טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 12:33 pm

:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:פאר א לענגערע וויילע הערשט א צומישעניש אין וועלכע ריכטונג די ווייסע הויז וויל נעמען איבער אומלעגאלע געווירצן געזעצן

דעמאקראטן זענען שוין לאנג קעמפער עס צו לעגאליזירן אויךף געוויסע אופנים און ליבערטעריען געשטימטע רעפובליקאנער זענען אויך אין שטיצע דערפון און זייער איינפלוס וואקסט מער און מער אז אמווייניגסטנס זאל די פראגע צוריקגיין צו די סטעיטס אן קיין פעדעראלע איבערזיכט דערויף
פרעזידענט טראמפ אלייו האט דורכאויס זיין קאמפיין אויסגעדרוקט קלארע שטיצע צוריקצושענקן אויטאריטעט איבער די פראגע אויסשליסליך פאר די סטעיטס
אין די לעצטע צוויי יאר איז אבער קלאר געווארן אז אזא פלאן גייט דערווייל נישט אין ערגעץ און וויפיל מען האט פרובירט צו דערשנאפן וואס עס האט פאסירט האט מען אנגעקלאפט אין מער נעפל און אנדעקט אז א געוויסעקערפערשאפט אינערהאלב די אדמינסטראציע איז געשאפן געווארן און איר אומאפיציעלע אויפגאבע איז גאר צו דערשטיקן די געווירצן רעפארם באוועגונג איבערן לאנד און פארזיכערן אז זי בלייבט פארבאטן פעדעראל
נאך מער גרונטליכע ארבעט טייטלען פילע אין ריכטונג פונעם יוסטיץ דעפארטמענט און פלארידא רעפובליקאנער קאנגרעסמאן און שטארקע טראמפ שטיצער מעט געטץ באשולדיגט אפן אז סעשאנס שטייט קלאר דערונטער
אין נעוואדע איז די באוועגונג גאר גרויס און אזוי אויך אין קאלאראדא ווי דער רעפובליקאנער סענאטאר קארי גארדנער האט געסטראשעט טראמפ אז אויב ער ווייכט אפ אויף די אישו וועט ער שטימען אקעגן דעם פרעזידענטס פריאריטעטן אויף קריטישע אישוס און לויט באריכטן א צייט צוריק האט אים טראמפ פארשפראכן אקעגנצוקומען
איצט הערט מען אז די רעפארם אויף די אישו וועט קומען קורץ נאך די מידטוירמס

איינמאהל ער וועט עס לעגאליזירן נאציאנאל, וועט א פרייליכע שטימונג באהערשן דאס לאנד פון ברעג צו ברעג.. און ס'וועט זיך שיין אפרופן אויף די צופרידנהייט ראטע..

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:05 pm

הכל הבל האט געשריבן:איבערן אויפזאגן סעשאנס און ראזנסטיין: איך טוה נישט גארנישט, איך וויל זעהן די וואלן פאריבער, מען וועט זעהן וואס עס וועט פאסירן


הכל הבל האט געשריבן: איבער אומלעגאלע געווירצן געזעצן אין די לעצטע צוויי יאר איז אבער קלאר געווארן אז אזא פלאן גייט דערווייל נישט אין ערגעץ און וויפיל מען האט פרובירט צו דערשנאפן וואס עס האט פאסירט האט מען אנגעקלאפט אין מער נעפל און אנדעקט אז א געוויסעקערפערשאפט אינערהאלב די אדמינסטראציע איז געשאפן געווארן און איר אומאפיציעלע אויפגאבע איז גאר צו דערשטיקן די געווירצן רעפארם באוועגונג איבערן לאנד און פארזיכערן אז זי בלייבט פארבאטן פעדעראל
נאך מער גרונטליכע ארבעט טייטלען פילע אין ריכטונג פונעם יוסטיץ דעפארטמענט און פלארידא רעפובליקאנער קאנגרעסמאן און שטארקע טראמפ שטיצער מעט געטץ באשולדיגט אפן אז סעשאנס שטייט קלאר דערונטער
אין נעוואדע איז די באוועגונג גאר גרויס און אזוי אויך אין קאלאראדא ווי דער רעפובליקאנער סענאטאר קארי גארדנער האט געסטראשעט טראמפ און לויט באריכטן א צייט צוריק האט אים טראמפ פארשפראכן אקעגנצוקומען
איצט הערט מען אז די רעפארם אויף די אישו וועט קומען קורץ נאך די מידטוירמס

הכל הבל האט געשריבן:טראמפ זאגט אז אויב סעשאנס וויל נישט קיין טורמע רעפארם וועט זיין קעגנערשאפט באזיגט ווערן דורך מיין שטיצע דערפאר

גייט סעשאנס פליען נאכן די מידטוירמס?

אוועטאר
שמשון הגיבור
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובהדורך שמשון הגיבור » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:16 pm

משה11 האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:איבערן אויפזאגן סעשאנס און ראזנסטיין: איך טוה נישט גארנישט, איך וויל זעהן די וואלן פאריבער, מען וועט זעהן וואס עס וועט פאסירן


הכל הבל האט געשריבן: איבער אומלעגאלע געווירצן געזעצן אין די לעצטע צוויי יאר איז אבער קלאר געווארן אז אזא פלאן גייט דערווייל נישט אין ערגעץ און וויפיל מען האט פרובירט צו דערשנאפן וואס עס האט פאסירט האט מען אנגעקלאפט אין מער נעפל און אנדעקט אז א געוויסעקערפערשאפט אינערהאלב די אדמינסטראציע איז געשאפן געווארן און איר אומאפיציעלע אויפגאבע איז גאר צו דערשטיקן די געווירצן רעפארם באוועגונג איבערן לאנד און פארזיכערן אז זי בלייבט פארבאטן פעדעראל
נאך מער גרונטליכע ארבעט טייטלען פילע אין ריכטונג פונעם יוסטיץ דעפארטמענט און פלארידא רעפובליקאנער קאנגרעסמאן און שטארקע טראמפ שטיצער מעט געטץ באשולדיגט אפן אז סעשאנס שטייט קלאר דערונטער
אין נעוואדע איז די באוועגונג גאר גרויס און אזוי אויך אין קאלאראדא ווי דער רעפובליקאנער סענאטאר קארי גארדנער האט געסטראשעט טראמפ און לויט באריכטן א צייט צוריק האט אים טראמפ פארשפראכן אקעגנצוקומען
איצט הערט מען אז די רעפארם אויף די אישו וועט קומען קורץ נאך די מידטוירמס

הכל הבל האט געשריבן:טראמפ זאגט אז אויב סעשאנס וויל נישט קיין טורמע רעפארם וועט זיין קעגנערשאפט באזיגט ווערן דורך מיין שטיצע דערפאר

גייט סעשאנס פליען נאכן די מידטוירמס?

ער ווייסט נישט!
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:20 pm

שרייטס נישט אזוי!..

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12226
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:32 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:נאכנישט געזען דא די לעצטיגע קאמענטס פון די קארפן קעפ פון די פארטיי פון טאלעראנץ.
הילערי קלינטאן: די קענסט נישט זיין ציוויל ווען די אנדערע זייט וויל צושטערן אלעס וואס דו שטייסט פאר.
עריק האולדער: מיסיס אבאמא זאגט אלץ ״ווען זיי גייען נידריג גייען מיר הויעך״, ניין, ניין, ווען זיי גייען נידריג שטויסן מיר זיי.

נו וואס קען מען שוין עקספעקטען פון די צוויי דיפלארעבעלס.

מיסעס קלינטאן טוהט אויס די הענטשקעס ביי די 70 און וויל שוין נישט זיין ציוויל;
און מיסטער (גרויס) האלטער וויל אז שטויסען (די רעכטע) זאל זיין ליגאל.

פינקט אזוי האט זיך נאציזם אנטוויקעלט. די לינקע (א.ג. ציוויליזירטע) פון דענמאלט האבען דזאסטיפייד היטלער'ס בייזע פלענער.

היסטארי ריפיעטס איטסעלף; אבער דאס מאל גייט בעזהשי"ת באלד זיין 6 רעכטע דזאסטיסיס צוריק צו האלטען די אלע לעפטיסט און (פר)אגרעסיוו משוגעים.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:44 pm

SPUSMN האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:נאכנישט געזען דא די לעצטיגע קאמענטס פון די קארפן קעפ פון די פארטיי פון טאלעראנץ.
הילערי קלינטאן: די קענסט נישט זיין ציוויל ווען די אנדערע זייט וויל צושטערן אלעס וואס דו שטייסט פאר.
עריק האולדער: מיסיס אבאמא זאגט אלץ ״ווען זיי גייען נידריג גייען מיר הויעך״, ניין, ניין, ווען זיי גייען נידריג שטויסן מיר זיי.

נו וואס קען מען שוין עקספעקטען פון די צוויי דיפלארעבעלס.

מיסעס קלינטאן טוהט אויס די הענטשקעס ביי די 70 און וויל שוין נישט זיין ציוויל;
און מיסטער (גרויס) האלטער וויל אז שטויסען (די רעכטע) זאל זיין ליגאל.

פינקט אזוי האט זיך נאציזם אנטוויקעלט. די לינקע (א.ג. ציוויליזירטע) פון דענמאלט האבען דזאסטיפייד היטלער'ס בייזע פלענער.

היסטארי ריפיעטס איטסעלף; אבער דאס מאל גייט בעזהשי"ת באלד זיין 6 רעכטע דזאסטיסיס צוריק צו האלטען די אלע לעפטיסט און (פר)אגרעסיוו משוגעים.

פרוי אבאמא האלט זיך ביי דאס איריגע זאגנדיג אז איר 2016 למספרם קאמפיין סלאגאן איז ווייטער רעלעוואנט

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:56 pm

NEW: Exclusive: White House expects N.C. pastor Andrew Brunson to be released by the Turkish government and returned to the U.S. in coming days, two years after he was detained, according to two senior administration officials and another person briefed.

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:57 pm

WOW

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלף
תגובות: 1877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 2:00 pm

האט דאס אפשר צו טיען מיט די סאדיע אראביע פרשה?!
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 2:01 pm

וואס האט יעצט פאסירט?
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 2:02 pm

איצט ליגט אויף אונזערע אייוועלט גרופע אויפצודעקן די דעטאלן פון עפעס וואס ווערט באריכטעט צו זיין א "געהיימע אפמאך"

שארטס ענק ארויף די ארבל און ברעכטס די געהיימניס

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 2:15 pm

הכל הבל האט געשריבן:איצט ליגט אויף אונזערע אייוועלט גרופע אויפצודעקן די דעטאלן פון עפעס וואס ווערט באריכטעט צו זיין א "געהיימע אפמאך"

שארטס ענק ארויף די ארבל און ברעכטס די געהיימניס

נאך די ערשטע זיצונג, האט מען באשלאסן צי שיקען ''''הכל הבל''' פאר א אויספארשונג מיסיע, גא פאערד
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 2:19 pm

אפשר דארפן זיי פשוט אנשטעלן א שיין פנים בשעת'ן פארפירן קעגן די סאועדיער?
שויתי ה' לנגדי תמיד

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 2:22 pm

עס הייסט אז ביי זיין נעקסטע הירינג געסקעדזשועלט אויף מארגן וועט די געריכט ארויסווארפן די קלאגעס און וואשינגטאן וועט פארלייכטערן די עקאנאמישע דרוק אויף אנקארא

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 2:24 pm

איך ווייס נישט קיין געהיימע דעטאלן און איך וועל נישט זיין איבערראשט אויב עס שטעלט זיך ארויס אז עס זענען נישט פארהאן קיין געהיימעניסן נאר איז א טייל פונעם אפמאך שפיל פארלאנגט דורך טערקיי אז עס זאל הייסן אז זיי האבן עפעס באקומען אונטערן טיש און נישט אז זיי האבן זיך איינפאך געבראכן צו ד עקאנאמישע פרעשור
קען זיין אז עס טאקע דא עפעס אבער לאו דוקא

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 3:10 pm

טערקיי וויל אפשר מיט דעם באקומען אמעריקע'ס פולע שטיצע צו באשטראפן סאודי ארביע.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 3:19 pm

עפעס זאגט יוסי געשטעטנער אז ענטאני סקאראמאטשי גייט ארויסקומען מיט א בוך, ווייסט איינער עפעס מער איבערדעם?
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 3:21 pm

ווייס איך נישט צו טראמפ קען ליינען א בוק, אבער זייט ער איז פרעזידענט קומט ארויס אסאך בוקס.

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 3:48 pm

SPUSMN האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:נאכנישט געזען דא די לעצטיגע קאמענטס פון די קארפן קעפ פון די פארטיי פון טאלעראנץ.
הילערי קלינטאן: די קענסט נישט זיין ציוויל ווען די אנדערע זייט וויל צושטערן אלעס וואס דו שטייסט פאר.
עריק האולדער: מיסיס אבאמא זאגט אלץ ״ווען זיי גייען נידריג גייען מיר הויעך״, ניין, ניין, ווען זיי גייען נידריג שטויסן מיר זיי.

נו וואס קען מען שוין עקספעקטען פון די צוויי דיפלארעבעלס.

מיסעס קלינטאן טוהט אויס די הענטשקעס ביי די 70 און וויל שוין נישט זיין ציוויל;
און מיסטער (גרויס) האלטער וויל אז שטויסען (די רעכטע) זאל זיין ליגאל.

פינקט אזוי האט זיך נאציזם אנטוויקעלט. די לינקע (א.ג. ציוויליזירטע) פון דענמאלט האבען דזאסטיפייד היטלער'ס בייזע פלענער.

היסטארי ריפיעטס איטסעלף; אבער דאס מאל גייט בעזהשי"ת באלד זיין 6 רעכטע דזאסטיסיס צוריק צו האלטען די אלע לעפטיסט און (פר)אגרעסיוו משוגעים.


עטליכע מינוט שפעטער האט האלדער קלארגעשטעלט:

“Now, when I say, you know, we kick ’em, I don’t mean we do anything inappropriate,” Holder said. “We don’t do anything illegal, but we got to be tough.

אוועטאר
קלאפער
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

תגובהדורך קלאפער » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 3:54 pm

פעיק נוז האט געשריבן:עפעס זאגט יוסי געשטעטנער אז ענטאני סקאראמאטשי גייט ארויסקומען מיט א בוך, ווייסט איינער עפעס מער איבערדעם?


איך האב פון די ערשטע מינוט געהאלטן אז ער איז פאר די ביכער...
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3295
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 3:55 pm

קלאפער האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:עפעס זאגט יוסי געשטעטנער אז ענטאני סקאראמאטשי גייט ארויסקומען מיט א בוך, ווייסט איינער עפעס מער איבערדעם?


איך האב פון די ערשטע מינוט געהאלטן אז ער איז פאר די ביכער...

זיין לעצטע נאמען זיכער...

אוועטאר
קלאפער
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

תגובהדורך קלאפער » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 4:02 pm

די הלוך ילך זיינע איז שוין פאר די ביכער. געקומען פאר א טובל, ארויסגעשעפט די האר פון נעץ, און דערנאך זיך אריינגעזעצט אינעווייניג אין נעץ און מיטגעפלויגן מיט אלע שטיקער בארד למגדול ועד קטן, פון ווייס ביז רויט (אזויווי יאצמעכ'ס), און ארויס פון די ברויזענדע וואסערן אין די טראמפ מקוה אין די ווייסע הויז וואו ער האט זיך געווייקט פאר ביזן זמן פונעם צאת הסקאראמאטשי.
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 5:10 pm

באריכט אין וואל סטריט דזשורנאל ווייסט צו פארציילן אז טראמפ באטראכט צו נעמען סטיווען ברעדבארי פאר אטוירני דזשענעראל

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 5:12 pm

ווער איז ברעדבארי?
1 + 1 = חלה דעקל...

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 5:13 pm

זייער שווער צו זעהן אז ער זאל ווערן באשטעטיגט אין סענאט באזירט אויף זיין פריערדיגע באשטעטיגונג

ער איז געווארן באשטעטיגט מיט 50-47

מקעין האט דאן באארבעט מענשין צוליב זיין ראלע און די בוש פיינוגונג מעטאדן מעמא

קאלינס האט געשטימט יא בלויז מיטן חשבון אז זיין פאזיציע וועט נישט אנרירן סיי וועלכע מעגליכקייט אריינצורעדן אין אויספארשונג פאליסי


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אהבת השם, בלעקבארד, בעל דמיון, גרינע, וויכטיג מאכער, זושא, חלה, יש בו, פארפלאנטערט, קלאצער, רעסטאראנט און 72 געסט