sholom88 האט געשריבן:פאר אלע קאמפלימענטן: א דאנק; ס'שמעקט צו הערן.
מטעמים האט געשריבן:...און די זעלבע איז געזאגט געווארען אויף די גאנצע מידיע וואס א רעפארטער אויף טעלעוויזשען נעמט מען אויף איינער מיט א שיינע צורה און א גוטע פיסק, אויף רעדיא דארף מען א שיינע שטימע מיט א גלאט צינגעל און אויף נייעס נעמט מען א גוטע שרייבער.
הרב מטעמים, צו ווערן א א רעפארטער, נעמט מען
נישט אויף איינער נאר מיט א שיינע צורה און א גוטע פיסק (כאטש וואס דאס העלפט ווארשיינליך); מען נעמט אויף איינעם וואס האט מינימום א קאלעדזש דעגרי, און אפילו דאן הייבט ער אן מיט אפשר 40-50 טויזענט א יאהר. די גרויסע שרייבערס און רעדנערס (כ'רעד נישט פון אלעקס דזשאונס) וואס יעדער קען ביים נאמען זענען שוין יאהרן אין די ביזנעס, און זענען אויסגעקאכט אין די טיעפקייט פונעם ענין (נישט נאר די פשוט'ע זאכען וואס דו רופסט אן "פענסי ווערטער"
).
כ'ווייס נישט צו דו ווייסט. וואס ס'נעמט יאאאארן צו לערנען אין קאלעדזש לערנען היימישע אינגעלייט אין אפאר חדשים אדער ווייניגער סאו ווער נישט אזוי דערשראקן פאר דעם דומקאפ וואס האט געלערנט אין קאלעדזשדו זאגסט אז דאס איז נישט אראגאנץ, אבער דאס איז אקוראט וואס עס איז, און
דיינע רייד איז די באווייז.
איך זע נישט וואו דו זעהסט אראגאנץ דא
אויב רעדט מען פון די היימישע דזשורנאליסטן (וואס זענען ס"ה נישט מער ווי טרענסלעיטערס מיט א מיינונג) וואס ווייסן זיי מער פון אנדערע וואס האלטן מיט די זעלבע מידיא אוטלעטס ווי זיי?מונאוויטש האט געשריבן:רבי שלום טייערער, פילע פון אונזערע אינגעלייט פארשטייען בעסער צו עקאנאמיקס/פאליטיק והמסתעף ווי רוב פון אונזערע הויכגעשעצטע, לינקע, אנגעפרעסענע, דזשורנאליסטן.
הרב מונאוויטש, הער זיך עס נאכאמאל און ווער נישט רויט, באקומסט א פינפער!
לגבי ליבעראלע טאלק שאוס, איז גראדע דא
גענוג, אבער פארוואס זיי הערן בכלל? שאף דיר אן אייגענע מיינונג!
דאסיז וואס דער עולם טוט. איך האב געהערט אביסל פון די קאנסערוואטיוו טאלק שאוס בערך 10 יאר צוריק פאר אפאר וואכן ווען מיין קאלעגע פלעגט עס אנצינדן אין קאר אויפן וועג. נישט דאס מאכט מיין מיינונג איך האב אנגעכאפט עטליכע קאנסעוואטיווע רעדנערס, ווייל זיי זענען גרויס. אויך, למען והייתם נקיים, איך בין זייער ווייט פון א ליבעראלער, נאר בכלל קעגן פארטייאישקייט, און זיכער קעגן פראפאגאנדע.
נאך איין זאך הרב מונאוויטש, פארוואס טאקע זענען די קאלעדזשעס ליבעראל? פראפעסארן מוזן נישט פאלגן רעגולאציעס? צאהלן נישט קיין שטייער?! (לאו דוקא צוריקצושיסן אויף דיין שוין-געענטפערטע פראגע איבער טאלק שאוס)
ס'נישט נוגע פארוואס זיי האלטן וואס זיי האלטן. אויב האלטן זיי אז נארישקייט און רציחה איז פארשריט אבער מענטשליכקייט, מאראל און רעליגיע זענען א חורבן פאר די וועלט איז זייער מיינונג ניטאמאל ווערט א שפייפעיק נוז האט געשריבן:איז נייעס ברענגען אדער שרייבעריי "די אינדוסטריע" וואס מען דארף זיך ספעציאליזירן כדי צו פארשטיין צו ליבעראליזם אדער קאנסערוויטיזם?
ניין, אין אלגעמיין וועלן זיי נעמען א מעידזשאר אין איינע פון די פאלגענדע: היסטאריע, עקאנאמיע, רעגירונג, סייענס. עס ווענד זיך אין וועלכע פעלד זיי ווילן אריינגיין. ד.ה., אז אויסער קענען גוט שרייבן (שפראך ועוד), איז זייער הויפט פריאריטעט אין שולע איינע פון די א.ד. טעמעס.
פעיק נוז האט געשריבן:מיינסט צו זאגן אז מען מוז פערזענליך זיך האבן אנגעשטויסן און די פאלגענדע זאכן כדי צו האבן א שטעלונג דערין זייט ווען? אויב עפעס פארקערט אין אזא פאל הייסט מען א נוגע בדבר מען קען סתם ליינען איבער די אלע נושאים און זיך אויפבויען א מיינונג
גוט געפרעגט! פון איין זייט וועט א נאנטער האבן א נגיעה, קלאר ווי די טאג, אבער איינער וואס איז כאטש האלב נאנט (זיין נישט-צו-נאנטער פריינד'ס זוהן וכדומה), ווייסט מער וויאזוי דאס גייט צו. איך ווען נוצט א אומגעשמאקער משל, כדי לשבר את האוזן: איינער וואס א בחור פון זיין ביהמ"ד איז ליידער אראפ פון אידישן וועג, פארשטייט מער איבער די פראבלעם (אז עס איז נישט אזא קליינע פראבלעם, אז דער טאטע איז נישט אייביג שולדיג [אדער צו האלטן גאר אז די טאטע איז יא שולדיג] וכדומה). יעדער איז בארעכטיגט מיט זיין מיינונג, אבער ווער עס ווייסט מער, האט א בעסערע מיינונג. שטימט?
ס'איז אמת אז א מיינונג אן פארשטיין די דיינעמיקס און דיטעילס פון דעם ספעציפישן נושא קען זיין פעלערהאפטיג אבער ס'מוז נישט זיין אזוי און אין פאקט האלט די גאנצע ליבעראלע וועלט אז די קאנסערוואטיווע וועלט זענען חיות און שלעכט כאטש זיי האבן נישט קיין השגה אין זייער לעבן אזויווי דער געוועזענער טשעירמאן (אזוי מיינעך) פון נפר האט אליינס געשריבן נישט לאנג צוריק (געווען דא אויפן וועלטל)
די פאריגע פאראגראף קען איך עפעס נישט גוט ארויסברענגען. אויב איינער פארשטייט ביטע קלארער שרייבן
בקיצור. די מידיא ווייסט נישט אלעס און דאס האלט זיי נישט אפ פון האבן א מיינונג סאו כ'בין נישט איבערצייגט אז אנדערע פלעצער וואו זיי האבן א מיינונג מוז זיין אז זיי פארשטייען יאלגבי רוב פון דיינע איבריגע פראגעס: (1) איך מאך נישט קיינע הנחות, נאר שרייב איבער וואס איך האב געזעהן ביי אנדערע. (2) איר קענט א עדיקט, און אנדערע אויך ליידער, אבער רוב ב"ה נישט. (3) איך האב געברענגט רובאשקין איבער "צופרידענהייט"; נישט וויילן.
הענדימען האט געשריבן:איך האב פאר אייך ברעכנדע נייעס. יעדער אין פאליטיק בויט זיינע שיטות אויף זייטיגע פילינגס
נישט ממש. יעדער
פארמאגט פילינגס, די ציהל איז צו זיין פראפעציענאל און לייגן די פילינגס אין א זייט (בעיקר ביים באריכטן; ביי מיינונגס איז בולט אז מען דארף נוצן די אייגענע פראספעקטיוו). אבער - און דאס איז די עיקר, ביי א ריכטיגע דזשורנאליסט
כאפט זיך אריין ליידער זיינע פילינגס אין זיין באריכט
וואס ער האט געשריבן מיט ידועה.
אילו זכינו וואלט אפשר אזוי געווען ועכשיו שלא זכינו
1) באריכטן זיי נאר נייעס וואס שטערט נישט זייער שיטה
2) די געפילען זענען קלאר ווי די טאג און מ'דארף ממש זיין בלינד עס נישט צו זעהן
והשתא דאתאי להכי איז זייער ידיעה גארנישט ווערדהענדימען האט געשריבן:איך האלט מיט די נייעס נאר אין אן אנדערע סדר ווי די מידיא וויל און אזוי זעה איך (און ווער נאך ס'וויל זעהן) דאס פאלטשקייט. ס'נישט קיין ראקעט סייענס צו פארשטיין. מ'דארף פשוט וועלן זעהן וואס ס'גייט פאר. מ'דארף עפעס א פאזיציע דארפאר? ווען מ'ליינט די נייעס און מ'זעהט וויאזוי די מידיא טרייט מיט אלע כוחות צו שטופן א געוויסע אגענדע דארף מען גיין אין קאלעדזש צו קענען פארשטיין וואס מ'האט אליינס געזען?
האסט נישט געענטפערט. צו באשטעטיגן איינעמ'ס ליגנט, דארף מען דאס פארגלייכט מיט א שטארקערן אמת (אדער אן אנדערע מהלך וואס קען דאס אויפווייזן). וואס איז די מקור פון דיינע אינפארמאציע, אז דו זאגסט באשטימט אז די מידיא זאגט ליגנט.
עפטער אלל געשעט אפט אז איין מידיא אוטלעט (אטאו קארעקט וויל טוישן צו טוילעט ) פארציילט וואס די אנדערע האט ארויסגעלאזט
אדער איז דער שקר צו בולט
צומאל האט דער ליגנער נישט אזא גוטן קאפ און פארגעסט ביי א קומענדיגע געלעגנהייט אז דעיע שטיקל נייעס פארציילט מען נישט
כ'פלעג צומאל אוועקלייגן ארטיקלען און איבערליינען שפעטער און מ'האט קלאר געקענט זען וויאזוי די מידיא טרייט צו בויען א בנין דורך ארויסלאזן געוויסע פרטים פון די מעשה און שפעטער ווען די זעלבע דיטעילס האבן יא געקענט סערווירן זייער אגענדע האבן זיי עס יא געשריבן
אדער סתם אזוי. ליין אביסל אלטע נייעס און זעה וואס דו טרעפסט
איך רעד נישט פון איינזייטיגקייט, ווייל דאס איז פשוט יא דא
דאס איז ממש דאס פארקערטע פון פראפעסיאנאלע דזשורנאליזם איך רעד פון אפענע ליגנט, צו קענען זאגן די ווארט "פעיק" ותרגומו "פאלש".
איינער דא (מטעמים מיינעך) האט זיין קלאר ארויסגעברענגט וויאזוי פעיק ארבעט אן קיין איין ווארט ליגענט. מ'לייגט אראפ די נייעס אין א געוויסע וועג אז דער ליינער זאל נאטורליך מיינען אז געוויסע זאכן זענען יא\נישט געשען
אפגערעדט פון די העדליינס. למשל "פאלעסטינער געשאסן דורך איי די עף" בשעת ער האט שוין געהאלטן אינמיטן א שטעכן אטאקע
אדער "אומבאוואפנטער שווארצער געשאסן דורך פאליציי" בשעת ער איז קלאר געווען אז סכנה
וכן עוד הרבההענדימען האט געשריבן:sholom88 האט געשריבן:וואס איז למעשה אייער אלטערנאטיוו צו באקומען קראנטע איפארמאציע?
יעצט אז איך בין איבערצייגט אז די מידיא פיטערט מיך פארדרייטע אינפארמאציע. מוז איך עס קויפן ווילאנג איך האב נישט קיין אלטערנאטיוו? איך טאר נישט אליינס טראכטן?
איך האב נישט געפרעגט איבער טראכטן; איך האב גערעדט איבער "אינפארמאציע" (און נישט די "
אלטערנאטיווע פאקטן", וואס מען קען טאקע יא אליינס טראכטן...
)
זאגסט אזוי: ווילאנג איך האב נישט קיין אמת "מוז" איך גלייבן די ליגענט אפילו איך ווייס קלאר אז ס'איז ליגענטוויכטיג מאכער האט געשריבן:און איך וויל פארשטיין, איך נעם זערא פון די גאווערמענט און איך צאל טעקס, מיינטעס אז איך פארשטיי בעסער צו פיסקל פאלעסיס ווי איינער וואס צאלט נישט און נעמט?
עס מיינט אז דו פארשטייסט מער צו די אימפאקט פון שטייערן, און ווייניגער צו רעגירונגס פראגראמען, ב"ה. וחילופיהן מיט דער וואס נעמט אבער צאהלט נישט.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:נאר צו זיין קלאר, דאס זענען די קאנסערוועטיוון, משא"כ די ליבעראלע אינגעלייט, זיי זענען גע'בויעט אויף פעסט יסודות, פארשטאנד!
נישט ריכטיג. געווענליך זענען ביידע זייטן אומוויסענד, אויב זיי קענען זיך נישט אויס איבער ענינים וואס זיי רעדן, און אומגערעכט אויב זיי זענען צו עקסטרעם סיי וויאזוי.