"אלעס איבער וואקסינען"

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

תגובה דורך שמו »

לייגסט א הנחה, אז מיין דעה קומט פון סערטש אויפן גוגל, און דערנאך שרייבסטו מסקנות

איך האב פאר דיר נייעס, ב"ה מיינע מקורות זענען בכלל נישט באגרעניצט אויף גוגל!!!

ס'דא אסאך פלעצער ווי צו מאכן ריסערטש, און אפילו פון די דאקטורים וואס שרייען חי וקיים אז מ'דארף יא נעמען וואקסינ'ס, נאכן רעדן מיט זיי לענגערע שמועסן, שווימט ארויף דעם אמת, ווי ווייניג זיי ווייסן און פארשטייען דערצו, גארנישט מער פון וואס מ'האט זיי פארקויפט, און בכלל נישט קיין אייגענע דעה, וואס דעריבער ווערט ער נישט גערעכנט ווי א דאקטאר מיט א מיינונג, נאר ווי א דאקטאר א פאפעגיי וואס בעבקעט נאך ווי א וואויל קינד, וואס מ'האט אין אים אריין געבאקען.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובה דורך למעלה משבעים »

שמו האט געשריבן:לייגסט א הנחה, אז מיין דעה קומט פון סערטש אויפן גוגל, און דערנאך שרייבסטו מסקנות

איך האב פאר דיר נייעס, ב"ה מיינע מקורות זענען בכלל נישט באגרעניצט אויף גוגל!!!

ס'דא אסאך פלעצער ווי צו מאכן ריסערטש, און אפילו פון די דאקטורים וואס שרייען חי וקיים אז מ'דארף יא נעמען וואקסינ'ס, נאכן רעדן מיט זיי לענגערע שמועסן, שווימט ארויף דעם אמת, ווי ווייניג זיי ווייסן און פארשטייען דערצו, גארנישט מער פון וואס מ'האט זיי פארקויפט, און בכלל נישט קיין אייגענע דעה, וואס דעריבער ווערט ער נישט גערעכנט ווי א דאקטאר מיט א מיינונג, נאר ווי א דאקטאר א פאפעגיי וואס בעבקעט נאך ווי א וואויל קינד, וואס מ'האט אין אים אריין געבאקען.

די חילוק צווישן דעם דאקטער און דיר איז אזוי, דער דאקטער גלייבט די מעדיקעל ריסארסעס וואס ער ליינט, און די גלייבסט די סייט'ס/בלאג'ס וואס דו ליינסט אדער הערסט פון אנדערע וואס האבן עס געליינט.

ואל תשובנו אז די קומסט מיט קראנטע מעשיות וואס די האסט אליין געהערט פון די עלטערן איבער קינדער וואס וכו', ווייל די מקורות זענען נישט קראנט, נאר קראנק... ווי מען האט שוין געשריבן מן הסתם טויזנט מאל, אז נישט דו, און נישט די עלטערן ווייסן ווי אזוי צו טעסטן אויף צוריק וואס איז באמת פארגעגאנגען, נאר ענק האבן געמאכט אן החלטה אויף די מעשה לויט אייער מיינונג איבער וואקסינס, און איך זאג אז די סיבה פארוואס דאס האט פאסירט צו דעם קינד איז געווען ווייל ער איז פונקט יענעם טאג געקומען אין קאנטאקט מיט על-אי-די...

(ס'איז זייער זייער מאדנע ווי איר וועט כסדר איבער'חזר'ן נאכאמאל און נאכאמאל אז די מקורות קומט נישט פון דא נישט פון דא, אבער פון ווי יא וועט איר זיך צוריק האלטן פון זאגן...)
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

תגובה דורך ראספשע »

יואל שרייבער האט געשריבן:א דאקטער אין וויליאמסבורג האט מיר אמאל געזאגט אז עס איז געווען א געוויסער מעדיצין וואס מען איז געוואויר געווארן אז עס ברענגט סיזשורס ל"ע און עס האט גענומען 20 יאר ביז די FDA האט עס פארבאטן צוליב קאראפשען.

איינער ווייסט פון וואס ער האט גערעדט?

נישט קיין נפק"מ פון וואס יענער האט גערעדט, און ס'קומט בכלל נישט אהער צום שמועס
אויב איז די רעדע פון א מעדעצין, איז פשוט אז מען דארף שוקל זיין די נויטווענדיגקייט פון די רפואה פאר ווער ס'דארף עס עכט נעמען, קעגן די זעלטענהייט פון די קונסקעווענצן וואס קען ארויס קומען,
זעלבסט פארשטענדליך עס קען אפילו אמאל זיין א שאלה פון הצלת נפשות ממש
ס'מוז בכלל נישט זיין ס'האט עפעס מיט קאראפשען, ווי דיין הנחה לויטעט

ווען די FDA זאל זיך ווען נעמען פארבאטן מעדיקעישאן'ס אויפן סמך פון יעדן חולם חלום, וואלטן מענטשן געשטארבן אין די מאסן....

אקעי, צוריק צו וואקסינען...
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4272
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.

וואס איז א חילוק וואס זייער אפיציעלע שטעלע איז?

דאס איז איינמאל זיכער אז זיי זענען מודה אז א ביסעלע ווייטאמין עי. העלפט פונקט אזוי גוט ווי דער וואקסין.

איז פארוואזשע זיך איינשטעלן דעם לעבן מיט א נידל וואס איז איינע פון די שעדליכסטע וואקסינען, און האט דאך זיכער עפעס סייד עפעקטס לכולי עלמא?

זעה איך אז איהר זענט טאקע off your rocker. אמאהל האט איהר נאך געשריבן טענות, הגם גענומען וואס מען האט געוואלט, א חלק פון דא און א חלק פון דארט. געזאגט אז דאקטורים זענען אנטי וואקסין און געברענג דר. וועיקפילד. וכו'. אבער היינט שרייבט איהר פשוט און פראסט ליגענט. האלט איהר טאקע אז די Mayo Clinic האלט אז א ביסעלע ווייטאמין עי. העלפט פונקט אזוי גוט ווי דער וואקסין???!!!

ולא על הפרט יצא, אלא על כל הכלל יצא. איהר האט קלאהר אן אגענדא. ווייס איך נאכנישט פארוואס. צו ווייל איהר פארקויפט ווייטעמינען, צו פאר אן אנדערע סיבה. וואס איהר האלט ווייסן מיהר אלע. אבער נישט נאר האלט איהר אזוי, שרייבט איהר נאך סתם ליגענט אויף וואס אנדערע האלטן.

איך וועל נאכאמאהל שרייבן וואס איך האב שוין געשריבן פילע מאהל. די וואס קומען אהער ווייל זיי ווילן באמת וויסן, זיין educated and informed בנוגע וואקסינען, זאלן צירוקגיין אלע בלעטער און זעהן פאר זיך ווער זענען די פאנטיזירער, און ווער זענען פאר בלויז די אמת און די פאקטן.
לעצט פארראכטן דורך Kosher Travel אום פרייטאג נאוועמבער 09, 2018 3:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

בעזהשי"ת.

לויט וואס די די מאיא קליניק שרייבט בנוגע ווייטאמין עי.
קומט אויס אז נעמען וויטאמין עי. איז אסאך אסאך א בעסערע עצה אנטקעגן מיזעלס ווי צונעמען דעם וואקסין.

ווייל ווייטאמין עי. האט דאך קודם כל נישט קיין שום שעדליכע סייד עפעקטס. נאכדעם פארמיידט עס נישט דעם מענטש פון באקומען מיזעלס אויפן געזונטען פארמאט, וואס די מיזעלס העלפט אויפבויען אינעם גוף א נאטורליכע באשיצונג אנטקעגן הארץ קראנקהייטן און יענע מחלה. ועוד יותר אז עס העלפט אפילו ווען מען איז שוין אנגעשטעקט מיט מיזעלס, אז עס זאל ח"ו נישט געשען קיין קאמפליקאציעס.

משא"כ דער וואקסין, האט דאך שוידערליכע סייד עפעקטס, און בנוסף לזה קען מען א דאנק דעם נישט באקומען די געזונטע מיזעלס.

און פארשטייט זיך אז איינמאל מען איז שוין אנגעשטעקט קען עס שוין זיכער גארנישט העלפן.
לעצט פארראכטן דורך תוספות אום פרייטאג נאוועמבער 09, 2018 3:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

בעזהשי"ת.
איינס האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:קוקט אויס ווי מ'וויל דא מאכן א מחלוקות און א ביאור הפוסקים, צד א' ברענגט ראיות און הוכחות אז וואקסינ'ס איז א חיוב דאורייתא, ואין להרהר אחריה
צד ב' ברענגט ראיות און הוכחות אז וואקסינ'ס איז דער מלאך המות אליינ'ס, ואין להרהר אחריה.

דאס איז איינמאל זיכער, אז יעדער וואס האט א מח בקדקדו, ליגט אויף אים א פליכט נישט צו זיין א גולם וואס גייט נאך די גאנצע סטאדע ווי מ'פירט זיי, נאר זאל ניצן זיין אייגענם שכל (אין די יעצטיגע פאל פון מיזעלס, פארשטייט זיך אז איך האב נישט געגעבן, און ב"ה מיינע קינדער זענען דאס דורך בשלום בס"ד, אבער איינער וואס פאלגט זיין רב, וואס האט געהייסן יא געבן, איז וודאי שאין אדם שומע לי ומפסיד, אבער איך רעדט בכלליות), יעדער פאר ער גייט געבן א שאט, זאל ער קוקן, א) צו ער מוז דאס געבן, ב) צו דער שאט טוט באמת העלפן, ג) וואס נאך שמירט מען אריין אומ'געזאגט, וכו' והרשימה ארוכה, איך גלייב אז יעדער איינער וואס וועט זיך נאר אריין לייגן אין די נושא, וועט וועלן שטיין ווייט פון דעם, מחמת פחד, און מחמת ריבוי השקרים וואס ליגט אין יעדע וואקסין.

זאלן ווען די רבנים וויסן פונקטליך וואס ליגט אין יעדע וואקסין, וואלטן זיי זיכער ארויס געקומען מיט א איסור גורף קעגן אלע שאט'ס.

ניצן זיין אייגענעם שכל.....
מיינסט צוזאגן נוצן זיין אייגענעם גוגל.
אין אנדערע ווערטער סערטש אויף גוגל און וועלכע ארטיקל ס׳וועט דיר מער איבערנעמען זאלסטו גיין נאך דיין אזויגערופענעם שכל.

זאג דו האסט גענוצט דיין אייגענעם שכל אויך ביים טאג טעגליכן לעבן אדער דארט האסטו אויך געמאכט א סערטש אויף גוגל און אויב האסטו זיך אנגעשטויסן אין א ארטיקל מיט אסאך פאני ווערטער און א ליסט פון זיבעציג נעמען האסטו אנגענומען די מיינונג

ווייסטו אז ס׳איז דא אסאך מענטשן וואס לעבן נאר אויף נאטורליכע רפואה און האלטן אז די שפיטעלער הרגענען די וואס האבן יענע מעשה, און ווען די אלע וואלטן געגיינגען זיך היילן מיט נאטורליכע רפואה וואלטן זיי נישט געשטארבן (נאר די חברה קדישא האט געמאכט א אפמאך מיט די שפיטעלער....)
וכו וכו וכו

סאיז נישט קיין חכמה צו מאכן ריסערטש אויף א זאך וואס דו קענסט נישט

חכמת הרפואה איז נישט קיין תורת הקבלה וואס איז נישט שייך זיך צו לערנען נאר מיט א מסורה. עס איז מעגליך זיך עס אויסצולערנען זייער גרינג. איז פון ווי ווייסטו צו יענער קען עס יא צו יענער קען עס נישט?

און אדמו"ר מוהר"ן מברסלב זי"ע האט אמאל געזאגט, אז פארן מלאך המות איז זייער שווער אליינס אויסצו'הרג'ענען די גאנצע וועלט, האט ער גענומען די דאקטוירים זאלן אים העלפן.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4272
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.

לויט די מאיא קליניק איז נעמען וויטאמין עי. אסאך אסאך א בעסערע עצה אנטקעגן מיזעלס ווי צונעמען דעם וואקסין.

ווייל ווייטאמין עי. האט דאך קודם כל נישט קיין שום שעדליכע סייד עפעקטס. נאכדעם פארמיידט עס נישט דעם מענטש פון באקומען מיזעלס אויפן געזונטען פארמאט, וואס די מיזעלס העלפט אויפבויען אינעם גוף א נאטורליכע באשיצונג אנטקעגן הארץ קראנקהייטן און יענע מחלה. ועוד יותר אז עס העלפט אפילו ווען מען איז שוין אנגעשטעקט מיט מיזעלס, אז עס זאל ח"ו נישט געשען קיין קאמפליקאציעס.

משא"כ דער וואקסין, האט דאך שוידערליכע סייד עפעקטס, און בנוסף לזה קען מען א דאנק דעם נישט באקומען די געזונטע מיזעלס.

און פארשטייט זיך אז איינמאל מען איז שוין אנגעשטעקט קען עס שוין זיכער גארנישט העלפן.

די שרייבסט גרויסע גראבע ליגענט, אדער ביסטו אין fantasy land. זאל דער עולם זעהן ווער זענען די דאקטוירים דא אויף אייוועלט און מען זאל זיך היטן ח"ו צו פאלגן אדער נעמען סיי וואספארא medical advise פון זיי.

די Mayo Clinic שרייבט נאר וועגען ווייטעמין עי לגבי מיזעלס, אז דאס העלפט פאר די סימפטענס, פונקט ווי זיי שרייבען מען זאל געבען מעדעצין as a fever reducer, למשל טיילענאל. זיי שרייבן קלאהר אז די בעסטע עצה איז וואקסינעישען.

נאכאמאהל: מיהר ווייסן קלאהר וואס איהר האלט. מיהר ווייסן קלאהר וואס איהר ווילט אנדערע זאלן האלטן. אבער די Mayo Clinic האלט אינגאנצן אנדערשט ווי דיהר.

נייע טאקטיק: מען דארף שוין נישט שרייבן אז דאקטוירים זענען brain washed, אדער קאראפטירט. מען קען פשוט שרייבן ליגענט און וואס זיי האלטן.

דאס איז וואס זיי שרייבן:
https://www.mayoclinic.org/diseases-con ... c-20374862

Diagnosis
Your doctor can usually diagnose measles based on the disease's characteristic rash as well as a small, bluish-white spot on a bright red background — Koplik's spot — on the inside lining of the cheek. However, many doctors have never seen measles, and the rash can be confused with a number of other illnesses. If necessary, a blood test can confirm whether the rash is truly measles.

Treatment
There's no specific treatment for an established measles infection. However, some measures can be taken to protect vulnerable individuals who have been exposed to the virus.

Post-exposure vaccination. Nonimmunized people, including infants, may be given the measles vaccination within 72 hours of exposure to the measles virus to provide protection against the disease. If measles still develops, the illness usually has
milder symptoms and lasts for a shorter time.

Immune serum globulin. Pregnant women, infants and people with weakened immune systems who are exposed to the virus may receive an injection of proteins (antibodies) called immune serum globulin. When given within six days of exposure to the virus, these antibodies can prevent measles or make symptoms less severe.

Medications

Fever reducers. You or your child may also take over-the-counter medications such as acetaminophen (Tylenol, others), ibuprofen (Advil, Children's Motrin, others) or naproxen (Aleve) to help relieve the fever that accompanies measles.

Don't give aspirin to children or teenagers who have measles symptoms. Though aspirin is approved for use in children older than age 3, children and teenagers recovering from chickenpox or flu-like symptoms should never take aspirin. This is because aspirin has been linked to Reye's syndrome, a rare but potentially life-threatening condition, in such children.

Antibiotics. If a bacterial infection, such as pneumonia or an ear infection, develops while you or your child has measles, your doctor may prescribe an antibiotic.

Vitamin A. Children with low levels of vitamin A are more likely to have a more severe case of measles. Giving vitamin A may lessen the severity of the measles. It's generally given as a large dose of 200,000 international units (IU) for children older than a year.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

Kosher Travel האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.

לויט די מאיא קליניק איז נעמען וויטאמין עי. אסאך אסאך א בעסערע עצה אנטקעגן מיזעלס ווי צונעמען דעם וואקסין.

ווייל ווייטאמין עי. האט דאך קודם כל נישט קיין שום שעדליכע סייד עפעקטס. נאכדעם פארמיידט עס נישט דעם מענטש פון באקומען מיזעלס אויפן געזונטען פארמאט, וואס די מיזעלס העלפט אויפבויען אינעם גוף א נאטורליכע באשיצונג אנטקעגן הארץ קראנקהייטן און יענע מחלה. ועוד יותר אז עס העלפט אפילו ווען מען איז שוין אנגעשטעקט מיט מיזעלס, אז עס זאל ח"ו נישט געשען קיין קאמפליקאציעס.

משא"כ דער וואקסין, האט דאך שוידערליכע סייד עפעקטס, און בנוסף לזה קען מען א דאנק דעם נישט באקומען די געזונטע מיזעלס.

און פארשטייט זיך אז איינמאל מען איז שוין אנגעשטעקט קען עס שוין זיכער גארנישט העלפן.

די שרייבסט גרויסע גראבע ליגענט, אדער ביסטו אין fantasy land. זאל דער עולם זעהן ווער זענען די דאקטוירים דא אויף אייוועלט און מען זאל זיך היטן ח"ו צו פאלגן אדער נעמען סיי וואספארא medical advise פון זיי.

די Mayo Clinic שרייבט נאר וועגען ווייטעמין עי לגבי מיזעלס, אז דאס העלפט פאר די סימפטענס, פונקט ווי זיי שרייבען מען זאל געבען מעדעצין as a fever reducer, למשל טיילענאל. זיי שרייבן קלאהר אז די בעסטע עצה איז וואקסינעישען.

נאכאמאהל: מיהר ווייסן קלאהר וואס איהר האלט. מיהר ווייסן קלאהר וואס איהר ווילט אנדערע זאלן האלטן. אבער די Mayo Clinic האלט אינגאנצן אנדערשט ווי דיהר.

נייע טאקטיק: מען דארף שוין נישט שרייבן אז דאקטוירים זענען brain washed, אדער קאראפטירט. מען קען פשוט שרייבן ליגענט און וואס זיי האלטן.

דאס איז וואס זיי שרייבן:
Diagnosis
Your doctor can usually diagnose measles based on the disease's characteristic rash as well as a small, bluish-white spot on a bright red background — Koplik's spot — on the inside lining of the cheek. However, many doctors have never seen measles, and the rash can be confused with a number of other illnesses. If necessary, a blood test can confirm whether the rash is truly measles.

Treatment
There's no specific treatment for an established measles infection. However, some measures can be taken to protect vulnerable individuals who have been exposed to the virus.

Post-exposure vaccination. Nonimmunized people, including infants, may be given the measles vaccination within 72 hours of exposure to the measles virus to provide protection against the disease. If measles still develops, the illness usually has milder symptoms and lasts for a shorter time.
Immune serum globulin. Pregnant women, infants and people with weakened immune systems who are exposed to the virus may receive an injection of proteins (antibodies) called immune serum globulin. When given within six days of exposure to the virus, these antibodies can prevent measles or make symptoms less severe.
Medications
Fever reducers. You or your child may also take over-the-counter medications such as acetaminophen (Tylenol, others), ibuprofen (Advil, Children's Motrin, others) or naproxen (Aleve) to help relieve the fever that accompanies measles.

Don't give aspirin to children or teenagers who have measles symptoms. Though aspirin is approved for use in children older than age 3, children and teenagers recovering from chickenpox or flu-like symptoms should never take aspirin. This is because aspirin has been linked to Reye's syndrome, a rare but potentially life-threatening condition, in such children.

Antibiotics. If a bacterial infection, such as pneumonia or an ear infection, develops while you or your child has measles, your doctor may prescribe an antibiotic.

Vitamin A. Children with low levels of vitamin A are more likely to have a more severe case of measles. Giving vitamin A may lessen the severity of the measles. It's generally given as a large dose of 200,000 international units (IU) for children older than a year.

און דאס איז געשטאנען אין די לינק וואס איר האט פריער געברענגט:
תוספות האט געשריבן:האסטו וואס די מאיא קליניק זאגט:

Having a vitamin A deficiency. If you don't have enough vitamin A in your diet, you're more likely to have more-severe symptoms and complications
לעצט פארראכטן דורך תוספות אום פרייטאג נאוועמבער 09, 2018 3:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4272
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

שוין... איצטער זעה איך אז איהר האט כאטשיג פאראכטן און צוגעלייגט א שורה:
--->>> לויט וואס די די מאיא קליניק שרייבט בנוגע ווייטאמין עי. <<<---
קומט אויס אז נעמען וויטאמין עי. איז אסאך אסאך א בעסערע עצה אנטקעגן מיזעלס ווי צונעמען דעם וואקסין.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

דאס האב איך געמיינט צו זאגן לכתחילה. סארי.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4272
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

און.... האט אויך שיין איבערגעשריבען און quotes וואס איך האב דיהר גענטפערט, נאר געמאכט די ווייטעמין עי פאראגראפ אין רויט. דאס איז דאך וואס איך האב אייך גענטפערט! איך האלט אויך אזוי. וואס האט איהר מיהר גענטפערט פונטקליך???
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4272
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

תוספות האט געשריבן:דאס האב איך געמיינט צו זאגן לכתחילה. סארי.

נעם איך ציורק דאן וואס איך האב געשריבן שארף אז איהר זאגט שקר און וואס די מאיא קליניק האלט.
אבער עס איז קלאהר אז זיי האלטן פון וואקסינס.
און איך האלט אז איהר האט א שיינע פלפול, אז לויט ווי זיי האלטן, דאן איז דאס אמת. אבער די פלפול איז געבויעט אויף פאלטשע יסודות. ווייל ווייטעמין עי וועט נישט אפהאלטן פון באקומען מיזעלס. און יא, איך בין מסכים צו וואס די מאיא קליניק זאגט אז עס וועט העלפען די סימפטעמס נאכן באקומען מיזעלס.

איהר ווייסט ר' תוספות, איך טראכט אז איך מוז אויפהערן צו שרייבן. ווייל איך וויל נישט ניצן שארפע לשונות אויף א צווייטע איד. איך האב חרטה פארן שרייבן שארף אויף אייך, בעידן דריתחא. מיין מטרה דא איז נישט צו געווינען, איך האב נישט קיין אגענדא. און ווי שוין כמה פעמים געשריבן, האלט איך אז אויב טרעף איך אייך אין קאווע שטיבל (אין ביהמ"ד), אדער ביי א שמחה, בין איך זיכער אז איך וואלט זייער הנאה געהאט צו זיין אין אייער געזעלפשאפט. איך בין זיכער אז מיהר האבן די זעלבע מיינונגען און פארשידענע ענינים, ווי למשל השקפה, חסידות, וכו'.

זאלט איהר האבן א גיט שבת. זאלט איהר אייביג זיין געזונט. און זאלט איהר האבן אלעס גוטס. און איך האף אז no hard feelings. איך בעט אייך מחילה דא ברבים. איך בעט מחילה פארן שרייבן שארף און פערזענליך, אבער נישט אז איך טויש מיין שיטה.

Between me and you... אייוועלט האט זיך זיכער מחי' געוועהן מיט אונז ביידע פארן אהנפילן מער פון זעכטיג בלעטער אויף די נושא. ברויך מען לויפן כאפן א טבילה לכבוד שבת... שבת שלום ומבורך פאר אייך, פאר גאנץ אייוועלט, פאר אלע אידן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

בעזהשי"ת.
Kosher Travel האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:דאס האב איך געמיינט צו זאגן לכתחילה. סארי.

נעם איך ציורק דאן וואס איך האב געשריבן שארף אז איהר זאגט שקר און וואס די מאיא קליניק האלט.
אבער עס איז קלאהר אז זיי האלטן פון וואקסינס.
און איך האלט אז איהר האט א שיינע פלפול, אז לויט ווי זיי האלטן, דאן איז דאס אמת. אבער די פלפול איז געבויעט אויף פאלטשע יסודות. ווייל ווייטעמין עי וועט נישט אפהאלטן פון באקומען מיזעלס. און יא, איך בין מסכים צו וואס די מאיא קליניק זאגט אז עס וועט העלפען די סימפטעמס נאכן באקומען מיזעלס.

קודם כל א גוטע וואך הרב kosher travel.

אקעי, סאו האלט מיר אויף א וועג, ווייל ביזדערווייל האלט מיר ביידע די זעלבע. ווייל איך האלט אויך נישט אז ווייטאמין עי. קען אפהאלטן פון בכלל באקומען מיזעלס, אבער איך האלט יא אז עס מאכט אז ווען מען באקומט מיזעלס זאל נישט געשען קיין קאמפליקאציעס דערפון.

יעצט מיזעלס אליין לעולם איז דאך גאר א געזונטע זאך, ווארום עס בויט אויף דעם אימיון סיסטעם אז מען זאל נישט ליידן פון יענע מחלה און פון הארץ קראנקהייטן, איז דאך נישט קיין פראבלעם צו האבן מיזעלס אליין.

אויב אזוי דארף מען גאך זיין גאר נאריש צו נעמען דעם וואקסין, ווייל אז דו האסט מיזעלס מיט ווייטאמין עי. האסטו דאך ביידע וועלטן. סיי אז די מיזעלס קען נישט שאטן בעזר הוי' מיט די ווייטאמין עי. און סיי אז דו באקומסט די אימיוניטי אנטקעגן יענע מחלה מיט הארץ פראבלעמען דורך די מיזעלס.

איי העסטו פרעגן פארוואס די מאיא קליניק אפיציעלע שטעלונג איז נישט אזוי? איז דאך פשוט אז זיי מעגן נישט געזעצליך זאגן אנדערש ווי די אפיציעלע שטעלע פון די רעגירונג. אבער מתוך דבריהם דארפסטו אליינס נוצן קאפ ארויסצולערנען וואס דער אמת איז.

און הרב kosher travel, להוי ידוע אז עס גייט מיר אינגאנצן נישט אן אייערע שארפע לשונות. איך האב ברוך השם גאר דיקע הויט און עס בארירט מיר נישט ווען עמיצער שרייבט מיט שארפע ווערטער אנטקעגן תוספות אויף אייוועלט. ווייל א חוץ וואס איך טייל מיט די זעלבע געדאנקען גאנג ווי ר' תוספות, האב איך פערזענליך גארנישט מיט אים. איך האב אים נאך קיינמאל נישט געטראפן און ניטאמאל גערעדט צו אים. סאו וואס זאל מיך שטערן אז הרב kosher travel שרייבט אנטקעגן אים אז ער איז א ליגנער.

איך בין פשוט געווען זייער נייגעריג וואס אייער שיטה איז, און וויאזוי איר בארעכטיגט די עולה פון שטעכן קינדערליך מיט די וואקסינען. ולכן זיץ איך שוין זעכציג בלאט מיט א בענקל און א שירעם, ביז ענדליך זעט שוין אויס ווי אונז הייב מיר זיך אן א טראפקעלע צו פארשטיין.

נו שוין. דער עיקר איר זאלט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס דעם שבת. איך בין נאר נייגעריג פאר נאך איין קלייניקייט, צו דער יונגערמאן ביי אייך אין ביהמ"ד וואס האט געהאט געזאגט אמאל אז טאמער עד עי געווינט די וואלן וועט מען נישט קענען מאכן קיין ברית אין מאנסי. בין איך נייגעריג צו יענער יונגערמאן האט געדאוונט פארן עמוד די וואך ביי ענק.

ש'כח פארן ענטפערן.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

בעזהשי"ת
איינס האט געשריבן:און יעצט צו די מילתא דבדיחותא

אפילו גרויסע מומחים פון די רעגירונג אזוי ווי ברענעדין הילי און ד"ר פלטשער פון ענגלאנד האלטן אז סדא גרויסע חשדות אויף די וועקסינס

און וויפל גרויסע מומחים האלטן אז ס׳איז נישט דא קיין חשדות

ס'איז נישטא קיין איין מומחה וואס האט דורכגעטון די נושא פון וואקסינען, וואס האלט אז וואקסינען זענען נישט ערנסט פראבלעמאטיש.

א חוץ פארשטייט זיך די דאקטוירים וואס האבן אליינס פעטענטס אויף וואקסינען.
איינס האט געשריבן:
סדא אן א שיעור עדות פון עלטערן אז זייערע קינדער האבן בקומען שווערע מחלות גלייך נאך די וועקסין.

וויפל איז די שיעור פון אן א שיעור, ווייל מיט א שיעור עלטערן טענה׳ן נישט אזוי

לשיטתך קומט אויס, אז א יעדע זאך וואס שאדט פאר געוויסע מענטשן. אויב פאר אנדערע מענטשן שאדט עס נישט (עכ"פ נישט אויפן פלאץ) דעמאלטס קען מען עס גיין נעמען לכתחילה. א יא?
איינס האט געשריבן:
די דאקטוירים לערנען און וויסן כמעט גארנישט וועגן וועקסינס און זיי מאכן אסאך געלט פון דעם.
סדא א גרויסע פרעשער אויף די דאקטוירים נישט צו רעדן קעגן וועקסינס.
אסאך דאקטוירים זענען מרמז שטילער הייט אז זיי זענען קעגן וועקסינס.
די דאקטוירים וואס זענען קעגן וועקסינס האבן יא געמאכט ריסערטש, און נישט נעמען וועקסינס ברענגט זיי נישט קיין רוח צו זייערע טראפן וואס זיי פארקויפן.
די פארמעסוטיקל קאמפעניס האבן געלט ווי מיסט און זיי האבן טויזענטער לאבייסטס און וואשינגטאן, און זייערע שותפים זיצן און די קאמיטעיס וואס זענען מייעץ לגבי וועקסינס און די fda און די cdc.

מיט די טענות קענסטו צומאכן אלע שפיטעלער, און נישט נוצן קיין שום רפואה אויף קיין שום מחלה. די דאקטורים מאכן געלט פון דיר היילן, די מעדעצין קאמפעניס מאכן געלט פון די מעדעצינען, און דיין גראסערי מאכט געלט פון דיין גראסערי ארדער

דער חילוק איז אז דער גראסערי ארדער אויב וועל איך נישט זיין צופרידן וועט ער מיר צוריקגעבן די געלט.
דער דאקטער מאכט זיין געלט אפילו איך וועל שטארבן אויכעט.
און ביי וואקסינען קענסטו ניטאמאל אנקלאגן די קאמפאני אפילו אז דיין קינד שטרעקט זיך אויס תיכף נאכן וואקציאנירן ח"ו.
איינס האט געשריבן:
אויך ציווישן די רבנים איז דא א מחלוקת צו מזאל וועקסינעיטן.

ברענג וויפל זענען אויף די זייט יא צו געבן קעגן די וואס זענען מ׳זאל נישט געבן.

די רבנים וואס קענען די נושא זאגן אז מען זאל נישט וואקציאנירן, און די אנדערע רבנים לעבן אין א טעות פונקט ווי דיר.
איינס האט געשריבן:
צו vaers קומט אן יעדע יאר הונדרעטער שרעקליכע סייד עפעקטס פון וועקסינס און אפילו אסאך טויט פאלגן, דאס אין צייט וואס רובא דרובא פון דאקטוירים רעפארטן בכלל נישט קיין סייד עפעקטס פון וועקסינס.

די שפיטעלער זענען פיל פון מענטשן וואס האבן נישט געגעבן און די בית הקברות איז פיל מיט מתים וואס ווען די רפואה וואלט בעסער געווען וואלטן זיי נישט אנגעקומען דארט (מיט הילף פון אויבן)

די פאקטן זאגן אז פון די מחלות וואס וואקסינען ברויכן צו פארמיידן זענען שוין מענטשן נישט געשטארבן נאך סאך פאר די וואקסין איז ארויסגעקומען.

און די מחלות וואס מען איז נאך יא געשטארבן, האבן די וואקסינען גארנישט געהאלפן בשעתם.
איינס האט געשריבן:
די iom איז מודה אז דער dpt וועקסין איז חשוד אז סברענגט אוטיזם, נאר זיי טענען אז אין ספק מוציא מידי וודאי, און אויך זענען זיי מודה אז mmr קען גורם זיין אפילפסיה און נאך אנדערע מחלות, און אסאך מחלות זאגן זיי אז סאיז א ספק.
פרופסור יהודה שיינפלד א וועלטס מומחה אויף אטאאימיאן דיסיס טענעט אז וועקסינס איז גורם אטאאימיאן דיסיס.

זאג דו עסט און טרינקסט היממיש געמאכטע מילך פרוכט וועטשטעבלס פלייש אייער ... אדער דארט גייסטו מיט

ר' מצפים טענה'עט דאך אז טאקע די וואקסינען זענען די גורמים אז מענטשן קענען נישט פארטראגן די נארמאלע מילך.
איינס האט געשריבן:
רוב מחלות וואס די וועקסינס דארפן פארמיידן זענען שיון כמעט אויסגעראטן פון די וועלט, און די וואס נישט זענען גאר א קליינע סכנה.

דאס האב איך געוואוסט אז די מידיע איז פעיק נייעס. די ליגענערס ריפארטן אויף אן אויסברוך פון מיזעלס, שקרנים בני שקרנים ס׳איז שוין לאנג נישט דא. וכו׳ ודוק

לייגסט נישט צו קיין קאפ. ער שרייבט דאך קלאר אז די מחלות וואס עס זענען נאך יא דא, ווי צום ביישפיל מיזעלס. איז גאר א קליינע סכנה. נאכדערצו ווען דו רעכנסט עס אנטקעגן די שרעקליכע סכנה פון די וואקסינען.
איינס האט געשריבן:
אפילו מען זאל זאגן אז די סייד עפעקטס זענען רחוק, אבער דאס איין וועקסין, אז מע געט א קינד צענדליגער וועקסינס איז עס שוין נישט אזוי רחוק, פון די אנדערע זייט געשעדיגט ווערן פון די מחלות איז זייער רחוק, הונדרעטער מענטשן זענען געשעדיגט געווארן פון mmr, און צווי זענען חשוד אז זיי זענען געשטארבן פון מיזעלס און די לעצטע פופצען יאר אין אמעריקע.

וואס הייסט צוויי זענען חשוד, ווייל די איבעריגע האסטו א תירוץ אז ס׳איז געווען נאך זאכן, נו נוץ דאס אויף די וועקסינען אויך

ביי וואקסינען זעט מען דאך קלאר אז מען ווערט געשעדיגט אפילו געזונטערהייט, אפילו מען האט נישט פארדעם קיין שום געזונטהייט פראבלעם.
איינס האט געשריבן:
ווען איינער שטארבט נאך א וועקסין זאגן זיי אלעמאל אז סאיז א מקרה און סאיז נישט קשור צו די וועקסין אבער טאמער יאיינער שטארבט און ציווישן זיי ער מחלות האט ער אויך געהאט מיזעלס זענען זיי אלעמאל זיכער אז סאיז פון מיזעלס.

די זעלבע דא דריי נאר די ווערטער אויף די ריכטיגע פעזישנס

למעשה ווען דו געסט א וואקסין לייגסטו דיך אריין אין א ספק שפיכות דמים. ווען דו געסט נישט איז עס מערסטנס א ספק ספיקא, ספק אז דו גייסט באקומען די מחלה, ספק אז עס גייט שאטן.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

בעזהשי"ת.
למעלה משבעים האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:לייגסט א הנחה, אז מיין דעה קומט פון סערטש אויפן גוגל, און דערנאך שרייבסטו מסקנות

איך האב פאר דיר נייעס, ב"ה מיינע מקורות זענען בכלל נישט באגרעניצט אויף גוגל!!!

ס'דא אסאך פלעצער ווי צו מאכן ריסערטש, און אפילו פון די דאקטורים וואס שרייען חי וקיים אז מ'דארף יא נעמען וואקסינ'ס, נאכן רעדן מיט זיי לענגערע שמועסן, שווימט ארויף דעם אמת, ווי ווייניג זיי ווייסן און פארשטייען דערצו, גארנישט מער פון וואס מ'האט זיי פארקויפט, און בכלל נישט קיין אייגענע דעה, וואס דעריבער ווערט ער נישט גערעכנט ווי א דאקטאר מיט א מיינונג, נאר ווי א דאקטאר א פאפעגיי וואס בעבקעט נאך ווי א וואויל קינד, וואס מ'האט אין אים אריין געבאקען.

די חילוק צווישן דעם דאקטער און דיר איז אזוי, דער דאקטער גלייבט די מעדיקעל ריסארסעס וואס ער ליינט, און די גלייבסט די סייט'ס/בלאג'ס וואס דו ליינסט אדער הערסט פון אנדערע וואס האבן עס געליינט.

ואל תשובנו אז די קומסט מיט קראנטע מעשיות וואס די האסט אליין געהערט פון די עלטערן איבער קינדער וואס וכו', ווייל די מקורות זענען נישט קראנט, נאר קראנק... ווי מען האט שוין געשריבן מן הסתם טויזנט מאל, אז נישט דו, און נישט די עלטערן ווייסן ווי אזוי צו טעסטן אויף צוריק וואס איז באמת פארגעגאנגען, נאר ענק האבן געמאכט אן החלטה אויף די מעשה לויט אייער מיינונג איבער וואקסינס, און איך זאג אז די סיבה פארוואס דאס האט פאסירט צו דעם קינד איז געווען ווייל ער איז פונקט יענעם טאג געקומען אין קאנטאקט מיט על-אי-די...

(ס'איז זייער זייער מאדנע ווי איר וועט כסדר איבער'חזר'ן נאכאמאל און נאכאמאל אז די מקורות קומט נישט פון דא נישט פון דא, אבער פון ווי יא וועט איר זיך צוריק האלטן פון זאגן...)

מקורות
:

דא האט איר א ליסטע פון וועבזייטלעך, ארויסגענומען פונעם פיעטש מאגאזין:

HELPFUL WEBSITES
http://www.thinktwice.com
http://www.vactruth.com
http://www.vaclib.org
http://www.drtenpenny.com
http://www.NVIC.org
http://www.vaccineresearchlibrary.com
http://www.putchildrenfirst.org
http://www.vaccinationcouncil.org

און דא האט איר פון חזקיהו המלך:
חזקיהו המלך האט געשריבן:א ליסטע פין איבער הונדערט וויכטיגע ביכער איבער וואקסינען,
download/file.php?id=49210
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובה דורך למעלה משבעים »

למעלה משבעים האט געשריבן:און די גלייבסט די סייט'ס/בלאג'ס וואס דו ליינסט אדער הערסט פון אנדערע וואס האבן עס געליינט.
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

בעזהשי"ת.

פארוואס זאל איך עס נישט גלייבן?

נאכדערצו ווען יעדע זאך שטייט מיט מקורות, און ראיות, און הוכחות.
גארנישט וואס שטייט דארט איז אבי געשאסענע סטעיטמענטס.

די מעדיקעל ריסארסעס וואס דער דאקטער ליינט, ענטהאלט נישט קיין אמת'ע תירוצים פארוואס מען ברויך געבן וואקסינען. דאס גאנצע וואס מען פארקויפט זיי איז אז וואקסינען זענען 100% סעיף און אפעקטיוו, איי אפילו לשיטתם שטימט דאס נישט? אבער אזוי זאגט די רעגירונג, גזירת מרא דאתרא.

טא וועם זאל איך ענדערשער גלייבן?

נאכדערצו, אז אלע דאקטוירים וואס האבן זיך יא אריינגעלייגט נאכצופארשטן די נושא, זאגן אלע פה אחד אז וואקסינען זענען גאר גאר שעדליך, און מען טאר דאס נישט געבן אזוי גרינג ווי די רעגירונג הייסט עס געבן. עס זענען שוין ארויסגעקומען ווייס איך וויפיל דאקטוירים מיט ביכער און הסברים פארוואס וואקסינען זענען שעדליך. און וואס ענטפערט אויף דעם די רעגירונג? "וואקסינען זענען הונדערט פראצענט סעיף און אפעקטיוו". דאס איז די איינציגסטע תירוץ וואס זיי האבן, עפעס אנדערש איז נישטא. חוץ פארשטייט זיך שעלטן יעדן איינעם וואס וואגט זיך צו מהרהר זיין נאך זייער אמונה טפילה פון וואקסינען אז ער איז נאר א אנטי וועקס קוועק און ער רעדט סתם שטותים. אפשר עפעס ענטפערס? זילטש.

איז וועם דארף מער אונז גלייבן?

נישט קיין וואונדער אז צוביסלעך צוביסלעך הייבן אן מענטשן צו קומען צום שכל, און מען הערט אויף גלייבן אויפן ווארט די פארשאלטענע דאקטוירים שלוחי המלאך המות ימח שמם וזכרם. בקרוב וועט דא זיין האפנטליך א איבערשפיל וואס איז געווען די יאר אין איטאליע, מיט א מעכטיגע פראטעסט פון א האלב מיליאן מענטשן אנטקעגן די רעגירונג. ביז זיי האבן זיך געמוזט ברעכן און אראפגענומען די מאנדאט פון וואקסינען.

אוי הלואי. ימים ידברו.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

תגובה דורך מצפים לישועה »

Yet another holistic doctor has unfortunately passed away. The deaths of Annie Fairbanks, husband Jason Fairbanks, both 39 years old, their 3-year-old daughter, and 9-month-old son are shocking the natural health community.

They were killed by apparent gunshot wounds which police were quick to rule a murder, suicide. Sergeant Ben Hoster of the Scottsdale, Arizona Police Department spoke on behalf of the department. He told the press within hours of the shooting that Jason Fairbanks must have killed his wife and two children before turning the gun on himself.

Some reporters that have been keeping track of holistic doctor deaths over the past two years claim that this is well over the 70th death of an alternative health activist, journalist, or doctor. The circumstance in which these lives have been taken are often shrouded in mysterious circumstances or surrounded by friends and family who say the victims weren’t the type to take their own lives.
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובה דורך נו וואדע »

אוי שפין ספיידערל שפין ...

אוי שפין ספיידערל שפין ....

אפשר וועט איינער פארכאפט ווערן אין דיין נעצ'ל

אוי שפין ספיידערל שפין.....!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

תגובה דורך איינס »

תוספות האט געשריבן:אוי הלואי. ימים ידברו.

ימים דברו כבר...

ס'איז א שאד צו איבעקייען און איבער שמועסן וואס מ'האט שוין דא אויסגעדראשן טויזענטער מאל.

די שאלה איז זייער פשוט:
דארף איך טראסטן ארטיקלען וואס איך טרעף אוופן אינטערנעט (ובתוכם איי וועלט), אדער דארף איך טארסטן די העלט דעפארטמענט וואס זייער מטרה איז צו צושטעלן העלט פארן ציבור (דורך וואס זיי מאכן געלט...)
וואס דו טוהסט ווייס איך, דו ביסט דאך א חכם מחוכם, דו פארשטייסט, דו האסט א ספציעלן חוש צו אויפכאפן וועלכע ארטיקל איז אמת און וואו ליגט בהאלטן נגיעות מיט געלט. איך האלט זיך נישט אזוי קליג צו קענען מכריע זיין דורך ליינען 2 3 אדער אפילו הונדערטער ארטיקלען אויפן אינטערנעט.
סא, איך טראסט די מיליטער אין זייער אפטיילונג, די גראסערי מאן אין זיין אפטיילונג, און דיר טרסאט טאקע אין דיין אפטיילונג, אבער אין העלט דעפאטמענט טראסט איך די וואס זענען געשטעלט אויף דעם, און טאקע נאר ווען זיי מאכן געלט פון דעם.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

תגובה דורך איינס »

ס'איז נישטא קיין איין מומחה וואס האט דורכגעטון די נושא פון וואקסינען, וואס האלט אז וואקסינען זענען נישט ערנסט פראבלעמאטיש.
א חוץ פארשטייט זיך די דאקטוירים וואס האבן אליינס פעטענטס אויף וואקסינען.

אזוי זאגן די ארטיקלען וואס דו טראסט, אבער אין די וואס די טראסט נישט שטייט נישט אזוי.
איך בין נישט בעלעבאס אויף דיר צו זאגן וועלכע יא אדער נישט צו טראסטן. אבער גלייב מיר אז איך פארלאז זיך נישט אויף דיר ביי די זאכן.

איינס האט געשריבן:
סדא אן א שיעור עדות פון עלטערן אז זייערע קינדער האבן בקומען שווערע מחלות גלייך נאך די וועקסין.
וויפל איז די שיעור פון אן א שיעור, ווייל מיט א שיעור עלטערן טענה׳ן נישט אזוי

לשיטתך קומט אויס, אז א יעדע זאך וואס שאדט פאר געוויסע מענטשן. אויב פאר אנדערע מענטשן שאדט עס נישט (עכ"פ נישט אויפן פלאץ) דעמאלטס קען מען עס גיין נעמען לכתחילה. א יא?

איך וועל אויסהערן וואס די וואס זענען אויסגעקאכט און אוועקגעשטעלט אויף די נושא, וואס זיי זאגן.
ביי אוזנזער פאל איז דאס די דאקטוירים

דער חילוק איז אז דער גראסערי ארדער אויב וועל איך נישט זיין צופרידן וועט ער מיר צוריקגעבן די געלט.
דער דאקטער מאכט זיין געלט אפילו איך וועל שטארבן אויכעט.
און ביי וואקסינען קענסטו ניטאמאל אנקלאגן די קאמפאני אפילו אז דיין קינד שטרעקט זיך אויס תיכף נאכן וואקציאנירן ח"ו.

דער דאקטער מאכט זיין געלט אפילו מ'שטארבט, און די גרעסרי מאן מאכט זיין געלט אפילו איך האב זיך פאדארבן מיין מאגן.
דאס אז זיי מאכן געלט איז נאר א סיבה זיי זאלן מאכן בעסער זייער ארבעט (אומן לא מירע חזקתיה)

די רבנים וואס קענען די נושא זאגן אז מען זאל נישט וואקציאנירן, און די אנדערע רבנים לעבן אין א טעות פונקט ווי דיר.

כמעט גוט געשריבן, לאמיר דיר נאר פאריכטן:
די רבנים וואס זאגן מ'זאל נישט געבן, זיי קענען די נושא.
און די רבנים וואס זאגן מ'זאל יא געבן, איז א סימן אז זיי האבן א טעות.

די פאקטן זאגן אז פון די מחלות וואס וואקסינען ברויכן צו פארמיידן זענען שוין מענטשן נישט געשטארבן נאך סאך פאר די וואקסין איז ארויסגעקומען.
און די מחלות וואס מען איז נאך יא געשטארבן, האבן די וואקסינען גארנישט געהאלפן בשעתם.

די פאקטן...
פון וואו האסטו עס געברענגט?
אה, פון די ארטיקל אויף יענע און יענע סייט....
נו נו לאמיר גיין רואיג ווייטער.

רוב מחלות וואס די וועקסינס דארפן פארמיידן זענען שיון כמעט אויסגעראטן פון די וועלט, און די וואס נישט זענען גאר א קליינע סכנה.

כנ"ל

ביי וואקסינען זעט מען דאך קלאר אז מען ווערט געשעדיגט אפילו געזונטערהייט, אפילו מען האט נישט פארדעם קיין שום געזונטהייט פראבלעם.

ווייטער מיט מבינות...

למעשה ווען דו געסט א וואקסין לייגסטו דיך אריין אין א ספק שפיכות דמים. ווען דו געסט נישט איז עס מערסטנס א ספק ספיקא, ספק אז דו גייסט באקומען די מחלה, ספק אז עס גייט שאטן.

א למדן אויך, סא לאמיר צונעמען
ווען איך געב וואקסין איז א ספק צו די דאקטורים זענען גערעכט ספק צו דו ביסט גערעכט.
פארשטייט זיך אז די צד אז די דאקטורים זענען גערעכט איז נאר 5% פראצענט און די צד אז די ביסט גערעכט איז 95%. אבער ס'איז נאך אלטס 5%

על הצד אז דו ביסט גערעכט ספק צו ס'גייט שאטן ספק נישט

על הצד אז ס'גייט שאטן ספק צו ס'איז געקומען פון די שאטס אדער פון דעם אז אשר יגורתי בא

על הצד אז איך האב א ווארט און די לומדות אין מבינות ביסטו גערעכט, אבער איך בין 100% אז נישט איך און נישט דו זענען געשטעלט געווארן צו דורך טוען די זאך.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

איינס האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:אוי הלואי. ימים ידברו.

ימים דברו כבר...

ס'איז א שאד צו איבעקייען און איבער שמועסן וואס מ'האט שוין דא אויסגעדראשן טויזענטער מאל.

די שאלה איז זייער פשוט:
דארף איך טראסטן ארטיקלען וואס איך טרעף אוופן אינטערנעט (ובתוכם איי וועלט), אדער דארף איך טארסטן די העלט דעפארטמענט וואס זייער מטרה איז צו צושטעלן העלט פארן ציבור (דורך וואס זיי מאכן געלט...)
וואס דו טוהסט ווייס איך, דו ביסט דאך א חכם מחוכם, דו פארשטייסט, דו האסט א ספציעלן חוש צו אויפכאפן וועלכע ארטיקל איז אמת און וואו ליגט בהאלטן נגיעות מיט געלט. איך האלט זיך נישט אזוי קליג צו קענען מכריע זיין דורך ליינען 2 3 אדער אפילו הונדערטער ארטיקלען אויפן אינטערנעט.
סא, איך טראסט די מיליטער אין זייער אפטיילונג, די גראסערי מאן אין זיין אפטיילונג, און דיר טרסאט טאקע אין דיין אפטיילונג, אבער אין העלט דעפאטמענט טראסט איך די וואס זענען געשטעלט אויף דעם, און טאקע נאר ווען זיי מאכן געלט פון דעם.

אז דו טראסט טאקע די העלט דעפארטמענט, אפשר גייסטו טשעקן וואס זיי האלטן?

וואסערע ראיה האבן זיי אז די DTaP ברענגט נישט אויטיזם? גארנישט.
וואסערע ראיה האבן זיי אז וואקסינען ברענגען נישט קיין סידזשערס? גארנישט.
וואסערע ראיה האבו זיי אז וואקסינען ברענגען נישט קיין עמ. עס.? גארנישט.

אבער אסאך מענטשן טענה'ען אז זיי זענען געשעדיגט געווארן פון וואקסינען, מיט צענדליגער מחלות רעפארטעט, אבער די רעגירונג טוט "גארנישט" עס צו אינוועסטיגעיטן. אבער דו טראסט ווייטער די העלט דעפארטמענט אויפן ווארט, זיי מיינען דאך נאר דיין טובה. ווייסטו אז 54% קינדער היינטיגע צייטן אין אמעריקע ליידן פון כראנישע מחלות? א שטייגער ווי אסטמא, דייעביטיס, אלערגיעס, סידזשערס, וכדומה. ווען פאר פופציג יאר צוריק האט עס געהאלטן בערך ביי 10%. אבער די העלט דעפארטמענט האט געזאגט אז אלעס איז מסודר, סאו איך שלאף רואיג.

דזשאן פאולינג, איינער פון די גרעסטע סייענטיסטן אין אמעריקע, וואס זיין טאכטער איז געווארען אויטיסטיק פון וואקסינען, און אפילו די רעגירונג האט מודה געווען דערצו. האט זיך אויסגעדריקט פאר די מידיא: "ווען איך זע ווען נישט מיט מיינע אויגן א געזונטע אנדערטהאלבן יאר קינד ווערן אויטיסטיק תיכף נאכן וואקציאנירן, וואלט איך עס קיינמאל נישט געגלייבט".

סאו איך פארשטיי זייער גוט אז מענטשן גלייבן נישט ביז מען זעט דעם חורבן מיט די אייגענע אויגן, אבער דעמאלטס איז שוין צו שפעט.

זאל נאר איין איד א דאנק מיינע ווערטער געבן איין וואקסין ווייניגער, והיה בזה שכרי.

איך ווייס נישט וואס דו האסט פון אפפרעגן פאקטן, נאר פון חוזק מאכן אז עס קומט פון סייטס. עס איז שוין כמה פעמים אראפגעברענגט געווארען די קלארע פאקטן וואס אפילו די רעגירונג איז מודה צו דעם, אבער אז מען קען זיך אריינשטעקן די קאפ אין זאמד מיט א זאפטיג שטיקל ליצנות צו דער זייט, וואס קען זיין בעסער פון דעם? גיי עס קאקאש קעיק מיט א רואיקייט.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

תגובה דורך מצפים לישועה »

כמו שנאמר לך אכול בשמחה את קאקאשקעיקך כי כבר רצה אלוקים את חיסוניך.
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

מצפים לישועה האט געשריבן:כמו שנאמר לך אכול בשמחה את קאקאשקעיקך כי כבר רצה אלוקים את חיסוניך.

;l;p-
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “געזונטהייט”