רבי דוד'ל טווערסקי מסקווירא זצ"ל - ט"ו כסלו תר"פ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

רבי דוד'ל טווערסקי מסקווירא זצ"ל - ט"ו כסלו תר"פ

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 2:18 pm

הרה"ק ר' דוד'ל סקווערער איז געבוירן צו זיין פאטער הרה"ק ר' איציקל סקווערער (זיבעטער זוהן פונעם טשערנאבילער מגיד) און צו זיין מאמע הרבנית חנה סימא (טאכטער פון ר' הערשעלע סקווערער נכד בא"ב פונעם הייליגען בעל שם) י"ד ניסן ערב פסח תר"ח (ער איז געווען דאס פערטער קינד ביים רבין ר' איציקל, וואס ווי באקאנט זענען זייערע נעמען געווען ווי דער שם אדנ"י א'ברהם יהושע העשיל, ד'וד, מנחם נ'חום, י'שראל), שפעטער ווען זיין פאטער האט אמאל גערעדט וועגן ר' דוד'ל האט ער זיך אויסגעדרוקט דברים עתיקים מיין דוד'ל איז געבוירן ווען ס'איז ביי מיר גאר קיין חמץ נישט געווען', ביים ברית וועלכע איז פארגעקומען שביעי של פסח האט מען איהם א נאמען געגעבן דוד נאך דער זיידע ר' דוד לאה'קעס ביי וועמען דער טשערנאבילער מגיד איז געווען אן איידעם (בזוו"ש) און וועמענס יארצייט געפאלט בו ביום.
אלס יונג קינד האט מען ביי איהם געזעהן א געוואלדיגער אפגעהיטנקייט און פרישות, ווען זיין מאמע האט איהם נאכגעקוקט האט זי באמערקט אז ווען מען ברענגט איהם אריין די וועטשערע עסט ער דערפון בלויז א ביסל און דאס איבעריגע גיבט ער ארויס פאר א נצרך מיט וועמען ער האט געהאט אפגעמאכט, האט זיין פאטער איהם אנגעפאנגען נאכצוקוקן וואס ער לערנט און פון ווי ער נעמט די השגות זיך מסגף צו זיין, און ווען ער האט באמערקט אז ער לערנט ראשית חכמה מיט אנדערע מוסר ספרים, האט ער איהם געהייסן אז ער זאל טוישן זיינען לימודים און לערנען ענדערש די ספרים שערי תשובה פון רבינו יונה מיט שערי קדושה פון ר' חיים וויטאל.
נאך דער פטירה פון ר' איציקל סקווערער איז ר' דודל געפארן וואוינען קיין כעמעלניק (אוקראינה) ווי די סקווירא חסידים פון שטאט האבן איהם אויפגעשטעלט א הויף, נאכן וואוינען פאר עטליכע יאהר אין חמעלניק האט אויסגעבראכן א שריפה און דער גאנצער הויף האט אפגעברענט, דאן האט ער זיך צוריק געקערט קיין סקווירא ווי חסידים האבן איהם אפגעקויפט א הויף פון א פריץ.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 2:18 pm

דער חסיד ר' זיידל שוחט פון קעשינוב האט פארציילט פארוואס ער איז געווארן א חסיד פונעם רבי'ן ר' דוד'ל, נאך די פטירה פונעם רבי'ן ר' איציקל האב איך נישט געוואוסט וואס צו טוהן, צו וועמען פון די קינדער איך זאל זיך מקשר זיין, אזוי טראכטענדיג בין איך אנטשלאפן געווארן, האב איך זיך געחלומ'ט ווי איך שטיי אין שוהל יום כפור בייטאג און מען זינגט 'נחשב כצג באיתון' מיטן באקאנטער תנועה, ווען מען האט אויסגעפירט דאס ווארט 'קדוש' האט דער רבי ר' איציקל געצייגט מיטן פינגער אויפן זוהן ר' דוד'ל, איך האב פארשטאנען דעם רמז און דעריבער בין געווארן דעם רבין ר' דוד'לס חסיד.
דער חסיד ר' אשר סופר איז געווען א זוהן פון ר' שמעון סופר דער קראקעווער רב (יונגסטער זוהן פונעם חתם סופר, ר' שמעון האט געהאט נאך קינדער פוילישער חסידים), ער האט חתונה געהאט קיין בארדיטשוב ווי ער איז געווען אן איידעם ביי די מאגאזאניק'ס וועלכע זענען געווען א בארימטער משפחה פון תורה וגדולה, היות ווי די מאגאזאניק'ס זענען געווען סקווערער חסידים איז ר' אשר געווארן א פארברענטער חסיד עד כדי כך אז ער איז געווען בעל תוקע ביים רבי'ן ר' דוד'ל (איין יאר האט ר' דוד'ל נאכן דאווענען אריין גערופן צו זיך אן אנדערער זאל איהם איבער בלאזן די תקיעות, ס'איז געווען א פלא, אבער שפעטער מוצאי ר"ה איז געקומען א טעלעגראם אז ר' אשר'ס מאמע איז נפטר געווארן, און אזוי איז דאך ר' אשר געווען אן אונן), ווען ר' אשר איז אמאל אהיים געפארן צו זיינע עלטערן האבן די משפחה איהם געטשעפעט, וואס האסטו געזעהן דארט? האסטו דען געזען רוח הקודש? האט ר' אשר געזאגט, צו איך האב געזעהן רוח הקודש ווייס איך נישט, אבער דאס קען איך אייך יא זאגן אז די גאנצע ברייתא פון ר' פנחס בן יאיר וועלכע רעכנט אויס וויאזוי צו צוקומען צו רוח הקודש (זהירות, זריזות, נקיות, פרישות, טהרה, קדושה, ענוה, יראת חטא, חסידות) דאס האב איך זיכער יא געזען דארט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 2:21 pm

ר' דוד'ל איז געווען א מורא'דיגער שתקן ער פלעגט קענען זיצן שעות ע"ג שעות און שווייגן, האט מען איהם אמאל געפרעגט וויאזוי ער קען אזויפיל שווייגן און צו ער ווערט נישט אויסגעמוטשעט, האט ער געזאגט: מען שווייגט און מען שווייגט און אז מען ווערט אויסגעמוטשעט רוהט מען זיך אפ און מען שווייגט ווייטער, א שרייבער וועלכע האט אמאל באזוכט אין סקווער האט אמאל אראפ געלייגט וואס ער האט געזעהן, עס זיצט איינער אינדערמיט און שווייגט דער עולם שטייט ארום און שטופט זיך צו הערן ווי ער שווייגט, אבער די חסידים זענען געווען גענוג בעלי השגה צו פארשטיין אויפן רמז, און ווי זיין זוהן ר' יעקב יוסף האט אמאל פארציילט מיט א קאך 'ווען דער טאטע פלעגט אריין קומען פרייטיג צונאכטס אין בית מדרש איז נישט געווען קיין איינער וואס האט נישט מהרר בתשובה געווען, אזוי אויך ווען מען האט געפרעגט פארוואס מען האט נישט געזאגט קיין תקיעות שופר דרשה האט ער געזאגט ווען מען האט געזעהן דעם טאטן אריין קומען צו תקיעות שופר איז דאס שוין געווען די גרעסטע תקיעות שופר דרשה
אזוי אויך איז ער געווען א געוואלדיגער בעל מעצר, אמאל איז ער געווען אין קעשינוב אויף שבת מברכים שבט, און פארטאגס איז ער געגאנגען אין מקוה (ער פלעגט גיין עטליכע מאל א טאג אין מקוה), עס איז געווען טינקל און דעריבער איז ער אריין געפאלן אינעם בור מיט די בגדים, דער בעדער וועלכע האט געהערט דעם רעש האט געמיינט אז א בעל חי איז אריין געפאלן, האט ער גענומען א שיסל קאכעדיגע וואסער און ארויף געגאסן אויף איהם, אבער ווען ער האט געזעהן אז ס'רוקט זיך האט ער זיך גענומען קלאפן אויף איהם, ר' דוד'ל איז ארויסגעקומען כאלו לא היה זיך אויסגעטוהן די בגדים און צוריק אריין אין מקוה זיך געטובל'ט אין ארויס, ער האט פאר קיינעם גארנישט געזאגט, און ווייטער געפירט דעם שבת, נאך מעריב מוצאי שבת האט ער זיך אנגערופן אז ער מיינט מ'קען רופן א דאקטאר, דער דאקטאר איז געקומען אין איהם בודק געווען, אבער ווען ער האט געזעהן אז עס רירט איהם גארנישט האט ער אנגעפאנגן צו דרוקן שטארק, ווי נאר ער האט איהם געדרוקט האט ר' דוד'ל אוועק געחלישט פון גרויס צער, ער איז פון דעם אפגעליגן דערנאך זעקס וואכן אין בעט, עד כדי כך איז דאס געווען א נס אז ווען דער סקווערער רבי ז"ל איז געווען אין קעשינוב האט ער געמאכט א ברכה בשם ומלכות ברוך שעשה נס לאבותי במקום הזה.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 2:22 pm

ווען דער סקווערער רבי ז"ל האט געוואוינט אין וויליאמסבורג האבן רבנים געבעטן ער זאל עפעס פארציילן איבער זיין טאטן, האט ער זיך אנגערופן 'א איד וואס האט געארבעט א יאר זיבעציג אז ס'זאל נישט זיין פון איהם וואס צו פארציילן ווילט איר אז איך זאל פארציילן פון איהם'.
עס איז זייער פאסיג דאס וואס ר' משה מרדכי ממקארוב האט אויף איהם געזאגט 'ווען אונז ביידע שטעלן זיך צוזאמען ווערט עפעס א גאנצע זאך, איך ווייס דאך גארנישט וואס טוט זיך אין הימל און איר ווייסט דאך גארנישט וואס טוט זיך דא אונטן'.
בנוגע זיין גיין אין מקוה איז אינטערעסאנט, ווען זיין זוהן ר' אהרן האט חתונה געהאט אין באהוש ביי ר' איציקל באהושער, האט מען אינמיטן די חתונה געזוכט דעם מחותן ר' דוד'ל, מיטאמאל קומט ער אהן און ר' איציקל האט באמערקט אז די פיאות זיינע זענען נאס, האט זיך דער באהושער מחותן אנגערופן 'פון דא איז געדרונגן אז פאר די גאלדענע יויך דארף מען גיין אין מקוה'.
וועגן יענע חתונה ווערט זייער אסאך פארציילט, איינע פון די סיפורים איז אז ווען מען האט אריין געברענגט די פלייש איז געווען אין טעלער אזא מין איינטונקאכטץ, האט ר' דוד'ל געפרעגט דעם מחותן וואס איז דאס? האט ער געענטפערט, דאס איז א צושפייז צום פלייש, האט ר' דודל ווידער געפרעגט, און צו וואס דארף מען דאס? האט ער געענטפערט, דאס גיבט צו א טעם צו די פלייש, האט ר' דוד'ל אויף דעם געפרעגט, און צו וואס דארף מען דאס?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 2:39 pm

אן אויסשניט פון א צייטונג איבער א יארצייט סעודה וועלכע וועט פארקומען אין די מעזשעבוזשער בית מדרש אויף 48 ארטשארט סטריט, דאס איז אין יאר תרפ"ג דער דריטער יארצייט פון ר' דוד'ל (קרעדיט: הרב יונה לאנדא שליט"א)
צוגעלייגטע
tes_vuv.jpg
tes_vuv.jpg (26 KiB) געזעהן 6749 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 2:59 pm

א בילד פון ר' דוד'ל סקווערער ווי ער האט זיך ארויס געכאפט צו כאפן א טבילה אין וואָסער, מען קען באמערקן אז ער גייט ווייסע זאקן, ער האלט זיי בעקישע וויבאלד ער איז געגאנגען מיט לאנגע קליידער ביז צו דער ערד.
כ"ק מרן אדמו"ר ר' איציקל מראחמסטריווקא פארציילט אז אמאל איז ער אריין געקומען אין שטוב פון זיין שווער דער סקווערער רבי ז"ל און ער האט געזעהן ווי זיין שווער איז פארטוהן אין עפעס, ווען זיין שווער האט איהם באמערקט האט ער דאס געגעבן א דעק צו, שפעטער האט ער איהם געפרעגט צו ער ווייסט ווער דאס איז, האט ר' איציקל געענטפערט אז ער ווייסט נישט, אבער זיין שווער האט איהם גארנישט געזאגט נאר זיך פארקאכט און געזאגט די אויגן! די אויגן! שפעטער האט ער איהם געזאגט אז דאס איז געווען דער טאטע ז"ל.
צוגעלייגטע
KK_Mhred_edit.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 3:07 pm

אויב די קענסט ביטע אויסרעכענען זיינע יוצא חלציו וואס זענען ארויגעקומען קיין אמעריקא
ווי מהאט שוין דא אמאל געשמיסט קיקט אויס אז ער האט געהאט א היבשע חלק פון זיין משפחה קינדער אדער אייניקלעך וואס האבן דא געוואוינט

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 3:23 pm

קודם זיינע קינדער:
פון ערשטן זווג מיט די טאכטער פון ר' שלמה מסאווראן, 1) פיגא 2) ר' מרדכי 3) ר' משה 4) ר' שלמה 5) ר' מנחם נחום.
פון די צווייטע זווג מיט די טאכטער פון ר' אליקם געץ מאוסטראה, 1) ר' איציקל קעשינובער 2) ר' יעקב יוסף מקאלאראש וסקווירא-ארה"ב 3) ר' יודא לייב 4) הבחור פנחס 5) סימא
פיגא וועלכע איז געווען א כלה מיט די ינוקא פון סטאלין איז נפטר געווארן פאר די חתונה, ר' מרדכי, ר' משה, ר' שלמה זענען נפטר געווארן אין די מגיפה אין קיוב בשעת די פאגראמען אין יאר תר"פ, ר' יודא לייב וועלכע איז געווען אן איידעם אין קאלוב איז געהרג'ט געווארן אין קריג עטליכע וואכן נאך זיין חתונה צוזאמען מיט זיין ב"ב, פינחס און סימא האבן נישט געהאט חתונה געהאט ווען מ'איז אנטלאפן און זיי זענען געבליבן אונטערן אייזערנעם פארהאנג.

מיו"ח האבן דא געוואוינט

ר' איציקל זיין עלטסטער אייניקל וועלכע איז געווען ר' מרדכי'ס זוהן, ר' איציקל איז געווען דער פאטער פון ר' דוד'ל פון סקווער בארא פארק און ר' מאטל פון סקווער פלעטבוש.

דער פאלטיטשאנער רבי ר' אלעזר טווערסקי איז געווען א זוהן פון ר' שלמה.

ר' נחום האט געוואוינט אין בארא פארק און זיך גערופן סקווירא מאחנובקער רבי (ער איז געווען אן איידעם ביי ר' יוסף מאיר'ל ממאחנובקא).

כ"ק מרן אדמו"ר הרה"ק ר' יעקב יוסף מסקווירא זצוק"ל לה"ה

נחום בן ר' איציקל קעשינובער.

(חוץ דעם איז געווען א סקווערע רבי אין די בראנקס ר' איציקל וועלכע איז געווען ר' משה דן בראי"ה מסקוווירא זוהן, ער האט שפעטער געוואוינט אין תל אביב פון וואס ער איז באקאנט אלס ר' איציקל תל אביב'ר)
לעצט פאראכטן דורך בן בוזי אום דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 3:27 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 3:25 pm

תמונת בנו ר' יצחק (איציקל) מקישינוב ז"ל
צוגעלייגטע
Kesheniv.jpg

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 3:30 pm

הייסט דאס אז דער סקווערער רבי האט דא געהאט א ברודער ר' נחום וואס האט דא געוואוינט האט ער נאך געלעבט נאכן קריג ווען זיין ברודער איז אנגעקומען קיין אמעריקא?
אין וואס טיט זיך מיט קינדער פון אים איז פארהאנען?
אין וואס טיט זיך מיטן ברודער אין שוועסטער וואס זענען געבליבן פארשפארט אין רוסיא איז דא פון זיי דורות ערליכע?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 3:33 pm

בן בוזי,
דער "נחום בן ר' איציקל קעשינובער" וואס איז מיט אים, איז ער נישט געווען ערליך?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 3:56 pm

יאסל האט געשריבן:הייסט דאס אז דער סקווערער רבי האט דא געהאט א ברודער ר' נחום וואס האט דא געוואוינט האט ער נאך געלעבט נאכן קריג ווען זיין ברודער איז אנגעקומען קיין אמעריקא?
אין וואס טיט זיך מיט קינדער פון אים איז פארהאנען?
אין וואס טיט זיך מיטן ברודער אין שוועסטער וואס זענען געבליבן פארשפארט אין רוסיא איז דא פון זיי דורות ערליכע?


