רעב איד, וואס נעמט איר אריין אין די אויגען?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

רעב איד, וואס נעמט איר אריין אין די אויגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

ביי אינז חסידישע אידעלעך ווייסט מען אז וויכטיגער ווי א וואס מנעמט אריין אין מויל זאל זיין כשר איז נאך וויכטיגער אז וואס ס'גייט ארויס פון מויל זאל זיין כשרס...
היינט קעמען זאגען אז די עיקר איז וואס גייט אריין אין די אויגען זאל זיין כשר...
אקעפאנעם, מ'זעמיר ב"ה סדא א שפע סקומט ארויס א שלל פון לייען מאטריעל לכבוד יאנטעף. ני א חסידישער איד אידאך פארנימען אין די טעג מיט די מצוות היום, און אין די פאר איבעריגע מינוטען לערנט מען א שטיקל מנחת חינוך צי א שער המלך וואס איז מעורר דאס הארץ צי די געהויבענע טעג,
אבער די בני בית ברויך דאך אויך עפעס צו ליינען, אין אז די שכיינעס אין פריינדינעס זאלען זיין געזונט און שטארק קויפען זיך אלע מיני מאגאזינען אין דעם אמעריקאנעם שפראך און אין די טמא'נע שפראך, איז מה נענה אנן אבתריה, מיז מען דאך זיכער אלעס וואס יודיש אוודאי קויפען, אז מ'איז שוין אזוי עקסטרעם אין מ'קויפט נישט אפילו דעם טריפהנעם "מאכאשאבא" צו "חאכמא" מאגאזין בין איך דעך שוין אזוי ציריקגעשטאנען... עפעס מיז מען דאך נאכגעבען
איך פלעג אמאל האלטען אז אלעס אין אידיש איז פיין... ערגסטענס וועט מיין יונגעל ליינען וועגען עפעס א אדמיראל אין מיליטער צי וואס, צי א אינטערוויו מיט א ליטווישע חזון איש איד וואס גייט נישט קיין שטריימל, וואס קען שוין זיין???
למעשה האבעך זיך ליידער ביטער צוגעלערנט אז ניין! ס'דא היימיש יודישע מאגאזינען וואס זנען אנגעפיקוועט מיט כל דבר אסור, ולא אאריך להשיב מפני (בית) הכבוד, ודי.
עכ"פ ווילעך דא עפענען א אשכולוואס זאל זיך קאצנעטרירערן און אביסעל ארימרעדן איבער די כשרות פון מאגאזינען. באמת וואלט איך אנגעהויבען אראפלייגען וועלכע מאגאזינען איך האלט פאר ריכטיג, אבער מ'עט נאך שרייען אויף מיר אז כ'בין א שפיאן פון דעם צי פון יענעם, זאג איך גארנישט ספעסיפיקלי.
אזויפיל וועל איך זאגען אלץ א ערשטע יסוד גיבט גארנישט פאר אייער קינדער אייעדער איר ליינט עס דורך! בפרט נישט אויב ס'איז א נייע מאגאזין וואס איר קענט נישט!
אויב קענט איר נישט ממש דורכליינען מדאשקע לדאשקא, איז כאטש א לייכטע איבערבליק! כ'האמיך שוין ליידער ביטער אפגעבריט, ולא אאריך כאמור.
די אייבערשטער זאל העלפען מ'זאל מיר צוגיין צו די לעכטיגע טעג מיט די ריכטיגע שכל אען מעזאל חלילה נישט קליא מאכן די הארות וואס קימען אראפ.
לעצט פארראכטן דורך גולם פון פראג אום דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 7:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אפיקורסות אדער גויאישקייט, וואס טרעפט איר?
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

מטעמים האט געשריבן:אפיקורסות אדער גויאישקייט, וואס טרעפט איר?

כאמור ווילעך נישט אריינגיין אין דעטאלען
איך ווייס אויכעט נישט פינקליך פארוואס איסלאם איז אסור צי אלץ שיתפות אדער אלץ אפיקורסות צי סתם אלץ גויאישקייט
איין זאך ווייס איך: ס'איז אסור!
גראמער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

גולם פון פראג האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:אפיקורסות אדער גויאישקייט, וואס טרעפט איר?

כאמור ווילעך נישט אריינגיין אין דעטאלען
איך ווייס אויכעט נישט פינקליך פארוואס איסלאם איז אסור צי אלץ שיתפות אדער אלץ אפיקורסות צי סתם אלץ גויאישקייט
איין זאך ווייס איך: ס'איז אסור!

איז וואס ווייסטו וועגן די ליין מאטריאל?
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

גראמער האט געשריבן:

כעל נישט אנרופען ס'קינד ביים נאמען מחמת טעמים מובנים
אבער איין נקודה:
לאמיר אנכאפען די בילדער מאגאזינען בכלליות נישט איין ספעסיפקלי. האלטס למשל ס'אידישליך און נארמאל וואס טאטעס טיען צי קויפען פאר די קינדער 3 צי 4 מאגאזינען וואס האט אין זיך פיקשטערס פון רבנים און צדיקים, אקיראט ווי די גוישע סעלעבריטיס להבדיל אלף אלפי הבדלות ורבוא רבבות?
אין דאס איז שוין פון די "כשרע" מעגעזינס.
כרעד שין נישט פין עכטע כפירה און סאלידע גוישקייט, וואס אפילו אזא זאך איז אויך דא ליידער
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

דו מיזט אפטיילען כפירה מיט גויאישקייט, כפירה דארף מען אויסרייסען מן השורש און שפילען נייס גיי גייט נישט ארבייטען.

גויאישקייט, דארף יעדער מחליט זיין ווי ער וויל זיין משפחה זאל שטיין, די ערשטע פארשטיי די אליינס ווי דו שטייסט, אנערקען ווער דיין רב איז, מאך זיכער מיט די פרוי אז זי איז אויף די זעלבע פעידזש ווי דיר און דערנאך מאך אפ וואס יא און וואס נישט.

עס איז דא טאטעס וואס זענען ערליכע אידען און יעדע גויאישע זאך ווילען זיי נישט אין שטוב פאר אזא טאטע דארף זיין גוט דער עונג שבת און באלייכטונגען.

טאטעס וואס האבען נישט קיין פראבלעם אז יעדע היינטיגע רבי, רב, דיין, בעל דרשן, עסקן ווערט גרינטלעך צונימען און אינטערוויוט דארף זיין אקעי מיט די מאמענט.

טאטעס וואס האבען נישט קיין פראבלעם מיט אמעריקאנע און וועלטליכע נייעס דארף זיין מסודר מיט די שטערן און שפאקטיוו (אויב עס קומט נאך ארויס)

בקיצור גויאישקייט האט יעדער אנדערע גיידליינס און עס איז אוממעגליך צו מאכען א זשענעראל מחאה ווען מען ווייסט נישט וואס דיינע גיידליינס זענען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

באכעשעם איין אזא אויסגאבע איז היינט געפלויגן פון דא.

מיר (מיט נאך אפאר לייענער) האבן געווארט צו זעהן ווילאנג עס וועט נעמען און נאך א קורצע צייט, איידער די טינט אויפן בלאט האט זיך אויסגעטרוקנט איז געווען הילד אננו.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

בענקעל האט געשריבן:באכעשעם איין אזא אויסגאבע איז היינט געפלויגן פון דא.

מיר (מיט נאך אפאר לייענער) האבן געווארט צו זעהן ווילאנג עס וועט נעמען און נאך א קורצע צייט, איידער די טינט אויפן בלאט האט זיך אויסגעטרוקנט איז געווען הילד אננו.

געהערט דערוועגען
ב"ה כאב נישט אנגיעאגט צי זעהן ווייל יאך וואלט ארויס בחרב ובחנית
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

מטעמים האט געשריבן:דו מיזט אפטיילען כפירה מיט גויאישקייט, כפירה דארף מען אויסרייסען מן השורש און שפילען נייס גיי גייט נישט ארבייטען.

גויאישקייט, דארף יעדער מחליט זיין ווי ער וויל זיין משפחה זאל שטיין, די ערשטע פארשטיי די אליינס ווי דו שטייסט, אנערקען ווער דיין רב איז, מאך זיכער מיט די פרוי אז זי איז אויף די זעלבע פעידזש ווי דיר און דערנאך מאך אפ וואס יא און וואס נישט.

עס איז דא טאטעס וואס זענען ערליכע אידען און יעדע גויאישע זאך ווילען זיי נישט אין שטוב פאר אזא טאטע דארף זיין גוט דער עונג שבת און באלייכטונגען.

טאטעס וואס האבען נישט קיין פראבלעם אז יעדע היינטיגע רבי, רב, דיין, בעל דרשן, עסקן ווערט גרינטלעך צונימען און אינטערוויוט דארף זיין אקעי מיט די מאמענט.

טאטעס וואס האבען נישט קיין פראבלעם מיט אמעריקאנע און וועלטליכע נייעס דארף זיין מסודר מיט די שטערן און שפאקטיוו (אויב עס קומט נאך ארויס)

בקיצור גויאישקייט האט יעדער אנדערע גיידליינס און עס איז אוממעגליך צו מאכען א זשענעראל מחאה ווען מען ווייסט נישט וואס דיינע גיידליינס זענען.

איר זאגט זייער זייער גיט ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
מברויך אבער מרחיב זיין את הדיבור,
למשל סדא מאגאזינען ענגלישע וואס האבען עכטע ציונות, נישט סתם אביזרייהו דציונות נאר גראבע שטיקער ציונות, פון שרייבערס וואס וואס בערימען זיך מיט שרעקלעכע התגרות באומות פון די מדינה.... אידאס גוישקייט אדער אפיקורסות?
איר זאגט אז א מאגאזין וואס צונעמט רבנים איז א זאך וואס טאטעס האבען נישט קיין פראבלעם אין ס'איז א שאלה פון גוישקייט
אין מיין גמרא שטייט היכי דמי אפיקורס האומר מאי אהני לן רבנן!
פין דעם זעען מיר אז סנישט דווקא א השקפה זאך נאר ענדעריש א אמונה זאך!
סיז דאך אלץ אזוי א פראגע פין השקפה ווייל כ'גלייב נישט איר וועט טרעפן ממש כפירה אין ערגעץ
בקיצור סנישט אזוי פשוט
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

יאך וויל אביסעל בעסער ערקלערען מיינע ווערטער
לאמיר זאגן איר הערט סקומט א מלמד פארלערנען מעשיות פאר קינדער, נו זייער א שיינע זאך, איר גייט צום סעילסמאן זאל אייך פארלייגען די פראגראם, פאלגנד איז די פראגען און ענטפערס

ווער איז דער מלמד?
אה עפעס א איד מיט א געשטיצט בערדל וואס האט אמאל סובסיטוד אין א חסידישע מוסד ביי ענגליש, היינט איז זיין פרנסה פארציילען קינדער מעשיות און ער מאכט גרויס געלט
אקעי, סיז מיר נישט צום הארצען אבער וואסארא מעשיות דערציילט ער?
יודישע מעשיות!
ס'הייסט מדרשים? צו סיפורי צדיקים? שבחי בעש"ט?
נע, דאסי אלטמאדיש!
איז וואס יא? א רינגס אין געראנגעל?
ער געט השקפה שיעורים!
פשששש.... דער געוועזענע ענגליש טיטשער געט השקפה שיעורים....
יא אבער נישט סתם א ענגליש טיטשער, ער קען אויך שפילען מיט א גיטאר!
שוין טאקע מוראידג א ערליכע איז ער כאטש?
אין די יוגענט איז ער נישט געווען אזוי פרום אבער היינט האט ער זיך בעסער צוגעלערענט ווי מ'שפפילט די געים... ער איז שוין א בי טי ווי מרופט עס
אין ווי גייט די מסיבה פארקימען?
וואס הייסט אין די גרויסע מעדיסאן סקווער גארדען צוזאם מיט אלע גוי'שיע קינדערלעך פון מאנהעטן
אקעי וויפיל קאסט א טיקעט?
אכט טאלער.
שוין נעם דיר אכט טאלער, מייין שלמה'לע וועטאך וויינען אז איך לאז עים נישט גיין
ניין ס'איז דא אפאר דרשות
אזוי פון וועמען????
נאך א געשטיצטע בארד,
אין וואס איז זיין מומחשאפט?
א טרומפייטער שפילער!
אקעי דא האסטע זעכצן דאלער אין לאמיר צורוה
נע, ס'דא נאך פינעף ווילסט אזוי שנעל פארלאזען דאס פלאץ???

טייערע אידען! אויב איר קויפט די סארט צוייפעלהאפטיגע מאגאזינען זענט איר גארנישט אנדערש! ודי
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ואני אמרתי בעניי
כל אדם כות"ב

וואס איז די רעש על מה ומי,
והדברים סתומים למי שנתנם..
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

איינס האט געשריבן:ואני אמרתי בעניי
כל אדם כות"ב

וואס איז די רעש על מה ומי,
והדברים סתומים למי שנתנם..

אז איר ווייסט נישט מה כל הרעש
דאנק די באשעפער
אבער זייט געווארענט
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך בין א גולם....
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
רודף שלום
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 1:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רודף שלום »

מטעמים האט געשריבן:דו מיזט אפטיילען כפירה מיט גויאישקייט, כפירה דארף מען אויסרייסען מן השורש און שפילען נייס גיי גייט נישט ארבייטען.

גויאישקייט, דארף יעדער מחליט זיין ווי ער וויל זיין משפחה זאל שטיין, די ערשטע פארשטיי די אליינס ווי דו שטייסט, אנערקען ווער דיין רב איז, מאך זיכער מיט די פרוי אז זי איז אויף די זעלבע פעידזש ווי דיר און דערנאך מאך אפ וואס יא און וואס נישט.

עס איז דא טאטעס וואס זענען ערליכע אידען און יעדע גויאישע זאך ווילען זיי נישט אין שטוב פאר אזא טאטע דארף זיין גוט דער עונג שבת און באלייכטונגען.

טאטעס וואס האבען נישט קיין פראבלעם אז יעדע היינטיגע רבי, רב, דיין, בעל דרשן, עסקן ווערט גרינטלעך צונימען און אינטערוויוט דארף זיין אקעי מיט די מאמענט.

טאטעס וואס האבען נישט קיין פראבלעם מיט אמעריקאנע און וועלטליכע נייעס דארף זיין מסודר מיט די שטערן און שפאקטיוו (אויב עס קומט נאך ארויס)

בקיצור גויאישקייט האט יעדער אנדערע גיידליינס און עס איז אוממעגליך צו מאכען א זשענעראל מחאה ווען מען ווייסט נישט וואס דיינע גיידליינס זענען.

ליין איבער וואס ער האט געשריבן, וועסטו זעהן אז ער מאכט א זשענערעל מחאה טאקע וועגן דעם ווייל ביי איעדעם איז עפעס אנדערש אסור.
ער שרייבט "זויפיל וועל איך זאגען אלץ א ערשטע יסוד גיבט גארנישט פאר אייער קינדער אייעדער איר ליינט עס דורך! בפרט נישט אויב ס'איז א נייע מאגאזין וואס איר קענט נישט!
אויב קענט איר נישט ממש דורכליינען מדאשקע לדאשקא, איז כאטש א לייכטע איבערבליק! כ'האמיך שוין ליידער ביטער אפגעבריט, ולא אאריך כאמור."
נאכדעם קענסטו שוין אליינס אפמאכן צו די ווילסט דיין קינד זאל עס ליינען
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

גולם פון פראג האט געשריבן:ביי אינז חסידישע אידעלעך ווייסט מען אז וויכטיגער ווי א וואס מנעמט אריין אין מויל זאל זיין כשר איז נאך וויכטיגער אז וואס ס'גייט ארויס פון מויל זאל זיין כשרס...
היינט קעמען זאגען אז די עיקר איז וואס גייט אריין אין די אויגען זאל זיין כשר...
אקעפאנעם, מ'זעמיר ב"ה סדא א שפע סקומט ארויס א שלל פון לייען מאטריעל לכבוד יאנטעף. ני א חסידישער איד אידאך פארנימען אין די טעג מיט די מצוות היום, און אין די פאר איבעריגע מינוטען לערנט מען א שטיקל מנחת חינוך צי א שער המלך וואס איז מעורר דאס הארץ צי די געהויבענע טעג,
אבער די בני בית ברויך דאך אויך עפעס צו ליינען, אין אז די שכיינעס אין פריינדינעס זאלען זיין געזונט און שטארק קויפען זיך אלע מיני מאגאזינען אין דעם אמעריקאנעם שפראך און אין די טמא'נע שפראך, איז מה נענה אנן אבתריה, מיז מען דאך זיכער אלעס וואס יודיש אוודאי קויפען, אז מ'איז שוין אזוי עקסטרעם אין מ'קויפט נישט אפילו דעם טריפהנעם "מאכאשאבא" צו "חאכמא" מאגאזין בין איך דעך שוין אזוי ציריקגעשטאנען... עפעס מיז מען דאך נאכגעבען
איך פלעג אמאל האלטען אז אלעס אין אידיש איז פיין... ערגסטענס וועט מיין יונגעל ליינען וועגען עפעס א אדמיראל אין מיליטער צי וואס, צי א אינטערוויו מיט א ליטווישע חזון איש איד וואס גייט נישט קיין שטריימל, וואס קען שוין זיין???
למעשה האבעך זיך ליידער ביטער צוגעלערנט אז ניין! ס'דא היימיש יודישע מאגאזינען וואס זנען אנגעפיקוועט מיט כל דבר אסור, ולא אאריך להשיב מפני (בית) הכבוד, ודי.
עכ"פ ווילעך דא עפענען א אשכולוואס זאל זיך קאצנעטרירערן און אביסעל ארימרעדן איבער די כשרות פון מאגאזינען. באמת וואלט איך אנגעהויבען אראפלייגען וועלכע מאגאזינען איך האלט פאר ריכטיג, אבער מ'עט נאך שרייען אויף מיר אז כ'בין א שפיאן פון דעם צי פון יענעם, זאג איך גארנישט ספעסיפיקלי.
אזויפיל וועל איך זאגען אלץ א ערשטע יסוד גיבט גארנישט פאר אייער קינדער אייעדער איר ליינט עס דורך! בפרט נישט אויב ס'איז א נייע מאגאזין וואס איר קענט נישט!
אויב קענט איר נישט ממש דורכליינען מדאשקע לדאשקא, איז כאטש א לייכטע איבערבליק! כ'האמיך שוין ליידער ביטער אפגעבריט, ולא אאריך כאמור.
די אייבערשטער זאל העלפען מ'זאל מיר צוגיין צו די לעכטיגע טעג מיט די ריכטיגע שכל אען מעזאל חלילה נישט קליא מאכן די הארות וואס קימען אראפ.

שטארקע נקודות.
איך האב טאקע וועגן דעם אויפגעהערט צו קויפן די אזוי גערופענע "היימישע" חסידישע וועכענטליכע צייטונגען. די מחלוקת און ליצנות פון ערליכע אידן דארט ווייל זיי האלטן אנדערש ווי דיר אין א געוויסע נושא האט מיך פארגרוילט.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך מיין אז די אשכול גייט אריין אין די קאטעגאריע פונעם קעפל

נאכן אמאכן א סערטש אין אייוועלט אויף די ווארט "כפירה און אפיקורסות" קומט ארויף די אשכול די ערשטע....
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

ידעתי האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:ביי אינז חסידישע אידעלעך ווייסט מען אז וויכטיגער ווי א וואס מנעמט אריין אין מויל זאל זיין כשר איז נאך וויכטיגער אז וואס ס'גייט ארויס פון מויל זאל זיין כשרס...
היינט קעמען זאגען אז די עיקר איז וואס גייט אריין אין די אויגען זאל זיין כשר...
אקעפאנעם, מ'זעמיר ב"ה סדא א שפע סקומט ארויס א שלל פון לייען מאטריעל לכבוד יאנטעף. ני א חסידישער איד אידאך פארנימען אין די טעג מיט די מצוות היום, און אין די פאר איבעריגע מינוטען לערנט מען א שטיקל מנחת חינוך צי א שער המלך וואס איז מעורר דאס הארץ צי די געהויבענע טעג,
אבער די בני בית ברויך דאך אויך עפעס צו ליינען, אין אז די שכיינעס אין פריינדינעס זאלען זיין געזונט און שטארק קויפען זיך אלע מיני מאגאזינען אין דעם אמעריקאנעם שפראך און אין די טמא'נע שפראך, איז מה נענה אנן אבתריה, מיז מען דאך זיכער אלעס וואס יודיש אוודאי קויפען, אז מ'איז שוין אזוי עקסטרעם אין מ'קויפט נישט אפילו דעם טריפהנעם "מאכאשאבא" צו "חאכמא" מאגאזין בין איך דעך שוין אזוי ציריקגעשטאנען... עפעס מיז מען דאך נאכגעבען
איך פלעג אמאל האלטען אז אלעס אין אידיש איז פיין... ערגסטענס וועט מיין יונגעל ליינען וועגען עפעס א אדמיראל אין מיליטער צי וואס, צי א אינטערוויו מיט א ליטווישע חזון איש איד וואס גייט נישט קיין שטריימל, וואס קען שוין זיין???
למעשה האבעך זיך ליידער ביטער צוגעלערנט אז ניין! ס'דא היימיש יודישע מאגאזינען וואס זנען אנגעפיקוועט מיט כל דבר אסור, ולא אאריך להשיב מפני (בית) הכבוד, ודי.
עכ"פ ווילעך דא עפענען א אשכולוואס זאל זיך קאצנעטרירערן און אביסעל ארימרעדן איבער די כשרות פון מאגאזינען. באמת וואלט איך אנגעהויבען אראפלייגען וועלכע מאגאזינען איך האלט פאר ריכטיג, אבער מ'עט נאך שרייען אויף מיר אז כ'בין א שפיאן פון דעם צי פון יענעם, זאג איך גארנישט ספעסיפיקלי.
אזויפיל וועל איך זאגען אלץ א ערשטע יסוד גיבט גארנישט פאר אייער קינדער אייעדער איר ליינט עס דורך! בפרט נישט אויב ס'איז א נייע מאגאזין וואס איר קענט נישט!
אויב קענט איר נישט ממש דורכליינען מדאשקע לדאשקא, איז כאטש א לייכטע איבערבליק! כ'האמיך שוין ליידער ביטער אפגעבריט, ולא אאריך כאמור.
די אייבערשטער זאל העלפען מ'זאל מיר צוגיין צו די לעכטיגע טעג מיט די ריכטיגע שכל אען מעזאל חלילה נישט קליא מאכן די הארות וואס קימען אראפ.

שטארקע נקודות.
איך האב טאקע וועגן דעם אויפגעהערט צו קויפן די אזוי גערופענע "היימישע" חסידישע וועכענטליכע צייטונגען. די מחלוקת און ליצנות פון ערליכע אידן דארט ווייל זיי האלטן אנדערש ווי דיר אין א געוויסע נושא האט מיך פארגרוילט.

:lol:
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער פותח האשכול האט אנגערירט א נקודה בנוגע ליין-מאטריאל, און באמת איז עס א וויכטיגע נקודה און אן אחריות פון א טאטע צו וויסן וואס מ'גיט פאר די קינדער אין די אויגן צו נעמען, פונקט ווי מ'גיט אכט וואס מגיט אין מויל צו נעמען, און די גדרים דארף יעדער מחליט זיין גענוי ווי ביי הכשרים אויף מאכלים.

אבער אין מיין נער'ישע מח שפילט זיך יעדע יו"ט אפ גאנץ אן אנדערע ווייטאג, אל תאמר שהימים הראשונים היו טובים מאלה, עס איז שווער יעדעס מאל צו קומען מיטן 'אמאל' און דערציילן פארוואס מיט 25 יאר צוריק איז א חסידישע שטוב געווען 'בעטטער-אפפ' איידער די אלע זשורנאלן און בילדער העפטן האבן אנגעפילט די פוליצעס, גענוי ווי איידער די אלע כאזעריי און נאשעריי האבן אנגעפילט די פוליצעס, אבער עס איז שווער זיך איינצוהאלטן, די מחשבות לויפן אלעמאל אין יענע ריכטונג.

אין אונזערע קינדער יארן זענען ערשינען די צוויי היימישע צייטונגען 'דער איד' און 'די צייטונג' לויט וויפיל מיין זכרון דינט האבן זיי ניטאמאל צוגעשטעלט 'ספעציעלע ביילאגעס' פאר ימים טובים, נאר צווישן די בלעטער זענען געווען יום טוב ארטיקלען, ווי הלכות און מעשיות וכדו', אויסער דעם איז געווען די קליינע העפטן ווי אידישע ליכט, אידישע קוואל וכדו'

די קינדער האבן געליינט דאס ביסל ליין-מאטריאל און זיך באגנוגט דערמיט, און די עלטערן האבן געהאט צייט צו לערנען מיט די קינדער, עס גייט נישט ארויס פון זכרון די פילע בתי מדרשים מיט שיעורי תורה ברבים, טאטעס האבן געברענגט אינגלעך און בחור'ליך צו הערן קהלת פון רבי שמעי שליט"א, א פלפול פון הרב ביק שליט"א און א חול המועד דרשה פונעם רבי'ן שליט"א (זי"ע) ולבהחל"ח דער קרית יואל'ער רב שליט"א (אביסל שפעטער) אין די ויואל משה זאלן.

די ווייסע העמעדליך אויף די קינדער מיט א בלויע געשטריקטע וועסטל, א פלאסטיק בעג מיט א מאראנץ און א פאטעיטא טשיפ, הויזן-טרעגער פון אונטערן וועסטל און א בלויע הויזן געקויפט ביי וויזנער, פאטענט באקל-שיך ביי יאנקלס אין די גויאישע געגנט, און פלאסטישע ברילן פון רייט-סייט, אויב איז געווען קיל האט מען געטראגן א בלעיזער אדער 'וועדערטעימער' ליכטיג בלויע רעגן זשעקעט, די בענדל צוגעבינדן צום טשין וואס האט געלאזט א צייכן ביז מנחה, און אין א טאש א פלעכטער וואס מ'האט באקומען פסח פאר אפיקומן.

די קינדער זענען געווען צופרידן....

היו ימים, ווי נעמט מען די קינדער יארן אזוי שנעל אוועקגעפארן.....
אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 25, 2011 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dont care »

מיללער האט געשריבן:דער פותח האשכול האט אנגערירט א נקודה בנוגע ליין-מאטריאל, און באמת איז עס א וויכטיגע נקודה און אן אחריות פון א טאטע צו וויסן וואס מ'גיט פאר די קינדער אין די אויגן צו נעמען, פונקט ווי מ'גיט אכט וואס מגיט אין מויל צו נעמען, און די גדרים דארף יעדער מחליט זיין גענוי ווי ביי הכשרים אויף מאכלים.

How do we bring this back I mean the blazer
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אזוי גוט אראפגעלייגט הרב מיללער! און מיינע צייטען, א ביסעל פאר אייערע, איז מען געווען צופרידען מיט נאך ווייניגער. עס דערמאנט מיר אינעם דזאוק אז א טאטע זאגט פארען קינד ער זאל זיין וואויל אין חדר; פרעגט דער קינד "און וואס וועסטו מיר געבען"? זאגט אים דער טאטע "ווען מיר זענען געווען קינדער זענען מיר געווען גוד-פאר-נאטינג".

אין מיינע צייטען איז מען געווען גוד פאר נאטינג; די גרעסטע הנאה וואס א קינד האט געקענט האבען איז געווען אהיים צו ברענגען א גוטע ריפארט קארד, און א האנער סירטיפיקעט סוף יאר און זעהן דער שמייכל ביי די עלטערען. דער דור פון נאך דער מלחמה פון וואס איך בין שוין פון די אינגערע (די געספוילטע שוין), אבער נאכאלץ עס מיט געלעבט, זענען באמת געווען א אויסטערלישע געלונגענע באנטש. זיי וועלען נאך גאר א סאך ווערען באשריבען; זענען דא טויזענטער און טויזענטער אויף וועם מען וועט קענען ארויס געבען ביכער. איך קוק אן א סאך פון די היינטיגע 60 און 70 יעריגער מיט התפעלות.

ותשקוט הארץ ארבעים שנה; פערציג יאר האט דער באשעפער געגעבען מנוחה פאר כלל ישראל זיך צוריק אויף בויען; נאכדעם (נאך תשמ"ה בערך) האבען זיך אלע צרות אנגעהויבען. די קערענדלעך פון די אינטערנעט עפאכע האט זיך שוין דעמאלט אנגעהויבען און מען זעהט נישט קיין עק. זאל שוין דער באשעפער מרחם זיין און שיקען משיח צדקינו איידער עס ווערט חלילה נאך ערגער.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:17 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

מיללער האט געשריבן:דער פותח האשכול האט אנגערירט א נקודה בנוגע ליין-מאטריאל, און באמת איז עס א וויכטיגע נקודה און אן אחריות פון א טאטע צו וויסן וואס מ'גיט פאר די קינדער אין די אויגן צו נעמען, פונקט ווי מ'גיט אכט וואס מגיט אין מויל צו נעמען, און די גדרים דארף יעדער מחליט זיין גענוי ווי ביי הכשרים אויף מאכלים.

אבער אין מיין נער'ישע מח שפילט זיך יעדע יו"ט אפ גאנץ אן אנדערע ווייטאג, אל תאמר שהימים הראשונים היו טובים מאלה, עס איז שווער יעדעס מאל צו קומען מיטן 'אמאל' און דערציילן פארוואס מיט 25 יאר צוריק איז א חסידישע שטוב געווען 'בעטטער-אפפ' איידער די אלע זשורנאלן און בילדער העפטן האבן אנגעפילט די פוליצעס, גענוי ווי איידער די אלע כאזעריי און נאשעריי האבן אנגעפילט די פוליצעס, אבער עס איז שווער זיך איינצוהאלטן, די מחשבות לויפן אלעמאל אין יענע ריכטונג.

אין אונזערע קינדער יארן זענען ערשינען די צוויי היימישע צייטונגען 'דער איד' און 'די צייטונג' לויט וויפיל מיין זכרון דינט האבן זיי ניטאמאל צוגעשטעלט 'ספעציעלע ביילאגעס' פאר ימים טובים, נאר צווישן די בלעטער זענען געווען יום טוב ארטיקלען, ווי הלכות און מעשיות וכדו', אויסער דעם איז געווען די קליינע העפטן ווי אידישע ליכט, אידישע קוואל וכדו'

די קינדער האבן געליינט דאס ביסל ליין-מאטריאל און זיך באגנוגט דערמיט, און די עלטערן האבן געהאט צייט צו לערנען מיט די קינדער, עס גייט נישט ארויס פון זכרון די פילע בתי מדרשים מיט שיעורי תורה ברבים, טאטעס האבן געברענגט אינגלעך און בחור'ליך צו הערן קהלת פון רבי שמעי שליט"א, א פלפול פון הרב ביק שליט"א און א חול המועד דרשה פונעם רבי'ן שליט"א (זי"ע) ולבהחל"ח דער קרית יואל'ער רב שליט"א (אביסל שפעטער) אין די ויואל משה זאלן.

די ווייסע העמעדליך אויף די קינדער מיט א בלויע געשטריקטע וועסטל, א פלאסטיק בעג מיט א מאראנץ און א פאטעיטא טשיפ, הויזן-טרעגער פון אונטערן וועסטל און א בלויע הויזן געקויפט ביי וויזנער, פאטענט באקל-שיך ביי יאנקלס אין די גויאישע געגנט, און פלאסטישע ברילן פון רייט-סייט, אויב איז געווען קיל האט מען געטראגן א בלעיזער אדער 'וועדערטעימער' ליכטיג בלויע רעגן זשעקעט, די בענדל צוגעבינדן צום טשין וואס האט געלאזט א צייכן ביז מנחה, און אין א טאש א פלעכטער וואס מ'האט באקומען פסח פאר אפיקומן.

די קינדער זענען געווען צופרידן....

היו ימים, ווי נעמט מען די קינדער יארן אזוי שנעל אוועקגעפארן.....

יא יא, וואו נעמט מען די יונגע יארן....
היינט קען מען נישט ארויס פון שטוב בעפאר מ'האט נישט געענדיגט אלע מאגאזינען און אלע קינדערשפיל קאמיקס און נאוועל מעשה ביכלעך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

מיללער האט געשריבן:דער פותח האשכול האט אנגערירט א נקודה בנוגע ליין-מאטריאל, און באמת איז עס א וויכטיגע נקודה און אן אחריות פון א טאטע צו וויסן וואס מ'גיט פאר די קינדער אין די אויגן צו נעמען, פונקט ווי מ'גיט אכט וואס מגיט אין מויל צו נעמען, און די גדרים דארף יעדער מחליט זיין גענוי ווי ביי הכשרים אויף מאכלים.

אבער אין מיין נער'ישע מח שפילט זיך יעדע יו"ט אפ גאנץ אן אנדערע ווייטאג, אל תאמר שהימים הראשונים היו טובים מאלה, עס איז שווער יעדעס מאל צו קומען מיטן 'אמאל' און דערציילן פארוואס מיט 25 יאר צוריק איז א חסידישע שטוב געווען 'בעטטער-אפפ' איידער די אלע זשורנאלן און בילדער העפטן האבן אנגעפילט די פוליצעס, גענוי ווי איידער די אלע כאזעריי און נאשעריי האבן אנגעפילט די פוליצעס, אבער עס איז שווער זיך איינצוהאלטן, די מחשבות לויפן אלעמאל אין יענע ריכטונג.

אין אונזערע קינדער יארן זענען ערשינען די צוויי היימישע צייטונגען 'דער איד' און 'די צייטונג' לויט וויפיל מיין זכרון דינט האבן זיי ניטאמאל צוגעשטעלט 'ספעציעלע ביילאגעס' פאר ימים טובים, נאר צווישן די בלעטער זענען געווען יום טוב ארטיקלען, ווי הלכות און מעשיות וכדו', אויסער דעם איז געווען די קליינע העפטן ווי אידישע ליכט, אידישע קוואל וכדו'

די קינדער האבן געליינט דאס ביסל ליין-מאטריאל און זיך באגנוגט דערמיט, און די עלטערן האבן געהאט צייט צו לערנען מיט די קינדער, עס גייט נישט ארויס פון זכרון די פילע בתי מדרשים מיט שיעורי תורה ברבים, טאטעס האבן געברענגט אינגלעך און בחור'ליך צו הערן קהלת פון רבי שמעי שליט"א, א פלפול פון הרב ביק שליט"א און א חול המועד דרשה פונעם רבי'ן שליט"א (זי"ע) ולבהחל"ח דער קרית יואל'ער רב שליט"א (אביסל שפעטער) אין די ויואל משה זאלן.

די ווייסע העמעדליך אויף די קינדער מיט א בלויע געשטריקטע וועסטל, א פלאסטיק בעג מיט א מאראנץ און א פאטעיטא טשיפ, הויזן-טרעגער פון אונטערן וועסטל און א בלויע הויזן געקויפט ביי וויזנער, פאטענט באקל-שיך ביי יאנקלס אין די גויאישע געגנט, און פלאסטישע ברילן פון רייט-סייט, אויב איז געווען קיל האט מען געטראגן א בלעיזער אדער 'וועדערטעימער' ליכטיג בלויע רעגן זשעקעט, די בענדל צוגעבינדן צום טשין וואס האט געלאזט א צייכן ביז מנחה, און אין א טאש א פלעכטער וואס מ'האט באקומען פסח פאר אפיקומן.

די קינדער זענען געווען צופרידן....

היו ימים, ווי נעמט מען די קינדער יארן אזוי שנעל אוועקגעפארן.....

איי מיללער, זיסע זכרונות! אקוראט, אוטענטיש און קאמיש. נוסח מיללער.

מיינע וועכנטליכע היילייטס: די ווערטער-פאזל אין דער איד אויף זייט 21 (פון ר' אורי שווארץ, אויב איך האב נישט קיין טעות), מחניים ביכלעך, קליינע זאכן פון די גרויסע וועלט אין די אידישע ליכט, די חידות און עצות אין די עונג שבת, וועלכע האט אויך צוגעשטעלט ציענדע "דאן אלפאנסא" פארזעצונגען. בערל שווארץ'ס מאמרים אין די צייטונג, יפה בעתו, אלישב כהן, ועוד. זה בכה וזה בכה, אבער קיין לאקשן האט מען נישט געשטאפט אין אונזערע קעפ.

אבער דער חכם מכל אדם האט שוין געזאגט אל תאמר מה היה שהימים הראשנים היו טובים מאלה כי לא מחכמה שאלת על זה. טאקע אין די דאזיגע וועלט פון מאטריאליסטישע חשכות שיינען ארויס די הערליכע גמרא בלעטער פון קינד און קייט, גרויס און קליין. אמת אז די פנימיות און די אטמאספערע אין אלגעמיין איז נישט די זעלבע ווי אמאל, אבער א ראש בית אב א בעל אחריות מאכט זיכער אז זיין שטוב זאל כאטש פארמאגן א 'שמעק' פון אמאל, און "ליינווארג" שפילט א גרויסע ראלע.
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

די וועלט זאגט: ווען ווערט מען אלט? ווען מ'הייבט אן באוויינען די היינטיגע יוגנט.
מיללער, ביזט נאכנישט אזוי אלט... האסט נאך צייט פאר די סארט שפראך.
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

דעפרעסט האט געשריבן:די וועלט זאגט: ווען ווערט מען אלט? ווען מ'הייבט אן באוויינען די היינטיגע יוגנט.
מיללער, ביזט נאכנישט אזוי אלט... האסט נאך צייט פאר די סארט שפראך.

הה"ד לץ אחד דוחה וכו'
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

מיללער האט געשריבן:דער פותח האשכול האט אנגערירט א נקודה בנוגע ליין-מאטריאל, און באמת איז עס א וויכטיגע נקודה און אן אחריות פון א טאטע צו וויסן וואס מ'גיט פאר די קינדער אין די אויגן צו נעמען, פונקט ווי מ'גיט אכט וואס מגיט אין מויל צו נעמען, און די גדרים דארף יעדער מחליט זיין גענוי ווי ביי הכשרים אויף מאכלים.

אבער אין מיין נער'ישע מח שפילט זיך יעדע יו"ט אפ גאנץ אן אנדערע ווייטאג, אל תאמר שהימים הראשונים היו טובים מאלה, עס איז שווער יעדעס מאל צו קומען מיטן 'אמאל' און דערציילן פארוואס מיט 25 יאר צוריק איז א חסידישע שטוב געווען 'בעטטער-אפפ' איידער די אלע זשורנאלן און בילדער העפטן האבן אנגעפילט די פוליצעס, גענוי ווי איידער די אלע כאזעריי און נאשעריי האבן אנגעפילט די פוליצעס, אבער עס איז שווער זיך איינצוהאלטן, די מחשבות לויפן אלעמאל אין יענע ריכטונג.

אין אונזערע קינדער יארן זענען ערשינען די צוויי היימישע צייטונגען 'דער איד' און 'די צייטונג' לויט וויפיל מיין זכרון דינט האבן זיי ניטאמאל צוגעשטעלט 'ספעציעלע ביילאגעס' פאר ימים טובים, נאר צווישן די בלעטער זענען געווען יום טוב ארטיקלען, ווי הלכות און מעשיות וכדו', אויסער דעם איז געווען די קליינע העפטן ווי אידישע ליכט, אידישע קוואל וכדו'

די קינדער האבן געליינט דאס ביסל ליין-מאטריאל און זיך באגנוגט דערמיט, און די עלטערן האבן געהאט צייט צו לערנען מיט די קינדער, עס גייט נישט ארויס פון זכרון די פילע בתי מדרשים מיט שיעורי תורה ברבים, טאטעס האבן געברענגט אינגלעך און בחור'ליך צו הערן קהלת פון רבי שמעי שליט"א, א פלפול פון הרב ביק שליט"א און א חול המועד דרשה פונעם רבי'ן שליט"א (זי"ע) ולבהחל"ח דער קרית יואל'ער רב שליט"א (אביסל שפעטער) אין די ויואל משה זאלן.

די ווייסע העמעדליך אויף די קינדער מיט א בלויע געשטריקטע וועסטל, א פלאסטיק בעג מיט א מאראנץ און א פאטעיטא טשיפ, הויזן-טרעגער פון אונטערן וועסטל און א בלויע הויזן געקויפט ביי וויזנער, פאטענט באקל-שיך ביי יאנקלס אין די גויאישע געגנט, און פלאסטישע ברילן פון רייט-סייט, אויב איז געווען קיל האט מען געטראגן א בלעיזער אדער 'וועדערטעימער' ליכטיג בלויע רעגן זשעקעט, די בענדל צוגעבינדן צום טשין וואס האט געלאזט א צייכן ביז מנחה, און אין א טאש א פלעכטער וואס מ'האט באקומען פסח פאר אפיקומן.

די קינדער זענען געווען צופרידן....

היו ימים, ווי נעמט מען די קינדער יארן אזוי שנעל אוועקגעפארן.....

איי הרב מיללער, איר דערמנאט מיך זיסע זכרונות... זעט אויס אונז זעמיר די איינציגסטע "אלטע" אידן דא וואס געדענקען נאך וואס ס'האט געהייסט אז מעווארט אויס א גאנצע וואך די עונג שבת צי די אידישע ליכט זאל שוין אנקומען.... אין נאכדעם קריגט מען זיך ארים ווער ס'קריגט עס ערשט, לאה'לע שרייט איך באקום עס ערשט משה'לע זאגט די האסט עס שוין געהאט לעצטע ואך... אזוי אינציווישען זיי הרג'ענען זיך ארים געב איך עס א כאפ ארויס אין איך לייען דורעך... איך האב ניטאמאל געברויכט ליינען ווייל האלב האבעך שוין געקענט פינאויסענווייניג, אבער יעדעס מאל האט עס געהאט א באזינדערע געשמאק... אויסער די תוכנדיגע סיפורי צדיקים איז געווען זיסע מעשה'לעך און ידיעות פאר פסח האב איך שוין אויסגעווארט צי קענען ליינען די זאפטיגע מעשה פון רעב גאדל (איינער פון די "אלטע" דור ווייסט וואס איך רעדט?) וואס מ'האט איבערגעדריקט יעדע יאר... און איינער געדענקט נאך "אבער פאפא אבער זיינוויל" וואס איך פלעגס איבערליינען יעדע סוכות??? (אה פאר דעם מוז מען שוין זיין א עלטער זיידע צי געדענקען...)
איי סקרענטאנער רבי איר האט מיר אויפגעמישט א ים פין זיכרוינעס, אפשר וועט מען מאכען צייט אין שרייבען אביסעלע מער איבער די אמאליגע אויסגאבעס
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”