רבי מאיר הורוויץ מדזיקוב זצ"ל - ח' תמוז תרל"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

רבי מאיר הורוויץ מדזיקוב זצ"ל - ח' תמוז תרל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

בהיות ס'איז נאך נישטא קיין אשכול על האי צדיקא קדישא העמיר עפ"י הבקשה גיין פתיחה

[align=center]הרב הקדוש המפורסם שר התורה צי"ע
מרן רבי מאיר הורוויץ זצוקללה"ה זי"ע
אבד"ק דזיקוב
בעמה"ח ספה"ק אמרי נועם עה"ת ומועדים - ושו"ת
[/align]
איז געבוירן צו זיין גרויסן טאטן מרן הרה"ק ר"ר אליעזר'ל מדזיקוב זי"ע (בן מרן הרה"ק מראפשיץ זי"ע) בשנת תקע"ט, און אויפגעוואקסן יונגערהייט בצל קדשו פונעם הייליגען זיידן אין ראפשיץ.

נאך די הסתלקות פונעם טאטן ג' חשון שנת תרכ"א איז דער אמרי נועם געווארן אויפגענומען למלא מקום אביו הקדוש ברבנות ואדמורו"ת דזיקוב. שמו יצא לתהלה בכל רחבי הארץ ומחוצה לה, ואלפי חסידים הסתופפו בצל קדשו.

חוץ מגודל קדושתו ועבודתו הק' איז ער געווען מפורסם בגאונותו האדירה, הי' נחשב לחד מפוסקים המובהקים בגאליציע, חלק מתשובותיו נדפסו בספרו שו"ת אמרי נועם.

ביום ח' תמוז שנת תרל"ז לפ"ק נשבה ארון הק' ונסתלק לגנזי מרומים

הניח אחריו בנין וחתנין צדיקים גדולים וקדושים זי"ע

(מחוסר זמן לא הארכתי כראוי, ביתר תולדותיו - מעשה תקפו - ופרשת גדולתו - הליכותיו בקודש - והמסתעף ממנו בית דזיקוב בכל כלליו ופרטיו, וועט דער עול"ם צוזאמען ממלא זיין את החסר בעז"ה)
לעצט פארראכטן דורך ידיעות שונות אום מיטוואך אקטאבער 17, 2018 7:03 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

רבי מאיר הורוויץ מדזיקוב זצ"ל - ח' תמוז תרל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

דער אמרי נועם איז געבוירן אין ראווא-רוסקא שנת תקע״ט, צו זיין הייליגע פאטער רבי אליעזר הורוויץ זצ״ל אבד״ק דזיקוב, דער אינגסטער זוהן פונעם ראפשיצער רב זי״ע. און צו זיין מוטער חיה‏ א טאכטער פון הנגיד הרב יחיאל איכל רויזנפעלד פון ראווא-רוסקא.

ער איז נאך אויפגעצויגן געווארן עטלעכע יאר ביים זיידן דער ראפשיצער רב, און דערנאך ביים זיין פעטער רבי אשר׳ל ראפשיצער, אויך האט ער געלערנט ביים רבי ר׳ הערש.
זיין פאטער האט אים גערופן יונגערהייט "מיין גאון" ווייל ער האט שוין גאר יונג גע׳שמ׳ט אלץ גרויסער גאון.
ער איז געוועהן שפעטער איינע פון די גרויסע פוסקים אין גאליציע.

דער צאנזער רב איז אמאל געזעצן ביים טיש מיטן שואל ומשיב, און דער אמרי נועם איז אריינגעקומען, און ווי נאר מ׳האט דערציילט דעם צאנזער רב אז דער אמרי נועם איז דא, האט ער זיך תיכף געגעבן א שטעל אויף מיט א יראת הכבוד, האט דער צאנזער רב געזעהן אז דער שואל ומשיב וואונדערט זיך אזוי, האט דער צאנזער רב געזאגט ״העט איר עפעס זעהן א גאון, א צדיק, און הערשט די רעכטע חכמה אין הייליגען רב׳ס חכמה״

כשהיגעו לפרקו האט ער חתונה געהאט צו זוג׳ הרבנית דבורה, א טאכטער פון ר׳ קלמן פיצעליס פון קראקא,
נאך די חתונה האט אים די פאטער געמאכט רב אין דזיקוב.

