אידישע תאוות!!!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 28, 2008 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארפכשד »

א אידישע תאווה צו שרייבן אויף ענגליש!
א איד פון דערהיים, מלא חן...
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

אפשר קענעם איינער אויסלערנען?
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

טאפ טאטריאו שאץ! ביסט נאך דא? איך זיך אין איך באגער דיינע זיסליכע רעיונות, אבער אויב ווילסטו הערן תאוואת פון אידישע קינדער, פרעג מיין שמש, ער איז א שטנעדיגער מליץ יושר אויף אונז אידן, ער האט ארויס אלע הארבע תאוואת, יעדן טאג א צווייטער צעטל ביינונז אין מקוה, נשיט קראצן די בארד אין בור. אויף וואס ארויף לאזט ער נישט? איר ווייסט נישט אז דאס איז גוט? נישט קראַצן די פוס אויפן ראבער אין מקוה, פארוואס דען נישט? סרוך, מיין חבר טוט דאס שוין יארן.

איינגעבויגן אין צאמגעצויגן זיץ איך נעכטן מיטן געפרינטעכץ פון פאר שבת ארויס געשווערצט פון קאמפיוטער, אריין אינעם שבת ס'לעצטער מינוט, מעביר סדרה געווען אויפן א"ת ב"ש פארעם. געזינגען די זמירות, פארהערט די קינדער, געגעסן שאַמבעלויס - טייל רופן דאס מאַשמעלויס, ווי-שינ-ווי, וועניס קראָנטש מיט ביר איז געווען צום האאאַבן, איז דאס נישט קיין אידיש תאוות? איז דאס סתם א תאווה? דאס ברוינע קוגל מיט א הייסע גלעזל סאודע, מיט קאלטע ביר אין די זייט, איז עפעס א תאווה? אדער פשוט שבת נשמה יתירה. הערינ גיאנדערפרי מיט א פארבייס קוכעלעך איז עפעס אוועק צו מאכן? אטעמען אונטער א הייסער טלית בייןם דוכענען איז עפעס אוועק צו מאכן? שטיין צוקוועטשט ביים זאגן לשנה טובה איז עפעס אוועק צומאכן? ווארטן אויף די עלות שבועות ביינאכט אין זיך דערנאך וויקן אין א הייסן בור איז עפעס אוועק צומאכן? צוברעכן די יחץ פייסעך אין פרעגן די גאנצע נשים חד-גדיא וועכע עס איז גרעסער, איז עפעס אוועק צומאכן?

נו זעכער אז נישט, איך שטעל פשוט אויף די חזקה אז דו ביסט טריד א_וואאאאָעעס?

געוולאד!! ווי האט מען בכלל געקענט ארויס לאזן די תאווה פון שלונגען געדוכטע בילקעס אין א קורצן שבת נאכמיטאג, ווען די טשאלענט איז נאך פארקלעפט אויך די ליפן, ווי קען מען בכלל זיך אוועק דרייען ווען עס איז דא א ציבור אידן וואס טונקען פריש געדוכטע זיס-בילקעס אינעם געפילטע-פיש'ל, ווי איז שייך בכלל צו אוועק נעמען א עינא פקיחא ווי זיי לופטערן זיך נאך אזא אקציע?

נאר וואס דען, ווען מען טראכט נאר דערפון ווערט שלעכט, אקעי איך מוז גיין נעמען א טיילענאול...

שאץ; טענקס יו אר אקעעי!
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- שאץ מאץ עי וואן ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
רבותי כל המוסיף הרי זה גורע, לייגט גארנישט צו, אפילו ר' שאץ'ל האט עפעס פארגעסן.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

שאץ, א צייסטער ארטיקל פונקט ווי אלע דיינע אנדערע, אבער אנדערש ווי יעדעס מאל וואס מען געפינט זיך אויפן וואו דו שטעלסט אריין דעם עולם, איז ביי דעם ארטיקל פליעט מען פון ארט צו ארט און פון איין זמן צום אנדערען סמודער פון סמוד.

