blue moon האט געשריבן:וואס איך מיין צו זאגען איז אזוי: עס איז בפשטות זייער גרינג צו עפלייען פאר א מארטגעדש ווען די קויפסט די ערשטע הויז, די ארבעטסט אויף א w2 מיט צוויי יאר געפיילטע ריטוירענס. די דאון פעימענט מיט א שמיטץ אריבער ווארימט זיך אין דיין באנק אקאונט פאר זעקס חדשים. און קיין שום קרעדיט קארד ביללס.
וואס טוט אבער איינער וואס האט אן אייגענע ביזנעס? ארבעט אויף קעי וואן? 1099? אדער א געמיש פון אלע פיר? פיילט נישט אין צייט לעגאל מיט אן עקסטענשען? האט איטליכע רענטעל הייזער? ניצט קרעדיט קארדס פאר ביזנעס אדער פריוואטע אויסגאבן. האט פארמעגען אין טראסט אקאונטס. וכו' וכו'. דא הייבט זיך אן די ראולער קאוסטער. איר זאלט מיר מוחל זיין, איך האב נאכנישט געטראפען א היימישען בראוקער וואס זאל קענען עדוויזען א קלייענט אז ער זאל קענען צוזאם שטעלען א פעקדזש פאר אנדערורייטינג.איך האב נאכנישט געטראפען א היימישען בראוקער וואס זאל קענען עדוויזען א קלייענט אז ער זאל קענען זאגען דיין אפליקעשען וועט ווערען אנגענומען ביי די באנק אדער יענע באנק. אז עס זאל קענען אפראווד ווערען אין צוויי וואכען.
עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ פארוואס. רוב היימישע ביזנעס לייט זענען מער נוטה צו קאטאגאריע #2. פארוואס פארשטייען נישט די בראוקערס אז איז ארדער צו זיין סוקסעספול דארף ער קענען די ארט פון אנדערורייטינג?
blue moon האט געשריבן:רוב היימישע ביזנעס לייט זענען מער נוטה צו קאטאגאריע #2. פארוואס פארשטייען נישט די בראוקערס אז איז ארדער צו זיין סוקסעספול דארף ער קענען די ארט פון אנדערורייטינג?
געריבענער סוחר האט געשריבן:וואס נאך דארף די באנק? וועליכע פילטער איך האב איז אויך דא אין די אפליקעישאן? וואס איז אים א חילוק א ווי איך דאווען? באלד פרעגט ער מיר שוין די לעסט 4 דיגיטס פון מיין סאשעל איך זעה שוין וואס דא פארגייט.
ביזט פיינע נייעס @פערספעקטיוו קיפ אן מיט דיין צחת הלשון צי מסבירן וויזוי מען קימט אן צי באצאלן פארן באנק אינטרעס.
איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.

איך האב א סי-קארפארעשן ביזנעס. לאמיר זאגן, א עמעזאן ביזנעס. לעגאל איז א סי קאנסידערד אינגאנצן א צווייטער. ס'איז נישט מיין געלט נאר די קאאפערעשן'ס. וויאזוי איז לגבי א היים מארטגידש? וועלן זיי יא קוקן אויף די קארפ.'ס אינקאם ווי ס'איז מיינס? ווייל טעקניקלי קען איך ארויסנעמען די געלט -באצאלן שטייער, און עס נוצן.
איך נעם אויך ארויס וועדזשעס. אבער א מארטגידש בראוקער זאגט מיר אז די בענק וועט אפילו רעכענען פאר מיר די אינקאם פון די קארפ. אויך. איז דאס אמת?
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link: https://sellerboard.com/?partner=00529
אויב דו קריגט א K1 אדער 1099 זענען די נומערן שוין אויף דיין פערסאנעל ריטורן. די נעט אינקאם/לאס אויף די ביזנעס ריטורן (אויב דו ביסט א פולשטענדיגער בעה"ב) וועט ווערן צוגעלייגט צו דיין פערזענליכע אינקאם אויפן מארטגעדזש אפליקאציע.
אויב די ביזנעס ווייזט א נעגאטיוו יאר-נאך-יאר סעילס, וועט דער אנדעררייטער לכאורה דרייען א קאפ.
