אפענע מופת פונעם סאטמאר רבי זי"ע, ליינט ביטע.

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

אפענע מופת פונעם סאטמאר רבי זי"ע, ליינט ביטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

איך וויל מיט טיילן מיט ענק מיין אופענע מופת וואס איך אין נאכאמאל "איך" האב ברוך השם מיטגעלעבט אין געהאלפן געווארן,

איך בין נאך אינטערן רושם פונעם מופת, איך דערצייל דאס פאר ידידים אין גוטע פריינד ארום מיר, אז זיי זאלן דאס דעהערן אין מיר נאכטאן ווען דאס וועט זיך אוספעלן, געדענקט: דאס איז געשען מיט מיר, אין איך בין נישט קיין גרויסע באגלייטער אין גלויביגער פון אלע היינטיגע כוללים, ישעות, תפילין לייגער'ס, וכו', אבער דא איז עס געווען זייער א סימפל אבער גוטע מעשה וואס מע דארף פשוט געדענקן אז א גרויסע צדיק ליגט אין ק"י.

געווען איז דאס פאיאר ווען איך בין אריין געטאנצן אין א נייע פראיעק מיט ביזנעס, אין איך האב אינוועסטעט א געוואלד מיט עפערד, געלד, צייט, כח, אין וואס נישט, מיטן האפענונג אז דאס וועט זיך אוסצאלן פי כמה, מיט געמיטליכע ביזנעס סטעפ'ס אין שטארקע הארץ קלאפעניש האב איך אונגעהויבן אין אריין געשפרינגען פונקט אזא צייט פאריאר.

איך דארף אייך נישט זאגן וויאזוי א נייע יאר קוקט אויס אין ביזנעס, אבער ביי איז סייעתא דישמייא געווען מיין ערשטע אין לעצטע ווינטש יעדן טאג, ברוך השם ביי פסח צייט האב איך אונגעהויבן צו האבן הצלחה אינען נייע פראיעק, אבער היבש אויף די שוואכע זייט, איך האב מיר געטרייט צו שטארקן מיט אמונה אז דאס הייבט אן צו שיינען די מזל אין אט אט וועט מען קלאפן ביים טיר די פילע משלוחים אין רבנים פאר נדבות...

אבער די הייליגע באשעפער האט אנדגערש געוואלט, אין די חבלי לידה האבן זיך פארשטערקערט יעמי הספירה, אויף א שטארקע פארנעם, אבער נע האט געטרייט צו שטיפן די וואגן פאראויס מיט אביסל ביזנעס אין די זייט, אבער אן ערפאלג!, דאס האט זיכער געמאכט א רושם אויף מיר, מיך געמאכט אוסקיקן עלטער מיט אפאר יאר, וכו'.

געווען איז דאס נאך תשעה באב, ווען אסאך גוטע ביזנעס הייפערט ערווארטונגען זענען זיך צירינען ווי א זייפן בלוף, אן מיין אוטוריטעיט, אין מיך געלאזט מיטן צינג אינדרויסן, אן קיין גרויסע פארדינסטן, אין מע האט אונגעהויבן צו קלערן פון זאכן וואס נישט יעדער ביזנעס אינוועסטער וויל בכלל הערן, דאס האט מיר היבש ציבראכן, אין היבש פארלוירן די מוד צו טאן ווייטער ביזנעס אין אונגעהויבן צו קלערן פון זיך ארענטירן ווייטער, אז דאס זאל נישט עפעקטן אין די פויטשער.

ויהי היום אין די טאג ווייזט אופן אידישן קאלענדער כ"ו אב די יארצייט פונעם איש הקדוש אין הייליגע מנהיג ישראל רבינו יואל מסאטמאר, וואס אזוי פיל צובאכענע הערצער זענען געהאלפן געווארן מיט זיינע הייליגע ברכות, איך האב געטראכט ארויף צו גייט צתום ציון אין זיך אוסבעטן א ישועה.

איך האב מיר גרייט געמאכט אין ארויף צום ציון מיט א שטארקע כוונה צו זאגן תהילים אין בעטן ביים הייליגן צדיק א ישועה, אבער דאס האב איך נישט באוויזן צלוב די שטארקע צישטיפעניש אין היצן/רעגן אופן פלאץ וואס דאס האט מיר נישט געלאזט קומען צום מחשבה צו מתפלל זיין כראו, אין בעטן דעם צדיק אויף מיין ישעוה,

מיט א ציבראכן הארץ בין איך ארויס פון בית החיים, אבער מיט א קבלה ציריק צו קומען מארגן ציפרי א טאג נאך די יארצייט, ווען עס היבש ליידיג, אין מער ציגערישט פאר הרחות הדעת, אין די מארגענדיגע טאג בין איך טאקע ארויף צום ציון, אין דאס איז געווען ממש ליידיג רעדי מזומן פאר מיינע תפילות

איך האב גענימען די ליכט אונגעצנידן, גענימען די תהילים אין די הענט אריין, אונגעהויבן זאגן קפיטל צ, שטייט אין קלאר וויסענדיג אז די רבי וועט זיכער הערן וואס איך זאג, אבער ביי קפיטל צג, האט זיך א פלייץ פון טרערן ארום גענימען מיינע אויגן אין מיך געמאכט לייגן די הענט אויף די אויגן אין לייגן די תהילים אין א זייט, אין פשוט אונגעהויבן צו וויינען ווי א קליין קונד צום רבין ער זאל מיך העלפן, מיט אידיש ווערטער, איך בין דארטן געווען איבער א שעה, אין נישט געסטאפט צו בוכה זיין אן מיין וויסן אן מיין קאנטראל, וואס דאס איז א ברכה פאר זיך נאכדעם וואס איך בין בטבע א הארטע קאלטע מענטש, אין איך ווער נישט איבער גענימען פון געפילן, אבער דא איז די שעה הדמעות געפענט געווארן ברייט, אין געבעטן אין אידיש "רבי טו דאס נישט פאר מיר, איך האב א שטוב מיט קינדערליך, איך בין ביין שוועל פון עניות, מיין ווייב אין מיינע לעכטיגע קינדערליך וועלן דאס נישט אונסהאלטן", אין דא איז פון מיין מויל ארויס געאגט געווארן אן קיין טיפע ערקלערונג פון פארדעם די ווערטער:

רבי, אויב ביז 2 וואכן וועל איך געהאלפן ווערן מיט א ריזיגע ישועה, וועל איך בל"נ אריבער קומען מיט מיין בני בית, אין צוזאמען זאגן תהילים אין די דאנקן פאר דיין טובה, אין אויך געבן $1000 פאר דיינע קרית יואל מוסדות.

ארויס פון דארטן האב איך גראד געקאלט א עסקן אין די מוסודת אז ביז 2 וואכן זאל ער אופיקן פון מיר $1000.

2 וואכן שפעטער מיטוואך נאכמיטאג האב איך באקומען א פאן קאלל פון א גרויסע קאסטומער וואס איך האב קיינמאל נישט געקאנט, קיינמאל נישט אפרוטש, אין ער האט געוואלט צאלן פון פאראויס א גרויסע אממאונט, אין דאס קימעדיגע 6 נאכמיטאג בין איך שוין געווען ביים ציון מיט מיין אידענע זאגן שכח פארן רבין.

אידן גייט'ס בעט'ס ישעות אין ווערט געהאלפן דא לאקאל אין ק"י מיט אלעס!!!

(נ.ב. דאס האב איך היינט ציפרי געהערט פון מקור ראשון, נאכדעם וואס איך האב מיטגעהאלטן די נייע קאסטומער דיפאזיט!)
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

א ריזן יש"כ פארן מיטטיילן, ס'פארשטערקערט די אמונה און גיבט חיזוק פאר די וואס דארפן עס,
זאל דער אייבערשטער יעדעם אויפרעכטן בקרוב ובניקל!

נאכאמאל א דאנק!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

א פאר פון די לשונות אין די ארטיקעל איז ממש דורש אל המתים!
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:א פאר פון די לשונות אין די ארטיקעל איז ממש דורש אל המתים!


איז דאס די איינציגסטע זאך וואס דו נעמסט ארויס פון די גאנצע מעשה?
דיין הערה (וואס יתכן אז ס'איז ריכטיג) איז גוט פאר די צווייטע אדער דריטע בלאט (אדער כאטש נאכן ארויסברענגען די גוטע חלק פון די מעשה).
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:א פאר פון די לשונות אין די ארטיקעל איז ממש דורש אל המתים!

בכלל נישט, יעדער ווייסט די סאבקאנטשעס אז די צדיק זאל איינרייסן פארן בוכ״ע פאר א ישועה אין זכות פון די קבלה טובה!
על "טעם וריח" אין להתווכח
ווינדאוי
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2017 5:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינדאוי »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:א ריזן יש"כ פארן מיטטיילן, ס'פארשטערקערט די אמונה און גיבט חיזוק פאר די וואס דארפן עס,
זאל דער אייבערשטער יעדעם אויפרעכטן בקרוב ובניקל!

נאכאמאל א דאנק!
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

איך האב געהערט פין א כלי ראשון כמעט די זעלבע מעשה וועגן איינער וואס האט געגעבן א גרויסע שכום פאר מוסדות יטב לב פאר 35 יאר צוריק אין תיכף נאך דעם האט א גרויסע נייע קאטמער גערופן
אוועטאר
פריטלעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריטלעך »

א מורא'דיגע מעשה און א שטארקע חיזוק פאר אסאך וואס זענען אין אזעלכע אדער ענליכע מצבים.


פאר אינטערעסאנטקייט, יענער וואס האט געקאלט אוט און די בלו (בשליחות פון רבי'ן) וואס האט ער געזאגט? ווי איז ער אנגעקומען צו דיר? ווי האט ער געהערט פון דיר? ס'שיינט צו זיין א נייע קליינע ביזנעס.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ייש"כ פארן מיטטיילן ;l;p-

נישט לאנג צוריק האט מיר א איד דערציילט, ער איז געווען אין מאנסי ביי א ציון פון א איש קדוש וואס טוט זיך א גרויס געפארעכץ, און ער האט דארט געטראפן עטליכע קרית יואל'ע אינגעלייט וואס האבן א מנהג נישט צו פארפאסן א ער"ח דארט, איז דארט געווען א איד מיט א שארפן צינגל א משמח אלקים ואנשים (ממ"ב, פרעגט נישט אין אישי ווער ס'וועט כאפן וועט כאפן) און דער איד רופט זיך אן צו זיי:
זאגט נאר, עטץ וואוינטס אין קרית יואל, דער רבי איז חלילה א אינוואליד, איר האלט ער זיצט בעולם העליון אין א ווילטשעיר און ער קען גארנישט טון?

גארנישט אוועקצונעמען די גרויסקייט פון די אנדערע צדיקים, אבער מ'דארף געדענקן אז מיר האבן א אוצר ביי זיך אינדערהיים, מ'דארף נישט גיין זוכן אונטערן בריק
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

טעם וריח האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:א פאר פון די לשונות אין די ארטיקעל איז ממש דורש אל המתים!

בכלל נישט, יעדער ווייסט די סאבקאנטשעס אז די צדיק זאל איינרייסן פארן בוכ״ע פאר א ישועה אין זכות פון די קבלה טובה!

איך כאפ נישט וואס דו ענפערסט איך זאג אז א פאר פון די לשונות וואס ער האט גערעדט איז אן איסור גמור (ערגער ווי סליחות מיט מיוזיק...) נישט נאר דאס ווען איינער רעדט אזוי אפילו צו א לעבדיגע רבי וואלט עס ערענסט געווען עבודה זרה ווייל עס וואלט געווען ח"ו ווי מען רעדט צו אן אמצעי ענטפערסטו אז וואס?
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

מוראדיגע מעשה, שכח פארן מיטיילן.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:א פאר פון די לשונות אין די ארטיקעל איז ממש דורש אל המתים!

בכלל נישט, יעדער ווייסט די סאבקאנטשעס אז די צדיק זאל איינרייסן פארן בוכ״ע פאר א ישועה אין זכות פון די קבלה טובה!

איך כאפ נישט וואס דו ענפערסט איך זאג אז א פאר פון די לשונות וואס ער האט גערעדט איז אן איסור גמור (ערגער ווי סליחות מיט מיוזיק...) נישט נאר דאס ווען איינער רעדט אזוי אפילו צו א לעבדיגע רבי וואלט עס ערענסט געווען עבודה זרה ווייל עס וואלט געווען ח"ו ווי מען רעדט צו אן אמצעי ענטפערסטו אז וואס?

גערעכט די רבי האט אזוי געהאלטן כמבואר בעל הגאולה
אבער די מנחת אלעזר האט געהאלטן עס איז נישט קיין פראבלעם סא ער איז א מונקאטשער וואס איז געווען ביים רבינס ציון
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:א פאר פון די לשונות אין די ארטיקעל איז ממש דורש אל המתים!

בכלל נישט, יעדער ווייסט די סאבקאנטשעס אז די צדיק זאל איינרייסן פארן בוכ״ע פאר א ישועה אין זכות פון די קבלה טובה!

איך כאפ נישט וואס דו ענפערסט איך זאג אז א פאר פון די לשונות וואס ער האט גערעדט איז אן איסור גמור (ערגער ווי סליחות מיט מיוזיק...) נישט נאר דאס ווען איינער רעדט אזוי אפילו צו א לעבדיגע רבי וואלט עס ערענסט געווען עבודה זרה ווייל עס וואלט געווען ח"ו ווי מען רעדט צו אן אמצעי ענטפערסטו אז וואס?

דאס מיין איך.
אטעטשמענטס
מטה אפרים.PNG
מטה אפרים.PNG (92.53 KiB) געזען 3434 מאל
על "טעם וריח" אין להתווכח
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

דאס איז זייער פיין ווען מען רעדט נישט די לשונות וואס ער האט גערעדט
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

טייערע קאמפויטער עקספערט, שכח פארן מעורר זיין, א שיינע זייך פון דיין זייט, מיין ציל איז אריין צו ברענגען חיזוק פאר די עמך יוד, אין פאר תושבי ק"י, אין פאר יעדער סאטמאר חסיד, אבער איך רעספעקטיר דיין מיינונג,אבער פאר מסקנות וועל איך פרעגן א מורה הוראה.
א דאנק
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
הויכע פייפער
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויכע פייפער »

א]. עיקר הדברים הוא להתפלל להקב"ה - במקום המסוגל לקבלת התפילה, ובזכות הצדיק.



ב]. אפשר גם לפנות אל הצדיק - אבל לא כבעל כוחות עצמיים, אלא כבקשה ממנו שיעורר רחמים אצל הקב"ה.

(כאמור אין זה עיקר המטרה, אבל מי שמשתפך לבו ופונה אל הצדיק - כדבר אל אדם חי, אנו נקטנו כדעת הזוה"ק שאין בכך 'דורש אל המתים'. אבל שוב, לא זה העיקר).



התפילה צריכה להיות להקב"ה, ואליו לפנות, ורק לו ראוי להתפלל ואין ראוי להתפלל לזולתו (וזה מעיקרי האמונה).



רק כמו שיש כמה ענינים וסגולות המסייעים לקבלת התפילות, הרי גם התפילה במקומות מסוגלים יותר הוא אחד מהם. [וכפי שכבר מצאנו כן בדורות הקדומים, וכפי שכלב בן יפונה הלך להתפלל במערת המכפלה. וכשם שרחל נקברה על אם הדרך, כדי שיוכלו להתפלל על קברה, ועוד רבים אחרים, וכפי שנהגו אבותינו ורבותינו].



אבל לא לשכוח שבסה"כ זה רק איזה 'סגולה צדדית' לסייע לתפילה, אבל העיקר העיקרים זה התפילה ישירות להקב"ה.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

א שיינע באלערנדע מעשה

און דאס אליינ'ס אז ער איז געגאנגען צום ציון, און געזאגט תהלים, און נישט געזאגט 'על הגאולה ועל התמורה', מיינט, אז ער האט זיך אויסגעבעטן ביים בוכ"ע, ביים מקום קדוש פונעם ציון הק', און אז ער האט געבעטן ביים הייליגן צדיק, זאל זיין א גוטער אדוואקאט פאר אים, ווען איינער גייט צו א אדוואקאט, און זאגט אים, איך בעט דיר מאך זיכער אז איך געווין דעם משפט, מיינט ער צו זאגן אז דער אדוואקאט קען בעסער ווי דעם שופט? אדער ער מיינט צו זאגן, אז דער אדוואקאט זאל מאכן א גוטע ארבעט פאר אים, כדי צו קענען פויעלן ביים שופט.

עניוואוי, ס'גוט שטענדיג צו געדענקען, אז דער רבוש"ע האט נישט פארלזאט זיין פאלק ישראל, און האט איבערגעלאזט צדיקים, וואס קענען עפענען די ריכטיגע טויערן פאר אונז בשמי מעל, מ'דארף זיך נאר אויסבעטן מעומקא דליבא.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מי יודע האט געשריבן:ייש"כ פארן מיטטיילן ;l;p-

נישט לאנג צוריק האט מיר א איד דערציילט, ער איז געווען אין מאנסי ביי א ציון פון א איש קדוש וואס טוט זיך א גרויס געפארעכץ, און ער האט דארט געטראפן עטליכע קרית יואל'ע אינגעלייט וואס האבן א מנהג נישט צו פארפאסן א ער"ח דארט, איז דארט געווען א איד מיט א שארפן צינגל א משמח אלקים ואנשים (ממ"ב, פרעגט נישט אין אישי ווער ס'וועט כאפן וועט כאפן) און דער איד רופט זיך אן צו זיי:
זאגט נאר, עטץ וואוינטס אין קרית יואל, דער רבי איז חלילה א אינוואליד, איר האלט ער זיצט בעולם העליון אין א ווילטשעיר און ער קען גארנישט טון?

