טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
דער וויצע פרעזידענט מייק פענס האט נעכטן געהאלטן א רעדע אין וואשיגנטאן ווי ער האט גענוצט אומגעווענליך שארפע רעטאריק קעגן כינע און איר באשולדיגט אין מיליטערישע אגרעסיע און אין זיך מישן אין אמעריקאנער אינערליכע אנלעגנהייטן, און דערמיט פארשארפערט די אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און כינע וועלכע אמפערן זיך יעצט אין א ברענענדיגע האנדלס קריג.
ער האט באזונדער פארדאמט די כינעזער מיליטערס שריט אינעם דרום כינעזער ים וואו זי האט אויפגעשטעלט מיליטערישע פעסטונגען אין וואסערן וואס זי באטראכט אלס איר טעראטאריע, אבער אמעריקע באטראכט עס אלס אינטערנאציאנאלע וואסערן, און האט פארשפראכן אז אמעריקע וועט ״איגנארירן״ די כינעזער אנוועזנהייט און ווייטער ארומפליען דארט אזוי ווי אין אינטערנאציאנאלע וואסערן.
כינע האט גאר שארף רעאגירט צו די רעדע זאגנדיג ״דאס איז מער נישט בלויז א האנדלס קריג״ און געזאגט אז זי נעמט ערנסט די רעטאריק.

עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5679
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18243
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
אן אינטערנאציאנאלע פאליטישע קריזיס קומט אצינד פאר מיטן פארכאפונג [און ווארשיינליכע מארד] פונעם סאודישן זשורנאליסט אינעם סאודישן אמבאסאדע אינעם נאטא לאנד טערקיי.
די סאודישע רעזשים'ס ברוטאליטעט איז נישט קיין חידוש ווי יעדער האלט מיט זייערע נאכאנאנדע קארפעט באמבאדירונג אין ציווילע געגענטער אין תימן די לעצטע יארן און מיטן קומען צום שוועל פון א בלוטיגע ערד אינוואדירונג אינעם דערנעבענדיגן דוביי פאר נערישע פאליטישע חשבונות. אבער אצינד איז די וועלט אויפגעשוידערט מיט א פרישע שטאפל זייערע פון דורכפירן א קאלטבלוטיגע מארד אויף א זשונאליסט פונעם וואשינגטאן פאוסט אויף מערב וועלט טעריטאריע, דאס זיך צעפירן די הענט אויף אזא פארנעם איז קלאר אז ס'פאדערט זיך א שארפע רעספאנס צום געדענקן.
ווי ס'קוקט אויס לע"ע איז די וועלט פאראייניגט צו איינמאל פאר אלעמאל לערענען די סאודיער א לעסאן, אינקלודינג אמעריקאנע פאליטישענס פון ביידע פארטייען וואס דריקן אויס שאק און פארלאנגען שריט. די טראמפ אדמיניסטראציע איז אין א פיקל וויבאלד זיי האבן אנגעקינפט שטארקע באציאונגען מיט די ארטיגע מלוכה זיכנדיג שטארק זייער שטיצע אין מיטל מזרח אנגעלעגענהייטן, און זיי האבן פרובירט אראפמאלן די נייע סאודיער פרינץ ווערטשאפט אלס א נייע "דעמאקראטיע"..
מיטן נייעם געשאפענעם סקאנדאל האט טראמפ אויסגעדרוקט "גרויס זארג" אויף דעם אינצידענט, בלייבט איבער צו זעהן צו אויסער לופטיגע סטעיטמענטס וועט ער זיין גרייט צו נעמען עפעס עקשאן אויך כדבעי למהוי.
אז מ'רעדט שוין פון טערקיי און די טראמפ אדמיניסטראציע איז מערקבאר אז נאך חדשים פון שטרענגע סטעיטמענטס און סאנקציעס קעגן טערקיי איבער זייער איינשפארן דעם אמעריקאנעם גלח קוקט אויס ווי די טראמפ אדמינסטראציע האט זיך געלייגט שלאפן און אויפגעגעבן דערויף..

