האנדל מלחמה

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

שרייבער דו ביסט א קאנאדישער, זייט ווען זארגסטו פאר אונזער קאנאדישע ברידער?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

JP MORGAN סטאק אדווייזערס האבן אראפגערוקט זייער שאצונג אויף כינעזער סטאקס ווי באלד זיי ערווארטן די טרעיד מלחמה וועט זיך נאר פארברייטערן און נישט אזוי שנעל געלעזט ווערן.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

סתם אינטערעסאנט צו ציטירן

כאפצעם האט געשריבן:נישט קיין חילוק ווי גרויס די טשעינזשעס זענען, אויב באווייזט ער צו טוישן נאפטא איז עס ווארשיינליך זיין ערשטע גרויסע אקאמפלישמענט.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דאס מוז זיין לאנג צוריק, ווייל היינט איז שוין דא א טעקס קאט, 2 סופרים קאורט דזשאדזשעס, אייראפע האט שוין א פרעימווארק איבער אן אגרימענט, און נאך...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:סתם אינטערעסאנט צו ציטירן

כאפצעם האט געשריבן:נישט קיין חילוק ווי גרויס די טשעינזשעס זענען, אויב באווייזט ער צו טוישן נאפטא איז עס ווארשיינליך זיין ערשטע גרויסע אקאמפלישמענט.


ריכטיג, שטייצעך ווי גרעסער די טויש לטובה אלס גרעסער די אויפטוה, אבער בעיקר דארף מען זעהן צו ס'וועט דורכגיין מיט א דעמאקראטישן קאנגרעס.

לע"ע קוקט עפעס נישט אויס צו גרויס די טוישונגען, קאנאדא און מעקסיקאו זענען צו העפי.. און פאר סאם ריעזאן האט די זאך באקומען זייער שוואכע קאוורידזש (אין לינקע און רעכטע מידיע) צו קענען וויסן ווי שטארק די טויש/געווינס איז.

סאו וועט מען דארפן צואווארטן צו זעהן 1) צו ס'ווערט באשטעטיגט אין קאנגרעס און 2) אויב/וויפיל ס'נידערט די טרעיד דעפעציט. וואס לגבי נומער 1 אליין וועט שוין זיין א "פאליטישע" געווינס, און מיט נומער 2 וועט עס זיין א פאקטישע גרויסע אקאומפלישמענט.

אויף 2020 וועט מען שוין האפענטליך האבן א גוטע פיקטשער.

-----

@וויכי, מ'האט שוין דעמאלטס גערעדט דערפון, טעקס קאטס איז סיי נישט קיין עקשועל געווינס פאר עוורידזש אמעריקאנער און סיי קיין פאליטישע געווינס ווי מ'זעהט פון דעם דאבל דיזשעט דיסאפראוול און ווי מ'זעהט ווי רעפובליקאנער רעדן ניטאמאל דערפון יעצט אין די מידטורם.. נישט אין אהייא/וויסקאנסין/מישיגען פארמעסטן און נישט אינעם רויטן וועסט ווירזשיניע/טענעסי/אריזאונע וכו'.... משא"כ די אויבערדערמאנטע דיעלס אויב ווערט עס אן אקאומפלישמענט וועט עס האבן ברייטע אפראוול ביי אלגעמיינע אמעריקאנער און שטארק העלפן טראמפ אין 2020.

סופריעם קאורט איז א פארטיי געווינס, פונקט ווי אבאמאס 2 סופריעם קאורט פיקס.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קודם כל די "סאם האו" נישט ריפארטעד אין די מידיע רינגט נישט קיין בעלל? ווען ס'וואלט געווען שלעכט וואלטעס געווען געקאווערט!

בנוגע די טעקס קאט האמער שוין דיבעיטעד, א ריזיגע רוב בענעפיט דערפון... און וועגן די פאליטיקס, ס'נעמט צייט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

כאפצעם האט געשריבן:און פאר סאם ריעזאן האט די זאך באקומען זייער שוואכע קאוורידזש (אין לינקע און רעכטע מידיע) צו קענען וויסן ווי שטארק די טויש/געווינס איז.

