2018 מידטורם עלעקשאנס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8474
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 8:11 pm

די תגובה איז ספעשל פאר ידידינו החשוב @טינק ענד טענק.

לויט 538 וועלן די דעמאקרעטס געווינען אן עוורידזש פון 38 זיצן, מיט א 80% טשענס צו געווינען צווישן 19 און 39 זיצן. [84.7% טשענס צו געווינען די האוז]

לויט דוד וואסערמאן וועלן די דעמאקרעטס געווינען לכאורה צווישן 30 און 40 זיצן, מיט א מעגליכקייט צווישן 20 און 45 זיצן.

לויט דעסיזשן דעסק עיטש קיו וועלן די דעמאקרעטס אן עוורידזש געווינען 37 זיצן, מיט די מעגליכקייט צו געווינען צווישן 22 און 51 זיצן. [94.5% טשענס צו געווינען די האוז]
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 8:20 pm

די גרין פארטיי קאנדידאט וואס לויפט אריזאונא צו לינקס פון פון דעם דעמאקראטישע קאנדידט סימענא, האט זיך ארויסגעצויגן און אינדארסירט סימענא.

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 8:25 pm

פרישע פאולס פון Harris Interactive

אביסל חיזוק פאר אלע זייטן....
צוגעלייגטע
98.PNG
98.PNG (45.04 KiB) געזעהן 657 מאל

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8474
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 8:26 pm

דאס ווערט גענומען דורך סקאט רעסמוסען, וואס פלעגט זיין די באקאנטע רעסמוסען אנקעטעס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 8:47 pm

איך הער גוט? טעד קרוז איז יעצט אויף 770 מיט מארק לעווין? ער האט טאקע נישט וואס צו טוהן יעצט?
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 9:05 pm

אין דזשארדזשיע איז די גאנצע דיפרענץ אצווישן די וואל טאג אין 2014 און 2016 למספרם געווען 1.6 און 1.7 מיליאן וויילער

די איינציגסטע עכטע טויש איז געווען אז אין 14 למספרם איז געווען 800 טויזנט ערלי וואוטס און אין 16 למספרם 2.2 מיליאן!

א שטארקע דערהער אין וויפיל מען קען אפלערנען באזירט אויף די ערלי וואוטס

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 9:07 pm

נאך וואס אין טעקסאס איז געווארן געלופטערט א רעקלאמע איבער א פאל אין 89' למספרם ווי בעטא ארורק איז געווארן ארעסטירט האט די ארורק קאמפיין פריער פארעפנטליכט זייער רעאקציע מיטן שטעלן פאר א ציהל אויפצוטרייבן פרישע 3.5 מיליאן אין אנליין פאנדרעיזינג אלץ אן אפענטפער צו די אטאקע
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 9:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 9:11 pm

מעין און קענסאס זענען די פרישסטע צוויי שטאטן ארויפצושלעפן די ליסטע צו 21 וועלכע האבן שוין איצט מער ערלי וואוטס ווי די טאטאל ערלי וואוטס אין 2014 למספרם

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:19 pm

פאר אזא תגובה ווערט פארשלעפט אין א הין און צוריק געמויזעכץ בינעך מקדים אז עס איז נישט געציהלט צו אדרעסירן די דעבאטע אויב און וויפיל מען קען זיך פארלאזן אויף אנקעטעס
סיי אויב איר גלויבט זיי אלעמאל בלינד אדער מאכט זיי אלץ אוועק אדער נעמט זיי טיילווייז אין חשבון אדער אויב איר נוצט זיי ווען עס לוינט שפירט אייך פריי פארצוזעצן מיט אייער פירונג
די פאלגענדע איז בלויז פאר אינטערסאנטקייט פעלער ווען רעזולטאטן האבן ביטער פארראטן אנקעטעס (יא, איר זענט גערעכט אז די אינטערסאנטקייט איז טאקע ווייל די פעלער זענען מער זעלטן און א רשימה אין וועלכע אנקעטעס האבן יא צוגעטראפן זענען ענדלאז אבער עס איז פארט אינטערסאנט צו ברענגן און אדרבה איר קענט עס נוצן פאר א האפענונג אז אין די פארמעסטן ווי איר האט פרעפרענץ איבער איין קאנדידאט צו איר ווילט ארורק אין טעקסאס אדער יוגען אין ניו דזשערסי וועלן אייער וואונטשן אויך פאלן אין אט דעם קאלום פון פעלער)

אלזא, אין וויסקאנסין איז אין 2016 למספרם געלאפן ראס פיינגאלד פאר סענאט
אין די לעצטע 30 אנקעטעס איז פיינגאלד געווען פאראויס אין 29!
אויף RCP איז פיינגאלד געווען פאראויס מיט 2.7%
רעזולטאט זיין אפאנענט ראן דזשאנסאן האט געוואונען מיט 3.7% און איז איצט סענאטאר

נאך א ביישפיל איז אין אינדיאנא ווי עווין ביא איז געווען פאראויס אין 7 פון 9 אנקעטעס
גראדע די לעצטע אנקעטע האט געהאט טאד יאנג פאראויס מיט 5% און ער האט עווענטועל געוואונען מיט 9.7%

און יא, איר זענט גערעכט אז 2016 למספרם איז געווען אן עקסטער שטארקע יאר פאר רעפובליקאנער

