"קנקן" - פרישע אויסגאבע פאר חובבי היסטאריע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- הילולא דצדיקיא
- שר האלפיים
- תגובות: 2419
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
- לאקאציע: באהלי צדיקים
געקויפט דעם קנקן פאר 17.75$ (מיט טעקסט איז אויסגעקומען 18.75)
גיימיר דאס גומע זיין
גיימיר דאס גומע זיין
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
- הילולא דצדיקיא
- שר האלפיים
- תגובות: 2419
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
- לאקאציע: באהלי צדיקים
ווען מ'קען ווען
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
- ווייזער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 489
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
- לאקאציע: על אדמת נכר
דורכבלערטנדיג דעם קנקן, קען איך זאג מיט א פול מויל:
ס׳איז ווערד צו קויפן.
ס׳איז אינטרעסאנט צו ליינען,
ס׳איז פיין געשריבן!
פאר בחורים און קינדער איז עס זיכער חידושים נפלאים, בליציג, פיין געשריבן פאר גרעסערע קינדער און בחורים,
שיינע בילדער, שיינע פארצייטישע מאפעס, שיינע היסטארישע טאבעלעך כראנאלגישע מערקווירדיגע קעסטלעך מיט א שלל פון רייכע אינפארמאציע אויפן שפיץ פינגער, וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין די תקופה אין וועלכן רובריק מ׳געפינט זיך אצינד +++
יעצט, פאר דעם ערוואקסענעם קלאס ליינער, איז אביסל שווערער צו ענטפערן, ווייל ס׳מערהייט ארטיקלען זענען געשריבן פאר קינדער : בחורים (ר׳ לייביש ליש סטיל).
1) דער קעניג אין שוהל - גאנץ אן באקאנטע ערציילונג איבער רבי משה נאראל ז״ל אב״ד מיץ.
2) רבי מרדכי יפה בעל הלבוש - קוים לדמותו והערכה מספר צמח דוד.
3) לייבעלע העלישוי - משיח שקר בימי נחמיה חיון.
4) דער חיד״א באזוכן דעם לייב. (שיינע בילדער פונעם טיער-גארטן).
5) אן אפיעל אין פאדאווא (תשובה מהשל״ה הק׳ אודות הפסק בקריאת התורה בעיר פאדאווא איטאליע).
6) היסטאריע פון קבלת שבת - כשמו כן הוא, נוסחאות ישנות מסידור רומי).
7) ספק שהחיינו - ברכת שהחיינו בליל ב׳ דראש השנה)
8) פיוט אף ברי - גשם.
9) מגילת יוחסין למהר״ל מפראג (בלה״ק)
צום שלוס:
די היסטאריע פון קבלת שבת, נוסחאות ישנות ספרד ואשכנז איז פאר מיר געווען די סורפרייז פון קן א׳.
כה לחי הרב יונ״ה!

- גולם פון פראג
- שר חמש מאות
- תגובות: 601
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm
האב איך זיך איינגעהאנדלט דעם קנקן חדש פאר דעם פולן מחיר בכסף מלא פון זיבעצן רייכסטאלער מיט פינף און זיבעציג פפעניג וואס דער מלך פון אמעריקא וואס געפינט זיך אין עיר הבירה וואשינגטון יצ"ו האט געלאזט דרוקן אין דעם ספעציעלן שאץ קאמער פון די אמעריקאנער קעניגרייך
אויב פארשטייט איר נישט וואס איך רעדט, קויףט אייך ביטע דעם קנקן. איר וועט נישט חרטה האבן! כ'האב קוים אנגעהויבן אריינבליקן אבער ס'באמת א גאר מחוד'שדיג שטיקל, מלא הארוואניע און קענטענישן.
וועגן די הויכע פרייז, קען איך אייך זאגן איין זאך.
פאר וועמען די זאכן (וי"ג זאכענעס, ונהרא נהרא ופשטיה) זענען נישט אינטרעסאנט, איז דאס נישט ווערט אפילו פינף רייסטאלער, און ניטאמאל קיין פינף גראשן, און ניטאמאל קיין פינף אגורות, צו אפילו פינף זימבאבווער געלט, וואס מיט פינף טריליאן דערפון קען מען איינקויפן א פלעשל ספרינג וואסער. עכ"פ, כ'פארקריך דא אבער מיין נקודה איז אז איינער וואס האט נישט א געפיל צו די זאכן איז דאס נישט ווערט א רעטעך ווייל ער וועט נישט קענען אפליינען א האלבע פערעגרעף
פאר וועמען די זאכן זענען *יא* אינטערסאנט, איז עס ווערט יעדע רייכסטאלער!
ודי בזה.

