רבי שלמה אליהו ליכטער זצ"ל - סופר סת"ם - ג' חשון תשע"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אץ קוצץ
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אץ קוצץ »

איינפאכער איד האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:ווי איז געווען די לווי? ווער האט מספיד געווען?

וויענער רב שליט"א, אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א, אבד"ק מגד יהודה, און נאך א חשוב'ער רב פון די ליטווישע קרייזען. די אלע זענען געווען אין פארבינדונג מיט אים יארן לאנג בעניני גיטין.
די לוי' איז פארגעקומען פארגאנגענעם עש"ק אינדערפרי פארנט פון סאמבאטהעלי ביהמ"ד נישט ווייט פון זיין הויז אויף פענן סט.
חבל על דאבדין!

לעצטע יארען האט ער דאכצעך געדאוונט אין באיאן'נע קלויז.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

עפעס מיט ר' בנציון ליכטער פון סקוויר?
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלמוני »

צו געזונט האט געשריבן:עפעס מיט ר' בנציון ליכטער פון סקוויר?

רבי יודל ואחיו ר' בן ציון פון סקווער און הרה"ג ר' שמוא' זאב רב דקהל כוונת הלב און .......... זענען בני הרה"ח ר' נח ז"ל (באקומען אין אישי פון א חשובער ניק)
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

לאמיר נאך איינמאל אויסקלארן: מיין זיידע ר' שלמה אלי' ליכטער זצ"ל האט נישט קיין שום משפחה פארבינדונג מיט יבלחט"א הגה"צ אדמו"ר מכוונת הלב שליט"א, ואחיו הרה"ח הישיש ר' בן ציון שליט"א פון שיכון סקווירא. ר' שלמה אלי' קומט פון טאמשוב, פוילן; און דער רב שליט"א שטאמט פון אונגארן
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

איינפאכער איד האט געשריבן:לאמיר נאך איינמאל אויסקלארן: מיין זיידע ר' שלמה אלי' ליכטער זצ"ל האט נישט קיין שום משפחה פארבינדונג מיט יבלחט"א הגה"צ אדמו"ר מכוונת הלב שליט"א, ואחיו הרה"ח הישיש ר' בן ציון שליט"א פון שיכון סקווירא. ר' שלמה אלי' קומט פון טאמשוב, פוילן; און דער רב שליט"א שטאמט פון אונגארן

א נצר מגזעו פון אזא אדם גדול איז דאך גארנישט קיין איינפאכער אידל...
---
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

איינפאכער איד האט געשריבן:לאמיר נאך איינמאל אויסקלארן: מיין זיידע ר' שלמה אלי' ליכטער זצ"ל האט נישט קיין שום משפחה פארבינדונג מיט יבלחט"א הגה"צ אדמו"ר מכוונת הלב שליט"א, ואחיו הרה"ח הישיש ר' בן ציון שליט"א פון שיכון סקווירא. ר' שלמה אלי' קומט פון טאמשוב, פוילן; און דער רב שליט"א שטאמט פון אונגארן


הישיש? ער איז ניטאמאל קיין אכציג, צו געזונטע יארען
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

בשבילי נברא האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:לאמיר נאך איינמאל אויסקלארן: מיין זיידע ר' שלמה אלי' ליכטער זצ"ל האט נישט קיין שום משפחה פארבינדונג מיט יבלחט"א הגה"צ אדמו"ר מכוונת הלב שליט"א, ואחיו הרה"ח הישיש ר' בן ציון שליט"א פון שיכון סקווירא. ר' שלמה אלי' קומט פון טאמשוב, פוילן; און דער רב שליט"א שטאמט פון אונגארן

א נצר מגזעו פון אזא אדם גדול איז דאך גארנישט קיין איינפאכער אידל...

גראדע בין איך א צוגעקומענער אייניקל. [האפנטליך נישט קיין גילוי אלערט...]
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

צו געזונט האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:לאמיר נאך איינמאל אויסקלארן: מיין זיידע ר' שלמה אלי' ליכטער זצ"ל האט נישט קיין שום משפחה פארבינדונג מיט יבלחט"א הגה"צ אדמו"ר מכוונת הלב שליט"א, ואחיו הרה"ח הישיש ר' בן ציון שליט"א פון שיכון סקווירא. ר' שלמה אלי' קומט פון טאמשוב, פוילן; און דער רב שליט"א שטאמט פון אונגארן


הישיש? ער איז ניטאמאל קיין אכציג, צו געזונטע יארען

טעיתי, עויתי, פשעתי
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

א גרויסן יישר כח פאר הרב יוראפ פארן עפענען דעם אשכול איבער דעם גאון וחסיד, און עס אזוי בארייכן מיט ידיעות און תוכן.

