מ'מעג אפשר שרייבן אמאל א רעספעקטפול אפיניען, אבער וואס טוט זיך מיט הכרת הטוב? ווער האט באפרייט דיין ברודער? אפשר אויב מ'וועט וויסן איבער די וועלט אז די חרד'ישע אידן האבן א כמעט בלינדע הכרת הטוב צו איינעם וואס טוט אזאנס, וועט עס העלפן באפרייען אונזער ברודער ר' מרדכי יצחק? אולי ואולי? פאר איין פערטל פון א פראצענט אז ס'וועט העלפן פאר ר' מרדכי יצחק וועל איך זאגן אויף טראמפ ירום הודו ויתנשא מלכותו וישפיל אוביו לפניו ובימיו ובימינו תוושע יהודה וירושלים!
דאס איז א ראיה ווי מענטשען שרייבען און זאגען זאכען וואס זענען נוגד מפורשע דברי חזל דא האט איר א שטיקעל גמרא אין מסכתא בבא בתרא דף ג' עמוד ב: מ'רעדט דא פון דעם רשעותדיגן מלך הורדוס וואס האט אויסגעהארגעט אלע חכמים און איבערגעלאזט נאר בבא בן בוטא, און אויסגעשטאכען די אויגען, דערנאך האט הורדוס געטרייט אז בבא בן בוטא זאל רעדען צו עים בגנותו, און איז געקומען צו בבא בן בוטא און אנגעהויבען א שמועס מיט איהם, אט לערענט אפ דעם שמועס:
יומא חד אתא ויתיב קמיה אמר חזי מר האי עבדא בישא מאי קא עביד אמר ליה מאי אעביד ליה א"ל נלטייה מר אאמר ליה [כתיב] (קהלת י, כ) גם במדעך מלך אל תקלל אמר ליה האי לאו מלך הוא א"ל בוליהוי עשיר בעלמא וכתיב (קהלת י, כ) ובחדרי משכבך אל תקלל עשיר ולא יהא אלא נשיא וכתיב (שמות כב, כז) ונשיא בעמך לא תאור א"ל בעושה מעשה עמך והאי לאו עושה מעשה עמך א"ל מסתפינא מיניה א"ל ליכא איניש דאזיל דלימא ליה דאנא ואת יתיבנא א"ל כתיב (קהלת י, כ) כי עוף השמים יוליך את הקול ובעל כנפים יגיד דבר.
עיי"ש המשך הסיפור
(דער עולם האקט)
איר זאגט דאך אזוי ריכטיג. איך האב אויך געלאכט ווען מען האט געזאגט אז מען דארף שרייבן איינגעהאלטן אין די היימישע צייטונגען, ביז... ביז די פרשה מיט די צייטונג און בין לאדין. דאס האט געמאכט אזא רעש אז עס איז אנגעקומען אין די גרעסטע מידיע נעצן, די דעמאלס'דיגע סעקרעטערי אף סטעיט פרוי קלינטאן (וועמענ'ס בילד מען האט ארויסגעשניטן) האט גערעדט קעגן אפגעטיילטע באסעס, און עס האט געהאט א גרויסע יד אין די פראבלעמען וואס די היימישע באסעס זענען דאן דורך. און עס איז היינט נישט דא ווייניגער מכם ובכמ'ניקעס ווי דאן נאר פארקערט.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
מ'מעג אפשר שרייבן אמאל א רעספעקטפול אפיניען, אבער וואס טוט זיך מיט הכרת הטוב? ווער האט באפרייט דיין ברודער? אפשר אויב מ'וועט וויסן איבער די וועלט אז די חרד'ישע אידן האבן א כמעט בלינדע הכרת הטוב צו איינעם וואס טוט אזאנס, וועט עס העלפן באפרייען אונזער ברודער ר' מרדכי יצחק? אולי ואולי? פאר איין פערטל פון א פראצענט אז ס'וועט העלפן פאר ר' מרדכי יצחק וועל איך זאגן אויף טראמפ ירום הודו ויתנשא מלכותו וישפיל אוביו לפניו ובימיו ובימינו תוושע יהודה וירושלים!
די גרויסע רביס פלעגן האקן קעגן די קעניגן מיט זייערע כוחות הטומאה. און נאכאמאל, א פרעזידענט איז נישט א קעניג. דאן טאר מען אויך נישט האבן קעגן סענאט, סופרים קאורט ווייל זיי שעירן די מאכט און אמעריקא. אוודאי דארף מען היטן זייער אויף וואס מען רעדט צו עס קען ארויסגיין.
און אזא צוטיילטע לאנד, אז מען ווייסט אז דו קושט דעם פרעזידענט'ס פיס, האבן דיר די שווארצע, היספאנישע, און מוסלעמענער וואס קענען איבערמארגן באקומען די מאכט פיינט.
מיר דארפן האבן א נאמען אלס שטילע לאיעלע מענטשן געטריי צום רעגירונג יעדע צייט צו זיי האלטן פונעם פרעזידענט צו נישט, נישט פאליטיש געשטימט
וועלכער רבי האט געהאקט קעגן זיין אייגענע קעניג? אדרבה, אין די עסטרייך-אונגארישע מלוכה האט מען נאכאנאנד געגעבן דרשות צי שטיצען און מכבד זיין דער קיר"ה און נישט האבן קיין מחשבה אפילו פון בגידה.
מ'מעג אפשר שרייבן אמאל א רעספעקטפול אפיניען, אבער וואס טוט זיך מיט הכרת הטוב? ווער האט באפרייט דיין ברודער? אפשר אויב מ'וועט וויסן איבער די וועלט אז די חרד'ישע אידן האבן א כמעט בלינדע הכרת הטוב צו איינעם וואס טוט אזאנס, וועט עס העלפן באפרייען אונזער ברודער ר' מרדכי יצחק? אולי ואולי? פאר איין פערטל פון א פראצענט אז ס'וועט העלפן פאר ר' מרדכי יצחק וועל איך זאגן אויף טראמפ ירום הודו ויתנשא מלכותו וישפיל אוביו לפניו ובימיו ובימינו תוושע יהודה וירושלים!
יא, איך האלט אז מען דארף ווייזן הכרת הטוב, און גלייב מיר אויב טרעף איך טראמפ וואלט איך אים פערזענליך באדאנקט מיטן גרעסטן רעספעקט סיי צוליב וואס ער האט באפרייט רעבאשיקין און סיי צוליב וואס איך וואלט גארנישט געהאט פון אים קריטיקירן עס וואלט נאר געקענט ארויסקומען שלעכטס דערפון.
אבער ווי איז די בלינדע הכרת הטוב פארשוואונדן ביי הילערי?!
זי האט פארלוירן אין אלע היימישע געגענטער צוליב וואס יונגעלייט זענען ארויסגעקומען אין די מאסן שטימען קעגן איר פאר גארנישט אין פארנישט אין די ליבעראלע ניו יארק.

א. ס'יאז נאך נישט געווען קיין אייוועלט, ב. ס'איז אינו דומה די רובאשקין קעיס צו די הילערי, אבער פארט האב איך געוואויט פאר איר, און זי האט פארדינט אונזער שטיצע

וויפיל היעט האט קלינטאן געכאפט פארן פארדענען סקווער? נאכמער ווי טראמפ היינט, ווייל טראמפ טוט רוב צייט זאכן ארויס פון נארם, פארגעסט מען שנעל. וויפיל טובות האט קלינטאן געטון אין סטעיט דעפט און אלס סענעטאר, און דאך זענען דא היימישע אינגעלייט מיט זייער שיינע בילד אלס חסיד אויף טוויטער,וואס האבן פאר די וואלן זיך געשלאגן מיט קלינטאן'ס טאכטער דארט, פארשעמענדיג איר טאטע גאר מיאוס און פערזענליך, זיך נאך פאררופענדיג אלס פארטרעטער פון צענדליגער טויזענטער היימישע אידן וואס הערן אים און שטיצן אים. א שטיל שווייגעניש האט דאן געהערשט....גארנישט התגרות וכדומה. איך מוז זאגן אז זעענדיג די בלינדע שטיצע צו א גויאישע פארטיי האט עס מיר געמאכט אנהייבן טראכטן פון פאליטיק, וואס איך פלעג בעפאר נישט נאכגיין, פשוט אלס עקל פון די מצב ביי אונז ווי יונגעלייט זענען פארגלייבט אין גוים ווי להבדיל אלף אלפי הבדלות זייער רבי זי''ע איז צוריק פון הימל. פלוצלונג יעצט, ווען געציילטע דיסקוסירן נעגעטיוו טראמפ אויף א אידישע פלאטפארמע, און נישט אין פובליק ווי מען פלעגט פארשעמען אבאמא, איז געווארן א פראבלעם מיט כבוד המלכות.
איך האב א פראבלעם עס אפצוקויפן ווען נאר יעצט זענען די אישוס רעלעוואנט.
איך האב געשיקט א שיינעם בריוו צו באדאנקען טראמפ נאכן קאמיושען פון רובאשקין. אז ער קומט באזוכן מיין שטאט, וועל איך אים מקבל פנים זיין מיט פאקלען. אבער די כבוד המלכות איז אבסורד.
נאכדערצו אז אפילו היינט האבן די דעמאקראטן גענוג מאכט, און ווען עווענטועל אויך זיין אין שפיץ, אז אלס אידן אין גלות דארפן מיר פונקט אזוי אכטונג געבן זיי נישט צו ווייזן א האס וואס וועט צוריק קלאפן.
קודם כל דארף מען זיין רעספעקטפול אויפן פארום ווייל מ'ווייסט קיינמאל נישט ווי זאכן וועלן אנקומען. איך וועל בל"נ מער נישט ענטפערן מיין פוינט בנושא זה ווייל דער עולם איז זייער נישט ערוואקסן און ערפארן אין אזעלכע הינזיכטן. צו טראמפ האלט איך דארף יעדער איד האבן א פנימיות'דיגע הכרת הטוב נאך וואס ער האט געטון פאר רובאשקין, וקצת גם לביל והילערי קלינטאן, אבער וווער ספארשטייט די מצב פון קלינטאן און די מצב פון טראמפ און אויך די מצב פון רובאשקין לעומת די מצב פון די דעמאלטסדיגע אנגעקלאגטע פארשטייט אז צען מאל מער קומט זיך א הכרת הטוב פאר טראמפ און בערעלע האט עס נ.ב. כ'האב טאקע געשטימט פאר קלינטאן אלץ יו עס סענאטאר כאטשיק פאליטיש בין איך געווען הונדערט פראצענט אויף די זייט פון איר קעגנער. (איר געדענקט נאך זי האט געהאט איין שטימע אין בארא פארק. דזשאסט קידינג)
בערל, איך קען נישט פארשטיין די חילוק פון רובאשקין צו סקווער, לענ"ד איז סקווער געווען מער קאנטרעווערשאל און געטון געווארן בכוונה דוקא צו עררייכן אונזער הכרת הטוב
אז נישט איז נישט, אבער זיי מיר נישט חושד אז איך האב פארזען די שורה, איך האב עס יא געזען, און פארשטאנען אז ר' בערל מיינט דערמיט די נקודה פון נוהג כבוד זיין במלכות אבער נישט אין די דעטאלן וועלכע פארדאן פארלאנגט מער אדער ווייניגער הכרת הטוב
lebediger berel האט געשריבן:. איך וועל בל"נ מער נישט ענטפערן מיין פוינט בנושא זה ווייל דער עולם איז זייער נישט ערוואקסן און ערפארן אין אזעלכע הינזיכטן.
מיטן פולסטן רעספעקט, וואס איך האב באמת צו אייך, האט איר נגיעות (פאליטישע מיינונגען) ווייל אויב נישט פארוואס קענט איר נישט ענטפערן וואס דער חילוק איז ביי סקווער און רובאשקין אויסער אראפרייסן דער עולם אלס נישט ערוואקסן?
רוב וואס קענען נישט דערליידן טראמפ ביי אונזער עולם, וואס איך קען, זענען דייקא די עלטערע אידן פון 60 יאר און ארויף, בשעת ביי די אינגערע גייט מען פייער פאר אים. איך רעד פון אידן וואס ליגן און תורה און חינוך, קלוגע און דורכגעטראכטע, מיט א פארשטאנד צו פאליטיק און באקאנטשאפט אין היסטאריע,, וואס ליגן טאקע בכלל נישט אין פאליטיק אבער פארשטייען נישט וויאזוי נארמאלע מענטשן האלטן פון אים.
דערפאר פארשטיי איך נישט וויאזוי איר זאגט אז יעדעס אנדערע מיינונג האט צוטון מיט אומערוואקסענקייט.
נאכאמאל האלט איך הונדערט פראצענט אז מען דארף ווייזן אז אידן זענען נייטראלע בירגער, געטריי צו יעדן פאליטישאן וואס העלפט אונז, און אן אגענדעס קעגן קיין איין פארטיי, פשוט מיר ווילן היטן די תורה און לעבן רואיג.
מיטן פולסטן רעספעקט, וואס איך האב באמת צו אייך, האט איר נגיעות (פאליטישע מיינונגען) ווייל אויב נישט פארוואס קענט איר נישט ענטפערן וואס דער חילוק איז ביי סקווער און רובאשקין אויסער אראפרייסן דער עולם אלס נישט ערוואקסן?
רוב וואס קענען נישט דערליידן טראמפ ביי אונזער עולם, וואס איך קען, זענען דייקא די עלטערע אידן פון 60 יאר און ארויף, בשעת ביי די אינגערע גייט מען פייער פאר אים. איך רעד פון אידן וואס ליגן און תורה און חינוך, קלוגע און דורכגעטראכטע, מיט א פארשטאנד צו פאליטיק און באקאנטשאפט אין היסטאריע,, וואס ליגן טאקע בכלל נישט אין פאליטיק אבער פארשטייען נישט וויאזוי נארמאלע מענטשן האלטן פון אים.
דערפאר פארשטיי איך נישט וויאזוי איר זאגט אז יעדעס אנדערע מיינונג האט צוטון מיט אומערוואקסענקייט.[/quote]