דער אמרי נועם האט געזאגט אז ער איז א בחינה כוללת פון זיין טאטע מיט זיינע ברודער, ווייל זיין נאמען ״מאיר״ איז די ר״ת משה (אחיו מראזוואדוב) אליעזר (אביו) ישראל (אחיו מבארנוב) ראובן (אחיו מדעמביץ)

נאך דער פטירה פונעם צאנזער רב (תרל״ו) האט דער אמרי נועם געזאגט אז זיין צייט איז נאנט.

פרשת ויחי תרל״ז האט ער געזאגט תורה ביים טיש אויפן פסוק ״ושכבתי עם אבותי ונשאתני ממצרים וקברתני בקבורתם״ אז ס׳איז דא צוויי אופנים ווען מ׳מעג אוועקפירן א נפטר, איינס, אויב מ׳וויל ברענגען דעם נפטר לקבר ישראל, אדער אויב מ׳וויל אים ברענגען צו קברי אבות,
ביי יעקב אבינו איז געוועהן ביידע טעמים, ״ונשאתני ממצרים״ כדי ער זאל קומען לקבר ישראל, ״וקברתני בקבורתם״ אלץ דער טעם פון קברי אבות.
ס׳איז געוועהן א פלא ווייל דער אמרי נועם פלעגט זאגן שטארקע תורה, קיינער האט נישט געוויסט וואס ער מיינט דערמיט.
מוצאי שבת האט ער אריינגערופן די טאכטער חנה׳לע (אשת הרה״ק מזאבנא) און ער האט איר געזאגט
״איך האב היינט געזאגט א טייטשל, און עס וועט צונוץ קומען״
זייט די מעשה, האט דער אמרי נועם כסדר איבערגעזאגט דאס ווארט, יעדע רב וואס האט אים געבעטן צו זאגן עפעס, האט ער דאס איבערגעזאגט.

ער איז א לאנגע צייט נישט געזונט געוועהן, איבערדעם פלעגט ער אלע יארן פארן קיין קארלסבאד נעמען בעדער, דער לעטער זומער תרל״ז איז ער זעהר נישט געזונט געוועהן, האבן די דאקטורים געהייסן אז ער זאל פארן, אבער ער האט בשום אופן נישט געוואלט, ער האט געזאגט אז מ׳וועט אים אהיים פירן וועט ער זיין געזונט, און זאגן מלכיות זכרונות שופרות ווי אלע יאהרן, אבער די קינדער האבן אים פראבירט איבערצייגן אז מ׳דארף פאלגן די דאקטורים, ס׳האט אבער גארנישט געהאלפן, ער האט זיך געהאלטן ביי דאס זייניגע, האבן די קינדער געזעהן אז דער טאטע וויל זיך נישט בייגן, האבן זיי אים איינגערעדט אז מ׳פארט קיין דזיקוב, און ביז דערווייל האבן זיי אים געפירט קיין קארלסבאד.
אויפן וועג ווען די באן האט זיך אפגעשטעלט אין אושפיצין האט ער זיך געכאפט וואס מ׳האט געטוהן, איז ער ארויסגעלאפן פונעם באן, און זיך אנגערופן ״דא איז דאָך מיין שלמהלע׳ס שטאט, לאמיר רופן שלמה׳לע״ האט מען גערופן דער באבוב׳ער רב (ער איז דעמאלטס געוועהן רב אין אושפיצין) באלד ווען ער איז אנגעקומען האבן די קינדער אים גערופן אין א זייט, און מ׳האט געבעטן אז ער זאל פועלן אז ער זאל פארן קיין קארלבאד.
דער אמרי נועם האט געבעטן ביים באבוב׳ער רב אז ער וויל אהיים פאהרן, אבער דער באבוב׳ער רב האט געטענה׳ט אז מ׳דארף פאלגן דעם דאקטער, ער האט אים אנגעהויבן זאגן אז אפילו יום כיפור דארף ער נישט פאסטן, און מ׳האט אים געצווינגען צו פארן, מ׳האט באַלד געזעהן אז די מצב האט זיך פארערגערט.

(דער באבוב׳ער רב איז אוועק אין נורהיים, א שטאט אין דייטשלאנד, ער האט געזאגט פאר די פטירה, אז ער זעהר נישט וואס ער האט געזינדיגט אז ער דארף אוועק גיין פון די וועלט אין א גויאישע שטאט, נאר דאס אז ער האט מייעץ געוועהן די אמרי נועם צו פארן קיין קארלסבאד)

איידער ער איז אוועק האט ער גערייכערט זיין פאקע-ציבעך, איז געוועהן דארט אן אונגערישע רב, אזוי ווי ער האט געזעהן אז ס׳איז נאך דא געציילטע מינוטן, האט ער געפרעגט דער אמרי נועם צו ער וויל עפעס, האט זיך דער אמרי נועם אנגערופן ״וואס זאל איך זאגן, שושנת יעקב...״,
איז רבי יהושע׳לע דזיקובער צוגעגאנגען פרעגן וויאזוי מ׳זאל רופן זיין ספר, האט ער געזאגט ״אמרי נועם״ האט ער געפרעגט ״אין די תשובות?״ האט ער געזאגט ״דאס פרעגט מען שוין נישט קיין גוטן איד״ און תיכף דערנאך איז אראפגעפאלן דער פאקע-ציבעך, און אויסגעהויכט זיין הייליגע נשמה.
די לעצטע ווערטער איז געוועהן אז ער איז א גוטע יוד...

ער איז אוועק אויף א דינסטאג, און מ׳האט אים נאך געוואלט אהיים פירן קיין דזיקוב, אזוי ווי ער האט געבעטן, און מקבר זיין נאך פאר שבת,

ביז טארנא האט מען אים געפירט מיטן באן, און פון דארט ביז דזיקוב האט מען אים געפירט מיט א וועגעלע, מ׳האט געשיקט א טעלעגראף צום נעקסטן שטאט אז מ׳זאל צוגרייטן פרישע פערד, אזוי האט מען געהאלטן אין איין טוישן די פערד אין יעדע שטאט, אז מ׳זאל אנקומען וואס שנעלער,
מ׳איז אנגעקומען קיין דזיקוב פרייטיג שפעט נאכמיטאג, און מ׳האט אים תיכף מקבר געוועהן, די זון האט נאך געשיינט ווי נארמאל, האט דער בארנוב׳ע רב געזאגט אז ס׳איז ממש געוועהן ״שמש בגבעון דום״, און תיכף נאכן מקבר זיין איז די זון אינטערגעגאנגען.
די וואס האבן מקבר געוועהן האבן געזאגט אז די גוף איז געוועהן פריש ממש ווי ביי יציאת נשמה, אפילו נאך דריי טעג פירן אונטערן תמוז זון.

א דבר פלא האט מען געזעהן אז די גאנצע צייט ווען מ׳האט אהיים געפירט די מטה, זענען צוויי טויבן געזעצן אויפן וואגן, און ווען מ׳האט געטוישט די פערד זענען זיי ארויפגעגאנגען אויף יענעם וואגן.
האט דער ראזוואדוב׳ער רב געזאגט אז דאס איז געוועהן דער ראפשיצער זיידע מיטן טאטן.

דער אמרי נועם׳ס עלטסטע זוהן רבי נפתלי חיים האט געוואוינט דעמאלטס אין ירושלים, יענע פרייטאג צונאכטס פון דעם קבירה האט ער זיך אנגערופן ״מען פירט יעצט מיין טאטן אין לעכטיגן גן עדן״,
און ער האט תיכף דערנאך געזאגט קדיש,
זונטאג אינדערפרי איז טאקע אנגעקומען א טעלעגראם, אז דער אמרי נועם איז אוועק.

בניו
א. הרב נפתלי חיים בעהמ״ס ״מנחה חדשה״ על הש״ס, חתן ר׳ משה אונגער, בן הרה״ק רבי מרדכי דוד׳ל דאמבראווא, וחתן הגה״ק מצאנז זי״ע

ב. הרב יהושע מדזיקוב (מ״מ) בעהמ״ס ״עטרת יהושע״ חתן הרב לייבוש רייך

ג. הרב יחיאל מפוקשבינצא חתן רבי דוד׳ל קשאנוב׳ער בן הגה״ק מצאנז זי״ע

ד. הרב אהרן מבייטש חתן הגה״ק מצאנז זי״ע

ה. הרב טובי׳ אבד״ק מאדען חתן הרה״ק רבי דוד׳ל דינוב׳ער

ו. הרב אשר ישעי׳ אבד״ק רימנוב חתן הרב יוסע׳לע רימנוב׳ער בן הרה״ק רבי ר׳ הערש

ז. חתנו הרב ישראל האגער מוויזניץ בעל אהבת ישראל, זוג׳ הינדא

ח. חתנו הרב יעקב יצחק אבד״ק זאבנא, זוג׳ חנה

ט. חתנו הרב ישראל ממעליץ, זוג׳ מלכה

י. חתנו הרב שלום הלברשטאם רב בפיקעלא וראב״ד צאנז, בן הרה״ק מקרייז
לעצט פארראכטן דורך חיי אריכי אום דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 8:53 am, פארראכטן געווארן 11 מאל.
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

א איד וואס איז געוועהן א ווייטער קרוב משפחה מיטן אמרי נועם, פון די משפחת פיצעליס (דער אמרי נועם׳ס שווער האט געהייסן פיצעליס) איז געקומען צום אמרי נועם בעטן געלט, צו אן אנדערע טובה, און ער האט זיך פראבירט איינצובעטן אלץ קרוב משפחה.
האט אים דער אמרי נועם געזאגט א ווערטעל: רבי מאיר חייש למעוטי, אבל לא חיישינן למעוטי דמעוטי...
אזא מליצה אז רבי מאיר, (דער אמרי נועם האט געהייסן מאיר) וואלט זיך געדארפט אנשטרענגן פאר א נאנטען קרוב, (מעוטי, מיינט קליין -פיצל באידיש) אבער א ווייטער קרוב נישט...
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

ש'כח הרב חיי אריכי, זייער שיין

ובענין וואס האסט דא געברענגט
חיי אריכי האט געשריבן:איך האב געזעהן אצינד אין ספר לחם עני פון רבי שלמה יהודה אינטראטער,
אז דער אמרי נועם האט געשיקט תקנות צו דער דזיקובער בית מדרש אין רישא,
שרייבט ער בתוך הדברים,
״ילמדו גם חסידות, וגם שמועסן בחסידות, אלא שהשמועסן בחסידות יהיה עד ראפשיץ ועד בכלל
ולא יותר, מחשש לשון הרע״...

איך האב עס געוואלט שרייבן אין די אמרי נועם אשכול, זעה איך אז ס׳איז נאכנישט דא,
דער עולם ווערט געבעטן צו גיין פתיחה

וואלט געווען אינטערסאנט אפיר צו ברענגען אלע תקנות דטובא איכא למידק מיני'
לעצט פארראכטן דורך ידיעות שונות אום מיטוואך אקטאבער 17, 2018 3:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

פשיהא הערליכע ארבעט!!!
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

ייש"כ פאר די צוויי שיינע תגובות
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

הרב חיי אריכי, אז דו קענסט דאך יא וואס בעטסטו פון אנדערע...
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

מימים ימימה איז נישט געווען דער מנהג אז יעדער פון א גזע זאלן האבן א עקסטער אשכול נאר ליבערש איז געווען א אשכול פונ'ם גזע בכלליות וצאצאיהם אזוי האט מאן גערעדט פון די גאנצע משפחה. למשל דא איז דא פון זיין פאטער ר' אליעזר זיקובער.
דאס איז די סיבה פארוואס ער האט נישט א עקסטערע.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

בראשית ברא האט געשריבן:מימים ימימה איז נישט געווען דער מנהג אז יעדער פון א גזע זאלן האבן א עקסטער אשכול נאר ליבערש איז געווען א אשכול פונ'ם גזע בכלליות וצאצאיהם אזוי האט מאן גערעדט פון די גאנצע משפחה. למשל דא איז דא פון זיין פאטער ר' אליעזר זיקובער.
דאס איז די סיבה פארוואס ער האט נישט א עקסטערע.

דער מהלך האט זיך געטוישט, לעצטנס איז דאך דא אשכולות אויף יעדן שיינע איד שהלך לעולמו, ס'דארף זיך נאר טרעפן איינעם וואס ס'איז איהם אינטערסאנט.
(שוין בראשית התיסדות האתר האט מען אויף דעם דן געווען, גיב א קוק פון דא און ווייטער).

אגב, מ'קען אנפילן אויף דזיקוב גאנצע בלעטער אויף יעדן באזונדער, נישט געזארגט...
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

חיי אריכי האט געשריבן:
ב. הרב יהושע מדזיקוב (מ״מ) בעהמ״ס ״עטרת יהושע״ חתן הרב לייבוש רייך
1 עטרת ישועה.jpg
1 עטרת ישועה.jpg (103.86 KiB) געזען 5378 מאל

ג. הרב יחיאל מפוקשבינצא חתן רבי דוד׳ל קשאנוב׳ער בן הגה״ק מצאנז זי״ע
רבי יחיאל בן האמרי נועם.png
רבי יחיאל בן האמרי נועם.png (159.52 KiB) געזען 5378 מאל

ד. הרב אהרן מבייטש חתן הגה״ק מצאנז זי״ע
בייטש.gif
בייטש.gif (36.72 KiB) געזען 5378 מאל

דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

חיי אריכי האט געשריבן:ו. הרב אשר ישעי׳ אבד״ק רימנוב חתן הרב יוסע׳לע רימנוב׳ער בן הרה״ק רבי ר׳ הערש
מעדני מלך.jpg
מעדני מלך.jpg (59.25 KiB) געזען 5376 מאל

ז. חתנו הרב ישראל האגער מוויזניץ בעל אהבת ישראל, זוג׳ הינדא
15.jpg
15.jpg (145.58 KiB) געזען 5376 מאל

י. חתנו הרב שלום הלברשטאם רב בפיקעלא וראב״ד צאנז, בן הרה״ק מקרייז
רבי ארי' לייבוש ואחיו רבי שלום אב''ד פיעקלא.jpg
רבי ארי' לייבוש ואחיו רבי שלום אב''ד פיעקלא.jpg (80.87 KiB) געזען 5376 מאל

דביה תחדי נפשא
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

״חמרא טבא״ מיט א גוטן חומר, דביה תחדי נפשא פרייט זיך מיר דאס הארץ...

חמרא! דו הערסט?
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

חיי אריכי האט געשריבן:בניו

ו. הרב אשר ישעי׳ אבד״ק רימנוב חתן הרב יוסע׳לע רימנוב׳ער בן הרה״ק רבי ר׳ הערש

פאריגע וואך זונטאג - י"ג חשון - איז געווען די יארצייט פון רבי אשר ישעי' מרימנוב בן האמרי נועם.

ספרו מעדני מלך על הגדה של פסח, י"ל שנת תרצ"ד בווינא.

אינטערסאנט אויפן שער בלאט ווערט ער אנגערופן מהר"א הורוויץ שליט"א 'מקראקא' - און נישט ע"ש רימנוב.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

איז באקאנט ווען הרבנית דבורה רביצין פונעם אמרי נועם איז נפטר געווארן?
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

לויט ווי מען זעט אויף JRI האט רבי אשר ישעי' מרימנוב חתונה געהאט בזיוו"ש אין קראקא בשנת תרס"ט מיט חנה הינדא בת רבי גרשון וויינשטאק מקיטוב.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

נחוניא האט געשריבן:לויט ווי מען זעט אויף JRI האט רבי אשר ישעי' מרימנוב חתונה געהאט בזיוו"ש אין קראקא בשנת תרס"ט מיט חנה הינדא בת רבי גרשון וויינשטאק מקיטוב.

אין מאו"ג ברענגט ער דעם זיווג, נאר נישט אויפן פלאץ (נאר ביי ר' גרשון)
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

נחוניא האט געשריבן:איז באקאנט ווען הרבנית דבורה רביצין פונעם אמרי נועם איז נפטר געווארן?

אין די נייע הגדש"פ אמרי נועם (בייטש) איז שיין באשריבן תולדות האמרי נועם, אפשר קען מען דארט עפעס טרעפן דערוועגן.

גם שמעתי אז איינער פון די דזיקוב'ע רבעבעצינ'ס ליגן אין ארץ ישראל.
אגב, ס'ווינדערט מיר אז אויפן שטיין באוהל אדמור"י דזיקוב שטייט נישט קיין ווארט וועגן די רעבעצינ'ס, דארף מען טאקע וויסן אויב קייין איינס פון די עזרת נשים זענען נישט געלייגט געווארן אינעם אוהל גופא.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ידיעות שונות האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:איז באקאנט ווען הרבנית דבורה רביצין פונעם אמרי נועם איז נפטר געווארן?

אין די נייע הגדש"פ אמרי נועם (בייטש) איז שיין באשריבן תולדות האמרי נועם, אפשר קען מען דארט עפעס טרעפן דערוועגן.

גם שמעתי אז איינער פון די דזיקוב'ע רבעבעצינ'ס ליגן אין ארץ ישראל.
אגב, ס'ווינדערט מיר אז אויפן שטיין באוהל אדמור"י דזיקוב שטייט נישט קיין ווארט וועגן די רעבעצינ'ס, דארף מען טאקע וויסן אויב קייין איינס פון די עזרת נשים זענען נישט געלייגט געווארן אינעם אוהל גופא.