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:22 pm

פאר ווער עס דארף נאך נאט אייך נאך איין ביישפיל
אין פענסילוועניע איז קעטי מעקגינטי געווען פאראויס אין 10 פון די לעצטע 12 אנקעטעס און איז געווען פאראויס מיט 2% אויף RCP

אין די ענדע האט פעט טומי געוואונען ווידערערוויילונג מיט 1.6%

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:41 pm

ווי האלט מען דא חברה? איך זעה אז אייוועלט האט סייעתא דשמיא אז אייביג וועלן דא זיין פיינע ריפארטערס פון ביידע זייטן

מיין קורצע אנאליז: טראמפ איז גאנץ פאפולער לעצטענס, די עקאנמיע בומט אוועק, אייסיס איז כמעט בטל, טעקס קאטס און רוב הבטחות זענען נתקיים, רוסלאנד איז נישט אויף די מאפע יעצט און די דעמקראטען האבן נישט קיין מעסעדש


פאקס ניוז שרייבט נעכטן נאכן ארוסלאזן א בינטל מיט אנקעטעס אז אין די אלע סטעיטס איז טראמפ'ס אפראוועל העכער 50% ממילא אויב די דעמקראטען ווילן עס מאכן א רעפערענדום אויף טראמפ האלט מען ווייטער ביי א נישט געלונגענע סטראטעגיע,


וואס עס וועט זיין דינסטאג, וועלן מיר ווארטן אביסל? אנקעטעס מיינען נישט קיין אסאך ווען אין איין טאג איז דא אין אריזאנע אנקעטעס מיט חילוקים פון 15 פוינטס, אפי' אין פלארידע איז יא גאנץ ענדליך רוב אנקעטעס

אין 2016 געדענקן מיר אלע ווי די פאולסטערס האבן זיך באגאבן א טאג נאך די וואלען וועלן מיר זעהן מיטוואך צופרי צו זיי זענען עפעס בעסער געווארן
Mr President We're tiered of winning so much

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:43 pm

דעמאקראטישע סענאטאר פון וועסט ווירדזשיניע זאגט אז די סאשעל מידיע אקונטס פון זיין קאמפיין איז געווארן געהעקט.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:44 pm

פ

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:45 pm

א

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:45 pm

ל

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:45 pm

י

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:45 pm

ק

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:46 pm

טשאדעלע האקט

פאליק!!!!!!!!!!!!
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:49 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:דעמאקראטישע סענאטאר פון וועסט ווירדזשיניע זאגט אז די סאשעל מידיע אקונטס פון זיין קאמפיין איז געווארן געהעקט.


און ווער האט געהעקט הכל הבל'ס אייוועלט אקאונט?

אזעלכע אינטערסאנטע תגובות די לעצטע פינף
Mr President We're tiered of winning so much

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:50 pm

אונז האמיר די גאנצע טיעם אין האוז,
פאליק.. מטעמים..
אוי גייט זיין לעבעדיג..
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:54 pm

@הכל הבל איך באלעק מיר מיט דיינע תגובות, יעדער תגובה ווערט אדורכגעליינט מיט ישוב הדעת

און די זעלבע מיט @צל עובר און אלע אנדערע כאו"א בשמו הטוב יבורך
Mr President We're tiered of winning so much

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:56 pm

די עף בי איי זאגט אז זי טוט אינוועסטיגעיטן א וואשינגטאן – סטעיט געזעץ געבער.

דער געזעץ געבער האט געשריבן א גאנצע מאניפעסטאו וויאזוי מ’זאל איינפירן די קריסטליכע געזעצן אין גאנצן לאנד.

דער פלאן נעמט אריין אויפצושטעלן א מיליץ און דער’הרגנען אלע וואס טוען עובר זיין אויף די קריסטליכע געזעצן!! און אויב וועלן מענטשן זיך אטקעגן שטעלן זאל מען זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט, נאר אלעמען אפרוימען פון וועג!!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 11:00 pm

פאליק האט געשריבן:@הכל הבל איך באלעק מיר מיט דיינע תגובות, יעדער תגובה ווערט אדורכגעליינט מיט ישוב הדעת

און די זעלבע מיט @צל עובר און אלע אנדערע כאו"א בשמו הטוב יבורך

סארא קאמפלימענט!!!

יישר כח!!

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2036
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 11:00 pm

וואס די גיהנום גייט פא מיט אים?!?!?
לעצט פאראכטן דורך נאך פונדערהיים אום דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 11:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7069
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 11:01 pm

א פרישע אנקעטע פון אלאסקע פון די איינציגסטע נאנפארטיזאן פאלסטערס וואס מעסט די ארטיגע רעיס, שטעלט דעם דעמעקראט מיט 1% פאראויס

גאלווין 49%
יאנג 48%

די פאריגע אנקעטע פון די זעלבע פירמע האט געהאט דעם רעפאבליקאנער פאראויס מיט 2% אין איין אנקעטע פריער מיט 4%

די זיץ איז נאך אלץ באטראכט גענויגט רעפאבליקען און קען זיין איינע פון די סורפרייזעס פון די נאכט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יש ברירה, לאנדאנער, נאר חסרונות, נייע שטערן, שואלכענין, שמחהלע קאפשטיק און 58 געסט