תגובהדורך פערספעקטיוו » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 12:51 pm
וואוהין גייט דער אפליקעישאן? (processing און underwriting)
מיר ווייסן שוין וואספארא מארטגעדזש מיר דארפן און קענען באקומען, און מיר האלטן שוין ב"ה נאכ'ן אויספילן דעם מארטגעדזש אפליקעישאן – וואס, ווי אויסגעשמועסט, וויל וויסן ווער איך בין, וואס איך טו פאר פרנסה, וויפיל איך בין ווערט א יאר, פון וואו איך מאך אזויפיל געלט (האסט דאך געקויפט חתן בראשית, יא? אויב כ'מאך נישט קיין טעות, האסטו ביי מפטיר יונה אויך גאנץ באלעבאטיש געצויגן. גוט, למעשה האט עס יאנקל געקויפט; אבער אויב דו ביזט געפארן ביז אכט-הונדערט-און-פופציג-טויזנט-אום-מפטיר-יונה, איז דאך געדרינגען אז אויף אזויפיל ביזטו יא גרייט געווען. מוז מען אריינלערנען פשט אז ס'איז גאנץ באקוועם ביי'נ'אייך אין בערזל. והשאלה נשאלת: פון וואו, נשמה לעבן, מאכסטו אזוי שיין פרנסה?)
ווי דערמאנט, דארפן די פרטים וואס ווערן דערציילט אינעם אפליקעישאן פעסטגעשטעלט ווערן מיט די נויטיגע דאקומענטן. ווען מ'רעדט פון דער ארבעט – וואו איר ארבעט און וויפיל איר פארדינט דארט – וועט די באנק וועלן זען קאפיס פון די Pay Stubs (וואס איז דער 'אנדערער טייל' צעטל וואס קומט צוגעטשעפעט מיט יעדן טשעקל). כיוצא בו מיט טעקס ריטוירנס און אלע אנדערע פרטים וואס זענען שייך איבערצואווייזן מיט פאפירן און דאקומענטן.
נאך דעם וואס דער אפליקעישאן איז אויסגעפילט גייט עס אריבער צו דער נעקסטער אפטיילונג אין באנק, processing. די אויפגאבע פון א 'פּראַסעסאָר' (processor) איז איבערצוקוקן דאס פעקל – דעם אפּליקעישאן מיט די שייכות'דיגע דאקומענטן – און זיכער מאכן אז אלעס וואס דארף זיין געפינט זיך דארט און אז אלעס וואס געפינט זיך דארט שטימט.
'שטימט' מיינט אז די ציפערן און אינהאלט מאכט סענס. אויב עמיצנ'ס 2W פון א יאר צוריק ווייזט, אז ער האט פארדינט אויף זיין ארבעטספלאץ א סכום פון, לאמיר זאגן, 52-טויזנט דאלאר (טויזנט דאלאר א וואך), און דיPay Stubs פון די פארלאפענע חדשים פונעם יעצטיגן יאר ווייזן א ציפער וואס דערציילט אן אנדערע געשיכטע, וועט דער Processor וועלן פארשטיין דעם פשט. לאמיר זאגן מיר שטייען ביי אפריל – דריי חדשים אריין אינעם יאר – און די Pay Stubs ווייזן אז דער אפליקאנט האט פארדינט בלויז פופצן-הונדערט אדער גאר 25-טויזנט דאלאר. וועט דער Processor וועלן פארשטיין וואס דא האט זיך אפגעשפילט: לויט'ן חשבון פונעם פאראיאריגן 2W דארפסטו יעצט האבן פארדינט ארום צוועלף-דרייצן טויזנט דאלאר; פארוואס איז עס אזוי דראסטיש אנדערש?
דער הסבר וועט בדרך כלל זיין א פשוט'ער (געפעלט פון דער ארבעט, אין פאל דער ציפער איז נידעריגער, אדער א העכערונג אין געהאלט, אין פאל דער ציפער איז העכער), אבער פארשטיין דארף מען.
א Processor וועט אויך מאכן די נויטיגע טעלעפאן קאלס, צו באשטעטיגן די פרטים אנגעגעבן אינעם אפליקעישאן – ווי למשל זיך פארבינדן מיט'ן ארבעטספלאץ און באשטעטיגן אז פלוני פערספעקטיוו איז טאקע דא אנגעשטעלט.
א גוט ארגאניזירטער Mortgage Advisor וועט לכתחילה זיכער מאכן צו באקומען אלע נויטיגע דאקומענטן. עס איז גרינגער, פראקטישער, און עלימינירט אומנויטיגע הפסקות אויפ'ן וועג צום באשטעטיגט ווערן פאר'ן מארטגעדזש. ס'איז גרינגער צוזאמצונעמען אלע דאקומענטן אויפאמאל, בשעת מ'פילט אויס דעם אפליקעישאן, און אפשיקן צום processor א מושלמ'דיג פעקל מיט אלעם נויטיגן, ווי איידער זיך דארט פארהאנקערן. ס'איז נישט נאר פראקטישער און ווירקזאמער, נאר באקוועמער און געוואונטשענער פאר'ן מענטש. ווען איך זוך צו באקומען א מארטגעדזש, וויל איך זען די זאך זיך רירן. איינמאל איך ענדיג אויספילן דעם אפליקעישאן, וויל איך הערן אן אפדעיט מיט ממשות וואס פריער. ס'איז נישט באזונדערס בא'טעמ'ט ווען דער אפדעיט באשטייט פון פארלאנגען פאר פרישע דאקומענטן, אדער אנדערע פרטים וואס וואלטן שוין פריער געקענט באהאנדלט ווערן.
דאס מציאות איז אבער אז א מענטש איז נאר א מענטש און א Mortgage Advisor איז נאר א Mortgage Advisor – און ביידע, מענטש און Mortgage Advisor קענען פארגעסן פרטים, בפרט ווען עס רעדט זיך פון איינעם וואס איז ביידע, מענטש און Mortgage Advisor, האט ער זיכער אלע רעכטן צו פארזען א נקודה דא און א פרט דארט. און דערפאר האבן מיר processing, וואס איז אזא סארט 'חזרה' אויפ'ן מארטגעדזש פעקל, זיכער צו מאכן אז דער אפליקעישאן איז גרייט פאר'ן פארהער.
דער processor מאכט א ליסטע פון זאכן וואס פעלן אדער דארפן דערגענצט ווערן, כדי דער אפליקעישאן זאל זיך קענען ווייטער ריקן און אפפארן צום נעקסטן שטאפל. די גרויס פון דער ליסטע און וויפיל זאכן געפינען זיך אויף איר וועט זיך ווענדן אין ווי געראטן און איבערגעגעבן דער Mortgage Advisor איז צו זיין אויפגאבע. אויב יענער האט געבעטן אלעס וואס דארף צוגעשטעלט ווערן און איך, אפליקאנט, האב צוגעשטעלט אלעס וואס מ'האט מיר געבעטן, דארף די ליסטע נישט זיין גרעסער ווי די זמנים פון דער וואך – א דריי-פיר זאכן, און נישט חלילה ווי דעם וועכנטליכן גראסערי ארדער פון א קינדער-געבענטשטער משפחה.
ווען דער processor איז פארטיג מיט די בדיקות און חקירות, גייט דאס אפליקעישאן-פעקל אריבער צום Underwriting דעפארטמענט. אן Underwriter האט דאס סמכות צו באשטעטיגן אדער אפווארפן דעם אפליקעישאן – ארויסטראגן דעם פסק דין צי די באנק זאל מיך געבן א מארטגעדזש, אדער (אויף אלע שונאי ישראל געוואונטשן) אפזאגן.
דער Underwriter לערנט איבער דעם פייל, גענוי ווי דעם Processor, אבער שוין מער בתורת שיעור עיון. אן Underwriter פסק'נט ווי זיכער די באנק פילט זיך מיט דער הלוואה – וואס ס'זענען די שאנסן אז די באנק וועט דא דערלייגן געלט אויף דעם מארטגעדזש. דער Underwriter, אין אנדערע ווערטער, דארף אנקוקן יעדן אפליקעישאן מיט אזעלכע אויגן און פון אזא פערספעקטיוו. אנדערש ווי א Processor, וועלכער קוקט בעיקר צי אלעס איז דא און צי די אינפארמאציע שטימט, וועט אן Underwriter אריינקריכן טיפער אין יעדן פרט פונעם פייל און באשטימען צי ס'איז אויסגעהאלטן און זען צי עס זענען נישט געבליבן זאכן וואס דארפן אויסגעקלארט ווערן.
חוץ מזה, וועט אן Underwriter פעסטשטעלן צי דער פייל קומט נאך אלע געזעצן און רעגולאציעס. א Processor קוקט אויף די עיקרים; אן Underwriter דארף שוין זיין א מורה הוראה, וואס קען גרונטליך אלע הלכות.
אין פאל אלעס שטימט און קלאפט, וועט דער Underwriter באשטעטיגן דעם מארטגעדזש און מ'קען דאן באשטימען א צייט ווען מ'גייט בשטומ"צ קלאוזען – Clear to Close, בלע"ז. אויב טרעפט דער Underwriter ערנסטע לעכער אינעם פייל, וועט ער עס צוריקשיקן צום Processor, וועלכער וועט דארפן אויסקלארן און אויסגראדן די אויסגערעכנטע פראבלעמען. אפטמאל וועט דער Underwriter באשטעטיגן דעם פייל, נאר צולייגן תנאים – וואס זענען געווענליך באווייזן און/אדער דאקומענטן צו באשטעטיגן די הסברים און תירוצים וואס זענען אנגעגעבן געווארן אויפ'ן אפליקעישאן – Conditional Approval. (למשל, אומפינקטליכקייטן אין דער הכנסה ווי פריערדערמאנט, וואס דער אפליקאנט האט פארענטפערט אז ער האט, לאמיר זאגן, געפעלט עטליכע וואכן פון דער ארבעט און נישט באקומט באצאלט פאר יענער תקופה. דער Underwriter וועט דאן זאגן אז יא, דער הסבר לייגט זיך אויפ'ן שכל און דער פייל איז באשטעטיגט, אבער בתנאי דער אפליקאנט שטעלט צו די געפאדערטע באווייזן אז דאס איז טאקע געווען די מעשה.)
מארטגעדזש ווערטערבוךאיז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן
די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.