מיר האבן - להבחל"ח - זיך געקענט מיט דעם איד. ער איז געווען א ריכטיגער שייף עייל שייף נפיק גריס באורייתא תדירא ולא מחזיק טיבותא לנפשיה. ער איז געווען פון די לעצט-פארבליבענע דערהויבענע אידן וואס זענען ווערד געווען צו ווערן פאררעכנט צווישן גדולי ישראל, און האבן ליבערשט אויסדערוועלט זיך צו אויסבאהאלטן אינעם אלטן גערער שטיבל אויף ראסס סטריט. צענדליגע יאהרן האט ר' אלי' דארט געדאווענט און אפילו פארגעדאווענט דארט אין די הייליגע טעג. דאס איז געווען א שטיבל ווי א גרויסער טייל פון זיי זענען געווען גאונים אדירים, צדיקים ובעלי מדות תרומיות וואס ס'איז נישט פארהאן קיין סאך פון די סארט.

ס'איז א ריכטיגער ווייטאג אז ס'גייט אוועק אזא איד וואס האט געוואשן דעם קאפ מיט תורה, און באהאנדלט אלעמען מיט ישרות און אמונה. אבער אלקיו קיים, מיר דארפן ממלא זיין אונזערע פליכטן לעשות רצון השי"ת טראץ וואס מיר זענען נישט אויפגעצויגן געווארן אין אלטן היים, און מיר ספראווענען זיך מיט אנדערע נסיונות ווי וואס יענע דור דעה איז אריבערגעגאנגען. זכר צדיק לברכה.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

א אויסגעוועטשטע בילד אבער פארט א בילד.

אלס בעל קורא אין ביהמ"ד סאמבאטהעלי
פון רעכטס צו לינקס: רבי שלמה אלי' זצ"ל, אינדערמיט איז עולה להבח"ל ר' ? בערקאוויטש, און לינקס איז ר' אברהם בערגער ז"ל.
אטעטשמענטס
IMAG0007.JPG
IMAG0007.JPG (122.5 KiB) געזען 2273 מאל
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מיר וועלן ברענגן פון וואס מיר האבן העתקות.

דער לויה איז געווען ערב שבת קודש און האט געדויערט א האלבע שעה און ס'געווען 6 מספידים. פון די פטירה ביז נאכן קבורה איז נישט געווען קיין 9 שעה און ווייניג האבען געוויסט אדער געקענט קומען, אבער פונדעסטוועגן כבוד גדול עשו לו במותו, עס זענען געווען אנוועזענד אסאך רבנים און חשובי העיר, די פני פון די בעלי בתים אין וויליאמסבורג. דער לויה איז געווען פונקט ווי ער האט געלעבט, נישט גע'בטל'ט קיין צייט און ביים לויה אויך נישט גע'בטל'ט קיין צייט, נישט זיינס און נישט יענעם'ס. ער האט געלערנט שנעל, געשלאפן שנעל, געגעסן שנעל, געגאנגען (געלאפן) שנעל, און אלעס וואס ער האט געטון איז געווען שנעל, און זיך גלייך צוריק געזעצט צום לערנען דאס גאנצע צייט וואס עס איז אים פארבליבן אין טאג.

דא ברענגען מיר אביסל פון די הספדים, און נאכדעם אביסל א ביאור איבער וואס איז געזאגט געווארן.

מתוך הספדו של בנו הרב יעקב ליכטער שליט"א:

כ'קען נישט מספיד זיין מיין טאטן, כ'בין נישט קיין בעל מספיד, אבער אין אומרים בפני המת אלא דברים של מת, כ'וויל נאר ארויסברענגען אביסל די אבידה וואס דער טאטע איז געווען, די קינדער און אייניקלעך זאלן וויסן אויף להבא וואס דער טאטע איז געווען.

מיין טאטע אלס קינד איז געווען דער עילוי פון דער שטאט, ביי די דרייצן יאר האט ער שוין געהאט געענדיגט ש"ס מיט או"ח און יו"ד, ער האט אפילו גע'פסק'נט אמאל, מ'האט אים נישט געלאזט אבער ער האט אמאל גע'פסק'נט, מיין טאטע האט מיר דערציילט ער פלעגט זיצן דארט און ער האט מסדר געווען די גיטין ווייל דער רב איז געווארן אלט, אלס 12 13 יעריג אינגל. קיינמאל נישט פארברענגט קיין צייט, ווען ער האט נישט געארבעט איז ער אייביג געווען די אהבת תורה זיינער איז געווען הפליא'דיג, יעדע זאך וואס ס'איז נאר ארויסגעקומען האט ער געמוזט מיטהאלטן, צו דף היומי, ירושלמי, יעדע זאך האט ער מיטגעלערנט. געווען א איד וואס זיין גאנצער לעבן איז נאר געווען תורה, זיין יראת שמים זיין ערליכקייט.
...
דו האסט געלערנט בשותפות מיט רבי יענקעלע אלס חברותא, ער האט צוגעזאגט אז ער וועט קיינמאל נישט פארגעסן פון דיר, רבי יענקעלע מפשעווארסק, לעולמי עד וועט ער דיך געדענקען, איך ווייס אז דו קומסט יעצט ארויף אויבן, דו וועסט זיך טרעפן מיט אים, בעט פון אים, בעט פון די אנדערע רבי'ס, הרה"ק מבעלזא, די אלע רבי'ס וואס דו האסט געהאט, ווי ביי רבי משה פיינשטיין, דער טאטע איז געווען אזוי נאנט מיט רבי משה פיינשטיין, געשריבן די גיטין דארט, בעט ביי זיי אז ס'זאל זיין שוין א ישועה פאר גאנץ כלל ישראל, פאר מיין משפחה, פאר מיין מאמען זאל זיין געזונט, זי זאל דאס קענען דורכטראגן...
לעצט פארראכטן דורך יוראפ אום דינסטאג אקטאבער 16, 2018 6:36 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

א שיין בילד.
יוראפ האט געשריבן:א אויסגעוועטשטע בילד אבער פארט א בילד.

אלס בעל קורא אין ביהמ"ד סאמבאטהעלי
פון רעכטס צו לינקס: רבי שלמה אלי' זצ"ל, אינדערמיט איז עולה להבח"ל ר' מנחם מאיר בערקאוויטש, און לינקס איז ר' אברהם בערגער ז"ל.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

רבי שלמה אליהו דער עילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

רבי שלמה אליהו אלס אינגעלע פון 6 יאר לערענדיג ביי א מלמד אין שטאט, קומט אהיים איין טאג פון חדר און זאגט זיין טאטע "איך גיי נישט מארגן צוריק אין חדר, ווייל איך קען מער ווי דער רבי"!

האט מען אים געשיקט צו א מלמד וואס האט שוין געלערענט מיט גרעסערע קינדער, מיט 9 יעריגע קינדער און העכער. האבען די אנדערע קינדער געמאכט א ויצעקו אז זיי ווילן נישט לערנען מיט א בעבי!

זאגט דער רבי צו די קינדער, איך גיי באלד פארלערנען א תוספות (דער צווייטע תוספות אין פרק שור שנגח את הפרה), און מען גייט פרייטאג פארהערן, איז, וועט ער קענען בלייבט ער, און אויב נישט גייט ער. עס איז געקומען פרייטאג (פלעגט ער דערציילן מיט זיין גוטן סענס אוו יומער) האט ער עס געקענט בעסער ווי זיי אלע!

ביי די עלף יאר האט זיין רבי מעיד געווען אויף אים אז ער קען האלב ש"ס. זיין רבי (האבן מיר נישט אויפן מינוט זיין נאמען) איז געווען א רודזינער חסיד, שוין געווען 85 יאר אלט און געהאלטען אינמיטן לערנען דאס 46'סטע מאל ש"ס!

אזוי ווי רבי שלמה אלי' איז געווען א אייניקל פון א שוועסטער פונעם מי השלוח, הרה"ק רבי מרדכי יוסף מאישביצא זי"ע, איז ביי אים געווען א גרויסער יחוס צו לערנען מיט דאס קינד, און גלייכצייטיג אויך מיט נאך 3 אינגלעך פון דער משפחה. (דער אישביצא איז געווען א יליד טאמעשאוו)

ער פלעגט דערציילן אז ס'נישט געווען גענוג גמרות אין שטאט, זענען די תלמידים (כ'ווייס נישט צו דאס איז געווען ביי דעם רבי'ן צו ביי א פריערדיגע רבי) געזעצן (ווי אין תימן) ארום די גמרא און יעדער אינגל האט זיך אויסגעלערענט צו קענען ליינען פון זיין ווינקל. אים איז אויסגעקומען צו זיצן פונקט פארנט פונעם רבי'ן און ער האט געקענט לערנען און זען די אותיות פונקט ווי עס וואלט געווען אויסגעשטעלט גראד פאר אים! (ישר והפוך)

ביי די עלף יאר האט ער אנגעהויבען לערנען דף היומי, דאס איז געווען אין שנת תרצ"ו אינמיטן די צווייטע מחזור, און הרה"ק רבי לייבוש ציעשונעבער'ס זון רבי מאיר הי"ד האט פארגעלערנט ביינאכט די דף היומי אין זיין טאטען'ס בית המדרש "דער צאנזער שטיבל" און רבי שלמה אליהו האט זיך צוגעזעצט צום שיעור.

ער האט מיטגעהאלטן 10-11 מחזורים פון דף היומי, דאס הייסט נאנט צו 80 יאר. און ווען דער גורער רבי זי"ע האט איינגעפירט ירושלמי יומי, האט ער אויך מיט דעם מיטגעהאלטן 8-9 מחזורים (בערך 4 יאר איז א מחזור). זיינס א אייניקל איז אמאל אריינגעקומען האט ער אים געזאגט אז היינט האט ער מסיים געווען דאס אכטע מאל דער ירושלמי. ער פלעגט זאגן אויב איז געווען א שווער שטיקל ירושלמי, אז ער פארשטייט נישט, און צוגעלייגט "קיינער פארשטייט נישט, און וואלט איך געווען אינגער וואלט איך געמאכט א פירוש אויף דער ירושלמי". אזוי אויך האט ער אויך מיט געהאלטן דאס ערשטע מחזור פון רמב"ם יומי. פארשטייט זיך אז אויב עס איז נאך געבליבן צייט האט ער ממשיך געווען לערנען. געענדיגט דער דף היומי און ירושלמי יומי פון טאג איז ביי אים געווען ווייט פון גענוג.
לעצט פארראכטן דורך יוראפ אום דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 5:34 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

שכוח גדול פאר הרב יוראפ ודעימיה,
אבער פעטש קומט ענק נאך אלץ [פאר מיר אויך..]
וואו זענט איר געווען ווען דער איד איז געווען בחיים חיותו בתוכינו????
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

דער רב פון טאמעשאוו איז געווען דער קריליווער רב (זיין רביצין איז געווען אן אייניקל פונעם שר שלום מבעלזא זי"ע). סוף ימיו איז ער שוין נישט געווען אינגאנצן ביי זיך, און ר' שלמה אליהו א 12 יעריגע אינגל וואס האט שוין געהאט דורכגעלערנט יו"ד האט פארגעזאגט פאר דער רב וואס איז די שאלה און וואס ווערט גע'פסק'נט אין שו"ע און די נושאי כליו.

קומט א איד צו לויפן צו זיין מאמע און זאגט "מיינסט אז דער רב פסק'נט, אלי' פסקנ'ט!" האט זיין טאטע אים געגעבן א פאטש דערפאר (דאס איז דאס איינציגסטע מאל וואס ער האט אים דערלאנגט א פאטש, און אים געזאגט "ביזט נאך צו אינג צו פסק'נען"). ער האט גלייך ארויסגענומען א שלחן ערוך און געוויזן זיין טאטע אז ער האט געפסק'נט ריכטיג.

ר' אלי' האט אויך צוגעזען עטליכע חליצות אין בית דין שטיבל און שפעטער אויסגלערנט די רבנים אין אמעריקע און אויך אין א"י וויאזוי מען מאכט חליצה. אפאר יאר צוריק האט ער געזאגט אין "בית דין ד'אמעריקע" אז "היינט האב איך געמאכט די 52'סטע חליצה.

אין טאמעשאוו ביי גיטין וואו זיין טאטע איז געווען אן עד און דער סופר האט נישט געוואלט זיין אן עד (זיך נישט געהאלטען ראוי) און דערפאר געווען דער סופר, פלעגט ר' שלמה אליהו אונטערזאגן דער סופר אות ביי אות פונעם לשון הגט ביז דער לשון איז ביי אים שוין געווען מונח בקופסא אלס אינגל. ביי איין גט וואו ער האט זיך מפלפל געווען אינמיטן שרייבן דעם גט, האט א רב וואס איז געשטאנען דערביי זיך אנגערופן אז ר' שלמה אליהו זאל משים לב זיין נישט צו מאכן קיין טעות, רופט זיך אן הגאון רבי חנניא קאהן ראב"ד בודאפעסט זצ"ל: פאר יעדע טעות וואס ער מאכט גיב איך א צענער...

ביים לעצטן כתובה ליינען (נישט הערנדיג גוט און נישט וויסנדיג אז מען הערט אים) האט ער צו זיך געזאגט נאכן ענדיגן אז ער קען עס אויף אויסענווייניג און אין חלום. ביי אים איז כתובה ליינען געווען ווי ביי א צווייטן אשרי.

ער איז געווען דער פוסק אחרון אויף שמות גיטין, און הוא הגבר וואס האט אויסגלערענט צענדליגע רבנים און בתי דינים ווי צו דורכפירן חליצה. אויך אין שאלות עגונות און ממזרות האט זיך דער גרויסער פוסק רבי משה פיינשטיין זצ"ל זיך געקענט דורכשמועסן מיט אים און זיך גערעכנט מיט זיין חוות דעת.
לעצט פארראכטן דורך יוראפ אום דינסטאג אקטאבער 16, 2018 5:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

ראספשע האט געשריבן:שכוח גדול פאר הרב יוראפ ודעימיה,
אבער פעטש קומט ענק נאך אלץ [פאר מיר אויך..]
וואו זענט איר געווען ווען דער איד איז געווען בחיים חיותו בתוכינו????

כ'קען גיבן בעסערע פעטש... (מיין ברודער האט א בלוטעדיגע פאסיק) גראדע האט מען שוין דא היפש גערעדט אויפן וועלטל פון אים בחיים חיותו דוק וטישטוך
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

יוראפ האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:שכוח גדול פאר הרב יוראפ ודעימיה,
אבער פעטש קומט ענק נאך אלץ [פאר מיר אויך..]
וואו זענט איר געווען ווען דער איד איז געווען בחיים חיותו בתוכינו????

כ'קען גיבן בעסערע פעטש... (מיין ברודער האט א בלוטעדיגע פאסיק) גראדע האט מען שוין דא היפש גערעדט אויפן וועלטל פון אים בחיים חיותו דוק וטישטוך

געזוכט און געפונען נאר איין פלאץ:
viewtopic.php?f=63&t=23486&p=907673&hilit=%D7%A9%D7%9C%D7%9E%D7%94+%D7%9C%D7%99%D7%9B%D7%98%D7%A2%D7%A8#p907673
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

זיין טאטע דער חסידא ופרישא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

ווי געשריבן פלעגט רבי שלמה אליהו נעמען דעם סקווירא רבי זי"ע און מקוה יעדן טאג (אין שטאט'ס מקוה אויף דיווישען עוועניו וואו דער הייוועי פארט יעצט דורך). ער האט געהאט נאך א תפקיד און פלעגט דערציילן פאר'ן רבי'ן די נייעס פונעם טאג. אויך ער האט געלערענט מיט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אלס אינגל.

ווי געשריבן איז ווען דער סקווירא רבי איז געקומען קיין וויליאמסבורג האט ער געדארפט מנין, און דער בעלזא רב זי"ע האט געהייסן זיינע חסידים גיין צו אים. ר' שלמה אליהו פלעגט ארויס גיין אין גאס און ווי ער האט געזעהן א דערהויבענע איד פלעגט ער אים זאגן קומט מיט מיר זען א גרויסע צדיק.

ווי געשריבן איז זיין טאטע רבי חיים יהושע זצוק"ל, דער בעל אכסניא אין סיביר פון רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע, געווען א חסידא ופרישא. דער סקווירא רבי זי"ע האט באשטעלט ביי אים נאך א מזוזה, אבער רבי חיים יהושע איז אינצווישן נפטר געווארען (י"ז אדר ראשון תשכ"ז). ס'איז שוין געווען א האלב יאר פאר די הסתלקות פון סקווירא רבי זי"ע און ער איז געווען זייער שוואך האט מען געבעטן פון ר' שלמה אליהו נישט צו קומען קיין סקווירא אז דער רבי זאל אים נישט קענען פרעגן וואו איז זיין טאטע און די מזוזה.

דער סקווירא רבי האט אבער יא זיך נאכגעפרעגט אויף ר' חיים יהושע ביז מען האט אים געמוזט דערציילן אז ער איז שוין אויפן עולם האמת. דער סקווירא רבי האט פארמאכט די טיר און יענעם טאג מער נישט געוואלט אויפנעמען קיינעם.

שפעטער אז ר' שלמה אליהו איז אריינגעקומען צום רבי'ן, זאגט אים דער רבי "דו האסט נישט געקענט דיין טאטן!"
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

יוראפ האט געשריבן:אין פרשת מסעי תשע"ד איז געווען א באשרייבונג אויף אים פון הרב אלחנן זאב פריעדמאן שליט"א אין די אידישע צייט. ביטע ווער עס קען זאל אהער שטעלען א סקען דערפון.

פארשאפט
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אויף רבי חיים יהושע'ס התנהגות און מדת הפרישות דערציילט מען בעל שם'סקע מעשיות. געווען פרוש מן העולם במלוא מובן המלה.

ער האט זיך מתנהג געעווען מיט די ליסטע התנהגות פון הרה"ק רבי חיים חייקא מאמדור זי"ע תלמיד המגיד זי"ע, ער האט נישט ארויסגעקוקט פון די ד' אמות, געהאלטן די אויגן פארשפארט און און ער האט קיינעם נישט געקוקט אין פנים, חוץ אין די פנים פון צדיקים גמורים. אזוי איז ער געזעצען א גאנצן טאג דבוק אין באשעפער, געלערענט, געדאווענט, און אביסל אויפן שפיץ גאפל אויך געשריבן סופרות, און זיך מתנהג געווען בפרישות יתירה.

דער נאראלער רבי זי"ע האט געזאגט אויף אים אז ער איז א שתקן, אבער נישט סתם! דער טשעבינער רב זי"ע האט געזאגט אויף אים (אויף רבי חיים יהושע) אז ער איז א חד בדרא בהלכות סת"ם (מפי האדמו"ר מנאראל שליט"א).

רבי חיים יהושע האט פארגעלערענט די ספרים הקדושים מאור עינים און נועם מגדים אין בעלזא שטיבל אין טאמעשאוו.

דער בעלזא רב זי"ע האט דוקא געוואלט זיינע פרשיות; דער סקווירא רבי זי"ע האט דוקא געוואלט זיינע מזוזות, און הרה"ק רבי הערשעלע מספינקא זי"ע האט אויך מיט זיינע הייליגע אויגן געזען ווער דער באהאלטענער איד איז, און באשטעלט ביי אים זיינע תפילין.

און דא זאגט דער סקווירא רבי זי"ע פאר זיין זון רבי שלמה אליהו, וואס האט גוט געקענט זיין טאטן און געשעפט עמערס מיט יראת שמים פון זיין טאטן אז מיט דעם אלעם "האסטו נישט געקענט דיין טאטע", ער איז געווען אסאך גרעסער ווי דו האסט זיך פארגעשטעלט.

געווען א שידוך צווישן רבי שלמה אלי'ס אן אייניקל וואס איז אויך אן אייניקל פון דער גרויסן גאון רבי יעקב הארענשטיין זצ"ל. דער משפחה האט זיך פארגעשטעלט אז זיכער האבן זיי געטון דער שידוך צוליב דעם. איז מען איבערראשט געווארן ווען דער מחותן האט געזאגט ביי זיין דרשה ביים תנאים אז ער האט געטון דער שידוך ווייל עס איז אן אייניקל פון רבי חיים יהושע וואס ער האט אים נאך געדענקט אלס אינגל און וואס מען האט געזאגט אויף אים.