יישר כח.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

אין דער קרעטשמע גופא האב איך שוין לאנג נישט באזוכט, דען קיין איבעריג צייט צו ליינען א לאנגס און א ברייטס האב איך שוין פאר א תקופה נישט פארמאגט. מאכט זיך אבער, זאל זיך נישט מאכן, אזא אנגעזעצטער זונטאג, וואס וויפיל איך זאל זיך נאר פרובירן מתגבר זיין אויפן כבדות בין איך נישט ביכולת איר בייצוקומען. און אט דאס האט מיר אנגעטראפן דעם היינטיגן זונטאג. אז איך בין געזעצן, האב איך זיך פשוט נישט געפונען דאס פלאץ אינעם פאטעל און באין ברירה זיך אויפגעשטעלט. ווען איך שטיי שוין, לאזט האט מיר די געוויסן אנגעהויבן פייניגן: 'סתם שטיין' ווי א דומם?" נו, מוז מען דאך בעל כרחך אנהויבן גיין. אבער געוואלד, וואו אהין גייט מען? א טרעד-מיל איז אין מיין אנוועזנהייט נישט פארהאן, און די פראגע פון 'לאן אתה הולך' ברענט דאך אויפן העכסטן פלאם.

און אט די אנגעצויגענע אומשטענדן האט אין מיר אריינגעשיינט א ליכט פון האפענונג. מיינע אנגעצויגענע רויטע באקן האבן זיך באלד סטאבעליזירט צום איינפאכן מענטשליכן געשטאלט, "ואם יאדימו כתולע" - זאגט דאך דער נביא – "כשלג ילבינו", און די דברי נבואה איז ביי מיר ממש פארפולקאמט געווארן. די אנגעצויגענע אנשויאונגען וועלכע האבן ארויסגעשריגן פון יעדן איינציגן גליד מיינעם זענען מיר פארשוואונדן געווארן ווי אן אייגן בליק, און אט בין איך צוריק איינגעדרייט אינעם פאטעל. אומגלויבליך, איך זיץ רואיג, איך בין רואיג, און אלעס ארום איז איינגעהילט אין עפעס א זעלטענעם רואיגקייט וואס איז שוין פאר וואכן נישט געזען געווארן.

יא, איך האב זיך אנידערגעזעצט און אפגעליינט אטא דעם ארטיקל און עס איז געשען וואס עס איז געשען.

ואז ישיר זרח את השירה הזאת לשאץ לאמר:

א חוץ מזה וואס דו ביסט אן אמת'דיגער דורכגעווייקטער חסידישער אינגערמאן, און עס פליסט אין דיין בלוט אידישקייט, ווארעמקייט און דאס פארעקלדיקייט צום גוי צוגלייך, איז אבער עפעס ספעציעל צום באוואונדערן דיין סענס אוו הומאר באגלייט מיט דיינע איינפעלער.

גאט האט דיך באשאנקען מיט א גוטן הומאריסטישן געשמאק און מיט א חוש נפלא אויפצוקומען מיט עפעס גאונישע איינפעלער, און זייענדיג א דורכגעווייקטער חסידישער אינגערמאן, א שטיק אידישקייט, נעמסטו די אלע מתנות פון גאט און דו ניצט דאס אויס אריינצוברענגען אין אידן ממאס צו זיין דעם גוי און זיך פרייען אז מ'איז א איד.

פארשטייט זיך אז ווען נישט דיין שרייבערישן טאלאנט וואלטן דאך די אלע זאכן נישט צושטאנד געקומען, נאר היות אז און צוגאב צו דיינע אויבנדערמאנטע מתנות האט דיר דער פון אויבן אויך צוגעשאנקען די מתנה פון שרייבן, דעריבער זענען דיינע ארטיקלען עפעס זעלטנהייט. פון דעם סארט וואס מ'זעט זעלטן. עס פארמאגט אין זיך א זעלטענער טעם זקנים, עס ענטהאלט אין זיך דעם ארגינאלן חן פון די אור אלטע אידישע ווערטלעך. עס דערמאנט די ווערטעליך וואס מיר פלעגן הערן פןו די אמאליגע פרייליכע דורכגעווייקטע חסידישע אידן, וועלכע זענען געווען געצילט אפצולאכן און ממאס צו זיין דעם דרכי הגוי און אריינצוברענגען אין אידישע קינדער א שטאלץ און א געשמאק אין אידישקייט.

