די נייע פלאן פאר דעם פארום
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
די נייע פלאן פאר דעם פארום
ווי יעדער זעהט ארבעטן מיר אויף עטליכע שינוים אין דעם עקזעסטירנדן פארום 'מידי שבת בשבתו' וועלכע איז אין די לעצטערע צייטן אביסל ארויס פון סדר, דער פארום איז בעצם צאמגעשטעלט פון צוויי סארט ענינים וועלכע האבן דערווייל משמש געווען בערבוביא און גורם געווען א צומושעניש ביי די באזוכער ווען עס איז געקומען אפירצוזוכען א געוויסע נושא אדער ענין.
פון איין זייט באשיינען אין דעם פארום די הערליכע אשכולות מידי שבת בשבתו ומועד במועדו ווי חברים היקרים ברענגען אראפ דברי תורה און ווערטלעך על פר' השבוע וכדו' ובראשם ידידינו וידיד כל בית הקרעטשמע כבוד ר' זיידל המכונה זיידעניו הי"ו וועלכע שטעלט צו וועכנטליך לקוטי בתר לקוטי מפי ספרים וסופרים.
פון די אנדערע זייט איז פארהאן אזעלכע וואס זוכען אויסצושמועסן און דן זיין בעניני הפרשה והמועד אויף א לענגערען אופן און ווילען הערן דעת החברים בהענין אן דעם וואס אינצווישן זאלען אריינפאלן טייערע פערל-ווערטער וואס פארשוועמען די תגובות אז ווען די אנדערע חברים קומען אריין זענען די דיונים שוין פארשווינדען און די קשיות בלייבן אן תירוצים.
לאור כל הנ"ל האט די הנהלה אויפגענומען דעם חשובען אחראי פונעם אוצר הספרים, איינער וועלכער איז שוין פקיע שמי' אלס א בר-אורין ובר-אבהן נוח לשמים ונח לבריות, כבוד הרה"ח ר' שמחה שליט"א וועלכע גיט אוועק פון זיין טייערע צייט מסדר צו זיין און אפצוטיילן די אשכולות וואס שטייען שוין, מחלק צו זיין בין הדבקים וליתן ריוח בין עדר לעדר, יעדע וואך און יעדער יו"ט וועט בסייעתא דשמיא פארמאגן (לכה"פ) צוויי באזונדערע אשכולות איינס וועט טראגן דעם נאמען 'לקוטים וענינים על פר'.....' און דאס אנדערע וועט הייסען 'דיונים ועיונים בפר'....' דאס איז אויסער די 'חומש רש"י אשכולות' וכדו'.
עס איז צום האפן אז דער ציבור הרחב וועט פארשטיין דעם תועלת און ארויסהאבן די ציהל פון די חלוקא דרבנן, און מיטהעלפן אנצוהאלטן דעם סדר מבלי מפריע, ובזכות כח של לימוד התורה נזכה כולנו לישועה בקרוב.

- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3686
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע: קאר וואש
"דאס" הייסט א מנהל!! זאל די וועלט זעהן וויאזוי מ'האנדלט ביי אונז א פראבלעם!! מיללער, דיין יעצטיגע שריט איז נאך א קייט אינעם לאנגן רינגל (וואס?..) פון אויפטון לטובת ולהנאת כל באי שערי עירינו.
מיט אזא שריט, וועט איר זעהן בעז"ה גאר שנעל גוטע פירות, ר' שמחה חזק ואמץ.
לסדר "הוא ישלח מלאכו לפני" חיי שרה תשס"ט
הק' יגר'ל
מיט אזא שריט, וועט איר זעהן בעז"ה גאר שנעל גוטע פירות, ר' שמחה חזק ואמץ.
לסדר "הוא ישלח מלאכו לפני" חיי שרה תשס"ט
הק' יגר'ל
טאקע א געלעגנהייט זיך צו באדאנקען פאר'ן געערטן מנהל: הרב מיללער עס גיבט קיינע ווערטער אינען צו באדאנקען, איר שיינט צו זיין א פערזענליכקייט וואס ווייסט ווי צו פירן אזא פראיעקט מיט אינטעליגענציע און טאקט. ווי איר שטעלט אריין אייערס א ווארט ווערט ליכטיג, און עס גיט אריין לעבהאפט אינעם שמועס. אייער מיה פאר אונזער וואוילזיין מיט'ן אנפירן אזא שווערן פראיעקט איז זייער געשעצט דורך אונז - רייזענדע וואס פארברענגען דא שעות לאנג אינעם קרעטשמע, און עס ווילט זיך גארנישט ארויסגיין. מען פארגעסט אינגאנצן אז מען איז גאר אונטערוועגנס... תשוח"ח, זאל עס אייך וואויל באקומען, און גא-ט זאל אייך אייערע וואוילטאטן גוט באצאלן.
