ממה נפשך האט געשריבן:דערבארומדיג'ער האט געשריבן:באשטעטיגט.
אלע קאר פראדוצירער זיכן צו פארזיכערן זייערע קארס מיט א "קראמפל זאון" אריינצונעמען אין זיך די קראך (פארוואס דארף איך יעצט ראקאט קראמפלי?) בעטערי קארס האבן א קלענערע מאטאר און זיי פלאצירן עס אינטער די גאנצע קאר לאזענדיג ליידיג פלאץ פון פארנט
https://en.wikipedia.org/wiki/Crumple_zone
כ'הער. איך בין נישט קיין סייענטיסט אבער מיין מח האט מיר געזאגט אז א ליידיגע פלאץ וועט ענדערשט צוקראכט ווערן.
אפשר ווייל כ'האב געזען די בילד פון די טעסלא געברענגט אויבן.
ווען מען רעט פון סעיפטי רעדט מען נישט פון די קאר, מען מיינט דאך די מענטשליכע לעבן וואס איז אינעווייניג.
די ליידיגע פלאץ קען אפשר ענדערש צוקראכט ווערן, אבער די קראפט פונעם קראך וועט זיך ענדיגען נאך פאר עס קומט אן צום דרייווער. משא''כ אויב איז דא העווי מאשינערי פונעם פראנט ביזן דרייווער, דאן וועט דער קראך זיך שפירן אויפן דרייווער.
געב א קנאק אויף די וואנט מיט דיין פארמאכטן פויסט, עס טוט וויי, ריכטיג?
יעצט לייג אריין דיין האנט מיטן פארמאכטן פויסט און א גרויסער האט קאפ, געב נאכאמאל א קנאק מיטן האט קאפ'ס ליידיגער אינהאלט פארנט פון דיין האנט, וואס פאסירט יעצט? א צוקנאקטער האט קאפ מיט א גאנצע האנט.
זקן מלא רחמים.