א וואונדער אז דיין ארטיקל האט מיך בעל כרחך אריינגעווארפן אין א רואיגקייט?
נו, גיי זיי דאס מסביר פאר א גוי...
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

כ'מיין, וואס האסטו געוואלט, יעצט נאך זארעכ'ן זאל איך מגיב זיין? וואס איז דיין פלאן בכלל?

אבער אפאר ווערטער מיז איך ריכטן צו שאצל. גלייב מיר אז קיין גוי וועט קיינמאל נישט פארשטיין וואס דאס איז אן ארטיקל פון שא"ץ! קיינמאל אין דער וועלט וועט ער דאס נישט משיג זיין, ס'איז א פאקט.

איך מיז דיר זאגן. די נעמט מיר ארויס פון די כלים יעדעס מאל עקסטערע מיט דיינע בליציגע רעיונות און פייבעלער, און ווי זארעכ האט געשריבן, איך האב לעצטענס גאר ווייניג צייט. איך פארברענגט זייער ווייניג אין קרעטשמע גופא אבער זענדיג אז די האסט שוין ווידעראמאל געשריבן א לענגס האב איך זיך געשאפן עטוואס צייט דאס דורכצוליינען. ערעב איד, איך באוויין דאס נישט. זייט זיכער.

פארשלאפן, איר האט אויך אריינגעשאסן דא עטליכע גוטע ביישפילן. יישר כח.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

ברוך בן היימישע קרעטשמע עד

דאס איז אלעס וואס איך קען איצטערער זאגן.
יא, איך ברוך טו באשטעטיגן אז די אלע אויבערדערמאנטע רייד פון .......פון וועם? אה יא....פון א יעדעםץ
את אשר ישנו פה,( נא עס איז נאר די שליים) די וואס האבן שוין געלאזט נידערן זייערע שכוחות
ואת אשר איננו פ... איך זאג שוין גארנישט.. און די וואס וועלן נאך צוקומען. איך בין מיך מודה ומתודה. גוט האט עטץ געשריבן.
און פאר איך פארגעס, דעם הויפט מחותן, כבודו במקומו מונח. דער ש"ץ איז צום באוואונדערן. והאיש משתאה, דער בר נש איז עפעס וואונדערליך.
יו איז ער גוט...........................................
ווי וואנט מאר.....................ווי וואנט מאר..................
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אומגלויבליך ווי דער שאץ-מאץ געפונט שטענדיג עפעס פרישע ווארע צו מאכן זאפטיגע ארטיקלעך וואס דערקוויקט אונזערע זעהלער.

איך פלעג אלס קינד זעהן ווי דער ערל וואס רייניגט דאס בית המדרש פארשטייט נישט שטיל צו בלייבן ביי קדושה, האט מיר אויפגעבליצט דער געדאנק אז א גוי איז מיט גארנישט באגרעניצט. עס איז נישטא קיין צייט ווען ער טאר נישט עסן, א צייט וואס ער טאר נישט טרונקן, א צייט וואס ער דארף אויפזיין, א צייט וואס ער דארף שטיין, א צייט וואס ער דארף זיצן אנגעלעהנט און אזוי ווייטער און ווייטער. מה שאין כן א אידיש קינד איז געבענטשט מיט פונקטליכע אנווייזונגען: פארן דאווענען מעגסטו נאר טרונקן און נישט עסן, אינמיטן דאווענען שווייג, ביז שמונה עשרה קענסטו זיצן אבער ביי שמו"ע שטיי, דא בוק דיך און דא בייג דיך, דא הייב זיך אונטער און דא לעהן זיך אן. וואויל איז דעם איד וואס זיין גאנצע סדר החיים איז אויסגעשטעלט מיט פונקטליכע פארשריפטן, און איז נישט פריי צו טאן וואס זיין נארישע הארץ באגערט.