אינדימעק איז נישט געווען די איינציגסטע און נישט די גרעסטע. "כמעט אלע" בענק - און מערערע אלוועלטליכע אינוועסטמענט פירמעס - האבן געשריבן סטעיטעד און נאו דאק לאונס, (די קאמערציאלע בענק זענען אבער געווען אביסל מער איינגעהאלטן מיט זייערע גיידליינס.). אפילו פעני און פרעדי האבן עס געקויפט אויף די באלק האלסעיל מארקעט. אין די מארטגעדזש וועלט האבן די דאזיגע שמאטעס געהייסן "אלט עי" (Alt-A).
סאב פריים איז די עיקר געווען באזירט פאר שלעכטע קרעדיט בארגער, די וועלכע האבן א היסטאריע פון לעיט פעימענטס, באנקראטן וכדו'. פארשטייט זיך אז א גרויסע חלק פון די סאב פריים חרוסת איז אויך געווען סטעיטעד אינקאם.
קאנטריווייד איז לכאורה געווען פון די גרעסטע שפילער און די אלט עי און סאב פריים שפיל פלאץ. אנדערע גרויסע מעמבער'ס זענען געווען לעמען בראדערס, ביער סטערנס, די שווייצע ריזן יו. בי. עס. און קרעדיט סוויס, דויטשע באנק, די יאפאנעזע נאמורע, און נאך.
פאראויס האט געשריבן:איך האב א סי-קארפארעשן ביזנעס. לאמיר זאגן, א עמעזאן ביזנעס. לעגאל איז א סי קאנסידערד אינגאנצן א צווייטער. ס'איז נישט מיין געלט נאר די קאאפערעשן'ס. וויאזוי איז לגבי א היים מארטגידש? וועלן זיי יא קוקן אויף די קארפ.'ס אינקאם ווי ס'איז מיינס? ווייל טעקניקלי קען איך ארויסנעמען די געלט -באצאלן שטייער, און עס נוצן.
איך נעם אויך ארויס וועדזשעס. אבער א מארטגידש בראוקער זאגט מיר אז די בענק וועט אפילו רעכענען פאר מיר די אינקאם פון די קארפ. אויך. איז דאס אמת?
דער קורצער ענטפער איז: יא. דו קענסט ניצן דאס געלט פון דער קארפארעישאן.
וועסט דארפן איבערווייזן אז דו ביזט דער אייגנטימער פון דער קארפארעישאן. (עס זענען פאראן עטליכע מעגליכע אופנים דאס צו טאן.) אויב ביזטו דער איינציגער באלעבוס אויף הונדערט פראצענט פון דער קארפארעישאן, וועסטו קענען ניצן די גאנצע הכנסה; אויב ביזטו נאר פופציג פראצענט אייגנטימער, וועסטו קענען ניצן נאר פופציג פראצענט, וכן הלאה.
מונאוויטש האט געשריבן:אויב דו קריגט א K1 אדער 1099 זענען די נומערן שוין אויף דיין פערסאנעל ריטורן.
אויב איך מאך נישט קיין טעות, איז דיין ענטפער פאסיג ביי אן S קארפארעישאן אדער אן LLC. "פאראויס" פרעגט איבער א C קארפארעישאן, וואו ס'זענען נישטא די זאכן, 1099 און K1.
איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
פאראויס האט געשריבן:איך האב א סי-קארפארעשן ביזנעס. לאמיר זאגן, א עמעזאן ביזנעס. לעגאל איז א סי קאנסידערד אינגאנצן א צווייטער. ס'איז נישט מיין געלט נאר די קאאפערעשן'ס. וויאזוי איז לגבי א היים מארטגידש? וועלן זיי יא קוקן אויף די קארפ.'ס אינקאם ווי ס'איז מיינס? ווייל טעקניקלי קען איך ארויסנעמען די געלט -באצאלן שטייער, און עס נוצן.
איך נעם אויך ארויס וועדזשעס. אבער א מארטגידש בראוקער זאגט מיר אז די בענק וועט אפילו רעכענען פאר מיר די אינקאם פון די קארפ. אויך. איז דאס אמת?
דער קורצער ענטפער איז: יא. דו קענסט ניצן דאס געלט פון דער קארפארעישאן.