עס שטייט אויסגערעכנט אלע רביצינס וואס ליגן דארטן אין אוהל, אבער נישט זייערע יארצייטן.
זעה אינעם אשכול אויף רבי אליעזר מדזיקוב איז געווען א בילד פון די רביצין טאוול.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

נחוניא האט געשריבן:עס שטייט אויסגערעכנט אלע רביצינס וואס ליגן דארטן אין אוהל, אבער נישט זייערע יארצייטן.
זעה אינעם אשכול אויף רבי אליעזר מדזיקוב איז געווען א בילד פון די רביצין טאוול.

ש'כח, נישט באמערקט

אויף איינע פון די זייטלעך שטייט אז די דזיקוב'ער רעבעצין איז אוועק אין קראקא, ס'איז א מילתא דמסתבר וויבאלד איהר משפחה ליגט דארט, אבער די טאוול אינעם אוהל ווארפט עס אפ.
בלייבט נאר איבער צו וויסן ווער האט איבערגעבויט דעם אוהל און געלייגט די טאוולעך, אפשר טאקע איז געווארן אן ערבוביא.

*

אגב, אויפן הר הזיתים איז דא א מצבה דבורה הורוויץ ב"ר ארי' מקוברין - נפטרה תרע"ח
אינטערסאנט צו וויסן וועלכע הורוויץ
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

משפחת האמרי נועם בבית החיים בקראקא

חמותו אשת ר' קלמן פיצעלעס-ריינהאלד
http://www.ivelt.com/forum/viewt ... c#p1021683

בנו רבי אשר ישעי' מרימנוב
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 5#p1576125
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

שטייענדיג נאך פסח שווימט ארויף די באקאנטע חידוש פון אמרי נועם איבער אכילת מרור פחות מכזית אויב מ'מאכט א ברכה, וואס האט געפירט צו א גרויסע מערכה צווישן די גאוני וצדיקי הדור.

אינטערסאנט אנצומערקן אין ליקוטי שו"ת מהרא"ל צינץ סימן ז' שקו"ט בנידון.
ואעפ"י אז ער בלייבט מיט א מסקנא נישט צו מאכן א ברכה, מיהו מורם מדבריו אז א רב חכם אחד האט יא מצדד געווען צו מאכן א ברכה אפילו בפחות מכזית, ולפום ריהטא זעהט אויס אז דער יסוד פון יענעם גדול איז קרוב צו די מהלך פונעם אמרי נועם, ושני נביאים בסגנון אחד.
בטיש בטישין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטיש בטישין »

ידיעות שונות האט געשריבן:שטייענדיג נאך פסח שווימט ארויף די באקאנטע חידוש פון אמרי נועם איבער אכילת מרור פחות מכזית אויב מ'מאכט א ברכה, וואס האט געפירט צו א גרויסע מערכה צווישן די גאוני וצדיקי הדור.

אינטערסאנט אנצומערקן אין ליקוטי שו"ת מהרא"ל צינץ סימן ז' שקו"ט בנידון.
ואעפ"י אז ער בלייבט מיט א מסקנא נישט צו מאכן א ברכה, מיהו מורם מדבריו אז א רב חכם אחד האט יא מצדד געווען צו מאכן א ברכה אפילו בפחות מכזית, ולפום ריהטא זעהט אויס אז דער יסוד פון יענעם גדול איז קרוב צו די מהלך פונעם אמרי נועם, ושני נביאים בסגנון אחד.

אפשר ברענגטסטע עס אהער דער תשובה - ער שרייבט דארט אויך דער סברא פין דער אמרי נועם אדער ער זאגט נאר אז מען מאכט א ברכה
(בדרך אגב האדמורי''ם הק' מבעלזא זי''ע גם הורו לחולה שיכולים לברך בפחות מכזית וכ''מ שם באמרי נועם דההיתר הוא לחולה אולם ע''פ מעשה שהי' כשישב האהבת ישרא'ל (גם מעשה עם בנו העטרת ישועה ועוד) אצל חותנו האמרי נועם משמע שהי' לו קפידא ואין חיוב בכלל צו זיך אנצושטרענגן צו עסן א כזית
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

בטיש בטישין האט געשריבן:

תשובת המהרא"ל צינץ בענין ברכה על אכילת מרור פחות מכשיעור
אטעטשמענטס
02 001.jpg
02 001.jpg (264.33 KiB) געזען 4180 מאל
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

המשך התשובה

03 001.jpg
03 001.jpg (109.29 KiB) געזען 4182 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”