-
- שר העשר
- תגובות: 27
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 9:53 pm
איצט אזוי. האמיר זיך איינגעהאנדעלט דאם "קנקן", באופן כללי שטארק הנאה געהאט!
טייל נושאים האמיר געקענט האלבוועגס, און עס איז מיר געווען אינטערעסאנט צו ערגענצן דאס בילד מיט די אלע פרישע אינפארמאציע.
ווי אויך פון די אנדערע נושאים וואס איך בין נישט געווען באקאנט, האב איך הנאה געהאט, און איך האלט נאך אינמיטן..
הערה! די "שפראך", האב איך שטארק געדארפט אראפשלינגען, אביסעלע צו שטארק קינדיש פאר מיר, (ווי "ווייזער" האט שוין אויפגעמערקט, "ר' לייבוש ליש" סטיל). אביסל אנטוישט דערפון. איך פארשטיי אז עס דארף זיין לייכט, אבער עס האט אויך א שיעור. פארט הנאה געהאט.
הארה! די אנטיק'ישע ווערק אויף די זייט איז פראכטפול. שטארק הנאה געהאט.
גוט פאר א לייכטע אויסבלאז, מיט א תוכנדיגע אויסגאבע. מיט שיינע ידיעות'לעך אין דער זייט. אויף קונה צו זיין עכטע ידיעות וואלט איך ליבערשט געעפענט א יודיש ספר'ל ווען איך האלט ביים נוצן דאס קאפ.
יישר כח הרב "קנקן" צלח ורחב.

- פאראינטערסירט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4331
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am
כ'האב עס געזוכט פריערד ביי וויינשטאקס ספרים אין וומסב"ג און נישט געטראפן.
וועלכע ספרים געשעפטן אין וומסב"ג טוהען דאס פארקויפן?

אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
- דערבארומדיג'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2918
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm
אפגעליינט אין איין אטעם.
איך האב זייער הנאה געהאט פונעם ביאור אויף אף ברי, איך האב קיינמאל נישט געטון אין פיוטים און איך האב אוודאי נישט פארשטאנען וויאזוי עס ארבעט, נאכן ליינען די ערקלערונג טראכט איך: וואאהה דער פיוט איז דאך א קינץ שטיק! (אפילו נאר אין די אויסערליכקייט דערפון, ואין לנו עסק בנסתרות שהם עמוקים עוד יותר בלי ספק)
-- איך בין נייגעריג וויפיל מענטשען האבן הנאה פונעם מגילת יוחסין מהר''ל, לכאורה ליגט דערין שעות על גבי שעות פון שווערע הארעוואניע נאכצוגיין דברים על בוריים ואמיתתם, אבער איך קלער אז רוב מענטשען טוען עס אפילו נישט אפרישיעטען.
-- לכאורה וואלט געדארפט זיין א בעסערע "ראל אוט" פונעם נייעם פראדוקט. איך וואלט עס נישט געפעקעזשעד אלץ הינדערעט זייטן חידושים וואס זענען נתגלה געווארן דורך א פארשער,
נאר ליבערשט אלץ א אויסגאבע פון היסטארישע און אינטערעסאנטע ארטיקלען מיטן עקסטערן מעלה אז עס איז באגלייט מיט הערות און חידושים -ארגיענעלע פארש ארבעט- דורכן בארימטער חוקר הרב קוואדראט.
-- די אינהאלט ליינט זיך ווי גלייך עס איז געשריבן פון א עד ראיה, באגלייט מיט בילדער, דאקומענטן, אויסצוגן וכדו' וואס געבן שטארק צו צום אויטענטישן געפיל און ברענגט אריין דעם ליינערס חושים נענטער צי די פאסירונגען.
--מיינע ערווארטונגען זענען געווען העכער פון וואס איך האב געזען למעשה, אבער אין אמתן איז -דאכט זיך מיר- נישט דא א אויסגאבע וואס איז אפילו ענליך דערצו.
--צו איז עס ווערט אכצען טאללער?
אויב מעסט מען די הנאה פון ליינען איז דער ענטפער אז פאר מיר איז עס נישט ווערט קיין אכצן טאללער , האט מיר געדויערט קנאפע 1-1/2 שעה דורך צי ליינען
אבער איך האב נישט קיין חרטה אויפן געשעפט, ווייל עס האט זיך מיר געלוינט צו צאלן אכצן טאללער בעסער צו פארשטיין די צוגאנג צו פיוטים. נאר צו האבן די איינע ידיעה אין קאפ גלייך איך בעסער ווי צו האבן אכצן דאללער אין טאש!

זקן מלא רחמים.
מחשב האט געשריבן: אויף קונה צו זיין עכטע ידיעות וואלט איך ליבערשט געעפענט א יודיש ספר'ל ווען איך האלט ביים נוצן דאס קאפ.
סתם אזוי א ריכטיגע הערה, ריכטיג אין אלע צייטן
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי

ראש הקהל האט געשריבן:פיר מאל אריין און געשעפט, יעדעס מאל אדורך געליינט אן אנדערע ארטיקל. כנזכר דער לשון עכ"פ פאר מיר איז געוועהן שטימפיג אן א פלאו, נישט געטראפן דער באמבאסטישע חידושים וגילויים נפלאים.
זיבעצן אן דו טעקס, יא ניין, יא ניין, יא ניין.
אדערווייל האביך עס איבערגעלאזט אן קויפען.
דו ביסט דא אריין געקומען היינט פיר מאל און זיך געשטעלט קלאצן איבער א "קנקן" פאר צוואנציג מוניט, און יעדעס מאל עקסטער געפרעגט וויפל ס'קאסט?
נעקסטיים גיי אין א זייט דארפט נישט שטערן די דורכגאנג, איך פארשטיי ס'איז אינטערעסאטנט, מעגסטיך אבער רעכענען מיט אצווייטן.
בעקיטשע האט געשריבן:ראש הקהל האט געשריבן:פיר מאל אריין און געשעפט, יעדעס מאל אדורך געליינט אן אנדערע ארטיקל. כנזכר דער לשון עכ"פ פאר מיר איז געוועהן שטימפיג אן א פלאו, נישט געטראפן דער באמבאסטישע חידושים וגילויים נפלאים.
זיבעצן אן דו טעקס, יא ניין, יא ניין, יא ניין.
אדערווייל האביך עס איבערגעלאזט אן קויפען.
דו ביסט דא אריין געקומען היינט פיר מאל און זיך געשטעלט קלאצן איבער א "קנקן" פאר צוואנציג מוניט, און יעדעס מאל עקסטער געפרעגט וויפל ס'קאסט?
נעקסטיים גיי אין א זייט דארפט נישט שטערן די דורכגאנג, איך פארשטיי ס'איז אינטערעסאטנט, מעגסטיך אבער רעכענען מיט אצווייטן.
זאל ער זיך ווען רעכענען מיט א צווייטן ליינט ער ווען נישט אדורך קיינע גאנצע ארטיקלען פון א בוך אן באצאלן
---
אוי, שרייבסט דאך ס'איז געווען שטימפיג אן א פלאו, אנטשולדיגט, האסט מסתם יא געמעגט
אזוי ווי פריער, האמיר דא געשריבן אביסעל מיט א שארפן טאן צוליב די נעגאטיווע שפראך איבער׳ן קנקן.
דעריבער יעצט, ווען מיר זעהען א פאזיטיוון בליק דערויף קומט אייך אז איך זאל אייך באדאנקן דערפאר.
אגב, די ביליגערע פרייזן, קומט צו באדאנקן די געשעפטסלייט וואס האבן אראפגעציפט פון זייערע פארדינסטן לטובתכם.

לעצט פארראכטן דורך קנקן אום דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 8:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
ראש הקהל האט געשריבן:פיר מאל אריין און געשעפט, יעדעס מאל אדורך געליינט אן אנדערע ארטיקל. כנזכר דער לשון עכ"פ פאר מיר איז געוועהן שטימפיג אן א פלאו, נישט געטראפן דער באמבאסטישע חידושים וגילויים נפלאים.
זיבעצן אן דו טעקס, יא ניין, יא ניין, יא ניין.
אדערווייל האביך עס איבערגעלאזט אן קויפען.
פאסט נישט פאר א ראש הקהל דאס צו טון אן אודאי נישט טראכטן פון 17 דאלער (ווען מקויפט פאר זיך)
ראש הקהל האט געשריבן:פיר מאל אריין און געשעפט, יעדעס מאל אדורך געליינט אן אנדערע ארטיקל. כנזכר דער לשון עכ"פ פאר מיר איז געוועהן שטימפיג אן א פלאו, נישט געטראפן דער באמבאסטישע חידושים וגילויים נפלאים.
זיבעצן אן דו טעקס, יא ניין, יא ניין, יא ניין.
אדערווייל האביך עס איבערגעלאזט אן קויפען.
געהערט אמאל פון א מורה הוראה אז עס קעגן די הלכה צו קוקן ספרים אין געשעפט אויב מען פלאנט דאס נישט צו קויפן. די איינציגסטע סיבה פארוואס מען מעג קוקן ספרים אין געשעפט און דאס ניצן, איז ווייל מען קוקט דאס צו זעהן אויב מען וויל דאס קויפן.
ווי איינער זאגט דא, פאר א ראש הקהל פאסט דאך זיכער נישט...
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