מען קען זיך לייכט פארשטעלן וואספארא געגועים די צוויי ברודער האבן געהאט זיך צו טרעפן נאך וואס פון די גאנצע משפחה איז גארנישט געבליבן חוץ די צוויי ברודער (ר' איציקל מיט ר' אהרן וועלכע זענען געווען אין קעשינוב זענען געהרג'ט געווארן דורך די דייטשן, נאר ר' יעקב יוסף וועלכע האט געוואוינט אין קאלאראש האט איבערגעלעבט), דעריבער וויל איך ברענגען דא א בריוו וואס דער סקווערער רבי ז"ל האט געשריבן צום ברודער פון בוקארעסט, דער בריוו איז דאטירט ערב סוכות תש"ו בוקארעסט

לכ' אחי יקירי ... מו"ה מנחם נחום שליט"א
אחדש"ה השמה בעת שקבלתי הדילג רב שהיה לי מזה אין לתאר על הכתב כי מכל משפחתינו מי יודע כמה נשארו והלב מלא אל כל גדותיו ובעת שמקבלים שום ידיעה ובפרט מאח נתעורר כל החושים ומרגישים כי יש עוד לקוות לשמוע ולהתראות וכי ח"ו לא נשאר גלמוד. כל הרפתקאות שעברו עלינו בעת שלא באנו במכתבים אי אפשר לעלות על הגליון ואיני רוצה במכתב הראשון אבל זה לכתוב בקיצור כי לא פעם אחד לאשר חשבתי כי יה' עוד זמן שתקבל עוד מכתב ממני כי הייתי בין ה' (=המתים, ער האט נישט געוואלט ארויס שרייבן דאס ווארט) והחיים ממש מעשה נסים עמי ותודה לה' על חסדו,
אבל הלב מלא יגון ואנחה מהחורבן העולם ומשפחתינו בכלל ובפרט ולבי ועיני במר תבכה לבי לבי על חלליהם ועיני עיני יורדה מים כי רחק ממני מנחם משיב נפשי וכלו בדמעות עיני וכו על שבת בת עמי וכו' ...
יש לי יסורים שלא נזכר בהדילג רב מבריאת ב"א הרב ר' יצחק שי' (ר' יצחק ב"ר מרדכי מב"פ) ולפלא כי שלחתי עוד שני טעליגראמות ולא קבלתי שום תשובה...
בתי פייגא מלכה ת' ת"ל באת בברית הנישואין עם בן הרה"צ חיים מאיר מוויזניצע חתן הרהצה"ק ר' זאב מראחמיסטריווקע וחלתה מיד ו"ל כעת מעט הוקל מחלתה אבל צריכים עוד לרחמים רבים השי"ת ישלח רפואה שלימה במהרה (דאס איז ר' מאטעלע מוויזשניץ'ס ערשטע רעביצין).
...


ליידער בשעת מען האט זיך געגרייט צו קומען קיין אמעריקא איז ער נסתלק געווארן, און דא ברענג איך נאך א בריוו וואס דער סקווערער רבי ז"ל האט געשריבן פאר זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ מאנסי

שלום ... מו"ה מרדכי שליט"א
.. לפלא שלא נתקבל ממך זה זמן רב שום תמונת אות אבקשך להודיענו איך שלומך ובריאתך ואם קבלת מאביך ה' של' עוד מכתב ומכל הנשמע.
אני קבלתי זה חודש ימים ידיעה מעציבה מאחי ז"ל מאמעריקא ראיתי מכתב כפי הנראה עוד קודם ימי הנוראים שבק לן חיים ובודאי תוכל לתאר איך אני מרגיש את עצמי כעת אחר כל הרפתקאות שעברו חכיתי להתראות עם אחי יקירי מאמעריקא ולסוף ידיעה כזאת השי"ת ינחמנו ויושיענו וישלח גאולה שלימה במהרה כי קשה כח הסבל.
קבלתי מכתב לבוא לטימישוורע אבל אינני יודע על איזה שבת יהי ביכולתי לנסוע, השי"ת יעזור בכל הפרטים, קבלתי ט"ג מאמעריקא ששלחו אפעדיוועטין משני בתי מדרשים לבוא לע"ע עוד לא נתקבלו השי"ת יעזור בכל הפרטים, יותר אין.


ער האט געהאט דריי טעכטער אבער ס'נישטא קיין איינקלעך געבליבן פון איהם.

פון די ברודער און שוועסטער האט מען קיינמאל נישט באקומען קיין קלארע ידיעה.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 4:00 pm

מיללער האט געשריבן:בן בוזי,
דער "נחום בן ר' איציקל קעשינובער" וואס איז מיט אים, איז ער נישט געווען ערליך?


