משה כהן האט געשריבן:זאלץוואסער האט געשריבן:איך האב געליינט דעם אינטערסאנט אויבערפלעכליך. דאס מערסטע האט מיר געפעלן די דרשה וואס זיי ברענגען אראפ פון הרב מלאך, עס איז אבער עפעס וואס איך ליין שוין היינט צו טאג וועכענטליך אין די אפיציעלע גליון "שירת המלאכים" פון הרב מלאך אין די "גליונות לש"ק, וואס קומט ארויס יעדע וואך, וואס דארט איז עס פון אים אפיציעל. ווייס עך נישט פון וואו זיי האבן די דרשה, צו האט הרב מלאך עפעס מיט דעם אינטערסאנט? ווייל דאס וועט מיר שוין זיין איינמאל אינטערסאנט...
איך וואלט זייער געוואלט וויסן צו הרב מלאך שיקט די סחורה אדער זיי נעמען דאס פון די זעלבע שעלוו ווי איך נעם עס. ס'מאכט א גרויסע דיפערענץ לענ"ד.
אויב וועט אינטערסאנט "איבערשרייבן" אנדערע אויסגאבעס און "נאכמאכען" יענעם. איז ער בכלל נישט אינטערסאנט, מיר ליינען שוין א האלב יאר די שירת המלאכים וועכענטליך, זיי דארפן אויפקומען מיט עפעס בעסער'ס.
איך וויל נישט אריינגיין אין צופיל פרטים, אבער וויפיל איך בין באקאנט האט מערכת 'אינטערעסאנט' שוין געפלאנט און ערהאלטן די פילע הסכמה פון הר"ר אברהם מרדכי שליט"א צו דריקן זיינע מאמרים, א לאנגע תקופה פאר די גליון שירת המלאכים האבן אנגעהויבן צו אפשרייבן זיינע שיעורים, ואכמ"ל.
באמת ליגט אויפ'ן טיש פון די חברי המערכת אסאך רייכע און אינטערעסאנטע אפציעס און געדאנקען פאר די קומענדיגע אויסגאבעס, און דעריבער איז געווען א גרויסע קלער אז מען זאל נישט ממשיך זיין אין די קומענדיגע אויסגאבע מיט'ן דריקן די מאמרים פון הר"ר אברהם מרדכי שליט"א.
אבער אזוי ווי זייער אסאך מענטשען האבן אריינגעשיקט און איבער געגעבן פאר'ן מערכת, ווי שטארק זיי האבן הנאה געהאט פון די הערליכע קאלום, צווישן זיי אסאך בחורי חמד תלמידי הישיבות וואס האבן ארויסגענומען פונעם תשרי שמועס שטארקע דברי חיזוק צו שטייגן בהתמדת התורה, בפרט ווען מען שטעלט נישט אריין א גאנצע דרשה אדער שיעור, נאר חלקים און געדאנקן איבער א געוויסע נושא, ממילא האפט מען בעז"ה ווייטער צו ממשיך זיין מיט די הערליכע 'קאלום, פאר די צופרידענהייט און הנאה פון אונזערע חשובע ליינער.
ווי אויך פלאנט די מערכת כסדר צו גיין מעלה מעלה, און אהערשטעלן פאר זייערע צופרידענע ליינער, רייכע און אינהאלטסרייכע ארטיקלן אין פארשידענע אינטערעסאנטע טעמעס.