וועסט דארפן איבערווייזן אז דו ביזט דער אייגנטימער פון דער קארפארעישאן. (עס זענען פאראן עטליכע מעגליכע אופנים דאס צו טאן.) אויב ביזטו דער איינציגער באלעבוס אויף הונדערט פראצענט פון דער קארפארעישאן, וועסטו קענען ניצן די גאנצע הכנסה; אויב ביזטו נאר פופציג פראצענט אייגנטימער, וועסטו קענען ניצן נאר פופציג פראצענט, וכן הלאה.
מונאוויטש האט געשריבן:אויב דו קריגט א K1 אדער 1099 זענען די נומערן שוין אויף דיין פערסאנעל ריטורן.
אויב איך מאך נישט קיין טעות, איז דיין ענטפער פאסיג ביי אן S קארפארעישאן אדער אן LLC. "פאראויס" פרעגט איבער א C קארפארעישאן, וואו ס'זענען נישטא די זאכן, 1099 און K1.
דו רעדסט פון נכסים? ער רעדט פון אינקאם מיין איך. ונפקא מינה בין דיפאזיט און מארטגעטש פעימענטס שפעטער.
מונאוויטש האט געשריבן:אינדימעק איז נישט געווען די איינציגסטע און נישט די גרעסטע. "כמעט אלע" בענק - און מערערע אלוועלטליכע אינוועסטמענט פירמעס - האבן געשריבן סטעיטעד און נאו דאק לאונס, (די קאמערציאלע בענק זענען אבער געווען אביסל מער איינגעהאלטן מיט זייערע גיידליינס.). אפילו פעני און פרעדי האבן עס געקויפט אויף די באלק האלסעיל מארקעט. אין די מארטגעדזש וועלט האבן די דאזיגע שמאטעס געהייסן "אלט עי" (Alt-A).
סאב פריים איז די עיקר געווען באזירט פאר שלעכטע קרעדיט בארגער, די וועלכע האבן א היסטאריע פון לעיט פעימענטס, באנקראטן וכדו'. פארשטייט זיך אז א גרויסע חלק פון די סאב פריים חרוסת איז אויך געווען סטעיטעד אינקאם.
קאנטריווייד איז לכאורה געווען פון די גרעסטע שפילער און די אלט עי און סאב פריים שפיל פלאץ. אנדערע גרויסע מעמבער'ס זענען געווען לעמען בראדערס, ביער סטערנס, די שווייצע ריזן יו. בי. עס. און קרעדיט סוויס, דויטשע באנק, די יאפאנעזע נאמורע, און נאך.
מיר ווייסן שוין וואספארא מארטגעדזש מיר דארפן און קענען באקומען, און מיר האלטן שוין ב"ה נאכ'ן אויספילן דעם מארטגעדזש אפליקעישאן – וואס, ווי אויסגעשמועסט, וויל וויסן ווער איך בין, וואס איך טו פאר פרנסה, וויפיל איך בין ווערט א יאר, פון וואו איך מאך אזויפיל געלט (האסט דאך געקויפט חתן בראשית, יא? אויב כ'מאך נישט קיין טעות, האסטו ביי מפטיר יונה אויך גאנץ באלעבאטיש געצויגן. גוט, למעשה האט עס יאנקל געקויפט; אבער אויב דו ביזט געפארן ביז אכט-הונדערט-און-פופציג-טויזנט-אום-מפטיר-יונה, איז דאך געדרינגען אז אויף אזויפיל ביזטו יא גרייט געווען. מוז מען אריינלערנען פשט אז ס'איז גאנץ באקוועם ביי'נ'אייך אין בערזל. והשאלה נשאלת: פון וואו, נשמה לעבן, מאכסטו אזוי שיין פרנסה?)
ווי דערמאנט, דארפן די פרטים וואס ווערן דערציילט אינעם אפליקעישאן פעסטגעשטעלט ווערן מיט די נויטיגע דאקומענטן. ווען מ'רעדט פון דער ארבעט – וואו איר ארבעט און וויפיל איר פארדינט דארט – וועט די באנק וועלן זען קאפיס פון די Pay Stubs (וואס איז דער 'אנדערער טייל' צעטל וואס קומט צוגעטשעפעט מיט יעדן טשעקל). כיוצא בו מיט טעקס ריטוירנס און אלע אנדערע פרטים וואס זענען שייך איבערצואווייזן מיט פאפירן און דאקומענטן.
נאך דעם וואס דער אפליקעישאן איז אויסגעפילט גייט עס אריבער צו דער נעקסטער אפטיילונג אין באנק, processing. די אויפגאבע פון א 'פּראַסעסאָר' (processor) איז איבערצוקוקן דאס פעקל – דעם אפּליקעישאן מיט די שייכות'דיגע דאקומענטן – און זיכער מאכן אז אלעס וואס דארף זיין געפינט זיך דארט און אז אלעס וואס געפינט זיך דארט שטימט.
'שטימט' מיינט אז די ציפערן און אינהאלט מאכט סענס. אויב עמיצנ'ס 2W פון א יאר צוריק ווייזט, אז ער האט פארדינט אויף זיין ארבעטספלאץ א סכום פון, לאמיר זאגן, 52-טויזנט דאלאר (טויזנט דאלאר א וואך), און דיPay Stubs פון די פארלאפענע חדשים פונעם יעצטיגן יאר ווייזן א ציפער וואס דערציילט אן אנדערע געשיכטע, וועט דער Processor וועלן פארשטיין דעם פשט. לאמיר זאגן מיר שטייען ביי אפריל – דריי חדשים אריין אינעם יאר – און די Pay Stubs ווייזן אז דער אפליקאנט האט פארדינט בלויז פופצן-הונדערט אדער גאר 25-טויזנט דאלאר. וועט דער Processor וועלן פארשטיין וואס דא האט זיך אפגעשפילט: לויט'ן חשבון פונעם פאראיאריגן 2W דארפסטו יעצט האבן פארדינט ארום צוועלף-דרייצן טויזנט דאלאר; פארוואס איז עס אזוי דראסטיש אנדערש?
דער הסבר וועט בדרך כלל זיין א פשוט'ער (געפעלט פון דער ארבעט, אין פאל דער ציפער איז נידעריגער, אדער א העכערונג אין געהאלט, אין פאל דער ציפער איז העכער), אבער פארשטיין דארף מען.
א Processor וועט אויך מאכן די נויטיגע טעלעפאן קאלס, צו באשטעטיגן די פרטים אנגעגעבן אינעם אפליקעישאן – ווי למשל זיך פארבינדן מיט'ן ארבעטספלאץ און באשטעטיגן אז פלוני פערספעקטיוו איז טאקע דא אנגעשטעלט.
איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
מונאוויטש האט געשריבן:אויב דו קריגט א K1 אדער 1099 זענען די נומערן שוין אויף דיין פערסאנעל ריטורן. די נעט אינקאם/לאס אויף די ביזנעס ריטורן (אויב דו ביסט א פולשטענדיגער בעה"ב) וועט ווערן צוגעלייגט צו דיין פערזענליכע אינקאם אויפן מארטגעדזש אפליקאציע.
אויב די ביזנעס ווייזט א נעגאטיוו יאר-נאך-יאר סעילס, וועט דער אנדעררייטער לכאורה דרייען א קאפ.
פארראכטן מיין אריגינעלע תגובה.
איך רעד ווען די סי קארפ בלייבט יא מיט געלט געמאכט. סוף יאר. א סי קארפ איז נישט אויף דיין פערסענעל. פינטל. אנלעס האסט ארויסגענומען דאס געלט.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link: https://sellerboard.com/?partner=00529
פאראויס האט געשריבן:איך האב א סי-קארפארעשן ביזנעס. לאמיר זאגן, א עמעזאן ביזנעס. לעגאל איז א סי קאנסידערד אינגאנצן א צווייטער. ס'איז נישט מיין געלט נאר די קאאפערעשן'ס. וויאזוי איז לגבי א היים מארטגידש? וועלן זיי יא קוקן אויף די קארפ.'ס אינקאם ווי ס'איז מיינס? ווייל טעקניקלי קען איך ארויסנעמען די געלט -באצאלן שטייער, און עס נוצן.
איך נעם אויך ארויס וועדזשעס. אבער א מארטגידש בראוקער זאגט מיר אז די בענק וועט אפילו רעכענען פאר מיר די אינקאם פון די קארפ. אויך. איז דאס אמת?
דער קורצער ענטפער איז: יא. דו קענסט ניצן דאס געלט פון דער קארפארעישאן.
וועסט דארפן איבערווייזן אז דו ביזט דער אייגנטימער פון דער קארפארעישאן. (עס זענען פאראן עטליכע מעגליכע אופנים דאס צו טאן.) אויב ביזטו דער איינציגער באלעבוס אויף הונדערט פראצענט פון דער קארפארעישאן, וועסטו קענען ניצן די גאנצע הכנסה; אויב ביזטו נאר פופציג פראצענט אייגנטימער, וועסטו קענען ניצן נאר פופציג פראצענט, וכן הלאה.
מונאוויטש האט געשריבן:אויב דו קריגט א K1 אדער 1099 זענען די נומערן שוין אויף דיין פערסאנעל ריטורן.
אויב איך מאך נישט קיין טעות, איז דיין ענטפער פאסיג ביי אן S קארפארעישאן אדער אן LLC. "פאראויס" פרעגט איבער א C קארפארעישאן, וואו ס'זענען נישטא די זאכן, 1099 און K1.
דו רעדסט פון נכסים? ער רעדט פון אינקאם מיין איך. ונפקא מינה בין דיפאזיט און מארטגעטש פעימענטס שפעטער.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link: https://sellerboard.com/?partner=00529
שטרייך אויס מיין ערשטע זאץ; איך האב אריינגעמישט S קארפ. די נעט ביזנעס אינקאם קען ווערן צוגעלייגט צו דיין אינקאם אויפן מארטגעדזש אפליקאציע אויב די יאר-נאך-יאר אינקאם איז סטאביל. דער אנדעררייטער וועט לכאורה עוורעדזשן די לעצטע צוויי יאר.
ווען די גייסט דירעקט צו די באנק ביזטו געבינדן צו זייערע טערמינען און פאליסיס וואס איז נישט אייביג די בעסטע דיעל און דאס איז טאקע א חלק פון דעם בראקערס דזשאב.
Gevald Geshrigen האט געשריבן:ווען די גייסט דירעקט צו די באנק ביזטו געבינדן צו זייערע טערמינען און פאליסיס וואס איז נישט אייביג די בעסטע דיעל און דאס איז טאקע א חלק פון דעם בראקערס דזשאב.
מען רעדט דאך טאמער מער ווייניגער שטומט אלעס באקומסטו בעסערע דיעלס ביים באנק דירעקט און שפארסט דיך בערך 20 אלפים פאר גארנישט
Gevald Geshrigen האט געשריבן:ווען די גייסט דירעקט צו די באנק ביזטו געבינדן צו זייערע טערמינען און פאליסיס וואס איז נישט אייביג די בעסטע דיעל און דאס איז טאקע א חלק פון דעם בראקערס דזשאב.
מען רעדט דאך טאמער מער ווייניגער שטומט אלעס באקומסט ו בעסערע דיטעלס ביים באנק דירעקט און שפארט דיך בערך 20 אלפים פאר גארנישט
אין הכי נמי אבער בי א לאנג טערם מארטגעדזש קען דער קליינער חילוק פון ׳׳שטימען מער אדער ווייניגער׳׳ כאפן גאר א גרויסער חילוק אויב עס שטימט ׳׳מער׳׳ אדער ייווייניגער׳׳
בכלל איז די שאלה אויב גיין דירעקט צו א באנק ,שפארט מען זיך צווישען 10 און צוואנציג טויזענט דאלאר ווי צו גיין צו די היימישע בראקערס
איך מיין זאלסט טוהן ריסערטש פאר דו לייגסט אראפ אזא הנחה. די באנק אליין האט אויך א בראקער וואס איז די פארמיטלער צווישן די באנק אין די קלייענט. זאת ועוד, דו האסט נישט קיינאנונג וואס יא אדער נישט אריין צי לייגן אין די אפליקעשאן און וואס נישט. איך האב ב''ה זייער גוטע עקספיריענס מיט היימישע בראקערס.
יעצט זעה איך אז @מונאוויטש האט געשריבן ענדליך צי מיר.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours