נשים חכמניות; פרויען בעולם התורה

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

נשים חכמניות; פרויען בעולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איך רעד נישט פון ספרים וואס אונזערע נשים צדקניות לייענען, איך רעד פון גאר אן אנדער באגריף, ספרים וואס זענען נתחבר געווארן דורך נשים, דער חידוש איז אז דאס אסאך פריער ווי אונזערע אויפגעקלערטע צייטן.

דער ''סדר הדורות'' ברענגט צו א ספר געדרוקט בשנת שע''ח זה שמו נאה לו ''מינקת רבקה'' דער ספר איז נתחבר געווארן דורך הרבנית הדרשנית
רבקה בת הג''מ מאיר, דער ספר אנטהאלט מוסר מלוקט מגמרא ומדרשים בלשון אשכנז.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כבוד הגאון מפארשלאפן,
איז דער ספר הנזכר פון רביצין רבקה בנמצא? (אויב נישט באלאנגט דאס אינעם שכינותדיגען אשכול פון ספרים וועלכע זענען נישט בנצמא, שוין הכל תלוי במזל....)

עס איז זייער אינטערעסאנט אז א פרוי א מלומדת האט מחבר געווען א ספר, אבער פון נשים חכמניות איז פארהאן אסאך (דאכציך אז מיר האבן שוין אמאל גערעדט איבער זיי) ובתוכם די מאמע פון ( סמ"ע?) וואס דער מג"א ברענגט אין הל' שבת ביי הל' הדלקת הנר.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

הרב מיללער,
אויף היברובוקס איז דער ספר נישט דא, אבער כ'האב געטראפען א לינק וויא מען קען קויפען טאקע דער שע"ח מהדורה איבערגעדריקט פאר בערך $23
http://www.discountseforim.com/NewVersi ... ctid=42174
the SCY is the limit
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

אין "אוצר החכמה" איז דאס דא.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

די ספה"ק "פלא יועץ" פון ר' אליעזר פאפו נ"ע האלטן אסאך אז זיין רביצין האט דאס פארפאסט
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

שלום עליכם ר' יעקעלע. שוין לאנג נישט געהערט פון דיר.

דיין תגובה איז גאר אינטערעסאנט. קענסט אפשר ברענגען מער דערוועגן?
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יעקעלע, וואס??????

איך האב פונקט די וואך אנגעהויבן איבער'חזר'ן דעם ספר, עס איז הערליך און צוקער זיס, ממש א געשמאק צו לערנען דערין.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אויך איז דא א זייער באקאנטע לומד'ישע ספר וואס איז די עולם הישיבות איז עס זייער אויפגעכאפט (אויב כ'האב נישט קיין טעות איז דאס דער "אבן האזל") וואס זיין פרוי האט עס געשריבן, ווען ער האט איר פארגעזאגט די חידושים.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

גאנץ לעצטנס אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט, איז געווען א פרוי (דוכט זיך מיר די שוויגער אדער א באבע פון אדמו"ר מ'קאשוי שליט"א) וועלכע האט מחבר געווען א ספר.

עס איז א אינטערעסאנטע ספר, ארויס געקומען שנת תשל"ח, עס האט גאנצעטע גאנצעטע בלעטער מיט גימטריאות אויף תשל"ח און נאך ענינים.

זי האט הסכמות פון רבנים וועלכע שרייבן אז זי האט זיך אנגעזאפט מיט תורה אלס קינד ווען זי פלעגט הערן איר טאטע לערנען און רעדן אין לערנען מיט תלמידי חכמים.

איך האב דעם ספר געזעהן מיט א שיינע פאר יאר צוריק, און איך געדענק נישט דעם נאמען.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

יישר כח הרב מפארשלאפן פארן עפענען דעם אינטערסאנטן אשכול.

בנוגע דעם ספר 'מינקת רבקה' איז אינטערסאנט צו צוגעבן עטליכע ידיעות:

איינס, ס'איז דוכט זיך דאס סאמע ערשטע חיבור וועלכע איז נתחבר געווארן דורך א פרוי.

צוויי, די פרוי האט מחבר געווען נאך א ספר, א שיר ליום שמחת תורה (קרעדיט גוגל סורטש, אונטער: 'רבקה טיקטינר').

דריי, דער [קראקא] שע"ח דרוק איז שוין דער צווייטער דרוק פונעם חיבור. דאס ערשטע מאל איז דער חיבור געדרוקט געווארן אין פראג שס"ט.
**
שיר פארגעסן: ס'דא נאך א גאר באקאנטע חיבור דורך א פרוי




די מעלות... :wink:
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זארעך עס עס פעלט אויס חלק ג' פון כמעשה?...

די 'מעלות' געדאנק האט מיר געקאסט א שמייכל מיט פוטער.
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

איך האב געהערט (נישט פון א קראנטער מקור) אז די קינה וואס איז פארשפרייט און נאמען פון פוסק הדור ר' שמוא' הלוי וואזנער שליט"א איז באמת פון זיין רעביצן
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' חוקר, ס'איז טאקע נישט קראנט, דער דעציילער האט פארדרייט די יוצרות, די קינה פון אנדערן גדול איז געמאכט דורך זיין רעבעצין, ס'איז נישט קיין סוד ער באדאנקט איר עפנטליך דערפאר אינעם מבוא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

אדרבה וועלכע גדול?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רא''ה, ער שרייבט: למען האמת והצדק מוכרחנ לגלות שהקינה שנדפסה בשמי הנה עבודת רעיתי וכו'.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

איך האב געזעהן אינעם ספר "בנין אריאל" פון הגאון רבי שאול לעווענשטאם זצ"ל דער אמסטערדאמער רב, דארט איז פארהאן א פארווארט צום ספר וואס דערציילט די געשיכטע פון ר' שאול און זיין יחוס. איך האב נישט ביי מיר דעם ספר, נאר איך האב ביי מיר איבערגעשריבן א טייל פונעם יחוס וואס איז מיר געווען אינטערעסאנט. דארט איז געשריבן וועגן זיין יחוס וואס ציט זיך ביז ר' שאול וואהל - קאצנעלבויגן, באקאנט אלס דער גרויסער יידישער שר פון פוילן (לויט דער לעגענדע איז ער גאר געווען דארט קעניג אויף איין טאג).

אלזא, ר' שאול וואהל-קאצנעלבויגן דער פוילישער מיניסטער איז געווען א זון פון הג"ר שמואל יהודה קאצנעלבויגן אב"ד פדווה וואס איז געווען א זון פון דעם מהר"ם פדווה - הג"ר מאיר בהג"ר יצחק קאצנעלבויגן. ר' יצחק איז געווען אן איידעם פון הג"ר יחיאל לוריא - אב"ד בריסק, וואס איז געווען א זון פון הג"ר אהרן לוריא - היילברוינער רב, א זון פון הג"ר נתנאל לוריא, א זון פון הג"ר יחיאל לוריא - ערענפורטער רב, וואס איז געווען א זון פון הג"ר שמשון לוריא פון ורמיזא - דער ראש ישיבה פון ערענפורט.

יעצט איז געשריבן אויף דעם לעצטן גאון (ר' שמשון) "והוא היה בן להרבנית מרת מרים ע"ה שהיתה מפורסמת בדורה כיודעת ספר, עד שהגידה שיעור לבני-תורה, והיתה יושבת בחדר קטן ולפניה וילון ומאחורי הוילון בחדר גדול ישבו בחורים מופלגים ושמעו דבריה". היא היתה בת הג"ר שלמה שפירא אב"ד לונדון והיילבורן בן הג"ר שמואל שפירא שהיה חתן הג"ר מתתיהו טריביש אב"ד פריז ורב הכולל דצרפת, בהג"ר יוסף טריביש אב"ד מארסיניא, בהג"ר יוחנן אשכנזי נכד לרבנו יהודה מפריז מבעלי התוס', בהג"ר יום-טוב, בהג"ר יהודה בן נתן (הריב"ן), חתנו של רש"י.

עס ליגט מיר אויך אין קאפ אז איך האב געזעהן דארט אינעם ספר אז די שוועסטער פונעם אמסטערדאמער רב ר' שאול לעווענשטאם זצ"ל איז אליין אויך געווען א "בר-הכי'טע" (בת-הכי?), און זי האט גוט געקענט לה"ק און זי האט זיך געשריבן מיט איר ברודער. איינאל האט זי צו אים געשיקט א געשריבענעם שיר וואס זי האט פארפאסט, און אין יענעם שיר האט זי בטעות פארטוישט אין א געוויסן ווארט א "ח" מיט א "כ". ווען איר ברודער - דער רב - האט איר דערויף אנגעמערקט האט זי אים געענטפערט אז עס איז נישט געפערליך, דען עס שטייט אין פסוק "וקוי ה' יחליפו כח" - ד.ה. אז מען קען פארטוישן די אותיות "כח" צווישן זיך.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זייער אינטערעסאנט הרב היידישיסט,

וועגן נשים חכמניות וועלכע האבן געוואוסט וויאזוי צו שרייבן אויף לשה"ק, עס איז מערקווידיג אז זייער אסך רביצינס האבן געטויגט צו שרייבן האלב לשה"ק/האלב אידיש'ע בריוון, און אויך די רבנים פלעגן שרייבן צו די פרויען אויף לשה"ק.

[איך געדענק אז פונעם רבי'ן ז"ל דער דברי יואל איז פארהאן בריוון צו די רביצין אדער צו די טאכטער אויף לשה"ק, אויך פונעם ברך משה איז פארהאן א בריוו צו צוויי מיידלעך יתומים געשריבען אויף לשה"ק נאך די קריג]

זעהט אויס אז אמאל איז נישט געווען 'בנות-הכי' אזא זעלטענע ערשיינונג.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גאר אינטערעסאנט א ישר כח פארן צוברענגען, באלד קען זיך נאך דער אשכול טרעפן אין "על הצדקניות ועל החסידיות", יא גבאים, מסכים?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

farshlufen האט געשריבן:גאר אינטערעסאנט א ישר כח פארן צוברענגען, באלד קען זיך נאך דער אשכול טרעפן אין "על הצדקניות ועל החסידיות", יא גבאים, מסכים?



וואס איז שלעכט אין 'ועל פליטיות בית סופרניות'?...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

farshlufen האט געשריבן:גאר אינטערעסאנט א ישר כח פארן צוברענגען, באלד קען זיך נאך דער אשכול טרעפן אין "על הצדקניות ועל החסידיות", יא גבאים, מסכים?

אז ס'וועט זיין אזא שטארקע געברויך, קען מען אויפנעמען גבאיות...
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיץ »

זייער אינטערסאנט, הרב יידישיסט. א יישר כח. למעשה איז דער נושא פון 'נשים מלומדת בישראל' א טעמע פאר זיך.
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

ראפשיצער רב'ס מאמע איז געווען א פיינע מלומדת און עס איז דא אפאר באקאנטער ווערטער פון איר לאמער אנפאנגען
איינמאל האבן די גוים און שטאט לינסק (ווי דער טאטע פון ראפשיצער רב ר' מענדעל'ע לינסקער האט געוואוינט) ארויפגעהויבן די פרייז פון פוש האט ר' מענדעל'ע גוזר געווען אז מען טאר נישט קויפן קיין פוש און אזוי וועלן די גוים אראפלאזן די פרייז ערב שבת איז א איד וואס איז געקימן פון א אנדערע שטאט און מיטגעברענגט א פוש ווען ער איז אריינגעקימן און קאך האט ער זיך גענימן שרייען חלול ה' אז ביים רב איז דא פוש ווען מען האט עם געזאגט אז דער גבור האט עס געברענגט האט ער זיך באריגט שבת פלעגט ער זיך נוהג זיין צו עסען די לעבער פון די פוש אבער דער רביצן האט דאס נישט ארויפגעלייגט ווען ער האט געפרעגט וואס גייט פאר האט זי גענפערט א לשון הגמרא במקום שיש חלול ה' אין מחלקין כבוד לרב
מען וועט פראבירן א צווייט מאל ממשיך צו זיין
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

נאך איינס פון הצדיקת הנ"ל אינדערהיים איז געווען דער מנהג אז מיידלך זענען נישט געגאנגן און שול נאר פארהייראטער ווען זי האט חתונה געהאט האט זי געזאגט אויפן פוסק פון תהילם שמחתי באמרים לי פירש אינז פרייען זיך ווען מען זאגט לי-הרי את מקדשת לי- בית ה' נלך קען מען שוין גיין און שול
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

חוקר זייער אינטערעסאנט די ווערטליך פון די הייליגע ראפשיצערס מאמע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

א שיינעם דאנק דיר חוקר, דאס ערשטע ווערטל איז אויסערגעווענליך, און וואלט געווען א שיינער חידוש אפילו פון א מאן. אויב במשך דיינע "חקירות" קומען דיר אויף נאך אזעלכע מעשה'ס דאן ביטע שטעל זיי אלע אריין.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”