נאכדעם וואס דער סקווירא רבי זי"ע האט זיך באזעצט אינעם שטעטל, האט מען אלע כיבודים געגעבן פאר רבי חיים יהושע. ווען דער בעלזא רב'ס גבאי ר' שלום פויגעל פלעגט קומען קיין אמעריקא פלעגט ער אלעמאל גיין באזוכן רבי חיים יהושע זאגענדיג אז ווען ער וועט צוריק קומען וועט אים דער ערשטע זאך דער בעלזא רב פרעגן וואס מאכט רבי חיים יהושע.

מען האט אים (רבי חיים יהושע) געטראגן קיין ארץ ישראל און דער נאראלער רבי שליט"א איז מיטגעפארן מיטן ארון און ערלעדיגט אז מען זאל אים לייגן אויפן הר המנוחות. ווען ער איז צוריקגעקומען האט ער דערציילט אז מ'האט אים געלייגט אויף א זייער חשוב'ע ארט אפאר שורות פונעם בעלזער רב זי"ע, און אז די קבר נעבן אים האט געקויפט א גאר חשוב'ער איד. שפעטער מיט א 30 יאר איז דער שכן אנגעקומען, דאס איז הגאון רבי מרדכי ווילליגער זצ"ל וואס האט זוכה געווען צו זיין א שכן מיט דעם צדיק וקדוש.

עס איז געבליבן פון רבי חיים יהושע זצ"ל כתבים וואס ער האט געשריבן אין סיביר און אויך אין דייטשלאנד וואס די משפחה פלאנט אי"ה צו דרוקן.
לעצט פארראכטן דורך יוראפ אום דינסטאג אקטאבער 16, 2018 10:33 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

יוראפ האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:אין פרשת מסעי תשע"ד איז געווען א באשרייבונג אויף אים פון הרב אלחנן זאב פריעדמאן שליט"א אין די אידישע צייט. ביטע ווער עס קען זאל אהער שטעלען א סקען דערפון.

פארשאפט


יישר כוח מרובה פאר די שיינע באשרייבונגען ובפרט פאר די אינטערוויו מיטן נפטר זצ"ל אליינס, דאס איז זייער א געשמאקע און אינטערעסאנטע שמועס איבער דאס לעבן אמאל וכו'
---
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

בשבילי נברא האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:אין פרשת מסעי תשע"ד איז געווען א באשרייבונג אויף אים פון הרב אלחנן זאב פריעדמאן שליט"א אין די אידישע צייט. ביטע ווער עס קען זאל אהער שטעלען א סקען דערפון.

פארשאפט


יישר כוח מרובה פאר די שיינע באשרייבונגען ובפרט פאר די אינטערוויו מיטן נפטר זצ"ל אליינס, דאס איז זייער א געשמאקע און אינטערעסאנטע שמועס איבער דאס לעבן אמאל וכו'

אין די אידישע צייט איז די וואך נאכאמאל געדרוקט געווארן די אינטערוויו בהוספה מרובה
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

ח"י חשון תשל"ד - ווער זענען די דריי נעבן רבי שלמה אליהו?
אטעטשמענטס
חי חשון תשלד.JPG
חי חשון תשלד.JPG (189.9 KiB) געזען 1998 מאל
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אדר א' תשל"ח - ביים מקבל קנין זיין ביי א גט
אטעטשמענטס
תשלח.JPG
תשלח.JPG (297.92 KiB) געזען 1995 מאל
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אזוי זעט אויס זיין ירושלמי (ביי וועם זעט אזוי אויס א בבלי?)
ירושלמי.jpg
ירושלמי.jpg (54.04 KiB) געזען 1992 מאל

עיין במס' דמאי דף כ"ט ע"ב שאמר ר' חייא לר' ינאי עתיד את לנהוג שררה בישראל ע"כ צריך למיקל.
ברכות ס"ח - במגילת חסידים מצאו כתוב יום תעזבנו ימים אעזבך.
לעצט פארראכטן דורך יוראפ אום זונטאג אקטאבער 21, 2018 2:30 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”