ר' נחום איז געווען ערליך פארשטייט זיך אמעריקאניזירט, ער האט א זוהן וועלכע הייסט אויך יצחק ער קומט אפט קיין סקווירא און איז שטארק א ערליכע.
ר' אהרן האט געהאט א זוהן שלמה וועלכע האט געוואוינט אין ארץ ישראל און זיין זוהן אהרן טווערסקי קומט אלע יארן אויף שמחת תורה קיין סקווירא און ער איז אויך שטארק אן ערליכע.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 4:19 pm

בן בוזי האט געשריבן:ער האט געהאט דריי טעכטער אבער ס'נישטא קיין איינקלעך געבליבן פון איהם.


פון אלע דריי טעכטער איז גארנישט געבליבען ?

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 5:36 pm

בן בוזי האט געשריבן:נאר ר' יעקב יוסף וועלכע האט געוואוינט אין קאלאראש האט איבערגעלעבט
ער האט שוין דאן געוואוינט אין יאס - בוקארעסט.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 7:42 pm

די מציבה אויפן קבר פון ר' נחום זצ"ל, אין סקווירא חלקה און בית דוד.
צוגעלייגטע
twerskeyyyyyyyyy1.jpg
twerskeyyyyyyyyy1.jpg (55.88 KiB) געזעהן 6618 מאל
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 7:44 pm

יישר כח בן-בוזי פאר די הערליכע תולדות און סיפורי מעשיות.

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 7:47 pm

ר' אלעזר בן ר' שלמה מפאלטישאן זצ"ל.
צוגעלייגטע
falch.jpg
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 9:25 pm

ביקסאד האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:נאר ר' יעקב יוסף וועלכע האט געוואוינט אין קאלאראש האט איבערגעלעבט
ער האט שוין דאן געוואוינט אין יאס - בוקארעסט.

גערעכט ער איז שוין דעמאלט געווען אין יאס, בוקארעסט איז געווען פון תש"ה ביז תש"ח
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 9:41 pm

פאר איינצילהייטן קאן מען נאך קוקן אין בקדושה של מעלה,

עס איז שוין דא היינט אויך איבערגעזעצט אין אידיש.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג דעצמבער 12, 2008 11:13 am

תמונת ר' מנחם נחום ב"ר דוד מסקווירא ז"ל, חתן ר' יוסף מאיר ממאכנובקא (קרעדיט, יאסל)
צוגעלייגטע
Skvirre-Machnuvka.jpg
Skvirre-Machnuvka.jpg (12.56 KiB) געזעהן 7020 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 14, 2008 2:18 pm

נאך א בילד פון ר' נחום מסקווירא ז"ל, לינקס ווערט געזעהן זיין שווער בזוו"ש הרה"צ ר' אברהם פנחס ספרד ז"ל אדמו"ר מקינעוו מגזע אוסטראה (מנו"כ בביה"ח בוועלוואוד נ.י.)
צוגעלייגטע
Skvirre-Kinviev.jpg
Skvirre-Kinviev.jpg (16.42 KiB) געזעהן 6989 מאל

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 3:39 pm

ווען איז דער ר' נחום בן ר' דוד מסקווירא ארויסגעקומען אהער קיין אמעריקא?
אין ווי כ'זע האט ער דא גאר חתונה געהאט בזיווג שני איז די דריי אויבן דערמאנטע טעכטער געווען מזיווג שני?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 4:18 pm

דאס איז דעם רבין רבי דוד'לס עלטסטער אוהר-אייניקל און דער ערשטער אייניקל וואס האט געטראגן זיין נאמען, כ"ק מרן אדמו"ר הרה"צ מסקווירא בארא פארק זצ"ל
צוגעלייגטע
BP_Skver_Z''L.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 4:26 pm

און איצטער ברענג איך ווידער אראפ דעם פראצעס איבער'ן ירושה וואס א חסיד פון רבין ר' דודל האט איבערגעלאזט פארן קליינעם דוד'ל (מסקווירא ב"פ) צוליב א מופת וואס ער האט געהאט ביים זיידן, און בהיות ר' דוד'ל האט געטראגן זיין נאמען האט ער איהם דאס געוואלט איבער לאזן.
צוגעלייגטע
ברוקלינער אלמנה פיהרט א פראצעס געגען א חסידישען רבי.pdf
(166.37 KiB) דאונלאודעד 322 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט