אלי' מקוה יוד האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:פאר א לענגערע וויילע הערשט א צומישעניש אין וועלכע ריכטונג די ווייסע הויז וויל נעמען איבער אומלעגאלע געווירצן געזעצן
דעמאקראטן זענען שוין לאנג קעמפער עס צו לעגאליזירן אויךף געוויסע אופנים און ליבערטעריען געשטימטע רעפובליקאנער זענען אויך אין שטיצע דערפון און זייער איינפלוס וואקסט מער און מער אז אמווייניגסטנס זאל די פראגע צוריקגיין צו די סטעיטס אן קיין פעדעראלע איבערזיכט דערויף
פרעזידענט טראמפ אלייו האט דורכאויס זיין קאמפיין אויסגעדרוקט קלארע שטיצע צוריקצושענקן אויטאריטעט איבער די פראגע אויסשליסליך פאר די סטעיטס
אין די לעצטע צוויי יאר איז אבער קלאר געווארן אז אזא פלאן גייט דערווייל נישט אין ערגעץ און וויפיל מען האט פרובירט צו דערשנאפן וואס עס האט פאסירט האט מען אנגעקלאפט אין מער נעפל און אנדעקט אז א געוויסעקערפערשאפט אינערהאלב די אדמינסטראציע איז געשאפן געווארן און איר אומאפיציעלע אויפגאבע איז גאר צו דערשטיקן די געווירצן רעפארם באוועגונג איבערן לאנד און פארזיכערן אז זי בלייבט פארבאטן פעדעראל
נאך מער גרונטליכע ארבעט טייטלען פילע אין ריכטונג פונעם יוסטיץ דעפארטמענט און פלארידא רעפובליקאנער קאנגרעסמאן און שטארקע טראמפ שטיצער מעט געטץ באשולדיגט אפן אז סעשאנס שטייט קלאר דערונטער
אין נעוואדע איז די באוועגונג גאר גרויס און אזוי אויך אין קאלאראדא ווי דער רעפובליקאנער סענאטאר קארי גארדנער האט געסטראשעט טראמפ אז אויב ער ווייכט אפ אויף די אישו וועט ער שטימען אקעגן דעם פרעזידענטס פריאריטעטן אויף קריטישע אישוס און לויט באריכטן א צייט צוריק האט אים טראמפ פארשפראכן אקעגנצוקומען
איצט הערט מען אז די רעפארם אויף די אישו וועט קומען קורץ נאך די מידטוירמס
איינמאהל ער וועט עס לעגאליזירן נאציאנאל, וועט א פרייליכע שטימונג באהערשן דאס לאנד פון ברעג צו ברעג.. און ס'וועט זיך שיין אפרופן אויף די צופרידנהייט ראטע..