(דאס האט גארנישט מיט אידישע תאוות וכדומה, סתם א געדאנק וואס איך האב זיך דערמאנט ליינענדיג דעם ארטיקל)
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

אזוי ליינענדיג דעם ארטיקל דערמאן איך זיך אז ר' איציקל האט אמאל גערעדט וועגן דעם, האט ער געזאגט
אז לוינט זיך צו זיין א איד ווייל א גוי האט נישט דעם געשמאק, ווען דער חזן מאנטיג און דאנערשטיג ענדיגט שמו"ע, און הייבט אן יתגדל ויתקדש....
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

שוין לאנג נישט געלייענט אזא גוטס!
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

זרח...

איך שפיר אז מיט דיין תגובה האסטו מיר בארירט...

מיין ציל איז באמת געוועהן ממאס צו זיין דעם גוי,
נישט אז רעדן פון ספארט'ס איז א עבירה, אבער איך וויל למען ידעו אז זיצן פסח ביינאכט און זעהן ווי די קליינווארג כאפן צו כיטרע דעם אפיקומן איז 100 מאל מער "גשמיות'דיגע" הנאה ווי אלע יענקי געים'ס,

יא! פשוט אלץ גשמיות'דיגן חלק איז געשמאקער און בא'טעמט'ער צו זיין א יוד....

און א באזונדערע שכוח פאר אלע מגיבים, איך בין מודה על האמת אז דאס גיבט מיר שטארק חיזוק צו שרייבן נאך, לויט די געפיל פון די מגיבים אזוי פיל איך דעם שטופ צו שרייבן נאך...

נאכמאל שכוח...

הק' שאץ ומאץ דק"ק ביקסאד.... (דערווייל)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעכער »

הרב שאץ, כ'האב געליינט אייערע ארטיקלעך איינס ביי איינס, כאטשיק כ'האב נישט געשריבן גארנישט, האבעך הנאה געהאט, נאר יעצט האבעך געהאט אפאר מינוט צייט.
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

שיינעם דאנק הרב שאץ, אן געשמאקער ארטיקל.
אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wildturkey »

שאץ!!! איך וויל דיר נאר זאגן אז איך האב גארנישט צוצולייגן, פארוואס זאג איך דיר? ווייל אפי' ווען איך האב יא וואלט איך אויך נישט פראבירט צו קאמפיטן מיט דיין פעדער.
(וואס פארשטייט א גוי צו דעם אז גלייך נאכן זאגן אז נישט, שרייבט ער שוין עפעס) איך ווייס אז די רייכערסט נישט פארדעם האסטו עס אויסגעלאזט, וואס פארשטייט א גוי צו א צוגרעטל מוצאי שבת גלייך נאכן זמן?
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

שא"ץ פטור בלא כלום אי אפשי, אלעס האט א שיעור, איך ליין אייך שוין גענוג, עהה עס איז קיינמאל נישט גענוג (עכ"פ לויט וואו די שרייבסט דערווייל), אבער באדאנקט האב איך מיך דערווייל נישט צו פיל פאר אייער ארבעט, איך ווייס אז עס איז נישט רוכטיג אבער וואס זאל איך יעצט טוען.

א הארציגען דאנק פאר שא"ץ פארען צושטעלען פרייע ליין מאטיריעל אויפען געוועב, און וואו אויך א גרויסע דאנק פארען זיכער מאכען אז עס מען דארף נישט פאשען אים פרעמדע פעלדער, איך וויל דיר זאגען אפען אין פנים אריין, עס איז טאקע אמת אז אויף די וועלט באקימסטו נישט קיין געהאלט פאר אייער שרייב ווערק, אבער וויסען זאלט איר עס איז דא נאך א וועלט, וואו די ראקעט גרייכט נישט אהין, מען קימט נישט אן אהין מיט קיין געלט, אין נישט מיט קיין מזל, אהין קימט מען אן נאר מיט אייערע ארטיקלען, איך מיין נישט דוקא אייך איך מיין יעדער איינער וואס לייגט צו א האנט און שרייבט אן ארטיקעל, איך שעם זיך נישט (סקען זיין עס איז אן עולה אבער דאך איז דאס דער פאקט) איך עפען נישט קיין אנדערע ניקס דערפאר וכדו', איך פלעג אנקימען אויפען געוועב וואו א איד טאר נישט, און ווען עס איז דא סחורה אין קרעטשמע איז מיר פיל גרינגער זיך אן עיצה געבען מיטען ייצר הרע וואס פראבירט מיך אריינצוכאפען אין זיין געוועב.