גארנישט אוועקצונעמען די גרויסקייט פון די אנדערע צדיקים, אבער מ'דארף געדענקן אז מיר האבן א אוצר ביי זיך אינדערהיים, מ'דארף נישט גיין זוכן אונטערן בריק

RT
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

מי יודע האט געשריבן:ייש"כ פארן מיטטיילן ;l;p-

נישט לאנג צוריק האט מיר א איד דערציילט, ער איז געווען אין מאנסי ביי א ציון פון א איש קדוש וואס טוט זיך א גרויס געפארעכץ, און ער האט דארט געטראפן עטליכע קרית יואל'ע אינגעלייט וואס האבן א מנהג נישט צו פארפאסן א ער"ח דארט, איז דארט געווען א איד מיט א שארפן צינגל א משמח אלקים ואנשים (ממ"ב, פרעגט נישט אין אישי ווער ס'וועט כאפן וועט כאפן) און דער איד רופט זיך אן צו זיי:
זאגט נאר, עטץ וואוינטס אין קרית יואל, דער רבי איז חלילה א אינוואליד, איר האלט ער זיצט בעולם העליון אין א ווילטשעיר און ער קען גארנישט טון?

גארנישט אוועקצונעמען די גרויסקייט פון די אנדערע צדיקים, אבער מ'דארף געדענקן אז מיר האבן א אוצר ביי זיך אינדערהיים, מ'דארף נישט גיין זוכן אונטערן בריק

יא יא. דער איד דארט אין מאנסי ביים רימניצער וואס שרייט דארט מ'זאל מתפלל זיין פאר די צדיקי הדור...

ער האט מיר אויך געזאגט ''זיי נישט קיין בטלן, ביזט א סאטמארער? פאר קיין קרית יואל! ר' יואל וועט דיר 'מוזן' העלפן (איינרייסן ביים אייבירשטן). ער האט א שיעבוד צו דיר! ביזט דאך א סאטמערער חסיד!

ער זאגט בכלל נישט שלעכט...
אמן
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל'דיג »

גיימער צום ציון...
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

אלע קשיות / תמיהות / שאלות / ספיקות
ווערן פארענטפערט כמין חומר אין די גמרא ברכות לד:
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

ברכות לד:
ברכות לד:
232F1355-88AD-48EC-894B-3D4A49941281.jpeg (596.11 KiB) געזען 2396 מאל
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

איך ווייס נישט וואס דו ווילסט מיט די גמרא אבער עס קומט נישט אריין דא בכלל
פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פסיקתא »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:א פאר פון די לשונות אין די ארטיקעל איז ממש דורש אל המתים!


סתם א קשיא. פארוואס ווען מען פלעגט זאגען גענוי דער ווערטע ווען דער אמליגע צדיקים האבן געלעבט , האט עס נישט געהייסען דורש אל החיים , אפילו עס האט געקענט זייןנישט צי דערמאנען דער ווארט ביישעפער אפילו איינמאל!!!? ווייל ייעדער האט געוויסט אז מען וויל דער צדיק זאל איינרייסען ווייל ער האט א כח, אין אויך פלעגט מען זאגען דער רבי זאל צי זאגען !!? ווייל עס שטייט צדיק גוזר.... דער זעלבע קומט מען צי דער קבר אז דער רבי זאל ווייטער בעטען פאר אינז ווען מען דארף א ישועה ווייל דער צדיק האט א כח אויבען צי בעטען ,

די טענ׳עסט אז מען דארף קלאר דערמאנען דער ביישעפער, אבער למעשה ווייסט ייעדער קלאר ווער עס קומט צי דער צדיקים אז עס איז בזכות זייער כח וואס זיי האבן דארט אויבען דאס איז ״קלאר״ פאר ייעדעם
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

וואספארא איסור איז דאס דורש אל החיים
קוק גוט נאכאמאל די לשונות וועסטו זעהן אז א חלק טאר מען נישט זאגען אפילו פאר א לעבידיגע רבי וייל עס וואלט געווען ח"ו ווי מען רעדט צו אן אמצעי און פון ווי נעמסטו אז מען האט גענוצט אזעלכע לשונות און א חלק איז נאר ערגער אלס דורש אל המתים
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”