כאפצעם האט געשריבן:פון די אנדערע זייט זענען די שאנסן שטארקער אז אצינד מיט א דעמאקראטישע קאנגרעס קומט ער אן צו 2020 אן קיין אבאמאקעיר ריפיעל, קיין וואנט, קיין אינפערסטרוקטור, קיין טרעיד דיעלס (ברויך אויך דורכגיין קאנגרעס), קיין אימיגראציע רעפארם, קיין דעפעציט רעדוקציע, קיינע טעקס בילס וכו' און נארט קאריע דענוקלעריזאציע אדער מיטל מזרח שלום זעהט שוין אויס א פארגאנגענהייט און זיינע אפראוול נומבערס קוקט נישט גייט אין ערגעץ.
סאו דער וואס האט גערעדט אין 2016 פון זיין דער ריזיגער דיעלס גיי וועט ער אנקומען ווי רעכל מיט אן אקאומפלישמענט פון שרייען אויף זשים אקאסטאו און עטליכע מיליאן טוויטס.. שוואכע רעצעפט פאר ריעלעקשאן.
אבאמא ווידער ביי זיין ריעלעקשאן איז געשטאנען אויף סאליד גראונד נאכן האבן ארלעדיגט היסטארישע העלטקעיר רעפארם, געראטעוועט דעם גאנצן מידוועסט מיטן אוטא בעילאוט, געהאט די עקאנאמיע אן טרעק מיטן סטימיולעס, זיך איינגעקויפט היראו סטאטוס מיטן כאפן בין לאדין, און מארשירט מיט א פעסטע אפראוול.
און וועם גיייט ער בלעמען די פרעסעקראטן, והא ראיה די ערשטע צוויי יאר איז אלעס געפארן נערמאל,
און די עולם גייט עס פיין אנעמען ווייל עס גייט זיין אמת אויך לכאורה [נ.ד.נ]