-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5430
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5679
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
כאפצעם האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון טערקיי און די טראמפ אדמיניסטראציע איז מערקבאר אז נאך חדשים פון שטרענגע סטעיטמענטס און סאנקציעס קעגן טערקיי איבער זייער איינשפארן דעם אמעריקאנעם גלח קוקט אויס ווי די טראמפ אדמינסטראציע האט זיך געלייגט שלאפן און אויפגעגעבן דערויף..
קוקט אויס אז עס האט נישט גוט אויסגעקוקט, און די שלאפענדיגע טראמפ אדמיניסטראציע האט געמאכט א דיעל מיט טערקיי צו באפרייען דעם גלח.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
כאפצעם האט געשריבן:אן אינטערנאציאנאלע ספעקטאקל טוט זיך אצינד אפ ווען טערקיי האט פארשפארט אן אמעריקאנער גלח און די טראמפ אדמיניסטראציע האט זיך ארויסגעלאזט אין א פרעשור קאמפיין קעגן טערקיי און אויף א פערזענליכע לעוול קעגן ערדואן.
עס גייט זיך יעצט אויסשפיעלן אין ריעל טיים א טעסט צו די טראמפ בולי טאקטיקן וועלן זיין סוקסעספול.
בינעך טאקע נייגעריג וואס ס'גייט זיך אויסלאזן
- נאך פונדערהיים
- שר האלפיים
- תגובות: 2937
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am
ברעיקינג
אמעריקאנער גלח באפרייט פון טערקיי
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9090
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיאו האט היינט דיסקאסירט מיטן רוסישן אויסערן מיניסטער איבער פלענער ווען דער רוסישער פרעזידענט ווילאדימער פוטין זאל באזיכן וואשינגטאן.
צוריק אפאר חדשים האט דזשאהן באלטאן געמאלדן אז די ווייסע הויז האט אפציעל איינגעליידענט דעם רוסישן פרעזידענט אויף א באזיך וואס וועט מעגליך פארקומען אנפאנג ס׳קומענדע למספ׳ יאר.
https://www.dropbox.com/s/m9nwdthb58ams ... 5.mp4?dl=0

רשעות קאלטע סעלצער
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 499
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 3:56 pm
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
צום ערשטן מאל אין היסטאריע פון דעם יערליכן "אזיע פאסיפיק עקאנאמיק קאאפערעישאן" סאמיט, האט זיך דער היי-יאריגער סאמיט געענדיגט אנדעם וואס אלע לענדער זאלן אונטערשרייבן א דעקלעראציע אינאיינעם איבער האנדל און זיכערהייט.
דאס האט פאסירט אלס רעזולטאט פון דראמא צווישן אמעריקע און כינע ביים סאמיט, ווען וויצע פרעזידענט מייק פענס האט געגעבן א שארפע רעדע אראפרייסנדיג כינע פאר'ן רויבן אמעריקע'ס האנדלס און טעכנאלאגיע סודות, און דער כינעזער פרעזידענט דזשינפינג האט אראפגעריסן אמעריקע פאר זייערע האנדלס שריט.
כינע האט געברויזט אויף פענס'ס רעדע און נישט געוואלט אונטערשרייבן די דעקלעראציע ביים ענדע פונעם סאמיט.
דאס האט פאסירט אלס רעזולטאט פון דראמא צווישן אמעריקע און כינע ביים סאמיט, ווען וויצע פרעזידענט מייק פענס האט געגעבן א שארפע רעדע אראפרייסנדיג כינע פאר'ן רויבן אמעריקע'ס האנדלס און טעכנאלאגיע סודות, און דער כינעזער פרעזידענט דזשינפינג האט אראפגעריסן אמעריקע פאר זייערע האנדלס שריט.
כינע האט געברויזט אויף פענס'ס רעדע און נישט געוואלט אונטערשרייבן די דעקלעראציע ביים ענדע פונעם סאמיט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
באאמטע אין די טראמפ אדמיניסטראציע האבן געזאגט אז די אדמיניסטראציע גרייט זיך צו פארשארפערן די דרוק אויף ווענעזועלע דורך זיי צולייגן צו די ליסטע פון לענדער וועלכע זענען פארמישט אין טעראר אקטיוויטעטן, אינאיינעם מיט איראן, צפון קארעא, סודאן און סיריע.
שוין א לענגערע צייט וואס סענאטאר מארקא רוביא לאביאירט די טראמפ אדמיניסטראציע דאס צו טון, און צייגט אן אויף זייערע פארבינדונגען צום איראנער רעוואלוציאנערע גווארדיע און די כעזבאלע טעראר גרופע, און אויך אנדערע ראדיקאלע לינקע גרופעס אין סאוט אמעריקע ווי די פאר״ק רעבעלן אין קאלמביע.
דאס דעזיגנירן א לאנד אלס טעראר שטיצער שטעלט אויטאמאטיש ארויף שטרענגערע סאנקציעס, און וועט לייגן מער דרוק אויף די מערדערישע מאדורא רעזשים. עס קען עווענטועל פירן צו אן אויל עמבארגא וואס קען נאכמער אונערמינעווען די האלב-טויטע עקאנאמיע פון ווענעזועלע.
שוין א לענגערע צייט וואס סענאטאר מארקא רוביא לאביאירט די טראמפ אדמיניסטראציע דאס צו טון, און צייגט אן אויף זייערע פארבינדונגען צום איראנער רעוואלוציאנערע גווארדיע און די כעזבאלע טעראר גרופע, און אויך אנדערע ראדיקאלע לינקע גרופעס אין סאוט אמעריקע ווי די פאר״ק רעבעלן אין קאלמביע.
דאס דעזיגנירן א לאנד אלס טעראר שטיצער שטעלט אויטאמאטיש ארויף שטרענגערע סאנקציעס, און וועט לייגן מער דרוק אויף די מערדערישע מאדורא רעזשים. עס קען עווענטועל פירן צו אן אויל עמבארגא וואס קען נאכמער אונערמינעווען די האלב-טויטע עקאנאמיע פון ווענעזועלע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
דער אמעריקאנער סעקערטערי אף סטעיט מייק פאמפעאו האט אין א רעדע נעכטן דינסטאג באשולדיגט רוסלאנד אין פארלעצן אן אפמאך וואס איז אונטערגעשריבן געווארן צווישן די צוויי לענדער ביים ענדע פון די קאלטע קריג אין 1987.
דער אפמאך טוט באגרעניצן די פראדוקציע פון מיטל-שטרעקיגע נוקלעארע מיסילס, און פאמפעאו זאגט אז רוסלאנד טוט דאס נאכאנאנד פרעכערהייט פארלעצן. די אויסערן מיניסטארן פון 29 נאט״א לענדער האבן זיך צוגעשטעלט צו דעם באשולדיגונג און געגעבן פאר רוסלאנד 60 טאג צו זיך צוריקקערן צו די טערמינען פונעם אפמאך.
פעמפעאו האט געזאגט ״רוסלאנד טוט נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע, זי זאגט ליגנט, זי לייקנט און פארשפרייט פאלשע אינפארמאציע״ און האט אויך אונטערגעשטראכן די לעצטערע אגרעסיעס אין אוקראינער און דער אינטערווענץ אין די אמעריקאנער וואלן.
דער אפמאך טוט באגרעניצן די פראדוקציע פון מיטל-שטרעקיגע נוקלעארע מיסילס, און פאמפעאו זאגט אז רוסלאנד טוט דאס נאכאנאנד פרעכערהייט פארלעצן. די אויסערן מיניסטארן פון 29 נאט״א לענדער האבן זיך צוגעשטעלט צו דעם באשולדיגונג און געגעבן פאר רוסלאנד 60 טאג צו זיך צוריקקערן צו די טערמינען פונעם אפמאך.
פעמפעאו האט געזאגט ״רוסלאנד טוט נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע, זי זאגט ליגנט, זי לייקנט און פארשפרייט פאלשע אינפארמאציע״ און האט אויך אונטערגעשטראכן די לעצטערע אגרעסיעס אין אוקראינער און דער אינטערווענץ אין די אמעריקאנער וואלן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5679
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
טראמפ האט היינט געמאלדן אז אמעריקע וועט ארויסנעמען אלע 2,000 טרופן פון סיריע.
רוביא גרעהעם און נאך אסאך רעפאבליקאנער רייסן עס שטארק אראפ.
רענד פאול שטיצט עס יא.
נענסי פעלאוסי זאגט אז זי וועט זיך נעמען צו דעם ווען זי נעמט איבער דעם האמער.
אלע נעשענעל סעקיוריטי מענטשן פון טראמפס אדמיניסטראציע זענען קעגן דעם, באלטאן מעטיוס וכו'
פענס האט היינט געהאט לאנטש מיט די רעפאבליקאנער סענעטארן, מען האט אים דארט שטארק געגרילט דערויף, ער ווייסט נישט פון גארנישט און ברויך עס איבעררעדן מיטן פרעזידענט.
עס קומט נאכן נעכטן מעלדן אז מען פארקויפן פאר טערקיי פעטריעט מיסילס, סוי מאנכע שפעקולירן אז עס איז א חלק פון א דיעל מיט טערקיי איבער קאשוגדזשי, אז יעצט וועט טערקיי קענען מסדר זיין די קורדן.

Netanyahu said of Syria retreat “we will make sure Israel's security is preserved & we will defend ourselves from this arena."
Translation: #Israel will now have to step up attacks inside #Syria even if it results in a new war with Hezbollah & potentially #Iran.

פון רוביא.
רח"ל אויב ער האט טאקע ארויס ביבי'ן.
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9090
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
נאכדעם וואס צפון קאריע פארלאנגט אז אמעריקע זאל זיך ארויסציען פון די קאריע פענינסילע כדי זיי זאלן אויפגעבן נוקלער וואפן, האלט מען אין ליכט פון די סיריע אפגאנסיטאן מאוו'ס, אז עס מאכט אסאך סענס אז דער אייסעלעשעניס טראמפ זאל מסכים זיין.
איך מיין אז עס מאכט מער סענס צו האבן 2,000 טרופן אין סיריע ווי צענדליגער טויזנטער אין קאריע, אויב צפון איז בשלום מיט אמעריקע.