שוידערליך! מציבה אראפגענומען.

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

שוידערליך! מציבה אראפגענומען.

תגובהדורך wildturkey » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 2:03 pm

ווי יעדער זעט, איז די לאנג יעריגע מציבה וואס פלעגט שטיין לזכרון ולפירקלען פון דעם אלעמען באקאנטן אליעזר עבד אברהם, וואס האט יעדן (וואס איז ווערט געווען) מעביר געווען שלא מדעתו פון די פליישיגע און פארווע קאך און אריין געפירט צום מילכיגן (סמייטע) אפטיילונג פון די קרעטשמע.

ווי באקאנט ליגט שוין דער חולה ומשקה א לאנגע צייט באוואוסטלויז ליידער נישט קענעדיג רירן קיין mouse, וואס ווארשיינליך איז ער ביים מופן געווארן פארלאזירט ווען צופיל ארטיקלען ליגענדיג אין די באקסעס האט ארויפגעטראסקעט אויף איינע פון זיינע באשטאנדטיילן נעמליך עס איז געווען צופיל אריבערצופירן, און שלעפענדיג די אלע פירקעלאציעס האט עס אים שטארק געשאדט.

די מציבה איז וואס איז געשטעלט געווארן אין א שטילן ווינקל אינעהאלב אונזער ווירבענלענדיגע קרעטשמע, וואס און יעדע מעוננדיגע (קרעדיט: זאג די אליינס.........) טאג פלעגט מען זיך דארט אריין רוקן נישט קוקענדיג אויף קיינעם און שטילערהייט ארויסברענגען א שמייכעלע.

די נייעס פונעם מעביר זיין די פ"נ האט ארויסגעברענגט אויפברויז ווייל נישט וויסענדיג ווי ער ליגט ווייסט מען נישט ווי אהין צי רעכטן די טריט און א אנגעבלאזענע מצב........

עס איז צום האפן אז מען וועט זיך רעכענען מיט די אנגעווייטאגטע און כאטש צושטעלן לינקס צו די אלע שמייכל ארויפברענגערס.



בייגעלייגט א בילד פון די מציבה.
צוגעלייגטע
clip1.jpg
clip1.jpg (11.92 KiB) געזעהן 2223 מאל
לעצט פאראכטן דורך wildturkey אום דינסטאג דעצמבער 16, 2008 6:26 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 2:28 pm

שיין מספיד געווען, זאלער זיין א גוטע בעטער...

אט האסטו א ציטאט פון ר' זארעכ'ן, נאך געשריבן בחייו פון ר' דולה ע"ה:

זארעכפעפער האט געשריבן:בעליוו איט אר נאט. ביי מיר אין פאסט שאכטל שלאפט נאך אן ארטיקל, אונטערן דאטום געשיקט אום דינסטאג פבואר 26, 2008 6:55 pm, וואס איך האב אפגעשיקט צו 'דולה ומשקה'.

אמאל האב איך געמיינט אז דער 'דולה' פארשטייט פשוט נישט קיין העברעאיש, דעריבער עפנט ער נישט די פאסט. אבער היינט צוטאגס, ווען מיר פארמאגן שוין ב"ה אלע אינסטרוקציעס פון די קרעטשמע אויף מאמע-לשון, א שטייגער ווי דער אויבנדערמאנטער בריוול וועלכער צייכנט זיך אויף ביי מיר 'ארויסגייענדער פאסט קעסטל', און אף על פי כן ליגט דאס נאך דארט באגראבן, בין איך געקומען צום באשלוס אז דער ניק 'דולה ומשקה' האט פשוט אויסגעהויכט זיין נשמה פריצייטיג.

יהא זכרו זארעך.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 2:50 pm

טערקל, געוואלדיג, פיהל מיט הומער, יישר כח.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:00 pm

:cry: :cry: :cry: :cry:
צוגעלייגטע
1.JPG

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:02 pm

נעבאך...

מ'קען בלויז צולייגן א שטיינדעלע...

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:17 pm

טערקעל א שיינער און א זיסער ארטיקל פיל מיט הומער, אבער ליידער ליידער איז עס זייער ווייטאגליך צו הערן אז מען האט אונז צוגענומען די סמעטענע, טייל פון די ארטיקלן האמיר שוין אויסגעליינט דארט, און טייל איז נאך געלעגן פאר די אויגן מיטן חשבון אויף א גוטע מינוט, און דא פלוצלינג איז אלעס פארלוירן געגאנגען, כליפ כליפ כליפ...... :cry:

דערפאר טו איך בעטן א בקשה פון די חשובע מנהלים, איך פארשטיי אז פאר ענק קוקט אפשר אויס די סמעטענע ווי עפעס א ליידיג שטיקל לאט וואס איז באוואקסן מיט ווילדע גראז און שימעל, אבער וויסן זאלט איר אז איך און נאך אסאך אנדערע גייען אויס עס צי האבן און ווילן לעזן די ארטיקלן דארט, דערפאר בעט איך פון די מנהלים אויב מעגליך זאל מען עס צוריק שטעלן, און זאל מיר קענען ווייטער הנאה האבן פון די אלטע סחורה וואס ווערט קיינמאל נישט אלט צוליב איר פרישקייט. יש"כ למפרע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:57 pm

טערקל,
זייער א גוטער איינפאל, איך האב הנאה געהאט פון אייער כאפ!

זאנוויל,
דער ארענדאר אונזערער ארבעט אז אלע גוטע ארטיקלען זאלן אריבערגיין אינעם 'אידישע וועלט' זעלבסט און לאזן דעם פלאץ אויסדרוקליך פאר 'פארומס', אז איינער שרייבט אראפ א גוטן ארטיקל וואס אינעם אלט-שטאט האט עס געטראפן זיין פלאץ אין 'סמעטענע' וועט היינט דער ארטיקל ווערן (מיט רשות פונעם מחבר) קאפירט אינעם אידישען וועלט ווי נאך לייענער אפי' אזאנע וואס פארברענגען שניט בתוכינו זאלן האבן די מעגליכקייט הנאה צו האבן.

מנהלים, קארעקט מי איף איי עם ראנג

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 4:09 pm

מילער יש"כ נחמתנו.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 5:20 pm

מיללער, ענד איף יו אר רייט?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 5:58 pm

יאנאש, דען ליעוו איט לייק דיס

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 6:46 pm

טערק...וואס זאל איך דיר זאגען....גאנץ גוט פאר א טערק!

נ.ב. "תיקון טעות"
דער mouse קען זיך נישט באוועגען ווייל א באקס פון בילדער פון ר' שעיה'לע קערסטירער איז ארויפגעפאלען אויף אוהם, נישט א באקס מיט ארטיקלען
the SCY is the limit

אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

תגובהדורך wildturkey » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 7:02 pm

ר' שמחה, שכוח פאר די קאמפלימענט. (נאר פאר א טערק?)

נ.ב. איז א גוטס
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 7:58 pm

וואו איז די דיסקלעימער פארשוואונדן געווארן?

מיר האט אנגעכאפט דאס קדחת היינט נאכמיטאג ביים באמערקן אויף די הויפט בלאט פון אידישע וועלט אן אשכול מיט דעם פראוואצירנדן קעפל, איך האב אריינגעריסן אהער אין איין אטעם, און אפגעאטעמט צו ליינען אז דער שרייבער צילט נישט קיין פאליטיק.

ווייזט אויס אז אנעם דיסקלעימער איז עס מער פראוואקיוטיב.

אלנספאלס א דאנק פארן שמייכל, און מיר וועלן זיך אודאי רעכענען מיט אייערע געפילן.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך דעצמבער 17, 2008 2:23 am

טערקל הערליך שיין אראפגעבערנגט די שוידערליכע פאריקט, און לאמיר דערציילן וויפיל איך האב מיטגעהאלטן....



אידן אין קאווע שטיבל, שישקענען זיך מיט שטילע טענער...