שבת קודש האט געשריבן:אויב מעגליך אויך עפנען א פארם פון לט מלאכות און הלכות שבת און מעשיות פון שבת
נאר דער ה' ענק באצאלען
עס ברויך נישט קיינע עקסטערע פארומס, דא איז א פרייע מדינה, איר קענט עפענען אשכולות און סיי וועלכע נושא איר קלערט אז אידן וועלן נהנה זיין, מיר וועלן פרובירען צו העלפן מיט וואס מעגליך.
יעקב דוב בשם ההנהלה
יידישיסט האט געשריבן:אין וועלכן פארום וואלט געדארפט באהאנדלט ווערן פראגן אין היסטאריע (צ.ב. ווילאנג געוויסע גדולים האבן געלעבט אדער אין וועלכע תקופות א.ד.ג.)?
מיט א צייט צוריק האב איך פארגעשלאגן א פלאן פאר די חשובע הנהלה צו שאפן אן עקסטערע פארום בשם 'זכור ימות עולם' וואס זאל דינען אלס א מקום פאר אלגעמיינע און אויך אידישע היסטאריע, למעשה איז שפעטער אונטערגעקומען די אנדערע פארומס בבית מדרשינו (על הצדיקים און בית סופריהם) וואס האט געמאכט שווערער די סעלעקציע פון 'וואס באלאנגט וואו', דהיינו, אויב וויל מען באשרייבן די היסטאריע פונעם ש"ס, באלאנגט דאס אין 'ידיעות התורה' אדער און 'ימות עולם'? אדער וואו באלאנגט די היסטאריע פון 'נס חנוכה' אין 'מידי שבת' אדער אין 'ימות עולם'? און וואס איז מיט די היסטאריע פונעם נסיעה פון ר' שלמה חעלמא קיין אר"י, 'על הצדיקים' אדער ימות עולם'?
למעשה, וואלט איך געזאגט אז אויב רעדט מען פון פרטיות'דיגע היטאריע פון גדולים וואס איר דערמאנט, זאל עס אריינגיין אין 'על הצדיקים' און אויב רעדט מען פון היסטאריע פון א געוויסע תקופה בכלליות אדער תקופות בתולדות היהודים והיהדות, זאל דאס געשאפן ווערן אען 'ידיעות התורה' ובאם נזכה אז מיר וועלן האבן גענוג חומר פאר א 'היסטאריע' פארום, וועל איך עס נאכאמאל אויפרברענגען פאר די הנהלה ביים קומענדגיען געלעגנהייט.
איך האב געוואלט פרעגן/קלארשטעלן אזוי ווי הרב טראכט גוט האט געפענט אשכולות אונטערן נאמען "אינטערסאנטע זאכן אויף די פרשה" וויל איך וויסען צו ס'איז געהעריג אין קראפט טאמער יא צו איינער קען זיך יאווענען אין מאכן א מפתח אויף וועלעכע פרשת ס'איז שוין דא
אין אויך וואלט געווען א גוטע געדאנק אפצוטיילן די"ליקוטים וענינים" אין אריבערפירען די אינטערסאנטע זאכען צו די "אינטערסאנטע זאכן אויף די פרשה"
אין אויך וואלט געווען א גוטע געדאנק אפצוטיילן די"ליקוטים וענינים" אין אריבערפירען די אינטערסאנטע זאכען צו די "אינטערסאנטע זאכן אויף די פרשה"
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6816
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
א גרויסע ייש"כ פאר אריין לייגען אזוי פיל צייט כח אין מיא צו בארייכערען די ידיעות פונם מענטשהייט אויף אזא נאבעלע פארנעם. איצטער א פארשלאג פונקט ווי עס איז דא על הצדיקים אין על סופריהם, אזוי אויך זאל זיין עיירים ועיירות, וואס מאנכע ווייסען נישט ווי אריינצולייגען אזאנע אשכולות. דארט קען באשרייבען ווי"בורג אנטווערפען אדער פיטסבורג. א דאנק פאר בלויז מיר אויס הערען.
פארשלאג: לייגען די פארום דירעקט אינטער 'בית המדרש דקהילתינו'
פארשלאג: לייגען די פארום דירעקט אינטער "בית המדרש דקהלתינו".
אזוי ווי די 'סוב' פארום פארמאגט שוין קע"ה 10 דפים מיט אשכולות, טראכט איך אז ס'איז שוין ראוי צי זיין מערקבאר אינטער די שירעם פארום "בית המדרש דקהילתינו" אנשטאט זיין באהאלטען - אלס א 'סוב פארום - אינטער'ן "ידועות התורה" פארום.
ס'איז א שאד אז אזעלכע טייערע אשכולות זאלן ליגן 'כיס בתוך כיס'...
כנלע"ד
החותם בתודה למנהלים ואחראים של אייוועלט.קאם.
שמאטע.

עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.