:x
כאפצעם האט געשריבן:און ווי מ'זעהט ווי רעפובליקאנער רעדן ניטאמאל דערפון יעצט אין די מידטורם.. נישט אין אהייא/וויסקאנסין/מישיגען פארמעסטן און נישט אינעם רויטן וועסט ווירזשיניע/טענעסי/אריזאונע וכו'.... משא"כ די אויבערדערמאנטע דיעלס אויב ווערט עס אן אקאומפלישמענט וועט עס האבן ברייטע אפראוול ביי אלגעמיינע אמעריקאנער און שטארק העלפן טראמפ אין 2020.

ס׳איז ניט אזוי אמת, ווייל א געסאלווטע אישו (טעקס קאטס) איז קיין קאמפיין אישו נישט!. די קעווענאו אישו טאקע א פארטיי געווינס, נאר ווייל סאיז געווען אזוי נאנט צום וואל טאג איזעס ״אפשר״ עפעס וואס שלעפט ארויס וויילער. למשל, נארט קאריע איז אויך נישט אויפן טיש יעצט בכלל. (הגם די טעקס קראמבס האט נאך א צווייטע פאזע וואס די ריפאבליקענס זיכן אדורך צו מאכן, פארט איזעס שוין נישט די זעלבע ווי פארדעם)

צו א פרעזידענטליכע פארמעסט איזעס קיין פארגלייך נישט, דעמאלטס שטאלצט דער אינקאמבענט מיט ״זיינע״ אקאמפלישמעטס.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

איך גיי בעז"ה פערזענליך פארדינען פון די טעקס קאט היי יאר, און אזוי נאך צענדליגע מיליאנען אמעריקאנער. [א גרויס טייל ווייסן נישט דערפון נאך די מאסיווע מח שווענקונג, ווער געדענקט ווען איינע פון די גרויסע נעטווארקס האט ארויף געברענגט עטליכע חברה און זיי געפרעגט צי זיי גייען פארדינען אדער פארלירן און נאכן זאגן אז זיי גייען פארלירן איז מען אויפן ארט מיט א אקאונטענט איבערגעגאנגען זייערע פינאנצן און זיי זענען געווען איינס ביי איינס שאקט צו זעהן אז זיי גייען גראדע פארדינען דערפון..]

די ספין אז די עיקר פארדינסט איז פאר די טאפ איז נאריש עט איז קען בי. ווער דען זאל פארדינען פון א 'קאט' דער וואס צאלט 0? מ'שניידט יעצט מ'טיילט נישט סובסידיס.. אודאי דער וואס צאלט מער וועט פארדינען מער.. באלד 100% פון די טעקס אינקאם איז פון די קליינע הייפעלע 'מיליאנערס און ביליאנערס'

אפגערעדט אז די עיקר שינויים זענען געווען פאר ביזנעסער פון וואס יעדער פארדינט דורך די עקענאמישע בוסט פאר די עקענאמיע בכלליות און די פארדינסטן פאר זיין/זיין באס'עס ביזנעס בפרטיות.

איי פארוואס איז עס נישט פאפולער? קודם כל איז אדורכגעפירט געווארן א מאסיווע מח שווענקונג ווי דערמאנט פריער נאך פון בעפארן אדורכפירן און ס'האלט ווייטער אן ביז לעצטנס מיט די קלינגעדיגע גארנישט זאגנדע פראזן פון מיליאנערס און ביליאנערס וואס זענען גענוג אויפצוהעצן די ארימע מאסן אז די רייכע נעמען אלעס צו נוסח קארל מארקס און לעאן טראצקי בפזמון ת"ש.

שנית, ס'איז צו שנעל.. גראדע זעהט מען שוין צעביסלעך היבש אן די אומדירעקטע תוצאות אין די אבנארמאלע אומגלויבליכע [ווי סי ען ען דאכצעך האטעס לעצטנס ציטירט פון די פעדערעל רעזערוו טשעירפרוי פאוועל 'טו גוד טו בי טרו..'] עקענאמישע וואוקס אזוי לאנג אריין אין די רעסעסיע ערהוילונג.

אבער די אמעריקאנע דומע קעפ דארפן עס זעהן גיין דירעקט פון א טרעזשורי לעדערהעטעד טשעקל אויסגעשטעלט צו זיין אקאונט.. און דאס וועט אויך נישט שפעטיגן.. גאנץ בקרוב וועלן פילע אמעריקאנער אנהייבן שפירן דעם עפעקט אויף זייער הויזן טאש און די שמייכלדיגע טייסטער וועלן רעדן מער ווי טויזנט ווערטער.

גיב עס אפאר יאר..

ווידער איבער די רעפאבליקאנע פאליטישנס. דאס איז זייערס אן אלטע שוואכקייט. ס'איז בעיסיקלי א דאמינאו אפעקט.. די מידיא רייסט עס אראפ, און אנשטאט גיין און עס דיפענדן און קאמפיינען דערמיט ווי א פאזעטיווע אויפטוה שעמט מען זיך דערמיט און מ'הערט אויף רעדן דערפון וואס מאכט עס נאך מער אומפאפולער אוון מ'הערט גאר 'קוק, אפילו זיי רעדן נישט דערפון.. א ראיה ס'איז שלעכט..' סתם זייער אייגענע טיפשות. רעד דערפון ווי מער און הייב ארויס די מעלות אנשטאט עס איגנארירן.. שוין, כ'על זיי נישט טוישן.
--
דערוילעם האקט
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳איז ניט אזוי אמת, ווייל א געסאלווטע אישו (טעקס קאטס) איז קיין קאמפיין אישו נישט!. די קעווענאו אישו טאקע א פארטיי געווינס, נאר ווייל סאיז געווען אזוי נאנט צום וואל טאג איזעס ״אפשר״ עפעס וואס שלעפט ארויס וויילער. למשל, נארט קאריע איז אויך נישט אויפן טיש יעצט בכלל. (הגם די טעקס קראמבס האט נאך א צווייטע פאזע וואס די ריפאבליקענס זיכן אדורך צו מאכן, פארט איזעס שוין נישט די זעלבע ווי פארדעם)

צו א פרעזידענטליכע פארמעסט איזעס קיין פארגלייך נישט, דעמאלטס שטאלצט דער אינקאמבענט מיט ״זיינע״ אקאמפלישמעטס.


א עכטע (אומ-פארטייאישע) געווינס איז א שטארקע קאמפיין אישו נישט קיין גרויסע חילוק ווי ווייט פון עלעקשאן. ע"ע 2012: "בין לאדין איז דעד, זשי עם איז עלייוו" וואס האט העכסט ווארשיינליך דערלאנגט אבאמאס זיג כאטש דעם הינקעדיגן עקאנאמיע. (משא"כ די פארטייאישע פוינטס ווי אבאמאקעיר, איראק ענדע, און 2 סופריעם קאורטס איז כמעט נישט געווען קיין אישו כאטש ס'איז א פערזענליכע אקאומפלישמענט).
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:די ספין אז די עיקר פארדינסט איז פאר די טאפ איז נאריש עט איז קען בי. ווער דען זאל פארדינען פון א 'קאט' דער וואס צאלט 0? מ'שניידט יעצט מ'טיילט נישט סובסידיס.. אודאי דער וואס צאלט מער וועט פארדינען מער.. באלד 100% פון די טעקס אינקאם איז פון די קליינע הייפעלע 'מיליאנערס און ביליאנערס'

טעות. 'איבער' הונדערטער פראצענט פון די אינקאם טעקס אינקאם קומט פון די רויבערישע מיליאנער און ביליאנערס', בעת וואס פון די איבריגע איבער ניינציג פראצענט גייט די רעגירונג ארויס מיט א נעט פארלוסט נאך די אלע ריפאנדס.

אגב, כמעט יעדער האט שוין געזען עטוואס פון די געלט, דורכדעם וואס מען וויטהאלוד ווייניגער געלט ווי אמאל. ביי מיר איז עס בערך $25 דאלער א וואך, טאקע נישט קיין סאך געלט אבער $1,300 נאך פאר מען הייבט אן מיט די קרעדיטס און ריפאנדס וואס זענען געהעכערט געווארן איז א שיינע בעגינינג.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

כאפצעם האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳איז ניט אזוי אמת, ווייל א געסאלווטע אישו (טעקס קאטס) איז קיין קאמפיין אישו נישט!. די קעווענאו אישו טאקע א פארטיי געווינס, נאר ווייל סאיז געווען אזוי נאנט צום וואל טאג איזעס ״אפשר״ עפעס וואס שלעפט ארויס וויילער. למשל, נארט קאריע איז אויך נישט אויפן טיש יעצט בכלל. (הגם די טעקס קראמבס האט נאך א צווייטע פאזע וואס די ריפאבליקענס זיכן אדורך צו מאכן, פארט איזעס שוין נישט די זעלבע ווי פארדעם)

צו א פרעזידענטליכע פארמעסט איזעס קיין פארגלייך נישט, דעמאלטס שטאלצט דער אינקאמבענט מיט ״זיינע״ אקאמפלישמעטס.


א עכטע (אומ-פארטייאישע) געווינס איז א שטארקע קאמפיין אישו נישט קיין גרויסע חילוק ווי ווייט פון עלעקשאן. ע"ע 2012: "בין לאדין איז דעד, זשי עם איז עלייוו" וואס האט העכסט ווארשיינליך דערלאנגט אבאמאס זיג כאטש דעם הינקעדיגן עקאנאמיע. (משא"כ די פארטייאישע פוינטס ווי אבאמאקעיר, איראק ענדע, און 2 סופריעם קאורטס איז כמעט נישט געווען קיין אישו כאטש ס'איז א פערזענליכע אקאומפלישמענט).

גענוי וואס איך האב געזאגט!

אבאמא׳ס 2009 (אומ-פארטייטיגט) געווינס פון בין לאדין איז געווען א מעכטיגע וואפן אין 2012, פארט האט ער אין 2010 געליטן זיין ערשטע און א רייע מידטורם דורכפעלער. ווייל א אישו וואס איז מער נישט אויפן טיש איז ביי די מידטורם׳ס קיין וואפן נישט!
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

איך רעד נישט פון קיין מידטורם, דארט איז ע"פ רוב די קעגנערישע פארטיי שטארקער.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אייראפע: טראמפ שטייפע האנדלס סטראטעגיע ארבעט אבער אונזער בלאק האלט זיך פאראייניגט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אמעריקאנע טרעזשורי דעפארטמענט מעלדט אז כינע טוט "נישט" מאנאפולירן איר וואלוטע
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אוי דאס איז דאך בושות.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

בישות? ווען זיי פראבירן זיך אנייצע צו געבן דורך נידערן די וועלוטע מיינטעס אז זיי ניצן דאס צו נידערן די טאריפן שלעק. אויב טוען זיי דאס נישט איז טייטש אז ס׳איז שוין די נידריגסטע וואס סעלויצעך פאר זיי, נידריגער ווע דעם קענען זיי שוין דערלייגן אויף אנדערע פראנטן. איז טייטש אז זיי האבן פארלוירן נאך א וואפן קעגן טראמפ!..
רשעות קאלטע סעלצער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מען באשולדיגט זיי שוין פאר יארן, נישט בלויז טראמפ, אין די עוולה, ממילא איז בושות אז עס איז נישט אמת.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

WSJ: מען רעדט ערענסט פון א טראמפ- זשינפינג זיצונג קומענדיגן מאנאט.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

צל עובר האט געשריבן:מען באשולדיגט זיי שוין פאר יארן, נישט בלויז טראמפ, אין די עוולה, ממילא איז בושות אז עס איז נישט אמת.

כ׳האב נישט געליינט די היינטיגע ריפארטינג. דאס אז זיי האלטן דירעקט זייער וועלוטע נידריג איז א פאקט. אויב פארשטיי איך גוט איז די היינטיגע באריכט פון די טרעזשערי דעפ. בלויז אז און די לעצטע פאר חדשים האבן זיי עס נישט געטאן.

טראמפ האט אפאר וואכן צוריק געסטראשעט זיי זאלן עס נישט טון, זייער׳ס עס נישט נידערן יעצט איז אבער ווייל זיי ס׳לוינמעך זיי נישט.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

הכל הבל האט געשריבן:אמעריקאנע טרעזשורי דעפארטמענט מעלדט אז כינע טוט "נישט" מאנאפולירן איר וואלוטע

מען רעדט פונעם עבר אדער הווה?


און נאכאמאל, שכח הכל הבל. אם אין הכל הבל איז אייוועלט הכל הבל..
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

יאצמעך האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אמעריקאנע טרעזשורי דעפארטמענט מעלדט אז כינע טוט "נישט" מאנאפולירן איר וואלוטע

מען רעדט פונעם עבר אדער הווה?


און נאכאמאל, שכח הכל הבל. אם אין הכל הבל איז אייוועלט הכל הבל..

;l;p-
א רעפארטער איינס אין די גאנצע (איי) וועלט!
דיין זכות איז גרויס, האלט אָן! ב"ה זייט די ביסט דא ברויך מען שוין נישט קלעטערן אין די מיסט צו זוכן נארמאלע נייעס
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יאצמעך האט געשריבן:שכח הכל הבל. אם אין הכל הבל איז אייוועלט הכל הבל..
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

דער האנדלס סורפלוס פון כינע - וואס מיינט וויפיל כינע עקספארטירט קיין אמעריקע מער ווי זי אימפארטירט פון אמעריקע - איז דראסטיש געשטיגן אין סעפטעמבער צו א רעקארד פון איבער 34 ביליאן דאלער, וואס איז מיט 14.5% מער ווי די זעלבע מאנאט מיט א יאר פריער. טראץ די אנגייענדיגע האנדלס קריג און טאריפן וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט ארויפגעלייגט.

דאס איז א דראסטישע העכערונג פון ארום 8.6% וואס כינעזער עקספארט איז געשטיגן אין אויגוסט און האט געבראכן די 31 ביליאן דאלער רעקארד פון אויגוסט. לויט עקספערטן איז דאס געטריבן פון דעם וואס דער כינעזער יוען וואלוטע איז געפאלן מיט ארום 6% וואס טוט עס מאכן ביליגער צו עקספארטירן טראץ די אמעריקאנער סאנקציעס און שטייערן.

דאס איז די לעצטער באריכט פאר די מיד-טוירם וואלן און קען גענוצט ווערן דורך דעמאקראטן צו צייגן אז דער האנדלס קריג איז נישט עפעקטיוו, אבער רעפובליקאנער זאגן אז די דראסטישע העכערונג איז צייטווייליג און קומט צוליב דעם וואס עקספארטירער האבן זיך צוגעאיילט צו עקספארטירן ווי מער סחורה פאר די פרישע רונדע פון טאריפן גייען אריין אין עפעקט.
jp
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

אהבת השם האט געשריבן: אבער רעפובליקאנער זאגן אז די דראסטישע העכערונג איז צייטווייליג און קומט צוליב דעם וואס עקספארטירער האבן זיך צוגעאיילט צו עקספארטירן ווי מער סחורה פאר די פרישע רונדע פון טאריפן גייען אריין אין עפעקט


קלאר אזוי!

און טשיינע גייט עס ביטער שפירן נאך טשיינע new year, מיינע סופלייערס האבן געשטיפט צו מאכען יעצט אלע ארדערס נאך פאר די נעקסטע רונדע טעריפס גייט אריין אין קראפט, און זיי זאגען אז אויב גייט עס טאקע אריין אין קראפט גייען זיי צולייגן 3 וואכען צו די Chinese new year וואקאציע.
פימפערנוטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פימפערנוטער »

והשנית, אויב די טאריף'ס זענען נישט אפעקטיוו, פארוואס זאל מען נישט לייגן נאך טאריפס ? פארוואס זאל נישט די רעגירונג מאכן אפאר דאללער פון טאריפס ? (די טענה איז שוין אויבן דערמאנט)
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”