וואס?... ווער?... נעבעך?... ווען?.... ווי איז עס יעצט?.... וויפיל קינדער האט ער איבער געלאזט?.... אויף וויפיל שאצט מען די ירושה?.... פון וואו גיי עס ארויס גיין?... ער האט געקויפט בחיוו ערגעץ?...

מען האט געגלייבט און מען האט געהאפט און געווארט אז דער סיטואציע זאל זיך ענדיגן מיט פריידן... אבער ליידער האבן מיר נישט זוכה געווען נאר א שווערע עלעוו חדשים האט א חאמורע ארום גענומען אנשי שלומינו, ווען עס איז אנגעקומען די נייעס, אז טראץ דאס וואס מען האט געגעבן די נויטיגע באהאנדלונגען, און מען האט מתפלל געווען אז ער זאל אויסגעהיילט ווערן, און זיך אויסוועקן פון זייין בערישע שינת ה'הארסי, אבער ליידער האבן מיר נישט זוכה געווען ונצחו ערלים את המתוקים ונישטא ארון...

ווער האט זיך אמאל פארגעשטעלט אז מען גייט דאס אזוי אינגערהייט פארלירן, אויף אזא מיטגעמאכטע וועג, נאכער וואס ער האט זיך אזוי געמיטשעט, וואס יא אריינצונעמען און וואס צו לאזן אינדרויסן, האט מען אים געדארפט צושפארן צום דייאלעסיס מאשין וואס זאל אים העלפן דערמיט, אבער ווי עס שיינט ארויס איז דער ארבעט קיינמאל נישט געטוהן געווארן, דאס מיינט אז ער איז געווען ביי גאווענער קוימאוי אויף לאנגע מאנאטן אין הויזן ארעסט.

עת חולם הוא לאחינו בני ישראל היושבים בקרעטשמע,

ווי די באריכטן קומען אן פון פעלד, אז ווען מען האט אויפגעגראבן דעם ציון המצויענעס, האט מען געטראפן נאך אסאך ארטיקלן דארט באגראבן ווואס וועט אים ווארשיינדליך באגלייטן אויף זיין אייביגע ברי, אבער אין טהרה שטיבל טוט זיך נאך אויף טישאס און האנטוכער, דער נפטר לאזט זיך נישט אריינלייגן אין באקס, ער פאטש אין שטויסט, און באקסט, מען ווייסט נישט וואס צוה טוהן דא, דער גאנצער ציבור יעדער מיט זיינע אוואטער'ס שטיין אין די רייע זאגן דעם לעצטע ברכה פון צוריק הדין, אבער דער נפטר האלט נישט ביים ערשיינען אין זאל צום גרויסן אוידיענס פונעם לויה צערעמאניע.

ווען אינמיטן זעהט מען ווי די ראשי קהלה קומען צו לויפן מיט איין אטעם, און די אחראים לויפן נאך ווי טעילגעיטער חסידים, און מען גייט אריין בקודש פנינה, ווי זיי זעהן דעם אויסגעלייטערטע נשמה'לע זיצן אויפן סאפע, און פאררייכערט א לילקע ציבעך, צוויי פון די אחראים האבן געהויבן פוס און אפגעגאפלט פון דארט, א מת רייכעט? ווי קען דאס זיין?, פאר שרעק האט מען זיי אריין געפירט צום עמערגנסי רום פון שפיטאל צו באדעלט ווערן פאר שאק און ביטער.

מען הערט ארויס פונעם טיר קולות וטראקים, די הנהלה מיטן אנגעבליכן נפטר קענען נישט צוקומען צו א פשרה, ביז מען האט עפעס אויסגעצווענגעלט, איז עס איז געווארן לייכטער אויף הארץ...

א געשריי און א קוויטשעריי האט זיך דערהערט ביי געמייינעם פארזאמלטע, מען האט נאך אזאנס נישט געזעהן, ווי דער נפטר וואס האט נעכטען אנגעבליכערהייט נישט געקענט אליינס עפענען זיין מעיל, שטייט יעצט אויפן פאדיאם ארום געוויקלט מיט תכריכים, און ער שמעקט ווי געוואשן מיט אייער אין וויין, און רעדט אריין אינעם מייק...

מאנכע זענען געפאלן ווי די פליגן נאך א קענסט מיך\סאכדעס געיעג, און די שטארקע חאראקטארן זענען אנידער געקינט מיט בלאסע פנימ'ער, און געווארט אויפן קומענדע,

מורי ורבותי עס איז געווען א קאלאר וואר אויסברוך.....

דער עולם האט אנגעהויבן אטעמען שווער, טייל האבן אין ווירקליכקייט זיך גענומען ברעכן, און אנדערע האבן אויף איין זייט פונעם בלאסע געזיכט ארויפגעצווינגן א האלבע שמייכל, אז זיי זאלן מארגן קענען זאגן פאר יעדן , הע פע איך האב גלייך געכאפט!,

און ווייטער האט דער ראש הקהל איבער גענומען דאס ווארט, טייערע קינדער מען איז ענק זייער אסאך שילדיג פארן שרייבן אזעלעכע שיינע זאכן מען גייט ענק טראגן אויף א רייד ביז אין דער איי וועלט אריין, און ווער עס גייט זיך פארהערן בכתב די שענסטע ארטיקלן וועט קענען מיט גיין, און איך זאג קלאר נאוי מיוחסים...

מיט גרויס פרייד און דערלייכטערונג איז אנגענומען געווארן אז דאס איז געווען גאר אזא געלונגענע סורפרייז, און די הנהלה גיט איבער וועט מען שוין ביז א וואך זעה די פירות פון די מייסטער נייע ארבייט "די טריפ קיין איי וועלט" פאר אלע סמעטענע ארטיקלן...
לעצט פאראכטן דורך זיידעניו אום מיטוואך דעצמבער 17, 2008 2:47 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך דעצמבער 17, 2008 2:40 am

פאר אזא מעדזשאר ארטיקל פון זיידל'ן, האט זיך געלוינט די שוידערליכע אנטדעקונג פון דעם טערק.

יישר כוח פאר ביידען.
;l;p-

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » מיטוואך דעצמבער 17, 2008 10:48 am

קוקט אויס אז די ארטיקל איז אויך אויפן וועג קיין איי וועלט...ער האט אראפ גענידערט פון קרעטשמע צי פארברענגן, און אזוי ווייטער ביז ער וועט אריין מארשירן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

תגובהדורך wildturkey » מיטוואך דעצמבער 17, 2008 1:27 pm

זאנוויל האט געשריבן:קוקט אויס אז די ארטיקל איז אויך אויפן וועג קיין איי וועלט...ער האט אראפ גענידערט פון קרעטשמע צי פארברענגן, און אזוי ווייטער ביז ער וועט אריין מארשירן אין די וועלט אריין.


די הסבר איז דלא ווי די זאגסט, נאר זיי דא מעיין:
קרעמער האט געשריבן:מיר האט אנגעכאפט דאס קדחת היינט נאכמיטאג ביים באמערקן אויף די הויפט בלאט פון אידישע וועלט אן אשכול מיט דעם פראוואצירנדן קעפל,


און פארשטייט זיך אליינס אז דאס איינע פון די פילע בענעפיטן (כליפ...... כליפ....) פונעם אהער מופן אינעם חצר הגדול.

וד"ל
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » מיטוואך דעצמבער 17, 2008 1:44 pm

טערק ;l;p- זיידי ;l;p-

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23190
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך דעצמבער 17, 2008 2:50 pm

אויש האסטע מיך דערשראקן! כ'בין שוין שיעור געקומען צופארן מיט א העליקאפטער.........

טערקי, סוויט איידיע...

זיידעניו, כ'האב אויסגעבראכן אין א קאלאר ווא.... כ'מיין געלעטער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג דעצמבער 19, 2008 12:32 am

פאר טערקל האבעך עכט שוין געגעבן א שכוח, אבער אז ער האט ארויס געשלעפט פון זיידעניו אזאנס, קומטצעכעם נאך איינס.

זיידעניו, און דאס איז פאר דיר, יישר כח, הערליך שיין באשריבן.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], לייבעלע הירש און 9 געסט