אשר ע"כ פיל איך פאר א פליכט אייך מודיע צו זיין (סיי שא"ץ אין סיי די אנדערע שרייבערס), אז ווען די וועסט נאך דיין הינדערט אין צוואנציג ארויפקומען אויבען, אין מען וועט דיר זאגען אז די האסט אויף דיין אקאונט ארויסשלעפען אידען פין שאול תחתית, זאלסטו נישט מיינען אז עס איז בטעות אויפגעמישט געווארען א צוויטענס אקואנט, נאר זאלסט כאפען פון וואס מען רעדט.

דעריבער בעט איך אייך אז ווען מען געבט דיר נישט קיין (ש)כוח זאלסטו נישט ח"ו נאכלאזען פין דיין הייליגע ארבעט, נאר האלט פאר דיינע אויגען מיינע געציילטע שורות.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

הרב שאץ, איך האב שיין געליינט די תאוות פאר א פאר טעג צוריק אבער דעמאלטס האב איך מיך געיאגט און איך האב נישט אפגעגעבן די שכח הראוי, גיב איך דיר עס יעצט אפ. איך ווייס אז דעמאלטס האב איך אינזינען געהאט צו שרייבן אפאר הערות, אבער יעצט אויפן מאמענט געדענק איך זיי נישט, ויהיו נא בעיניכם גאילו הייתי פורטם. ווי אלעמאל האסטו געמאכט א הערליכע דזשאב.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

א תאוה וואס פאלט מיר איצטעט ביי לרגל יום הצלת רבינו מ'סאטאר זי"ע,
בחורים האפקענען אפאר שעה און ישיבה אלע מיני טענץ און אלעס נאר וועגען די רבי איז ניצל געווארן פון די פארשאלטענע נאצי'ס
נא מען גייט אנהייבן צו טאנצן יוא האט די רעדנער אריינגעוועפט ביי י סעודה עניוועי זאג די מיוזיק זאל אנהייבן שפילן חסדי ה', און בך בטחו און שנעל ענדיגן די ערשטע חלק און גלייך נאכדעם אנהייבן הארא אלעס פאר'ן רבי'ן
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

וואלוועלע האט געשריבן:א תאוה וואס פאלט מיר איצטעט ביי לרגל יום הצלת רבינו מ'סאטאר זי"ע,


עסן ניסלעך ביי די לאנגע דרשות ביי די מסיבות לרגל הצלת רבינו.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

איך האב עס שוין לאנג ארויסגעפרינט, אבער נעכטן האב איך עס געליינט און פארשטייט זיך אז איך האב הנאה געהאט דערפון. יישר כח.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

זאגן הלל זונטאג צופרי! [נכתב היום יום א' ויצא ר"ח כסלו תשע"ב לפ"ק]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יעצט אפשר ביסטו אונז אביסל בעסער מסביר די תאווה דערפון?..
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ארויפברענגן פארשטויבטע אשכולות פון טיפן אפגרונד. [נכתב יום ושנה הנ"ל]

אך וואס ווייסט א גוי...
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

געווען איז אמאל א זיס אידל אין לאנדאן, געהייסן האט ער ר' שלמה ראזען ז"ל (דער וואס פלעגט טיילן דאללי באללס..) פלעגט ער זאגן, 'א גוי קען דריי זאכן נישט פארשטיין, די געשמאקייט פון, א הייסע מקוה, א קיהלן תשעה באב, און א טאג וואס מען זאגט נישט קיין תחנון'.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

ווער רעדט נאך פון נישט זאגען ויהי נועם ווען עס פאלט יום טוב אין נעקסטע וואך
נאך א תאוה איז אז מען קויפט גאר א דיקע ימים נוראים מחזור און מען קען בלעטערען גאר א סאך בלעטער וואס מען זאגט נישט...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”