען ער ווערט אזוי פרוסטרירט פון זיינע ספיקות, פירט ער זיך אויף ווי אזא מין J 'אז נאר' (ק: נשמה), ער נעמט זיך טוען זאכן אזוי מין פון איין מינוט אויפן צווייטן, וכו', און איך בין זיכער אז ווען די גייסט אים זעהן אין יענע מינוט, גייסטו גראד פסק'נען J אן קיין ספיקות.

בקיצור עס קוקט אויס אז זאכן זענען נישט אזוי פשוט, עס קען זיך טוישן לויט די הארעוואניע און אומשטענדן, 'נשמה' גייט זיכער נישט מסכים זיי מיט מיר, זייער פיין, איך וויל נאר פארשטיין פארוואס.


לויט וויפיל איך פארשטיי קען זיך א מענטש נישט טוישן, און א מענטש טוישט זיך נישט. און א מענטש דארף זיך נישט טוישן זיין Preferences. די פונקציעס זענען אזוי איינגעווארצלט, אז דער מענטש וועט אלעמאל צוריקפאלן. מ'דארף גיין מיט די פונקציעס, און נישט קעגן די פונקציעס.

איך בעהט זייער שטארק, אז אויב איינער זעהט דא אפילו נאר א ווארט, וואס איז נישט אויסגעהאלטן, זאל מען מוחה זיין, אדער נישט מסכים זיין. איך שרייב נאר וויאזוי איך פארשטיי יעצט, נו, ווער ווייסט צו איך שרייב טאקע גוט. איך האף אז איך שרייב גוט. איך וויל נאר שרייבן אז אויב ביסטו א Fi נוץ עס געזונטערהייט. נוץ דיין עמפאטיע. קוק אויף דיין עמפאטיע. רעכן דיך מיט דיין עמפאטיע. פארלייקן עס נישט. אבער זעה אז ס'זאל דיך ערוועקן עמפאטיע צו די ריכטיגע זאכן. דאס מיינט אז דו בלייבסט מיט דיין Fi. בלייב מיט דיין Fi. און אויב ביסטו א Ti בלייבט מיט דיין Ti. און אזוי ווייטער. זיי וויאזוי השי"ת האט דיך באשאפן.

והשם הטוב יעזור
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”