בס"ד
ערקלערונג!
איבער די וויכטיגע טוישונגען וואס זענען געמאכט געווארן לטובת אונזערע חשוב'ע רייזנדע
געלויבט השי"ת אז עס איז שוין 40 יאר צום גוטן וואס מיר האבן דער זכיה צו באדינען דעם היימישן ציבור אין ברוקלין, מיטן צושטעלן צוגענגליכע באס רייזעס צווישן בארא פארק און וויליאמסבורג, צוגעשטעלט אויף א היימישן און כשר'ן אופן און פאר צוגעגנליכע פרייזן לטובת ולהנאת הציבור. מיר ווייסן אונזער געוואלדיגער אחריות און מיר טוען אלעס וואס איז מעגליך לויט די אומשטענדן צו מאכן די רייזעס ווי מער באקוועם און צוגענגליך לויט די אומשטענדן.
עס איז וויכטיג אז דער ציבור זאל וויסן, אז מיר זענען א פריוואטע זעלבסטענדיגע פירמע, מיר באקומען נישט קיין שום פאנד'ס אדער סאבסידיס פון דער רעגירונג, און אונזער איינציגסטער הכנסה איז בלויז די מינימאלע פרייז וואס מיר רעכענען פאר א טריפ, וואס דאס דארף גיין צו דעקן אלע אויסגאבעס וואס עס קאסט אנצופירן מיט אזא אפעראציע.
מיר ווילן אין די פאלגענדע שורות אדרעסירן עטליכע גאר וויכטיגע נקודות וואס מיר ווילן אויסשמועסן מיט די חשוב'ע פאסאדשירן.
1. טויש אינעם רוט
ווי אונזערע חשוב'ע רייזנדע האבן באמערקט, האבן מיר לעצטענס געמאכט גאר א חשוב'ע און וויכטיגע טויש אין די רוט פונ'ם באס קיין וויליאמסבורג און צוריק. אנשטאטס די ביז היינטיגער וועג ווען דער באס איז אריינגעקומען פון די הייוועי ארום קודם אראפגעלאזט אלע מענטשן דורכאויס די שטאט, און דערנאך זיך צוריקגעקערט און אויפגענומען די מענטשן קיין בארא פארק, קומט מען אן פון בארא פארק אויף די אנדערע זייט שטאט פון בעדפארד עוועניו און ביים אריינקומען אין שטאט פארט דער באס פונקט ווי א סיטי באס, דאס הייסט אז מ'לאזט אראפ די וואס קומען פון בארא פארק און מ'נעמט אויף די נייע פאסאשירן וואס ווילן פארן קיין בארא פארק, און מ'פארט ביזן הייוועי פון וואו מ'פארט קיין בארא פארק.
פארוואס האבן מיר געמאכט דעם טויש?
עס זענען פארהאן צוויי הויבט פארוואס מיר האבן געשפירט אז דער טויש מוז געמאכט ווערן:
ניי וויליאמסבורג. ווי איר ווייסט איז וויליאמסבורג פארשפרייט געווארן גאר שטארק בעיקר צו די 'דיקאלב געגענט', וואו דער באס פלעגט בכלל נישט אנקומען צו זיי, דאס רעכענען אריין טויזנטע משפחות וואס ווילן געניסן פון די באס און האבן זיך געדארפט שלעפן ווייטע שטרעקעס כדי אנצוקומען צום נענסטן 'סטאפ'.
שווערע היי-וועי טראפיק. נאך א גרויסן פראבלעם מיט וואס מיר פלעגן זיך גאר שטארק מוטשען איז געווען דער שרעקליכע טראפיק אויפ'ן וועג פון בארא פארק קיין וויליאמסבורג פארנדיג מיט די הייוועי. די טראפיק האט עפעקטירט אלעמען, סיי די פאסאזשירן אויפ'ן באס, און סיי די מענטשן אין וויליאמסבורג וואס האבן געווארט ביי די סטאפס צו פארן קיין בארא פארק האבן געקענט ווארטן זייער לאנג צוליב די טראפיק
כדי צו לעזן אט די צוויי פראבלעמען, האבן מיר געמאכט דעם טויש פארדינענדיג אויף ביידע פראנטן.
קודם כל, אנשטאטס אז דער באס זאל פאר'ן דורכן הייוועי פארט מען דורך די גאסן, און דער וועג פארט בדרך כלל פיל מער געשמירט. ס'איז אמת, אז דער וועג דויערט אביסעלע לענגער, אבער מצד שני איז דער טראפיק מער ווייניגער אלעמאל די זעלבע און מ'קען זיך פיל מער פארלאזן אז מ'קומט אן צו א באשטימטע צייט.
און פארנדיג מיט די גאסן דורכאויס האט מען אזוי אויסגעשטעלט דעם רוט אז דער באס קומט אן קיין וויליאמסבורג דורך בעדפארד עוועניו.
ארגינעל האבן מיר געפלאנט אנצוהייבן די סטאפס ביי 'דיקאלב', אבער צוליב דעם וואס עס האט זיך געקענט מאכן אז מ'האט געדארפט ווארטן ביי דיקאלב אנצוהייבן דעם וויליאמסבורג רוט האבן מיר עס ארויפגעריקט מיט צוויי גאסן און מ'וועט אנהויבן אראפלאזן/אפצונעמען מענטשן ביי "מורטל עוועניו".
יעצט, ווען דער באס קומט אן צו 'מורטל', אנשטאטס נאר אראפלאזן די מענטשן הייבט ער שוין אויך אן זיין רוט אויף צוריק, דאס הייסט, אנשטאטס ווי ביז היינט וואס דער באס פלעגט צום ערשט אראפפארן בעדפארד עוועניו אראפלאזן דעם עולם און צוריק אויף ליע אפצונעמען די פרישע, וועט ער בלויז אראפפארן בעדאפארד עוועניו גלייך אראפ ביז "קליימער" סטריט, און אויפ'ן וועג סיי אראפלאזן און סיי אפנעמען דעם עולם [אזוי ווי דער געווענליכע סיטי באס] ביי קליימער וועט ער זיך איינדרייען לינקס צו 'קענט' אוועניו און פון דארט קען דער דרייווער באשליסן - לויט די אומשטענדן - צי ער וויל צוריקפארן קיין בארא פארק אויף די הייוועי אדער אויף די גאסן.
דער מהלך איז לכאורה גאר פשוט און פארשטענדליך, דער איינציגסטער פראבלעם וואס איז דא, איז דער צייט ווען דער באס דארף אנצהייבן זיין רוט צוריק קיין בארא פארק. ביז היינט, האט דער באס אראפגעלאזט דעם עולם, און דערנאך האט ער זיך געשטעלט ווארטן ביז עס איז זיין צייט ארויסצופארן צוריק קיין בארא פארק און ער האט אנגעהויבן אראפפארן ליע עוועניו, אצינד מיטן נייעם מהלך, אז ער הייבט אן 'אפצונעמען' אויפ'ן זעלבן וועג וואו ער נעמט אויף, באדייט דאס אז ער דארף ווארטן מיט אלע פאזאזשירן ביי מורטל אויף זיין באשטימטע צייט אנצוהייבן דעם רוט צוריק קיין בארא פארק.
דאס איז עפעס וואס איז זייער שווער אויסצורעכענען און מיר פראבירן מיט אלע כוחות אויסצושטעלן די סקעדועל אז דער באס זאל נישט דארפ'ן ווארטן ביים אנקומען צו מורטל נאר תיכף אנהייבן זיין רוט און נישט אויפהאלטן דעם עולם, אבער מ'דארף געדענקען, אז אויב דער באס קומט אן קיין וויליאמסבורג 10 מינוט פאר זיין באשטימטע צייט דארף מען טראכטן פון די מענטשן וואס זענען נישט ביי די סטראפס וויבאלד ס'איז נישט נישט זייער צייט ארויסצוגיין, און זיי קענען מעגליך פארפאסן דעם באס.
מאכט נאר א חשבון, ווען דער באס קומט ווען אריין דורך די הייוועי און ער בלייבט שטעקן 10 מינוט ביים עקזיט אריין קיין וויליאמסבורג אויף פלאשינג עוועניו, דאן פארשטייט מען עס און מ'ווארט מיט געדולד… עס איז גארנישט אנדערש ווען מ'קומט אן פון די גאסן און עס פעלט זיך אויס צי ווארטן אפאר מינוט כדי צו קענען אנהייבן דעם רוט באצייטנס, נאכדערצו אז מיר האבן אראפגענומען דעם 'דיקאלב' סטאפ, וואס דאס שפארט איין נאך אפאר עקסטערע מינוטן.
2. באס דרייווער'ס
די באסעס ווערן געפירט דורך כינעזישע דרייווער'ס, ס'איז אמת אז נישט אלעמאל פארשטייען וואס מ'רעדט צו זיי, אבער דאס איז אמאל זיכער אז ווען מ'רעדט צו זיי איידל און מענטשליך, פארשטייען זיי - אדער פראבירן כאטש - צו פארשטיין וואס מ'רעדט צו זיי און זיי פראבירן צו זיין בייהילפיג. ווען מ'שרייט אבער אויף זיי האט עס סתם א קאונטער אפעקט און עס טוט גארנישט אויף…
כדי עס זאל זיין א רואיגער צוזאמארבעט צווישן די דרייווער'ס און די פאסאזשירן, פאדערט זיך אויך די מיטארבעט פונ'ם ציבור, מ'זאל זיי באגריסן, באדאנקען, רעדן צו זיי נארמאל, און דאן וועלן זיי בעז"ה מיטארבעטן און פראבירן אייך צופרידצושטעלן מיט וואס נאר מעגליך.
3. סדר פון ארויפגיין אויפ'ן באס
מיר האבן באקומען אסאך ווענדונגען פון פאסאדשירן אז למען הצניעות זאל מען איינפירן אז ביים ארויפגיין אויפ'ן באס זאלן גיין קודם די פרויען און נאך דעם די מענער, ביטע האט פארשטענדעניש און זיך האלטן צו דעם סדר. ,
4. טרעקינג סיסטעם
מיר ווילן אויך מעלדן פאר אלע חשוב'ע פאסאזשירן, אז מיר ארבעטן אויף א פארגעשריטענע 'טרעקינג סיסטעם' וואו איר וועט קעען אריינרופן און הערן גענוי אויפ'ן מינוט וואו דער באס האלט, דאס וועט בעז"ה גאר שטארק פארגרינגערן פאר אלע פאסאזשירן און איינשפארן אומזינסטע ווארטעניש וואוסנדיג אז זיי קענען אנקומען בעז"ה באצייטנס צום באס.
5. קאמענטארן און הערות
מיר ווילן דערמאנען און מיר פראבירן מיט אלע כוחות צוצושטעלן דעם באס אויפ'ן באקוועמסטן אופן לויט די אומשטענדן, און מיר ווילן הערן אייערע קאמענטארן און הערות, אבער ס''איז וויכטיג צו וויסן אז מיט שרייען און שעלטן טוט מען גארנישט אויף.
6. באצאלן
צום לעצט ווילן מיר דערמאנען און בעטן עטליכע וויכטיגע זאכן בנוגע באצאלן:
האט גרייט דאס געלט. ווען איר קומט ארויף אויפ'ן באס האט גרייט די געלט אין האנט, נישט ביים ארויפשטייגן אויפ'ן באס זאל מען אנהויבן נישטערן אין די טאשן און זוכט צו טוישן געלט וכדו' און אויפהאלטן דעם גאנצן באס.
צייגט דאס געלט פארן דרייווער. ווייזט פאר'ן דרייווער אז איר באצאלט דעם פולן פרייז, נישט עס איינקנייטשן אז עס זאל אויסקוקען ווי איר באצאלט נישט דאס גאנצע וכדו'. אויב ווייזט איר נישט דעם פולן פרייז פאר'ן דרייווער באדייט דאס אז איר האט נישט באצאלט!
פירט נישט קיין חשבונות. ווען איר קומט ארויף אויפ'ן באס זענט איר פולשטענדיג פאראנטווארטליך, סיי על פי תורה און סיי על פי געזעץ צו באצאלן דעם פולן פרייז פאר אייער רייזע! איר קענט נישט פירן קיין חשבונות אז איר וועט באצאלן שפעטער, אדער מ'איז אייך שולדיג רעשט וכדו', אדער איר זענט נישט צופרידן פון עפעס און איר באשליסט אז איר זענט פטור פון באצאלן. מיר קענען אייך נישט שטענדיג קאנטראלירן, און די דרייווער'ס וועלן אייך נישט נאכלויפן, אבער דאס מיינט נישט אז וועגן דעם דארפט איר נישט באצאלן, מיר זענען נישט מוחל קיין איין אומבאצאלטע רייזע!
[align=center]אוטאובוס בגימאטריא "אמן"[/align]